Under maintenance
הויפט זייט » דער חרדי אין אים איז מחלל שבת

דער חרדי אין אים איז מחלל שבת

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10042
זונטאג יאנואר 17, 2016 5:07 pm#317778
דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
אין די לעצטע יארן, נאכדעם וואס עס האט זיך פארמערט די פענאמען פון חרדים וועלכע לאזן איבער אידישקייט, האבן א סך אויפגעברענגט די פראגע פארוואס מ'זעט נישט אז חרדים זאלן ווערן מאדערנע ארטאדאקסן ליבערשט ווי אינגאנצן סעקולער. די פראגע איז דאך לכאורה זייער שטארק. די חרדים וועלכע טוישן זייער לעבנסשטייגער זענען אין אלגעמיין קרבנות פון דעם באגרעניצטן לעבן און עקסטרעמיזם וואס חרדיזם שטעלט פאר, און האבן דאך נישט געליטן פון אידישקייט און דער תורה זעלבסט. טא, פארוואס ווארפן זיי ארויס גאנץ אידישקייט ווען זיי קענען האלטן אידישקייט און בלויז פארלאזן חרדיזם?

א סך איז שוין געשריבן געווארן אויף דעם, הן אין ענגליש און הן אין אידיש, און דוכט זיך אז דא אויף קאווע שטיבל האט מען שוין אויך גערעדט וועגן דעם מער ווי איין מאל. יעצט וויל איך אריינזאגן דא א ווארט. פון מיין קוקווינקל דארף מען באטראכט וואס אידישקייט באדייט פאר א חרדי און וואס עס באדייט פאר א מאדערנעם איד. איינמאל מ'פארשטייט דעם יסוד פון אידישקייט לויט די צוויי גרופעס, וועט קלאר ווערן פארוואס עס איז כמעט אוממעגליך פאר א חרדישן איד צו ווערן א מאדערנעם איד. כדי צו פארשטיין די נושא דארף מען אויך מסדר זיין א צעמישעניש וואס הערשט ביי די צוויי טערמינען: "רעליגיע" און "וויסנשאפט".

מ'איז געוואוינט צו דעפינירן חרדישע אידישקייט ווי א זאך וואס איז אנגעוואנדן אין תמימות און אין אמונה פשוטה. אין דער צייט וואס דאס איז אמת, איז אבער פאראן נאך אן אספעקט פון דעם חרדישן בליק אויף אידישקייט וואס קלונגט מעגליך איראניש, אין ליכט פון וואס מיר האבן יעצט געזאגט: חרדים באטראכטן אידישקייט ווי א סייענס, א וויסנשאפט.

וויסנשאפט, "סייענס" בלע"ז, איז א דיסציפלין און א מהלך וואס זוכט צו טרעפן דעם אמת פון א זאך; מיט סייענס באשטימען מיר וואס איז אמת און וואס איז פאלש. "רעליגיע", ווידעראום, לויט ווי ס'איז אין אלגעמיין אנגענומען, איז א דבר שבלב וואס רעדט ווייניג אריין אין דעם דעם וויסנשאפטליכן דיסציפלין. (א מער-סאפיסטיקירטע ווערסיע פון דער דאזיגער צווישנשייד איז NOMA, פון דעם בארימטן וויסנשאפטלער סטיווען דזשעי גאולד.)

וואס איז דאס "וויסנשאפט"? וויסנשאפט איז א סיסטעם פון טרעפן דעם אמת פון א זאך; מיט סייענס באשטימען מיר וואס איז אמת און וואס איז פאלש. וויאזוי אפערירט סייענס? עס איז נאר דא איין וועג צו זיין מקושר און פארפליכטעט צום אמת: דאס זיין גרייט צו פארשן און שטודירן, און האבן פלאץ אין מוח צו טוישן די מיינונגען לויט ווי די באווייזן פירן. אין דער אמת'ער וועלט איז די דעפיניציע פון א זאך און די אפעראציע דערפון אנגעהאנגען הא בהא. סייענס איז דעפינירט ווי דעם געיעג נאכ'ן אמת, און די פארשריפטן פון סייענס זענען טאקע אהערגעשטעלט צו זיין פארפליכטעט צום אמת.

חרדים דעפינירן רעליגיע ווי א סייענס. "אידישקייט" זאגט אונז דעם אמת פון דער וועלט. זי דערציילט אונז וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן, די רצונות פון גאט, די געפילן פון גאט, זיינע צילן, באפעלן – און אלעס מיט אן אבסאלוטן אמת. אבער אין דער זעלבער צייט קענען חרדים נישט אדאפטירן די פשוט'ע כללים פון דעם געיעג נאכ'ן אמת, און וועלן קיינמאל נישט לאזן דעם מוח נוצן זיינע מעכאניזמען צו דערגיין דעם אמת. דער פאקט בלייבט אבער אז דער בליק אויף אידישקייט ווי א סייענס, ווי א דיסציפלין וואס זאגט סטעיטמענטס וואס זענען נוגע די אבסאלוטע אמת'ן פון דער וועלט, בלייבט איינגעקריצט אין דעם וועזן פון דעם חרדי. און דערפאר, הגם עס קלונג אפשר סתירה'דיג, קענען מיר מאכן דעם סטעיטמענט: חרדים זעען אידישקייט בלינד (אמונה פשוטה) און וויסנשאפטליך (אבסאלוט).

די מאדערנע ארטאדאקסן זענען אין אלגעמיין געטריי צו די באגרעניצונגען פון רעליגיע, און פארשטייען אז רעליגיע קען נישט ארבעטן לויט די פארשריפטן פון סייענס. היות מ'קען נישט ברענגען קיין ראיות צו רעליגיע, רעליגיעזע באגריפן טראגן זיך נישט מיט היפאטעזעס, באווייזן, און עקספערימענטן, איז נישט מעגליך צו באטראכטן רעליגיע ווי א סייענס וואס זאגט אבסאלוטן איבער דער וועלט. לויט דעם בליק, איז רעליגיע א סיסטעם פון אינספיראציע וואס גיט דעם מענטש א געפיל פון אמת און ציל, איינגעהילט אין א טויזנט-יעריגער טראדיציע און באגלייט מיט מאראלישע לערעס וועלכע קענען אויפהייבן יעדן מענטש. בעת דער ליבעראלער איד (דאס הייסט, נישט-ארטאדאקסישער) קען דאס נעמען א שטאפל ווייטער און מחליט זיין אז מ'קען, אלזא, בייטן עלעמענטן פון דער רעליגיע אז זי זאל שטימען מיט דער היינטיגער תקופה, וועט דער מאדערנער ארטאדאקסישער איד זיך שטרענג האלטן צו די כללים פון דער רעליגיע. די ריינע וויסנשאפטליכע דעפיניציע פון אמת דארף נישט זיין די איינציגסטע סיבה פאר'ן זיך שטרענג האלטן צו א סיסטעם; א סיסטעם פון אינספיראציע און רעליגיעזער אמת קען זיין גענוג צו זיין אדוק דערין באהבה ורצון, אן זיך רירן קיין זיז כלשהוא.

