Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן

אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10084
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:14 pm#319314
אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
איך וויל מפרסם זיין א זאך, וואס קען מעגליך האבן א תועלת פאר'ן ציבור.

איך האב שוין עטליכע מאל צוזאמענגעלייגט ספרים און ביכער, אלטע וואס האבען שוין נישט קיין קאפירייט דערויף, און ערלעדיגט אויף אן אופן אז מ'זאל עס קענען קויפען אויף אמאזאן. איך האב עס בעיקר געטוהן פאר זיך צו קענען קויפען, אבער איך מערק אז אפאר מאל איז עס פארקויפט געווארען. דעריבער לייג איך דא עטליכע לינק'ס און דערמיט וועל איך זען. טאמער מ'וועט עס קויפען, וועל איך וויסען אז דער עולם איז אינטרעסירט און איך וועל צולייגען. דא אויף ק"ש האט עס זיך אנגעהויבען מיט'ן פנינים שזורים ח"א פון ידידינו ATUB @שש משזר ATUB , וואס האט זיך שוין צוויי מאל פארקויפט, צו איינעם פון ענגלאנד.

קודם כל, וויל איך דערמאנען דער ספר וואס איך האב צוזאמענגעלייגט פון היברובוקס. דאס רוף איך אן 'כתבי בית סלאנים', וואס ס'האט אין דעם די כתבים פון ר' יאשע שו"ב און ר' משה מידנער. ר' יאשע שו"ב איז בעיקר מעשה'ס פון די בע"ש אראפ צו גזע בית סלאנים\קאברין און נאך. די מעשה'ס דארט זעט מען נישט אין אנדערע ערטער. ר' משה מידנער איז בעיקר קורצע מימרות אויף חסידות, העכסט אינטרעסאנט.

איך האב אויך ארויפגעלייגט דער בוך פון שלום אש - דער תילים איד, וואס ס'זעט אויס ס'איז געשריבען אויף הרב יחיאל מאיר גוסטנינ'ער, הגם ער ווערט דערמאנט אינ'ם בוך אלס אן אנדערע מענטש. דאס איז אן עפענונג צו די הארץ פון א רבי מיום הוולדו עד יום מותו, מיט א בליק אין קאצק און אין די דארפס לעבען פון יענע צייטן. איך האב עס געהאט לעבן מיין בעט פאר א שטיק צייט און זייער הנאה געהאט.

איך האב נאך אפאר, אבער איך וועל ווארטען צו זען וואס ס'טוט זיך מיט דעם, צו מ'עט קויפען און וואס מ'וויל. טאמער דער עולם האט בקשות, קען מען מיר שיקען. אלעס פון דער אידיש ביבליאטעק פון סטיווען ספיעלבערג קען איך ארויפלייגען, ועוד.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:20 pm#319317
זייער שיין אבער די סלאנעמער ספר האט די בילדער פון פארנט אלס אונטן, און די פון אונטן אלס פארנט.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:33 pm#319321
אזוי איז ביי אלע לשה"ק ספרים, וויבאלד זיי דרוקען דאך אויף צוריק. ס'קומט נארמאל ווען מ'דרוקט עס. זיי האבען נישט קיין אפציע פון רעכט'ס אויף לינק'ס
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:07 pm#319327
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
בקשה, פון מיין טאטנס בית דין שטוב אדער פון א וועלט וואס איז נישט דא מער.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:58 pm#319339
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
מ'עט זוכען און פראבירען. ס'קען נעמען א פאר טעג. אז דו קענסט מיר שיקען א לינק אין אישי, וועט עס זיין שנעלער.
טאמער איינער קויפט עפעס, ביטע שרייבען דא, ווייל ס'נעמט א פאר טעג ביז איך הער פון עמעזאן

