הויפט זייט » תורה ויהדות » ארזי הלבנון » תולדות החסידות לדורותיהם

תולדות החסידות לדורותיהם

21 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #608
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:21 pm#1
תולדות החסידות לדורותיהם
בס"ד

(איך האב קודם געוואלט שרייבן מער, אבער איך זעה אז עס דויערט לענגער ווי איך האב געוואלט, וועל איך קודם לייגן וואס איך האב געשריבן דערווייל, וקמא קמא דיכתוב ידי וועל איך עס ארויפשטעלן. קודם זאל זיין עפעס...)

תולדות החסידות לדורותיהם

הקדמה

שוין א לאנגע צייט וואס איך פרוביר זיך צו מאכן א גראדן, טרוקענעם סדר אין דעם ענין פון דעם הייליגן בעל שם טוב און זיינע תלמידים, און תלמידי תלמידים. וויפיל איך הער און רעד דערפון, פעלט מיר נאך א קלארן סדר אין די עניינים. אויף וויפיל איך האב געזוכט האב איך נישט געפונען אז עס זאל זיין א ספר וועלכער צולייגט דאס אויף קליין געלט מיט א שיינעם קלארן סדר, דבר דבור על אופניו.

וויל איך אלזא אנהייבן אן אשכול איבער דעם גאנצן סוגיא און זעהן צו מיר קענען צוזאמען אויסשטעלן א שיינעם סדר אין די עניינים.

דעם סדר האשכול וואלט איך געוואלט מאכן אזוי: איך וויל אנהייבן מיט א צדיק, דאס מאל דער בעל שם טוב הקדוש. איך וויל נישט אריינגיין אין קיין מעשיות, דירעקט נישט. איך וויל נאר באשרייבן די טעכנישע פרטים פון זיין לעבן אויף וויפיל מען ווייסט, און אין קורצע שורות וועגן זיין לעבן און שאפן, בכלליות, אן אריין גיין אין צופיל פרטים.

נאכ'ן שרייבן איבער דעם צדיק בכלליות, וואלט איך געוואלט שרייבן ווער זענען געווען זיינע קינדער, תלמידים, המשכה נאך אים, אויב עס איז געווען, א שלשלת, א גאנצער באוועגונג, וויפיל דורות האט זיך עס געצויגן, אויף וואס האט די חסידות\שלשלת געלייגט א דגוש, וואס זענען געווען די חילוקים צווישן פארשידענע חסידות'ן פון די זעלבע שלשלת, וגו' וכו'.

דערנאך, ווען מען דערמאנט א געוויסע הויף\חסידות צום ערשטן מאל (לדוגמא, אז קוידינאוו איז געווען א ענף פון לעכאוויטש) זאל מען תיכף, צוזאמען מיט דעם, אויך עפענען א נייעם אשכול איבער דעם נייעם חסידות (אין דעם פאל קוידינאוו), און גלייך לינקען צו דעם נייעם אשכול אזוי ארום וועט דער ערשטער אשכול נישט פארפארן צו אנדערע חסידות'ן, און דארט, אין דעם נייעם אשכול, וועט מען ווייטער ציען דעם ענין איבער דעם פריש-דערמאנטן הויף.

אין דעם ערשטן אשכול ווידער, זאל מען ווייטער נאר רעדן איבער דעם ערשטן מקום.

נאך דעם ערשטן מאמר אין דעם אשכול, וועלכעס וועט זיין א כלליות'דיגער מאמר איבער דעם חסידות, וועט מען קענען ווייטער ציען דעם שמועס איבער דעם מקום, צולייגן מעשיות, עניינים מנהגים, וואס מען וויל. יעדעס מאל וואס עס וועט צוקומען א פרישע שטיקל אינפארמאציע וועלכע האט דירעקט א שייכות צו דעם ערשטן, כלליות'דיגן מאמר איבער דעם מקום, וועט מען עס צולייגן צו דעם ערשטן מאמר.

