הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » נייעס פון ניו יארק און ארום

נייעס פון ניו יארק און ארום

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #160
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:16 am#2
Re: נייעס פין ניו יארק אין ארום
עס איז נעכטן דארט געווען א מארש פון אראבער מיט נטרוי קרתא, וואס איז די גרויסע ביג דיל צו הענגן אזא סיין? מען נעמט שטריק און מען בינד צו א שטיקעל פלעסטיק צום בריק, וואס איז די גרויסע טומעל ארום דעם?
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:26 am#7
Re: NYC ווישען זעראו נידערט ספיד לימיט צו 25 MPH
ניק ניק האט געשריבן:ניין

ווער האט געשטימט דארט וועלכע מענטשען?
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:34 pm#8
Re: NYC ווישען זעראו נידערט ספיד לימיט צו 25 MPH
בולעטין האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:ניין

ווער האט געשטימט דארט וועלכע מענטשען?

איך ווייס נישט
פרייטאג אפריל 24, 2015 1:19 pm#10
Statue Of Liberty are currently being evacuated!
Liberty Island and the Statue Of Liberty are currently being evacuated following unconfirmed reports of a 'suspicious package.' A National Parks Service spokesperson confirmed that they were doing security sweeps and that there is an evacuation happening, but could not immediately say why. You can see video of that below.
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 5:28 pm#12
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
קאוד: וועהל אויס אלעס
BDE: 3 Jewish people have passed away following a serious accident on the NY-17 by exit 112 R'l.

TRAGEDY - A husband, wife & future son in law were R"L killed in a horrific accident on NY-17, additional family members injured.
דינסטאג יוני 07, 2016 10:14 pm#13
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
די ניו יארק סטעיט סענאט האט היינט געשטימט צו עלימינירן די געזעץ וואס איז געווארן באשטימט אין אפריל דהאי שעתא אז געשעפטן דארפן טשארדשן פינעף צענט פאר יעדע פלעסיג בעג וואס זיי געבן ארויס, די סטעיט אסעמבלי איז אויך ערווארטעט צו שטימען אויף די געזעץ צו מ'זאל עס אפווארפן צו נישט.
מיטוואך יוני 08, 2016 2:13 pm#14
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
פיינע נייעס א מין משוגעת די געזעץ

כ'הער מ'האט דאס אפגעווארפן מיט'ן טענה אז די בעגס איז א פלאץ פאר עדווערטייזמענט
דינסטאג יוני 14, 2016 1:58 pm#15
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
א שאד
וואלט מען זיך כאטש געלערנט צו מחשיב זיין 5 צענט
מיטוואך יולי 27, 2016 1:31 pm#16
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
דריי פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן דורך די ניו יארק סיטי פאליציי און זיי ווערן באשולדיגט אין א סעריע באנק רויבערייען אין ברוקלין און אין קווינס, אריינגערעכנט די רויבעריי ביים ״עיטש עס בי סי״ באנק אויף די דרייצנטע עוועניו אין בארא פארק מיט עטליכע מאנאטן צוריק.
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 5:58 pm#17
ברעיקינג
פאליציי קאמישאנער ביל ברעטאן וועט היינט ריזיינען, לויט געוויסע קוועלער. ער און מעיאר דעבלאזיא האבן זיך נישט פארשטאנען.
דזשעימס אניעל וועט אים איבערנעמען אלס קאמישאנער.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:16 pm#18
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
פארברעכן ראטע אין ניו יארק סיטי פארק'ס דראסטיש ארויף מיט 23%

אין די לעצטע 9 חדשים איז ערנסטע פארברעכן אריינגערעכנט מארד איז גאר שטארק ארויף אין די פארק'ס אין ניו יארק סיטי, טראץ וואס אין אלגעמיין איבער די שטאט איז די ראטע געפאלן, אין די לעצטע חדשים זינט מערץ איז די ראטע געשטיגען מיט 23% אין פארגלייך צו די זעלבע צייט-אפשניט מיט א יאר צוריק. "מער ווי איין מענטש יעדן טאג פאלט א קרבן צו א ווילדע איבערפאל אין איינע פון די פארק'ס אין ניו יארק סיטי" האט געזאגט א אדוואקאט וואס געט זיך אפ מיט באשיצן די פאבליק פון ווילדע פארברעכנ'ס, אויף די פערדע פלאץ צווישן די פארק'ס מיט די מערסטע פארברעכן געפונט זיך די פראספעקט פארק נעבן בארא פארק, אבער עס איז נאכנישט פארגעקומען דארט קיין מארד. אבער גלייכצייטיג איז וויכטיג צו באטאנען אז פארק פארברעכן מאכט אויס בלויז איין פראצענט פון אלע פארברעכן לענגאויס די סיטי, און עס איז נאך אלץ זיכער צו פארברענגען אין פארק'ס.