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 31, 2016 4:09 pm#319649
דאס איז א בוך וואס איז אריגינעל געשריבען געווארען אין אידיש, אבער איך האב עס נישט געטראפען נאר אין לה"ק. דאס איז א העכסט אינטרעסאנטער בוך געשריבען דורך א איד, מראשי הציונים בדורו, וואס האט געהאט באציאונגען מיט אסאך מגדולי דורו פון ליטא. ער באשרייבט זיי אויף אן אופן וואס אנדערע באשרייבען נישט, און האט מעשה'ס וואס איך קען נישט פון ערגעץ אנדעריש. ער האט פון הגר"ח בריסקער און הגר"י סאלאנטער (און זיין זוהן דער מאטעמאטיקער), פון דער נצי"ב און דער קאוונא רב רי"א, פון ר' אלינקה קרעטינגא און נאך אנדערע. פארשטייט זיך, ער מעסט יעדער איינער לויט זיין קוק אויף די חלום הציונות, אבער ער האט נאך אינטרעסאנטע זאכען. אין דער בוך the making of a gadol דערמאנט ער אסאך פון די בוך, רופענדיג איהם אן mark
זונטאג יאנואר 31, 2016 4:49 pm#319653
זונטאג יאנואר 31, 2016 5:35 pm#319660
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
א גרויסען שקויעך. איך זוך עס שוין יארען. מ'גייט טוהן צו דער זאך, און אנגרייטען צום דרוק דער אידיש ווערזיע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 31, 2016 5:47 pm#319661
ליטוואק, ווען דו קענסט ארויפשטעלן קווארטינ'ס בוך 'מיין לעבן' וואלט איך דיר מכיר טובה געווען, כ'גלויב אז עס וועט זיך פארקויפן.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 7:32 pm#320008
נא דיר דער בוך פון זבלון קווארטין. איך האב עס נישט געלעזט, אבער ס'איז גאר א גראבע'ן בוך, און דער וואס אינטרעסירט זיך אין חזנות און היסטוריא, וועט מסתמא הנאה האבען. הרב ATUB @ונבנתה העיר ATUB האט דאס געבעטען, ע"כ אוחיל לו.

נא דיר דער אידיש ווערזיע פון דער בוך פון יעקב מארק. איך מערק יעצט אז דער בוך אז פיל גראבער ווי דער לשה"ק'דיגע ,און ס'האט באשרייבונגען פון משכילים און פון גדולים. ס'איז גאנץ מעגליך אז אפילו די גדולים זענען צענזארירט אין דער לשה"ק'דיגע ווערזיע. א דאנק ATUB @ריכטיג ATUB פאר'ן אויפמערקזאם מאכען.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 7:51 pm#320014
און הרב ATUB @ירא שמים ATUB , דא האט איהר אייערע געבעטענע ספר, אבער ס'איז נאך נישט גרייט. מ'עט דארפען אביסל ווארטען ביז עמעזאן האט עס אויף צו קויפען
דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:02 pm#320015
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נא דיר דער בוך פון זבלון קווארטין. איך האב עס נישט געלעזט, אבער ס'איז גאר א גראבע'ן בוך, און דער וואס אינטרעסירט זיך אין חזנות און היסטוריא, וועט מסתמא הנאה האבען. הרב @ונבנתה העיר האט דאס געבעטען, ע"כ אוחיל לו.

