שלום עליכם, ווער זענט איר?

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #22
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יולי 01, 2014 9:17 am#1
שלום עליכם, ווער זענט איר?
איך וואלט מציע געווען פאר די וואס האבען שוין זיך איינגעשריבען דא אינעם ''קרעטשמע'' און די וואס וועלן זיך בעתיד דא אריינשרייבען אינעם ''קרעטשמע'', אז מען זאל פארשטעלן א וויזיע פארוואס און פארווען מען האט זיך צוגעכאפט דא צום מקום, און וואס מען צילט דא צו ערייכען.

עס פאסט טאקע נישט תיכף ביים מקדם זיין א גאסט אים צו כופה זיין דערצו אז ער מיז דאס צושטעלן, אבער לתפארת ה'קרעטשמע וואלט געווען א פאסיגע זאך, ווען יעדער וואס קען באשטיין, זאל קלאר ארויסשרייבען ווער און וואס האט אים געברעגט דא צו קומען מהנה זיין דעם ציבור.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:42 am#3
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
די עצם אויסשטעל פון די תקנות ואופן וויאזוי די פירערשאפט גייט זיך דא מטפל זיין מיט די סופרים, אט דאס און נאר דאס האט געברענגט פאר מיר ''ראשעקאל'' זיך צו באזעצן דא, האפענדיג אז נאך אידען וואס ווארטען צו הערן און שמועסן על דא ועל הא אין א לופטיגערע אטמאספערע מער ווי די ביז היינטיגע פלעצער, וועלן קומען זיך כאפען דאס הארץ דא.

ווי באקאנט האט יעדער וועלט'ל באזינדער וואס עקזיסטירט שוין פארמאגט זיינע שרעקליכע צמצומים, וואס האפענטליך וועט די ציבור דא זיין אויסגעהיטען דערפון, וועל מיר ווארטען אז די פירער דא זאלען נאכקומען די פארלאנג פון @ריסקעווע און אפיציעל אהערשטעלן זייער וויזיע.
דינסטאג יולי 01, 2014 7:40 pm#9
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום וברכה!

מיין נאמען איז שלומיאל, איך בין אנגעקומען דא אין קרעטשמע דורך א גוטער חבר וואס האט מיר געשיקט א לינק אהער, און איך האב זיך תיכף צוגעכאפט דא צום מקום מיטן ציל צו בארייכערן דאס פלאץ און עס ארויפברענגען אויף א הויכן ניווא.

יה"ר שחפץ ה' בידינו יצליח, ונזכה לרומם ולפאר ה'קרעטשמע' על במתי הנעלה באופן מאוד נעלה.
דינסטאג יולי 01, 2014 8:46 pm#10
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
א גוטן אװענט אידן. איך בין נאך אײנער װאס האפט אז דא װערט זײן מער אנגאנעם װי אין די אנדערע פארום(ס). בעיסיקלי װאס איך קיק ארויס אויף איז צו האבן א גהעריגע
רילעישענשיפ מיט די חברים דא. נישט אז מען זאל נאר האבן אן ענגע קליקע װאס לײקן זיך אהין און צירוק נאר ענטפער מיר! איך דארף נישט אזוי שטארק דײן לײק װי איך
װיל מען זאל עפעס ענטפערן. קענסט מיר ענטפערן אן רעדן צום זאך אדער אנשײגעצן אבער ענטפער מיך!
מיטוואך יולי 02, 2014 10:10 am#11
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
צדיק אחד האט געשריבן:א גוטן אװענט אידן. איך בין נאך אײנער װאס האפט אז דא װערט זײן מער אנגאנעם װי אין די אנדערע פארום(ס). בעיסיקלי װאס איך קיק ארויס אויף איז צו האבן א גהעריגע
רילעישענשיפ מיט די חברים דא. נישט אז מען זאל נאר האבן אן ענגע קליקע װאס לײקן זיך אהין און צירוק נאר ענטפער מיר! איך דארף נישט אזוי שטארק דײן לײק װי איך
װיל מען זאל עפעס ענטפערן. קענסט מיר ענטפערן אן רעדן צום זאך אדער אנשײגעצן אבער ענטפער מיך!

צום פונקט ! גענוי פאר די סיבה איז דער בדחן אהערגעקומען, איך האב די זעלבע האפענונג ווי דיר.
מיטוואך יולי 02, 2014 9:00 pm#13
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלמה'לע האט געשריבן:שלמה דיין קנעכט


"שלמה דיין קענכט" דערמאנט מיר פון עפעס וואס ברענגט מיר ארויף א שמייכל...

מיר האפן איר זאלט אויך זיין אזוי ציקער זיס..
זונטאג יולי 06, 2014 3:16 am#14
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
ראש הקהל האט געשריבן: וואס וועט דא זיין בעסער ווי איי וועלט און פון קאווע שטיבעל? סארי סאו בלאנט!