-JP-
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:48 am#19
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
אויטש... פונקט מיין באליבטע פראספעקט פארק ווי איך גלייך צו גיין פון מאל צו מאל שפאצירן מיט מיין בני בית?
דארף איך מורא האבן פון גיין דארט אין די צוקונפט?
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:21 pm#20
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער וועט לויפן אויף רעפובליקאנער טיקעט

דער באקאנטער חרדישער סטעיט סענאטאר פון בארא פארק ר' שמחה פעלדער, וועלכער האט געדינט אלס דעמאקראטישער געזעצגעבער וועט לויפן די קומענדיגע וואל סעזאן אויף די רעפובליקאנער טיקעט.

פעלדער האט געווינען איןם 2012 אלס דעמאקראט אבער האט אייביג געשטימט מיט די רעפובליקאנער און געהאלטן די באלאנס אז די דעמאקראטן זאלן נישט האבן די רוב.

פעלדער, וועלכער וועט נישט האבן קיין אפאנענט און לויפט אליין, וועט לויפן אויך אויף די רעפובליקאנער טיקעט, אויסער די דעמאקראטישער און קאנסערוואטיווער טיקעטס.

"שמחה פעלדער איז א גאר געלונגענער סענאטאר, און איז א וויכטיגער קול אין די סענאט, זוכנדיג אויפצוטון פאר די אישוס און קוקט נישט אויף פארטייאישקייט" האט א רעפובליקאנער ווארטזאגער געזאגט.

פעלדערס ווארטזאגער האט אויסגעדרוקט צופרידנהייט אז פעלדער איז פאפולער און לויפט אויף אלע דריי פארטייען. "פאליטישע פארטיי איז נישט קיין וויכטיגע זאך די עיקר איז וואס מען טוט אויף פאר די איינוואוינער"


JP
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:23 pm#21
יוגענטליכער שאפט ספעקטאל מיט ארויפקריכן אויף טראמפ טאוער
ניו יארק סיטי – א ספעקטאקל האט זיך נעכטן אפגעשפילט אין מאנהעטען ווען א מאן איז "געקראכן אויף די גראדע ווענט" און ארויפגעקלעטערט די טראמפ טורעם אויף די 5טע עוועניו קעגן איבער צענטראל פארק, די רעזידענץ און אפיס געביידע פון דעם פרעזידענטליכע קאנדידאט דאנאלד טראמפ. דער צוואנציג יעריגער יונגערמאן פון ווירדשיניע האט זיך באנוצט מיט "סאקעט קאפ'ס" וואס ציט אריין די לופט און באהעפט זיך שטארק צו די גלאז (אזוי ווי די אונטערשטע זייט פונעם ל"ג בעומר שיסער...) און האט זייענדיג אין די לופט קאמיוניקירט מיט די פאליציי וואס האבן אים פרויבירט צו איבעררעדן צו אויפהערן, די פאליציי האט אויפגעבראכן עטליכע גלאזענע ווענט אין די דרויסענדיגע זייט פון די געביידע אין א פארזוך אים צו כאפן.

בלויז ווען ער איז שוין געווען אויף די 21סטע שטאק איז זיי געלונגען אים צו כאפן, זיי האבן אים אריינגעשלעפט דורך א לאך וואס זיי האבן דארט געעפנט. דאס האט גענומען ארום דריי שעה ווען די גאנצע צייט האבן טויזענטער צוקוקער מיטגעהאלטן דעם ספעקטאקל און נאך מיליאנען מענטשן אויף לעבעדיגע טעלעוויזיע. ווען די פאליציי האט אים גענומען אונטער ארעסט האט ער ערקלערט אז ער האט בלויז געוואלט האבן א מיטינג מיט דאנאלד טראמפ, אבער די פאליציי איז נישט צופרידן פון אזא צוגאנג און ער וועט ווערן היינט געברענגט ווערן פאר א ריכטער ווי ער וועט ווערן אנגעקלאגט אויף עטליכע קלאגעס פון שטעלן אנדערע אין געפאר, און קרימינאלע טרעספעסינג.

