הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » היכל ה'קרעטשמע » ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

2 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #183
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג מאי 14, 2015 6:09 pm#1
Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג
ס'שוין מוצאי יום טוב.. ס'שוין באלד ערב יום טוב.. אבער ס'האט מיר גענומען א שטיק צייט ביז כ'האב געקענט כאפן דעם אטעם, פונעם פורים – פסח סעזאן, און ליתן ריווח בין פרשה לפרשה, לאזן מיר יעצט די קונדן אביסל רואיגער, און כ'קען זיך אוועקכאפן פארשרייבן ווי געהעריג די בינטעלע נאטיצן וואס כ'האב מיך פארצייכענט, בין גברא לגברא, בליצן וואס מ'טאר נישט פארגעסן, ווייל עס קען מהנה זיין אסאך יודען מיט זייערע געדאנקן און לענגערע שורות.
פון דאס מערסטע נאטיצן, איז אויפן נושא פונעם שפּייַזקראָם און ארום, איז מן הסדר אז כ'זאל דאס אפיר נעמען צוערשט, און כ'וועל פראבירן אניאגן וויפיל ס'וועט זיך ערלויבן און מ'וועט ממשיך זיין..
אוי כ'הייב נאר אן קוקן איבער די פולע נאטיצן, און כ'ווייס נישט גענוי ווי אנצוהייבן, און אין די זעלבע צייט קען איך נישט אויפהערן לאכן..
ס'דאך דא אלע סארטן ברואים אויפן וועלט, און אסאך פונעם מענטהייט פירן זיך אויף מיט די נאטורן פון פארשידענע סארט באשעפענישן..
איך זאג אלץ דעם מאמר אלץ כלל, אז אינעם געשעפט קען מען דערקענען דעם מענטשן, בכיסו, בכעסו ובכוסו..
ווען ס'קומט צו זיין קעשענע, אדער ווען ער ווערט אנגעצויגן, אדער ווען ער ווערט ווילד הונגעריג, וויאזוי ער פירט זיך אויף. אמאל מיטן דעת שולט על ההרגש, און אמאל... וועט איר לייענען אויספירליך..
ס'איז אינטערעסאנט אויך, וויפיל סארט פראגעס מ'קומט אלץ פרעגן, און כ'רעדט פון אסאך סארטן פראגעס, וואס ס'רוב האב איך נישט דעם ענטפער, פשוט ס'נישט קיין קשיא – ווייל ס'האט נישט קיין ענטפער.
ווייל ווען כ'האב א ענטפער, כאטש א לאכעדיגע ענטפער, געב איך עס גערן..
האב איך מיר דעם פארגאנגענעם בין הזמנים, גענומען די מיה, און געמאכט א ליסטע פון פראגעס 'בלויז' פון עטליכע טעג אין א רייהע.
איר האט די נייע 'דזשעלי ווערים'?
וואס? א זייף? א ספרעי?
ניין, א נאש פאר קינדער.. ס'איז א נייע זאך..
פאר פסח א דזשעלי ווערים, א נאש.. מ'האט שוין נישט געטראפן וואס צו זוכן.. און איך ווייס באמת נישט אלע מינים נאש און זייערע נעמען ווי די ווערים..
דא שטייט אין די רייהע א פארפרומטע, וואס רעדט באשיידן שטיל, אז מ'קען מיינען אז כ'בין טויב אז כ'פרעג איר איבער שוין דריי מאל, איך הער נישט וואס איר פרעגט..
הייבט זי אן די ערשטע זאץ שוין אביסל העכער.. 'איר האט די געפילטע...מממממ פון... ממממממ?
די שטילע טאן, שרייעט איבער אלע קולות אינעם ערב יום טוב סעזאן אין געשעפט, און כ'האב אפגעמאכט איך ענטפער אויך יעצט שטיל.. [ווייל כ'ווייס אפילו נישט די פראגע]
עממממ!!!! ממממממממממ....
און ראה זה פלא.. יענער איז צופרידן געווארן מיטן ענטפער.. מסתמא האט זי פארשטאנען אז ניין.. חחח
א צווייטער פרעגט מיר, צו מיר האבן אזא זאך ווי א 'כשר לפסח צינדער'..
א דריטער וויל וויסן, צו די פעטרישקע איז ביליגער, אדער גאר בחינם, ווייל ס'קוקט נישט אויס פריש..
ס'יא פריש! אלע פסח פראדוקטן קוקן אויס זאמד'טיג, און פארקערט אזוי קוקט אויס אלע ירקות אז מ'וואשט עס נישט.
אה.. איך האב געמיינט אז ס'גייט אין מיסט..
אה איר האט געמיינט ס'הפקר פעטרישקע..
זאגט נאר, איר האט אפשר די באקוקטע שאלאטן?
וואס פאר א פראגע, אלע מרור בלעטער זענען נבדק, נאר יעדע קאמפאני האט א אנדערענס השגחה.
ניין, איר פארשטייט נישט, ס'שטייט דערויף 'נבדק מן תולעים', דאס איז פאר א גאנץ יאר, אבער דאס מיינט די פאר פסח ווערים אויך?
[אויב איינער קען ענטפערן א פאסיגע ענטפער, איז געלאדענט אהער צום ברעטל..]
אוואו ליגן ניסלעך?
דארט פאר דיין נאז, אין פארענט..
זאגט מיר די אמת, ס'איז פרישע ניס?
[איך בלייב מיטן צונג אויסגעשפארט.. וואס מיינט פריש? אז מ'האט עס אראפגענומען פון בוים פאר אפאר שטונדען? אדער ס'קומט פון פאר'יאר? – און טאמער יא, וועל איך עהם עס מגלה זיין, קלערט ער?..]
כ'מוז דאך עפעס זאגן.. זאג איך, ווי לענגער איר וועט שפעקעלירן, אלץ עלטער וועט עס ווערן..

