פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט!

וואשינגטאן – ס'איז א רעאליטעט. דער ניו יארקער ביליאנער, דאנאלד דזשעי טראמפ, איז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. טראמפ, וואס די גאנצע פאליטישע וועלט, אלע עקספערטן און די גאנצע מידיא, האבן געזאגט פעלזנפעסט אז ער וועט קיינמאל נישט ווערן דער אמעריקאנער פרעזידענט, איז איינגעשוואוירן געווארן אלס דער 45'סטער פרעזידענט אין לאנד, פרייטאג 12 אזייגער נאכמיטאג, פארנט פון די אויגן פון דער גאנצער וועלט, וועלכע האט זיך צוגעקוקט מיט וואונדער וויאזוי אמעריקע האט איינגעשוואוירן איר סאמע ערשטן פרעזידענט אין היסטאריע אן קיין שום פריערדיגע פאליטישע אדער פובליק ערפארונג, און מיט נייגער וויאזוי דער נייער פרעזידענט טראמפ וועט פירן דאס לאנד.
טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן מיט גרויס פאמפע און אייפער. די צערעמאניע האט זיך אנגעהויבן ווען טראמפ איז געפארן אינאיינעם מיט באראק אבאמא פונעם ווייסן הויז צו דער קעפיטאל געביידע. צווישן די באטייליגטע אויפ'ן פאדיום האבן זיך אנגעזען אלע פריערדיגע פרעזידענטן (אויסער דער ערשטער בוש, וועלכער האט מיטגעהאלטן די איינשווערונג פון שפיטאל בעט, ליידנדיג פון נומאניע), און ארויסגעשטארט האט די קלינטאן פאמיליע און פרוי קלינטאן, פאר וועמען די מינוטן פון טראמפ'ס איינשווערונג האט אויפגעדעקט דעם וואונד פון איר שאקירנדער פארלוסט, און באראק אבאמא, דער ארויסגייענדיגער פרעזידענט וואס פרעזידענט טראמפ פארשפרעכט בטל צו מאכן זיינע אויפטוען.
נאך די פארשידענע מיליטערישע געזאנגען און הימנעס, איז טראמפ ערשינען אויפ'ן פאדיום צו הילכיגע אפלאדיסמענטן פון די הונדערטער טויזנטער פארזאמלטע, און ער האט געפאכעט מיט די הענט. עס זענען געהערט געווארן עטליכע קורצע רעדעס, אריינגערעכנט פונעם העכסטן דעמאקראטישן פאליטישאן, סענאטאר טשאק שומער, און דערנאך איז ארויפגעקומען דער הויפט סופרים קאורט ריכטער, דזשאן ראבערטס, אפיציעל איינגעשוואוירן דאנאלד דזשעי טראמפ אלס דער 45'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און דאן האט דאס מיליטער ארויסגעשאסן די סימבאלישע 21-קאנאן סאלוט פאר'ן נייעם פרעזידענט.
טראמפ'ס רעדע, געמיש פון אפטימיזם און פאליטיק
נאכ'ן ווערן איינגעשוואוירן, האט טראמפ געגעבן א רעדע, וואו ער האט אנגעהויבן פאזיטיוו, זיך באדאנקט פאר אבאמא פאר'ן טראנזישאן, אבער זיין רעדע איז געווען פיל קורצער ווי די געווענליכע איינשווערונג-רעדעס דורך פרעזידענטן אין די לעצטערע יארן, און באזונדער - זאגן פאליטישע היסטאריקער - איז עס געווען שטארק פאליטיש-גענויגט, אנשטאט זיך צו קאנצענטרירן בלויז אויף סימבאלישקייט און אין צוזאמברענגען דאס פאלק.
טראמפ האט דערקלערט, אז פאר צו לאנג האבן פאליטישאנס געטאן בלויז וואס ס'איז גוט געווען פאר זיי, זיי האבן איגנארירט דאס פאלק, אבער "דאס ענדיגט זיך היינט! דער טאג יאנואר 20 2017 וועט געדענקט ווערן אלס דער טאג וואס די בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן זענען געווארן אירע פירער!", ער האט פארשפראכן אוועקצונעמען די רעגירונג פון די פאליטישאנס און עס געבן פאר'ן קאנטראל פונעם פאלק.
