מאטריאל צו ליינען ביום תשעה באב
מאטריאל צו ליינען ביום תשעה באב
4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #681
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
Re: מאטריאל צו ליינען ביום תשעה באב
קודם א ישר כח פאר דעם, אבער אויב איז שייך צו געבן אביסל פרטים, ווער איז דער איד? האט ער דאס נאך געשריבן אין אוישוויץ? האט ער איבערגעלאזט דורות?
Re: מאטריאל צו ליינען ביום תשעה באב
ער האט עס געשריבן נאכן קריג, מער איבער אים ווייסעך נישט.
Re: מאטריאל צו ליינען ביום תשעה באב
ידען נפלא האט געשריבן:קודם א ישר כח פאר דעם, אבער אויב איז שייך צו געבן אביסל פרטים, ווער איז דער איד? האט ער דאס נאך געשריבן אין אוישוויץ? האט ער איבערגעלאזט דורות?
[גענימען פון א"וו]
ר' משה ארי' שטערן ע"ה איז געווען אן אייניקל פון רבי יושע קראלער ז"ל:
רבי משה ארי' שטערן
בן רבי שלמה
בן רבי דוד
בן רבי ישעי'
חתן רבי יושע ז"ל
די פרוי פון ר' משה ארי', מרת פערל לאה ע"ה בת רבי אברהם ווייס הי"ד, אויך פון חוסט, איז געווען זיין פלימעניקע. איר מוטער מרת רבקה הי"ד איז געוועהן זיין עלטערע שוועסטער. (חותנו/גיסו רבי אברהם היה בן רבי יעקב צבי ז"ל אב"ד סאבאסלוי.)
ר' משה ארי'ס עלטערן, געשוויסטער, פעטערס און מומעס זענען כמעט אלע אומגעקומען עקד"ה, אזוי ברענגט ער און זיין קונטרס. בלויז געציילטע אייניקלעך פון די משפחה האבן איבערגעלעבט. איין פלימעניק איז געווען הישיש רבי יודא (יודל) שטערן ע"ה (בן רבי ישעי' זאב הי"ד) מק"ק סאטמאר בארא פארק, וואס איז נפטר געווארן א יאר-צוויי צוריק. רבי יודל ער געווען א תלמוד חכם ויודע ספר און פארגעלערנט שיעורים. אויך האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיין פזרנות פאר צדקה. ער מיט זיין פרוי ליידער לא השאירו זש"ק. יהא זכרם ברוך.
רבי משה ארי' ע"ה איז נפטר געווארן בשנת תש"מ. מרס שטערן ע"ה האט זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים. נפטרה בש"ט בשנת תשס"ג בירושלים עיה"ק.