JP

ניו יארק סיטי – אלע מידיא סטאנציעס איבער'ן לאנד זענען נעכטן געווען פארנומען פאר עטליכע שעה אין א ציה צו דעקן אן אינטערעסאנטן און מאדנעם ספעקטאל, ווען א פארשוין האט זיך גענומען קריכן ארויף אויפן "טראמפ טאוער", די געביידע וואו דאנעלד טראמפ פארמאגט זיין היים און זיינע קאמפיין הויפטקווארטירן, דורכ'ן נוצן ספעציעלע "סאקשען קאפּס" מיט וועלכע ער האט זיך אנגעהאלטן צו די דרויסנדיגע ווענט און געקראכן פאר דריי שעה אין א ציה.

די קריכעריי האט צוזאמגעברענגט הונדערטער מענטשן אויף די גאסן ארום וועלכע האבן זיך צוגעקוקט מיט נייגער, וואונדער און זארג וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזן, און מיליאנען איבער'ן לאנד וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן לעבעדיג דורך די נייעס. אינמיטן וואס דער פארשוין איז געקראכן, אלס א שטאק העכער און העכער, האט מען געהערט פון די ניו יארק סיטי פאליציי באאמטע, אז יענער האט זיך אידענטיפיצירט אלס "סטיוו פון ווירדזשיניע" און האט געזאגט אז ער וויל זיך טרעפן מיט טראמפ.

"סטיוו" האט אויך געהאט ארומגעשיקט א ווידעא אין די מינוטן בעפאר ער האט אנגעהויבן ארויפקריכן, וואס אין די ווידעא ערקלערט ער די סיבה פארוואס ער האט באשלאסן ארויפצוקריכן. ער זאגט אז ער האט עפעס גאר וויכטיגע זאכן וואס ער וויל איבערשמועסן מיט טראמפ און ער ווייסט אז סתם אזוי וואלט ער קיינמאל נישט געקענט צוקומען צו טראמפ, און וועגן דעם האט ער באשלאסן ארויפצוקריכן די געביידע, וויסנדיג אז אזוי וועט ער זיך קענען טרעפן מיט טראמפ – וועלכער איז למעשה ניטאמאל געווען אין די געביידע בשעת די דראמא האט זיך אנטוויקלט.

א שטארקע זארג ביי די פאליציי איז געווען אז זיינע "סאקשען קאפּס" וועלן אויפהערן ארבעטן און ער וועט אראפפאלן צו דער ערד. די פאליציי האבן ארויסגענומען עטליכע פענסטערס, ביז זיי האבן באוויזן, ווען דער פארשוין האט שוין געהאלטן ביים 21'סטן שטאק פון די 58 שטאקיגע טאוער, אים אריינצושלעפן מיט א שנעלקייט דורך א פענסטער אריין אין די געביידע. זיי האבן אים ארעסטירט און מען האט אים ארויסגעפירט געווארן פון דארטן אויף א "סטרעטשער" די פאליציי האבן שפעטער געזאגט אז ער וועט אריבערגיין פסיכאלאגישע אונטערזוכונגען.

קה"א
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:38 pm#22
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
שיסעריי אין בארא פארק לאזט איבער איינעם טויט

היינט מאנטאג נאכמיטאג האט א שרעק און פאניק ארומגענומען עטליכע גאסן אין צענטער פונעם היימישן געגענט אין בארא פארק ווען עס זענען געהערט געווארן שיסערייען אויף ניו יוטרעקט עוועניו ביי 46סטע גאס, די שיסעריי האט אויסגעבראכן ארום 12:30 מיטאג, און דער אומגעקומענער איז א ווען דרייווער וואס איז געשאסן געווארן ביים רעדל, עס איז נאכנישט קלאר אויב ער איז געווען דער ארגינעלער ציהל פונעם שיסער. הצלה האט אריינגעפירט א איד וואס ווי עס זעט אויס איז ער געווען א פאסאנזשיר אינעם ווען.

פאליציי האט פאררופן א לעוועל 1 מאביליזאציע צו זוכן פאר דעם פארברעכער, און די גאסן ארום זענען געווארן אפגעשפארט אלס קריים סצענע. פאליציי זוכט צווי טונקל-הויטיגע פארשוינען וואס זענען אנטלאפן אין א רויטע ניססאן אויטא צו די ריכטונג פון די 8טע עוועניו, איינער מיט א פוירפל טי-שירט און איינע מיט א שווארצע העמד.
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 5:00 pm#23
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
פריימעריס פאר די דעמאקראטישע פארטיי היינט אין אלע היימישע געגענטער

