נייעס פון ניו יארק און ארום
6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #160
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
ניין זיי ווייסט נישט די פונקטליכע קאנטענט פון אלע פעקלעך, אבער טאבעקא און אנדערע באשטאנדטיילן קענען זיי אויפכאפן דורך מאשינען.
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
א ניו יארק סיטי פייער העלד איז געשטארבן נאך א לאנג-יאריגן קאמף מיט דער ביטערער מחלה ל"ע אין עלטער פון 59 יאר.
רעי פייפער האט פארברענגט אכט מאנאטן ביי גראונד זערא נאך די 9/11 טעראר אטאקעס און שפעטער האט ער א סאך גע'שתדל'ט פאר די רעכטן פון ערשטע רעאגירער ביי גראונד זערא.
ער איז דיאגנאזירט געווארן מיט דער מחלה אין 07', פארלירנדיג שפעטער א ניר און פיס ל"ע, וואס איז אלעס צוגעשריבן געווארן צו די שעדליכע לופט וואס ער האט אריינגעאטעמט ביי גראונד זערא, און ווען ער האט רעטייערט אין יאר 14', האט ער אבער ווייטער געקעמפט פאר די ספעציעלע פעדעראלע קאמפענסאציע געלטער פאר די גראונד זערא העלדן, וואס איז טאקע עווענטועל באשטעטיגט געווארן.
ד'א

ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט דערגרייכט אן אפמאך מיט׳ן ניו יארק סיטי קאונסיל, אויף א בודזשעט פאר יאר 18׳.
דער בודזשעט באשטייט פון 85.2 ביליאן דאלער, א 3.7 פראצענט העכערונג פון א יאר בעפאר, און סיטי באאמטע גרויסן זיך אז ס'איז די פריעסטע וואס דער מעיאר און סיטי קאונסיל גרייכן א פארשטענדעניש איבער א בודזשעט, זינט 992׳.
עס אנטהאלט, צווישן אנדערן, 30 מיליאן דאלער צו שטיצן וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וועלכע שטעלן צו פובליק סערוויסעס, 10.4 מיליאן דאלער אויסצוברייטערן די ״אומזיסטע לאנטשעס״ פראגראם אין שולעס, און באזונדער 6 מיליאן דאלער אויסצוברייטערן די ״פליי קארס״ - א פראיעקט וואס די שטאטישע פאליציי און פייער באאמטע פרובירן יעצט אויס אין דער בראנקס, דורכ'ן אראפשטעלן עמורדזשענסי אויטאס אין געגנטער וואו ס'זענען דא אסאך עמורדזשענסיס, צו פארקורצערן די רעאקציע-צייט.

א גרופע ציווילע-רעכטן אקטיוויסטן באקלאגן זיך איבער דעם וואס א מערהייט פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן לאנד, די וועלכע האבן שוין איינגעפירט קערפער-קאמערעס אויף אלע אפיצירן, האבן גאר לויזע רעגולאציעס ווען עס קומט צו פארלאנגען פון די אפיצירן ווען זיי מוזן יא און מוזן נישט גיין אנגעטאן מיט די קערפער קאמערעס.
א באריכט אינעם "אסאשיעטעד פּרעס" נעכטן האט געצייגט אז א מערהייט פאליציי אפיצירן זענען ערלויבט צו פארלעשן אדער אויסטאן די קערפער-קאמערעס בשעת זיי זענען נישט "אין אמט" (דאס ווערט גערופן "אָף דוטי" אין ענגליש).
די אקטיוויסטן זאגן אז עס איז זייער וויכטיג אז אפיצירן זאלן יא האלטן אנגעצונדן די קערפער-קאמערעס אפילו סתם אזוי ביים זיך דרייען אין גאס, וויבאלד מען קען קיינמאל נישט וויסן אז עפעס אן אינצידענט וועט זיי אונטערקומען, און זיי וועלן דארפן רעאגירן, און שפעטער וועט מען דארפן האבן די רעקארדירונגען פונעם אינצידענט.

בלאט: 1 2