עס איז שוין א יאר זייט איך האב דא געשריבען אין די אשכול, און איך האב פאר ענק נייעס.
דער קאמפאני ווי איך האב געלייגט די אלע ביכער, פארמאכט זיך באלד. דאס הייסט אז זיי פארקויפען אלס צו א צווייטע קאמפאני, און מ'וועט נאך קענען קויפען אויף עמעזאן די אלע ביכער וואס מ'האט ארויף געלייגט, אבער נאר אין געוויסע שפראכען וואס קינדל קען פארנעמען. אידיש און לשוה"ק זענען נישט אין די רשימה. אלזא, יעדער וואס וויל עפעס פון דא קויפען, זאל עס טון וואס שנעלער, ווייל עס וועט באלד נישט זיין. עס איז דא אנדערע קאמאפניס וואס טון די זעלבע זאך, און איך וועל דאס דארט קענען טון, אבער אריבער פירען די אלטע וועל איך לכאורה נישט טון, נאר טאמער איך האב עפעס א באזונדערע סבה.
איך האב אליינס געוואלט אריין כאפען א פאר ביכער, האב איך זיי לעצטענס ארויף געלייגט.
א. מיינע זכרונות פון גרשום באדער, צו קויפען
דא.
דער בוך איז זייער זייער אינטרעסאנט, יעדער פעידזש האט עפעס א פערל. ער באשרייבט קראקא אונטער הרב שמעון סופר זצ"ל, און גאליציא באופן כללי. למשל, ער דערציילט וויאזוי די מחלוקת סאנז סאדיגער האט זיך אויסגעשפילט צווישען מענטשען, נישט מיט א שיטה, נאר פראקטיש וויאזוי מ'האט זיך געפירט דעמאלס. זיין פעטער, א סאנזער חסיד, האט באקומען א זעץ פון א סאדיגערער פון וואס ער איז געשטארבען שפעטער. ער האט אינטרעסאנטע מנהגים פון קראקא, אינטרעסאנטע מענטשען פון דעמאלס און מימרות פון הרב שמעון סופר, מיט וועמען ער האט געהאט א נאנטקייט. איך מיין ער איז נישט געבליבען פרום צום סוף, אבער זיין שרייב ארבעט איז נישט פריי, ווי ווייט איך האב געליינט.
ב. עולמו של אבא פון הרב פנחס מילר, צו קויפען
דא.
דאס איז העכסט באקאנט ביים עולם, און מסתמא האט יעדער ליינער דאס שוין דורכגעליינט. מ"מ איז עס נישט צום קויפען אין געשעפטען, און כמה מרגניתא טבר משתכחא שם. איך ווייס נישט וועגען די צענזורשאפט, צו דער גירסא איז פאר'ן צענזורירען צו נאך דעם. דער וואס קען מיר איבערגעבען סימנים, וועט מיר ארויס העלפען אין דעם.
ג. כתבי ב. קאוונער, צו קויפען
דא.
ער איז געווען א שרייבער אין די פארווערטס, און ער מאכט שטארק לאכען. זיין סאטירישען שארפען בליק אויף די מענטשהייט, איז צום באשטוינען. איך האב דא דריי ביכער אינאיינעם, משה קאפויער, לאכט אידען לאכט, און זאלען אידן לאכען.