חסידישע אנעקדאטן
איך דריי זיך שוין לאנג ארום מיט א רעיון אין קאפ. איך האב נאר פשוט דערווייל ניטש געטראפן א פאסיגער ארט ווי דאס צו קענען ברענגען צום אויבערפלאך
איז אזוי. היות איך בין זייער א נייגעריגע מענטש. און אויך אין די זעלבע צייט גלייך איך זייער די רבי סארט נייעס. און איך בין נישט מצומצם צו נאר איין חסידות אדער קרייז זינט די משפחה ווי השי''ת האט אראפגעשטויסן מיין נשמה'לע האט קרובים אין ארום צען אדער מער חסידות'ער. ע''כ האב איך זיך אלץ אינטערעסירט אין די זייטיגע קליינע אינטערעסאנטע נייעס'לעך פון אלע אדמורים (עכ''פ די גרויסע זיכער) די אלע אינטערעסאנטע שטותים די טשעטשעלעך און די מעטשעלעך פון יעדע'ס ארט וואס על פי רוב איז עס נאר אינטערעסאנט פאר די היימישע ווי מען זאגט. אבער איך בין דאך הייימיש אין מער ווי איין ארט. אלזא איז דאס ביי מיר אייביג געווען א נושא.
פארשטייט זיך אליינ'ס אז די בעסטע ארט צו הערן און אויסטוישן אזאנע סארט נייעס'לעך און אנעקדאטן איז אויף אזא סארט פארום די בעסטע ארט ווייל יעדער צווייטער קומט דאך פון א צווייט פלאץ. און אויב יעדער פאקט אויס זיינע ידיעות ווערט עס גאר אינפארמאטיוו.
קלער איך אז דער עולם וואלט געווען אינטערעסאנט אזא סארט אשכול ווי אני הקטן און אזוי אויך אלע אנדערע חברים וועלן קענען טרעפן א פלאץ ווי צו ליינען און באריכטן זיסע און אינטערעסאנטע נייעס'לעך פון אינעווייניג. און אזא בחינה ווי זושא שמעלצער'ס אוצר אויסגאבע ווי יעדע רבי'לע ווערט געדעקט אייניג.