ארטיקלען פון מנשה לוסטיג
אין אימייל ערהאלט איך פון צייט צו צייט געשמאקע און זאפטיגע אנאליזן פונעם באגאבטן חרדי'שן שריפטשטעלער און אקיאטאר הרב מנשה ליסטיג הי"ו.
לאמיר אלזא אויך מהנה זיין דעם עולם מיט זיין ווערק. ובזה החלי.
א גוט מארגן! ס'איז שוין ערב שבת נחמו.. מ'וואשט זיך שוין געהעריג.. יא! מ'מעג זיך שוין ענדליך איבערטוישן די בגדים, זיך שערן און אפשיילן פון זיך די אומעטיקייט.
פארן כלל האנושי איז דאס א בשורה טובה, אז ווילאנג מ'האט נישט געקענט, האט מען דאך נישט געקענט, האט מען געשטינקן פונעם גלות..
אבער יעצט מעג מען דאך שוין!!?ר' בערל.
איך האב געמיינט אז טאקע די לעצטע דריי וואכן, וויבאלד די ניין טעג איז אייער אושפיזין, האט איר שוין מקדים געווען פון תמוז, און נישט געטוישט קיין וועש, און נישט אפילו געבארשט די ציינער! ווייל חורבן בית המקדש.
אבער יעצט איז דאך שוין מוצאי? ס'מער נישט חול המועד, ס'מער נישט בין המצרים, ס'ערב שבת קודש!
קען זיין, ער קלערט גאר, אז ס'נאך שיתסר ושיבסר.. און אלץ ספיקא דיומא – נישט עובר צוזיין אויף א הלכה, דערפאר שמעקט ער נאך צו מיט א שמיץ אריבער דעם תשעה באב סעזאן.
אבער ניין! ער איז א לעבנס לענגליכער שטונקער, און האלט זיך נאך גוט דערמיט, אז ער איז א כאניאק!
וואס איז דאס א פרומקייט? איר גייט נישט אין שויער ווי גרויס די יאר איז, און טוישן די וועש?? פארוואס – פרעגט זיך ארויס פון זיינע שטונקעדיגע ד' מאות פרסה, פארוואס? וואס פעלט 'דאס' אויס?
און איך הייב אן קלערן, אפשר בין איך גאר דער שייגעץ, אז איך געב יא אכטונג אויף מיין היגיענע, אויף מיין זויבערקייט, עפעס א רוח פון מאדערנעזירן זיך..
איך האב שוין אסאך געהערט אמאל די טענה פון יענע סעקטע שטונקערס, אז מ'דארף נישט אזויפיל נאכגעבן דעם גוף.. אדער מ'טארנישט זיין אזוי עמפינדלעך, אדער היימישע מאכן נישט קיין עסק, און אדרבה מ'טאר גאר נישט אלץ חסידות אויס לויפן אין שויער אריין אין א פאלנע וואכן טאג, עפעס זכר למקדש כהילל.
איך טרעף ר' בערל'ן ערב פסח, און ער זאגט מיר, היינט זעסטע? היינט גיי איך אין שויער לכבוד יו''ט – צו ס'פעלט יא אויס צו נישט..
איר הערט א אויסדרוק?
וואס איז מיט בל תשקצו? וואס איז מיט ואהבת לרעך כמוך? וואס איז מיט נקיות? ווי איז בכלל די מקור אז מ'מוז שטונקן צו הייסן א ערליכע יוד? ווי איז די קידוש שם שמים, אז לויפט אריין אין מקוה – און דאס דארף דינען אנשטאט א רחיצה משבת לשבת?
איז דאס שעצונג צו א מקוה? אריינצוטאנצן דערין אן קיין הכנה. איז דאס אויסגעהאלטן להלכה – צו דאווענען מיט תפילין אויפן קאפ, און א ווייט שטונקענדע קערפער ביז יריחו?
און ווען איך גיי אריין אינעם מוהט, פון אויספארשטן וועלכע סארט שמעק דאס איז, לויט יענעמס טענה, אז ער האט דווקא יא געטוישט די וועש, נו וואס עפעס שמעקט ער פון פארברענטע ראבער - געמישט מיט פארדארבענע פיש?..
עס דערמאנט מיר, פון יענער וואס האט געטוישט די זאקן, די רעכטע צו די לינקע און די לינקע צו די רעכטע..
צו וואשט יענער זיינע וועש מיט הערינג שטויב? צו מיט פעדערן פון די כפרות?..
ממילא דער גוי, דער ארבעטער וואס רייניגט די גאסן, צו ארבעט עבודת הפרך, און אז ער שטונקט, אז ער גייט ארום ווי א מיסט קאסטן, נו האט ער דאך נישט קיין סיבה אויף נישט, ביי עהם איז נישטא די הלכה פון נקיות, פון הכן לפני ה' אלוקיך, פון הכנה לשבת ויו''ט, און מענטשליכקייט בכלל.
אבער א ערליכע יוד, א חסידישער יוד, א מדקדק בקלה כבחמורה, וואס ווייסט גוט די אונטערשייד פון 'זיך נישט נאכגעבן אלץ' צו להבדיל 'זיך נאכלאזן דאס געזונט און ריינקייט'.
א כאניאק איז ריין די בגדים, נאר נישט אויסגעהייצט און גלאט געפאסט, אבער שמוציג? שטונקענדיג? דאס פאסט קוים פאר א שמידער נאכן ארבעט, אוודאי נישט א בן תורה, וואס זאגט ארויס שטיקער זוהר און מדרשים בטהרה.
אמת טאקע, אז צו לויפן אין שויער און זיך פיצן יעדן טאג, איז נישט קיין הכרח ווי א חיוב, טאקע די אמת'ע ערליכע יודן, וואס מכח קדושת התורה מיט וואס זיי זענען עוסק בתמידות, ווערן זיי ריין פון די זוהמה וואס קלעבט אויפן געווענליכער מענטש, און מ'געפונט נישט קיין פלוג אויף זייער טיש און קיין פלעק אויף זייערע בגדים.
דאס איז יחידי סגולה וואס מיינען עס פאר א אמת! אבער ווילאנג דו ביסט נישט יענס, און די טענה איז נישט אויפן קנייטש פונעם העמד, נאר אויפן שווארצן ריח דערפון, זאלט איר מוחל זיין און זיך זאפארט איבערטאן.
איר דארפט נישט ווערן קיין פיין שמעקער, ס'גענוג אז איר פאסט אויף, צוזיין א ריינער פרישער מענטש, וועט ממילא אוועקפאלן די מרה שחורה צו יעדע צייט, און די שלום בית און די בין אדם לחברו און אויך בין אדם למקום וועט זיין אסאך מער א גינסטיגע.
ביטע! מיט פארגעבונג אויף מיין גראבע שפראך.