ער האט אין זיינע ווערטער צוגעזאגט צו ארבעטן צוריקצוברענגען דזשאבס קיין אמעריקע, און פון היינט און ווייטער וועט עס זיין "אמעריקע ערשט". אמעריקע איז גרייט צו ארבעטן מיט אנדערע לענדער און קאאפערירן מיט אנדערע לענדער, האט טראמפ באטאנט, אבער אלעס וועט זיין מיט אמעריקע'ס אינטערעסן ביים שפיץ. צום ענדיגן די רעדע האט ער גענוצט זיין קאמפיין סלאגאן, "מיר וועלן מאכן אמעריקע שטארק נאכאמאל, רייך נאכאמאל, שטאלץ נאכאמאל, פארזיכערט נאכאמאל, און יא, גרעיט נאכאמאל".
נייע אדמיניסטראציע שטעלט ארויס אגענדע
ווי נאר טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן, איז דאס אפיציעלע ווייסער הויז וועבזייטל אריבער צום קאנטראל פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, וואס האט ארויסגעשטעלט זייער אגענדע פאר די קומענדיגע 4 יאר. עס איז אנגעצייגט געווארן אז די אגענדע איז זייער לופטיג און לעכערליך, באשטייענדיג בלויז פון 2 און אהאלב טויזנט ווערטער, אין קאנטראסט צו די 25 טויזנט ווערטער וואס אבאמא'ס אגענדע האט געהאט ביים אריינקומען. די טראמפ אדמיניסטראציע האט אבער געזאגט אז זיי וועלן צולייגן נאך זאכן אין די קומענדיגע טעג.
צווישן די זאכן אויף דער אגענדע פון דער נייער אדמיניסטראציע זעט מען, אז באקעמפן אייסיס איז דער סאמע הויפט אישו ווען עס קומט צו אויסערן פאליטיק. עס ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט איבער א דיעל מיט רוסלאנד, און אויך גארנישט איבער צוריקדרייען דעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן. איבער האנדל ווערט אויסגערעכנט די הויפט פריאריטעט ארויסצוציען אמעריקע פונעם "טראנס-פאסיפיק" האנדלס אפמאך, וואס איז שטארק אומפאפולער ביי א מערהייט אמעריקאנער בירגער.
טראמפ'ס ערשטע עקזעקוטיווע פארארדענונג
פון ארויסשטעלן אן אגענדע, איז פרעזידענט טראמפ געגאנגען צו פאקטישע שריט, און האט אונטערגעשריבן זיין סאמע ערשטע עקזעקוטיווע פארארדענונג געציילטע שעה נאך דער איינשווערונג, ביי א צערעמאניע אינעם אוועל אפיס. די עקזעקוטיווע פארארדענונג איז געווען א באפעל פאר אלע פעדעראלע אגענטורן, "צו מינימיזירן די עקאנאמישע נעגאטיווע אפעקטן פון אבאמאקעיר", אבער עס איז געווען זייער א ברייטע און אומספעציפישע פארארדענונג, וואס מען גלייבט נישט אז ס'וועט האבן אן אפעקט.
צוויי אנדערע זאכן האט טראמפ אונטערגעשריבן אין ווייסן הויז אינעם ערשטן טאג, איינס צו באשטעטיגן א "וועיווער" צו ערלויבן דעם רעטייערטן גענעראל דזשעימס מעטיס צו דינען אלס פארטיידיגונגס סעקרעטאר – וואס ער האט געדארפט דערצו האבן די ספעציעלע ערלויבעניש, היות נארמאל לאזט נישט דאס געזעץ א גענעראל וואס איז רעטייערט ווייניגער ווי צען יאר אנצונעמען א ציווילן דזשאב אינעם פענטאגאן, און די אנדערע זאך וואס טראמפ האט אונטערגעשריבן איז געווען, צו דערקלערן א "טאג פון פאטריאטיזם". נישט קלאר ווען דאס וועט זיין.
