הויפט זייט » נייעס און פארברענגען » עולם ומלואו » מדינת ישראל בחירות, תשע"ה,

מדינת ישראל בחירות, תשע"ה,

50 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 138 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #334
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 10:03 pm#1
מדינת ישראל בחירות, תשע"ה,
לויט ווי אלע באריכטען צייגן אין ארץ ישראל גייט מען אט אט זיך גרייטען צו פרישע בחירות, האלטענדיג נאך 2 יאר פאר די זמן וואס מען דארף גיין צו בחירות

לפיד גרייט צו א מעכטיגע אנטי פרומע קאמפיין אינטערצורייסען די פרומע אידן, צו קענען ווייטער ממשיך זיין מיט זיין יש עתיד פארטיי
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 10:12 pm#2
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
ש''ס האט שוין אנגעהויבען מאכן אסיפות פאר איר צוגרייטונג צום בחירות קאמפיין
לפיד האט זיך שוין געלאזט הערן אז די ציל פון שוין לויפן צו בחירות איז ווייל ביבי וויל אויסהאמערן מיט די חרדים א דיל.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:42 pm#3
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
ביבי נתני' האט פריער פארשיקט לפיד און ליבני פון די קאליציע עס הייבט זיך שוין אן די פראצעדור פון גיין צו פרישע וואלן.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:57 pm#4
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
מער ווייניגער יעדע אנדערהאלבן יאר פרישע וואלן דארט
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:31 pm#5
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
די חרדים ברענגן ארויס זייער פרייד צום צוזאמענפאל
חרדים.jpeg



נתני' ביי זיין יעצטיגע רעדע פאר די פאלק וועגן די בחירות וואס איז ערוארטעט האט היבש גע'חנפט די חרדים, ער האט געזאגט ער איז קעגן שיקן אינגעלייט לומדי תורה אין די תפיסות.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:51 pm#6
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
די יש עתיד פארטיי הייבט אן מיט די העצע אז די חרדים פארקויפען זיך פאר א פאר טאלער
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 2:16 pm#7
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
דער הפלס איז נישט צופרידן פון די וואס שלאגן זיך אויף די פרטים פינעם חק הגיוס.
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 10:53 am#8
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
אין כנסת האט מען היינט אגעשטימט אויף די אויפלעזונג פינעם רעגירונג, א רוב פון 84 האבען געשטימט בעד דאס אויפלעזונג.
מען האט באשטימט דעם טאג כ''ו אדר פאר די פרישע בחירות.
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:48 am#9
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
WOW
סאו עס הייבן זיך אן פרישע הייסע טעג דארט אין ארה"ק. ווער עס האט נאר אמאל מיטגעהאלטן דארט א בחירות ווייסט וואס עס מיינט.

איך וויל דא ארויסברענגען א געדאנק, וואס איך ווייס עס גייט נישט אזוי שנעל פאסירן, אבער אויב זאל מען דאס טוען וואלטן לכאורה די חרדים גאר גאר אסאך עררייכט מיט דעם.

איך האלט אז אלע חרדים זאלן זיך צאמשטעלן אין איין גרויסע פארטיי. אגודה, דגל, ש"ס, און אלע פראקציעס אין זיי. סיעה המרכזית, שלומי אמונים, ליובאוויטש, שטיינמאן, אויערבאך, אמנון יצחק, אמסלם און אלע אנדערע שאר ירקות, און מען זאל מאכן אינערליכע פריימעריס, און יעדער זאל באקומען כפי וואס ער ברענגט אריין אין די פריימעריס.

ביי די פריערדיגע בחירות זענען לכאורה א דריי פיר בענקלעך פארלוירן געגאנגען צוליב אינערליכע געשלעגן. ווען מען מאכט ווען אזא סארט אינערליכע קאאליציע, ווי אלע חרדים לויפן אונטער אייין פאן, וואלט דאס לכאורה געווען די דריט גרעסטע פארטיי (מעגליך גאר די צווייטע) און וואלט געקענט גאר אסאך טון (אדער אויפטוען, ווענצעך לשיטת וועמען).

אבער ווי געזאגט, איך גלייב נישט אז דאס גייט פאסירן. עכ"פ נישט אזוי שנעל.