אזוי ארום וועט אויסקומען, אז ביי יעדען אשכול פון א חסידות, ווען איינער וועט עס אויפעפענען צום ערשטן מאל, און אפלייענען דעם ערשטן מאמר, וועט ער שוין האבן א כלליות'דיגן בילד איבער דעם גאנצן חסידות, און דערנאך וועט ער קענען לייענען ווייטער צו טרעפן מעשיות און שיינע זאכן.

פארשטייט זיך אז דאס איז א פארשלאג, אויב דער עולם וועט וועלן אנדערש וועט מען מאכן וואס דער עולם וויל (עולם?...).
זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:07 pm#2
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
בוקי, פאנג אן עס וועט זיכער זיין א אינטרעסאנטע טעמע, אויב וועלן זיין געניג שרייבער און אינפארמאציע.
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:48 am#5
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
בוקי, כעדיר אויסזאגן א סוד, איינער הערט ? אקעי קיינער הערט נישט... דער 'איבערלעבער' האט אסאך צוצוגעבן צו דיזע אשכול והדומה לה, מיט זיין אנוועזנהייט וועט עס בליען מיט אסאך אינהאלטסרייכע אינפארמאציע, כאפ די געלעגנהייט און פאנג שוין אן...
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:39 pm#10
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
מיר האבן נישט פארגעסן, מיר ווארטן צום באשעפער ער זאל שענקען אביסל צייט און אביסל ישוב הדעת, האפענטליך וועט מען עפעס מאכן אין די קומענדיגע פאר טעג.
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:16 am#11
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען מוציא זיין מכח אל הפועל דיינע גוטע פלענער און אונז בארייכערן מיט דיינע ברייטע ידיעות
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:34 pm#12
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
בוקי בן יגלי האט געשריבן:מיר האבן נישט פארגעסן, מיר ווארטן צום באשעפער ער זאל שענקען אביסל צייט און אביסל ישוב הדעת, האפענטליך וועט מען עפעס מאכן אין די קומענדיגע פאר טעג.

יישר כח פאר דיין אנשטרעגונג, ענדערש אביסל שפעטער ארויסקומען מיט א שענערע ווערק.
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:33 pm#13
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
בוקי, קערעלעך פון יואש און ווארצלען פון ווייטאג אין מיין הארץ על עזבם את קרעטשמתינו! :cry:
געדענק איר זענט נאך וועלקאם און מיר וועלן אייך אויפנעמען מיט פרייד.
זונטאג יוני 04, 2017 10:30 pm#15
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
זייער א גוטע איידיע, מיר וועלן אויך פרובירן אי"ה צוצולייגן א פלייצע, ווי ווייט אונזער באגרעניצטע ידיעה וועט ערמעגליכן.
מאנטאג יוני 05, 2017 1:49 am#16
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
אוי, דער עולם צימבלט מיך.

דער אמת איז אז איך טראכט שוין פון דעם פאר יארן, אבער איך קום נישט אן. איך האב געמיינט אז איך וועל דא עפענען אזא אשכול וועט עס מיר געבן א שטופ, אבער דערווייל שלעפ איך זיך נאך.

אבער יעצט, אז דער עולם צימבלט, וועל איך בלי"נ זיך פרובירן נעמען דערצו.

איך נעם זיך פאר צו טרייען בעסער.
דינסטאג יוני 06, 2017 12:38 pm#18
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
אקעי, גיט א קוק, איך האב "עפעס" אנגעהויבן צו טון. עס וועט מיר געדויערן א וויילע, צייט איז נישט פון די זאכן פון וועלכע איך האב בשפע, אבער באמת איז דאס א פראיעקט וואס איך האב שוין גאר לאנג חשק צו טאן, און אז דער עולם שטופט אביסל העלפט עס. איז ווי געזאגט. איך הייב אן צו טון אין דעם, אבער עס וועט געדויערן אביסל ביז איך וועל האב פאקטישע סחורה.

צום ווידערזעהן ליבע ברודער
דאנערשטאג יוני 08, 2017 3:29 am#21
Re: תולדות החסידות לדורותיהם
איך האב שוין אנגעהויבן שרייבן, אבער דערווייל האט עפעס פאסירט און איך האב אפגעשריבן עפעס אנדערש, לייענט דערווייל אין דעם נייעם אשכול