הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א

נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #257
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:31 pm#1
נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
shabas shiva drusha in satmar hooper
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:04 pm#4
Re: williamsburgh news
ביי די שבת שובה דרשה האט די רבי נאך א לענגערע פלפול ודבר אגדה. מרעיש עולמות געווען אז מען זאל זיך נישט ניצען מיט אומבאזיכטע עופות פון טריפת צומת הגידין, די רבי האט געזאגט מיט א קול אדיר וחזק אז מען ווערט נכשל ר''ל מיט ''ספק איסור טריפות'' אויב מע באניצט זיך מיט פלייש וואס איז נישט אינטערגעזיכט פין טריפת צומת הגידין.

אויך האט די רבי שארף פארדאמט די עבריינים און חוטאים וואס דרייען זיך ארום מיט סמארטפאונס אומגעפילטערט. וואס איז א שטארקער מכשול

בתו''ד האט די רבי אפגעלאכט פון די וואס פרובירען זיך איינצורעדן און יענעם איינצורעדן אז ער דארף האבן די אלע סארט סמארטפאונס און טעבלעטס פאר ביזנעס, די רבי האט זיי מגדיר געווען אלץ סוחרים וואס פרובירען מאכן א רושם פון פאריאגטע סוחרים,. בו בזמן וואס די אמתע סוחרים פארלייקענען אז עס זאל זיין א אמת'ע צורך די אלע מיני מאשינדעלעך. לכו ונשובה אל ד'.
די ווערטער האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף מיר מיט מיינע ארומיגע.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:15 pm#5
שיינע שידוך בחצר סאטמאר
היינט איז געשלאסן געווארן א שיינע שידוך אין סאטמאר די ברודער אדמו"ר מסאטמאר האט זיך משדך געווען מיט אחיו הנאמן אב"ד סאטמאר 15 עוו ב"פ

עס איז געגאנגען בברית האירסין בן הרה"צ ר' אברהם מאיר ה"ש חדב"ן האב"ד 15 עב"ג בת קדושים בת הרה"ג אב"ד קהל עצי חיים סיגוט וומ"ס בן האדמו"ר מסאטמאר

עס איז זיכער א שמחה בשמי מרום פאר'ן עלטער זיידן פון ח"כ די סאטמאר רב ז"ל ווייל כידוע האט ער געוואלט אז מ'זאל זיך משדך זיין מיט משפחה בפרט ביי די צוויי קינדער וואס זענען געווען ספעציעל מקושר מיט אים ס'איז ידוע אז דער עצי חיים ז"ל האט זיך אויך משדך געווען מיט זיין ברודער הדברי יואל מסאטמאר ז"ל ווען דעם עצי חיים'ס זון די סיגוטע רב ז"ל איז געווען א איידים ביי זיין פעטער דער סאטמאר רב ז"ל
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:46 pm#6
נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז דאס איז געווען די רצון פינעם ברך.משה
מיטוואך אפריל 29, 2015 12:48 pm#7
נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יא ער האט זייער געוואלט אז ר' אהרן זאל נעמען רח"ץ ט"ב בן רז"ל פאר אן איידים נאר פר' חי' שרה האט נישט געגליכען איר מאן'ס משפחה כידוע
מיטוואך אפריל 29, 2015 2:31 pm#8
נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
עס וואלט געווען א גאונישע איינפאל ווען דער צוקניפטיגער יורש פון מהרז''ל זאל גאר זיין די איידעם ביים ברודער
קוקט אויס דער ברך משה האט די מחלוקה געוואלט פארמיידען דורך משדך זיין די צוויי ברודער
דינסטאג מאי 12, 2015 10:53 am#11
Re: שיינע שידוך בחצר סאטמאר
מיין מיינונג האט געשריבן:וואס איז דאס קאלאראש?


די סקווערע רבי פון שיכון סקווירא'ס טאטע איז געווען קאלאראשע רב
דינסטאג מאי 12, 2015 11:06 am#13
Re: שיינע שידוך בחצר סאטמאר
זיין טאטע האט געגרינדעד די שטעטל, און גערופן על שם אבותיו, סקוירא.
צוליב דעם איז ער געווארן אנגערופן סקווערע רבי
זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:55 pm#14
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
היינט קומט פאר אין מחנה בית רחל - סאוט פאללסבורג, די תנאים פון החתן בן ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן מיט הכלה בת ר' חיים יוסף פריעדמאן שליט"א מברעזאן ב"פ, בהשתתפות דער זיידע אדמו"ר מהר"א שליט"א וואס קומט היינט צוריק פון ניו העמפשיר.