וואס יא, ביי די בחירות וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן וואס גייט זיך אפטוהן ביי ש"ס, הרב עובדי' איז נישט דא מער און גייט בדרך הטבע האבן אן אויסווירקונג אויף די פארטיי.
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:50 am#10
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
טהור ניטאמאל די ליטוואקען קענען זיך פאראייניגען, ווילסטו נאך נעמען די שך'ניקעס מיט די ליבאוויטשע אינטער איין פאן? נעווער.
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:34 pm#11
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
די כח להשפיע פארטיי בראשית רב א. יצחק וואס האט געהאט לעצטע מאל מער ווי 28 טויזענט קולות ציעט זיך יעצט ארויס פינעם בחירות פארמעסט
אלי ישי טראכט ערנסט צו עפענען א פרישע פארטיי
ישי.jpeg
שס-1.jpg





יהדות התורה חלומט הויעך אנצוקומען ביז '9' מאנדאטען
אגודה דגל-1.jpg
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:00 pm#12
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
ברעיקינג:

הרב מזוז פון ש''ס סטראשעט ארויסצוגיין פון ש''ס אויב מען פאראייניגט נישט די פארטיי צווישען ישי און דרעי
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:22 am#13
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
ראש הקהל האט געשריבן:טהור ניטאמאל די ליטוואקען קענען זיך פאראייניגען, ווילסטו נאך נעמען די שך'ניקעס מיט די ליבאוויטשע אינטער איין פאן? נעווער.


נו, פאר דעם האב איך דאך געזאגט אז איך גלייב עס גייט קיינמאל נישט פאסירן. אבער באמת, אויב מיינט מען באמת צו האבן א כח אויפצוטוהן, וואלט מען דאס געדארפט טוהן. מען רעדט נישט פון ארבעטן באמת אלס איין פארטיי, אבער זיך פאראייניגן ביי די בחירות צו לויפן אונטער איין פאן, טאקע פאר דעם כדי צו האבן וואס מער בענקלעך אינעם פארלאמענט "אויף צו קענען אויפטוהן", איז דאך לכאורה א זאך וואס שטימט מיט זייער אפיציעלע אידעאלאגיע פון זיך שלאגן פון אינעווייניג. אלא מאי... מוז איך צוקומען אז נישט דאס איז דער גאנצע ציהל דא...
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:23 am#14
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
אויב אבער גייט מען טאקע נישט צוזאמען, דאן האלט איך אז אלי ישי "מוז" עפענען אן אייגענעם פארטיי. אז נישט וועט דרעי מאכן פאטאש פון אים. און אויב ער טוט עס נישט יעצט, קען ער מעגליך פארפאסן דעם באן אינגאנצן.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:16 am#15
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
טהור עינים קומסט אריין שטארק, דיינע אנאליזן מאכן סענס. הגם ווי דו זעלבסט זאגסט איז עס מסתם נישט במציאות צוליב מדות טובות.
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:17 am#16
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
מישהו מתקשר למשרד האוצר ומבקש לדבר עם השר יאיר לפיד.
המזכירה עונה לו שלפיד כבר לא שר האוצר... 'אוקי, תודה!' עונה האיש ומנתק.
כעבור שתי דקות הוא מתקשר שוב וביקש את השר לפיד. המזכירה עונה לו שהוא כבר לא שר האוצר....
כעבור שתי דקות הוא מתקשר שוב.... וכך איזה עשר פעמים, עד שהמזכירה מתעצבנת עליו ושואלת אותו: 'מה אתה לא מבין?? יאיר לפיד הוא כבר לא שר האוצר!!!' 'כן אני יודע' משיב האיש, 'אבל אין לך מושג כמה אני נהנה לשמוע שיאיר כבר לא שר האוצר......'
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:18 am#17
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
ש לי בשבילכם היום בשורה טובה ובשורה רעה:
הבשורה הטובה היא שמפזרים את הכנסת והולכים לבחירות!
הבשורה הרעה היא שבוחרים שוב את אותם אנשים...
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 1:42 am#18
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
היינט צו טאג קענסטו גארנישט אויסרעכענען פאראויס אויף די אויסקוק אינעם כנסת