א גרויסן דאנק דיר, ליטוואק, עס וועט יעדער הנאה האבן פון דעם בוך, לאו דוקא חובבי חזנות.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:18 pm#320018
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
ונבנתה, מה כ״כ מיוחד בספר זה?
דינסטאג פעברואר 02, 2016 8:26 pm#320020
ער האט גאר א זאפטיגע אויסשפראך, און גיבט אן אייגענארטיגען בליק אויפן דעמאלטס'דיגען הלוך ילך.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 2:14 pm#320100
איך זעי אז ATUB @ונבנתה העיר ATUB האט טאקע א השפעה אויף מענטש'ן, ווייל מ'האט עס נארוואס ארויפגעלייגט אויף עמעזאן, און איינער האט עס געכאפט. טאמער ס'איז איינער פון דא, ביטע שרייבען אין אישי אלע טענות וואס מ'האט, און ברבים אויסרימען די מעלות, און נישט להיפך כנהוג. מיט'ן עוקר זיין דער מנהג וועט מען מכפר זיין אויף אלס וואס מ'האט נישט אנגעהאלטען אנדערע מנהגים, כגון לימוד ליל ניטל רח"ל, און מ'עט מעלה זיין אלע אזעלכע עבירות לשרשם.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 7:32 pm#320155
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
אפשר קענסטו ארויפלייגן א בילד וואו אזוי די בענדער קוקן אויס?
מיטוואך פעברואר 03, 2016 7:37 pm#320156
דאס איז די דעקל פון מיין לעבען
ס'איז גאנץ פשוט, איך בין נאך נישט קיין מומחה אין מאכען די זאכען, נאר פשוט'ער. אפשר מיט די צייט וועל איך ווערען בעסער
מיטוואך פעברואר 03, 2016 7:49 pm#320158
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נישט די גרעפיקס פונ׳ם דעקל האב איך געוואלט זען, נאר די ביינדיג פון די זייטן.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 8:01 pm#320161
איך האב נישט מער ווי דאס, און וואס מ'קען זען אויף עמעזאן. איך האב עס נישט געקויפט פאר זיך, עכ"פ נאך נישט.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 8:26 pm#320163
טאקע דאס איז מיר אויך אינטערסאנט געווען צו וויסן, צו ס'איז געבינדען ווי א רעגולער softcover book אדער עפעס אזא סארט comb binding וואס פלאצירט זיך נישט גוט אריין אין ספרים שאפע, טאמער ס'איז געבינדען גוט אפילו ס'איז נישט מוראדיג פראפעסיאנאל האב איך אויך א ליסטע וואס צו באשטעלן.
אגב יעקב מארק'ס בוך האב איך ביי מיר, כ'האב דאס געקויפט אמאל ביי פינטער'ס פאר א פאר זלאטעס, ס'איז זייער אינטערסאנט, באשריבן גדולי ישראל און נאך חכמי ישראל פון א פערזענליכן פערספעקטיוו, ער אלס א גרויסער עסקן פאר די חובבי ציון האט געהאט אסאך פערזענליכע שייכות מיט אסאך רבנים און עסקנים.
מיטוואך פעברואר 03, 2016 9:10 pm#320164
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
ניין, ס'איז אלס glue binding אזוי ווי א קונטרס, מיט אן אפגעדרוקטע'ן רוק.
נישט וואוינענדיג אין נ.י., קומט מיר זעלטען אויס זיך צו דרייען אין טשיקאווע ספרים געשעפטען. דער אינטערנעט האט מיר שטארק געהאלפען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 07, 2016 12:11 am#320435
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
יא, ס'איז פיין אויסגעקומען, די אותיות זענען נישט אזוי שארף, אבער עס שטערט נישט דאס ליינען.

בילד
זונטאג פעברואר 07, 2016 2:09 am#320453
ס'איז מיר א זכיה צו האבן דעם זעלבן שבת'דיגן טישטוך ווי דיר.
מאנטאג פעברואר 08, 2016 12:56 pm#320657
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
דו קענסט מאכן הארד קאווער אויך?
מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:07 pm#320660
ר' ליטוואק יעדער קען זיך נעמען פארקויפן די ביכער? וואסערע רעכט האסטו דערויף מער ווי א צווייטן?
מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:16 pm#320663
איך האב עפעס געזאגט אז איך האב א רעכט? טו דו אויך, איך וועל קיין פאראיבעל נישט האבען. ס'איז נישט קאפירייט און געזעצליך מעג איך און דו, און דער איבעריגע געלט העכער די פרייז פון עמעזאן איז מיין שכר בטילה.
טאמער דו ווילסט עס טוהן פאר פרנסה, גיב איך דיר אן עצה don't give up your day job. ס'דעקט ניטאמאל די שמעק טאבאק וואס מ'נעמט בשעת'ן ארויפשטעלען די פייל.
מאנטאג פעברואר 08, 2016 2:29 pm#320678
נישט קיין פראבלעם כל הכבוד, איך האב נאר געפרעגט ווייל עס איז מיר געווען אינטערעסאנט, אדרבה גיי אן עס איז א חשובע ארבעט,
מיטוואך פעברואר 24, 2016 7:30 pm#322548
יעצט וואס די פארווערט'ס האט מפרסם געווען די אשכול, גייט מסתמא קומען א ריי נייע בקשות און קויפונגען צום סייט. אלזא, כאפט'ס אייך אריין אומשנעלסט'ן און דער וואס וויל א אידיש בוך צו ליינען זאל שוין איינמעלדען ונראה מה יהיו חלומותיו.

