טעכנעלאגיע נייעס

46 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #573
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יוני 07, 2016 12:06 am#1
טעכנעלאגיע נייעס
די אשכול וועט דינען פאר נייעס באריכטן און חדשות אין די וועלט פון טעכנעלאגיע.
דינסטאג יוני 07, 2016 12:06 am#2
Re: טעכנעלאגיע נייעס
די סאושעל מידיע אקאונטס פון פעיסבוק גרינדער מארק זאקערבערג, אויף טוויטער, לינקד-אין, פינטרעסט, זענען געווארן געהעקט, די פעסווארד איז געווען DADADA.
מאנטאג יולי 25, 2016 1:51 pm#6
ווערייזאן וועט אפקויפן YAHOO
וואשינגטאן – היינט אינדערפרי איז ווי ערווארטעט געוורן געמאלדן אז 'ווערייזאן' קויפט אפ די אינטערנעט פירמע "יאהו".
לויט די באריכטן וואס האבן נעכטן צירקולירט, וועט ווערייזאן צאלן ארום פינף ביליאן דאלער אפצוקויפן יאהו.
ווערייזאן האט פאראיאר אפגעקויפט די אינטערנעט פירמע "עי או על" פאר 4.4 ביליאן דאלער, אבער זי פלאגט זיך זינט דאן צו מאכן א פראפיט דערפון. דאס אפקויפן "יאהו" וועט העלפן ווערייזאן אויפצובויען "עי או על".
מאנטאג יולי 25, 2016 6:31 pm#8
Re: טעכנעלאגיע נייעס
וואס מיינסטו צו זאגן, פארוואס טראכסטו אז ס'קען אפשר נישט געלונגען?
דינסטאג יולי 26, 2016 4:23 pm#11
Re: טעכנעלאגיע נייעס
א היימישע טעכנעלאגיע נייעס

די ניק מומחה עצום פון איי וועלט האט געקאנטאקט די הויכע פענסטער פון מייקראסאפט צוליב וואס אסאך אידישע פאנטס ארבעטן נישט אין די נייעסטע ווערסיע זייערע,
ער האפט אויפצוטוהן גדולות ונצורות אין דעם געביט.
השם יהא בעזרו
דינסטאג יולי 26, 2016 7:04 pm#12
Re: טעכנעלאגיע נייעס
שלומיאל האט געשריבן:א היימישע טעכנעלאגיע נייעס

די ניק מומחה עצום פון איי וועלט האט געקאנטאקט די הויכע פענסטער פון מייקראסאפט צוליב וואס אסאך אידישע פאנטס ארבעטן נישט אין די נייעסטע ווערסיע זייערע,
ער האפט אויפצוטוהן גדולות ונצורות אין דעם געביט.
השם יהא בעזרו


m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p1265256 m
דאנערשטאג יולי 28, 2016 1:40 pm#13
Re: טעכנעלאגיע נייעס
ניו יארק – ״עפּל״ האט געמאלדן אז זיי האבן פארקויפט זייער ביליאנסטע אייפאון! די סאמע ערשטע אייפאון איז ארויסגעשטעלט געווארן צום פארקויפן אום יוני 29, יאר 2007. די היינטיגע מעלדונג קומט נאכדעם וואס אין יאנואר האט עפּל געזאגט אז עס זענען דא אזויפיל ווי 1 ביליאן אקטיווע עפּל דעווייסעס (אריינגערעכנט אייפאונס, אייפּעדס און אייפּאדס) אין דער וועלט.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:18 pm#14
Re: טעכנעלאגיע נייעס
די ״וועיז״ דזשי-פּי-עס עפּפּ האט אנגעהויבן פארשפרייטן דאס אז זי האט לעצטנס צוגעלייגט א ספעציעלע נייע זאך צו איר סערוויס, אז ביים ענדע פון יעדן וועג, רופט די עפּפּ אויס א דערמאנונג אז מען זאל נישט איבערלאזן די קינדער אינעם קאר. דאס איז א קריטיש-וויכטיגע סערוויס, אין ליכט פון די לעצטערע פארמערטע טראגעדיעס מיט קינדער וועלכע גייען אויס ה״י נאכ׳ן ווערן איבערגעלאזט אינעם קאר.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:07 pm#15
וואלמארט קויפט "דזשעט" פאר 3.3 ביליאן
ארקענסא – די מאסיווע אמעריקאנער געשעפטן נעץ "וואלמארט" האט נעכטן געמאלדן אז זי האט אפגעקויפט די יונגע, דערווייל-דורכגעפאלענע, "דזשעט דאט קאם" אנליין פארקויפונגען וועבסייט פאר די אסטראנאמישע סומע פון 3.3 ביליאן דאלער. וואלמארט זאגט אז דער גרינדער פון "דזשעט", מארק לאור, וועט העלפן וואלמארט זיך ארויפכאפן צוריק אינעם אנליין פארקויפונגען מארקעט, וואס ווערט דערווייל דאמינירט דורך עמעזאן. וואלמארט'ס דורכפאל דערווייל צו האבן סוקסעס אנליין, זעהט זיך אן אויפן סטאק מארקעט, וואו וואלמארט'ס ווערד ווערט געשאצט ביי 230 ביליאן דאלער, קעגן עמעזאן וועמענס ווערד ס'ווערט געשאצט ביי אן אסטראנאמישע 365 ביליאן דאלער.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:56 pm#16
Re: טעכנעלאגיע נייעס
שלומיאל האט געשריבן:א היימישע טעכנעלאגיע נייעס