ווער וואלט פאראויסגעזאגט אז אין א צייט וואס יהדות התורה וועט ערייכען 7 בענקלעך וועלן זיי אזוי מיאוס באזייטיגט ווערן און אינטערדריקט ווערן דורך אירע קעגנערישע פארטייען, און נישט קיין צווייטער ווי די 'מזרחי' פארטיי זאל מאכן א יד אחת מיט די שונאים פון די פרומע און ארויפלייגען שווערע סאנקציעס און שטראפען פאר אידן בארה''ק
אויב דאס האט געקענט פאסירען ווער ווייסט צו נישט די עדה/ און סאטמאר /קנאישע /בני תורה פארטיי/ וויזניץ און נאך וועלן אינאיינעם פירען קאמפעין'ס קעגן דאס שטימען פאר יהדות התורה, און מעגליך אז ביי די חרדישע וואל כח וועט נאך זיין גרויסע סופרייזעס
העי יו קען נעווער נאו.
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 11:43 am#19
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
עס איז דא וואס זאגען פאראויס א שווארצע רעכענונג פאר די יהדות התורה פארטיי וואס ערמעגליכט א מציאות פון לאזען דעם יהדות התורה פארטיי גענצליך אינדרויסען
בבחירות האחרונות קיבלה 'יהדות התורה' מעל 190 אלף קולות, היה זה חד פעמי ואין כל בטחון שזה ישוב בסיבוב הבא, מפני שהשתנו המצבים ואין כל בטחון שמי שתמכו ב'יהדות התורה' ירצו לשוב ולתמוך בהם.
מצד אחד יש לנו את המחבלים האומרים במפורש כי מה שיחליטו לעשות לא ברור כרגע אבל מה שהם כבר יודעים כי ל'יהדות התורה' לא יצביעו. גם ולמרות שאין לי ספק כי אינם מונים 45 אלף איש, ובכל זאת מספיק שיהיו מי שלא יאהבו את ההתבטאויות של ליצמן וגפני בתקופה האחרונה הקוראים להתחבר לשמאל ובשל כך יעדיפו להבטיח את קולותיהם למפלגות ימין מאשר ל'יהדות התורה' העלולה למכור אותם תמורת נזיד עדשים, ויחד עם המחבלים יצליחו להשאיר את 'יהדות התורה' בבית היא לא תעבור את אחוז החסימה
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 11:47 am#20
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
דער הפלס מעלדט אז עס וועט נאך מעגליך ווערן אפגעשאפען פרישע בחירות און יהדות התורה וועט אינאיינעם מיט ביבי פארמירען א קאאליציע אזוי צו שאפען א פעסטע רעכטע קאאליציע ווס זאל מסכים זיין צו אלע פארשלאגען פינעם ראש הממשלה ביבי.
לפי דברי בכיר ביותר ל"הפלס" מתברר כי מתנהלים כעת מגעים מתקדמים
בין נתניהו למפלגות החרדיות להקמת קואליציה מידית! עם המפלגות
החרדיות ולביטול הבחירות. ‎‬
האם הפילוגים בש"ס ובדגל התורה מפחידים את קברטיניה לצאת לבחירות?

והאם הם הגיעו לסיכומים אודות ביטול גזירת השמד מכל וכל, או שהם
כמו הבית היהודי ונתניהו, מסתפקים בהסרת הסנקציות הפליליות ובהמשך
שיתוף הפעולה עם עוקרי התורה למילוי יעדי הגיוס והשילוב למסלולי
השמד השונים?

האם הם יעמדו על הנושאים הערכיים בלי שום פשרות, או שמא ימכרו
את היהדות בעד נזיד עדשים ?


אין אנדערע נייעס איז פארהאן א שמועה איבער פלענער פון צוזאמארבעט צווישען ש"ס און דגה"ת אויס מורא פון אינערליכע רייבערייען

חשיפה: לראשונה מאז התפצלו תנועות ש"ס ו'דגל התורה' בעת הקמת ש"ס, בימים האחרונים מתנהלים מגעים ראשוניים לבדיקת האפשרות לריצה משותפת של שתי המפלגות החרדיות לקראת הבחירות הבאות

המגעים הראשוניים החלו בעקבות החשש הקיים בשתי המפלגות מפני אופוזיציה הפנימית שעלולה לחבל בתוצאות הבחירות הצפויות.
בש"ס רואים בחשש את הסקרים האחרונים שמעניקים לתנועה כשבעה מנדטים, ומנגד ב'דגל התורה' מתמודדים עם איום הפלג הירושלמי שבבחירות לרשויות המקומיות רצו בנפרד וגרפו אלפי קולות.
בעקבות כך כאמור, החלו בימים האחרונים שיחות גישוש ראשוניות בכדי לבדוק את האפשרות ששתי המפלגות ירוצו יחד בבחירות הבאות
.
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:01 pm#21
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
צווישען די אנאליזער אויף די מצב איז דא וואס שלאגען פאר א פלאן צו טוישען די גאנצע צוגאנג פון די חרדים צום וואל קאמפיין

לדעתי האישית הגיע הזמן שנאמץ את השיטה הנהוגה בארה"ב - אין צורך במפלגה סקטוריאלית. במקום שתהיה לנו מפלגה שטוענת שהיא מייצגת חרדים, הציבור החרדי יתפקד בהמוניו לכמה מפלגות גדולות ושם יצביע בפריימריס עבור נבחר מוביל כזה או אחר והוא זה שידאג לכך שהציבור יקבל את אשר מגיע לו כמו כל ציבור אחר במדינה.