דער חרדי, אלזא, ווען די אייגעלעך זיינע עפענען זיך, און עס אנטפלעקט זיך פאר אים א וועלט פון פאקטן וועלכע זענען סותר וואס מ'האט אים געלערנט, קוקט ער ווייטער אן אידישקייט ווי א דיסציפלין וואס באשטימט אמת און שקר. און אויב זיינע פרישע ידיעות ווארפן א שאטן אויף דעם אבסאלוטן אמת וואס ער האט געלערנט, איז דאך נישט געבליבן קיין שום סיבה זיך צו האלטן ביי אידישקייט. דער חרדי האט נישט די כלים (אדער כוחות) אין די הענט צו קענען יעצט פריש באטראכטן אידישקייט מיט א מאדערנעם בליק, און פארלאזן אידישקייט אינגאנצן איז יעצט דאס מערסטע שכל'דיג.

דאס איז בשום פנים ואופן נישט קיין קריטיק אויף דעם חרדי וועלכער האט אינגאנצן פארלאזט אידישקייט, און א תביעה אז ער האט געזאלט כאטש בלייבן מאדערן ארטאדאקסיש. אין טייל פעלער איז אזא איינער מער נישט ביכולת צו זען אידישקייט אין א פאזיטיוון ליכט, און אין טייל פעלער, אפילו אויב מ'קען איבערקומען די איינגעבוירענע דעפיניציע פון רעליגיע, בלייבט נאך אלץ די פראגע, פארוואס? פארוואס זאל איך מיך יעצט אריינצוואונגען אין מאדערנער ארטאדאקסיע ווען פאר מיין משפחה וועט עס זיין פונקט אזא טראגעדיע ווי מיין גיין עד הסוף?

דאס איז נאר א פרואוו צו כאראקטעריזירן דעם מהות פון חרדישער אידישקייט, און אנצייגן ווי חרדיזם זעלבסט - נישט נאר קולטוריעז, נאר טאקע אויך רעליגיעז - שפילט אמאל א דירעקטע ראלע אין אוועקפירן אידישע קינדער מאביהם שבשמים.

*


אין די ערשטע יארן אין אמעריקע האט דער באבובער רב, האדמו"ר ר' שלמה'לע ז"ל, אמאל צוגעשיקט צום עמוד א בעל-תפילה וועמען מ'האט צומאל געזען רויכערן אום שבת. נאכ'ן דאווענען האבן חסידים פארגעהאלטן דעם רבי'ן, היתכן מ'שיקט צו צום עמוד אזא איינעם? האט דער רבי געענטפערט: דער איד גלייבט דען נישט אין רבוש"ע? ער איז נעבעך דורך די שבעה מדורי גיהנום פון דעם קריג, און עס מאכט זיך אמאל א מינוט פון שוואכקייט וואס ער קען אזוינס טון. "נישט דער איד אין אים רויכערט אין שבת קודש," האט דער רבי אויסגעפירט. "דער נאצי אין אים איז מחלל שבת!"

לענינינו, ווען מיר זעען א אידיש קינד וואס לאזט זיך אפ פון חרדיזם, און אנשטאט אננעמען א מאדערנעם אידישקייט וואס קען ארבעטן מיט זיין נפש ווערט ער א גענצליכער פורק עול, דארפן מיר פארשטיין אז דער איד אין אים איז ווייטער א איד – א איד מיט א קשר צו אונזער הייליגער אמונה און מסורה. איי זיין חילול שבת, זיין כפירה, זיין פריקת עול? אה, דאס איז דער חרדי אין אים.
זונטאג יאנואר 17, 2016 5:34 pm#317780
א מעסטערפיס פון מחשבה, טיף און ווייט. באמת האב אפגעשריבן א שטיקל תגובה אויף דעם, און נאך א צען צוואנציג שורות, האב איך געזען אז איך זאג די זעלבע זאך פון ראובן..

א שנעלע PDF
זונטאג יאנואר 17, 2016 5:44 pm#317781
ס'דא מער חרדים וואס זענען געווארן מאדערן ווי וואס זענען געווארן גענצליך אטד. פון יענע הערט מען נישט
זונטאג יאנואר 17, 2016 5:46 pm#317782
ליפא האט געשריבן:ס'דא מער חרדים וואס זענען געווארן מאדערן ווי וואס זענען געווארן גענצליך אטד. פון יענע הערט מען נישט

אמת, אבער כדי צו וויסן דעם חילוק, קוק וואס געשעט ווען די חילונים קומען צוריק, ווערן זיי צוריק חרידים? אדער מאדערן ארטאדאקס? אט האסטו דעם ענטפער.
זונטאג יאנואר 17, 2016 5:53 pm#317784
איך אלץ חרידי איז מיר טאקע זייער שווער צו פארשטיין וואס דאס מיינט שעפן אינספיראציע פון א רעליגיע וואס איך באטראכט אלץ פאלש, פון נישט נוצן דעם סעלפאון שבת און דורך דעם דינען א ג-ט וואס איך גלייב נישט אין אים גיבט מיר עפעס חיות ? איי דאונט געט איט.


הערליכע ארטיקל ראובן, איך עגרי מיט דיר, נאר איך האלט אז רעליגיע באלאנגט טאקע אין דעם פארמאט, אלץ אן אבסאלוט אמת.
זונטאג יאנואר 17, 2016 5:54 pm#317786
ליפא האט געשריבן:ס'דא מער חרדים וואס זענען געווארן מאדערן ווי וואס זענען געווארן גענצליך אטד. פון יענע הערט מען נישט

איך גלייב נישט אז זיי זענען געווארן רעפארם אדער קאנסערוואטיוו, סך הכל זענען זיי געבליבן ארטאדאקסיש נאר אדאפטירט א מער ליבעראלן לייף סטייל
זונטאג יאנואר 17, 2016 5:58 pm#317787
יעקב מענטש האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:ס'דא מער חרדים וואס זענען געווארן מאדערן ווי וואס זענען געווארן גענצליך אטד. פון יענע הערט מען נישט

איך גלייב נישט אז זיי זענען געווארן רעפארם אדער קאנסערוואטיוו, סך הכל זענען זיי געבליבן ארטאדאקסיש נאר אדאפטירט א מער ליבעראלן לייף סטייל

I meant they became modern orthodox type
זונטאג יאנואר 17, 2016 6:01 pm#317789
פרייוויליג האט געשריבן:
ראובן, באמת באשטייט נישט כלל ישראל פון די צוויי קאטעגאריעס. וויאזוי וואלסטו אריינגעלייגט מסורתיים, און דתיים אין דיין פאראגראף?

