ווי איר האט שוין מן הסתם באמערקט זענען מיר לעצטענס ערשינען בלויז יעדע צווייטע וואך. צוליב טעכנישע סיבות וועט עס אנהאלטן פאר נאך עטליכע וואכן, מיר האפן ווי פריער צוריקצוגיין צו די געווענליכע סדר פון ערשיינען וואכענטליך, ואתכם הסליחה.
*
לכבוד די התעוררות וואס הערשט ביים עולם צו פילטערן די אינטערנעט, אין ליכט פון די גרויסע אסיפה דורך די וועד למען טוהר המחנה. דערמאנען מיר נאכאמאל איבער א ספעציעלע הנחה פאר אלע בעל בית ליינער, נישט בלויז פאר מעמבערס.
די בארימטע וועב-חבר פירמע האט געהעכערט זייער פרייז פון $3.95 צו $4.99 א חודש.
מיר האבן באוויזן אויסצוארבעטן מיט די פירמע אז בעל בית ליינער זאלן ווייטער קענען באקומען די אלטע פרייז פון $3.95 לכל הפחות ביז סוף פונעם קאלענדער יאר 12′.
צו באקומען די הנחה, נוצט די קיופאן קאוד BALBOOS2012
מיר האבן נישט קיין שום טובת הנאה ווען איר נוצט די קאוד, מיר האבן עס צוגעשטעלט בלויז אלץ אחריות כלפי אונזערע באנוצער – וויבאלד מיר ערשיינען אויף די אינטערנעט. יעצט ווען עס הערשט א התעוררות איז וויכטיג תיכף צו טון למעשה און נישט ווארטן אויף שפעטער.
*
מיר האבן באשלאסן צו טון נאך א פאזיטיווע שריט לכבוד די כינוס, נעמליך, מיר ווילן פרובירן צו צושטעלן די בעל בית אויך פאר מענטשן וועלכע האבן נישט קיין אינטערנעט אדער וואס ווילן זיך אפלאזן פון די אינטערנעט אינגאנצן. מיר קוקען יעצט אריין אין א “פעקס אן דימענד” סיסטעם, וואס וועט ערמעגליכן צו באקומען די בעל בית אויף די פעקס.
מיר האבן נישט קיין מאסן פעקס מעגליכקייט אויף די מינוט, היימישע טעלפאון פירמעס וועלכע ווילן אונז העלפן צושטעלן די סערוויס לטובת הרבים זאלן זיך פארבינדן מיט די רעדאקציע אויף
mail@balboos.com
עס דארף אויך ווערן אונטערגעשטראכן אז מען קען באקומען די בעל בית אלץ א פי די עף אטעטשמענט אויך ווען מען האט נישט קיין אינטערנעט, נאר בלויז אימעיל. מיר האבן בליעה”ר איבער 500 סובסקרייבער וועלכע באקומען נאר די אטעטשמענט ווערסיע ווייל זיי האבן בלויז אימעיל, מי כעמך ישראל.
*
צו ערפילן די בקשה פון עטליכע מעמבערס, וועלן באצאלטע מעמבערס קענען באקומען די “פרינטעבעל” ווערסיע פי די עף אין אימעיל, גלייך מאנטאג צופרי צוזאמען מיט’ן ערשיינונג פון בעל בית. (כדי נישט צו באלעסטיגן די וואס ווילן נישט מערערע אימעילס, וועט איר דארפן פארלאנגן ארויפצוגיין אויף די ליסטע דורך אונז שיקן א אימעיל)
די רעגולער פי די עף ווערסיע ווערט ארויסגעשיקט שפעטער אין טאג (צוליב טעכנישע סיבות).
בכבוד רב
די פארוואלטונג