הרי כל ציבור במדינה זכאי לתקצוב, זכאי להקמת מוסדות לימוד בתי תרבות וכדומה. אין שום סיבה להפלות את הציבור החרדי - גם לו מגיע ולא על ידי הסכמים חשאיים וכספים מתחת לשולחן וכל הטריקים והשטיקים הידועים. בצורה הזו גם השנאה הציבורית כלפי החרדים תרד במקצת,



ווי עס קוקט אויס שפירט די ציבור אין אר"י צו א שטארקע היץ פון די פרייע א דאנק דעם וואס עס זענען דא חרדישע פארטייען אין די מדינה.
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 1:15 pm#22
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
בולעטין האט געשריבן:צווישען די אנאליזער אויף די מצב איז דא וואס שלאגען פאר א פלאן צו טוישען די גאנצע צוגאנג פון די חרדים צום וואל קאמפיין

לדעתי האישית הגיע הזמן שנאמץ את השיטה הנהוגה בארה"ב - אין צורך במפלגה סקטוריאלית. במקום שתהיה לנו מפלגה שטוענת שהיא מייצגת חרדים, הציבור החרדי יתפקד בהמוניו לכמה מפלגות גדולות ושם יצביע בפריימריס עבור נבחר מוביל כזה או אחר והוא זה שידאג לכך שהציבור יקבל את אשר מגיע לו כמו כל ציבור אחר במדינה.

הרי כל ציבור במדינה זכאי לתקצוב, זכאי להקמת מוסדות לימוד בתי תרבות וכדומה. אין שום סיבה להפלות את הציבור החרדי - גם לו מגיע ולא על ידי הסכמים חשאיים וכספים מתחת לשולחן וכל הטריקים והשטיקים הידועים. בצורה הזו גם השנאה הציבורית כלפי החרדים תרד במקצת,



ווי עס קוקט אויס שפירט די ציבור אין אר"י צו א שטארקע היץ פון די פרייע א דאנק דעם וואס עס זענען דא חרדישע פארטייען אין די מדינה.


דער מהלך איז נישט קיין שלעכטער, און עס איז בעצם א אנדערער טוויסט אויף דעם מהלך וואס איך האב פריער ערווענט, מיט דעם איינציגן חילוק, אז עס האט מער שאנסן צו פאסירן.

דהיינו, א אויערבאך חסיד גייט נישט וועלן פאר שטיינמאן און א שטיינמאן חסיד גייט נישט וועלן פאר אויערבאך, אפילו ווען דאס גאנצע יהדות החרדית זאל זיך אין דעם ווענדן. פשוט, ווייל אויף דעם איז מען דאך מחויב צו האבן מסירות נפש, עס איז העכער און וויכטיגער פון אלס און אלעמען, אריינגערעכנט קודשא בריך הוא ושכינתי'. קיין איינער פון די אויבנדערמאנטע גייען נישט שטימען פאר א ליובאוויטשער, (און דאס אלעס מיין איך, אפילו א כלל חרד'ישער פארטיי וואס ארבעט נאר מיט מיט ליובאוויטש) ווייל שוין אפגערעדט פון דעם וואס דער ליובאוויטשער איז דאך בכלל נישט קיין איד און איז א עובד עבודה זרה און א מסית ומדיח (און נאך אסאך ערגער פון דעם...), איז אפילו איינער וואס אנערקענט זיי נאר אלס חרדים שוין אויך אפגעפרעגט. איז ממילא איז אינגאנצן שלא ע"פ דרך הטבע אז אלע חרדים זאלן גיין אינאיינעם, כאטש וואס עס איז זייער פשוט אז אזוי וואלט זיי דאס בעסטע אויסגעקומען, זיי וועלן בדרך הטבע אנציען לפחות צוואנציג בענקלעך, און קענען אויפטיען נאך אסאך מער (נאכאמאל, איך רעד לשיטתם).

ווידער אבער, אויב גייען די גאנצע חרד'ישע פארטייען זיך אויפלעזן, און ווערן א טייל פון די פרייע, ווי כאילו, א פראקציע אינערהאלב דעם גרויסן פארטיי. דעמאלס איז שוין נישט דא קיין פראבלעם. ווייל דער פרייער אוכל חזיר ונבילות, דער וואס פרעסט אין יום כיפור און איז עובר אויף אלע עבירות שבתורה, מיט אים איז נישט דא קיין פראבלעם. ער איז נישט קיין שונא און נישט קיין מחבל, נישט קיין שלומי אמונים'ניק און נישט קיין סיעה המרכזית'ניק. ער איז נישט קיין משיח'יסט און נישט קיין אנטי משיח'יסט. זיי זענען אקעי און מיט זיי קען מען ארבעטן צוזאמען.