מוצאי פסח ממש אינדערפרי, פירן זיך מאנכע צו פרעגן, 'די ברויט איז געבאקן נאך פסח'?
געב א טיפערע בליק, אפשר יענער פראבירט צו מאכן א ווערטל.. ניין, יענער איז ערנסט, און כ'דערמאן זיך אז פאריאר האב איך אויך געהאט אזעלכע פראגעס פון עטליכע קונים.
וואס קלערן זיי? מ'האט עס געפרוירן איבער פסח? צו ס'ליגט אויפן פאליצע גאנץ פסח? די ברויט איז ווייעך.. קוים געבאקן.. און דער פרעגט צו ס'פריש געבאקן נאך פסח..
אוודאי איז עס פריש!! פריש געבאקן פריער..
איך פראביר צו זיין העפליך, און ענטפערן מענטשליך, כ'ווייס דאך נישט וואס ווירבעלט אין יענעמס מחשבות ארום.. און ער געבט נישט אויף..
די קארן פלעיקס און סיריעל איז אויך פון נאך פסח?
יא! מ'האט עס יעצט געשניטן פון פעלד.. און געברענגט מיט א העליקאפטער.. וואס קלערט איר?
ניין, ווייל די ברויט זאגט איר איז פריש..
ממילא? קלערט איר אז די סיריעל האט מען נעכטן נאכט ביים זמן פראדוצירט?