דער סאטמאר וויליאמסבורגע רב איז געפארן בשליחות אביו קיין אר"י און געוויילט דארט אויף שבת ואתחנן - נחמו.
אנגעקומען דאנערשטאג אום 10:30 אין לוד לופטפעלד, צווישן די מקבלי פנים איז געווען פון חברי הנהלת קרן השביעית וועלכע האבן צוגעפירט דעם רב צו א דערנעבנדיגער דערפל און אנגעוויזן געוויסע פרטים פון שמיטה, פארן גיין האט מען געמאכט א רקידה.
אנקומענדיג קיין ירושלים איז דער רב געפארן זעהן דעם מקום המקדש פון הר הצופים, מען האט געזאגט די פסוקים וואס מען זאגט דארטן, געזינגען ניגוני התעוררות און דער רב האט פארגעזינגען דעם ניגון "גלות, גלות" פונעם הייליגן קאלובער זי"ע.
Mikdash.jpg
Mikdash.jpg (265 KiB) געזעהן געווארן 2995 מאל
פון דארט איז מען געגאנגען צום ביהמ"ד און עס איז געווען א מעמד לחיים בחדר ר' משה ארי', ע"ש הגה"ק רמ"א פריינד זצוק"ל, גאב"ד ירושלים. מען האט געזינגען ניגונים און מען האט דערציילט סיפורים פון הגה"ק רמ"א פריינד זי"ע.

דערנאך איז דער רב געגאנגען צו א באזוך ביים ירושלים'ע רב שליט"א, די שמועס איז געווען איבער די דרך הלימוד אמאל און היינט.
Gaaved.jpg
Gaaved.jpg (94.67 KiB) געזעהן געווארן 2995 מאל


דאן איז דער רב געגאנגען צו די כתיבת האותיות אינעם נייעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי הקהילה - לע"נ ר' בנציון דאווידאוויטש ע"ה מחברי הקהילה - און געשריבן א אות. דערנאך איז געווען די מעמד הכנסת ס"ת, ביים ענדע האט דער רב פארגעזאגט דעם לדוד מזמור.

ביינאכט האט דער רב זיך באטייליגט ביי די חתונה פון נכד ראב"ד ירושלים שליט"א וואס האט זיך באדאנקט פארן רב פארן קומען און געטאנצן מיטן רב א לענגערע צייט.
Raaved.jpg
Raaved.jpg (97.88 KiB) געזעהן געווארן 2995 מאל


דערנאך איז געווען די סעודה לגומרה של תורה צוזאמען מיט א מסיבה לחנוכת היכל ביהמ"ד הג' ברך משה המשופץ, דער רב האט געהאלטן די צענטראלע דרשה.

פרייטאג אינדערפרי האט דער רב געדאווענט מיט די בחורים אין ישיבה קטנה, דערנאך איז געווען א לחיים און דער רב האט געזאגט דברי תורה פאר די בחורים.

בילדער קרעדיט: HQSatmar
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 10:34 pm#15
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
דער רב איז נאכאמאל געפארן קיין ארץ ישראל, צום יערליכן שבת התאחדות פאר חסידי סאטמאר פון ארה"ק אין מירון.
זונטאג נאכט האט דער רב געזאגט א דרשת התעוררות אין ביהמ"ד אין שיכון ק"י - בני ברק.



היינט איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט בעזהשי"ת פארן סוף קומענדיגן אדר א' קיין ארה"ק צו די חתונה בבית רח"צ מייזליש ר"י מהרי"ט ב"ב.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:00 pm#16
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מיין מיינונג האט געשריבן:דער רב איז נאכאמאל געפארן קיין ארץ ישראל, צום יערליכן שבת התאחדות פאר חסידי סאטמאר פון ארה"ק אין מירון.
זונטאג נאכט האט דער רב געזאגט א דרשת התעוררות אין ביהמ"ד אין שיכון ק"י - בני ברק.



היינט איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט בעזהשי"ת פארן סוף קומענדיגן אדר א' קיין ארה"ק צו די חתונה בבית רח"צ מייזליש ר"י מהרי"ט ב"ב.