ממילא, גיב איך מיין ברכה און צושטימונג צו דעם מהלך...
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 am#23
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז געוויסע אייראפעאישע לענדער און אמעריקא צוזאמען גייען ארבעטן אז נתני' זאל נישט ווערן ווידערווייל נאר אנשטאט זאל בוזי הרצוג ארויפגיין אויפן בענקל.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:52 pm#24
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
בולעטין האט געשריבן:עס איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז געוויסע אייראפעאישע לענדער און אמעריקא צוזאמען גייען ארבעטן אז נתני' זאל נישט ווערן ווידערווייל נאר אנשטאט זאל בוזי הרצוג ארויפגיין אויפן בענקל.


איך ווייס נישט וויפיל עס וועט זיי העלפן. די איזראעליס זענען אן אינטערעסאנט און שווער פאלק (דאך עפעס קרובים מיט די אידעלעך...)

אויסער דעם וואס עס איז זייער שווער פאר דרויסנדיגע צו פירן יענעם'ס פאליטיק לויט ווי אים שמעקט, דאס איז לוזינג סטראטעגיע, היסטאריע האט דאס שוין געוויזן פילע מאל. עס איז זייער שווער צו רעגירן א פאלק פון דרויסן לויט דיינע אנשויאונגען.

ונזכה ונחי' ונראה.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:31 pm#25
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
די פרויען פארפירען שטארק אז מען רעכנט זיך נישט מיט זיי און די נשים ווילען ארויסשטעלן א נציג מטעם די חרדישע פרויען, די מחנך מרדכי בלוי איז ארויס מיט שארפע סטראשונקעס פאר די חרדישע פרויען וואס גייען חלילה צוהעלפן די נשים באוועגונג און האט געסטראשעט אז סוועט זיין תצא בלא כתובה און די פרוי וועט מער נישט אנערקענט ווערן אלץ חרדי.

חיים אמסלם האט שארף אטאקירט בלוי פארן בלאקירען די נשים צו קאמפיינען פאר זייערע נציגים אינעם כנסת.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:34 pm#26
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
די איבערפאל היינט אויף סיריע פון די ישראלישע ארמיי איז דא וואס זענען עס מקשר מיט די יעצטיג בחירות סעזאן וואס שטיפט פאראויס דעם ראה''מ צו ווייזען תקיפות קעגן די אראבער.
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:56 am#27
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
די פאולס ווייזען אז נתני' שטייט שמאל און עס איז זייער מעגליך אז הרצוג גייט ווערן די ראה''מ, דער פארטרעטער פון דגה''ת ח''כ משה גפני האט אויסגעדריקט זיין פלאן מיט צוארבעטן מיט א רעגירונג פון הרצוג אויב עס וועט קומען למעשה אז הרצוג ווערט ראה''מ

היום פורסם סקר שנערך עבור ערוץ הכנסת, המלמד כי במידה ולבני תצטרף למפלגת העבודה בראשות הרצוג, יקבלו השניים 24 מנדטים, יותר מאשר תקבל הליכוד, היורדת ל-22 מנדטים בלבד.לאחרונה נטען כי הרצוג ולבני עומדים לשתף פעולה ביניהם בריצה משותפת לכנסת, כאשר על פי הדיווחים תשוריין לבני במקום השני ברשימת העבודה לכנסת, וכן תקבל שריונים עבור עמרם מצנע ועמיר פרץ.



, במענה לשאלה במי יתמוך לראשות הממשלה אחרי הבחירות הקרובות, כי אחרי שנים של הליכה עם הליכוד, היום אין ליהדות התורה שום בעיה להצטרף אחרי הבחירות לקואליציה בראשות בוז'י הרצוג. גפני הצהיר "מעולם לא אמרתי את זה ואני אומר את זה עכשיו: אנחנו הולכים בבחירות האלה על הנושא החברתי־כלכלי ואם הרצוג יצליח להקים ממשלה – נתמוך בו. נלך איתו גם בנושא המדיני." ח"כ גפני חזר על הדברים בתקיפות: "תקשיבו לי, אני אומר אמת פה, בשידור חי: הולכים לבחירות. אם בוז'י יצליח להקים ממשלה – נתמוך בו".
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:24 am#28
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
מרכז העניינים איז מפרסם אז יהדות התורה פאדערט א פאזיציע פון א שר ביים קומענדיגער קאדענציע
  'מרכז העניינים' חושף: לראשונה 'יהדות התורה' תבקש תפקיד של שר ולא רק סגן שר ומגעים להקמת בלוק חוסם בין המפלגות החרדיות ל'בית היהודי'.


די בני תורה פארטיי האט אנגעהויבען מיט שארפע סלאגאנען קעגן דגה''ת
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:42 pm#29
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
אז די פרומע זאלן גיין מיט די לינקע איז לגמרי קיין חידוש נישט. עס איז נישט די ערשטע מאל און בדרך כלל האבן זיך די לינקע בעסער צוגעשטעלט צו זיי ווי די רעכטע (איך רעד נישט פון פארטייען וואס זייער גאנצער זכות קיום איז העצע קעגן חרדים).