בילד

איך כאפ נישט דיין פראגע. וואו קומען אריין די אנדערע קאטעגאריעס?
זונטאג יאנואר 17, 2016 6:04 pm#317790
ליפא האט געשריבן:ס'דא מער חרדים וואס זענען געווארן מאדערן ווי וואס זענען געווארן גענצליך אטד. פון יענע הערט מען נישט

איך גלויב אז נישט. אויב ס'איז יא אזוי, איז מיין אנאליז געוואנדן צו דעם חלק ניכר וואס קען זיך נישט אריינשטעלן אין מאדערנער ארטאדאקסישע א דאנק "דעם חרדי אין זיי."
זונטאג יאנואר 17, 2016 6:09 pm#317791
ליפא האט געשריבן:ס'דא מער חרדים וואס זענען געווארן מאדערן ווי וואס זענען געווארן גענצליך אטד. פון יענע הערט מען נישט

מען קען עס טראגן אביסל ווייטער, און אפשר גאר א ראי' צו ראובן. פארוואס ווערן גרים 'חרידים' און נישט מאדערן ארטאדאקס? ווייל זיי האבן עס געסענסערט בתורת סייענס, און דאס האט זיי געמאכט לענדען ביי חרידים. או יש לומר, אז קומענדיג פון אינדרויסן זעט אויס צו זיין חרידים די מערסטע אויטענטיש, סא אפשר איז די 'חרידישע סייענס' יא שטערקער..
זונטאג יאנואר 17, 2016 6:14 pm#317792
ראובן האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:איך כאפ נישט דיין פראגע. וואו קומען אריין די אנדערע קאטעגאריעס?

איך כאב עס אראפגענומען, איך וויל נישט פארדרייען דעם שמיעס.
זונטאג יאנואר 17, 2016 6:34 pm#317795
זייער אן אינטערסאנטע און לכאורה אמת'ע נקודה. שכח ראובן
זונטאג יאנואר 17, 2016 6:48 pm#317798
ראובן, דיין פוינט איז פיל ברייטער ווי די שמאלע תוצאה דו גיבסט אן, א שטרענגע אפהיטונג פון הלכה וואס די מאדערן-ארטאדאקס קהילות זענען פונקט אזוי מקפיד ווי חרדים-פארשטייט זיך לויט א לייכטערע אויסטייטשונג- גיט נישט דוקא א ספיריטואעל עקספיריענס פאר די וואס לעכצען פארדעם, אמת אז עכ"פ דאס וואס ביי חרדים איז אנגענומען אלס אמת קען גרינג פלאצן וואס די תוצאה דערפון איז זיך גענצליך אפלאזן פון אידישקייט, והייני דאהני ליה ביי די מאדערן- ארטאדאקס אז ס'איז נישט דוקא דא דער אמת וואס קען פלאצן, היות מ'באהאלט גארנישט, ואדרבה מען לערנט איבער אלעמען, און די גבולים פון רעליגיע און סייענס זענען קלאר, איך בין אבער נישט זיכער מיט די באהויפטונג אז ווייניגער מאדערן-ארטאדאקסישע אינגען זענען מחלל שבת, די נקודה איז ברייטער פון דעם, בעת ווען די חרדי ווערט אים נמאס אידישקייט איז ער בועט דערין מיין גאנצן כעס, ער שליסט זיך אן און קהילות וואס זענען געשטעלט אויף דעם, ווי כאילו ער האט " אנדעקט" אז שקר נחלו לו אבותיו, רעליגיע ווערט אים א גאנצע אבסעסיע, ס'איז אים אין בעסטען פאל טפשותדיג און פאנאטיש און אין ערגסטען פאל איז דאס זיין ארכי-שונא, משא"כ ביי די סארט קהילות וואס די גבולים צעווישן רעליגיע און סייענס זענען קלאר, איז אפילו אויב ס'מאכט זיך אז ס'ווערט אים נמאס די שטרענגע אפהיטונג פון הלכה, וועט ער נאכאלס ענדרעש באטראכטן אידישקייט אלס א פאזיטיווע עקספיריענס אין וואס ער וועט הנאה האבן אנטיילצונעמען, און נישט פירן א מלחמה דערמיט.
זונטאג יאנואר 17, 2016 7:02 pm#317801
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
ישר כוח ראובן פארן הערליך ארויסברענגען די ריכטיגע נקודה
איך אז אויפן זעלבען שניט איז דא נאך א חילוק געווענליך ביי די מאדערנע וואס גייען אוועק איז עס וועגן ער האט פארלוירען אינטערעס אדער עס איהם געווארען אירעלעוואנט
משא"כ ביי חרדישע איז כמעט נישט דא אזא סארט נאר געווענליך אלס כפירה
זונטאג יאנואר 17, 2016 7:11 pm#317803
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
די מאדערן ארטעדאקס האלט אפיציעל אזוי? איינער קען אנצייגן א מאדערן ארטעדאקס זאל אזוי זאגן?
זונטאג יאנואר 17, 2016 7:14 pm#317804
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
יעקב מענטש האט געשריבן:איך אלץ חרידי איז מיר טאקע זייער שווער צו פארשטיין וואס דאס מיינט שעפן אינספיראציע פון א רעליגיע וואס איך באטראכט אלץ פאלש, פון נישט נוצן דעם סעלפאון שבת און דורך דעם דינען א ג-ט וואס איך גלייב נישט אין אים גיבט מיר עפעס חיות ? איי דאונט געט איט.


הערליכע ארטיקל ראובן, איך עגרי מיט דיר, נאר איך האלט אז רעליגיע באלאנגט טאקע אין דעם פארמאט, אלץ אן אבסאלוט אמת.
איך האלט אזוי ווי דיר אבער צו דאס בין איך מסכים אז תורה ומדע דארפן זיין צוטיילט לאפוקי מהבעלי תשובה מאכערס למיניהם.
זונטאג יאנואר 17, 2016 7:16 pm#317805
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
ירא שמים האט געשריבן:די מאדערן ארטעדאקס האלט אפיציעל אזוי? איינער קען אנצייגן א מאדערן ארטעדאקס זאל אזוי זאגן?