די ניק מומחה עצום פון איי וועלט האט געקאנטאקט די הויכע פענסטער פון מייקראסאפט צוליב וואס אסאך אידישע פאנטס ארבעטן נישט אין די נייעסטע ווערסיע זייערע,
ער האפט אויפצוטוהן גדולות ונצורות אין דעם געביט.
השם יהא בעזרו


אפדעיט:

מומחה עצום האט געשריבן:אכטונג אכטונג!

מיר האבן געלייגט א ביטע ביי די אפיציעלע מייקראסאפט UserVoice וועבסייט פאר ווארד, דער עולם ווערט געבעטן צו וועלן פאר אונזער ביטע, אזוי אז זיי זאלן זעהן אז עס איז וויכטיג.

ביטע ארום שיקן צו פריינט אין באקאנטע, ווי מער מענטשן עס וועלן אלס א גרעסערע שאנס האבן מיר אז עס וועט פאראכטן ווערן.

דא איז די לינק


ביטע נישט שרייבן קיין נארישע קאמענטס אדער דאנק דארט, איר קענט שרייבן אז איר מוטשעט זיך דערמיט און ווארט אז מען זאל עס פארעכטן.
ביטע אויך נישט שפילן מיט די אייפי און אימעיל אדרעסן, זיי קענען זעהן אויב מען מאכט חכמות.


ביטע גייט אין די מאסן שטימען!
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:48 pm#18
Re: טעכנעלאגיע נייעס
אפדעיט: די פארשלאג איז געווארן אנגענומען, און ווערט באטראכט דורך מייקראסאפט!
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 10:14 pm#20
דרייווערלאזע קארס זענען שוין אקטיוו אין סינגאפור
מען רעדט שוין יארן איבער א קאר וואס פארמאגט נישט קיין דרייווער און ווערט גענצליך אפערירט דורך א קאמפיוטער, אבער עס איז שוין לאנג נישט קיין טעאריע, אין סיגנאפור איז עס א רעאליטעט אויף די סטריטס יעדן איינציגן טאג, ווען די לעצטע טעג האבן די דרייווערלאזע קארס אנגעהויבן קורסירן אין די גאסן אין סיגנאפור.

די סיגנאפורישע קאמפאני ניוטאנאמי ארבעט מיט וואלווא קארס און גוגל מאפעס און פירן די קארס אן דארפן האבן א דרייווער.

לעצטנס האט די באקאנטע אובער טראנספארטאציע פירמע דערקלערט אז זיי וועלן האבן ביז אפאר וואכן דרייווערלאזע קארס אין די גאסן פון פיטסבורג, ווי זיי הייבן אן די פראיעקט.

ווי עס שיינט וועט דרייווערלאזע קארס זיין ביז אפאר יאר ארום אן ערשיינונג וואס וועט טוישן אונזערע גאסן און אונזער טראנספארטאציע.
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:33 pm#21
Re: טעכנעלאגיע נייעס
די היימישע טעקסי פירמעס וועלן זיך מחיה זיין, זיי וועלן נישט דארפן צאלן פאר קיין דרייווער'ס
זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:48 pm#22
Re: טעכנעלאגיע נייעס
עמורדזשענסי אפדעיט פון ״עפּל״ אפערעיטינג סיסטעם

קאליפארניע - די ״עפל״ פירמע האט ארויסגעגעבן אן עמורדזשענסי נייע ווערסיע פון זייער ״אפּערעיטינג סיסטעם״, נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז מיט די ביז יעצטיגע ווערסיע האבן אייפאונס גרינג געקענט געהעקט ווערן. דער פראבלעם האבן זיי אנטדעקט ווען דער יומען רייטס אקטיוויסט אכמעד מאנסור, אין די יונייטעד אראב עמירעיטס, האט געזען אז זיין אייפאון איז געהעקט געווארן דורך א טעקסט מעסעדזש. מאנסור זאגט אז ער איז געצילט געווארן דורך ארטיגע יונייטעד אראב עמירעיטס רעגירונג העקערס, וויבאלד ער קעמפט קעגן די ארטיגע רעגירונג צוליב זייערע יומען רייטס פארלעצונגען. ״עפּל״ זאגט אז יעדער זאל וואס שנעלער אינסטאלירן די נייע ווערסיע פונעם אפּערעיטינג סיסטעם.
מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:52 pm#24
Re: טעכנעלאגיע נייעס
אוויאציע אגענטור רעגולאציעס איבער דראונס גייט אריין אין קראפט

נאך א לענגערע צייט וואס די גאנצע ביזנעס וועלט ווארט דערויף איז ענליך אריין אין קראפט קלארע רעגולאציעס איבער די אפעראציע פון דראונס, דאס נעמט אריין נאר אזעלכע דראונס וואס וועגן מער ווי 55 פונט. די ביזנעס וועלט ווארט שוין לאנג פאר די רעגולאציע וואס וועלן ענדליך ערלויבן די באנוץ פון פילאטלאזע דראונס פאר א רייע צוועקן, ווי פילמירן, פארמינג, טרעפיק קאנטראל, קאמיוניקאציע, דעליווערי, און נאך.

לויט די רעגולאציעס וועלן אזעלכע דראונס נישט קענען פליען העכער 400 פוס, און נישט מער ווי 100 מייל פער שעה, און אזוי אויך טאר עס נישט פארן העכער מענטשן אן זייער ערלויבעניש. אבער די פעדעראלע אוויאציע אגענטור קען שענקן א וועיווער וואס זאל געבן פאר געוויסע פירעמס ערלויבעניש צו אפערירן דראונס נישט לויט די פארשריפטן, די אגענטור האט שוין ארויסגעגעבן ארום 761 אזעלכע וויעיווערס, און פילע גרויסע קאמפאניס ווארטן אויף אזא באשטעטיגונג אריינגערעכנט עמעזאן וואס וויל דאס נוצן פאר דעליווערי, אזוי אויך דארף מען האבן פאר דעם א לייסענס, און עס טאר נישט פליען ווייטער ווי דאס אויג פון דעם קאנטראלער קען זעהן, ביז היינט האבן שוין 3000 מענטשן איינגעבעטן פאר לייסענס.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:57 pm#25
Re: טעכנעלאגיע נייעס
עפל גרייט זיך צו צייגן אירע נייע מאדעלן מארגן

יעדעס יאר טוט די טעכנאלאגיע פירמע "עפל" צייגן אירע נייע געצייגן ביי א אפיציעלע פרעסע קאנפערענץ, מארגן וועט עפל אפהאלטן אזא געשעעניש ווי איר סי. אי. או. טים קוק וועט פארשטעלן דעם אייפאון 7 און אייפאון 7 פלאס וואס איז א גרעסערע ווערסיע פון די אייפאון. שוין לענגערע חדשים וואס עס צירקולירן שפעקולאציעס איבער די נייע ערפינדונגן וואס עפל פלאנט צו אריינלייגן אין די נייע ווערסיע פון איר אייפאון.

לויט די יעצטיגע אינפארמאציע וועט די נייע סמארטפאון נישט האבן מער די דשעק פאר העדפאונס, נאר וועט ארבעטן בלויז מיט בלוטאט העדפאונס, און אזוי אויך וועט עס קומען מיט מער מעמארי מעגליכקייטן ביז אזויפיל ווי 256 גיגא בייט. די הצלחה פון די נייע אייפאונס איז א קריטיש וויכטיגע זאך פאר די פירמע וואס איז אונטערשטעליג פון ענדרויד אין די מארקעט, און עס דערקענט זיך לעצטנס א פארשטייטערונג אין איר ווערט אויף די סטאק מארקעט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:14 am#26
Re: טעכנעלאגיע נייעס
יאהאן האט געשריבן:אפדעיט: די פארשלאג איז געווארן אנגענומען, און ווערט באטראכט דורך מייקראסאפט!

זיי האבן געפרעגט אויב ס'איז וויכטיג צו ארבעטן אויך אויף טעמי המקרא ווייל אויב יא קען עס דויערן לענגער

מ'האט זיי געענטפערט אז קודם זאלן זיי ארבעטן אויף די נקודות
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 3:34 pm#27
Re: טעכנעלאגיע נייעס
"עפל" האט נעכטן ארויסגעשטעלט איר נייע "אייפאון 7" און צווישן די פארשידענע זאכן וואס זי האט געטוישט, איז דאס אז עס וועט מער נישט האבן א באזונדערע פלאץ איינצושטעקן "עירפאונס", און אז די "אייפאון 7" וועט קענען איינגעטינקען ווערן אין וואסער.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:58 pm#28
Re: טעכנעלאגיע נייעס
פעדעראלע רעגירונג ווארנט איבער ״געלעקסי נאוט 7״ סכנה צו אויפרייסן יעדע ליאדע מנוט!

וואשינגטאן - די פעדעראלע קאנסומער סעיפטי פראטעקשאן אגענטור האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער בירגער, אז די וועלכע פארמאגן דעם געלעקסי נאוט-7 סמארטפאון, זאלן דאס בכלל נישט אנצינדן אפילו פאר א סעקונדע, וויבאלד עס איז דא א געפאר אז דער פאון קען עקספלאדירן - ווי סעמסאנג האט שוין אנערקענט און פאררופן א ריקאל. אין די זעלבע צייט האט מען געהערט פון גרויסע אמעריקאנער עירליינס אז זיי וועלן מער נישט לאזן פאסאזשירן בכלל אנצינדן די נאוט-7 פאונס ווילאנג מען געפונט זיך אויפן פליגער. אינדוסטריע עקספערטן שאצן אז דער גאנצער סקאנדאל מיט די עקספלאדירנדע נאוט-7 פאונס וועט אפקאסטן פאר סעמסאנג 5 ביליאן דאלער.
מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:00 pm#29
Re: טעכנעלאגיע נייעס
ווייס מיר שוין לאנג אז די סמארט-פאונס פארברענען די נשמה
איצט ווער מיר געוואויר אז אויך די גוף קען עס פארברענען
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:22 pm#30
Re: טעכנעלאגיע נייעס
סעמסאנג האט ארויסגעגעבן אן אפדעיט פאר די געלעקסי 7 וואס גיבט די אפציע צו טשארדשן די בעטערי בלויז ביז %60, דאס איז -לויט די קאמפעני- פארזיכערט אז עס וועט נישט אויפרייסן.
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:53 pm#31
Re: טעכנעלאגיע נייעס
סעמסאנג מאכט "נאוט-7" ריקאל אפיציעל

וואשינגטאן – די סעמסאנג טעכנאלאגיע פירמע האט נעכטן געמאכט זייער ריקאל אויף די פעלערהאפטיגע "געלעקסי נאוט 7" סמארטפאונס אפיציעל, מיט'ן דערקלערן אינאיינעם מיט די פעדעראלע קאנסומער סעיפטי באאמטע אז יעדער וואס האט געקויפט די נייע נאוט-7 סמארטפאון זאל דאס צוריקשיקן צו די פירמע און מען וועט אים שיקן פאר אומזיסט א נייע – צוליב וואס דער סמארטפאון פארמאגט א פעלערהאפטיגע באטערי וועלכע קען עקספלאדירן. אין די זעלבע צייט האט סעמסאנג געזאגט אז פון איר ביז יעצטיגע אומאפיציעלע ריקאל האבן בלויז דרייצן פראצענט קאסטומערס צוריקגעשיקט זייערע פעלערהאפטיגע נאוט-7 פאונס, וואס באדייט אז הונדערטער טויזנטער קאסטומערס דרייען זיך מיט די געפארפולע פאונס אין טאש.
זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:01 pm#32
Re: טעכנעלאגיע נייעס
סעמסאנג אָנגעקלאָגט איבער סמארטפאון

באוקע רעטאון, פלארידע – א פלארידע איינוואוינער האט אנגעקלאגט די סעמסאנג פירמע זאגנדיג אז ער האט געליטן שווערע צווייטע-גראד בריען צו זיין פוס, נאכדעם וואס זיין סעמסאנג סמארטפאון האט אויפגעריסן אין זיין טאש. דאס קומט נאכדעם וואס סעמסאנג האט צוריקגערופן מיליאנען סמארטפאונס צוליב די פראבלעמען מיט זיי. סעמסאנג האט שוין באקומען 92 באריכטן פון איבערגעהיצטע בעטעריס, וועלכע האבן אויפגעריסן אין האבן אנגעהויבן ברענען, אריינגערעכענט 26 פעלער אין וועלכע מענטשן זענען געשעדיגט געווארן. עס איז דאס ערשטע מאל וואס סעמסאנג ווערט אנגעקלאגט דורך אן אמעריקאנער אין צוזאמהאנג מיט'ן סמארטפאון צוריקרוף. דער 28 יעריגער מאן זאגט אז עס האט פאסירט ווען ער האט שפאצירט אין א קאסטקא סטאר, ווען דער סמארטפאון האט זיך גענומען ברענען אין זיין טאש, אפבריענדיג זיין פוס, און אויך זיין הענט ווען ער האט דאס ארויסגעשלעפט און אַוועקגעוואָרפן.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:27 pm#33
Re: טעכנעלאגיע נייעס
500 מיליאן "יאהו" אקאונטס געהעקט

וואשינגטאן – "יאהו" האט נעכטן געמאלדן אז אזויפיל ווי 500 מיליאן פון אירע באניצער אקאונטס זענען געהעקט געווארן, אין אן אנטוויקלונג וואס ווערט באצייכנט אלס די גרעסטע העקעריי אין היסטאריע, קוקנדיג אויפן ציפער וויפיל מענטשן עס האט אפעקטירט. יאהו זאגט אז די העקעריי האט שוין פאסירט אינמיטן יאר 14', און די העקערס האבן באוויזן צו רויבן נעמען, אדרעסן, טעלעפאן נומערן, געבורט דאטומען, און אנדערע האקעלע אינפארמאציע פון די הונדערטער מיליאנען באניצער. יאהו זאגט אז זי פארשט די העקעריי, וואס זי איז חושד אז א געוויסע פיינטליכע רעגירונג האט עס געטון.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:31 pm#35
Re: טעכנעלאגיע נייעס
יא, סאפיסטעקירטע העקער טוען עס זייער 'קלין' און אסאך מאל קען נעמען "יארן" מען זאל עס אויפכאפן.

א באריכט גיבן אן אז ווערייזאן וואס וויל אפקויפן YAHOO פאר 4.8 ביליאן דאלער טראכט שוין איבער זייער ווייטערדיגע שריט נאך די אויפדעקונג.
m http://money.cnn.com/2016/09/22/technol ... ta-breach/ m
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 9:48 pm#36
Re: טעכנעלאגיע נייעס
יאהאן האט געשריבן:פעדעראלע רעגירונג ווארנט איבער ״געלעקסי נאוט 7״ סכנה צו אויפרייסן יעדע ליאדע מנוט!

וואשינגטאן - די פעדעראלע קאנסומער סעיפטי פראטעקשאן אגענטור האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער בירגער, אז די וועלכע פארמאגן דעם געלעקסי נאוט-7 סמארטפאון, זאלן דאס בכלל נישט אנצינדן אפילו פאר א סעקונדע, וויבאלד עס איז דא א געפאר אז דער פאון קען עקספלאדירן - ווי סעמסאנג האט שוין אנערקענט און פאררופן א ריקאל. אין די זעלבע צייט האט מען געהערט פון גרויסע אמעריקאנער עירליינס אז זיי וועלן מער נישט לאזן פאסאזשירן בכלל אנצינדן די נאוט-7 פאונס ווילאנג מען געפונט זיך אויפן פליגער. אינדוסטריע עקספערטן שאצן אז דער גאנצער סקאנדאל מיט די עקספלאדירנדע נאוט-7 פאונס וועט אפקאסטן פאר סעמסאנג 5 ביליאן דאלער.