לגבי די בני טעירע איז פאני אז זיי נוצן א סלאגאן פון ברסלב, והעיקר לא לפחד כלל. אוי, צו וואס מען האט זיך דערלעבט.
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 12:51 am#30
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
ברסלב דארף ווען זיך אפשאקלען דערפון אז עס האט גארנישט צו זיי.
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:12 am#31
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
די פאול'ס
הליכוד: 21, 

הבית היהודי: 18, 

העבודה: 17,

 יש-עתיד: 12,

 כחלון 10,

ישראל-ביתנו: 10,

 יהדות-התורה 8, 

ש"ס: 7, 

מר"צ: 7,

 חד"ש: 5,
 רעם-תעל: 5,
התנועה ובלד לא עוברות אחוז החסימה.

אם לבני מצטרפת לעבודה:העבודה 23הליכוד: 21, הבית היהודי: 18, יש-עתיד: 9, כחלון 9 ,ישראל-ביתנו: 9, יהדות-התורה 8, ש"ס: 7, מר"צ: 6, חד"ש: 5, רעם-תעל: 5,
זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:16 pm#32
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
דער ח''כ אלי ישי האט געהאט א פלאן צו פירן זיין נייע העם אתנו פארטיי מיט אריאל פון הבית היהודי, אריאל למעשה האט זיך ענטזאגט פון נעמען א חלק אינעם נייער פארטיי
יעצט קוקט אויס אז ש''ס וועט זיך לייכטער קענען נעמען צו די ביינער פון ישי איבערווייזענדיג אז ער פארברענט סתם אזוי מאנדאטען, נעכטן האט שוין ארי' דרעי שטארק אטאקירט פערזענליך אלי ישי פאר זיין עפענונג פון א נייע פארטיי.
זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:27 pm#33
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
רב אמנון יצחק האט זיך געלאזט הערן מיט שטארקע ווערטער קעגן ארי' דרעי, די יועצים פון אלי ישי פלאנען צו עפענען א קאנטער אטאקע קאמפיין קעגן ארי' דרעי
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:38 pm#35
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
ריכטיגע געדאנק
הספרדים, האשכנזים, הליטאים, חצרות החסידים, החבדניקים, הירושלמים, המודרנים, העובדים, וכו' וכו'...
כולם מתפלגים בתוך כולם בעירבוביה שאין כדוגמתה בכל מקום, בשטח האמיתי והוירטואלי.
כמאמר הידוע "שני יהודים 4 דעות..."
והתקשורת ושונאינו מחככים ידיים בהנאה צרופה ובאושר עילאי...
את האמת הזו צריך לומר ואף לזעוק שאם כך הם פני הדברים,  וראו עד לאן התדרדרנו, אז עדיף שלא תהיה אף נציגות חרדית בכנסת המינים!
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:59 pm#36
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
היינט האט זיך אפיציעל אנגעהויבען די קאמפיין פון די פארטיי העם אתנו אינטער די פירערשאפט פון אלי ישי.

די פלאקאטען וואס די העם אתנו קאנפיין האט ארויסגעשטעלט איז געווארן צופליקט אין גרויסען, עס קומט הייסע טעג ביי די ציבור הבוחרים.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:36 am#37
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
סקאנדאלען אויף די ליכוד פארטיי הייבט אן ארויפשווימען אין די טעג עס מאכט אביסעל אנגעצויגען די לאגע ביי די ראה''מ
אין אנדערע נייעס האט די רב הראשי פון ירושלים ר''ש עמאר זיך אריינגעלייגט שלום צו מאכן צווישען די קריגערישע צדדים ביי די ספרדים'
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 2:25 pm#40
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
צוואנציג רבנים פון די ספרדים האבן געשריבען א מכתב ווי זיי זאגען אז דיאיינציגסטע תורה'דיגע ירושה וואס איז געליבען היינט ביי די ספרדים איז נאר ביי די מועצת חכמי התורה פון 'ש''ס'.
איינע פון די צוואנציג חותמים האבן שוין געלייקענט אז ער זאל האבן גע'חתמט
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:22 am#41
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
סארא מינע שטותים צו רעדן. דער עולם איז נאך נישט קאמפליט פערדן. איך זעה נאך נישט דערווייל די גרויסע הצלחות פון אלי' ישי (כאטש איך וואלט יא געקענט באשטיין עס צו זעהן), אבער צו רעדן אזעלכע שטותים אז די איינציגסטע תורה'דיגע ירושה איז נאר די מועצת חכמי התורה, א ארגאן וועלכע איז קיינמאל גארנישט געווען, עס איז ס"ה געווען א זיגל פאר הרב עובדי' יוסף (און היינט פאר ארי' דרעי), איז ממש זינלאזע רייד.