לאו דוקא אז מען זאגט אפיציעל אזוי אבער דאס איז דער אנגענומענע געדאנקען גאנג
מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:38 am#317835
ליפא האט געשריבן:ס'דא מער חרדים וואס זענען געווארן מאדערן ווי וואס זענען געווארן גענצליך אטד. פון יענע הערט מען נישט

ליפא: ווייל זיי מאכן נישט קיין גערודער.
הגם ראובן זאגט גאנץ גוט און האט אויפגעבויעט א הערליכע טעזע איבער די סיבה פארוואס חרדים ווערן א.ט.ד. שטאטס מאדערן-ארטאדאקס. בין איך אבער מחולק מיט איהם איבער די סיבות. נאר ווער ביניך דען...?! א פראסטער בעל עגלה. אנטקעגן אזעלכע געלערנטע מענטשן וואס א יעדער ווינט וואס זיי מאכן איז א דבר חשוב, און ס'ווערט א גאנצער שקלא וטריא צי זיי האבן אזוי געמיינט אדער אנדערש. משא"כ ווען דער בעל עגלה זאגט עפעס באמערקט מען נישטאמאל אז ער האט עפעס געזאגט. התגובות יוכיחו. וויפיל מאל האביך עפעס געזאגט אדער אויסגעדרוקט א מיינונג. און ס'איז אינגאנצן פארווישט געווארן. לא ישמע ולא יזכר ולא יפקד...!
מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:45 am#317836
יעקב מענטש האט געשריבן:איך אלץ חרידי איז מיר טאקע זייער שווער צו פארשטיין וואס דאס מיינט שעפן אינספיראציע פון א רעליגיע וואס איך באטראכט אלץ פאלש, פון נישט נוצן דעם סעלפאון שבת און דורך דעם דינען א ג-ט וואס איך גלייב נישט אין אים גיבט מיר עפעס חיות ? איי דאונט געט איט.


הערליכע ארטיקל ראובן, איך עגרי מיט דיר, נאר איך האלט אז רעליגיע באלאנגט טאקע אין דעם פארמאט, אלץ אן אבסאלוט אמת.

יעקב מענטש: אטעאיזם איז אויך א רעליגיע...! והשנית. ווייסטו וואס...? גאט לאזט דיך נוצן דעם סעלפאן אום שבת. ער זאגט ...טוה מיר נישט קיין טובות. ברענג נישט אזעלכע גרויסע און שווערע קרבנות. נוץ יא דעם סעלפאון אום שבת קודש...איך בין ביזי מיט וויכטיגערע זאכן...נאר איין זאך. נישט אין ביהמ"ד...!
מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:46 am#317837
דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
ר׳ בערל איך בין אינטערעסירט (אפי׳ בוסט ס״ה א באלעגאלע)צו הערן די מיינונג פונ׳ם הויכגעשעצטן באלעגאלע אין דיזע טעמע, נו פתח פיך ויאירו דבריך.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 4:54 am#317842
ראובן האט געשריבן:דער חרדי, אלזא, ווען די אייגעלעך זיינע עפענען זיך, און עס אנטפלעקט זיך פאר אים א וועלט פון פאקטן וועלכע זענען סותר וואס מ'האט אים געלערנט, קוקט ער ווייטער אן אידישקייט ווי א דיסציפלין וואס באשטימט אמת און שקר. און אויב זיינע פרישע ידיעות ווארפן א שאטן אויף דעם אבסאלוטן אמת וואס ער האט געלערנט, איז דאך נישט געבליבן קיין שום סיבה זיך צו האלטן ביי אידישקייט. דער חרדי האט נישט די כלים (אדער כוחות) אין די הענט צו קענען יעצט פריש באטראכטן אידישקייט מיט א מאדערנעם בליק, און פארלאזן אידישקייט אינגאנצן איז יעצט דאס מערסטע שכל'דיג.

דאס איז בשום פנים ואופן נישט קיין קריטיק אויף דעם חרדי וועלכער האט אינגאנצן פארלאזט אידישקייט, און א תביעה אז ער האט געזאלט כאטש בלייבן מאדערן ארטאדאקסיש. אין טייל פעלער איז אזא איינער מער נישט ביכולת צו זען אידישקייט אין א פאזיטיוון ליכט,

א גרויסן דאנק ראובן פאר דיין אינטערעסאנטע אנאליז,
אבל עדיין צריך ביאור, שטאמען דען נישט א ריזען עולם אין די מאדערן-ארטעדאקס וועלט פון חרדישע זיידעס?

די גרעסטע מנהיגי מאדערען-ארטאדוקסיה הגרי''ד סולובייציק הג''ר מאיר ברלין הגה''ג מורינו רבי יחיאל יעקב וינברג וכו' וכו' קומען פון עכטע חרדישע משפחות

די זעלבע זאך האט פאסירט [נאך פאר מאדערען ארטודוקסי] א דור פריער מיט הגאון ר' ברוך אפשטין בעל תורה תמימה וכו' און נאך א דור פריער מיט תלמידי [ונכדי] הנו''ב כדוגמת הג''ר שי''ר וכו'

פארוואס זאל נישט זיין די זעלבע סארט פענאמענאן נאכאמאל
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:35 am#317848
מור וקציעה, דער געדאנק וואס ראובן זאגט דא איז א שטארקע און אמת'ע געדאנק, כאטש ס'איז טאקע נישט אזוי סימפליסטיק, דרך אגב די אלע נעמען וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען דוקא קינדער אדער אייניקלעך פון די גרעסטע רבנים און ראשי ישיבות, נצי"ב, ערוך השולחן ר' חיים בריסקער, עכ"פ זיי האבן געזען כבוד התורה בתפארתה, ווי אויך די דערמאנטע גדולים ווי עכטע פארצייטישע אמת'ע תלמידי חכמים, בלייבט זייער חינוך אייביג אריינגעקריצט ביי די קינדער, ווי מ'זעהט טאקע אין זייערע מעמוארן ווי נאסטאלאגיש פארבינדן זיי זענען מיט'ן טאטעס שטוב, נאר וואסזשע דען א עילו איז א עילוי, און אז די צייט איז רייף און אז עד מאכט זיך אנדערע געלעגנהייטן נעמט מען צומאל אן אנדערע דירעקציע.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 9:50 am#317854
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
אן אינטערעסאנטע אבסערוואציע
מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:44 pm#317879
ירא שמים האט געשריבן:.

ירא שמים: פארוואס האסטו אויסגעמעקט דיין הודעה...?
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:18 pm#317946
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
ירא שמים האט געשריבן:ר׳ בערל איך בין אינטערעסירט (אפי׳ בוסט ס״ה א באלעגאלע)צו הערן די מיינונג פונ׳ם הויכגעשעצטן באלעגאלע אין דיזע טעמע, נו פתח פיך ויאירו דבריך.

