אין די פאלגענדע שורות, וועלן מיר ציטירן עטליכע וועגן ווי איר קענט זיך אויסלערנען צו רעדן ווי א רעדנער, אפילו ווען איר רעדט צו איין קליענט וועגן איין פראדוקט.
1. כדי צו ווערן געהערט, הערט אויס.
ווי אזוי קענט איר זיכער מאכן אז איר ווערט געהערט און מענטשן זענען אינטערסירט אין וואס איר האט צו זאגן? הערט זיי ערשט אויס. שעצט זייערע געדאנקען און מיינונגען, כאטש דאס מיינט נישט אז איר מוזסט צושטימען. מענטשן קענען שפירן ווען איר זענט מיט זיי און ווען איר טראכט נאר פון זיך.
2. בויט אן עמאציאנעלער קשר
ווען א רעדנער הייבט אן א לעקציע, וויל ער זיך ערשט באהעפטן מיט דעם עולם און ארייננעמען זייערע געפילן אין דעם קשר. מענטשן וועלן זיך אסאך בעסער און שנעלער צוהערן צו אייך אויב זיי שפירן אז איר זענט אויפן זעלבן בלאט און איר פארשטייט זיך איינער דעם צווייטן. וועט אייער פראדוקט אדער סערוויס לעזן א פראבלעם וואס זיי האבן?
3. ווייסט ווער דער עולם איז
א מענטש קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן צו אן עולם איידער ער ווייסט צו וועלכע סארט מענטשן ער וועט רעדן. אזוי אויך, מוזסט איר וויסן ווער אייער קליענט איז און אין וואס ער איז אינטערסירט.
4. זייט זיך אליינס
כאטש עס איז זייער גוט און וויכטיג זיך צוצושטעלן צו אייער קליענט און וויסן וואס ער וועט שעצן, מוזסט איר זיך האלטן צו אייער אייגנארטיגקייט. מענטשן ווילן איר זאלט זיין עכט צו זיי, נישט פרובירן צו זיין דער וואס איר זענט נישט.
5. שטעלט פעסט אייער פאראנטווארטליכקייט
האט איר אמאל באמערקט אז איידער א גרויסער רעדנער רעדט טוהט אים א צווייטער מענטש ערשט ארויפרופן? דאס איז ווייל ווען א מענטש ווערט געזעהן אלס פאראנטווארטליך און “א זאך”, הערט מען אים אנדערש אויס. מאכט זיכער אז די מענטשן צו וועמען איר רעדט ווייסן וואס פארא סארט מענטש איר זענט און אז זיי ווייסן פון אייערע מעלות, אודאי נישט דורך גאווה.
קיין חילוק וועלכע פון די עצות איר ניצט, ניצט זיי נאר אויב איר זענט באקוועם מיט זיי און עס שפירט נאטירליך צו אייך. אויב נישט וועט דאס האבן א פונקט-פארקערטע עפעקט.
דורך ניצן די עצות, וועט איר האפענטליך פארקויפן אייערע פראדוקטן אדער סערוויס אן קיין שום פראבלעם בעזרת ה’.