ס'מעסט זיך נישט לויט קאווע שטיבל אדער איי-וועלט, יעדע פלאץ פארעמט זיך אויס מיט א צווייטע פלעיווער, עמער זעהן וויזוי ס'וועט זיך אויסקאכען,

ראש הקהל האט געשריבן:קען מען מאכען דו קנעפלעך אין אידיש און אין ענגליש? איך פארשטיי נישט אזוי גוט קיין העברעיש.

דאנקע,
אלטער איד פון דערהיים נאך.


ס'האלט אינמיטען ווערען איבערגעטייטשט אויף אידיש, געווסע זאכען זענען שוין אידיש, און די איבריגע וועט אי"ה נאכקומען מיט די צייט,
זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:27 am#15
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם טייערע אידן,

איך האף אז דא וועט ווערן דאס מקום אויף וועלכן איך ווארט, לויט די תקנות קוקט מיר אויס אז דאס איז דאס, הלוואי עס זאל זיך אויסארבעטן, וחפץ ה' בידכם יצליח.

אה, וואס איך זוך? א ערליך מקום, ווי אויבער-חכם'דיגע דעות כוזבות - אזעלכע וועלכע זענען קעגן די מיינונג פון דעם ערליכן ציבור (איך ווייס אז דאס איז זייער שווער צו דעפינירן, אבער דאך) - וועלן נישט טאלערירט ווערן, אבער אין די זעלבע צייט זאל מען יא קענען אויסשמועסן נושאים מיט א ברייטקייט, מער נושאים ווי אין אן אנדערן מקום, און בעיקר, אן דעם זארג אז באלד גייט עס געמעקט ווערן.

די לייק אפשען איז אויך א גרויסע מעלה ביי מיר.

זיך צום ווידערזעהן ברודער.

הצלחה,
טהור עיניים
זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:09 pm#16
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
טהור עיניים האט געשריבן:שלום עליכם טייערע אידן,

איך האף אז דא וועט ווערן דאס מקום אויף וועלכן איך ווארט, לויט די תקנות קוקט מיר אויס אז דאס איז דאס, הלוואי עס זאל זיך אויסארבעטן, וחפץ ה' בידכם יצליח.

אה, וואס איך זוך? א ערליך מקום, ווי אויבער-חכם'דיגע דעות כוזבות - אזעלכע וועלכע זענען קעגן די מיינונג פון דעם ערליכן ציבור (איך ווייס אז דאס איז זייער שווער צו דעפינירן, אבער דאך) - וועלן נישט טאלערירט ווערן, אבער אין די זעלבע צייט זאל מען יא קענען אויסשמועסן נושאים מיט א ברייטקייט, מער נושאים ווי אין אן אנדערן מקום, און בעיקר, אן דעם זארג אז באלד גייט עס געמעקט ווערן.

די לייק אפשען איז אויך א גרויסע מעלה ביי מיר.

זיך צום ווידערזעהן ברודער.

הצלחה,
טהור עיניים

שלום עליכם טהור'ל טאקע א חשובער גאסט טאקע פאר אזעלכע וואס זיכען אזעלכע סארט מעלות און תקנות האט זיך דער ארט געגרינדעט מיר האפען פון דיר נאך אסאך צו נהנה זיין
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:42 pm#17
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
וויייס איך דען פארוואס איך בין יעצט דא? כ'גיי ליידיג פון צייט צו צייט, דא און דארטן טראכט איך וועל איך האבן עפעס צוצולייגן, זאל איך קודם האבן א ניק
דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:59 pm#18
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
מעכל ! וועלקם אבאורד, מאך דיך באקוועם און היימיש.

טהור'ל, אזא גאסט מאכט זיך נישט יעדן טאג. ס'איז אונז א כבוד און א שטאלץ.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 1:46 pm#19
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם, איך האף דא צו געפינען מער צופרידענהייט ווי אין די אנדערע אידישע שטיבלעך אויפען געוועב וואס זענען ידוע מיט זייערע מעלות וחסרונות
איך פלאן דא צו שרייבן אינעם בולעטין אשכול, קורצע עפיזאדען.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 2:11 pm#20
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם אייך ר' בולעטין.

יהא בואכם לברכה ולהרמת קרני הקרעטשמע.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:38 pm#21
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם איך האב זיך נאכנישט באגריסט געהעריג מיטן ציבור דא איך בין דא ווייל איך גלייך פרישע זאכן אין איך זייענדיג שטארק "אינפארמירט" האף צי דערהייבן דער קרעטשמע אויף העכערע שטופעס
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:31 pm#22
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם אייך טייערע ברודער
קערנדיג די קוימען האב איך ערהאלטען א ביפ פון א חבר הקרעטשמע אז דא קען מען זיך גאנץ פיין ליפטערן אינמיטען די שווערע ארבעט
האף איך ס'אמת
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:04 pm#23
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
איך בין ניק ניק ניק ניק ניק.

