פארומס › קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

קאווע שטיבל'ס לאטערי טיקעט - אומזינסט!! שרייב זיך איין

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10008
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:37 pm#316504
יא, כ'בין מודה, די איידיע געפעלט מיך. מיט די לאטערי ביי דריי פערטעל ביליאן דאללער מעג מען שעירן א לאטערי דא אין שטיבעל. יעדער איינער קען זיך דא איינשרייבען צו באקימען א גלייכע חלק פון די געווינס.

איין תנאי, ווען מ'וועט אי"ה געווינען ווען יעדער זיך דארפען מגלה זיין פאר מיר (איך וועל פארשטייט זיך ווייטער האלטען ענקערע עכטע נעמען פאר א סוד) און אזוי וועט מען פארמיידען דאפעלטע ניק'ס פון נעמען מער פון איין חלק פון די געווינס.

יעדער וואס וויל האבן א חלק אין די געווינס זאל זיך איינשרייבן אין די אשכול
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:38 pm#316506
אקעי
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:40 pm#316507
Subscribe
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:44 pm#316509
בתנאי אז נאכן געווינען העלפסטו מיר שטיפן דעם טאג.

שטעל דיר פאר מיר געווינען עס, אוי מיי גאד וואס דא גייט זיך אפטון אין שטיבל....
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:46 pm#316510
אייוועלט וועט עס נישט איבערטראגן אויב מיר געווינען. הזאת נעמי? וועלן זיי פרעגן. אזא הסתרת פנים געוואלד!
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:48 pm#316511
ראשעקאל האט געשריבן:
יעדער וואס וויל האבן א חלק אין די געווינס זאל זיך איינשרייבן אין די אשכול

העי העי !!!
ATUB @שלמה המלך ATUB האט שוין געווינען די לאטא, און ער האט מיר אפילו צוגעזאגט א פארציע, ווייל איך בין אלץ געווען זיין אמת'ע בעסטע פריינד, אבער just in case אז די ביסט דער געווינער, שרייב איך זיך שוין איין, און שטייצעך פאר אפאר רינדעכיגע מעלאנעס וועל איך איינגיין אפילו אויף גילוי
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:49 pm#316512
די פראבלעם וועט זיין אז וועסט נאר צוטרעפן די פאוער באול נומער וואס דאן געווינט מען צוויי טאלער...

דער ראשעקאל וועצוך ארומשלעפן דעם קאווע שטיבעל מיט א זעקל קאפיקעס, צוטיילן צווישען דעם עולם..

און אז נישט, וועלן די גאליציאנע ארויסטאנצען דא און דיך רופן צו דין תורה..
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:49 pm#316513
מסכים
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:50 pm#316514
All in
אזוי איז מיר נישט באשערט צו פארלירן א דאללער

בשם @ברסלבער
קויפן די לאטערי איז א חסרון אין אמונה. אויב איז באשערט אז דו זאלסט פארלירן א דאלער, וועסטו עס סייווי פארלירן, אויך אן די לאטערי...
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:54 pm#316515
כ'האב אראפגענימען די תנאי אז מ'דארף האבן מער פון פיפציג תגיבות. זאל יעדע מעמבער הנאה האבן!!
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:55 pm#316516
Subscribe
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:57 pm#316518
ליפא האט געשריבן:אייוועלט וועט עס נישט איבערטראגן אויב מיר געווינען. הזאת נעמי? וועלן זיי פרעגן. אזא הסתרת פנים געוואלד!

:lol:

איך וויל זיך דווקא נישט איינשרייבן, אז האלב כלל ישראל אין ניו יארק (און גאנץ כלל ישראל, אויב געווינען ק"ש און אייוועלט בשותפות) זענען מיליאנערן וועל איך דאך גארנישט האבן דערפון.
איך וועל ענדערש גייט קלאפן ביי די הייזער און רייך ווערן מער ווי אייך אלע.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:58 pm#316519
איינגעשריבן
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 9:58 pm#316520
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:אייוועלט וועט עס נישט איבערטראגן אויב מיר געווינען. הזאת נעמי? וועלן זיי פרעגן. אזא הסתרת פנים געוואלד!



איך וויל זיך דווקא נישט איינשרייבן, אז האלב כלל ישראל אין ניו יארק (און גאנץ כלל ישראל, אויב געווינען ק"ש און אייוועלט בשותפות) זענען מיליאנערן וועל איך דאך גארנישט האבן דערפון.
איך וועל ענדערש גייט קלאפן ביי די הייזער און רייך ווערן מער ווי אייך אלע.

ישר כח אזוי וועט כאטש בלייבן אביסל מער פאר מיר
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:08 pm#316521
איינגעשריבן

איך וויל זיין אויפן טעלעוויזיע
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:08 pm#316522
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:אייוועלט וועט עס נישט איבערטראגן אויב מיר געווינען. הזאת נעמי? וועלן זיי פרעגן. אזא הסתרת פנים געוואלד!