דא האסטו, צוריקגעשטעלט!!
מאנטאג יאנואר 18, 2016 7:21 pm#317950
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
הרב מור איך פארשטיי נישט דיין טענה וואס איז א חילוק וועמעןס קינדער זיי זענען?
מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:50 pm#317977
mevakesh האט געשריבן:הרב מור איך פארשטיי נישט דיין טענה וואס איז א חילוק וועמעןס קינדער זיי זענען?

ראובן'ס אשכול איז געווידמעט מסביר צו זיין פארוואס חרדים קענען נישט ווערען מאדערען-ארטא. אויף דעם פרעג איך: פון ווי זענען ארויסגעוואקסען אלע מאדערען-ארטאדאקס?, קומען נישט א גרויסן טייל פון חרדישע שטיבער?, איז די סולובייציק ברלין משפחות נישט געווען עני טיים אזוי פארמאכט און איבערצייגט אין זייער אמונות ווי א טיפיקעל 2016 חרדישע פאמיליע אין ברוקלין, און פונדעסטוועגען, ווען ר' יאשע בער ז''ל און פיל אנדערע זענען געגאנגען אין בערלינער קאלעזש, הגם זיי האבן טאקע געטוישט אסאך זאכען, אבער האבען נישט אוועקגעוואפען דעם דת
מאנטאג יאנואר 18, 2016 9:10 pm#317984
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
אה איך האב נישט געכאפט וואס מיינסט ארויסצוברענגען
אבער איך מיין אז עס איז נישט קיין קשיא פאר אפאר סיבות קודם כל חרדיזם פון היינו איז נישט די זעלבע פון אמאל און צוויטענס די מאדערנע וועלט האט איך אויך נישט גערוקט אויף איינמאל נאר עס איז געשעהן צוביסליך
למשל רבי משה סאלאוויטשיק איז געווען אינצווישען ארגינאלע חרדישע בריסק און רי"ד
מאנטאג יאנואר 18, 2016 10:06 pm#317994
ירא שמים האט געשריבן:ר׳ בערל איך בין אינטערעסירט (אפי׳ בוסט ס״ה א באלעגאלע)צו הערן די מיינונג פונ׳ם הויכגעשעצטן באלעגאלע אין דיזע טעמע, נו פתח פיך ויאירו דבריך.

ירא שמים. ייש"כ. איך וועל טאקע מוזן עפעס זאגן אין דעם ענין. נאך פאר אונזער ירא שמים (מרבים) וועט עס עדיטן א דריטן מאל. און ער וועט אויסמעקן זיינע הייליגע דיבורים...!
מאנטאג יאנואר 18, 2016 10:12 pm#317996
ירא שמים האט געשריבן:די מאדערן ארטעדאקס האלט אפיציעל אזוי? איינער קען אנצייגן א מאדערן ארטעדאקס זאל אזוי זאגן?

ירא שמים: אין די מאדערן ארטאדאקס איז אויך דא (לכה"פ.) צוויי גרופעס. איין גרופע זענען אמת'דיגע ערליכע אידן ומדקדקים בכלה כבחמורה... :lol:
און די צווייטע גרופע זוכט אייביג נאר היתרים און ערמות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון שמירת המצוות...!
מאנטאג יאנואר 18, 2016 10:38 pm#317998
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
berlbalaguleh האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:די מאדערן ארטעדאקס האלט אפיציעל אזוי? איינער קען אנצייגן א מאדערן ארטעדאקס זאל אזוי זאגן?

ירא שמים: אין די מאדערן ארטאדאקס איז אויך דא (לכה"פ.) צוויי גרופעס. איין גרופע זענען אמת'דיגע ערליכע אידן ומדקדקים בכלה כבחמורה... :lol:
און די צווייטע גרופע זוכט אייביג נאר היתרים און ערמות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון שמירת המצוות...!

According to your view of course
מאנטאג יאנואר 18, 2016 10:53 pm#318001
דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
גערעכט די וואס מאכן אפקעינהו וקידושי טעות כו׳ ואכמ״ל, אבער די אשכול רעדט זיך פון עפעס טיפערס (אפשר צופיל פאר א באלעגאלעס השגות?) וועגן די חילוק פון די אמונה.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 11:13 pm#318005
אין דעם זין זענען אלע פריערדיגע געווען חרדים..אלע וואס רעדן פון אמונה זענען עס מסביר בתורת אבסאלוטע לאגיק..למשל די כוזרי ווייזט אויף פשוט פון היסטאריא וכו..
דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:42 am#318028
ירא שמים האט געשריבן:גערעכט די וואס מאכן אפקינהו וקידושי טעות כו׳ ואכמ״ל, אבער די אשכול רעדט זיך פון עפעס טיפערס (אפשר צופיל פאר א באלעגאלעס השגות?) וועגן די חילוק פון די אמונה.

ירא שמים: דו ביסט גערעכט (אז א באלעגאלע'ס מח כאפט נישט אזא טיפע מחשבה ווי דער טעם פארוואס די היימישע אטד'ס ווערן נישט קיין מאדערן-ארטאדאקס, ווען זיי ווערן אנטוישט פון חרד'יזם). האביך געזאגט אז איך בין מחולק מיט ראובן'ס הסבר. דאס איז אלעס. ואידך פירושא. זיל גמור...!
דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:49 am#318029
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
נו וואס איז די סיבה?
דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:08 am#318033
ווייל אין די מערסטע חרד'ישע ישיבות לערנט מען נישט די יסודות פון אמונה. אנגעהויבן פון אידישע היסטאריע און די טעמי המצוות. ספעציעל אין די ישיבות וועלכע זענען אטעטשד צו א חסידות. מ'לערנט נאר ווי גרויס די רעבע איז. און ווען דער געוועזענער תלמיד הייבט אן צו זעהן אז ס'איז דא אן אנ'אנדער וועלט אויך. און ער אליינס פיהלט נישט קיין טעם אין זיין אידישקייט. פארט ער אינגאנצן אפ. ופשוט הוא. נאר אויב דער בעל עגלה זאגט עס, איז עס ממילא נישט אינטרעסאנט, וק"ל...!
דינסטאג יאנואר 19, 2016 4:56 am#318037
דער חרדי קען דאך קומען אויף ק"ש לערנען יסודות הדת מיט היסטוריא ועוד, א געלעגענהייט וואס מערסטנ'ס מאדערן ארטא האבען נישט.
ירא שמים האט דערמאנט קידושי טעות מיט אפקעינהו, פארגעסענדיג אז דאס קומט פון חרדישע קרייזען מיט לאנגע בערד און הויכע שטעלע'ס אין ישיבות, לדאבונינו
דינסטאג יאנואר 19, 2016 11:33 am#318056
דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
בערל, יעצט העסטו שוין נישט זאגן אז די עולם וויל נישט הערן וואס די באלעגאלע האט צו זאגן… נאכדערצו אז האסט באקומען א לייק פון שמעקעדיג בכבודו ובעצמו…
דינסטאג יאנואר 19, 2016 12:42 pm#318067
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ירא שמים האט דערמאנט קידושי טעות מיט אפקעינהו, פארגעסענדיג אז דאס קומט פון חרדישע קרייזען מיט לאנגע בערד און הויכע שטעלע'ס אין ישיבות, לדאבונינו