נאך עפעס? יא, איך האב זיך איינגעשריבן דא אזוי ווי איך בין שוין נישט אין ישיבה און איך האלט נישט מיט די (אידיש) פאליטישע נייעס, וויל איך אבער יא מיטהאלטן אבער על טהרת הקודש נישט ווי ק"ש אדער ה"פ, פארדעם בין איך דא. האף איך אז ס'וועט ווערן אפדעיטעד.
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 6:40 pm#24
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
אה ניק ניק איך בין אויך דא פאר די סיבה, לאמיר האפען עס זאל מיט די צייט אויפכאפען און מען זאל עטה''ק קענען ליינען אינטערסאנטע ידיעות
מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:27 pm#25
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
טהור עיניים האט געשריבן:

מיין עיקר באגער

דא זאל מען יא קענען אויסשמועסן נושאים מיט א ברייטקייט,

מער נושאים ווי אין אן אנדערן מקום,

און בעיקר, אן דעם זארג אז באלד גייט עס געמעקט ווערן.

די לייק אפשען איז אויך א גרויסע מעלה ביי מיר.


הצלחה,
טהור עיניים


נו? דיין באגער איז ערפילט ?
מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:41 am#26
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם! איך האב מיר איינגעשריבען דא, וייל לויט די תקנות און פרינציפען פון דעם מקום, זעהט עס אויס צו זיין דער שביל הזהב פון צווישען די אנדערע באקאנטע פלעצער. איי דערווייל דערהייבט זיך עס נישט?, טאקע א קושיא, אבער וויבאלד איך שפיר אז ס'דא א צורך פאר אזא פלאץ און עס ערפילט א געוויסע חלל, האף איך אז ס'וועט זיך צום סוף יא אויסארבייטען בעז"ה.
מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:05 am#27
שלום עליכם, ווער זענט איר?
באמת, מי אנכי? אונז האבן דאך געלערנט, "אין אורח מכניס אורח" און איך בין דאך קוים אריינגעקומען דא, איז ממילא ווי קען איך דיר אויפנעמן?
שתי תשובות יש בדבר;
הא' אז איך בין שוין גענוג היימיש דא, והא ראי' אז מ'האט געפענט א ספעציעלע ווינקל (פארום בלע"ז) פאר מיר, טעכנעלאגיע. והשנית אז איך בין יעצט די איינציגסטע אינם קרעטשמע, איז נישט מער ווי גערעכט אז איך זאל אויפנעמן די אלע וואס שפאצירן אריין דא.

ממילא נעם איך דיר אויף, איך זאג דיר אז איך בין אריינגעקומען דא מיטן זעלבן ציל, על אף איך זעה נישט וואס פארא חלל דאס קען אנפילן, אבער עכ"פ ס'איז דא פלאץ פאר נאך א כשר'ע פארום, און אפי' איך שרייב אויף אנדערע פארום'ס, קען איך ביישטיין אהער צוקומען בכדי די קרעטשמע זאל זיך בויען.
מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:48 pm#28
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
איבערלעבער האט געשריבן:שלום עליכם! איך האב מיר איינגעשריבען דא, וייל לויט די תקנות און פרינציפען פון דעם מקום, זעהט עס אויס צו זיין דער שביל הזהב פון צווישען די אנדערע באקאנטע פלעצער. איי דערווייל דערהייבט זיך עס נישט?, טאקע א קושיא, אבער וויבאלד איך שפיר אז ס'דא א צורך פאר אזא פלאץ און עס ערפילט א געוויסע חלל, האף איך אז ס'וועט זיך צום סוף יא אויסארבייטען בעז"ה.



שלום עליכם

יהא בואכם לברכה

וויאזוי האסטו עס איבערגעלעבט ?
מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:01 pm#30
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
הודו לד' אויף ביז יעצט, די באשעפער זאל דיר העלפן זאלסט עס גענצליך איבערלעבן עד מאה ועשרים שנה גרינגערהייט.
מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:22 pm#33
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן: איך זעה נישט וואס פארא חלל דאס קען אנפילן,

איך מיין נישט קיינעם אראפצוקלאפן. אבער ס'דא גענוג מענטשן וואס פילן ענג אין אייועלט און אומבאקוועם מיט ק"ש.
מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:23 pm#34
שלום עליכם, ווער זענט איר?
איבערלעבער האט געשריבן:
טעכנעלאגיע האט געשריבן: איך זעה נישט וואס פארא חלל דאס קען אנפילן,

איך מיין נישט קיינעם אראפצוקלאפן. אבער ס'דא גענוג מענטשן וואס פילן ענג אין אייועלט און אומבאקוועם מיט ק"ש.