How come he goes every time his 'nephew' makes a wedding?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:59 pm#17
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
געהערט אמאל אז דאס איז ווייל ער האט [צו]געזאגט פאר זיין שוועסטער חי' ע"ה אז ער וועט זיך באטייליגן ביי די שמחות פון אירע קינדער.
איינער קען קאנפירמען?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 11:49 am#18
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
די רבי מהרא שליטא פארט אויף קיין ארץ ישראל אלס קורצע באזיכן
מען האט אינגאנצען אפגעמעקט די נוסח נסיעה הרוממה והגדולה ביי די מהרא חסידית
דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 2:50 pm#19
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
היינט נאכט קומט פאר א חתונה פון אן אייניקל פון מהר"א שליט"א, החתן יואל בן ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, חדב"ן. דער מחותן איז ר' יהושע לייפער שליט"א דומ"ץ סקווירא.
בבית המדרש הגדול אין קרית יואל.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 11:21 pm#20
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מיין מיינונג האט געשריבן:היינט איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט בעזהשי"ת פארן סוף קומענדיגן אדר א' קיין ארה"ק צו די חתונה בבית רח"צ מייזליש ר"י מהרי"ט ב"ב.

נעכטן איז געמאלדן געווארן אז ער וועט פארבלייבן אויף שבת אין ארץ ישראל און איר פראווענען באתרא קדישא מירון!
די חתונה וועט פארקומען ביום ד' לסדר פקודי, דער רבי וועט אנקומען קיין ארץ ישראל בו ביום.
דאנערשטאג וועט פארקומען אין ירושלים די בר מצוה פון בן ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א, איידעם פון רבי'ן און רב ביה"מ אהל פיגא קרית יואל (נוי יארק).
דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 7:05 pm#21
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
שבת אין מירון בחצר אדמו"ר מסאטמאר איז היסטאריש
מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:48 pm#22
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מהר''א האט געהאלטן א דרשה ווי ער האט געמאלדן זיין אפשיי און קעגנערשאפט צום גאנצן ענין פון מאכן א טראסק ביי א נסיעה. דער רבי האט שטרענג אויפגעפאדערט מען זאל דאס נישט מאכן ביים קומענדיגן נסיעה. דער רבי האט דערביי אויסגערעכנט א לאנגע רשימה פון זאכן וואס ער וויל נישט מען זאל טון.
דינסטאג מערץ 01, 2016 8:56 pm#24
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מיין מיינונג האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:היינט איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט בעזהשי"ת פארן סוף קומענדיגן אדר א' קיין ארה"ק צו די חתונה בבית רח"צ מייזליש ר"י מהרי"ט ב"ב.

נעכטן איז געמאלדן געווארן אז ער וועט פארבלייבן אויף שבת אין ארץ ישראל און איר פראווענען באתרא קדישא מירון!
מיטוואך מערץ 02, 2016 3:12 am#25
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
בולעטין האט געשריבן:פארוואס אויף מירון לאזט ער יא קומען



לשונו הקדוש

ווער ס'קומט וועגן מיר זאל געזונטערהייט בלייבן אינדערהיים

מ'קומט וועגן רבן שמעון איר גייט נישט מיט מיר איך גיי מיט אייך

איך פאר ווי א יעדע איד פארט צו רבן שמעון
זונטאג מערץ 06, 2016 4:39 pm#27
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
@יא יא
וואס גייט טאקע פאר
פון איין זייט טאר מען נישט מאכן פראפאגאנדע, און למעשה מצד שני קומען אידן אין די מאסן וואס איז די סוד דא?
זונטאג מערץ 06, 2016 9:53 pm#28
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
די "סוד דא" איז אז עס קומען ארויס די ריכטיגע אינערליכע געפילן פון חסידי'שע אידן, די רגש קודש צום הייליגן תנא רבן שמעון בן יוחאי, און זיי כאפן טיקעטס און פארן.



וואס האט פראפאגאנדע מיט פארן?
מאנטאג מערץ 07, 2016 11:00 am#29
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מיין מיינונג האט געשריבן:

וואס האט פראפאגאנדע מיט פארן?

מאכסט ליצנות?
א מאסען עלייה קומט פון פראפאגאנדירען ביים עולם
מאנטאג מערץ 07, 2016 12:51 pm#30
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
איך מאך ליצנות? (יא, אין די חלק וואס דו קוואוטסט נישט...)
אויף צו פארן קיין מירון פעלט זיך נישט אויס קיין פראפאגאנדע. און צו פארן צו א אינטערנאציאנאלע היימישע שבת התאחדות אין מירון בראשות פונעם רבי'ן אודאי נישט.
פאר חסידים מיטצופארן מיט זייער רבי פעלט זיך נישט אויס קיין פראפאגאנדע. און פאר חסידים וואס מען האט שוין דריי מאל "נישט געלאזט" מיטפארן מיט זייער רבי קיין ארץ ישראל אודאי נישט.
מאנטאג מערץ 07, 2016 1:07 pm#31
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
נייעס האט געשריבן:@יא יא
וואס גייט טאקע פאר
פון איין זייט טאר מען נישט מאכן פראפאגאנדע, און למעשה מצד שני קומען אידן אין די מאסן וואס איז די סוד דא?


מיר איז אויך שווער געווען די זעלבע קשיא וואס איז דער סאטמאר רב א מאגנעט ? ווי זוי באווייזט ער דאס אן א פראפאגאנדע זאל ציען אזא מאסן עולם נאר וועגן א שבת אין מירון ? גארנישט קיין אנדערע אונטערהאלטונג, מאורעות, קיין קבלת פנים קיין באגלייטן גארנישט נאו עקסייטמענט און פונדעסטוועגן א ריזן צבור
איך קען דיר נישט פארענטפערן די קשיא
נאר
זעהט אויס אז ס'איז נאך דא ארגינעלע ערליכע אידן און אז מ'רעדט פון א שבת אין מירון צינדט זיך אן די פייער און מ'פארט

אשרי העם שככה לו
מאנטאג מערץ 07, 2016 7:43 pm#32
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יא יא האט געשריבן:
נייעס האט געשריבן:@יא יא
וואס גייט טאקע פאר
פון איין זייט טאר מען נישט מאכן פראפאגאנדע, און למעשה מצד שני קומען אידן אין די מאסן וואס איז די סוד דא?


זעהט אויס אז ס'איז נאך דא ארגינעלע ערליכע אידן און אז מ'רעדט פון א שבת אין מירון צינדט זיך אן די פייער און מ'פארט


די טרייסט דיר משוגע צו מאכן אדער מיר?
סטאפ רעד נארמאל
ליגט דא עפעס באהאלטענע פראפאגאנדע?
דינסטאג מערץ 08, 2016 1:04 pm#33
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
איך בין גרייט דיר צו ענטפערן אבער אויב די רעאקציע גייט זיין סטאפ רעד נארמאל (ליין: זאג עפעס וואס איך וויל הערן) איז א שאד די תירוץ

ביי די וועי וואס מיינט באהאלטענע פראפעגאנדע ווי זוי פונקטליך באהאלט מען פראפעגאנדע פרפאפעגאנדע איז עפעס א זאך וואס מ'קען באהאלטן ?
דינסטאג מערץ 08, 2016 2:52 pm#34
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
photo236441987370302477.jpg
photo236441987370302477.jpg (126.05 KiB) געזעהן געווארן 1112 מאל
דינסטאג מערץ 08, 2016 3:10 pm#35
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
א גרויסער קבלת פנים איז יעצט פארגעקומען
דינסטאג מערץ 08, 2016 10:03 pm#36
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
דער באזיך ווערט אינטערסאנטער פון מינוט צו מינוט
דער עצם זאך צו נעמען א ציבור סאטמארע חסידים סתם פאר הרגשים קיין מירון איז מאדנע און @יא יא קען נאכנישט קלאר זאגען וואס דא גייט פאר

יעצט קומט גאר די באמבע אז האדמו"ר תקף את הרב רבי שמואל
האט עס א ביאור בכלל אז א סאטמארע רבי וואס דארף קומען געבן א פלייצע פאר די וואס ליידען פון די ממשלת הציונית זאל זאגן דאס פאלגענדע?
האדמו"ר תקף חזיתית את הפלג הירושלמי המגובה על ידי אחיו האדמו"ר מהרי"י מסאטמר שבביקור הבזק שערך בארץ לפני חודש, חילק מיליוני שקלים למוסדות שאינם מקבלים כסף מהמדינה.


