Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו איך זאל וויינען.
ישראל אייכלער שרייבט א "טור נוקב" וועלכע ערשיינט אויפן הויפט בלאט ביי דשעי די ען, ער פארט און פליקט אריין פאר די חרדים און ווארנט זיי, אז אויב וועט מען נישט צוריק ברענגען די ניינציג טויזענט פארלוירענע קולות פון די לעצטע בחירות צווישן די דריי דורכגעפאלענע פארטייען (וועלכע האט געקאסט די חרדים א גוטע דריי בענקלעך) דאן וועט זיין צרות. קיינער וועט נישט דארפן האבן די פאר חרד'ישע חברי הכנסת און מען וועט ווידער קייען שטרוי.
ער וויינט איבער דעם מצב אז אין דעם יעצטיגן כנסת זענען אכצן פרומע חברי הכנסת געווארן געשטופט אין די זייט און אלעס נאר ווייל לפיד און בנט האבן געהאט צוויי מער. ער שרייט און וויינט אז מען זאל זעהן עס זאל נישט אנקומען נאכאמאל צו דעם מצב. אויב יא, זאגט ער, וועט דער וועג צו ביטערע גזירות אויף די חרדים זיין ברייט אפן.
ער ברענגט ארויס די גרויסע נסים אז די ממשלת זדון איז געפאלן, און אנשטאט מען זאל דאנקען דעם אויבערשטן און אריינשטימען וואס מער חברי הכנסת פון די פרומע, וועט מען גאר זיין כפויי טובה פארן אויבערשטן, מיטן אליינס געבן פאר די פרייע א פרייע האנט צו מאכן גזירות קעגן די תורה.
ער געוואלדעוועט אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די סקרים וואס זאגן פאר אז לפיד גייט כאפן א ריק, ער איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס עס איז נישט אמת.
און דאס איז נאר אויב מען וועט נישט צוריק ברענגען דאס וואס מען האט פארלוירן, ווער רעדט נאך אויב מען וועט נאך פארלירן דאס וואס מען האט און ש"ס וועט אראפגיין פון עלעוו צו??? דעמאלס וועט דאך זיין איום ונורא. עס שרייט הויך אז מען מוז זעהן למען ה' אנקומען צו 20 פרומע חברי הכנסת. און נאר אזוי קען מען האפן צו זיין "עפעס" סעיף פון דעם בג"צ וועלכע איז באמת דער שליט יחידי אין דעם מדינה.
ער זאגט דארט אז כאטש מען זאגט פאר מער מאנדאטן פאר די יהדות התורה צוליב די רדיפות פון די לעצטע צוויי יאר, זאגט ער אבער אז עס איז קלאר אז דאס איז נאר מיט אחדות, אויב גייט זיין מחלוקת (אזוי ווי דער מצב איז יעצט) איז קלאר אז מער און מער מענטשן גייען בלייבן אינדערהיים, ובלשונו: "כאשר האש אוכלת קולות, גם בציבור האשכנזי יהיו רבים מאוד שיישארו בבית. הם יאמרו: שב ואל תעשה עדיף. הם פשוט ימאסו בדברי חכמי וגדולי התורה". (אוי זאגט ער גוט...)
רבותי, שרייט אייכלער "איך רעד נישט וועגן אחדות צוליב דעם ערך הרוחני שבדבר (אין אנדערע ווערטער: פליז, פארגעס אז די תורה הייסט זיך פירן בדרכי שלום ובאחדות) נאר פשוט צוליב די נומערן, נאר מיר אליינס האבן שאדן דערפון, גשמיות'דיגע שאדן". נאכן געראטעוועט ווערן פון איין נעץ, לויפט מען גראד אריין אין דעם צווייטן נעץ. איידער מיר גייען גיין זוכן נאך אפאר איינצעלנע קולות אינדרויסן, לאמיר קודם זיכער מאכן אז מיר באקומען אלע אונזערע אייגענע קולות. ער טענה'ט אז א דריטל פון דעם ציבור גייט נישט שטימען (עפעס וואס איך שריי שוין לאנג) צוליב די מחלוקת.
און דא קומט די צוויי גרעסטע חידושים:
חידוש נומער איינס: דער איינציגסטער וועג צו ברענגען מער שטימען איז, אז יעדער איינער זאל ווערן א פעיל, א עסקן, נישט גענוג צו גיין אליינס שטימען, מען מוז אויך מיטברענגען אנדערע.