:lol:

איך וויל זיך דווקא נישט איינשרייבן, אז האלב כלל ישראל אין ניו יארק (און גאנץ כלל ישראל, אויב געווינען ק"ש און אייוועלט בשותפות) זענען מיליאנערן וועל איך דאך גארנישט האבן דערפון.
איך וועל ענדערש גייט קלאפן ביי די הייזער און רייך ווערן מער ווי אייך אלע.

UR LOSE

:)
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:09 pm#316523
גדעון האט געשריבן:איינגעשריבן

איך וויל זיין אויפן טעלעוויזיע

ערלעדיגט
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:11 pm#316524
Subscribe
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:15 pm#316526
מי ראה אלו חותמים ואינו חותם?
ובזה באעה"ח, הק' שש משזר.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:18 pm#316527
ביסט משוגה? פאר א מיליאן דאללאר על איך מיך נישט מגלה זיין!
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:23 pm#316529
איז נישט
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 10:44 pm#316531
און איך לאך.
ס'איז דא מער שטאנסן אז מארגן גייט א העיקיר העיקן די קאווע שטיבל וועב זייטעל, און דערגרונטעווען דעם אינדענטיטעט פון אלע ניקים, און לייגען 3D בילדער פון אלע דא, ווי די שטאנסען אז די לאטערי טיקעט גייט געוואונען, און רייך מאכן קאווע שטיבל.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:12 pm#316533
יעדער מאל מ'קויפט א פאר טעג פון זיסע חלומות איז דאס אלי' וקוץ בה, דער חלום בלהות אז דער פרסום וועט צושטערן דאס לעבן אויף איבייג. דאס איז ממש א מציאה, יש"כ ראש הקהל..
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:12 pm#316534
איך וואונדער מיך צו די אלע איינגעשריבענע דא מיינען עס נעבעך ערענסט... זעהט אויס אז פאר אפאר מעלאנעס קען מען אפילו געטאטשט ווערן אביסל.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 11:14 pm#316535
מיין געוויסן עגבערט מיר. אפשר דאך וועט דער ראה"ק געווינען, מען זאגט דאך א עושר האט מזל. און אפשר דאך וועט ער מקיים פסק זיין... און פאר נארישע אויבער-חכמישקייט העלעך דערלייגן די אלע רעדעלעך. העי יא נעבער נאו...

אקעי, איך פערטיסיפעיט אויך!!! איך שרייב איין, איך סובסקרייב!!!
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 10:18 pm#316536
סגעפעלט מיר ווי יעדער איז מקדים א וויץ פאר זיי שרייבן זיך איין, אנדערש פאסט זיי זיך נישט איינצושרייבן, ווייל ווער איז דען משוגע צו מיינען פאר איין רגע אז קאווע שטיבל'ס לאטערי גייט געווינען, כאילו קיינער דא האט נאך קיינמאל נישט געקויפט א לאטערי. איך בין נישט מקדים גארנישט (אויסער די קליינע הקדמה... שטייצעך...) און איך שרייב מיך איין.
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 10:21 pm#316537
Hey me too!!
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 10:22 pm#316538
טמיר
מיין געוויסן עגבערט מיר. אפשר דאך וועט דער ראה"ק געווינען, מען זאגט דאך א עושר האט מזל. און אפשר דאך וועט ער מקיים פסק זיין... און פאר נארישע אויבער-חכמישקייט העלעך דערלייגן די אלע רעדעלעך. העי יא נעבער נאו...

אקעי, איך פערטיסיפעיט אויך!!! איך שרייב איין, איך סובסקרייב!!!


טמיר
איך וואונדער מיך צו די אלע איינגעשריבענע דא מיינען עס נעבעך ערענסט... זעהט אויס אז פאר אפאר מעלאנעס קען מען אפילו געטאטשט ווערן אביסל.
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 10:32 pm#316539
הננו!

אלקא דמאיר עננו
לוי יצחק בן שרה שאשא
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 10:32 pm#316540
[ציטאט אראפגענומען]

ענק גייען נעבעך פארלירן א דריי-פערטל ביליאן דאלער דעם מוצאי, איך גיי נישט האבן אזעלכע דאגות, מיינע מילי-מעלאנעס ליגן זיכערערהייט אונטערן מאטראץ.
אזוי אזויפיל וויל איך יא בעטן, אויב געווינט מען די צוויי דאלערדיגע געווינס זאל מען מיר יא אריינרעכענען, איך האב זיך פארט באטייליגט און צוגעגעבן מיינע צוויי צענט צום אשכול.


אגב, מען זאגט אז די עקסייטמענט וואס אזא ספעציעל ריזן געווינס מאכט אן אויף די גאס האט א פאזיטיווע עפעקט אויפן נאציאנאלן עקאנאמיע.

