הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א

נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א

48 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #257
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג מאי 08, 2016 6:46 pm#1
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
די שטיצע פאר איין צד
און מבזה זיין די בני תורה
זונטאג מאי 08, 2016 8:45 pm#2
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
ביים דרשה האט דער סאטמאר רב קלאר געזאגט אז ער נעמט נישט קיין צד
דינסטאג מאי 10, 2016 9:55 pm#3
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מען דארף זיין א טיפוש אין זעהן ווי דער בלאט טוט שוין א לאנגע צייט "פערסענעל" טשעפען די בני תורה
און דערנאך איז דער מנהיג אפיציעל אין זיינע דרשות ממשיך דער ווערסיע, און דערנאך זאגן אז מען שטייט גאר אין די זייט
ווי גענוי האט מען נישט גענימען א צד דא.
דינסטאג מאי 10, 2016 9:59 pm#4
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אויב טשעפעט מען דעם אנדערן צד בתוך כדי דיבור מיט די זעלבע באשולדיגונגען, האט מען אויסדרוקליך נישט גענומען קיין צד.
מיטוואך מאי 11, 2016 1:44 pm#5
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
ווי האט די סאטמאר רב געטשעפעט די בני תורה ?

וואס האט סאטמאר רב אקעגן בני תורה חוץ דעס אז זיי זענען ציונים ? , ער האט עפעס א פרעזענליכע סכסוך מיט זיי ?
מיטוואך מאי 11, 2016 11:19 pm#6
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יא יא האט געשריבן:ווי האט די סאטמאר רב געטשעפעט די בני תורה ? אין זיין דרשה, אללע וואס טשעפען שוין עטליכע יאר די "בני תורה" מיט די ארגסטע רדיפות האבן זיך באסמאקעוועט מיט די שטעך רייד,


וואס האט סאטמאר רב אקעגן בני תורה חוץ דעס אז זיי זענען ציונים ? טאקע א ווינדערליכע מעשה דאס, ער האט עפעס א פרעזענליכע סכסוך מיט זיי ? קוקט אויס אזוי, איימיצער האט מיר געזאגט א שטיקל ביאור, אבער ס'קומט נישט דא אין די ראמען פון קרעטשמע
דאנערשטאג מאי 12, 2016 12:17 pm#7
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
נו נו הוא אשר דבר די גאנצע בני תורה פארטיי'ס כלומרשטע שטעלונג איז א שטיק פאליטיק ווער האט זיך געפרייט די אנדערע פארטיי ? נו וואס איז וועגן דעם ? וועגן דעם זאל איך נישט זאגן דעם אמת ?
מאנטאג מאי 16, 2016 9:32 am#8
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אינטערסאנט אז דער אמת אויף די אנדערע צד זיכט מען עפעס נישט צו זאגן
מאנטאג מאי 16, 2016 11:43 am#9
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
טייער קינד דו האסט די דרשה נישט געהארכט און ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו רעדן אויף איינעם שלעכטס פאר דו הערסט אויס וואס יענער האט געזאגט
מאנטאג מאי 16, 2016 1:17 pm#10
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
טייערע טאטע יאך האב עס עטליכע מאל איבערגעהערט.
מאנטאג מאי 16, 2016 9:07 pm#11
Re: שיינע שידוך בחצר סאטמאר
פאנטאזירער האט געשריבן:זיין טאטע האט געגרינדעד די שטעטל, און גערופן על שם אבותיו, סקוירא.
צוליב דעם איז ער געווארן אנגערופן סקווערע רבי