כל המחלוקת שלהם היא רק על נציגים וברגע שיש להם נציגים הם הולכים לבחירות, אם יתנו להם נציג הם יצביעו" אמר הרבי ברמז על "בני תורה". "דרכינו היא דרך אחרת לגמרי, אין כאן מחלוקת לשם שמים ולא על קיום התורה רק על נציגים"


אויכעט האט ליבאוויטש געשאנקען א שיינע מתנה פאר די רבי
השליח העניק לאדמו"ר את הספר החדש שיצא לאור בימים האחרונים - "תורת מנחם - מועדים - חג הפורים", המרכז מאמרי חסידות של האדמו"ר מליובאוויטש זצוק"ל במשך השנים בעת התוועדויות חג הפורים.

אדמו"ר מסאטמאר שהינו נין ונכד של כ"ק אדמו"ר הזקן זיע"א וידוע כמי שמחזק את לימוד תורת החסידות, קיבל בהוקרה את הספר והודה בחום. הוא סיפר שהכיר את אביו של השליח, הגאון הרב לוי ביסטריצקי ז"ל, מגדולי רבני חב"ד ורבה של עיר הקודש צפת לא רק דרך ספרי ההלכה שחיבר וכתב, אלא באופן אישי עקב מלחמתו לשמירת חומות הכשרות. בנוסף, התעניין האדמו"ר במשפחת ביסטריצקי המורחבת בה גם חסידי סאטמאר.
מיטוואך מערץ 09, 2016 12:39 pm#37
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
@נייעס איך געב דיר איבער די ווארט דו זאלסט יא קלאר זאגן וואס דא גייט פאר

אדרבה קלאר אונז אויס

איך האב שוין פראבירט ביסט נישט צופרידן דערפון אן מסביר זיין געהעריג פארוואס ? אבער איך בין דיר מוחל במחילה גמורה

אבער מאך אונז שוין קלאר לאמיר שוין די עכטע קלארע סיבה
מיטוואך מערץ 09, 2016 2:52 pm#38
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
@נייעס איך האב פאר דיר גוטע נייעס @מיין מיינונג האט מיר שוין קלאר געמאכט דעם ענין אין עולם הפאליטיקע אשכול
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:02 pm#39
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יא יא האט געשריבן:@נייעס איך געב דיר איבער די ווארט דו זאלסט יא קלאר זאגן וואס דא גייט פאר

אדרבה קלאר אונז אויס

איך האב שוין פראבירט ביסט נישט צופרידן דערפון אן מסביר זיין געהעריג פארוואס ? אבער איך בין דיר מוחל במחילה גמורה

אבער מאך אונז שוין קלאר לאמיר שוין די עכטע קלארע סיבה


דערווייל ווייס איך נישט די עכטע סיבה
אויב די קענסט געוואר ווערן ביי די קהילה געב עס איבער דא אין פובליק
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:56 pm#40
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
ליסען ס'איז דא זייער א סימפל פארשטענדליכע סיבה אין דעם און איך האף דו פארשטייסט אז ווען מ'רעדט פון א איינמאליגע סאטמארע שבת אין מירון און אויב דו ביסט באקאנט ווייסטו דאך זיכער אז מירון ביי אידן מיינט עפעס און מער ווי עפעס איז עס זייער פשוט און פארשטענדליך ס'איז אינגאנצן אנדערש ווי א געווענליכע נסיעה קיין א"י און פונדעסטוועגן ווען סאטמאר רב שליט"א פארלאנגט ווען פון זיינע חסידים אז צו דעם זאלן זיי אויך נישט קומען וואלטן זיי נישט געקומען אזוי ווי ס'איז געוויזן געווארן בעבר אבער היות דא האט חות דעתו באוואויגן אז א שבת אין מירון קען מען נישט צוריק האלטן פון אידן צו קומען האט ער יא געלאזט קומען און אזוי ווי זיינע חסידים האבן געהערט את דבר המלך איז נאטורליך געווארן א תשוקה צו פארן

יעצט איז אזוי ס'איז דא מענטשן וואס האבן ליב צו גריבלען מ'געט א דריי מיט די אויג ווי איינער זאגט העי מיך קען מען נישט איינרעדן און זיי פראבירן צו גריבלען מיט זאכן וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס און ס'איז א מוראדיגע אינזשוימענט פאר זיי סאו אויב זוכסטו פון די סארט גיי זוך ביי א צווייטן און זוך נישט צו לאנג ווייל דו וועסט נישט טרעפן