איין ראש ישיבה וואס ער טענה'ט אז ס'איז בלויז א רינון וכו'.
דא.האב איך געטראפן א חסידשן אדמו"ר און דומ"ץ וואס האט אויך געוואלט אזוי זאגן אבער ער האט חוזר געווען.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 1:03 pm#318071
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
איך זעי נישט וועלכע חסידישער רב, איך זעי נאר שש משזר, וואס כנראה האט נישט אנגעהויבען צו לערנען די סוגיא.
ס'איז אפשר מעגליך בדוחק מצדיק צו זיין די היתר, טאמער אפאר פרטים ווערען נתברר און ס'איז טאקע א מקום עיגון, אבער בשופי זיכער נישט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:42 pm#318082
אני הקטן וועט אריינשליידערן מיינע "דריי" צענט, און לאמיר דערגיין וואו דער אמת שטעקט:

לויט ווי אני הקטן פארשטייט איז ראובן נישט גערעכט מיט די פאלגענדע פונקטן:

1)
ווען א חרדי כהיום יום גייט אראפ פונעם דרך, האט עס גארנישט מיט קיין סייענס.
ווייל פארוואס איז ער געווארן פריי, און באשלאסן אפצולאזן זיין גאנצע עבר אונטער זיך - ווייל ער איז געווארן אנטוישט און דעפרעסט מיט זיין חרדישע אידישקייט און וויל אנטלויפן דערפון ווי ווייט ער קען.
ער איז גערעגט אויף זיין טאטע-מאמע, אויף זיינע מלמדים אין חדר, אויף זיינע ראשי ישיבה, און אויף גאט. ער וועט אריינגיין אין ערשטן רעסטארנט און בעטן חזיר מיט מילך און עס עסן אנגעלאנט אויף די רעכטע זייט, יום כיפור ביינאכט. להכעיס!
ער גלייבט ווייטער אין גאט, אבער איז בייז אויף אים און בייז אויף אלעם און אלעס. און ווען ער שעמט זיך נישט וואלט ער זיך אריינגעווארפן אין וואסער. פינטל. פינטל.

* * *

2)
משא"כ ווען א גוי איז זיך מגייר, און שטודירט די תורה, און הייבט אן לערנען די תורה ומצוות, וועט ער ווערן א חרדי, ווייל די בארד און פיאות איז אים א טריט נענטער צו ווערן צו גאט. ער מוז נישט אנטאן קיין ווייסע זאקן און א זשופיצע, אבער בערך אזוי האבן אויסגעזען די אידן די לעצטע 3500 יאר. אפילו אן די שטריימל און לאנגע רעקל.

* * *

3)
ווען א שטודירטער סייענטיסט היינט צו טאג, וועט זיך איבערצייגן אז די "ביג בענג" טעאריע איז נישט אמת / און אויך אז דארווינס טעאריעס איבער ארידזשינס אוו לייף זענען נישט אמת, - א מענטש קומט נישט קיין פון מאנקי, פיש זענען קיינמאל נישט געפלויגן וכו' וכו' - וועט ער נאכנישט ווערן קיין מאמין. ווייל ער זוכט נישט דעם אמת לאמיתו. ניין! ער וועט זוכן עפעס אנדערש, אבער קיין מאמין אין גאט וועט ער קיינמאל נישט ווערן. ווייל צו גלייבן אין גאט איז אוט אוו די איקוועישאן. ווייל לדעתו גייט ער צוריק צו די "מיטל-אלטער", און ער וויל גיין דערפון וואס ווייטער. מיט'ן אמת האט עס זילטש. - פינטל.

* * *

4) איך קען מערערע פרומען אידן וועלכע זענען געווארן אפגעפארן קאמפליט און זענען געווארן גענצליך פריי אלס בחור / מיידל, אבער זענען צוריקגעקומען צו חרדישע אידשקייט 10 יאר שפעטער, און זענען היינט צוריק פרום כאילו לא היו. מיט די שטריימל. מיט די שייטל. כאילו לא היה. איך מיין אז יעדער קען אזעלכע מענטשן, אין ברוקלין און אפילו אין קרית יואל מאנראו. (איך וויל נישט פורש זיין בשמם). יעצט שטעלט זיך די קשיא צו ראובן, ילמדנו רבנו, וואס איז מיט זייער סייענס? מיט זייער אמת? מיט זייער שקר?

זיי זענען צוריקגעקומען צו זייער ארגינעלע אידישקייט ווייל זיי האבן איינגעזען אז מיט'ן זיין פריי מאכט מען נישט קיין בעסער לעבן - אפילו נישט בעלמא הדין. דער גוי האט מער פאן, אבער קיין סיפוק און אמת'ע סאטיספאקציע האט ער נישט און דאס וועט יעדער מודה זיין.

וזה אתן למילי קנצי ואסיים בשים שלום.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:45 pm#318083
זוכער האט געשריבן:אני הקטן וועט אריינשליידערן מיינע "דריי" צענט, און לאמיר דערגיין וואו דער אמת שטעקט:

לויט ווי אני הקטן פארשטייט איז ראובן נישט גערעכט מיט די פאלגענדע פונקטן:

1)
ווען א חרדי כהיום יום גייט אראפ פונעם דרך, האט עס גארנישט מיט קיין סייענס.
ווייל פארוואס איז ער געווארן פריי, און באשלאסן אפצולאזן זיין גאנצע עבר אונטער זיך - ווייל ער איז געווארן אנטוישט און דעפרעסט מיט זיין חרדישע אידישקייט און וויל אנטלויפן דערפון ווי ווייט ער קען.
ער איז גערעגט אויף זיין טאטע-מאמע, אויף זיינע מלמדים אין חדר, אויף זיינע ראשי ישיבה, און אויף גאט. ער וועט אריינגיין אין ערשטן רעסטארנט און בעטן חזיר מיט מילך און עס עסן אנגעלאנט אויף די רעכטע זייט, יום כיפור ביינאכט. להכעיס!
ער גלייבט ווייטער אין גאט, אבער איז בייז אויף אים און בייז אויף אלעם און אלעס. און ווען ער שעמט זיך נישט וואלט ער זיך אריינגעווארפן אין וואסער. פינטל. פינטל.


