ישראל קאפקע האט געשריבן:עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, וואו זענען אלע ראציאנאליסטן פון ק"ש אהינגעקומען?
לענ"ד איז דאס סתם גאווה זיך נישט איינצושרייבן.
שקר איז שקר אויף הונדערט פראצענט. אמת איז אמת אויף הונדערט פראצענט. די לאטערי איז אמת ויציב. סך הכל זענען די שאנסן איר צו געווינען אבנארמאל קליין. ווען ס'קומט צו צאלן א נישטיגן דאללער דערפאר, נו, מאך חשבונות צי ס'לוינט זיך צו פארלירן א דאללער פאר אזא מאגערן שאנס. אבער אז ס'איז גענצליך בחינם? איך קען נאך הערן אז איינער זאל שפירן אז באלד א ביליאן דאללער וועט אים קראנק מאכן. אבער א מעלאנע? אפילו א שונא בצע וואלט דאס נישט צוריק געווארפן. און אז נעמסטו שוין די מי צו שרייבן דערקעגן, קענסטו דאך שוין שרייבן דערפאר.
דאס מיינט גאווה, און האט מיט ראציאנאליזם לכאורה גארנישט.