Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
איז א מצוה צי היטען אויף די גרעניצען פין ארץ ישראל, און א מצוה צי וואוינען און ארץ ישראל, און א מצוה זיך צי שלאגען מיט די שונאי ישראל וואס פרובירען צי אונטערשאצען מדינת ישראל זיכערהייט,
מען ברויך צי טוהן וואס מען קען דא, און דער באשעפער היט זיין לאנד, ווי מ'זעהמער טאקע נסי ניסים יעדען טאג אין ארץ ישראל,
קיינער זאגט נישט אז מען האלט שוין ביי עולם התיקון, אבער ס'דא אזוי פיהל וואס צי ליב האבען, קומען געוויסע און זיכען אלץ אויס וואס צי פיינט האבען, צי שרייען אין חלילה שעלטען, מיט אהבה טוט מען אסאך מער אויף ווי מיט האס און פיינטשאפט,
גענוג מיט די שנאה, גענוג מיט די האס, ס'וועט סייווי נישט העלפען, די מדינה איז מין השמים, ס'נישט פין דער אדער יענער וואס האט עס כביכול געמאכט מיט כוחי ועוצם ידי, ארץ ישראל קען מען נישט נעמען מיט כוח, דער באשעפער האט געוואלט אז די אידען זאלען אנהייבען צירוק צי קומען צי די שויס פין זייער לאנד, ס'איז א חלק פין די תהליך הגאולה, וואס ציביסלעך שיינט עס מער און מער ביז מיר וועלען זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה,