“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

12 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנאליז · דורך: יוחנן שיף · וואך: במדבר תשע"ב · בעל-בית נומער: 66 · דאטום: 2012-05-21
http://www.balboos.com/content/2012/05/די-אינטערנעט-די-פראבלעם-און-די-לייזונ/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג
This entry is part 2 of 3 in the series אינטערנעט פראבלעם

דאונלאעד פי די עף פון ארטיקל (צו פרינטן)

די אפרוף אויף די ערשטע העלפט פון אונזער ארטיקל – אונטערן קעפל “דער לעצטער קויל” – איז געווען א קאלאסאלע. מיר האבן באקומען בלי גוזמא צענדליגע אימעילס און עס איז אויך געווארן דעבאטירט אויף עטליכע פלעצער. פיל מער ווי סיי וועלכע ארטיקל בעבר.
עס איז געווען העכסט אינטערעסאנט און אפילו אמיוזירענד צו באבאכטן די פילפארביגע אפקלאנג, עס איז געווען ממש אומגלויבליך ווי אנדערש מענטשן האבן געלייענט די זעלבע ווערטער און געזען דארט גענצליך אנדערע זאכן. עס איז געווען מענטשן וועלכע האבן געזען דערין חיזוק פאר די כינוס כלל ישראל און לעומת זה זענען געווען אזאנע וועלכע האבן אונז באשולדיגט און עס אוועקמאכען און ח”ו גרינגשעצן אין די גדולי ישראל וועלכע האבן עס פארופען.
ב”ה אז א איבערוויגענדע חלק פונעם ציבור האט עס געזען אין דעם ריכטיגן ליכט, נעמליך, אונזער ריכטיגע כוונה. אבער וויבאלד עס איז געווארן א מקום לטעות בו, וועלן מיר עס נאכאמאל ארויסשרייבען, אולי אביסל קלארער, וזה הוא,
מיר האבן געוואלט דערמאנען די ארגאניזירער (נישט די רבנים, און אויך ערשט דערנאך וואס א פרואוו זיך צו פארבינדען מיט די עסקנים דירעקט איז נישט געווען פרוכטבאר) פונעם כינוס אז ווען מען נוצט די לעצטע (גאר שטארקע) מיטל וואס איז געבליבן, ברויך עס זיין מיט א קלארע סטראטעגיע וויאזוי צו דערגרייכען דעם ענדגילטיגע ציל (אין זייער ליטערארור איז ארויסעברענגט געווארן מער ווי איינמאל אז עס איז בעיקר צו שאפן א היסטעריע און א סגולה כלפי שמיא). מיר האבן אויך ארויסגעהויבען דעם פאקט אז אינטערנעט איז נישט שייך אויסצוראטן, ועל כן, אנשטאט צו אסר’ן ברויך מען ברעכן קאפ וויאזוי איר צו כשר’ן (נעם אין אכט, מיר האבן נישט געשריבן “מתיר זיין”) – איבעריג צו באטאנען – אן אוועק קוקען כמלא נימא.
בנוגע דעם כינוס לכשעצמו האבן מיר נישט געזאגט קיין מיינונג, נישט ווייל מיר האבן נישט, נאר ווייל מיר אנערקענען אונזער פלאץ, עס איז א מקרא מלא “במקום גדולים אל תעמוד”.
ווען איר וועט ליינען די שורות וועט שוין זיין נאך דעם כינוס, עס איז בלי ספק געווען התעוררות און א קידוש השם. אונזער פאלגענדע שורות זענען דא צו ערגענעצן און פארזעצן די אנגעהויבענע דיאלאג, און צו ווייטער באטראכטען וואס עס איז שייך צו טון למעשה.
*
טייל בריוו שרייבער האבן אונז פארגעהאלטן הלמאי מיר לאזן זיך אריין אין א נושא וואס געהערט נישט לכאורה אינעם בעל בית, נעמליך, די בעל בית איז געווידמעט פאר ביזנעס נושאים.
אין אונזערע אויגן איז דוקא די בעל בית דאס פלאץ וואס איז מערסטענס געאייגענט דערצו, וויבאלד די בעל בית שטייט אויפן “צענטער פונקט” ווי אידישקייט, ביזנעס און טעכנאלאגיע טרעפן זיך. ווער נאך ווי די שרייבער און ליינער פון בעל בית זענען געאייגענט צו באהערשן און אנאליזירן די מצב אין איר פולען היקף.
אזוי אויך, שליסליך, וועלן איבערגעאיילטע תקנות אויף די אינטערנעט און פאטענציעלע נישט ריכטיגע לייזונגען אפעקטירן יעדן ביזנעסמאן.
עס איז שווער זיך פארצושטעלן א נושא וואס איז מער נוגע און מער דרינגענד צו אדרעסירן אין בעל בית ווי אט די נושא.