אין די היינטיגע פריימעריס וועט מען וועלן קאנדידאטן פאר 63 סענאט זיצן, 150 אסעמבלי זיצן און 10 געריכטליכע פאזיציעס פון ריכטער. אין די בארא פארקער דיסטריקט פארמעסטן זיך צוויי היימישע קאנדידאטן אויף די פאזיציע פון ריכטער אין סיוויל קאורט, ר' מארטאן אביגדור, א אדוואקאט און געוועזנער געהילף פון קאנגרעסמאן ענטאני וויינער. און קעגן אים לויפט מרת רחל פרייער, אדוואקאט און גרינדער פון "סיסטער טו סיסטער" ארגאניזאציע. אזוי אויך איז דא וואלן פאר דיסטריקט לידער אין וועלכע עס איז נאר דא איין קאנדידאט ר' דוד שווארץ, געהילף פאר אסעמבלימאן ר' דוב הייקינד. אין וויליאמסבורג פארמעסטן זיך אדווארד איריזארי און סוזאן קווירק, ביידע אדוואקאטן פאר ריכטער פאזיציעס, און סטעיט סענאטאר דילאן לויפט פאר נאך א טערמין. די עסקנים טוען איבערגעבן פאר "פיינע נייעס" אז טראץ וואס עס איז מינדערוויכטיגע פריימעריס איז גאר קריטיש צו ארויסקומען און וועלן צו צייגן א וואל כח, און ברענגען די פאליטיקאנטן זיך צו רעכענען מיט די היימישע ציבור. אין מאנסי קומט אויך פאר גאר וויכטיגע וואלן ווי עס פארמעסט זיך ר' אהרן בנציון ווידער פאר אסמעמבלי פון איסט רעמעפא קעגן די קאנדידאטן פון פריזערוו רעמעפא וואס קוקן מיט א שלעכט אויג אויף די אויסברייטערונג פון די היימישע געגענטער.
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:27 pm#25
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
יא, מרת פרייער האט געוואונען די ריכטער אין צווילע געריכט פריימערי אין בארא פארק.
ר' בנציון ווידער האט געוואונען די פריימערי פאר די אסעמבלי אמט אין איסט רעמעפא.
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:50 pm#26
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
מעגליכע טעראר אטאקע אין מאנהעטן לאזט איבער דריי פאליציי אפיצירן פארוואונדעט

א טעראר סצענע האט זיך נעכטן אפגעשפילט אין צענטער פון מאנהעטן פארנט פון פען סטעישען, ווען א פארשוין מיט א 11 אינטש פלייש מעסער האט זיך ארויסגעלאזט אין א ווילדע שטעכעריי אטאקע, ער איז נאכגעלאפן מענטשן אויף די גאס, און ווען א אף דוטי פאליציי אפיציר האט אים פרובירט צו אפשטעלן האט ער פרובירט אים צו אריינשניידן אין האלז, און האט אים שווער פארוואונדעט, און שפעטער געשטאכן און פארוואונדעט נאך 3 פאליציי אפיצירן, פאר די פאליציי האט אים אומשעדליך געמאכט דורך שיסן 18 מאל.

דער פארשוין וועלכער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א 32 יעריגער מוסולמענער ביים נאמען אקראם דזשודא פון קווינס האט ערוועקט די פארדאכט פון די פאליציי ווען ער האט פרובירט צו ארבעטן אויף זיין קאר אין א פארנומענע גאס, און ווען די פאליצי האט אים קאנפראנטירט האט ער ארויסגעשלעפט א מעסער און דערשטאכן די פאליציי אפיציר, און דאן אנטלאפן.

דאס האט אנגעבוין א לענגערע געיעג וואס האט זיך געענדיגט מיט דריי פארוואונדעטע אפיצירן, און דער פארשוין איז קריטיש פארוואונדעט געווארן, און אפגעפירט געווארן אין בעלוויו שפיטאל. די אנדערע אפיצירן זענען אין א סטאבילע צושטאנד. פאליציי האט זיך דערווייל אנטזאגט פון באצייכענען די אינצידענט אלס א טעראר אטאקע, און ווי עס זעהט אויס האנדעלט זיך עס פון א גייסטיש אומסטאבילער מאן מיט א קרימינאלע רעקארד.

JP
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:00 pm#27
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
שווערע עקסידענט נעכטן אין בארא פארק,

א 12 יעריגער אינגל פון סטאלין ת״ת איז געפארן מיט זיין בייק צופרי אויפן וועג צום ביהמ״ד ווען א קאר האט אריינגעקלאפט אין אים און אים שווער פארוואונדעט, זיין העלמעט איז ממש צוריסן געווארן אויף שטיקער און ער איז דורכגעגאנגען א 3 שעה׳יגע אפעראציע אויפן קאפ, דער 24 יעריגער דרייווער איז נישט געווען שולדיג און האט נישט באקומען קיין טיקעט, די פאליציי האבן עס באצייכענט אלס "א עקסידענט".
די מצב זעט נישט אויס צו גוט, זייטס מתפלל פאר משה יהודא בן רחל מרים לרפו״ש בקרוב.

