פארקויפן חובות פאר א גוי (קאלעקשאן עידזשענסי) !!צולייגן מקור!!!

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אליבא דהילכתא · דורך: מכון בדרכי נועם · וואך: וארא , תש"ע · בעל-בית נומער: 1 · דאטום: 2010-01-01
http://www.balboos.com/content/2010/01/פארקויפן-חובות-פאר-א-גוי-קאלעקשאן-עידז/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
פארקויפן חובות פאר א גוי (קאלעקשאן עידזשענסי) !!צולייגן מקור!!!

שאלה: איך האנדל מיט א מענטש וואס איז מיר שולדיג אסאך געלט, און ער וויל דאס נישט צאלן. צו מעג מען פארקויפן דעם חוב פאר א גוי – קאלעקשען עידזשענסי, פאר האלב פרייז פונעם חוב, און ער זאל האנדלען מיט דעם איד ווי אזוי ער וויל (אריינגערעכנט סטראשען מיט ערכאות), הייסט דאס מוסר ממון ישראל ביד עכו”ם? קען מען דען אסר’ן צו פארקויפן מיינע חובות פאר א גוי?

תשובה: אויב מען קען באקומען די געלט ביי דין תורה טאר מען נישט לכתחילה פארקויפן די אידישע חובות פאר א גוי, און אפילו בדיעבד וועל מען האט עס יא פארקויפט דארף מען נעמען אויף זיך די גאנצע שאדן וואס קען ארויסקומען פאר יענעם. אריינגערעכנט אז יענער וועט באקומען שלעכטע קרעדיט וכדומה.

דאס איז אלעס אויב יענער האט און ער וויל נישט באצאלן, אבער אויב ער האט נישט איז אן איסור גמור צו פארקויפן דעם חוב פאר א גוי.