הרב מאיר מאזוז איז א שטערקערער כח פון סיי וועמען פון די מועצת חכמי התורה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:46 am#42
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
דער ראש מועצת החכמים הרב שלום כהן האט גערעדט קעגן אלי ישי זייער שארף ער האט געזאגט אז די בכל ביתי נאמן וואס הרב עובדי' האט געזאגט אויף אים האט זיך גענדיגט נאכדעים וואס ער האט זיך פאראייניגט מיט הרב מאזוז.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:28 pm#43
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
הרב מאזוז האט שוין היינט אפגענטפערט די ארויסטריט פון הרב שלום כהן קעגן אים.
''
די ''שוארצער קעסטל'' וואס העם אתנו האט פארשפראכען צו אויפעפענען קעגן דרעי איז היינט ארויס אין פאבליק ווי מען הערט א רעקארדירונג ווי הרב עובדי' דריקט זיך אויס שארף קעגן ארי' דרעי און זאגט איך וועל נישט בוגד זיין אין אלי ישי

עס קוקט אויס ווי עס גייט גיין קלעפ ביי די ספרדישע
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:24 pm#44
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
ש''ס אטאקירט יעצט ביינאכט גאר שטארק אלי ישי פארן ארויסגעבן סודות פון חדר, זיי זאגען אז ישי איז גרייט צו מבזה זיין דעם מרן פאר זיינע חשבונות

דאס איז דער באמבע וואס ישי האט היינט געווארפען
m https://db.tt/0vgye0Fe m

מסתמא וועט נאכפאלגען נאך אזעלכע באמבעלעך
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:34 pm#45
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
בולעטין האט געשריבן:דער ראש מועצת החכמים הרב שלום כהן האט גערעדט קעגן אלי ישי זייער שארף ער האט געזאגט אז די בכל ביתי נאמן וואס הרב עובדי' האט געזאגט אויף אים האט זיך גענדיגט נאכדעים וואס ער האט זיך פאראייניגט מיט הרב מאזוז.


דער בעל הטיטל אן א מיטל, הרב שלום כהן האט זיך צולאזט און געעפענט זיין ... און געזאגט אז זייט אלי איז געגאנגען אין בית הכסא (א שפעט ווארט אויף הרב מאיר מאזוז, וועמענס ישיבה הייסט כסא רחמים) איז ער מער נישט דאס וואס הרב עובדי' האט געזאגט אויף אים. איך וואלט געראטן הרב כהן זאל לאזן פאלן נאך אסאך אזעלכע פערל ווערטער אויף אלי' ישי. גארנישט קען נישט בויען אלי' ישי ווי אזעלכע וואנזיניגע אויסברוכן.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:40 pm#46
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
א טאכטער פון רב עובדי' יהודית יוסף זאגט אז עס איז נאך פארהאן אסאך קליפס פון די לצטע פיר חדשים ביי רב עובדי' וואס קען אנמאכען א ערד ציטערניש
די ווידיאו'ס צייגען קליפ און קלאר די פעלשעריי וואס האט זיך אפגעטון אינעווייניג אינעם שטוב פון איר פאטער.

''
הרב מאזוז האט היינט פארלייקענט אז די רעקארדירונג זאל האבן ארויסגערינען פון ישי לאגער
הרב טען כי "מה שהיה הערב לא על דעתנו ולא על דעת אלי. בכלל לא היה לנו קשר לזה . מישהו עשה את זה על דעת עצמו. לא יודע מי. אחר כך יתבררו ויתלבנו העניינים"

בסיום דבריו אמר הרב כי בעז"ה יהיה לשס ולאלי ישי 18 מנדטים.
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:59 pm#47
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
היינט האט ארי' דרעי אהערגעשטעלט א גיטע ארבעט מיטן סטראשען אז ער גייט ארויס פון די ש''ס פארטיי
וועלנדיג ווייזען אז ער מיינט גאר אמת'דיג זיין אפזאגען די ש''ס פארטיי האט ער ארויסגעשטעלט אזא מעסעדזש פאר די ש''ס חכי''ם
"אחי היקרים, חברי הכנסת והפעילים בכל רחבי הארץ, בלב כואב אני מבקשכם אל נא תיפול רוחכם, ואל ירך לבבכם. עליכם להבין, לאחר בזיון התורה וחילול ה׳ הגדול שהתרחש אתמול אינני מוכן עוד לפגיעה ולו הקטנה ביותר בדמותו ובמורשתו האדירה של רוענו מרן זצ״ל, לא קל לי עם הצעד הזה, אבל אני עושה זאת בלב שלם ונקי, כאשר ברור הדבר כי על כף המאזניים מונח כבודו של מרן זצ״ל. תנועת ש״ס שיסד מרן זצ״ל חזקה מכל מאורע כזה או אחר וחזקה מכל אישיות פרטית, בטוחני כי תנועת ש״ס תמשיך בכל העוצמה ומרן משמים ממשיך ומלווה את כל פעולותיה. מרן חי וקיים!". 