קיינמאל נישט גיווען רב אין קאלאראש בס"ה איז די ערשטע שטאט ווי ער האט געפירט "רעביוויסטיווע" גיווען קאלאראש.
פארקערט ווען מ'האט איהם אנגעטראגן די אוסטילא רבנות האט ער מסרב גיווען וויבאלדט אבוה"ק האבן נישט משמש גיווען ברבנות.
דינסטאג מאי 17, 2016 12:20 pm#14
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
@ נייעס און דו האסט נישט געהערט ווי ער זאגט אז ביידע זענען די זעלבע רשעים ? סאמטינג ראנג
דינסטאג מאי 17, 2016 12:59 pm#15
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
א פחד א שרעק!!
מען הערט לעצטענס אסאך בשורות איוב ביי די פני הקהילה אין קהילת מהר"א מען דארף אן ערנסטער צוזאמקום אויף תשובה ותיקון המעשים והקב"ה יאמר לצרותינו די
לאמיר באמת מנה זיין די מעשים צו גיטען וועט מען רח"ל נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע שוידערליכע שמועות
דינסטאג מאי 17, 2016 1:05 pm#16
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יעצט קומט אריין די בשורה איומה אז הרה"ח רבי יצחק ראזענבערג ע"ה האט נישט איבערגעלעבט דעם דערטראנקען ווערן אין פלארידע
אזוי אויך הרה"ח רבי חיים פרנס פון קרית יואל ע"ה
הקב"ה יאמר לצרותינו די.
דינסטאג מאי 17, 2016 1:28 pm#17
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
דא איז די טאקע די פלאץ מעורר זיין צו אויפהערן רעדן לה"ר אויף אידן ובפרט אויף רבנים
מיטוואך יוני 22, 2016 11:49 am#18
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
נעכטן נאכט איז פארגעקומען די חתונה פון בן ר"ה אשכנזי חתן האדמו"ר שליט"א מיט בת רח"י פריעדמאן אב"ד בערזאן אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.

20160622_114215.jpg
20160622_114215.jpg (79.84 KiB) געזעהן געווארן 1073 מאל
רא"מ רוקח זון פון בעלזער רבי ביי די חתונה
זונטאג יולי 10, 2016 3:16 pm#19
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מהר"א האט מכתיר געווען א דיין אין מאנטיסעלא במקום רבי לייביש ט"ב ז"ל
זונטאג יולי 10, 2016 6:50 pm#20
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
וועם האבן זיי מכתיר געווען, ווער איז די נייע דיין?
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:05 am#25
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
קוקט אויס ווי זיי קענען זיך באגיין אן א ראה"ק אויך זינט ס'איז היינט צוטאגס א טיטול אן א מיטל
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:05 am#26
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אדער קען זיין אז מענטשן האבן מורא צו נעמען דעם אמט ווייל צופיל סאטמארע ראשי הקהלה זענען לעצטענס געשטארבן
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 8:11 am#28
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
היינט קומט פאר א "יום התמדת התורה" אין הילטאן האטעל אין קאנטיקעט, וואו לומדי חבורת תורתך שעשועי וועלן זיך צאמקומען אין די יעצטיגע חאגע טעג און ענדיגן מסכת יבמות במסגרת חבורת תורתך שעשועי.
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 8:25 am#29
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
שבת פרשת תולדות וועט פארקומען א שבת התאחדות פאר די עלטערע בעלי בתים, פון די זעכציג און ארויף, מיט׳ן נאמען שבת "אהבת קדומים".
די התאחדות וועט פארקומען אין די קראון פלאזא האטעל אין סטעמפארד, קאנעטיקעט בהשתתפות פון דער רבי שליט"א.
דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 1:22 pm#31
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
יישר כח הג״א? פאר׳ן ברענגען משקה צום טיש.

בחצרות סאטמאר האט געשריבן:
הבהרה!
אסור להעתיק תמונות ומודעות – או שום תוכן – של האימעיל בלי רשות מפורשת מאת המערכת
קלארשטעלונג!
עס איז נישט ערלויבט נוצן קיין בילדער אדער סיי וואספארא אינהאלט פון אונזער אימעיל אהן ערלויבעניש פונע'ם מערכת

איך האף איר האט גענומען רשות
דינסטאג יאנואר 03, 2017 3:17 pm#32
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אין קרית יואל איז די קהילה זייער שארף קעגן נעמן ווידיאו ביי חתונות
מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:40 pm#38
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
האסטו געהערט אזאנס? האט געשריבן:ותשעה באב נוסע לאוישוויץ עם כל מי שנותן 6 מיליאן?