ווילדע ראיאטן און פראטעסטן ביי דער איינשווערונג
אין דער צייט וואס די אלע צערעמאניעס און אקטיוויטעטן זענען אנגעגאנגען ארום דער איינשווערונג פונעם נייעם פרעזידענט, האבן אנטי-טראמפ פראטעסטירער זיך אראפגעלאזט אויף די גאסן פון וואשינגטאן די-סי און פראטעסטירט, אבער פילע פון די פראטעסטן זענען שנעל ארויס פון קאנטראל און געווארן גאר ווילד, מיט אגרעסיווע שריט צו בלאקירן טראמפ שטיצער פון קענען דורכגיין די זיכערהייט טשעקפוינטס און מיטהאלטן די איינשווערונג, אז פילע האבן צוליב דעם געדארפט איבערקריכן ווענט פון פראטעסטירער צו קענען גיין צו דער איינשווערונג.
עטליכע קליינע גרופעס אנטי-טראמפ פראטעסטירער, געקליידט אין שווארצן, מיט מאסקירטע געזיכטער און מיט פאכעדיגע שווארצע פענדלעך, האבן גאר אנגעהויבן פלינדערן געשעפטן און קארס לענגאויס די הויפט גאסן פון וואשינגטאן די-סי. מיט האמערס אין די הענט האבן זיי אויסגעשאסן פענסטערס פון רעסטוראנטן און לאקאלע געשעפטן, אריינגערעכנט א "באנק אוו אמעריקע" לאקאל. שפעטער האבן עטליכע אונטערגעצונדן עטליכע לימוזינען. פרייטאג ביינאכט זענען שוין אבער די ראיאטן געווען אין קאנטראל, מיט ארום 230 ארעסטירטע.
מער ווי א מיליאן פראטעסטירן קעגן טראמפ
נעכטן שבת, איין טאג נאך דער איינשווערונג, איז פארגעקומען דער פון-פאראויס-ארגאניזירטער "פרויען מארש", וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א צענטראלער מארש און פראטעסט קעגן דעם נייעם פרעזידענט, דאנאלד טראמפ. דער צענטראלער פראטעסט איז פארגעקומען אין וואשינגטאן די-סי, וואו ארום א האלב מיליאן פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט אויפן "נעשאנעל מאלל", ביים זעלבן ארט וואו טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן24 שעה פריער, און לויט געוויסע קעפיטאל פאליציי באאמטע זענען גאר געווען מער מענטשן ביים פראטעסט ווי ביי דער איינשווערונג.
אויסער דעם האלבן מיליאן פארזאמלטע ביים פראטעסט אין וואשינגטאן די-סי, האבן זיך פארזאמלט הונדערטער טויזנטער אין עטליכע גרויסע אמעריקאנער שטעט, אריינגערעכנט ניו יארק סיטי, שיקאגא, באסטאן, דענווער און נאך, וואו אלעס אינאיינעם זענען געווען נאך ארום א האלב מיליאן מענטשן און אלע האבן פארשריגן דעם נייעם פרעזידענט און זיין אדמיניסטראציע. צווישן די הויכראנגיקע אנגעזעענע אנטיילנעמער ביי די פראטעסטן זענען געווען געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאן קערי און ליבעראלע סענאטארשע עליזאבעט ווארען.
אבאמא געזעגנט זיך פון וואשינגטאן
מיט טראמפ אלס פרעזידענט, האט זיך באראק אבאמא געזעגנט פון וואשינגטאן. אינעם אינדערפרי בעפאר טראמפ'ס איינשווערונג, זענען פילע מידיא קאמערעס געווען קאנצענטרירט אויפ'ן אוועל אפיס און מיטגעהאלטן אבאמא'ס סאמע לעצטע שריט אינעם אוועל אפיס אלס פרעזידענט. הארט בעפאר'ן ארויסטרעטן פון דארטן, האט מען געזען ווי ער שרייבט א בריוו און לייגט עס אריין אין איינס פון די שופלאדן אינעם פרעזידענטליכן "רעזאלוט" טישל, וואס איז געווארן א טראדיציע אז דער ארויסגייענדיגער פרעזידענט לאזט איבער א בריוו פאר'ן נייעם פרעזידענט.