היינט האט א פאסאנזשיר אויף א סאוטוועסט פליגער אויסגעפאלגט די באפעל פון די פליגער מאנשאפט צו פארלעשן די עלעקראנישע אפאראטן, און הארט פארן זיך הייבן פון לואיסוויל, קענטאקי האט ער פארלאשן זיין "סעמסאנג נאוט 7", תיכף דערנאך האט ער געהערט מאדנע קולות ארויסקומען דערפון. ביז וואו-וואס-ווען האט די כלי זיך גענומען רייכערן און ער האט עס אראפגעווארפן. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער די רויעך האט פארלאנגט אז מען זאל עוואקואירן די פליגער.

מרת גרין, אשת בעל העובדא, דערציילט אז דאס איז שוין א "ריפלעיסמענט" כלי, ער האט שוין צוריקגעשיקט זיין דעפעקטיווע כלי און באקומען פון סעמסאנג א נייע, און די נייע איז וואס האט איצט אויפגעריסן. אויב שטעלט זיך דאס ארויס אלס ריכטיג, קומט ר׳ מיכאל אריין אין בילד: "ס׳גרויסע בושות!..." סעמסאנג וויל נישט גלייבן אז דאס איז געווען א "נייע" נאוט 7 און ווארט צו באקומען די אויפגעריסענע כלי קלארצושטעלן וואס, און מיט וואס, עס האט פאסירט.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:20 pm#37
Re: טעכנעלאגיע נייעס
דאס איז גאר שלעכטע נייעס פאר סעמסאנג אויב ווערט עס פעסטגעשטעלט.

ר׳ מיכאל?
מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:44 pm#40
Re: טעכנעלאגיע נייעס
Nokia, די סעלפאון פאבריצירער וואס איז געבליבן צוריקגעבליבן ביי די סמארטפאון עפאכע, האבן היינט אנאנסירט א פרישע כלי, Nokia 6. עס ארבעט אויף די ענדרויד 7.1 אפערעיטינג סיסטעם, האט א 5.5 אינטש סקרין און 4 גיגעבייט RAM.
עס איז היינט געווארן ריליסד אין כינע.
מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:48 pm#42
Re: טעכנעלאגיע נייעס
נחמה פורתא...כ'האף זיי וועלן מאכן א פול ריקאווערי פונעם קלאפ, אבער אויב געשעהט נאך "איין" פאל מיט א נייע בעטערי קענען זיי זאגן די קדיש נאך א סיום...
זונטאג מאי 28, 2017 1:05 pm#43
Re: טעכנעלאגיע נייעס
צענדליגער גרויסע אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמעס, האבן זיך פאראייניגט און געשיקט א בריוו צו קאנגרעס, צו פארלאנגען מער אינטערנעט פריוואטקייט.
דער בריוו קומט בעפאר דער דערווארטעטער העפטיגע דעבאטע וואס וועט פארקומען אין קאנגרעס אין די קומענדיגע שטיק צייט, ווייל קאנגרעס וועט דארפן נאכאמאל באנייען דעם ״אויסערן שפיאנאזש סורוועילענס אקט״, וואס איז באשטעטיגט געווארן נאך סעפטעמבער עלעווען צו ערלויבן מער שפיאנאזש אין אויסלאנד און אין אמעריקע.
א הויפט זארג פון די טעכנאלאגיע פירמעס איז ״סעקשאן 702״ פונעם געזעץ וואס ערלויבט די רעגירונג צו זאמלען הויפנס אינטערנעט דאטא, פון אויסלענדישע און אמעריקאנער אינאיינעם, און נאכזוכן דערין פאר מעגליכע טעראר אקטיוויטעטן, אן דעם וואס מ'זאל דארפן ארויסנעמען א באזונדערע געריכט ערלויבעניש דערפאר.
די טעכנאלאגיע פירמעס זאגן אז דאס איז נישט קאנסטיטוציאנעל אויסגעהאלטן.
ד'א
מיטוואך יולי 26, 2017 3:29 pm#44
Re: טעכנעלאגיע נייעס
למעשה ווער איז גערעכט איבער די שומרים קארדס עס איז חוצפה אדער נישט