דאס איז נישט אייביג אמת, ליידער זענען דא גענוג און נאך וואס פארן אפ ווייל זיי קומען צו א פארדרייטע מסקנה אז די וועלט האט נישט קיין בורא עפ"ל, און אויב אזוי לית דין ולית דין ואיש הישר בעיניו יעשה.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:54 pm#318085
chusid האט געשריבן:אין דעם זין זענען אלע פריערדיגע געווען חרדים..אלע וואס רעדן פון אמונה זענען עס מסביר בתורת אבסאלוטע לאגיק..למשל די כוזרי ווייזט אויף פשוט פון היסטאריא וכו..

די פריערדיגע זענען נישט געווען קיין חרדים, ווייל דעמאלט איז רעליגיע און סייענס געווען היינו הך, מ'האט ביידע געזען ווי אן אביעקטיוון געיעג נאכ'ן אמת. נאך א סיבה פארוואס זיי זענען נישט געווען קיין חרדים, ווייל זיי זענען געווען (עכ"פ אין פרינציפ) פארפליכטעט צום אמת, און האבן געפארשט און גענישטערט נאכ'ן אמת.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:00 pm#318087
ראובן, נישט ריכטיג.
דער אבן עזרא וועלכער האט נישט מורא געהאט צו קריגן און מחולק זיין מיט חז"ל אויף מערערע פלעצער, זאגט אבער 99 פראצענט מאל צו אז "דעת המעתיקים הוא העיקר"! ער איז מבטל זיין מיינונג פאר די מעתיקים, נישט ווייל ער האט איינגעזען אז זיי זענען גערעכט, נאר ווייל ער איז "מבטל זיין דעת" פאר זיי.. ער וועט אראפרייסן יהודה הפרסי, חוי הכלבי, ענן, בן בוטא, יצחק המהביל ועוד ועוד, ווייל זיי לערנען פאלש פשט (לייען: קעגן "חז"ל'ס קבלה").
מיטוואך מאי 08, 2019 5:55 pm#429964
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
אפאר הערות הנראה לענ״ד אויף דעם הערליכן אנאליז/היפאטעזיע און subsequent שמועס:

1). דאס וואס ראובן זאגט אז דוקא די חרדים קוקן אן און באטראכטן רעליגיעזע דאגמא ווי די דיסיפלין וואס זאגט די ״אמת״ כמו סייענס, דארף מען אביסל אויסקלארן. דהיינו, הרי״ד סאלאווייטשיק זצ״ל אליין, אין זיין אנהויב פון זיין מאמר The Halakhic Mind, איז שטארק מאריך עפ״י פילאזאפיע אז די מושג פון ״אמת״ האט א צוויידייטיגן משמעות [Dualism], עכ״פ לגבי ריאליטעט, און דארט איז וואו רעליגיע קומט אריין ע״ש באריכות ובעמקות. נאר וואס דען, וואס איך גלייב ראובן האט געמיינט איז אז חרדים קוקען אן רעליגעזע דאגמע ווי הארטע סייענטיפישע פאקטן כפשוטם ממש; ״סייענטיפישע אמת״ [ווען איך שרייב ״חרדים״, מיין איך חרדי׳שע מענטשן. ווייל לגבי די עצם חרדי׳שע השקפה לכשלעצמו קען מען זאגן אז ס׳קוקט נישט אן די דאגמע, אגדות וכו׳ ווי הארטע סייענטיפישע פאקטן [״העכערע ענינים״]; אזויווי איך האב מאריך געווען אין אן אנדערן אשכול]. אין אנדערע ווערטער, זייער גאנצע אינטעגראלע צוגאנג צו רעליגיע והמסתעף נעמט אן א סארט הגשמה, ווי צב״ש אגדות חז״ל זענען הארטע היסטארישע, הגם אויך הייליגע, פאקטן ממש. יעצט, ווען דאס ווערט successfully challenged פון א הגשמה׳דיגע סייענטיפישע און/אדער פילאזאפישע/טעאלאגישע שטאנדפונקט [די אינטעלעקטואלע ספיקות], וואס דארט האבן די דיסיפלינען דעם קלארן אויבערהאנט, מכח empirical evidence, falsifiability, objectivity וכו׳, האט דאס technically אפגעווארפן דעם חרדי׳ס ״גאנצע״ הנחה קודמת פון רעליגיע ביסודו. צו טוישן דערנאך זיין גאנצע צוגאנג און מהלך המחשבה בנוגע רעליגיע און גלויבונג, דארף ער אנהייבן פון דאסניי. אויב אזוי האלט ער דאך שוין בעצם, in a manner, ביי אטיאיזם, איז צו וואס דארף ער אננעמען די מאדערנע צוגאנג צו רעליגיע און גלויבונג. איך גלייב אז דאס האט ראובן געמיינט.

2). דאס אז בעלי תשובה אדער גרים ווערן אלגעמיין חרדי׳ש געשטימט (אויב מיר נעמען אן אז ס׳איז אזוי), איז נישט ממש א ראיה אויף די חרדי׳שע צוגאנג צו רעליגיע. עס קען פשוט זיין אז דאס וואס טרייבט אזא איינעם צו מאכן אזא טויש אין זיין לעבנסשטייגער, דאס געפיל זייערע, טרייבט זיי שוין צו א מער רעכטע אין פונדאמענטעלישע צוגאנג, ווי ערווענט.