א"וו
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 12:12 pm#28
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
יוש... די העלמעט זעהט דאך אויס שרעקליך

זאל ער האבן א רפו"ש בקרוב ממש
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:02 pm#29
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
געכאַפּט אַטאַקירער פון מוסולמענער

ניו יארק – די ניו יארק סיטי פאליציי האבן אנגעקלאגט א 14 יעריג יוגענטליכער אין צוזאמהאנג מיט א רייע אטאקעס אויף מוסולמענער פרויען אין מאנהעטן. דער יוגענטליכער איז אנגעקלאגט געווארן אין האסן פארברעכנס. נאכ'ן ארעסטירט ווערן פארגאנגענעם פרייטאג, פאר'ן פרובירן אונטערצוצונדן די קליידונג פון א מוסולמענער פרוי, אין ברייענט פארק, מאנהעטן, עס איז געווען איינע פון דריי ענליכע אטאקעס וואס דער יוגענטליכער האט דורכגעפירט צוליב זיין האס קעגן מוסולמענער.

לייף דזשעקעטס אויסגעלייגט ביים ים

ניו יארק – אקטיוויסטן וואס פארלאנגען אז אמעריקע זאל אריינלאזן מער פליטים האבן אויסגעלייגט הונדערטער לייף-דזשעקעטס אויף די גראונדס נעבן דעם וואסער-ברעג אין ניו יארק סיטי, כדי צו ציען אויפמערקזאמקייט צו די ליידן פון די פליטים וואס פרובירן זיך ארויסצורייסן פון די מלחמה צוריסענע לענדער און אנקומען צו די פרייע לענדער אין די וועלט וועלט. די אקספאם אמעריקע גרופע, האט געזאגט אז פילע פון די לייף-וועסטס וואס זענען גענוצט געווארן אינעם אויסלאגע, זענען פאקטיש גענוצט געווארן דורך פליטים, קינדער און ערוואקסענע, און זענען צוזאמגעזאמעלט געווארן פון די ים ברעגעס אין גריכנלאנד. די דזשעקעטס זענען אראפגעשטעלט געווארן ביים וואסער, ביים ברוקלין ברידזש פארק.
דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 3:48 pm#30
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
איינער האט אויפגעהאנגען א ריזיגע פאן מיט א בילד פון דער רוסישער צאר ווילאדמיר פוטין אויף די מענהעטען ברידש...
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:27 am#33
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
זאגן זיי אז די סיין איז געווען צוואנציג ביי דרייסיג פיס גרויס!

מיינונג, א עטענציע זיכער...
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:25 pm#34
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
אין די מינוטן איז ארויסגעשיקט געווארן אן ״עמבער-אלערט״. דאסמאל צוליב א שלום בית קעיס...
די געשיכטע איז איבער א אזיאן-אפשטאמיגע פארפאלק מיטן נאמען Woo וואס האבן זיך אין די פארגאנגענהייט צוטיילט, ה״י. היינט אינדערפרי איז דער מאן ערשינען און אטאקירט די פרוי, און דענאך אנטלאפן אין זיין Kia Sorrento מיט זייער צוויי יעריג טאכטער, וואס איז געווען געקליידעד אין פינקע פידזשאמעס.

מכאן הקריאה יוצאת לכל בני הקרעטשמע, אויב האט איר דאס מינדעסטע אינפארמאציע וואס קען העלפן ראטעווען דאס קינד, וואס קען זיין אין א סכנה - לויט די פאליס, ווערט געבעטן זיך אנצורופן ווי אמשנעלסטן. אם לא בגינך צא בגין קרעטשמע...

בשורות טובות
מיטוואך מאי 10, 2017 1:24 pm#35
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
א פאסט אפיס ארבעטער אין ברוקלין איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס מען האט אויפגעדעקט אז ער האט אוועקגעווארפן אין מיסט טויזנטער ענוועלאופס און אנדערע פאסט וואס ער האט נישט דעליווערט צו די באשטימטע אדרעסן.
דער פארשוין, ווינסענט האלדער דזשוניער, איז ארעסטירט געווארן אין זיין ברוקלינער היים, וואו די אויטאריטעטן האבן געטראפן הויפנס פון די פאסט וואס ער האט נישט דעליווערט,
און דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער האט איבערגעלאזט עטליכע זעק מיט אומדעליווערטע פאסט אין א קראונהייטס מיסט קאנטעינאר א פאר וואכן צוריק.
אלעס אינאיינעם האט ער פארפעלט צו דעליווערן דריי טויזנט שטיקלעך פאסט,
און די פראקורארן זאגן אז דאס גייט שוין אן אזוי פון אינמיטן יאר 15'.
ער איז אנגעקלאגט געווארן אויף גניבה און אנדערע פעדעראלע קלאגעס, און איז באפרייט געווארן אויף פופציג טויזנט דאלער בעיל.