אבאמא האט דאן ארויסגעשטיגן פונעם אוועל אפיס און איז געגאנגען צו די שטיגן, וואו ער האט אויפגענומען טראמפ און זיין פאמיליע פאר א פריוואטן טיי-פארברענג. נאכ'ן פארן צו דער קעפיטאל געביידע אינאיינעם מיט טראמפ און זיין אנוועזנד פאר דער איינשווערונג, איז אבאמא אפגעפארן צו דער "ענדרוס עירפארס באזע", וואו ער האט צום לעצטן מאל געגעבן א 5-מינוטיגע געזעגענונגס רעדע, וויצלענדיג זיך אז ער האט שוין צופיל אויסגענוצט די "גודביי עפאכע" מיט רעדעס און צערעמאניעס. ער איז דערנאך אפגעפלויגן קיין פאלם ספרינגס פאר א וואקאציע,
ברוך שעקר אבאמא מארצינו..!
טראמפ ביי די סי-איי-עי; שלאגט זיך מיט מידיא
שטייענדיג אין זיין צווייטן טאג אלס פרעזידענט, האט דאנאלד טראמפ אויסגענוצט די צייט אפצושטאטן א באזוך אין די הויפטקווארטירן פון דער סי-איי-עי אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטור. דער באזוך איז באטראכט געווארן מיט אינטערעסע, קומענדיג נאך א קאמפיין סעזאן ווען טראמפ האט זיך נאכאנאנד ארומגעריסן מיט די שפיאנאזש באאמטע, באצייכענענדיג זיי אלס "נאצי דייטשלאנד" און אין אנפירן א קאמפיין קעגן אים דורכ'ן ארויסרינען באריכטן איבער זיינע פארבינדונגען מיט רוסלאנד.
טראמפ האט אנגעשטעלט א דיפלאמאטישן פנים ביי זיין באזוך אין די סי-איי-עי, זאגנדיג אז ער האט דאס סאמע גרעסטע רעספעקט פאר דער סי-איי-עי, און אז ער וועט געבן ענדלאזע שטיצע פאר דער שפיאנאזש אגענטור. טראמפ האט אויך אויסגענוצט זיין רעדע זיך אויפצוטאן וואספארא מאסיווע איינשווערונג צערעמאניע ער האט געהאט, זאגנדיג אז די מידיא באריכטעט פאלש אז ס'זענען געווען ווייניג מענטשן, ווען ער האט געזען מיט זיינע אויגן כאטש 1 מיליאן מענטשן אדער מער. שפעטער האט טראמפ'ס ווייסער הויז ווארטזאגער שאן ספּייסער ענליך אראפגעריסן די מידיא.
אנעקדאטן ארום איינשווערונג פון דאנאלד טראמפ
* ביי דעם ספעציעלן "קאנגרעס לאנטש" נאך דער איינשווערונג, האט טראמפ באעהרט פרוי קלינטאן און זיך באדאנקט פאר איר אנטיילנעמונג, זאגנדיג אז ס'איז אים א גרויס כבוד וואס זי איז געקומען.
* אויסער די אנטי-טראמפ פראטעסטן אין אמעריקע זענען פארגעקומען פראטעסטן אין פראנקרייך, דייטשלאנד, האלאנד, שפאניע, טשעכיי, קאנאדע, ענגלאנד, יאפאן, פיליפינען, אינדיע, שווייץ און נאך.
* טראמפ קומט אריין מיט בלויז 2 קאבינעט מיטגלידער, דזשעימס מעטיס אלס פארטיידיגונגס סעקרעטאר און דזשאן קעלי אלס האומלענד סעקיוריטי סעקרעטאר – וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן פרייטאג.
* די ליבעראלען האבן געמאכט א סענזאציע, אז די ספעציעלע "איינשווערונג טארט" פון טראמפ איז געווען נאכגעמאכט פון אבאמא'ס איינשווערונג טארט, אנצייגנדיג אז טראמפ קען נישט זיין "אריגינעל"...
* די איינציגסטע לאנד וואו עס זענען נישט פארגעקומען קיין אנטי-טראמפ פראטעסטן איז געווען רוסלאנד. דארטן האבן זיך פארזאמלט טראמפ שטיצער און געפייערט דורכ'ן מיטהאלטן דעם איינשווערונג אינאיינעם.