3). הגם אין די לעצטע פאר הונדערט יאר זעהט טאקע אויס אז די אלגעמיינע ארטאדאקסישע אידנטום איז געווען מער רעכט געשטימט, קעגן די גדולי בעלי דעה וועלכע זענען געגאנגען שטודירן אא״וו. אבער מאידך גיסא מוז ערווענט ווערן אז דאס גאנצע מושג פון ארטאדאקסיע בכלל און חרדיזם בפרט [״רעכטקייט״ אין אידישקייט] איז א רעלאטיוולי גאנץ נייע פענאמענאן אין אידישקייט. הרב סליפקין האט אינהאלטסרייכע מאמרים דערויף.

m http://www.zootorah.com/RationalistJuda ... hodoxy.pdf m

m http://www.zootorah.com/RationalistJuda ... aredim.pdf m

4). בנוגע דאס אז חרדים/חסידים זענען מער ברוגז/אנגעווייטאגט און זענען מער בועט אין אידישקייט ווי די מאדערנע אין אן ענליכען מצב, אויסער דעם וואס דאס איז סתם אזוי מסתבר, איז supported פון די survey וואס נישמה האט דורכגעפירט אויף OTD מענטשן.
IMG_4497.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך מאי 08, 2019 7:29 pm#429970
הערה קטנה:

ווען גרים וועלכע זענען זיך מגייר טוען זיך אן דעם שטארק פרומן אידישן לבוש, איז דאס נישט (נאר) וויבאלד זיי האבן געמאכט ריסוירטש און זיי זענען געוואויר געווארן אז מיר חסידים מיט בארד און פאות זענען די אמת'ע אידן.

נאר דער סיבה איז פשוט, וויבאלד די מערהייט פון גרים זענען תמימי לה וקטני הדעת (והא ראי' אז גאר אסאך פון זיי, אפילו די וועלכע האבן גוט 'שטודירט' דעם אידישן רעליגיע, פאלן דערנאך צוריק, אדער האבן חרטה פון זייערע שריט, ומן המפורסמות אין צריכות ראי'). דערפאר אלע נאך זייערע סייענסעס, ציט זיי אבער די חסידישע אידן מיט זייער פרומן לבוש, פשוט וויבאלד דאס מאכט פאר זיי א שטערקערע רושם אלס תורה טרייע אידן.

דעריבער לענינינו. גרים ווערן נישט 'חסידישע' אידן צוליב זייערע סייענעס, נאר צוליב דאס וואס זיי מיינען כנ"ל אז די לאנגע לאנגע בארד און פיאות איז "אידישיקייט".
מיטוואך מאי 08, 2019 7:29 pm#429971
גאט האט אדער יא אדער נישט געגעבען די תורה אויף בארג סיני
די אידען זענען אדער יא ארויס פין מצריים אזוי וואו ס'שטייט אין תורה, אדער נישט
יויזעל האט אדער יא אדער נישט געהיילט קראנקע, געשפאלטען דעם טייך
מאחאמד איז אדער יא געווען א נביא אדער נישט געווען א נביא

די שאלה איז א ביינערי שאלה ס'איז אדער א יא אדער א ניין!
רעליגיע'ס claim איז א קלארע יא
און די claim איז איבער א פאקט
טאקע פין די זעלבע סארט claim וואס סייענס טרייט צי מאכן

מיר קענען דן זיין וואו אזוי איינער קימט צי א קלארע יא טייל דארך פילזאפיע, לאגיק, מסורה, אינטאישען ...


ס'קען זיין אמת אדער קען עס זיין שקר, אבער ס'קען נישט זיין ביידע!
דו קענסט זיך דינגען, דו קענסט זאגן ס'איז שקר, דו קענסט אויך זאגן איך ווייס נישט, אבער דו קענסט דעלמאסט נישט זאגן ביזט רעליגעז - נישט ארטאדאקס און נישט מאדערן ארטאדאקס

דער חרדישער OTD, ב"ה, פארשטייט דאס! -
איז פארוואס זאל ער זיך משוגע מאכן מיט ספיריטאלעטי, אז ער האלט ס'איז שקר איז עס שקר
ער איז בכלל נישט קיין גרעסערע כופר וואו ראובן'ס מאדערנע ארטאדאקס
מיטוואך מאי 08, 2019 7:57 pm#429973
ATUB @הקטן ATUB : למעשה גערעדט, האט דוד המלך געזינדיגט (ווי ס'שטייט אין אברבנאל) אדער נישט (ווי ס'שטייט אין גמרא)?

איז שבט אפרים געווען צווישן די יוצאי מצרים אדער נישט?

ווער האט פארפאסט דעם הלל, משה רבינו, דוד המלך, מרדכי ואסתר אדער חזקיהו המלך?

איז יאשקע ערמארדעט געווארן ערב פסח (ווי ס'שטייט אין גמרא), אדער די ערשטע טאג פסח (ווי ס'שטייט אין ברית החדשה)?

איז דער וועלט באשאפן געווארן אין ניסן אדער תשרי?

וואו פונקטליך געפונט זיך די סמבטיון?

דרייט זיך די זון ארום די וועלט, די וועלט ארום די זון (קופרניקוס), אדער ביידע נישט (איינשטיין)?

איז דא בחירה חופשית (ווי דער רמב"ם) אדער נישט (ווי רבינו חסדאי אבן קרשקש)?

וועט משיח קומען אדער אין משיח לישראל?

איז יעדע ווארט אין די תורה פונקט ווי משה רבינו האט עס אראפגעשריבן (ווי רבי שמעון), אדער נישט (ווי ר"ש לקיש)?

איז די תורה געשריבן געווארן אין כתב עברי, אדער כתב אשורית?

פליז ענטפערן ווי אמשנעלסטן, איך מוז זייער וויכטיג וואוסן...
מיטוואך מאי 08, 2019 8:07 pm#429974
Re: דער חרדי אין אים איז מחלל שבת
הקטן האט געשריבן:דו קענסט זיך דינגען, דו קענסט זאגן ס'איז שקר, דו קענסט אויך זאגן איך ווייס נישט, אבער דו קענסט דעלמאסט נישט זאגן ביזט רעליגעז - נישט ארטאדאקס און נישט מאדערן ארטאדאקס

דר. מארק צבי ברעטלער, אין זיין essay אינ׳ם בוך The Bible and the Believer, דינגט זיך מיט דיר (ואתו עמו חביריו האורתודוקסים אינ׳ם פעלד פון ביקורת המקרא). לידיעתי האלט ער זיך אלס מאדערן-ארטאדאקס. דאס איז אן אפטייטש פון א צווייטע אמת דורך רעליגיע.

עס דארף אבער אויפמערקזאם געמאכט ווערן אז עס איז משמע פון הרב סאלאווייטשיק זצ״ל אליין, אין אנהויב פון זיין בוך The Lonely Man of Faith, אז ער איז יא מסכים מיט דיר (עכ״פ בנוגע ביקורת המקרא. וואס דאס נעמט אין זיך אויך אריין די פעלד(ער) פון ארכיאלאגיע וכו׳, וואס פון דארט ציען זיך די עיקר שוועריקייטן מיט די אמת לפי פשוט פשט [״סייענס״] פון די סיפורי התורה).

איך אנטשולדיג מיך אויב דאס האט פארדרייט (אביסל) די נושא פונ׳ם אשכול.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך מאי 08, 2019 8:56 pm#429976
.