חידוש נומער צוויי: פונקט ווי מיר האבן נישט געקענט אראפווארפן דעם ממשלת לפיד, און נאר דער אויבערשטער האט עס געטאן, פונקט אזוי קענען מיר גארנישט טאן אויסצולעשן דעם מחלוקת פייער ביי די חרדים און נאר דער אויבערשטער קען דאס טאן.
און איך זאג נאכמאאל, איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו איך זאל וויינען.
שוין יארן וואס מער און מער פרומע הערן אויף צו שטימען, און טאקע נאר צוליב די מחלוקת. ווי דו אליינס זאגסט, א דריטל בוחרים בלייבן אינדערהיים. עפן זיך אויף די אויגן. די איינציגסטע וועג צו ברענגען מער קולות איז אז יעדער זאל שלעפן יענעם?
שיינע מעשה. מען שטעלט א הנחה אז "מיר קענען גארנישט טון איבער די מחלוקת", און דערנאך קומט מען שוין אויטאמאטיש צום ערשטן החלטה אז די איינציגסטע וועג איז אז יעדער זאל מיטברענגען נאך מענטשן.
האלא, מיסטער אייכלער. דער ציבור קומט נישט ווייל זיי זעען דעם אמת, זיי זאגן: אויב דארף מען טאקע ראטעווען דאס אידישקייט, דאן לאמיך קודם זעהן וויפיל פון "דיין כבוד" ביסטו גרייט מקריב צו זיין פאר אידישקייט.
ישראל, דו אליינס ווייסט זייער גוט ווי וויכטיג דאס אחדות איז יעצט און אז קיין איין פארטיי (ביי דיר) קען נישט אליינס אדורכגיין דעם אחוז החסימה. לאמיך זעהן ווי דו גייסט אויסרופן אינערליכע בחירות אינעם גאנצן יהדות התורה פארטיי. און דו לייג אוועק אלע דיינע נגיעות צוליב שלום. דו קענסט יא, מיש נישט אריין דעם אויבערשטן דא, עס האט גארנישט מיט אים. דו מיט וויזשניץ קענען צווינגען גער מסכים צו זיין צו פריימעריס, און צוזאמען קענט איר צווינגען שטיינמאן אויך מסכים צו זיין. זאל יעדער ברענגען זיינע מענטשן, און זאל יעדער איינזעהן איינמאל פאר אלעמאל וויפיל יעדער ברענגט און לויט דעם וועט יעדער באקומען.
איינמאל מען מאכט שוין בחירות פנימיות קען מען שוין אויסשטעלן אזוי אז עס זאל זיין יושר. און אויב דו וועסט עס מאכן ביי דיר וועסטו קענען דרוקן דעם ספרדי ער זאל עס אויך טון. קיינער קען נישט זאגן יענעם דו טו עפעס, אבער איך מוז עס נישט טון. אבער ווען דו טוסט אליינס עפעס וואס איז נישט באקוועם, טאקע למען השלום און למען אידישקייט (לדעתכם) דאן קענסטו פאדערן פון יענעם אויך. דעמאלס קענסטו זאגן פאר דרעי אז ער "מוז" מסכים זיין צו מאכן פריימעריס און לאזן "יעדן" לויפן צו די פריימעריס. און אויב מען וועט דאס טון דעמאלס וועט מען טאקע באקומען די אזוי געגארטע צוואנציג בענקעלך און זייער מעגליך אז מער.
אבער ווילאנג דו קומסט און דו ווארפסט אריין א פלאקן און דער סיום איז "מיר קענען גארנישט טון, נאר דער אויבערשטער קען" און יעצט - ענדיגסטו ווי א שלש סעודות תורה - דער אויבערשטער זאל העלפן בלא בלא בלא. סארא מין חוזק איז דאס.
האסט עפעס צו זאגן, זאג, אבער דו זיי דער ערשטער וואס שטעלט זיך צו דערצו. ווארף נישט קיין רמזים וואס יענער זאל כאפן און זאגן: "אה, אייכלער איז גערעכט" עינט גאואינג טו העפפען.
מיסטער אייכלער, איך, טהור עיניים פון קרעטשמע רוף צו דיר: "פוט יאר מאני ווער יאר מאוט איז. טו צו דער זאך, דו ווייז וואס דו ביסט גרייט צו טאן פאר דעם און נאכדעם וועסטו שוין זעהן וואס נאך מען קען אלס טון".