איידער מיר וועלן צוגיין צו די לעזונגען גופא, איז פשוט וויכטיג צו באנעמען די מצב, ארויסהאבן דעם מציאות מכל הצדדים און זיין בקי אין דעם פראבלעם כשבילי דנהרדעה.
די נחיצות דערפון איז גענצליך איבעריג מסביר צו זיין פאר א בר דעת, א גענעראל גייט נישט אין קריג פאר ער האט נישט ארויס צענדליגע צו אפילו טויזענטער פרטים ופרטי פרטים וואס שטעלן צוזאם דעם גרויסן בילד. א דאקטער אפערירט נישט פארן נעמען צענדליגע עקס-רעיס און כלערליי טעסטס צו האבן דעם קלארסטען בילד וואס נאר מעגליך. יעדע קליינטשיגע פרט פאר זיך קען אמאל איבערקערן די גאנצע בילד מן הקצה אל הקצה, א גענעראל וואס איז שש עלי קרב און שיקט סאלדאטן אויפן פראנט אן א חשבון אדער א דאקטער וואס אפערירט איידער א גרינטליכע אנאליז איז כמעט פארזיכערט מיט א דורכפאל.
ביטע ליינט מיט אויפמערקזאמקייט די ווייטערדיגע שורות, עס איז נישט קיין דאמירן בעלמא, אדער סתם פאר אינטערעסאנטקייט און וויסנשאפט, מיר קומען צו הנחות געבויט אויף די הקדמות.
*
וואס איז דאס “די אינטערנעט” ?
א לויזע אבער קראנטע אפטייטש וואלט געווען אז די אינטערנעט איז א נעטווארק פון נעטווארקס.
אין איר סאמע רויע באדייט איז זי נישט מער ווי א פראטאקאל ווי אזוי צו קאמיוניקירן אויף א צענטראל-לאזע נעטווארק. אין אנדערע ווערטער, עס איז א פראטאקאל וואס שרייבט פאר א נעטווארק וואס האט נישט קיין צענטראלע מח וואס דיקטירט און פירט אן דערמיט, אנדערש ווי צב”ש די גלאבאלע טעלעפאן נעטווארק. אזוי אויך קען עס שיקן דאטא פון פילע אנדערע מקורות צו פארשידענארטיגע פלעצער אויף די זעלבע ליניע.
אלץ רעזולטאט, איז די אינטערנעט אין איר סאמע נאטור גענוי דאס וואס מיר פארכטן אזוי, נעמליך, א אמקאנטראלירט פלאץ. די אויפטו און ציל דערפון איז א נעטווארק אן קיין נערוו צענטער און אן קיין בעל בית. פאר דעם ציל איז די פראטאקאל ערפינדען געווארן דורך די מיליטער און די פריע זעכציגער יארן, א נעטווארק וואס וועט קענען אויסשטיין א נוקלעארע אטאקע, וויבאלד עס פארמאגט נישט קיין צענטראלע נויטווענדיגע חלקים, וועט עס קענען ווייטער פונקציאנירן נאך א אטאקע אויף וויפיל עס איז פארבליבען דערפון (אין אנדערע ווערטער, עס האט נישט קיין קאפ, וואס ווען דאס ווערט אראפגעברענגט קראכט אלעס מיט).
“די אינטערנעט”, אדער ריכטיגער, דאס וואס מענטשן רופען “די אינטערנעט” באשטייט אין אלגעמיין פון “וועב בלעטער” וועלכע ווערן “סערווירט” דורך די אינטערנעט געוועב, אבער עס קען אויך זיין סיי וועלכע אנדערע פייל, ווי טעקסט, בילדער, ווידעאו, אודיאו און נאך וועלכע ווערן געטראנספערט אויף די HTTP (הייפער טעקסט טרענספער פראטאקאל) פראטאקאל.