איר דעליווערט?
יא!?
ווילאנג געדויערט ס'זאל אנקומען צו מיין הויז?
געווענליך א שעה, אבער מ'קען זיך נישט אויסרעכענען.
א שעה? צו מער?...
כ'ווייס נישט!!
ווי קען איך וויסן ווען כ'וועל עס באקומען? ווייל כ'וויל נישט ווארטן צולאנג אויף די זאכן, און כ'קען עס נישט אהיימשלעפן אליין..
איך מיין איר זאלט זיך אריינזעצן אינעם באקס!.. וועט איר סיי וויסן פונקטליך ווען.. און אויך באלד האבן די זאכן ביי די האנט..
אבער איר דערליווערט שוין?
אוודאי! מ'ווארט נישט אויף קיינעם, ס'דא אסאך ארבעט.
אקעי ווייל כ'וויל נאך עפעס צו קויפן..
[מ'רעדט דא פון איינער וואס יאגט זיך.. און וויל שוין רעכענען, און וויל עס שוין באקומען אינדערהיים.]
כ'האף אז איר פארשטייט, אז מ'דעליווערט נאר, פאר אלעס אלעס, מיינט עס טאקע אלעס, איז באצאלט!
וואס הייסט? די אלטע חוב אויך?
ניין, נישט ממש, אבער כאטש די היינטיגע.
נו 'וואטס דע דעמיטש'..?
איר הערט א פראגע? איך קען דאך גוט מיינע קונים, ס'דא אזעלכע וואס קויפן איין, און באצאלן שיין, און ווען ס'קומט צום באצאלן, הער איך אנדערע אויסדרוקן.
א גוטע יוד איינער, פרעגט מיר געווענליך. 'וואס קאסט דעם פארגעניגען?'.
דאס הייסט א פראגע, ווייל ער ווייסט ער האט איינגעקויפט, און ער וויל וויסן, וואס ער וועט צאלן דערפאר, און צאלט טאקע אויפן ארט, אן קיין תרעומות, און געבט נאך צו פאר קרעדיט..
אבער דא זענען דא אזעלכע, וואס ווילן וויסן וויפיל כ'האב זיי געדעמיטשט.. מיטן פארקויפן פראדוקטן..
און איך זאג קלאר, די היינטיגע ביל? דריי הונדערט ניינציג, און זיבעצן צענט!!!
וואאאאס? אזויפיל געלט?
און איך פרעג צוריק, איר האט דא איינגעקויפט 'אכט באקסעס', אזויפיל עסן???
[[המשך יבוא]]
מאנטאג מאי 18, 2015 6:19 pm#2
Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג
ס'קומט זומער, און מיט דעם קומען מיט, די סעזאנאלע זומער פרוכטן, ווי רובארב נעקטארין און קארזשן, אזוי זענען פארהאנען אויך מענטשן, וואס שלאגן אויס לויט די צייטן.
גענוי ווי עס איז פארהאנען א שטונדן גלאז - זאמד זייגער, א זון זייגער, א וואסער זייגער, יא? אזוי וואלט איך ביים ארבעט ארום די יאר – נישט געדארפט האבן קיין צייטן ווייזער.
ווייל אז איך זעה בערל איז דא.. דאס מיינט אז ס'איז זונטאג.. ער קומט זען אויב ס'שוין דא די פרישע ברויט.
נישט אז ער וויל קויפן, נאר ער וויל זען אויב אונז זענען דעם וואך ביליגער, ווי די געשעפט אקעגן איבער..
אז יודל איז דא, מיינט דאס אז ס'איז ערב שבת.. ער קומט פרייטיג.
מיטוואך ניין אזייגער, מיינט מרת גרין! כאטש מ'האט איר שוין פארציילט - וואך איין וואך אויס, אז די פרישע פיש אויף שבת, וועט נישט זיין פאר נאכמיטאג, וויל זי יעצט באצאלן דערפאר.
זי קומט צוריק נאכמיטאג עס אפנעמען.. ס'קוקט אויס ווי זי האט זיך א נדר געמאכט, אז פיש קויפט מען אינעם באגינען.
מאנטיג - ווען די וואנט-זייגער קלאפט 9:00, אן קיין סעקונדע אפגעריקט, און רעבעצין ד. איז דא!
אז כ'וועל אנקומען אביסל שפעט צו עפענען דעם געשעפט, דארף איך נאר הערן 'וויפיל' טענות יענע מיסיס האט, דעמאלטס ווייס איך גענוי, אז כ'בין צען מינוט שפעט, ווייל זי שטייט שוין ביים טיר פופצן מינוט.. ווייל אולי ואולי וועט איינער עפענען פאר די צייט, וועט זי זיך קענען אריינכאפן..
אז יאנקל איז דא, מיינט עס אז מ'האט שוין פארשפארט צוואנציג מינוט צוריק.. און מרת בלום האלט נאך אינמיטן איינקויפן און מענדל זוכט שוין וואס איז איבערגעבליבן.. און איין רעכענער איז אנטלאפן, מיט פארמאכטע אויגן וועל איך זאגן – יעצט איז זיבן אזייגער אווענט!
אז די זון איז פארוואלקענט און איין רעכענער האט אפגעפיצט, דאס מיינט ס'איז 'ווינטער ערב שבת ביי חצות.
ס'איז א געשטאפטע געשעפט מיט קונים, און די צווייטע רעכענער האט אפגעפיצט, יעצט איז ערב ראש השנה האלב נאך איינס, דער רבי נעמט יעצט קוויטלעך..
אז מרת עפל פרעגט ווען קומען די יאגדעס, ווייס איך אז ס'מוצאי פסח, ווייל גענוי אין צוויי חדשים ארום, איז די סטראבערי סעזאן..
און ווען ס'איז ספירה און ווען ס'איז בין המצרים, און ווען ס'איז מותר מוזיק, און ווען ס'איז אסור צו לאכן.. פאר יעדע זאך, זענען דאנקן גאט דא קאסטומערס וואס האבן זייער מצוה פון תוכחה, דעמאלטס ווייס איך גוט, ווי מ'האלט אינעם יאר.

וויאזוי ווייס איך אז ס'איז ראש חודש? פונקט אזויווי איך ווייס, ווען ס'סוף זמן קידוש לבנה.. ווייל ווען ברוך קומט צו אונז איינקויפן – און אויפשרייבן.. מיינט עס אז צוויי וואכן ארום 'ווי א זייגער', קומט חיים.
זיי זענען פון די סארט לייטן, וואס יעדע וואך זעצט מען אן א צווייטע געשעפט, ס'איז צעטיילט אין פיר חלקים, יעדן וואך אין חודש ערגעץ אנדערש, ביז די רעגירונג האט רחמנות, און שיקט אריין געלט אין זיין עסן קארטל, קלונגט ער מיר שוין אן, כ'האב שוין קרעדיט???
אפילו די 'למספרם' ווייסעך גוט, ווייל ווען מ'זאגט מיר, 'מארגן באקום איך פוד סטעמפס', געב איך נאר א קוק אויפן נאמען, אה משפחת שווארץ - ווייס איך ס'איז די אכטע אין מאנאט, ברוין? ס'איז די ערשטע..
איך דארף נישט אויפהייבן די ברעמען, און קוקן אויפן זייגער, ווייל יעדע פאר מינוט שרייעט א צווייטע פרוי, פליז יאגט אייך צו, כ'וויל נאך כאפן די שאטל.. דאס מיינט, ס'איז אריבער נאך צען מינוט!
פרעג איך אייך רבותי, איך דארף א זייגער? איך דארף א קאלענדער? איך שפיר עס אויפן הויט.

[[המשך? אקעי המשך קומט..]]
בלאט: 1 2