אינעם פריערדיגן לעקציע האבן מיר גערעדט פון “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן”, און מיר האבן אויסגעשמועסט אז ס’איז דא צוויי סארטן דערפון, אויפ’ן וועב-פעידזש און אינדרויסן פונעם וועב-פעידזש.
מיר האבן שוין גערעדט איבער דעם ערשטן חלק, “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” אויפ’ן וועב-פעידזש, און אצינד וועלן מיר רעדן איבער’ן צווייטן חלק, “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” אינדרויסן פונעם וועב-פעידזש, וואס איז אינטערעסאנטער און שטערקער.
די “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” אינדרויסן פונעם וועב-פעידזש ארבעט דורכדעם וואס גוגעל שאצט אפ די וועבסייטס לויט זייער ווערד. גוגעל האט אויפגעשטעלט א סיסטעם וואס רופט זיך “פעידזש ראנג” (Page Rank), וואו זיי שאצן אפ די וויכטיגקייט און ווערד פון יעדע וועבסייט, מיט א נומער פון 1 ביז 10, באזירט אויף א ספעציעלן סיסטעם וואס גוגעל האט אויסגעשטעלט צו ‘מעסטן’ די סייטס.
זעלבסטפארשטענדליך אז די גרעסערע סייטס וואס שטייען שוין א לאנגע צייט האבן א העכערע ראנג ווי די נייערע סייטס.
דער באדייט פון “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן אינדרויסן פונעם וועב-פעידזש” איז, אז א מענטש וויל באקומען א לינק צו א סייט וואס האט א הויכע פעידזש ראנג. אבער ער וויל נישט באקומען פון סיי וועלכע סייט, נאר ס’דארף האבן א שייכות צו דעם סייט וואס ער האט. צב”ש אויב ווילט איר פארקויפן אן “אי-בוק” וויאזוי צו פארלירן וואג, און איר באקומט א לינק צו א סייט וואס פארריכט צעבראכענע לעפטאפס, וועט עס אייך קיין סאך נישט העלפן.
דער שליסל איז צו באקומען א לינק וואס זאל זיין סיי רעלעוואנט און סיי פון א גוטן קוואליטעט. דאס קומט נישט אן גרינג, ווייל אויב יעדער וואס שיקט אן אימעיל צו א גרויסע סייט זאל צוריקבאקומען א לינק צו זייער וועבסייט, האט דער סייט פארלוירן איר קוואליטעט. גוגעל וואלט געקוקט קרום אויף דעם סייט און דאס אראפגערוקן אינעם ראנג.
דערפאר שרייבן מענטשן ארטיקלען און מ’לייגט דאס ארויף אויף EzineArticles.com, וואס אזוי קומט אויס אז דער פעידזש ראנג פון דעם ספעציפישן ארטיקל איז טאקע נישט צו הויך, אבער די פעידזש ראנג פונעם הויפט וועבסייט איז יא הויך.
וויבאלד איר זענט נאך ניי אינעם פעלד פון אינטערנעט מארקעטינג, איז דאס איינע פון די בעסטע וועגן אנצופאנגען. אויב אייער סייט האט נאכנישט צופיל אייגענע ווערד, קענט איר שרייבן ארטיקלען און לייגן א לינק צו אייער וועבסייט.
ס’איז דא נאך א וויכטיגע זאך ביי דעם סארט “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן”, און דאס איז “ענקאר טעקסט”, ד.ה. די טעקסט וואס ווערט די “הייפערלינק” ווען איר האט א לינק צו אייער סייט. צב”ש אויב איר פארקויפט עפעס וואס האט צו טון מיט פארלירן וואג, דארפט איר מאכן זיכער אז די ווערטער “וויאזוי צו פארלירן וואג” זאל זיין מיט גרויסע אותיות און דאס זאל זיין די לינק צו אייער סייט. מיט דעם וועט איר האבן די מאקסיומום שאנסן צו באקומען קליקס.
אינעם קומענדיגן לעקציע וועלן מיר רעדן וואס איר קענט טון אלס א נייער אינעם פעלד פון אינטערנעט מארקעטינג צו ברענגען די מערסטע פארדינסטן.
___________________________________________________________
א זעלטענע געלעגענהייט צו פארדינען שיין זייטיג געלט אנליין.
free 30 day coaching program
for more info email im@yiddishgelt.com
סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן – 2
3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: במדבר תשע"ב · בעל-בית נומער: 66 · דאטום: 2012-05-21
http://www.balboos.com/content/2012/05/סוירטש-ענדזשין-אפטימיזעישאן-2/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/05/סוירטש-ענדזשין-אפטימיזעישאן-2/ קאפיע אין ארכיוו