נאטיצן

49 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #522
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יוני 10, 2015 9:25 pm#1
נאטיצן
לכבוד די גרויסע אסיפה "נצח ישראל" וואס די ערשטע מאל אין די היסטאריע גייט א קהילה קדושה בישראל מאכן א פריוואטע כינוס אוועקצושטעלן תקנות אקעגן די אינטערנעט, איז מיטגעקומען נאך א סורפרייז!

א ברענד ניו טיטל האט מען פארבריצירט פאר רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א.
מנהיג העדה "מרא דאתרא קדישא" כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א.

והכונה מובן מאליו, כידוע פראבירט מען דאך וויפיל מען קען צו פארגרעסערן די גדלות פונעם רבי'ן שליט"א וויפיל מען קען נאר דורך כל מיני אופנים אבל אין כאן המקום להאריך בזה, עס ברויך א עקסטערע ברייטע אפהאנדלונג, איינס פון די וועגן איז אלץ צו ציען שטריכן פון איהם צום הייליגן סאטמארע רבי זי"ע, בגלוי ובסתר.
כידוע איז דער רבי זי"ע געווארן באטיטלט און געווען דער "מרא דארעא קדישא" זייענדיג דער ירושלים'ער רב.
נו, ברויך דאך רבינו מהר"א אויך ווערן באטיטלט אזוי, וואס טוט מען אבער אז ליידער מעשה שטן הצליח און דער רבי האט נישט באקומען דכם פאסטן? מרא דאתרא קדישא איז דער תירוץ...

אנדערע קאנספירירער זאגן אז די סיבה איז אזוי, אגודת "אתרא קדישא" און אירע מנהיגים איז דאך אלע יארן געווען טייער און הייליג ביי אלע אידן וואס האבן זיך משתייך געווען צו די עדה החרדית ורבניה, איז דאך אויפגעקומען א דור וואס צוליב נארישע פאליטיק וואס מען האט געמיינט אז עס גייט זיך אנדערש ענדיגן האט מען זיך ליידער צוקריגט מיט אלע פון די אויבנדערמאנטע, און מען איז געבליבן בקרן זוית מיט בלויז איינע פון זיי.
קען מען דאך אבער נישט איינזעהן אז מען האט א טעות געמאכט דעריבער טוט מען נאכטאנצן אלע זיינע פסקים, איי זיי זענען פארקערט ווי מען פלעגט אלע יארן אננעמען אין אונזער קרייז? נישט קיין פראבלעם! מען באטיטלט איהם אלס דער "לוחם מלחמות ה', גאון ופוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א", ווידער דער אייגן אריינגעברענגטע רב באטיטלט מען - אויפן זעלבן פעידזש - אלס "הגה"צ ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א גאב"ד ירושלים" און אלעס איז פארענטפערט, ווייל אויב שרייבט מען אויף איהם שוואכערע טיטלען מן הסתם איז ער א שוואכלינג און דעריבער ווען ער שרייט אז מען נויגט אפ ווייסט ער נישט וואס ער רעדט, א מצה טאש?
עכ"פ, למעשה דערזעהט מען זיך דאך אהן כל הקודש לנו, איז מען אויפגעקומען מיט א איידיע, דער רבי גייט ווערן דער מרא ד"אתרא קדישא", קומט אויס אז אתרא קדישא איז באמת אונזערס, נאר די עסקנים דארטן פאלגן נישט די דעת תורה...

נאך א פשט - בעומק כוונת המגיד בקול סאטמאר - איז דא, כידוע איז הגאון גאב"ד קארלסבורג שליט"א לעצטנס אסאך אין אתרא קדישא מירון, אזש געוויסע באטיטלען איהם שוין אלס מירון'ע רב... איז דאך נישט מער ווי גערעכט אז אויך דער וואס איז לכו"ע רב אין קר"י וואס איז היינט שוין באקאנט אלס מירון ד'אמעריקא - סיי ווייל דארט איז די גרעסטע ל"ג בעומר פייער מחוץ לגבולות הארץ (איינער איז עס נאכגעגאנגען? איך האף אז נישט, אויב יא קומט ער אין משוגעים הויז...), און סיי ווייל מאנרוי איז דאך אותיות מירון - זאל ווערן אנגערופן מרא ד"אתרא קדישא".

ווידער די "דרייקעפ" טענה'ן אז עס איז א דבר פשוט, מען מאכט א לעבנס וויכטיגע כינוס פאר די גאנצע שטאט (קהילה), זאגט מען אז עס גייט זיין בהשתתפות פונעם "מרא דאתרא" שליט"א, היות עס איז דאך אבער א "הייליג" שטעטל האט מען צוגעלייגט "קדישא" צו אתרא, ופשוט הוא.
דאנערשטאג יוני 11, 2015 12:53 pm#3
Re: נאטיצן
מעקסי העלטה האט פאר דיר וויכטיגע ווייטעמינען איך וועל דיר ערלעדיגן אז דיין אינשורענס זאל דיר עס באצאלן

אבער איך מיין ס'איז פשוט פשט אז זיי ווילן נאכטון וואס מ'זעיט ביי דעם שיעור געווארענעם גאב"ד ירושלים אז ער איז באטיטלט געווארן ראב"ד אן קיין שום בי"ד אונטער זיך
זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:19 pm#4
Re: נאטיצן
קול סאטמאר ברענגט א רעקארדירונג פון די "קול היהדות החרדית - שע"י העדה החרדית" האט- ליין ווי זיי באגריסן דעם סאטמאר-מהר"א וויליאמסבורגער רב פאר זיין קומען לשערי ארה"ק.
פארוואס איז דאס אינטערעסאנט צו געדענקען? ווייל איך גלייב אז עס וועט קומען א טאג וואס די האטליין וועט באקומען א צו-נאמען מיט איסורים וחרמות וקונמות...
מאנטאג אוגוסט 03, 2015 11:50 am#5
Re: נאטיצן
דאנעלד טראמפ מיט זיינע באמבאסטישע (?) סטעיטמענטס און דמיונות האט זיך אריינגעכאפט דא ..........
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:02 pm#7
Re: נאטיצן
רבי אהרן שליט"א האט שיין גערעדט צו וואס דארף מען סתם זיך זיכן ארויפצוכאפן
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:39 pm#8
Re: נאטיצן
עסקן האט געשריבן:רבי אהרן שליט"א האט שיין גערעדט צו וואס דארף מען סתם זיך זיכן ארויפצוכאפן

אהן אריינגיין אין די שיינקייט פון זיין רעדן, עס איז נישט קיין ארויפכאפן, פשוט מעיר געווען די הערות ווייל זיי זענען מיר א פלא.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 11:34 am#9
Re: נאטיצן
די גאנצע אידישע וועלט פלאגט זיך מיטן שרעקליכן פראבלעם פון אינטערנעט, אלע מוסדות און קהילות מאכן תקנות דאס איינצוצוימען, מען האלט דרשות איבער איר געפערליכקייט וכו' וכו' מיטן האפענונג עס צו כאפן אין קאנטראל.
אין ערגעץ וועט מען אבער נאכנישט געזעהן שרייבן אדער געהערט זאגן "מיר האבן איר אויסגעראטן!".
א' ווייל מען האט נאך דערווייל דאס נישט מצליח געווען צו טוהן. ב' ווייל די פראבלעם איז יעדן טאג נאכאמאל, אלע פרישע בחורים און פרישע קאפל מוז מען אויפקלערן און קאנטראלירן.

ביי קהילת חסידי מהר"א מסאטמאר איז - צוליב זייער אייגנארטיגע שפראך - די מעשה אינגאנצן אנדערש! אין זכות וואס דער רבי איז "דער ערשטער" צו רעדן קעגן אינטערנעט האבן זיי זוכה געווען צו האלטן די ווייטסטע אין די שווערע מערכה! טאקע נישט אין די גאנצע, אבער כאטש ביי די פרויען.

נאט אייך א בילד פון די קאווער פון דער בלאט פארגאנגענעם פרשת כי תבא;
20150908_100532.jpg
20150908_100532.jpg (43.23 KiB) געזעהן געווארן 2504 מאל
נישט האפענטליך נאר א "פאקט", נישט אז רוב ערליכע פרויען נאר אז "אלע", נישט אז די וואס האבן סמארטפאונס איז עס כאטש מיט א פילטער נאר "ריין פון סמארטפאונס".


העמיר ברענגען נאך עפעס פון לאקשן קאמפאני, א מעלדונג אויף קול סאטמאר. (הערט עס אויס איידער איר ליינט ווייטער)
עס איז "אריין אין קראפט" די "פעסטע תקנה", אז אלע נשים צדקניות פון חברי קהילתינו און מאמעס פון די קינדער פון מוסדותינו (איין מינוט! אויף דער בלאט שטייט אז "נשי עדת חסידי סאטמאר" און ער זאגט אז נאר פון קר"י און וויליאמסבורג!) טארן נישט האבן קיין סמארטפאונס.

איים סארי, כ'האב געמאכט א טעות. דאס אז סתם אזוי טאר מען נישט האבן קיין סמארטפאון איז די תקנה ביי נארמאלע מוסדות איבער די וועלט, ביי מוסדות חסידי מהר"א מסאטמאר איז די תקנה אז "פרויען פארמאגן נישט קיין סמארטפאונס! אפי' געפילטערטע!" אזא תקנה איז דא.
יא, א תקנה אז "מען פארמאגט נישט!" גלייבסט נישט? הער איהם איבער.

און וויבאלד עס איז א "תקנה" אז "מען פארמאגט נישט", איז זאגן "ווער זאגט?" אדער זאגן "איך פארמאג" "זי פארמאגט" (אפילו ווען דו רעדסט פון געפילטערטע...) קעגן די "תקנה", און אויטאמאטיש מוז אלץ און איבעראל שטיין אז די פרויען "פארמאגן נישט", ווייל אויב שרייבט מען פארקערט דאן שרייבט מען פארקערט ווי א בפירושע "פעסטע תקנה" אז "מען פארמאגט נישט".

וועלכע שפראך איז דאס?
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:07 pm#10
Re: נאטיצן
זיי מיינען זיכער נישט אלע דעס איז זיכער א צייטונג געשרייבעכץ ס'מיינט א מערהייט

די כלל איז : יעדע זאך וואס א צייטונג שרייבט מיינט האלב

ס'איז אזוי ווי מ'זאגט אז אלע סאטמארע פרועין גייען מיט פאלם טייטץ מיינט דען אלע ס'איז דאך נישט אלע דא אין ב"פ איז דא פילע סאטמארע פרויען וואס גייען נישט נאר וואס דען רובו ככולו וועסטו מיר דעס אויך אפפרעגן און זאגן אז דאס איז נאר בזכותו וואס די סאטמארע רבי איז געעוען די ערשטע (?) צו גיין מיט א שטריימל .........
זונטאג אקטאבער 18, 2015 10:49 pm#11
Re: נאטיצן
מיר האלטן שוין מיט עטליכע חדשים אין די נייע רב אין די סאטמאר (חסידי מהרז"ל) לאנדאן אשכול פארשידענע שמועות אז אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר גייט פארן קיין לאנדאן (איך זעה אז מתחילה איז גאר געווען א עקסטערע אשכול דערפאר!).


עטליכע וואכן צוריק איז נפטר געווארן אין לאנדאן דער ארטיגער סאטמארער ראש הקהל (פון חסידי מהר"א) ר' ישעי' וואלף לעוו ע"ה, אויף זיין פלאץ איז געשטעלט געווארן זיין זון ר' אשר זעליג הי"ו, און זיין איידעם ר' משה ארי' פריינד הי"ו האט מען געמאכט פאר סגן ראש הקהל.
די לעצטע האבן געמאלדן אז זיי גייען מנדב זיין א בנין פאר די ת"ת החדש לע"נ ר' ישעי' וואלף ע"ה. אין ליכט פון דעם איז געמאלדן געווארן אז אדמו"ר מהר"א מסאטמאר וועט פארן קיין לאנדאן צום הנחת אבן הפינה, און גלייכצייטיג זאגן דברי הספד ביים הקמת המציבה על קברו פונעם נפטר ע"ה.


לעצטע וואך איז ענדליך אפיציעל באריכטעט געווארן אז אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר גייט טאקע פארן קיין לאנדאן.

אבער זינט פון די קהילה פון חסידי מהר"א איז דאך שוין ארויסגעקומען א אפיציעלע מעלדונג איבער א נסיעה קיין לאנדאן דעם ווינטער אין די פארנומענע יו"ט טעג ווידער פון די קהילה פון חסידי מהרז"ל איז הערשט אפיציעל געמאלדן געווארן א נסיעה לעצטע וואך, דערפאר מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, און מיר טרעפן א טוויטער שיקער וואס זאגט אז מהרז"ל "מאכט נאך מהר"א" מיטן פארן קיין לאנדאן.....
screenshot.png
screenshot.png (225.48 KiB) געזעהן געווארן 2397 מאל


נאך א גע'הרג'טע מוח.
מאנטאג אקטאבער 19, 2015 12:23 pm#12
Re: נאטיצן
טאקע א נארישקייט פון דעם בעל הטוויטער

אבער גיין נעמען עפעס א נארישע בעל הטוויטער און מאכן כאילו דעס איז ווייס איך וואס דעס איז א נארישקייט פון דיין זייט
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 12:01 pm#13
Re: נאטיצן
יא יא האט געשריבן:מעקסי העלטה האט פאר דיר וויכטיגע ווייטעמינען איך וועל דיר ערלעדיגן אז דיין אינשורענס זאל דיר עס באצאלן

אבער איך מיין ס'איז פשוט פשט אז זיי ווילן נאכטון וואס מ'זעיט ביי דעם שיעור געווארענעם גאב"ד ירושלים אז ער איז באטיטלט געווארן ראב"ד אן קיין שום בי"ד אונטער זיך

אגב אין דער איד וויל מען ראטעווען די פאלוירענע מאמענטום פין גאב''ד ירושלים האבען זיי אנגעהויבן שרייבען ''גדול הדור'' אויפן גאב''ד,
דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:29 am#14
Re: נאטיצן
signout האט געשריבן:די פאלוירענע מאמענטום פין גאב''ד ירושלים

איך ווייס נישט וויאזוי א סאטמארער אינגערמאן שעמט זיך נישט צו שרייבן אזעלכע ווערטער, נאכדערצי ווען על צד עס איז אמת איז עס די שולד פון זיינע פאליטישע פירער
דינסטאג מערץ 08, 2016 12:02 pm#16
Re: נאטיצן
אזוי ווי "נייעס" שפעקולירט אז עס איז דא "באהאלטענע פראפאגאנדע מיטלען" וואס דרייט אן חסידי סאטמאר-מהר"א צו פארן קיין מירון, און ער וויל וויסן וואס זיי זענען, וועל איך נעמען דאס ווארט, דערציילן מיינע אבזערוואציעס.

ערשטנס מוז איך דערמאנען אז האב איך איהם שוין געפרעגט דארטן וואס עס מאכט איהם טראכטן אז עס מוז זיין פראפאגאנדע כדי מען זאל פארן. אנע הסבר האט ער נישט מסכים געווען צו מיר, און מיר נאך אנגעקוקט ווי א מן המתמיהים.

כדי צו זאגן מיינע מחשבות וועלן מיר אבער מוזן אריינגיין אין "פראפאגאנדע מהו?", נישט בכלליות, נאר ביי נסיעות בפרטיות, און נישט ביי חסידיות למיניהם, נאר אין סאטמאר בפרטיות.
בעסער געזאגט, לאמיר נעמען די נסיעה פון אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר קיין לאנדאן דעם פארגאנגענעם פרשת משפטים וועלכע אדמו"ר מהר"א מסאטמאר האט גענוצט אלס משל וויאזוי זיין נסיעה זאל "נישט" אויסקוקן, און באטראכטן וויאזוי די מיטפארעריי איז צושטאנד געקומען און לפי זה זען וואס גייט דא פאר.
עס איז גארנישט קאמפליצירט, זייער פשוט. אין די וואכן פאר די נסיעה האט "ועד הנסיעה" ארויסגעלייגט מודעות איבער די נסיעה, טרעוועל אגענטן, פרייזן פון טיקעטס לויט פארשידענע סקעדזשולס און גרופעס, אש"ל געברויכן א.א.וו. אזוי ווי עס איז אייביג געווען פאר א נסיעה.
קהל האט געמאכט א גורל אויף א טיקעט. די לעצטע וואך, זונטאג משפטים, האט סאטמאר ה.ק. געמאלדן איבער גאר ביליגע טיקעטס 329 דאללער.

לאמיר א קוק טאן ביי די נסיעה וואס איז יעצט אין די אויספירונג שטאפלען.
מאנטאג פרשת משפטים, דער טאג וואס מהרז"ל האט געלאנדעט אין ארץ ישראל (נאר צו דערמאנען, זיין זון "וואס וואוינט אין ירושלים" האט געמאכט א ברית די טאג וואס ער האט געדארפט פארן קיין לאנדאן, האט ער פאראויסגערוקט זיין גאנצע נסיעה מיט א פאר טאג כדי צו זיין אינאיינוועגס ביים ברית. און אז עס איז שוין יא אזוי געווארן האט ער מחליט געווען צו טיילן נאך "שקל הטהור" געלטער) האט קול סאטמאר'ס מייסד, ר' נפתלי משה ווייס (וואס רעדט היינט אויף ק"ס נאר אין איינצעלנע פעלער), געמאלדן אז מהר"א וועט ביים געפלאנטן נסיעה קיין ארץ ישראל אום אדר א' פארבלייבן אויף שבת, נישט ווי געפלאנט, און וועט עס פראווען אין מירון.
אין די נייעס אשכול ברענג איך א רעקארדירונג פון זיין מעלדונג, הערט עס איבער, וועט איר הערן אז ער זאגט אז דער שבת וועט זיין אינאיינעם "מיט אנשי שלומינו פון ירושלים, בני ברק און בית שמש, און אנשי שלומינו תומכי מוסדות יטב לב פון איבער די וועלט".
א פרעמדער וועט לכאורה עפענען אפאר אויגן, פארוואס טראכט ער אז נאר חסידים וואס שטיצן מוסדות יטב לב גייען זיך מיטכאפן מיטן רבי'ן? אבער איך און יעדער פון חסידי סאטמאר-מהר"א, און אסאך אנדערע, וואלטן געענטפערט, אז דאס איז וויבאלד ביי די ערשטע אין די סעריע פון די "לעמפעלעך דרשות" וואס מהר"א האט געהאלטן אין תשע"ג בעפאר ער איז געפארן קיין ארץ ישראל צו א חתונה בבית רח"צ און צו א חנוכת הבית פאר א בנין אין בני ברק (נאך וואס מהרז"ל איז יענעם זמן געפארן צום ערשטן מאל קיין ארץ ישראל זייט דער פטירה פונעם ברך משה זי"ע צו חתונת נכדתו בת בנו רח"צ טייטלבוים) האט ער געזאגט בזה"ל: "מיטקומען קיין ארץ ישראל. נאר די נדיבי לב וואס ווילן זיך לאזן קאסטן געלט פארן בנין! זיי לאדן איך איין, סתם אידן דארף איך נישט." (און פון דעם איז (שוין בשעתו) געווארן דער טערמין "תומכי מוסדות יטב לב".) דערפאר זאגט ער דעם לשון, ווייל געוויס וועלן נאר די מענטשן מיטפארן, דאסמאל אויך. (מהר"א איז זייט תשס"ו שוין געווען א שיינע פאר מאל אין ארץ ישראל, די סאמע ערשטע מאל האט ער געמאלדן אז בלויז 25 אידן זאלן מיטקומען, און דאס איז געווען די אפיציעלע סטאטוס ביז דער ערשטע "לעמפעלעך דרשה". וואס די ציפער 25 באדייט איז אונז נישט באקאנט.)
קיינעם איז נאכנישט בייגעפאלן אז דער סאטמארער רבי בכבודו ובעצמו וועט אפיציעל מתיר זיין פאר סאטמארער אידן צו פארן קיין מירון.

איז אריבער די וואך, מהרז"ל זיצט ביי א ריזיגע מלוה מלכה אין לאנדאן מיט סאטמארע חסידים פון אייראפע, ארץ ישראל און אמעריקע, און זיין ברודער האט געהאלטן א רעדע ביי א מסיבה אין קרית יואל, זאגט ער, אז ער וועט אויסנוצן די געלעגנהייט וואס ער רעדט פאר א ציבור  צו רעדן א "אנדערע ענין", נאכגעפאלגט מיט די באקאנטע צווייטע "לעמפעלעך דרשה", זאגט ער דארט בזה"ל: "צו פארן קיין מירון. מצידי, איך דארף נישט קיינער זאל מיטקומען מיט מיר קיין ארץ ישראל. אדער[=אבער] מען פארט קיין מירון, איך פארשטיי, מען קען נישט מונע זיין פון חסידי'שע אידן וואס זיי האבן א רגש קדש צום הייליגן ציון פון רבן שמעון בן יוחאי דער תנא אלקי, אין יעדן איד'ן, אין יעדן הארץ קאכט דער תנא רבי שמעון מען קען נישט צוריקהאלטן, אידן פארן, פארשטיי איך אז אידן וועלן פארן אויף שבת קיין מירון." געבראכן היסטאריע! די ערשטע מאל וואס א איד וואס פאררופט זיך אלס סאטמארער חסיד קען זאגן מיט א רואיגקייט אז זיין רבי לאזט אים פארן אויף מירון!

פון דא האבן זאכן זיך אנגעפאנגען רוקן מיט א שנעלע ספיד, אויף שבת פרשת תרומה איז שוין דער רבי'ס דיבורים אויף די אויסזעה פון זיין נסיעה און ווער עס מעג זיך באטייליגן און נאר מיט וועלכע מחשבות געווען געדרוקט (מיט א מינימאלע צענזור...), געהאנגען צעטלעך אין די בתי מדרשים איבער אש"ל אין מירון "פאר די וואס פארן". אז מוסדות יטב לב מאכט גורלות, אויף אויסגעצאלט "נאר די שבת" נישט די טיקעט, נאר די טיקעט נישט די שבת, סיי די שבת און סיי די טיקעט. קהל אין מאנרא האט געמאכט א גורל, קהל אין וויליאמסבורג האט געמאכט א גורל. יעדע וואך פרישע מודעות, אבער, אלעס נאר פאר די נסיעה אויף "שבת מיט אנשי שלומינו" אין מירון "בהשתתפות" כ"ק רבינו שליט"א, און ח"ו נישט מיטן קעפל "ועד הנסיעה" ווייל אזא זאך עקזיסטירט נישט ביי אונז, נאר בשם "מוסדות יטב לב".
אויף קול סאטמאר האט אנגעפאנען לויפן עדס מיט ל"ג בעומר מוזיק פון "מוסדות יטב לב", פון טרעוועל אגענטן. מוסדות יטב לב האט געהייסן מעלדן א טאג ביז ווען "די וואס פארן" קענען זיך איינשרייבן פאר אש"ל, נאך יענע טאג האט "לכבוד דעם גרויסן פארלאנג" געטראפן מיט גרויס מי און פלאג נאך הונדערטער בעטן ווי צו פלאצירן דעם עולם, אבער וכל הקודם זכה. אזוי איז יעדן טאג געווען פרישע מודעות און דערמאנונגען, בשם מוסדות יטב לב, פאר די "וואס פארן".

דער רבי האט גערעדט נאכאמאל, אין ישיבה, און געזאגט אז "ער הערט אז עס קומען מער מענטשן ווי ער האט זיך געראכטן", און פאר די בחורים וויל ער זאגן אז דאס איז נישט פאר בחורים.
שמואל שלמה טעללער האט שוין א וואך נאכן רבי'ן'ס ערשטע דרשה געזאגט ביי זיין וועכנטליכע רעדע צום "וועלטס באקאנטע חיזוק און ידיעות אפטיילונג" אויף קול סאטמאר אז "הונדערטער" מענטשן האבן שוין געקויפט טיקעטס, און אפילו אזעלכע אידן וואס האבן ביז יעצט זיך צוריקגעהאלטן פארן קיין ארץ ישראל פארן יעצט, וויבאלד "מען פארט צו ר' שמעון!" (די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס מען קען פארן צו ר' שמעון?...) און אז הונדערטער אידן פאר ממש נאר פון דאנערשטאג ביז זונטאג ווייל זיי ווילן נישט "פארן קיין ארץ ישראל", נאר צו ר' שמעון און צוריק (קאמיש, פאר די חתנים - וואס זענען נישט אנגעבינדן אין ביזנעס - האט דער רבי געזאגט אז זיי מעגן קומען, אבער נאר אהין און צוריק, און דאס איז "פון מיטוואך ביז זונטאג". אבער שמואל שלמה ווייסט אז די ביזנעסלייט פארן דאנערשטאג וועגן ארץ ישראל אישוס...).

פראפאגאנדע מהו? דאס אלעס הייסט נישט פראפאגאנדע! ווייל אונז טוען עס, און ביי אונז איז דאך נישטא קיין פראפאגאנדע, אזוי זאגט דאך דער רבי, א בפירוש'ע לב אהרן... נאר די צעטלעך וואס התאחדות אברכים פון חסידי מהרז"ל האבן געלייגט אונטערן טריפה'נע נאמען "ועד הנסיעה" דאס הייסט "פראפאגאנדע אז מען זאל מיטפארן", ווייל זיי לייגן עס, און זיי האבן "דעי נאאאאארישע פראפאגאנדע!", א בפירוש'ע לב אהרן...

פרעגסטו פאר איינעם וואס הייסט אז "ביי אונז איז נישטא קיין פראפאגאנדע"? קלאפט ער גב ידו הימינית על כף ידו השמאלית און שרייט מיט א טריאומפף "ברענג מיר איין צעטל ווי עס איז געשטאנען ביליגע טיקעטס!!!"

רבונו של עולם! וואס האט פאסירט מיט אזא גרויס טייל פון אנהענגער פון דער חכימא דיהודאי אינעם לעצטן דור רבינו הקדוש מסאטמאר זיעועכי"א???
דינסטאג מערץ 08, 2016 1:28 pm#17
Re: נאטיצן
ר' שמואל שלמה טעלערס אדרעסירן די נסיעה ביי זיין וועכנטליכע דרשה אין ישיבה הייסט פראפעגאנדע

אבער אנשרייבן אין איד פון די געהויבענע צאתכם לשלום און אנקלעבן גאנץ ראדני מיט 10 מינע צעטלעך ווי זוי די שטולע צאתכם לשלום גייט דורך גיין און צומאכן די קווינס ישיבה כדי ס'זאל זיין ווי ווייניגער בחורים ביים מעמד און ברענגען מוזיק מיט א סאונד סיסטעם אזש טויב צו ווערן און פארן מיט בליצערס און סיירינס אז גאנץ וויליאמסבורג זאל הערן הייסט בפירוש שטול די פארקערטע פון פראפעגאנדע

און איך האב נאך דא מיט וועם צו רעדן הא ? אזא פתלתול

אבער די חידוש פון א דמיון דאס איז נאך די גרעסטע זשאוק

אז די גאנצע שבת אין מירון איז ווייל רז"ל איז געפארן צום זון'ס ברית הפלא ופלא נסתר בתוך נסתר ווי ווייט דמיון קען גיין

ווי גלייך ווען סאטמאר רב זאל פארן נאר צו די חתונה האט ער ווען נישט אזעלכע כבוד ווי זיין יונגערע ברודער און ס'איז געווען ערזשינט וויכטיג צו בלייבן אויף שבת אין מירון יו ביסטו גוט

איך גראלעטיר דיין כח הדמיון שוין אגב די דריטע סיבה אויף די נסיעה 1) אז ער האט מקנא געווען ר' מיילעך בידערמאן 2) וויל נאכמאכן סקווירא רבי 3) ווייל זיין יונגערע ברודער איז געאנגען צום זון'ס ברית

מיין מיינונג שרייב נאך ס'איז באמת א גוטע אונטערהאלטונג

און ביי די וועי סאטמאר רב האט ביי זיין לעצטע נסיעה אויך געזאגט -דוכט זיך אז ס'איז געווען אויך אדר צייט און ער האט דאס אויך געזאגט ביי בארא פארק כולל דינער אויב דענק איך גוט -אז מ'זאל נישט לייגן קיין שום טעוועלעך קיין שום צעטלעך נישט אינעווייניג נישט אינדרויסן און אזוי ווייטער

די סאטמאר רב האט די סארט זאכן שוין עטליכע מאל ממאס געווען ברבים און אויך איז באקאנט אז ער האט אפגעשאפן די גאנצע ענין פון באגלייטן מוצאי יו"ט און אלע לעלוס און האט געהאט א השפעה אויף אלע אנדערע הויפן ווער ס'דענקט אמאליגע צייטן איז דעס געווען הויפט פרייערטי און יעדע הויף ווי מער לעלוס און סיינס וכדו' ביי חתונות נסיעות מעוראות וכדו' היינט געפונט מען דעס שוין זייער וויניג ביי קהלות
דינסטאג מערץ 08, 2016 2:23 pm#18
Re: נאטיצן
@יא יא קען זיין די האסט רעכט
אבער יעצט איז מאיזה סיבה שהוא יא פארגעגאנגען העצעריי צום עולם אז מען זאל קומען
עס האט געהאט שיינע נעמען "התרגשות צו רבי שמעון" וכו'
בסך הכל האט מען יעצט יא געוואלט מאכן דעם עולם קומען
פארוואס ווייסעך נישט
קום אריין קלאר ביטע
דינסטאג מערץ 08, 2016 2:42 pm#19
Re: נאטיצן
איך בין זייער קלאר

וואס מיינט העצעריי זיי מסביר מ'האט געהאלטן דרשות ? מ'האט געשריבען צעטלעך ? וואס ?

אדרבה געב מיר א הינט וואס קען זיין די מאיזה סיבה ? ס'גייט עפעס זיין א מעורא ווי מ'דארף האבן א עולם אדער וואס איך ווייס נישט ? פון וויפיל איך ווייס גייט דער עולם אנקומען קיין מירון און גיין פון מירון פון דאנערשטאג ביז זונטאג ניטאמאל צו די חתונה און בר מצוה גייט מען סאו איך קען נאך נישט פארשטיין וואס די מאיזה סיבה וואס דו זוכסט דא צו גראבן ?
דינסטאג מערץ 08, 2016 4:20 pm#20
Re: נאטיצן
יא יא האט געשריבן:מיין מיינונג שרייב נאך ס'איז באמת א גוטע אונטערהאלטונג

ר' יא יא, עס טוט מיר לייד, אויב מיינע ווערטער זענען גוטע אינטערהאלטונג פאר אייך, פארוואס ליינט איר נישט די גאנצע פאר איר בעט פאר נאך? בעסער ליינט די גאנצע אלטע פאר איר בעט פאר נאך, אזוי שפארט עס מיר אביסל צייט.

אויסער דאס אז איר האט בכלל נישט דורכגעליינט מיין תגובה זענט איר נישט באקאנט פון וואס זי רעדט (און אפשר טאקע פארדעם, ווייל איר האט איר נישט געליינט).
דער רבי אין זיינע דרשות אדרעסירט צוויי "פראפאגאנדעס". "פראפאגאנדע" בעפאר די נסיעה, אנצורייצן מענטשן מיטצוקומען. און "פראפאגאנדע" בשעת די נסיעה, פון די נסיעה.
"פראפאגאנדע אנצורייצן מענטשן מיטצוקומען" איז די טעמע פון וואס מיר רעדן, "פראפאגאנדע בשעת די נסיעה" איז נישט די יעצטיגע טעמע, און איך האב איר נישט אנגערירט.
"פראפאגאנדע" איז א טערמין וואס באצייכנט דאס ברענגען פאפולעריטעט און אטענטשן צו א אישו, און דאס קען געטון ווערן דורך אסאך אופנים. אין פאל ווען מיר טראכטן צו עס איז דא "פראפאגאנדע אנצורייצן מענטשן מיטצוקומען" דארפן מיר זען צו עס איז דא עפעס א זאך וואס האט געברענגט פאפולעריטעט און אטענטשן צו די נסיעה, אויב יא דאן איז געווען פראפאגאנדע.
די צעטלעך איבער גורלות מיט הילף איבער אש"ל, טראנספארטאציע, טיקעטס וכו' זענען דאך זיכער דאס, ווייל דאס איז דאך די פראפאגאנדע וואס מען האט אלע יארן געטון וואס מען האט יעצט "אויסגעריסן", אלזא מיט די פרימיטיווע פראפאגאנדע איז די יעצטיגע נסיעה גארנישט אינטערשטעליג פון חסידי מהרז"ל וואס בלייבן מיט אלעם פרימיטיוו און קומען נישט אויף מיט די בליציגע פראפאגאנדע רעיונות.

דאס איז די א' ב' וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען פאר "נייעס" אין מיין פריערדיגע תגובה.

נאר איך בין געגאנגען אסאך שטאפלעך ווייטער, צו ווייזן אז אחת בפה ושבעים בלב איז ווינציג געזאגט אויף וואס עס טוט זיך אפ היינט, ווייל האלטן אזעלכע דרשות ווי די וועלכע מהר"א האט געהאלטן זענען דאך שטיקער פראפאגאנדע, "דאס" האט דאך געמאכט די איבערקערעניש.

יא יא האט געשריבן:ר' שמואל שלמה טעלערס אדרעסירן די נסיעה ביי זיין וועכנטליכע דרשה אין ישיבה הייסט פראפעגאנדע

שמואל שלמה טעללער'ס דרשה איז "נישט" געווען זיין דרשה אין ישיבה, נאר זיין שמועס אויף קול סאטמאר פאר "טויזענטער צוהערער פון די גאנצע וועלט" (כלשונם) ווי פריער געשריבן, נאר איר האט דאך נישט געליינט.
און ער האט נישט "אדרעסירט די נסיעה ביי זיין וועכנטליכע דרשה" נאר גערעדט און גערעדט און גערעדט איבער פארן קיין ארץ ישראל, אל-על, ראדני, דברי חיים ס"ת, מדינה, סאטמארע איד דארף טראכטן. און אז "הונדערטער אידן" פארן קיין מירון, און איך זאג דוקא מירון ווייל דער רבי האט אליינס געזאגט אז מען פארט קיין מירון און נישט מיט אים, אליינס געזאגט wow. איך זאל נאך איבערשרייבן די הארציגע ווערטער וואס דער הויפט פראפאגאנדיסט האט געבאבלט? גיי הער אים אויס.

יא יא האט געשריבן:אבער אנשרייבן אין איד פון די געהויבענע צאתכם לשלום און אנקלעבן גאנץ ראדני מיט 10 מינע צעטלעך ווי זוי די שטולע צאתכם לשלום גייט דורך גיין און צומאכן די קווינס ישיבה כדי ס'זאל זיין ווי ווייניגער בחורים ביים מעמד און ברענגען מוזיק מיט א סאונד סיסטעם אזש טויב צו ווערן און פארן מיט בליצערס און סיירינס אז גאנץ וויליאמסבורג זאל הערן הייסט בפירוש שטול די פארקערטע פון פראפעגאנדע

און איך האב נאך דא מיט וועם צו רעדן הא ? אזא פתלתול
דאס איז די אנדערע זאך מיט וואס איר מישט, און איר מוזט נישט רעדן, איך האב גערעדט צו נייעס אז ער זאל וויסן אז עס איז נישטא קיין שום "באהאלטענע פראפאגאנדע", עס איז די זעלבע טאקטיקן וואס יעדער נוצט, און מיט א שמיץ אריבער! נאר אן א ועד הנסיעה און אן שאפן ביליגערע טיקעטס. און מען רעדט אזוי להד"ם'דיג "אן קיין שום פראפאגאנדע!"

יא יא האט געשריבן:אבער די חידוש פון א דמיון דאס איז נאך די גרעסטע זשאוק

אז די גאנצע שבת אין מירון איז ווייל רז"ל איז געפארן צום זון'ס ברית הפלא ופלא נסתר בתוך נסתר ווי ווייט דמיון קען גיין

וי גלייך ווען סאטמאר רב זאל פארן נאר צו די חתונה האט ער ווען נישט אזעלכע כבוד ווי זיין יונגערע ברודער און ס'איז געווען ערזשינט וויכטיג צו בלייבן אויף שבת אין מירון יו ביסטו גוט
אייערע קאמפלעקסן האבן אייך געמאכט טראכטן אז איך מאך די חשבון, אבער אז איר וואלט געליינט וואלט איר געזען אז איך האב אזוינס נישט געשריבן.
איך האב געברענגט די פאקט אז די מעלדונג איז געקומען מאנטאג משפטים און געשריבן וואס מאנטאג משפטים איז געווען, ווייל עס איז געווען "דזשאויק אוו טאון!"

און איך טריי נאך צו פארשטיין וואו אייערע קאמפלעקסן האבן אייך געפירט, שבת אין מירון "איז ווייל" רז"ל איז געפארן צו זיין זון'ס [זון'ס] ברית, וויאזוי קומט איין בארג צום צווייטן? וואלט איך נאך געקענט טראכטן אז אפשר האט איר אויפגעכאפט דאס פון וואס די גאס האט דעמאלטס געלאכט אז עס איז נישט געווען די ריכטיגע צייט צו מעלדן "איך מאך אויך א מאסיווע שבת", אבער מיט די שורות וואס איר שרייבט איבער כבוד אהין כבוד אהער פאלט אוועק אזא מהלך, און אויב אזוי ווייס איך שוין נישט וואס צו טראכטן.

יא יא האט געשריבן:איך גראלעטיר דיין כח הדמיון שוין אגב די דריטע סיבה אויף די נסיעה 1) אז ער האט מקנא געווען ר' מיילעך בידערמאן 2) וויל נאכמאכן סקווירא רבי 3) ווייל זיין יונגערע ברודער איז געאנגען צום זון'ס ברית

:?:



יא יא האט געשריבן:און ביי די וועי סאטמאר רב האט ביי זיין לעצטע נסיעה אויך געזאגט -דוכט זיך אז ס'איז געווען אויך אדר צייט און ער האט דאס אויך געזאגט ביי בארא פארק כולל דינער אויב דענק איך גוט -אז מ'זאל נישט לייגן קיין שום טעוועלעך קיין שום צעטלעך נישט אינעווייניג נישט אינדרויסן און אזוי ווייטער
ווי געשריבן, איר האט בכלל נישט געליינט מיינע שורות, איך האב אראפגעברענגט די דרשה פריער (איך האב א רעקארדירונג אינדערהיים דערפון). איין טעות וואס איר האט געמאכט, עס איז נישט געווען ביי זיין לעצטע נסיעה, נאר ביי זיין לעצטע נסיעה "קיין ארץ ישראל", ווען ער איז נאכדעם געפארן קיין אנטווערפען אויף א שבת האט ער עפעס פארגעסן צו האלטן דעם דרשה (עפעס דאכט זיך מיר אז מהרז"ל האט טאקע נישט געמאכט קיין נסיעה אין יענע צייט, אפשר א שייכות?).
דינסטאג מערץ 08, 2016 10:36 pm#21
Re: נאטיצן
לעולם יהא אדם ירא שמים ומודה על האמת

איך בין זיך מודה ומתודה די חידושים נפלאים אין נייע משמעותן אין ענין פון פראפעגאנדע

און אזוי אויך די פריערדיגע תגובה די הקדמה פון מהרזל'ס נסיעה צו די מעלדונג פון די סאטמארע שבת אין מירון די זשאוק אויף טאון

איז עמוק עמוק ולא זכיתי להבין

נעמען דעם רבינ'ס דרשה ווי ער האט געמאלדן אז אנדערש ווי ביז יעצט ווען איך האב נישט געוואלט מען זאל מיט פארן לאז איך יעצט יא (ווי דו האסט דא אזוי אומשולדיג געזען א היתר פון א סאטמארע רבי צו פארן קיין א"י ) און ער האט צוגעלייגט אז די נסיעה זאל אויסדריקלעך נישט מיינען אז מ'קומט פאר מיר נאר מ'קומט צו ר' שמעון און ער האט געזאגט אז איך וויל נישט הערן פון קיין לעלוס פאקלען צאתכם'ס קבלתן גארנישט נאר מ'פארט צו ר' שמעון כקטן כגדול דאס קוקסטו אן ווי א פראפעגאנדע דרשה מיינט עס ביי מיר (ביי דיר נישט איך ווייס קלאר אז דו מיינסט עס זיכער נישט צו זאגן לא מיני' ולא מקצתי' אבער מיין סלאו מוח ארבעט אנדערש ווי דיין טיפזיניגע פארשטאנד) אז סאטמאר רב איז די פראפעגאנדע מיניסטער פון די נסיעה


דאס איז אבסאלוט חלקלוק לשון געדרייט מיט די צונג אויפגעבלאזן וואס איך וויל אויפבלאזן קלענער מאכן וואס איך וויל קלענער מאכן עיי' ערך רז"ל'ס נסיעה אין דיין תגובה דאס איז עקש ופתלתול און איך האב מיך נישט וואס זיך מתוכח צו זיין מיט דיר
מיטוואך מערץ 09, 2016 12:55 pm#22
Re: נאטיצן
אה, ביסט איבערגעשלאפן דאס ענין און ענדליך האט איר אנגעהויבן כאפן וואס מען רעדט צו אייך און דערפאר צוריקגעקומען און צוגעלייגט גאנצע שטיקער צו אייער תגובה אן קיין ברעקל אינהאלט וואס איר האט נעכטן ארויסגעשאסן.

אה יעס!!! רבינו הגאון הקדוש איש אלקים ונורא שר התורה אבי אבות הדרשנים פה מפיק מרגליות מורינו הרב אהרן טייטלבוים שליט"א איז דער פראפאגאנדע מיניסטער! און נישט פון די ספעציפישע נסיעה נאר פון זיין גאנצע לופטיגע פארטיי!!!
מיטוואך מערץ 09, 2016 2:31 pm#23
Re: נאטיצן
אהא פראפעגאנדע מיניסטער

לופטיגע פארטיי

איך כאפ ? אוי הוי ווי איך כאפ שוין
וואס האסטו מיר נישט געזאגט פריער אז דו ביסט פון די אנגעווייטאגטע

וואלט איך קיינמאל אנגעהויבן

איך האב מיט דיר נישט וואס צו רעדן אונז האב מיר צוויי אנדערע שיטות בכלל און שוין

נאר זיך אנצונעמען פאר כבוד סאטמאר און ככוד מייסדו כבוד תורה

בין איך מוחה בכל תוקף אויף בזיון התורה בזיון סאטמאר ובזיון מנהיגו

הרב אהרן בן הרב משה ט"ב איז א מנהיג -לאפוקי פראפעגאנדע מיניסטער- פון א עדה קדושה יראים ושלימים -לאפוקי לופטיגע פארטיי -

די אמת איבער די נסיעה האט ענק ארויסגענומען פון די כלים

יעצט אז דו האסט שוין געעפנט דיין שלייער פארשטיי איך שוין אסאך פון דיינע תגובות נעבעך ביסטו אנגעווייטיגט

וואס זאל איך דיר זאגן איי פיל יו פעין עטץ האטס אויף וואס צו זיין אנגעווייטיגט

איך וועל בלי"נ אויף דיינע תגובות מער נישט ענטפערן ענקערע בויך דרייעניש הער איך גענוג און צו ענגער ווייטאג קען איך גארנישט טון
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:56 pm#24
Re: נאטיצן
@יא יא האסט גוט גענטפערט א איד וואס דריקט זיך אויס אזוי אויף א מנהיג פון אלפי ישראל דארף מען אזאנס אפענטפערן
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 1:51 pm#25
Re: נאטיצן
יא יא האט געשריבן:א עדה קדושה יראים ושלימים -לאפוקי לופטיגע פארטיי -

באצייכענען די "פארטיי" אלס לופטיג זאגט נישט קיין שום שלעכטס אויף די כאראקטער פון איר מיטגלידער, נישטא קיין שום סיבה צו ווערן באליידיגט. מען קען זיין א ירא ושלם, און דאך זיין א טייל פון א פארטיי וואס בויעט זיך אויף פראפאגאנדע און לופט. און אין פאקט. דאס איז דאך דער מציאות מיט די יראים ושלמים וואס זענען מיטגלידער פון די חסידי מהר"א פארטיי, יראים ושלמים אבער מיטגלידער אין א לופטיגע פארטיי.

און איך וועל מסביר זיין, עס קומט א איד און פרעגט אויף דעם "אנגענומענער פאקט" וואס דער רבי האט אראפגעשטעלט אז עס נישט געמאכט געווארן קיין פראפאגאנדע פארוואס דאס איז א "פאקט". און ער איז מסביר זיין פראגע אז וויבאלד ער זעט נישט וואס די "נישט פראפאגאנדע" טוען אנדערש ווי די פון וועם זיי מאכן חוזק אלס האבן געמאכט פראפאגאנדע דערפאר גייט אים נישט אריין אין קאפ דער "פאקט" וואס דער רבי האט אראפגעשטעלט, הגם עס איז דער רבי וואס האט עס אראפגעשטעלט. איז צעטלעך למיניהם פראפאגאנדע צו נישט?
און, ער קומט מיט א מהלך עקש ופתלתול וואס טוט כלומר'שט ווייזן אז דאסמאל איז גאר דא פיל גרעסערע פראפאגאנדע, צוליב דרשות וואס האבן געמאכט די נסיעה א געשפרעך.

האט מען אים געענטפערט "שמואל שלמה טעללער'ס דרשה איז פראפאגאנדע???"

ווען ער איז מסביר פארוואס עס איז פראפאגאנדע, ווערט ער "געענטפערט" מיט א שיינע קאמפלימענט איבער זיין הערליך שיין אייגנפאבריצירטער הבנה אין די טערמין פראפאגאנדע. און, נאך א "ענטפער" אז "לפי דבריך דארף אויסקומען אז דער רבי איז א פראפאגאנדע מיניסטער".
ווען ער ענטפערט אז טאקע, לויט וואס ער זעט איז דער רבי א פראפאגאנדירער (און, א איד קען זיין א מנהיג, און דאך טון פראפאגאנדע פאר זיין פארטיי. קען מען מען דען נישט?...), ווערט ער "פון די אנגעווייטאגטע", איינער וואס "די אמת איבער די נסיעה" האט אים "ארויסגענומען פון די כלים".

זאל מען אים ווען ענטפערן א תשובה פארוואס "אונזערע" צעטלעך הייסן נישט פראפאגאנדע, און "זייערע" צעטלעך הייסן יא פראפאגאנדע. אדער זאל מען אים זאגן אז דאס וואס דו דערציילסט, די איין חילוק, אז "ועד הנסיעה" האט נישט אדווערטייזט ביליגע טיקעטס, דא שטעקט די נפק"מ, און דאס איז וואס דער רבי האט געמיינט ביים זאגן אין ישיבה אז עס קומען אסאך מער מענטשן ווי געראכטן, אן פרראפאגאנדע. הרי טוב. האט ער געפרעגט, און איינער האט אים געענטפערט אויף וועלכע יסוד דער רבי'ס בנין איז געבויעט.
אבער אז די "ענטפער" איז: "שמואל שלמה טעללער'ס דרשה הייסט פראפאגאנדע???" און דערנאך "לויט דיר קומט דאך ח"ו אויס אז דער רבי איז א פראפאגאנדע מיניסטער!" דאן האט מען געבלאזן לופט! מען האט נישט אנגערירט די טאפיק וואס ער שמועסט אויס, און אודאי נישט געענטפערט קיין תשובה אויף זיין פראגע.
אז איינער וואס וויל פארשטיין די מאטעמאטיק פון פאקטן ווערט פון די "מתנגדים" אנשטאט באקומען א תשובה, דאן איז די פארטיי געבויעט אויף לופט! און א פארטיי וואס איז געבויעט אויף לופט איז אין קורצן א "לופטיגע פארטיי".
אז מען קען האלטן א דרשה "מיר האבן נישט געמאכט קיין פראפאגאנדע" און די גאנצע פארטיי זינגט עס נאך אן וויסן פארוואס די פראזע מאכט סענס דאן איז די פארטיי "לופטיגע פארטיי"! מען קען זאגן וואס מען וויל, אן קיין אונטערהאלטער, יעדער גלייבט עס, קיינער טראכט נישט פארוואס גלייב איך עס, דער וואס טראכט יא איז א אויסוואורף, א אונגעווייטאגטער. דאס מיינט ביי מיר "לופט!", לויט מיין אייגנפאבריצירטער הבנה אין לופט, פארשטייט זיך.
פארוואס זאל נישט קענען זיין אז ער איז א "היימישער" איד, מאנשי "שלומינו", וואס וויל פארשטיין?
ווייל דער רבי'ס נאכאנאנדיגע דרשות קעגן זיינע קעגנער און זייערע מעשים און פראדוקטן, און איבער די געוואלדיגקייט פון זיינע שיטות, אויפטואונגען און פראדוקטן מאכן אים אנקוקן דעם רבי'ן ווי א פראפאגאנדירער מוז זיין אז ער איז א "מתנגד"?
און אייער תשובה דערויף איז: "מיר האבן צוויי אנדערע שיטות און שוין!" וועלכע צוויי שיטות? איינער האלט אז מען טאר נישט אריינטראכטן, און דער צווייטער וויל אלץ יא אריינטראכטן, נו, איך הער. דאס איז דעם נישט טראכטער'ס פראבלעם...

לאמיר זען, "ענטפערט אויף די פראגע!"
און די פראגע איז גאר קורץ אין סימפל: פארוואס הייסט יענעם'ס צעטלעך פראפאגאנדע, און אונזער נישט? ע"כ הקושיא.
אויב האט איר נישט קיין תשובה, דאן איז דא א קומענדיגע פראגע: פארוואס הייסט דאס נישט גערעדט לופט (אדער: שטותים. אדער: ליגנט)?
אויב האט איר ווידער נישט קיין תשובה איז דא נאך א פראגע: פארוואס איז דער וואס זאגט אזעלכעס אויף זיין פארטיי נישט קיין פראפאגאנדירער? (איך רעד דא פון א אנדערע דרשה ווי פריער, פריער האב איך גערעדט פון די "לעמפעלעך דרשה", יעצט רעד איך פון די דרשה אין ישיבה אין וועלכע דער רבי האט געזאגט אז בחורים זאלן נישט מיטקומען)
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 2:00 pm#26
Re: נאטיצן
אז מען רעדט פון יא אדער נישט פראפאגאנדע
וואלט איך געוואלט וויסען וואס די גרויסע פלאקאטען וואס איך האב נארוואס געלעזט מיינט
ריזיגע באלד שווארצע אותיות "אשרי הנוסעים על ציונך"
ממ"נ איינער וואס איז דערביי דארף נישט מען זאל אים בארימען, איינער וואס איז נישט דערביי ביים רגש וועט דאס גארנישט אויסמאכן ליינען די צעטליך
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 3:00 pm#27
Re: נאטיצן
לופטיגע פארטיי איז שוין גאר א מעלה ? אוי וויי ווי האלט איך שוין דא

יעצט קום מיר נישט זאגן אז איך האב נישט געליינט וואס דו האסט נאכדעם מעלה גרה געווען און איבערגעחזרט אז מיין נייע טערמין אין פראפעגאנדע איז ריכטיג און אנגענומען אלס א (נייע) פשוטע פאקט ס'איז פשוט אזוי ואין להשיב ע"ז און במילא אז איך האב געבויעט איין פאקט בוי איך דערויף נאך א פאקט אז צו דעם עולם פיטערט מען אז די דאזיגע חידוש אין פראפעגאנדע הייסט נישט קיין פראפעגאנדע איז אטאמאטיש בויעט מען זיי אויף לופט

זאג איך דיר איך האב עס יא געליינט און איך זעי אין דיינע ווערטער לופט און הבלים

און אזוי ווי איך האב געשריבען אין די נייעס אשכול אין די דרשה פון סאטמאר רב ליגט נישט קיין שום פראפעגאנדע און קיין שום רייץ (דיין נייע אויפטרעף איינער האלט א נארמאלע דרשה אבער ניין מ'דארף דרייען מיט די פינגער זיך מאכן ווי א תם דעס איז צו רייצן בלא בלא) ס'איז א דרשה צו רעדן צו זיין צבור אז איך בין נישט מונע צו קומען און קומען זאל מען מיט אן ערנסקייט נישט מיך צו בויען נישט מיך צו פארשאפן כבוד נאר מיט צו האלטן א שבת ביי ר' שמעון בשבת אחים גם יחד און דעטס איט

אינטערסאנט בוני עולם ווען זיי מאכן זייער דינער כולל שומרי ווען זיי מאכן זייער דינער יעדער וואס וויל מארקעטן זיין געשעפט זיין ביזנעס איז נאך נישט איינגעפאלן בלויז צו רופן א דרשן און אויפשטעלן ערגעץ ווי אין א זאל און לאזן הערן אז ס'גייט זיין א דינער איך האב געפנט די און די געשעפט און פערטיג דעס גייט רייצן צו קומען ............ נאכנישט קיינעם בייגעפאלן דערווייל אפשר דארפן זיי דיך אויפנעמען אלס זייער מארקעטער דירעקטאר ס'וועט זיי קאסטן סאך ווייניגער ....... דערווייל קאסט זיי ריזיגע פלאקאטן שיינע זינגערס (לעלוס עסקארט בלע"ז.......... וד"ל ) וכדו' אטע דאס איז געווען די באדייט פון פראפעגאנדע ביז היינט

און מיין טייערע פריינט @מיין מיינונג איך פארשטיי אז ביי דיר צו טראכטן אז דא איז געווען א פלעינע דרשה פון א רבין צו מעלדן זיין נסיעה און דאס האט נאטורליך געמאכט א טומל ביי זיינע חסידים צו פארן אזא מושג פארנעמסטו נישט האב איך דיר שוין במה פעמים געזאגט אז איך קען אייך נישט העלפן דו ביסט נישט דער איינציגסטער וואס דעס עסט זיי אויף

לאמיר זען, "ענטפערט אויף די פראגע!"
און די פראגע איז גאר קורץ אין סימפל: פארוואס הייסט יענעם'ס צעטלעך פראפאגאנדע, און אונזער נישט? ע"כ הקושיא.
אויב האט איר נישט קיין תשובה, דאן איז דא א קומענדיגע פראגע: פארוואס הייסט דאס נישט גערעדט לופט (אדער: שטותים. אדער: ליגנט)?
אויב האט איר ווידער נישט קיין תשובה איז דא נאך א פראגע: פארוואס איז דער וואס זאגט אזעלכעס אויף זיין פארטיי נישט קיין פראפאגאנדירער? (איך רעד דא פון א אנדערע דרשה ווי פריער, פריער האב איך גערעדט פון די "לעמפעלעך דרשה", יעצט רעד איך פון די דרשה אין ישיבה אין וועלכע דער רבי האט געזאגט אז בחורים זאלן נישט מיטקומען)


און די פראגע איז גאר קורץ אין סימפל: פארוואס הייסט יענעם'ס צעטלעך פראפאגאנדע, און אונזער נישט? ע"כ הקושיא.

איך גיי דיר ענטפערן אויף דיין ערשטע שאלה

קודם כל האסטו געשריבען אין דיין ערשטע תגובה אז דעם רבינס דרשה איז געווען פראפעגאנדע ? וואס איז געשען מיט דעם ס'איז שוין אויס גייסט שוין מאכן די צעטלעך די פראפעגאנדע אישו ?

און אויף די עצם שאלה אקעי ליסען האסט מיר געמאכט שווער צו ענטפערן ווייל איך האב נישט געזען אלע צעטלעך און אוודאי קען איך עס נישט אהער ברענגען צו ווייזן שווארץ אויף ווייס דיין חלקלוק לשון און אויב ווילסטו מיט דעם מיך האלטן ביים גענאק און כלומרשט פייערן זיג אויף די קאנווערסעישן הכבוד עמך איך געב דיר עס מיט א ברייט האנט

אזויפיל קען איך דיר יא זאגן איך דריי מיך נישט קיין סאך אין סאטמאר, אבער די איינמאל וואס איך בין געווען פאריגע שבת צופרי אין סאטמאר ביהמ"ד אין מאנסי איז מער ווי צוויי צעטלעך פון די גאנצע נסיעה נישט געשטאנען שבת יתרו בין איך אויך געווען אין ראדני שול און דארט איז נאר געווען צעטלעך פון זיין צאתכם לשלום לרחצה בעיני ראיתי און 10 מינע פראפעגאנדע צעטלעך גרויסע (נוסח כא כסליו ) און דוכט זיך ס'כאפט א שטיקל נפק"מ אבער דאס האב איך נאר געשריבען דרך אגב

אבער דער עיקר ווער האט דיר געזאגט אז די פראפעגאנדע האט געמיינט בלויז צעטלעך דאס איז דאך דיין אייגענע חידוש דיין אייגענע טאמס צו בארואיגן דיין מאגן פראפעגאנדע מיינט לעלוס עסקארטס אויף די בי קיו אי (מסתם כאפסטו נישט וואס איך רעד ) גרעסער מאכן די מצב גינוני כבוד נארישע געשרייען מודיע צו זיין גאנץ וויליאמסבורג אז איך פאר יעצט ערגעץ

און דאס און ענליכס האט סאטמאר רב געזאגט איך דארף עס נישט מאך מיך נישט קיין לעמפלעך מאך מיך נישט גרויס מאך מיך נישט מיין נאמען מיין נסיעה באוואוסט זיי נישט פארנומען מיטן טפל און פארטיג אבער רעדן דערפון רעדן פון די געהויבנקייט פון די זאך צווישן מיינע פיר ווענט פאר מיינע חסידים דאס איז אויך א פראבלעים ווי און ווען איז דאס געהערט געווארן