עס איז נאר אינטערסאנט פארוואס ארי' דרעי געט נישט צוריק די שליסלעך פאר אלי ישי ושלום על ישראל.

די ישי קאמפיין האט ארויסגעשטעלט א נייע סלאגאן, -- תמונה של אריה ליד הרב עובדיה עם הכיתוב "אבא מה עשית לי'' :D
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:19 pm#48
דראמא אין ש''ס
דער חבר הכנסת אריה דרעי האט שוין אריינגעגעבן זיין אפטרעט בריוו צום יו''ר הכנסת, און האלט דראמאטיש דעם לאנד מיט זיין געוואגטע שריט, די אקציע האלט שוין ביי דעם אז גאר אסאך ארבעטער און נציגים פון ש''ס האבן געשיקט א בריוו צום מועצת החכמים אז אויב ארי' קומט נישט צוריק בעטן זיי רשות אויף אפצוטרעטן ווייל זיי קענען נישט דערהייבען די מהרסים ומחבלים מבפנים וואס מאכן חרוב די ש''ס פארטיי.
אין די לעצטע מינוטן פרובירט נאך ר''ש עמאר פון די שטיצער פון ח''כ אלי ישי צו פאראייניגען די צוויי רבנים מאזוז און רב כהן פון ש''ס, דערווייל פארלייקענט נאך ישי שטיין און ביין אז די וידיא האט גארנישט צוטון מיט אים נאר אנדערע האבן דאס מפיץ געווען.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:27 pm#49
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
מען האט אויפגעשטעלט געצעלטן אין פארנט פון די הויז פון דרעי און מען שעלט ישי און מען בעט מחילה פון מרן עס טוט זיך אויף טישן און בענק
פון די אנדערע זייט קומט אן נייעס אז ישי האט באקומען א פאדערונג פון ליכוד ער זאל קומען מיט זיי אינאיינעם אויף איין פארטיי ווייל די לינקע כח בויעט זיך אויף צו שטארק
"אני קורא כאן מעל במה זו לח"כ אלי ישי להצטרף לליכוד ולרוץ ברשימה משותפת עם הליכוד", אמר שטרן והוסיף: "אלי הוא איש ימין שתומך בהתיישבות. הוא איש שמחובר למסורת. הוא איש שמחובר לשכבות החלשות. הוא איש ישר ואיש אמת".

"אין סיבה שלא נוכל לשתף פעולה עוד לפני הבחירות לכנסת כדי שחס וחלילה לא נאבד שלושה-ארבעה מנדטים לגוש הימין ונאבד כך את השלטון לשמאל".

שטרן אף הבטיח כי יתווך בין ישי לנתניהו ואמר: "אני מתכוון לעשות את כל המאמצים כדי לתווך בין ראש הממשלה בנימין נתניהו ובין אלי ישי, כדי להביא לאיחוד הרשימות באופן הגיוני כך שכולנו נוכל להיות מרוצים".
העולם דואגים - שאין להם במה לחיות,
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:47 am#50
Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל
פשיהא, דאס איז גארנישט אזא שלעכטער געדאנק, און וואלט געווען פאר ישי גאר א גוטער וועג ארויס פון דעם פלאנטער. ער קען גאנץ מעגליך צוברענגען א בענקל אדער צוויי פאר ליכוד און פארמיידן זיך די בושות פון נישט אדורכגיין דעם אחוז החסימה.

ווידער לגבי דרעי, דער דרעי איז זייער א פיפיגער אינגל און איינער וואס האט נישט קיין שום פרינציפן, ער וועט טון "אלעס" כדי צו דערגרייכן וואס ער וויל. אפילו אויב דאס מיינט צוברעכטן ש"ס אויף פיצלעך שטיקער, אבי נאר אנצולערנען יעדן איינעם אז מען "מוז" גיין אין שפאן מיט אים. איך ווייס נישט וואס ער פלאנט צו טון באמת, און איך גיי נישט זאגן קיין נביאות, אזוי פיל זאג איך אבער יא, אז איך גלייב נישט בשום אופן אז אים טוט פאר איין רגע וויי באמת הרב עובדי'ס כבוד, און אז פאר דעם טרעט ער אפ.,
בלאט: 1 2