גערעכט !
איך בין געקומען דא פאר דעם סיבה.
זונטאג פעברואר 22, 2015 1:28 pm#36
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:באמת, מי אנכי? אונז האבן דאך געלערנט, "אין אורח מכניס אורח" און איך בין דאך קוים אריינגעקומען דא, איז ממילא ווי קען איך דיר אויפנעמן?
שתי תשובות יש בדבר;
הא' אז איך בין שוין גענוג היימיש דא, והא ראי' אז מ'האט געפענט א ספעציעלע ווינקל (פארום בלע"ז) פאר מיר, טעכנעלאגיע. והשנית אז איך בין יעצט די איינציגסטע אינם קרעטשמע, איז נישט מער ווי גערעכט אז איך זאל אויפנעמן די אלע וואס שפאצירן אריין דא.

ממילא נעם איך דיר אויף, איך זאג דיר אז איך בין אריינגעקומען דא מיטן זעלבן ציל, על אף איך זעה נישט וואס פארא חלל דאס קען אנפילן, אבער עכ"פ ס'איז דא פלאץ פאר נאך א כשר'ע פארום, און אפי' איך שרייב אויף אנדערע פארום'ס, קען איך ביישטיין אהער צוקומען בכדי די קרעטשמע זאל זיך בויען.


שלום עליך ביסט א חשובער אורח

טעכנעלאגיע האט געשריבן:איך שפיר מיך בכלל נישט ענג אין אייוועלט...
אבער נאכאלץ בין איך אהער געקומען...
חידוש
דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:01 pm#40
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
איך בין זייגער, און איך פראביר צו בויען די פלאץ.

אייוועלט איז צו אויפגעקלערט, און קש איז צו פראסט.
דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:31 pm#41
שלום עליכם, ווער זענט איר?
ק"ש פראסט, נו, איך פארשטיי.
אבער אייוועלט? וואס הייסט אז זיי זענען צו אויפגעקלערט?

זיי דיך מסביר
דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:29 pm#42
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:ק"ש פראסט, נו, איך פארשטיי.
אבער אייוועלט? וואס הייסט אז זיי זענען צו אויפגעקלערט?

זיי דיך מסביר

זאלן זיי ווען זיין נארמאלע מענטשן וואלטן זיי זיך נישט אזוי געפירט
דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:33 pm#43
Re: Re:
ראש הקהל האט געשריבן:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:ק"ש פראסט, נו, איך פארשטיי.
אבער אייוועלט? וואס הייסט אז זיי זענען צו אויפגעקלערט?

זיי דיך מסביר

זאלן זיי ווען זיין נארמאלע מענטשן וואלטן זיי זיך נישט אזוי געפירט


אמת
מוצ"ש פעברואר 28, 2015 7:19 pm#45
שלום עליכם, ווער זענט איר?
שלום עליכם נר מערבי! לאמיר האפן אז מיר וועלן הנאה האבן פון אייך.
איך זעה אויך אז הרב עין טובה האט זיך דא אנגערוקט, וויל איך דיר זאגן עין, אויב ביסטו די זעלבע עין טובה פון אייוועלט, דאן בלייב דא מיט אונז.
אקעי? מאכט אייך באקוועם.
זונטאג מערץ 01, 2015 4:03 am#46
Re: שלום עליכם, ווער זענט איר?
ברוכים הבאים פאר אלע פרישע חברה
ובפרטיות פאר הרב עין טובה זז''ג
זונטאג מערץ 01, 2015 7:37 am#47
שלום עליכם, ווער זענט איר?
קענסט זאגן פאר עין וואס דו ווילסט, עין האט זיך בס"ה איינגעשריבן מיטן זעלבן נאמען, (אדער האט א צווייטער גענוצט זיין נאמען...).
אפשר איז נר מערבי גאר 'ארענדער' אויף אייוועלט?
זונטאג מערץ 01, 2015 7:51 am#48
Re:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:אפשר איז נר מערבי גאר 'ארענדער' אויף אייוועלט?

עס גלייבט זיך שווער אז אזא פארברענטער ציוניסט זאל זיין דער אייגנטומער פון אייוועלט.
זונטאג מערץ 01, 2015 8:03 am#49
Re: Re:
מיין מיינונג האט געשריבן:
טעכנעלאגיע האט געשריבן:אפשר איז נר מערבי גאר 'ארענדער' אויף אייוועלט?


עס גלייבט זיך שווער אז אזא פארברענטער ציוניסט זאל זיין דער אייגנטומער פון אייוועלט.



וואס מיינט ציוניסט ? איינער וואס האט ליב ציון !

דער באשעפער האט אויך ליב ציון, "עיני ה' אלקך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה" ,

די שכינה רוהט אין ציון, ציון איז אונזער היים, ציון איז די נאטורליכע פלאץ פין א איד !
בלאט: 1 2