ד''א
מיטוואך מאי 10, 2017 2:09 pm#36
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
צענדליגער פראטעסטירער האבן נעכטן אפגעווארט דעם רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער, פאול רייען, וועלכער איז געקומען אויף א באזוך אין ניו יארק סיטי, וואו ער האט באזוכט א טשארטער סקול אין הארלעם, וועלכע איז באקאנט אלס די "סוקסעס אקאדעמי".
דער ציל פונעם באזוך איז געווען ארויסצוהייבן דעם סוקסעס פון די סארט טשארטער סקולס, ווייל די רעפובליקאנער ווילן ערזעצן אלע פובליק סקולס וואס די רעגירונג קאנטראלירט צו טשארטער סקולס וואס ווערן פריוואט קאנטראלירט.
ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער, מאליסא מארק וויוועריטא, האט אויסגעדרוקט אויפברויז איבער פאול רייען'ס באזוך, זאגנדיג אז מען מוז זיך פארזאמלען פארנט פונעם סקול און אים געבן צו הערן וואס די ניו יארק סיטי איינוואוינער האלטן פון זיינע לעצטיגע שריט אין קאנגרעס, און צענדליגער האבן זיך טאקע פארזאמלט און פראטעסטירט קעגן רייען'ס ראלע אין דעם טראמפ-קעיר ביל וואס קאנגרעס האט פאריגע וואך באשטעטיגט.
ד''א
דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:57 pm#38
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
ניו יארק – די סיטי קאונסיל באטראכט צו מעגליך אינסטאלירן א נייע סארט טראפיק סיגנאל ביי פארשידענע אינטערסעקשאנס איבער די שטאט וועלכע וועט אפשטעלן דעם פארקער פאר אלע קארס, באסעס, טראקס און ביציקלעך פאר א געוויסע צייט - אז פיסגייער זאלן קענען דורכגיין אין וועלכע ריכטונג זיי ווילן אומגעשטערט פון קיין אויטאס.
די סארט סיגנאל ווערט שוין טיילווייז באנוצט ביי עטליכע אינטערסעקשאנס אין די שטאט און ווערט ברייט באנוצט אין אנדערע פלעצער ווי לאנדאן, לאס אנדזשעלעס און אין וואשינגטאן די-סי. איינע פון די אינטערסעקשאנס געפונט זיך אויך אין יוניאן סקווער אין מאנהעטן.
טראנספארטאציע אדוואקאטן האלטן, אז דער סיסטעם וועט האלטן די פיסגייער פול זיכערער און זיי העלפן אריבערגיין די גאס
ד'א
מאנטאג מאי 15, 2017 1:13 pm#39
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
סטאטיסטיקס צייגן אז ניו יארק סטעיט פאליציי אפיצירן האבן פארטיילט אזויפיל ווי 14,542 טראפיק טיקעטס אין ניו יארק סיטי בלויז אין די ערשטע 4 מאנאטן פון היי יאר, וואס איז אן אסטראנאמישע העכערונג פון 759 פראצענט מער ווי אלע טיקעטס וואס סטעיט פאליציי אפיצירן האבן פארטיילט אין ניו יארק סיטי דורכאויס גאנץ יאר 16', ווען זיי האבן אויסגעשריבן בלויז 1,692 טראפיק טיקעטס אין די סיטי.
קוקנדיג נאך פריער זעהט מען אז די סטעיט פאליציי אפיצירן האבן אין יאר 15' פארטיילט בלויז 4 טראפיק טיקעטס אין די סיטי, און אין יאר 14' האבן זיי פארטיילט זערא.
די דראמאטישע העכערונג אין די צאל טיקעטס וואס סטעיט פאליציי אפיצירן פארטיילן אין די סיטי איז א דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומא האט ענדע יאר 16' פארארדענט אז 150 סטעיט פאליציי אפיצירן זאלן פאטראלירן די שאסייען, בריקן און טונעלן אין ניו יארק סיטי, אין א פאליטישע פאטש פאר סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא.
ד'א
דינסטאג מאי 16, 2017 11:48 am#41
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
א לאיער אין ניו יארק סיטי איז באשטראפט געווארן פאר'ן זינד פון צו שטארק פארטיידיגן זיין קליענט...
דאס האט פאסירט מיט'ן שטאטישן לאיער אמאטולא בוט, וועלכער איז געשטעלט געווארן דורך די פאליציי יוניאן באאמטע צו פארטיידיגן א פאליציי אפיציר ביי אן אויספארשונג.
דער פאליציי אפיציר דזשאן עסיג איז אויסגעפארשט געווארן דורך פראקורארן און ריכטער אינעם ברוקלין פעדעראלן געריכט אין סעפטעמבער פאראיאר, איבער דעם וואס א פארשוין ביים נאמען העקטאר קאדערא האט געזאגט אז אפיציר עסיג האט אים אומזיסט ארעסטירט פאר לעכערליכע און פאלשע דראג קלאגעס.
די ריכטער און פראקורארן האבן געוואלט הערן דעם אפיציר'ס זייט פון די געשיכטע און האבן אים געשטעלט עטליכע פראגעס, און אין לויף פון די פראגע סעסיע, האט זיך דער לאיער בוט אריינגעמישט אזויפיל ווי 600 מאל און געשריגן אז די פראגעס זענען נישט יושר'דיג, און באזונדער האט ער 20 מאל געזאגט פאר'ן אפיציר אז ער זאל נישט ענטפערן די פראגעס.
ברוקלין ריכטער שעריל פּאלאק האט דעריבער ארויפגעשטעלט "אומארדענונג" קלאגעס קעגן בוט, וועמענס פראצעס גייט זיין די וואך.
מיטוואך מאי 17, 2017 12:02 pm#42
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
די אמעריקאנער קאוסט גארד האט נעכטן אונטערגענומען אן אינטענסיווע זוך אקציע אין די וואסערן נעבן די באהאמעס אינזלען, נאכדעם וואס א קליינער פליגער איז פארשוואונדן געווארן העכערן וואסער, בשעת'ן פליען פונקט העכער'ן ארט וואס איז באקאנט אלס דער "בערמיודא דריי-עק", וואס דאס וואסער דארטן שלינגט אריין סיי וועלכע שטיק מעטאל עס פארט העכער דעם.
דער קליינער פליגער האט געטראגן א פאמיליע פון 4 מיטגלידער, אריינגערעכנט איינער פון ניו העמפשיר און דריי פון ניו יארק, און עס איז פארשוואונדן געווארן ארום 2 אזייגער מאנטאג נאכמיטאג.
קאוסט גארד זוכער האבן נעכטן שפעט נאכמיטאג געטראפן שטיקער ברוכווארג אינעם וואסער, בערך פופצן מייל פונעם באהאמעס אינזל עליוטערא, אבער דערווייל איז נישט קלאר צי עס איז טאקע פון דעם פארשוואונדענעם פליגער.
צייכענעס פון די קערפער פון די 4 פארשוואונדענע האט מען דערווייל נישט געטראפן.
ד'א
מיטוואך מאי 17, 2017 2:01 pm#43
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
"וואס דאס וואסער דארטן שלינגט אריין סיי וועלכע שטיק מעטאל עס פארט העכער דעם"