(אחוץ אז דו ווילסט איבערדרייען ערב לבוקר און אויסגעפינען נייע טערמינען אין זאכן און נאך גיין ווייטער און זאגן אז אויב פארשטייסטו נישט וואס איך וויל יעצט אויסטרעפן און דו נעמסט עס נישט אלס פשוט ביסטו גאר דער משוגענער דעמאלט קענסטוך ווענדן צו @מיין מיינונג ער זעהט אויס א עקספערט צו קאנפיוזען סימפל זאכן און איבערדרייען ימין לשמאל און אויפקומען מיט חידושים נפלאים דברים ששום אוזן לא שמעתן מעולם סברות כרסיות שאין הדעת סובלתן אויפבלאזן דיוקים אין ווערטער און בהעלם אחת זיך מעלים עין זיין פון מציאות וואס איז געווען ברחובות העיר און ער וועט דיר קענען העלפן אבער אז דו וועסט אביסל פראבירן וועט ער זייער שנעל אויסברעכן דען אמת וואס אים און נאך אסאך באדערן )

אבער איך קען דיר זאגן די סימפל און בלויז טרוקענע מציאות ס'איז קיין געווענליכע אנגענומענע פראפעגאנדע (אזוי ווי ביי כ"א כסליו-מוסדות דינער און ביי בוני עולם דינער און אזוי ביי רז"ל נסיעות וואס אגב פון דעם האט ער זיך מעלים עין געווען כדרכו וכדו') נישט געווען אין ערגעץ און בתי מדרשים האט מער ווי 2 3 צעטלעך פון די נסיעה נישט געשטאנען מ'האט נישט אויפגעשטעלט בעלי דרשנים מסביר זיין אין בתי מדרשים סאיז געווען א בלויזע מעלדונג און ווען מ'האט געזען דעם פייער וואס האט זיך אנגעצינדן און ס'איז געווארן דער געשפרעך פון טאג צווישן עולם איז נאטורליך אלעס געפארן ווייטער שטול און באשיידן און מ'האט אנגעהויבן צוצושטעלן און צוצוגרייטן פאר'ן עולם אזוי ווי אלעמאל ביי אזעלכע מעוראות דאס ווערט געטון יעדעס יאר שבועות און שמחת תורה וכדו'

אויב ביסטו נאך נישט קלאר איז ווייל דו זוכסט עפעס טיפער פראבירסט צו קאכן א קאשע מער ווי סימפל צו ווערן קלאר אין דעם קען איך דיר נישט העלפן
נאך איינמאל סימפל לייק דעט
מ'האט געמאלדן אז די רבי וועט פראווען א שבת אין מירון נאטורליך אז זיינע חסידים ווילן דאס מיטהאלטן און ס'זענען טאקע געפארן שווערע טויזענטער פון זיינע חסידים בלויז מיטצוהאלטן און צו זיין במחיצתו פון זייער רבי'ן ביי רבי שמעון

און אגב ווייזט דאס אויף די אמתדיגע אמאליגע אריזשינעל חסידים וואס ר' אהרן האט און דאס וואס עס באדערט @מיין מיינונג וחביריו
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 2:15 pm#42
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
ר' נייעס, כאפט א בליק אינעם פינפטן תגובה אויף דעם בלאט, וועט איר טרעפן די זעלבע רייד ווי אין יא יא'ס ערשטע פאראגראף.
זונטאג מערץ 13, 2016 1:40 pm#45
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
איימיצער רעגט זיך אויף אדמור מהרא
האדמו"ר מסאטמר האשים את המתיישבים ביהודה ושומרון כי הם האחראים לפיגועים בגל הטרור הנוכחי. "אנחנו בוכים כל יום על ההרוגים ועל הנפגעים אבל אנחנו יודעים שהאשמים האמיתיים הם המתנחלים שמתגרים באומות העולם וזה גורם לשנאת ישראל גדולה ולגל הפיגועים הקשה", אמר.

ד"ר בן ארצי אומר לערוץ 7 כי מן הראוי שהחסידות שהובילה את חסידיה למשרפות, תצטנע יותר, "אלה דברים חמורים וקשים כלפי ציבור המתנחלים ואני רוצה להגיב עליהם. תנועת ההתנחלות קמה על בסיס הדרכתו של הרב צבי יהודה הכהן קוק, בנו של הרב קוק, אנחנו לא פעלנו על דעת עצמנו.