ליתר שאת ווען איך וועל האבן צייט וועל איך נעמען דיין גאנצע ערשטע תגובה אין דעם ענין און ווייזן וויפיל מאל דו האסט אויפגעבלאזן וואס דו האסט געוואלט און קלענער געמאכט וואס דו האסט געוואלט און דאס קומט פון א תוצאה ווייל דו ווילסט צו עפעס צוקומען און איינרעדן אז דו ביזט בלויז איינער וואס וויל באמת פארשטיין זאלסטו גיין צו ר' עזראלס קבר און אריין שרייען 100 מאל אפשר ער וועט דיר גלייבן
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 3:29 pm#28
Re: נאטיצן
נייעס האט געשריבן:אז מען רעדט פון יא אדער נישט פראפאגאנדע
וואלט איך געוואלט וויסען וואס די גרויסע פלאקאטען וואס איך האב נארוואס געלעזט מיינט
ריזיגע באלד שווארצע אותיות "אשרי הנוסעים על ציונך"
ממ"נ איינער וואס איז דערביי דארף נישט מען זאל אים בארימען, איינער וואס איז נישט דערביי ביים רגש וועט דאס גארנישט אויסמאכן ליינען די צעטליך


יעדע לג בעומר שרייבט מען דאס און ענליכע ווערטער פאר די נוסעי מירון דארט קענט איר אויך האבן די זעלבע פראגע
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 3:40 pm#29
Re: נאטיצן
דוגמאות פון חלקלוק לשון

א דרשה פון א רבי - פראפעגאנדע

א דרשה פון א וועכנטליכע בעל דרשן פון א טעלעפאון נאכדעם וואס ס'איז געווען א נאטורליכע פולווער צו פארן און ס'איז געווען די געשפרעך פון טאג - פראפעגאנדע

רעיזן געלט דורך א גורל - פראפעגאנדע

סתם לייגן צעטלעך פון ביליגע טיקעטס - דעס איז נארמאל דעס איז בכלל נישט געמאכט געווארן אויפצורייצן

מאכן לעלוס עסקארטס מאכן האלב וויליאמסבורג טויב און בלאקן גאנצע גאסן - קעי פון דעם גיי איך מיך יעצט מעלים עין זיין איך גיי עס א נאמען געבן א אנדערע מין פראפעגאנדע און זיך איינרעדן אז ס'איז געווען בלויז צעטלעך זיך מאכן ווי א שאינו יודע צו קענען פרעגן ווי א תם וואס איז שלעכט מיט אפאר צעטלעך א בפירושע לב אהרן ...... חחחח ווייל איך זוך דאך בלויז צו פארשטיין דעם לב אהרן האהא

לופטיגע פארטטי - איז נישט קיין חסרון (עס איז בלויז א פאקט 9

פראפעגאנדע מיניסטער - וואס זאל איך טון אז לויט מיינע פריש געבוירענע פאקטן איז דעס א פאקט

א גוטן חודש אדר ב' פורים איז אן די ראן
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:52 am#33
Re: נאטיצן
פון מיינעטוועגנ'ס אויס בין איך שוין גענוג איבערצייגט וויפיל ר' אהרן שליט"א האט פיינט פרסום און פראפעגאנדע, ס'פעלט נישט אויס קיין אריכות איבער דעם.
ובפרט, אז דער גאנצער משא ומתן ארום דעם איז דאך א חשש פראפעגאנדע, וכל זה למורת רוחו של אותו צדיק.
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 1:42 pm#34
Re: נאטיצן
פון מיינעט ווענן ווייס איך פונקטליך וואס דו גייסט שרייבן איך הער עס שוין איבער 30 יאר ............
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 4:30 pm#35
Re: נאטיצן
ווייסט איר וואס, דא איז זי. איך געדענק נישט צו עס ענטהאלט אלעס וואס איך האב מגיב צו זיין אויף אייער תגובה, אבער זאל זיין...



איך מוז אייך באדאנקען פארן מוסיף זיין צו אייערע תגובה, ווייל די געדולד האט מיר שיעור געפלאצט זעענדיג אז ווידעראמאל האט איר געשריבן און געשריבן און נישט בארירט מיין תגובה. דערנאך ווען איך האב געזען אייער הוספה האב איך שטארק אפגעאטעמט. (אויב איינער פארשטייט נישט, פון די באלד און ווייטער איז צוגעקומען נאכן שיקן די הודעה)

יא יא האט געשריבן:לאמיר זען, "ענטפערט אויף די פראגע!"
און די פראגע איז גאר קורץ אין סימפל: פארוואס הייסט יענעם'ס צעטלעך פראפאגאנדע, און אונזער נישט? ע"כ הקושיא.


האסטו געשריבען אין דיין ערשטע תגובה אז דעם רבינס דרשה איז געווען פראפעגאנדע ? וואס איז געשען מיט דעם ס'איז שוין אויס גייסט שוין מאכן די צעטלעך די פראפעגאנדע אישו ?

זיכער האב איך דאס געשריבן, שווארץ אויף בלוי! אבער איך האב אויך געשריבן וועגן די צעטלעך, און וויבאלד מיט די דרשה זענט איר דאך ניטאמאל גרייט צו קלערן צו עס האט מיט די אזוי פארהאסטע פראפאגאנדע דערפאר האב איך געשריבן אין א פריערדיגע תגובה אז איך וויל כאטש הערן א תשובה פארוואס דער רבי האלט אז "אונזערע" צעטלעך זענען נישט פראפאגאנדע מאטעריאל, מה שאין כן "זייערע".

יא יא האט געשריבן:אקעי ליסען האסט מיר געמאכט שווער צו ענטפערן ווייל איך האב נישט געזען אלע צעטלעך און אוודאי קען איך עס נישט אהער ברענגען צו ווייזן שווארץ אויף ווייס דיין חלקלוק לשון און אויב ווילסטו מיט דעם מיך האלטן ביים גענאק און כלומרשט פייען זיג אויך קאנווערסעישן געב איך דיר עס מיט א ברייט האנט

אזויפיל קען איך דיר יא זאגן איך דריי מיך נישט קיין סאך אין סאטמאר, אבער די איינמאל וואס איך געווען פאריגע שבת צופרי אין סאטמאר ביהמ"ד אין מאנסי איז מער ווי צוויי צעטלעך פון די גאנצע נסיעה נישט געשטאנען

איך וויל אייך פרעגן ר' יא יא, אויפריכטיג.
איר האט געזען צעטלעך נאר לעצטע שבת, איר ווייסט נישט וויפיל און וועלכע צעטלעך זענען געשטאנען ביז דאן, אבער ביי די נייעס שרייבט איר מיטן פולסטן זיכערקייט אז נאר 2 3 צעטלעך זענען געווען און דערפאר בין איך א מהפך יום ללילה מיט אלע אנדערע שיינע לשונות. און דא שרייבט איר מיט א גלייכגילטיגקייט אז אז מיינע ווערטער זענען געשריבן מיט א חלקלוק לשון.
וואס איז פשט דערפון? על סמך מה שרייבט איר פארשעמענדע לשונות אויף א איד פשוט ווייל עס שטומט נישט מיט אייער רצון וואס איר ווייסט אפילו נישט צו עס שטימט מיטן מציאות?!
און נאך א פראגע, צו וואס סתם נוצן לשונות וואס מאכן א פאלשן פארלוירנקייט סטיגמע אויף אייער קעגנער (און איך שרייב קעגנער צוליב אייך, איר האט מחליט געווען אז איך בין אין קעגנזאץ מיט אייך. ווען אין פאקט האב איך בלויז געפרעגט א פראגע, זאלט איר מצליח זיין מיר צו ענטפערן א צופרידנשטעלנדע תשובה וועט די שמועס זיין געשלאסן)?

יא יא האט געשריבן:אבער דער עיקר ווער האט דיר געזאגט אז די פראפעגאנדע האט געמיינט בלויז צעטלעך דאס איז דאך דיין אייגענע חידוש דיין אייגענע טאמס צו בארואיגן דיין מאגן פראפעגאנדע מיינט לעלוס עסקארט גרעסער מאכן די מצב גינוני כבוד נארישע געשרייען מודיע צו זיין גאנץ וויליאמסבורג אז איך פאר יעצט ערגעץ

נייעס האט געפרעגט איבער "פראפאגאנדע צו פארן", און דאס איז געווען איבער וואס איך האב געשריבן.
איר רעדט וועגן פראפאגאנדע בשעת די נסיעה, געזונטערהייט, אבער טענה'ט זיך נישט איבער מיינע ווערטער מיט ראיות פון א אנדערע נושא.
וועט איר פרעגן פארוואס "איך זאג" אז עס זענען צוויי נושאים? ווייל לייטס אויף די גאסן מאכן נישט איינעם באוועגן צו פארן, בליצערס אויף די עסקארט אויך נישט, און סיינס אויך נישט. אלזא ווען "נייעס" פרעגט צו עס איז דא פראפאגאנדע אז מענטשן זאלן פארן קען מען נישט זאגן "ניין! ווייל ביי אונז לייגט מען נישט קיין לייטס אין די גאסן וכו'". און אדרבה, אפשר גיט איר מיר צו פארשטיין, ווען אדמו"ר מהר"א האט גערעדט אין ישיבה אז עס קומען קיין מירון אסאך מער מענטשן ווי געראכטן אן דעם וואס מען זאל האבן געמאכט פראפאגאנדע, וואס האט ער געמיינט? אז הגם עס "גייען נישט זיין" קיין סיינס, לייטס און בליצעדיגע עסקארט דאך קומען מענטשן? איר האלט אז ער רעדט "אזעלכע" נארישקייטן?!


יא יא האט געשריבן:שבת יתרו בין איך אויך געווען אין ראדני שול און דארט איז נאר געווען צעטלעך פון זיין צאתכם לשלום לרחצה בעיני ראיתי און 10 מינע פראפעגאנדע צעטלעך גרויסע (נוסח כא כסליו ) און דוכט זיך ס'כאפט א שטיקל נפק"מ אבער דאס האב איך נאר געשריבען דרך אגב

ווייטער רעדט איר פון פראפאגאנדע פונעם עצם נסיעה, ווען אונז רעדן פון "פראפאגאנדע צו פארן". נאר, אלע צעטלעך זענען געווען יענע סייז, און דערפאר אז איר ווילט זאגן אז אין די סייז פון די צעטלעך ווענדט זיך צו עס הייסט פראפאגאנדע וועל איך עס אננעמען... יישר כח פאר די תשובה.
(אויב מעגליך פרעגט אייך נאך צו דער רבי האט געוויסט די גענויע סייזעס פון אונזערע און זייערע צעטלעך איידער ער האט גערעדט אין ישיבה... :D )
דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:50 pm#36
Re: נאטיצן
איך האב הנאה האסט גענומען מיין עדווייס און זיך גענומען איבער די צעטלעך ווייל ביי דעם ביסטו שוין גערעכט ווייל א צעטיל קענסטו שוין שרייבן וואס דו ווילסט קענסט שרייבן ס'איז געווען ווען ס'איז נישט געווען און קענסט זאגן

איר האט געזען צעטלעך נאר לעצטע שבת, איר ווייסט נישט וויפיל און וועלכע צעטלעך זענען געשטאנען ביז דאן,

אינטערסאנט ביי געווענליכע פראפעגאנדע ווי מ'זוכט צו שלעפן א עולם איז די לעצטע שבת די גרעסטע פראפעגאנדע און דא עפעס וואונדערליך איז גאר נעלם געווארן צעטלעך אתמהה

און איר קענט נעמען א צעטיל ווי מ'זוכט צו רעיזן געלט איינע פון די וועגן ווי זוי מ'רעיזט געלט איז מיט א הגרלה און דו קענסט נעמען אזא געווענליכע צעטיל און שרייען אה דא ליגט די הונט באגראבן דא ליגט די בלאפעריי פון פראפעגאנדע פון די לופטיגע פארטיי אדער א ענליכע אזא צעטיל מיט אזא ענליכע פשעטיל איך נעם נאר די גורל צעטיל פאר א 'דוגמא' ווי זוי דו כאראקטירסט פראפעגאנדע לויט דיין שמעק

סאו מיט דעם חלק האב איך דיר נישט צו ענטפערן ווייל די בלאפעריי פון דיין זיייט און געמאכטע תמימות איז אין לדבר סוף און אויב ווילסטו מיט דעם אישו וואקן און וואנט און שרייען דידן נצח קענט איר עס געטון געזונטערהייט

ווילאנג בוני עולם סאטמאר כ"א כסליו שומרי החומות אתרא קדישאס פראטעסטן גייען נישט אויף דעם וועג רייצן דעם עולם צו קומען ווייס איך אז האמת אתי

באלד וועסטו מיר זאגן אז ר"א לעבט בכלל אויף פראפעגאנדע ווייל יעדע מאל פאר ער מאכט חתונה מאכט ער א גאנצע פראפעגאנדע דהיינו ער שיקט אינוויטעישנס מ'שרייבט אויף די ווענט סדר החתונה ליגט דען נישט אין דעם טיפע פראפעגאנדע

(ובכלל אפשר האט מהר"א נאר גערעדט פון די פראפעגאנדע בשעת די נסיעה אפשר פון פארדעם האט ער גארנישט געמיינט צו זאגן אז ער האט א פראבלעים .............איך זאג עס נאר פאר א ווערטיל)

און אדרבה, אפשר גיט איר מיר צו פארשטיין, ווען אדמו"ר מהר"א האט גערעדט אין ישיבה אז עס קומען קיין מירון אסאך מער מענטשן ווי געראכטן אן דעם וואס מען זאל האבן געמאכט פראפאגאנדע, וואס האט ער געמיינט? אז הגם עס "גייען נישט זיין" קיין סיינס, לייטס און בליצעדיגע עסקארט דאך קומען מענטשן? איר האלט אז ער רעדט "אזעלכע" נארישקייטן?!

ער האט געמיינט דעי פראפעגאנדע פון וואס דו ווילסט נישט רעדן די פראפעגאנדע וואס האט ביז תשעו געהייסן פראפעגאנדע הוא אשר דברנו ביסט מחדש נייע חידושים עשה עצמו כאילו לא ידע און ער האט נאך א קשיא וואס האט ער געמיינט ?

אלע צעטלעך זענען געווען יענע סייז, און דערפאר אז איר ווילט זאגן אז אין די סייז פון די צעטלעך ווענדט זיך צו עס הייסט פראפאגאנדע וועל איך עס אננעמען... יישר כח פאר די תשובה.

דו ווייסט טאקע נישט אז ביי ווי גרעסער מ'וויל מאכן די מצב אלס גרעסערע צעטלעך נוצט מען ווי וואוינסטו אין קאשוי ? הה"ד מ'מאכט זיך ווי א תם און מ'שטויסט ווי א מועד נאך א דוגמא פון די אויבענדערמאנטע יכולת צו דרייען מיט די צונג ווען ס'קומט צו צעטלעך

אזוי ווי דו האסטוך געהאלטן צו מין ערשטע עדווייס געב איך דיר נאך א עדווייס

לאז דיך אפ צו אנהערן מיט אלע דרשות פונעם פראפעגאנדע מיניסטער פון די לופטיגע פארטיי ס'איז נישט געזונט פאר דיר ס'זעהט מיר אויס אז די אמת דריקט דיר שטארק אויפן קאפ און דאז ברענגט דיר אויפצוקומען מיט זינלאזע חידושים פארקערט פון מנהג עולם בקיצור ס'איז נישט גוט פאר דיר
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:06 pm#37
Re: נאטיצן
אין דער גרויסער סאטמארער בית המדרש אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג הענגט א גרויסע קאפי פון א קאן עדיסאן ביל וואו מען זעט וויפיל געלט די ארטיגע קהילה איז שולדיג פאר די עלעקטעריק באנוץ פון זייער גרויסער בית המדרש, א ברייט באניצטע טאקטיק פאר פאנדרעיזינג.

דאס איז א בילד פון וויאזוי די רעספעקטירטע טוויטער אקאונט hqsatmar@ מעלדט די ברעכנדע נייעס:
מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:13 pm#40
Re: נאטיצן
בין איך אזוי געווען נעכטן אין געשעפט זעי איך א נייע מאגאזין אויף די פאליציעס וואס ווערט אנגערופן דער מצב און דאס דארף צו זיין ספעציעיל דעגנעזירט ארויס צו געבן דער מצב אין א"י מיט די גיוס

אבער נאכן דורך קוקן די זאך מיט די בילדער זעי איך אז ס'איז נישט מער ווי פשוט אז דעס ווערט בלויז ארויסגעגעבן להגדיל שם הגאב"ד רבינו הגה"ק מהריט ווייס שליט"א

ס'האט מיר געקאסט א געלעכטער דעס אזוי גראב ארויסווייזן וואס מ'וויל דא פשוט פראבירן צו מאכן דעם גאבד פארן נעקסטן אין די ראי' וד"ל

איך האב פאר אייך איין פשוטע עצה לאטס דעם רב שליט"א געמאך נעם ארויס זיין נאמען פון אלע ענקערע געמיינע פאליטיקס צווינגט אים ניט צו גיין צו א פראטעסט און ער זאל בלייבן ללעג ולקלס לעיני כל מיט'ן פארבלייבן אין קאר לאט אים ארויס זאגן זיין מיינונג בנוגע חכמת לב נישט ס'זאל דארפן געזאגט ווערן בנוחכות והכל על מקומו יבא בשלום

לערנט אייך אויס פונעם ראב"ד פון די ארויפגעקוקטסטע גדולים אין היינטיגן דור ביי אלע קרייזן חוץ רז"ל פארטיי טראף וואס ער האט ניט דעם טורטשין שליט"א ביי די זייט און כאטש וואס איר האט אים פארשמיצט ביז'ן ערגסטן פאר'ן פסקנען א פסק לויט ווי ער האט מברר געווען כדת של תורה
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:57 am#41
Re: נאטיצן
מיין מיינונג האט געשריבן:פארוואס זאגסטו קורצקעפיג? איך זע אין דעם א ברייטע זיכט, ער איז א מבין דבר מתוך דבר...

ביזט גערעכט, נישט קורצקעפיק נאר סתם א שוטה...

יא יא, גוט געזאגט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:00 pm#43
Re: נאטיצן
יא יא האט געשריבן:
ס'האט מיר געקאסט א געלעכטער דעס אזוי גראב ארויסווייזן וואס מ'וויל דא פשוט פראבירן צו מאכן דעם גאבד פארן נעקסטן אין די ראי' וד"ל



ווער איז געווען אויף די רייע פריערט?
דינסטאג אפריל 04, 2017 12:10 pm#44
Re: נאטיצן
קאוד: וועהל אויס אלעס
@SatmarHQ: Kidush HaShem: close to 5,000 Avreichem from all Kollelim Al Taharas HaKodesh Received special "Shekel HaTuhar" Tmicha LKuved Yom Tov from Meoir HaGoileh Rabbiny. Tmicha that totaled $1Million was given out Yesterday 2all Rushei Kolelim at Bihmd Ohel Ruchel By Vaad Shekel HTuhar

איינער זאל אזוי גוט זיין און איבער געבן פאר דער ״מאור הגולה״ שליט״א אז די כולל אינגעלייט אין גלות לעכצן אויך פאר נאך אפאר דאלער, אדער כאטש אביסל בילעגערע מצות
מיטוואך מאי 17, 2017 1:01 am#46
Re: נאטיצן
איינער זאגט מיר אז די גאב"ד איז אווער, ער האט אלצהיימערס. די עולם זאל מתפלל זיין אז די סקריקים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף איהם יעצט און זיינע שוואכע מאמענטן און אנזייען הרס רב