אזוי אויך איז די HTTP פראטאקאל לאו דוקא, עס זענען דא נאך פארשידענע פראטאקאלען וועלכע זענען געשאפן געווארן ספעציעל צו נוצן די “אינטערנעט נעטווארק” פאר פארשידענע אנדערע געברויכן. איינע פון די מער באקאנטע איז SIP, דאס ווערט אמייסטענס גענוצט פאר VOIP, דאס איז די מאדערנע טעלעפאן סערוויס וואס ארבעט דורך די אינטערנעט נעטווארק.
ווי געזאגט, די אינטערנעט בעצם איז “די נעטווארק” און נישט די תוכן.
*
קאנטראל אויף די אינטערנעט
די אינטערנעט אין איר יעצטיגע מצב ווערט צוגעגליכן צו די “וויילד וועסט” דאס איז א רעפערענץ צו די מערב חלק פון די פאראייניגטע שטאטען ביז פאר בערך הונדערט יאר צוריק, עס איז באשטאנען פון ווילדע געזעצלאזע טעריטאריעס ווי איש כל הישר בעיניו יעשה.
אין אמת’ן איז אט דאס די שטייגער פון יעדע נייע טעכנאלאגיע אדער מציאות, און די אנהייב פון איר עקזיסטענץ וועט נישט זיין קיין געהעריגע געזעצליכע פרעימ-ווארק איר צו קאנטראלירן און עס וועט הערשן א מישמאש און אומקלארקייט איבער פארשידענע געזעצליכע היכי תמצא’ס. שפעטער מיט די צייט וועט געווענליך די נויטווענדיגקייט שאפן א פארלאנג אויף געזעץ-געבער צו שאפן געזעצן ווי אזוי איר צו האלטן אין די ראמען.
א קלאסישע ביישפיל איז די “אויטאמאביל”. אין אירע ערשטע יארן איז נישט געווען קיין שום געזעצן ווי ספיד לימיט, טראפיק באגרענעצונגען, און אוודאי נישט קיין פארלאנגען פאר סיט בעלטס, אינשורענס און קאר סיטס. דורכאויס די יארן האבן אומגליקען און אנדערע הכרחיים געברענגט טויזענטער פרישע געזעצן. און גאנצעטע פרישע ביוראקראטיעס זענען אויפגעשטעלט געווארן איר צו באהערשן ווי די DMV אין איטליכע סטעיט, די נאציאנאלע NTSB ,NHTSA און אנדערע.
אזוי אויך איז די פאל מיט פארשידענע אנדערע ניי געשאפענע פענאמענס, ווי מעדעצין, מידיא, און בכלליות ציווילע זיכערהייט און געזונט געזעצן אויף יעדע סארט נייע מציאות און הונדערטער אנדערע, ביי די אלע זאכן הייבן אן צו ערשיינען געזעצן, רעגולאציעס און אנגענומענע באגרענצונגען אין א רעלאטיוו קורצע צייט פון איר ערשיינונג.
*
ביי די אינטערנעט איז די מציאות אביסל אנדערש, עס עקזיסטירט שוין היבש לאנג, און דאך זענען דא זייער ווייניג געזעצן אין פלאץ איר צו קאנטראלירן און רעגולירן.
און עס איז ווייט נישט קיין צופאל, חוץ די נארמאלע חבלי לידה און צומישטקייט וועלכע פלאגן יעדע נייע זאך, וואס דאס וואלט נאך געווען ערווארטעט, ספעציעל ביי אזא קאמפליצירטע און הרכב’דיגע מציאות ווי עס איז די אינטערנעט, איז דא ביי אונזער פאל א שארפע אידילאגישע קעגנערשאפט, וואס ווערט גאנץ גוט פארשטאנען דורך די אלגעמיינע וועלט.
עס זענען אויפגעשטאנען פילע ארגענעזאציעס און אקטיוויסטן וואס קעמפן אויף גענוי דאס, אז די אינטערנעט זאל בלייבן א פריי און אומקאנטראלירט פלאץ, לויט זיי, איז וויכטיג פאר די פרייהייט פון אויסדרוק אז די אינטערנעט זאל בלייבן אומרעגולירט. די גרעסטע צווישן זיי איז מן הסתם די “עלעקטראניק פראנטעיר פאנדעישאן” באקאנט אלץ די EFF.