דאס איז בלויז איינס פון צענדליגע טעאריעס איבער די בערמיודע טרייענגל. מקורו איז פון א רש"י אין מסכת ברכות (דף ח, עמוד א): "כפיטורי בפי ושט - ים אוקיינוס יש בו מקומות שאינו מקבל ברזל, ומחברין לוחי הספינה על ידי חבלים וקלים שתוחבין בנקביו, ותוקעין אותו בדוחק לפי שהם גסין כמידת הנקב".
מיטוואך מאי 17, 2017 6:23 pm#44
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
ס'נישט קיין טעאריע, נאר א קינדערישע איינרעדעניש.

ס'זענען שוין דארט דורכגעפארן טויזנטער עראפלאנען אן איינגעשלינגען צו ווערן.
רש"י שרייבט נישט אז די יש מקומות זענען נעבן בערמודע.
זייער אום פראפעסיאנאל פון א צייטונג אזוי צו שרייבן.
דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:04 pm#45
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
די "wow air" לופטליניע פון אייסלאנד האט געמאלדן, אז זי וועט אנהויבן צושטעלן רייזעס פון ניו יארק סיטי, קיין ארץ ישראל, פאר'ן פרייז פון בלויז 149 דאלאר.
די פירמע איז באקאנט מיט אירע ביליגע עראפלאן רייזעס פון אמעריקע קיין אייראפע, פאר בלויז 99 דאלאר אדער צומאל אפילו 69 דאלאר.
די פירמע זאגט אז אירע נייע רייזעס קיין ארץ ישראל וועלן זיך אנהויבן אין סעפטעמבער.
עס וועט קאסטן 149 דאלאר פאר א וואן וועי טיקעט פון ניו יארק, באסטאן, שיקאגא, טאראנטא, און מאנטריאל, קיין ארץ ישראל.
אויך וועט מען קענען פליען פון לאס אנדזשעלעס און סאן פראנציסקא, פאר א פרייז פון 199 דאלאר איין וועג, און פאר בלויז 99 דאלאר פון אייסלאנד.
דאנערשטאג מאי 18, 2017 8:36 pm#46
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
און א קערי אן וויפיל העט קאסטן? און וואס איז מיט אלע אנדערע אונטער ערדישע טשארדשעס..? כ'מיין, פון ערגעץ פלאנען זיי צו מאכן געלט, זיי זענען נישט דא צו שטיצן די ירושלים'ע שלוחים...
מאנטאג מאי 22, 2017 12:33 pm#47
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
נעכטן האט מען געהערט שארפע קאמענטארן פון ניקאול מאליאטאקיס, א ניו יארק סטעיט אסעמבליפרוי פון סטעטן איילענד און רעפובליקאנער מעיאר קאנדידאט אין יאר 18', קעגן מעיאר ביל דעבלאזיא, אין וועלכע מאליאטאקיס האט געזאגט אז דעבלאזיא שפענדעט שווערע מיליאנען פאר'ן ערציאונג סיסטעם אין דער סיטי, אבער די איינוואוינער און פאמיליעס זעען נישט די רעזולטאטן דערפון.
מאליאטאקיס, וועלכע רעפרעזענטירט אויך טיילן פון ברוקלין, האט ספעציפיש אראפגעריסן דעבלאזיא'ס פלאן אפצושפארן רייקערס איילענד און עס ערזעצן מיט קלענערע טורמעס לענגאויס אלע 5 באראס, זאגנדיג אז דער פלאן גייט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן, ווייל ניו יארקער איינוואוינער ווילן דאס נישט. מאליאטאקיס האט פארשפראכן אז זי וועט קעמפן מיט ציין און נעגל אנידערצוזעצן דעבלאזיא פונעם מעיאר אמט.
ד'א
זונטאג מאי 28, 2017 1:02 pm#48
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
א מאנהעטן סופרים קאורט ריכטער האט געאורטיילט אז די ״יו-פי-עס״ שיפּינג פירמע מוז באצאלן 247 מיליאן דאלער פאר ניו יארק סיטי און ניו יארק סטעיט, איבער דעם וואס זיי האבן צוגעלאזט אז אומלעגאלע האנדלער פון ציגארעטלעך זאלן שיקן ריזיגע שיפמענטס פון ציגארעטלעך און זיך ארויסדרייען פון דארפן באצאלן די ספעציעלע טאבאקא שטייערן, וועלכע זענען אין ניו יארק פון די העכסטע אין לאנד.
ניו יארק האט שוין אריינגעגעבן די אנקלאגע קעגן יו-פי-עס אין יאר 15׳, זאגנדיג אז יו-פי-עס האט ווילנדיג געהאלפן די הענדלער זיך ארויסדרייען פון באצאלן שטייערן און צו פארפלייצן די ניו יארקער שטעט מיט ציגארעטלעך, שעדיגנדיג דאס געזונט פון מיליאנען איינוואוינער.
די פירמע האט זיך פרובירט צו פארטיידיגן אז זי קען נישט אזוי גוט באוואכן פונקטליך וואס עס ליגט אין די 1.6 מיליאן פעקלעך וואס זי ליפערט טעגליך, אבער דער מאנהעטענער ריכטער האט צוגעשטימט מיט ניו יארק און פארארדענט יו-פי-עס צו באצאלן די גרויסע געלט שטראף.
ד'א
זונטאג מאי 28, 2017 2:46 pm#50
Re: נייעס פון ניו יארק און ארום
מיין מיינונג האט געשריבן:פארוואס איז נישט UPS גערעכט מיט זייער תירוץ?
ס'איז נישט קיין חילוק וואס די מעשה איז געוווען,
זיי האבן געבראכן א אגרימענט וואס זיי האבן געמאכט מיט די state אין 2005 אז זיי גייען שוין נישט שיקן קיין ציגרעטלעך צי unlicensed recipienb]
בלאט: 1 2