הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם התענוג » די תגובה פינעם יאר (1'טע יאר פינעם קרעטשמע)

די תגובה פינעם יאר (1'טע יאר פינעם קרעטשמע)

8 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #241
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:28 pm#1
די תגובה פינעם יאר (1'טע יאר פינעם קרעטשמע)
קרעטשמע באשטייט אינגאנצען בלויז עטליכע קארגע חדשים, מיט א מאגערע צאל שרייבער און ליינער, אבער לעת עתה וואס איז געווען דיין געשמאקסטע, אינטערסאנטסטע, באלערנדער, תגובה דא?
מיינס איז געווען דער תגובה פון טהור עיניים l viewtopic.php?p=2266#p2266 l
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:38 pm#2
Re: די תגובה פינעם יאר
איך שטים אז די בעסטע תגובה איז געוועהן פונעם אלעמען געטרייער אחראי ר' שענקער יר"ה. גענוי וועלכע תגובה ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז שענקער געווינט דעם פארמעסט.
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:43 pm#3
Re: די תגובה פינעם יאר (1'טע יאר פינעם קרעטשמע)
ביי מיר איז דער אשכול ה'פאליטיק געווען די מערסטע צום הארצן דערווייל, עס ערמעגליכט פאר די וואס ווילען זיך נישט מטנף זיין מיט די צואה רותחת פון קאווע שטיבל, אביסל מיטצוהאלטען מהנעשה והנשמע אין די אידישע גאס.