די אדוואקאטן ווייזן אן אויף פארשידענע לענדער ווי אינטערדריקטע מענטשן האבן די מעגליכקייט צו קאמיוניקירן דורך די אינטערנעט, און אין עטליכע לענדער ווי אינדאניזיע, ליביע, עגיפטן און אנדערע, האט עס אפילו גורם געווען צו רעוואלוציעס וואס האבן עווענטועל געברענגט פרייהייט צו מיליאנען בירגער. לויט זיי איז יעדע פרואוו פון סיי וועלכע רעגירונג צו רעגולירן סיי וועלכע תוכן נישט מער ווי טיראניע.
אמת, עס זענען דא פילע פארלאנגען אויף פארקערט אויך, פון פארשידענע ריכטונגען, אריינגערעכענט די מאכטפולע מוזיק און אינטערטעינמענט אינדוסטריעס און גרויסע סאפטוועיר פירמעס וואס זייער דיזשיטאלע יצירות ווערן גערויבט און פארשפרייט אויף די אינטערנעט. די שאדן דערפון ווערט געשאצט אין די טריליאנען דאלארן דורכאויס די יארן.
אזוי אויך זענען דא פארשידענע גרופעס און אקטיוויסטן וואס קעמפן פאר עוולות קעגן קינדער, רעליגיעזע באוועגונגען וואס ווילן מינימיזירן די שמוציגע תוכן. און אפילו די פירמעס וואס שטעלן צו אינטערנעט סערוויס (ISP’s) זוכען לעגאלע בארעכטיגונג צו אינטערווענירן אין די תוכן וואס קאנסומערס נוצן, צוליב פארשידענע אייגענע ביזנעס אינטערעסן.
דאך – ווי ערווענט – איז די אינטערנעט געבליבן, מער ווייניגער, פריי און אומקאנטראלירט – עכ”פ דערווייל.
*
“די אינטערנעט” היינטיגע צייטן
די אינטערנעט היינט צוטאגס איז שוין ווייט נישט צו דערקענען פון די אינטערנעט אין אירע ערשטע יארן.
אין אנפאנג איז עס טאקע געווען בלויז א וועג פון שיקן דאטא צווישן סייענטיסטן. אבער שפעטער – זייט די מיטעלע און שפעטערדיגע ניינציגער יארן – צוליב דעם וואס עס האט אנגעהויבן צו ווערן פאפולער אויך ביים המון עם, איז עס געווארן א בריה בפני עצמו, עס האט געטוישט די וועג פון פארשידענע זאכן אויף אייביג.
אין די ביזנעס וועלט האט עס אריינגעברענגט נייע מושגים, ווי אימעיל און אי-קאמערץ. זאכען וועלכע האבן זייער ערנסטע נאכפאלגן אויף יעדעם איינעם, דירעקט צו אומדירעקט. אפילו אויף מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט צוגערירט צו קיין קאמפיוטער.
די ווירקונגען זענען אזוי מאסיוו אז עס שווער זיך פארצושטעלן א וועג ווי אזוי מען זאל זיין אינגאנצן אפגעהאקט דערפון, די בעסטע ראיה דערויף איז אז לפי מיטב ידיעתנו האט נאך קיין שום רב עס נישט גע’אסר’ט מכל וכל. מאנכע זענען מתיר מיט א פילטער און טייל דאס אויך נאר פאר ביזנעס. אבער עס האט עס נאך קיינער נישט גענצליך פארבאטען, ווייל עס איז אוממעגליך, – אפילו היינט צוטאג – זיך אויסצוקומען אן דעם. על כל פנים פאר רוב ביזנעס לייט.
*
אין קומענדיגע פארזעצונג
די אינטערנעט אין די צוקונפט
די פראבלעמען פון טעכנאלאגיע בכלליות (אויך אן די אינטערנעט)
און נאך