"לא פעלנו מתוך פזיזות או מחשבה שחלילה אינה שקולה ואחראית, אלא מתוך הדרכה של הרב צבי יהודה וכל תלמידיו שהמשיכו את דרכו. הרב צבי יהודה אמר לנו לאחר מלחמת ששת הימים שהקב"ה לא נתן לנו את ארץ ישראל ולא עשה את כל הניסים האלה מתוך כוונה שנחזיר חלילה את כל השטחים העצומים, החל מרמת הגולן, בקעת הירדן, סיני, יו"ש וכמובן ירושלים אלא כדי שנירש את הארץ ונקיים את המצווה.

"ואכן החזרנו את החיים היהודים ליהודה ושומרון ויש כאן היום 400 אלף יהודים ואני בתוכם", מדגיש בן ארצי. לדבריו חסידות סאטמר כמו חסידיות נוספות, הובילה את חסידיה למשרפות כי לא שמעה בקולם של הרבנים הציוניים שקראו לעלות לארץ.

"הרב קוק עוד לפני השואה, אחרי הצהרת בלפור, קרא ליהודי אירופה לעלות לארץ ישראל, הוא הכריז מעל כל במה שנגמרה הגלות ושהגיע זמן הגאולה, הוא הזהיר את יהודי הגולה שהיא תחסל אותם. לצערנו חלק גדול מרבני אירופה ובתוכם הרבי מסאטמר, רבי יואל טייטלבוים, לא הלכו בדרכו של הרב קוק ולא שמעו את קריאתו.

"הם אמרו לחסידיהם להישאר באירופה והכול מתועד בכתבים. לצערנו הדרכתם של חלק גדול מרבני אירופה וביניהם הרבי מסאטמר הובילה את מיליוני תלמידיהם למשרפות בטרבלינקה ואושוויץ'. ואילו תלמידי הרב קוק, רבני המזרחי והנוער שעלו לארץ זכו לא רק להינצל מהשואה אלא להקים את המדינה".

בן ארצי סבור שעל רקע עובדות אלה, דבריו של הרבי מסאטמר הם דברי חוצפה, "על רקע עובדות בסיסיות אלה, דומני שלקום להגיד לאחר שחסידות סאטמר כמעט כולה הושמדה, הרבי אמנם ניצל ברכבת של קסטנר, אבל היום לבוא ולהגיד שהמתנחלים שהלכו בדרכו של הרב קוק הם טועים וגורמים לאסונות שמתרחשים היום, זה לא רק הייתי אומר אפילו כפירה גדולה אלא אפילו חוצפה גדולה.
"הייתי מצפה מיהדות סאטמר שלפחות אחרי השואה האיומה תדבר קצת יותר בצניעות וענווה כלפי הרב קוק והרב צבי יהודה שעלו לארץ והקימו את המדינה והקימו את תנועת ההתנחלות הגדולה, אבל מה אפשר לעשות, אלה הדברים ואני חושב שראוי להגיב עליהם ואסור שאמירה כל כך מחוצפת כלפי הקב"ה ועם ישראל וגדולי התורה תעבור ללא תגובה".
זונטאג מערץ 13, 2016 1:45 pm#46
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
דער איד מעלדט די שמחת הבר מצוה נאר פון צד דושינסקיא
דער איד.jpg
דער איד.jpg (68.45 KiB) געזעהן געווארן 1039 מאל
זונטאג מערץ 27, 2016 1:55 pm#47
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
איך הער אז איין אפיציעלער איינגעשטעלטער מטעם מהר"א אין אר"י , האט זיך פון זיי אפגעשאקלעט נאך די פארגאנגענע נסיעה ווי מען האט אין א אפיציעלע דרשה מחזק געווען דעם מרן פון דגל התורה
דאנערשטאג מאי 05, 2016 2:37 pm#48
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
זעיט אויס ווי סאטמאר רב שרעקט זיך ווינציג פון דעם אפיציעלער איינגעשטעלטער נעכטן ביים יארצייט פון סאטמאר רב ז"ל האט די רבי מאריך געווען אין דעם ענין און ווייטער שטארק פארגעהאלטן די בני תורה פארטיי
בלאט: 1 2