זיי האבן צוריקגעצויגן פון דעם פלאן צוליב טעכנישע סיבות..
מיטוואך מאי 03, 2017 12:24 am#39
Re: נאטיצן
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) האט גערופען אן אסיפת אקרו"ט ביי זיך אין שטוב אויף היוז סט. אין ממנה געווען הרבני הנגיד מוה"ר מאיר זעליג ריספלער ני"ו אלץ ראש הקהל דקהל יטב דסאטמאר ויה"ר שיעלה ויצליח בכל עניניו
מיטוואך מאי 03, 2017 10:15 am#40
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אפאר וואכן צוריק האט קהל אפגעקויפט א שטח אין וויליאמסבורג מיטן פלאן צו בויען דארט א נייער ביהמ"ד הגדול. דער שטח איז ביים ווינקל פון פארק עוועניו און בעדפארד עוועניו. עס פעלט זיך נאך אויס צו אפקויפן נאך דערנעבנדיגע שטחים צו קענען במציאות אויספירן די פלענער.

מפי השמועה איז דא א מיינונגספארשידנהייט צווישן די עסקני והנהלת הקהילה, צי מען זאל בויען דארטן אדער בלייבן וואו מען איז יעצט, די וואך מוצאי שבת איז פארגעקומען א מלוה מלכה אין וויליאמסבורג לכבוד דער בעפארשטייענדער ערשטער יארצייט פון הר"ר יצחק ראזענבערג ע"ה, עס איז דארטן געמאלדן געווארן אז משפחתו שיחי׳ גייען אפקויפן דעם יעצטיגן ביהמ"ד הגדול אויף הופער סטריט, וואס איז דערווייל אויף א אפגעדינגען שטח.
קול סאטמאר האט געזאגט אז דאס איז אויף ביז ווען די נייע גייט פערטיג ווערן, און אויף צו ממלא זיין רצונו פונעם רבי׳ן שליט"א אז דאס פלאץ זאל בלייבן א מקום קדוש אפילו נאכן איר איבערלאזן. ונזכה ונחיה, ונראה.
מיטוואך מאי 03, 2017 10:24 am#41
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
מיין מיינונג האט געשריבן:
מעזיבוש.jpeg

די טעג פון די נסיעה דערנענטערן זיך.
נעכטן איז געמאלדן געווארן אז דינסטאג, אויפן וועג, וועט דער רבי זיך אפשטעלן, און וויילן איבערן טאג, אין אנטווערפען.
מיטוואך מאי 03, 2017 1:31 pm#42
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
אויב בויט מען אויף פארק וואס וועט זיין מיט הופפער?
מיטוואך מאי 03, 2017 9:16 pm#43
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
דאס איז די לשון פון די מעלדונג: "און גלייכצייטיג צו ערפילן רצון צדיק פון רבינו שליט"א, אז דער דאזיגער בנין וואס איז שוין איינגעזאפט מיט אזויפיל תורה עבודה וגמילות חסדים זאל פארבלייבן מיט איר קדושה לתורה ולתפילה אויך נאכן באנייען די בנין ביהמ"ד החדש והמפואר אויף בעדפארד פארק."
לערנט עס אפ וויאזוי איר ווילט...
זונטאג מאי 14, 2017 3:52 pm#45
לג בעומר טיש תשעז
היינט אום 5:00 בדיוק קומט פאר די שולחן הטהור פון סאטמארע רבי שליט"א אין ביהמ"ד ישמח משה קרית יואל, באופן פנימי פאר די זקני אהבת קדומים 60+ ברהמ"ז 7:00
דער רבי שליט"א וועט אי"ה ערשיינען צום מעמד הדלקה אום 7:30 נאכמיטאג, דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין דברות קודש לכבוד המאורע, גיסן אויל צום מדורה, דערנאך ווען די רבי שליט"א וועט אנצינדען די הדלקה וועט דער גאנצער ציבור זיך ארויסלאזן אין פייערליכע טענץ לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
מאנטאג מאי 15, 2017 2:43 pm#46
Re: נייעס בחצר הקודש סאטמאר - חסידי מהר"א
למעשה איז דער רבי ערשינען ארום 8:40 און געצינדן ארום ניין אזייגער און נישט גערעדט

ביים טיש אין ישמח משה האט דער רבי פראקלאמירט א נייע חבורה פאר די עלטערע אנ""ש צו לערנען משניות על הסדר
בלאט: 1 2