דאנערשטאג מאי 09, 2019 12:27 am#429993
berlbalaguleh האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:איך אלץ חרידי איז מיר טאקע זייער שווער צו פארשטיין וואס דאס מיינט שעפן אינספיראציע פון א רעליגיע וואס איך באטראכט אלץ פאלש, פון נישט נוצן דעם סעלפאון שבת און דורך דעם דינען א ג-ט וואס איך גלייב נישט אין אים גיבט מיר עפעס חיות ? איי דאונט געט איט.
הערליכע ארטיקל ראובן, איך עגרי מיט דיר, נאר איך האלט אז רעליגיע באלאנגט טאקע אין דעם פארמאט, אלץ אן אבסאלוט אמת.
יעקב מענטש: אטעאיזם איז אויך א רעליגיע...! והשנית. ווייסטו וואס...? גאט לאזט דיך נוצן דעם סעלפאן אום שבת. ער זאגט ...טוה מיר נישט קיין טובות. ברענג נישט אזעלכע גרויסע און שווערע קרבנות. נוץ יא דעם סעלפאון אום שבת קודש...איך בין ביזי מיט וויכטיגערע זאכן...נאר איין זאך. נישט אין ביהמ"ד...!
יעקב מענטש האלט אז רעליגיע איז טאקע אן אבסעלוט, נו אוודאי, ער איז דאך א חרדי.
בערל,
קענסט נוצען דער סעלפאון שבת, און אין בית המדרש, אבער נישט ביים דרייוון דער באס....
ראובן,
אוי זאגסטו גוט, דערמאנסט מיר פון דער חרדי וואס ווארט אז די סייענטיסטען זאלען איינזעהן אז טשולענט איז א רפואה פאר קענסער.
אופס, דערמאנסט מיר דער ווידעא פין דער שוטה וואס זאגט פאר די נייעס אויף טעלעוויזיע אז אויב אונזערע חכמים האבן עס געהאט גערעכט, וועלען די מצות אויסהיילן די מיזעלס.... דאס איז א קלאסישע משל פין חרידישע איגנארענץ לויט די גדרים פין ראובן'ס חידוש, אז מען נעמט אהן רעליגיע פאר א מציאות, עס מוז זיין אז אין דער רעליגיע איז דא א רפואה פאר די מיזעלס און די גוים זענען אפיקורסים פאר נישט גלייבן אין דעם. זאל עס זיין מצות פאר מיזעלס, זאל עס זיין מציצה בפה פאר א ברית, און דער וויין וואס מען שפייט ווען שוין הרג'נען די הערפיס.