מען קען שרייבן צו יוחנן שיף אויף yshif@balboos.com

Series Navigation<< דער לעצטער קויל“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג – 3 >>
כ״ט אייר תשע״ב at 6:40 am#2
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

last time you writed that you have a solution for this what is it. to the point.

א׳ סיון תשע״ב at 3:59 am#3
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

זייער אינפארמאטיווע ארטיקל.

יודל גראס, ער האט געשריבן אז די הקדמות זענען וויכטיג.

א׳ סיון תשע״ב at 12:29 pm#4
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

האלא, ס’איז אידישע ליכט דא???? וואס איז די חכמה צו אנציען מענטשן? וויפיל נאך ארטיקלען גייט מען שרייבן ביז מען וועט אויסזאגן דעם גרויסן סוד??

א׳ סיון תשע״ב at 2:57 pm#5
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

איך בין אנגעצויגן ווייל ס’איז א שאד אז מען זאל נישט קענען אויספירן אזא גוטע עצה בפועל, וויבאלד מ’מאכט דערפון א גאנצעטע סעריע און פארזעצונגען, כאילו מ’רעדט דא פון א שפאנענדע באבע מעשה אין אידישע ליכט

מיין נישט. איך בין נישט מזלזל אין יוחנן בכלל. ער שרייבט זייער פיין, כאטש גראדע אינעם היינטיגן ארטיקל זענען נישטא קיין חידושים, אויסער פאר פערציג יעריגע וואס ווייסן נישט אז אינטערנעט איז א נעטווארק פראטאקאל. כ’גלייב נישט אז יוחנן גייט אין קומענדיגן ארטיקל מסביר זיין וואס מיינט א פעקעט און וואס איז טי סי פי איי פי און אזוי ווייטער.

איך האב שוין אין פאריגן ארטיקל געשריבן מיינע צוויי צענט און אים געבעטן ארויסגעבן די סודות פון חדר

http://www.balboos.com/content/2012/05/%D7%93%D7%A2%D7%A8-%D7%9C%D7%A2%D7%A6%D7%98%D7%A2%D7%A8-%D7%A7%D7%95%D7%99%D7%9C/#comment-4926

כלל ישראל איז ווארעם און וויל טון צום זאך. אז סדא איינער וואס זאגט אז ער האט דעם שליסל, פארלאנגען אלע וואס ווילן אריינגיין אין פאלאץ אז ער זאל עס ארויסגעבן זאפארט

א׳ סיון תשע״ב at 3:36 pm#6
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

האב נישט מורא יאנקעלע, עס וועט גארנישט זיין נאכדעם וואס דו וועסט יא וויסן. ער האט געשריבן אז סוועט זיך אויספעלן א כח הרבים וכו. עס זעט נישט אןיס ווי עפעס וואס איך אדער דו קענען אויספירן.

עס איז ווארשיינליך א בחינה פון הלכה ולא למעשה.

א׳ סיון תשע״ב at 3:45 pm#7
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

אויב ס’איז הלכה ולא למעשה, קען ער זיך האלטן דערמיט און עס אויפעסן

א׳ סיון תשע״ב at 3:46 pm#8
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

א זאך וואס מ’קען מילא נישט אויספירן איז אינטערעסאנט צו דיסקוסירן אלס בלויזע טעאריע און נישט מער

א׳ סיון תשע״ב at 4:00 pm#9
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

איך שרייב מיינע אייגענע השערות, איך שטעל מיר בלויז פאר אז אפילו מקען עס אויספירן, זענען אונזערע עסקנים נישט קיין בעלנים דערפאר.

זיי שטייען אוועק פון קאמפלעצירטע און שווערע סאלושענס, איך מיין נישט צו זאגן אז זיי ארבעטן נישט שווער, אדרבא, אבער מאכן אסיפות , קול קורא’ס איז א אויסגעטרעטענע וועג, ווי עס שיינט גייט יוחנן מיט א מהלך אז מען דארף מתיר זיין געוויסע חלקים, ממילא קענסטו פארגעסן אז די עסקנים זאלן עס טון, חוץ אז דו וועסט עס אויספירן.

א׳ סיון תשע״ב at 4:20 pm#10
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

דאס איז דאך דער פראבלעם איז מיר רעדן אלעס השערות, משא”כ אז די ביכער זענען אפן און יוחנן רעדט שוין סוף סוף תכלית’דיג, וואלט געווען גאר א צווייטן בילד

ב׳ סיון תשע״ב at 6:08 pm#11
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

לענ”ד גייט יוחנן פארשלאגן מ’זאל עפענען אונזער אייגענע נעטווארק, א שטייגער ווי די עף בי איי, און דאס זאל זיין קאנעקטעד צו די אינטערנעט מיט איין פאדים וועלכע וועט ווערן קאנטראלירט דורך עסקנים.

י״ג סיון תשע״ב at 9:36 pm#12
“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג

אויב דאס איז זיין לעזונג, מיט וואס איז עס אנדערש ווי א פילטער.

וואס איז דען דער נפקא מינה צווישן אן אייגענעם נעטווארק און די פירמע דזשעינעט וואס איז אן אייגענער איי עס פי.

מיט וואס וועט עס זיין אונזער אייגענער נעטווארק אויב נישט דער דאזיגער פאדים וואס איז אפען צום גרויסן נעטווארק?