(ישראל קאפקע, מוצ"ש )
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 10:37 pm#316541
ישראל קאפקע
[ציטאט אראפגענומען]

ענק גייען נעבעך פארלירן א דריי-פערטל ביליאן דאלער דעם מוצאי, איך גיי נישט האבן אזעלכע דאגות, מיינע מילי-מעלאנעס ליגן זיכערערהייט אונטערן מאטראץ.
אזוי אזויפיל וויל איך יא בעטן, אויב געווינט מען די צוויי דאלערדיגע געווינס זאל מען מיר יא אריינרעכענען, איך האב זיך פארט באטייליגט און צוגעגעבן מיינע צוויי צענט צום אשכול.


אגב, מען זאגט אז די עקסייטמענט וואס אזא ספעציעל ריזן געווינס מאכט אן אויף די גאס האט א פאזיטיווע עפעקט אויפן נאציאנאלן עקאנאמיע.

(ישראל קאפקע, מוצ"ש )

פונעם מוצאי שבת וועט מען זיך דעמאלט זארגען די עיקר איז ווי אזוי עס וועט זיך שלאפן שבת ביינאכט.
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 10:52 pm#316545
Im in
לאמיר האפן אז מעשה שטן וועט מצליח זיין, און מיר וועלן געווינען.
אויב וועלן מיר נישט געווינען וועלן מיר כאטש וויסן אז קאווע איז יא א גיטע זאך, אויך א געווינס.
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:01 pm#316548
דער צדיק איז געווען בעסער. ער האט געטיילט מוציא'ס שוין נאכן געווינען בלויז פארן אים פאללאוען אויף טוויטער.
פארן פאללאוען אויף טוויטער האט ער געטיילט טויזענט דאללער
נו אנאנים, וועסט טיילן אזוי ווי אים?
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:07 pm#316549
אהער אהין, איין זאך איז זיכער דער אנאנים האט באוויזן ארויפצוציען א שמייכעל אויף עטליכע צענדליג געזיכטער, און דאס איז זיכער ווערט אפאר דולער...
עכ"פ די סינגעל פארן טיקעט האט זיך זיכער אויסגעצאלט
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:10 pm#316551
אדער וויל ער ווייזען פאר דו מאמין אז ער חושש אויף זאכן וואס האבן זייער א קליינע טשענס, און האבן א טענה היתכן גלייבסט נישט און עוולאשין.
אדער ווייזען פאר'ן כופר, קוק נאר ווי דו בוסט חושש אויף זאכן וואס האבן גאר א קליינע טשענס ווי זוך איינשרייבן צי געווינען א לאטרי. אויב אזוי זיי מקיים תורה ומצוות וואס לשטיתך האט גאס גאר א קליינע טשענס, אבער מגווינט נצחיות/מיליונן.
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:12 pm#316554
הננו.
דער גייט זיך ערליך פארדינען זיין טיטל ראש הקהל.
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:13 pm#316555
יא.
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:27 pm#316558
פארשטייט זיך כבין אין.

אבער @אנאנים האט ערלעדיגט אויף צו וועקן ניקס וואס מהערט נישט פין זיי.
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:31 pm#316559
I'm in..!
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:32 pm#316560
איך בין אין

נ.ב. באקומט מען מער אויב מען איז זיך מגלה פריער?
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:38 pm#316562
שכוח ראש הקהל
דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 11:48 pm#316566
[ציטאט אראפגענומען]

ניין! איך וועל ענדערשט ביקן צים צלם ווי נעמען געלט פון טמנע מקורות. כוח הפועל איז א יסוד אין יהדות.די רבי ז"ל האט עפעס אומזינסט געהט טאשן אין זיין וועסטעל.
פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:01 am#316571
א פורש מן הציבור וויל איך נישט זיין, לאמיר האפן אז קאווע שטעטל וועט ווערן א מציאות מיט די לאטערי.

ובזה אצטרף לחבריי הנמנים לדבר מצוה, בקידה והשתחויה וביותרת הכבוד, בצפי' חלמא טבא חזאי.

יישר כח אנאנים פארן אונז אויפהייטערן... אין דעם זכות זאלסטו טאקע געווינען...!
פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:12 am#316573
נישט קיין שלעכטער פלאן.
גם אני מצטרף.
פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:13 am#316574
איך בין דא!! מקען נאך?
פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:25 am#316578
@אנאנים מעג מען ארויף לייגן נאך לאטארי טיקעטס ?
אדער עס וועט פארלירן די אחדות ?
פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:51 am#316582
וגם אני בדמיון.!

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:52 am#316583
איך וויל מיך איינשרייבן אין איך וועל אי"ה זאגן גאנץ תהילים אין אינזינען האבן אז מיר אלע זאלן געווינען
פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:53 am#316584
איך בין אין...

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 8, 2016 1:02 am#316585
איך בין אין אויף אלע פיר