וואס ווילט איהר? דו יו וואנט פרייז וויד דעט?
מיטוואך פעברואר 24, 2016 8:42 pm#322555
צמח אטלס פליז
מיטוואך פעברואר 24, 2016 10:29 pm#322570
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
כמבואר במקום אחר, צמח אטלס האב איך נאר אויף עברית. טאמער איהר ווילט קען איך עס ארויפלייגען. ס'איז בנמצא אויף ענגליש אויך, איך האב עס אמאל מיט יארען צוריק געבארגט פונ'ם לייברער"י

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 12:00 am#322577
כ'וויל עס אויף אידיש
פרייטאג מערץ 04, 2016 12:25 pm#323326
איך האב אביסל געליינט אין די ביכער פון יעקב מארק, דאאון דא און איך האב שוין באמערקט די צענזורשאפט צווישען די היברעאיש ווערזיע און די אידיש ווערזיע.
אין די אידיש בוך זעט מען א מעשה מיט הרב ישראל סאלאנטער און די זעלבע מעשה איז אין די היברעאיש בוך. מיט איין שינוי. אינ'ם אידיש בוך שטייט נאך איין פרט. קוק ביי די מאמר אויף הרב ישראל סאלאנטער און איהר וועט זען אז אין די אידיש ווערזיע שטייט אז ער האט געליטען פון מרה שחורה און מ'האט מורא געהאט פאר זיין געזונט צושטאנד ווען ער איז פארלוירען געווארען, ווארשיינדליך פון זעלבסטמארד. ווען מ'האט איהם געטראפען האט מען גע'אטעמט רואיג. אינ'ם היברע'איש ווערזיע שטייט נאר אז ער איז פארשוואונדען געווארען ביז מ'האט איהם געטראפען אין וואלד ערגעץ פארטראכט, נישט וויסענדיג מאכען פון זיין גייסטישע צושטאנד.

יעצט וואס איך זעי אז מיין חשש איז ריכטיג, און דער איבערטייטש האט צענזארירט זאכען, וואלט איך זייער געוואלט דורכליינען די אידישער, און האפעדיג מיט די צייט וועט מען מיטטיילען מיט'ן עולם וואס מ'האט אלס אנגעמערקט דארט.
זונטאג מערץ 27, 2016 7:32 pm#326489
יעצט געלייגט נאך א בוך, עפ"י בקשה. דאס איז די זכרונות פון הרב שלמה מיימון. דער וואס ווייסט, ווייסט שוין, און דער וואס נישט איז נישט אינטרעסירט.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:19 pm#330330
ארויפגעלייגט די פה סח פון פאראיאר'ן דא. ס'איז אויף קאלאר און שווארץ און ווייס. קויפט'ס און שטיצט קאוועשטיבעל.
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 12:18 pm#344244
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב אויך ארויפגעלייגט דער בוך פון שלום אש - דער תילים איד, וואס ס'זעט אויס ס'איז געשריבען אויף הרב יחיאל מאיר גוסטנינ'ער, הגם ער ווערט דערמאנט אינ'ם בוך אלס אן אנדערע מענטש. דאס איז אן עפענונג צו די הארץ פון א רבי מיום הוולדו עד יום מותו, מיט א בליק אין קאצק און אין די דארפס לעבען פון יענע צייטן. איך האב עס געהאט לעבן מיין בעט פאר א שטיק צייט און זייער הנאה געהאט.


איך האב געליינט דעם ביכל, און איך פיל פאר וויכטיג מודיע צו זיין אז סהאט קיין שייכות נישט מיטן צדיק פון גאסטונין. שלום אש איז געווען א משכיל און א כופר וואס האט געשטאמט פון א חסידישע שטוב אין קוטנא (מקור: וויקיפידיע) און ועל כולם איז ער א היבשער חזיר אויך ווען ספעלט אויס.

בנוגע דעם ביכל הנ"ל שרייבט ער א 'נאוועל' איבער א רבי וואס האט געהייסן יחיאל און זיין טאטע איז געווען אין קאצק. פארשטייט זיך אז ער האט געבעיסט דער הויפט דמות אין זיין ביכל מן הסתם אויפן גאסטונינער צדיק וואס האט געהאט דעם נאמען דער תהלים איד. און דא דארטן ווארפט ער אריין א אויסדריק וואס דער קאצקער האט טאקע געזאגט אויף עם. אבער די פרטים האבן קיין שייכות נישט מיטן ווארהייט, ניטאמאל די נעמען און פאקטן אויף זיינע עלטערן, משפחה, ווייב און קינדער, פטירה, האט ער געשריבן פונעם גאסטונינער. בכלל, איז דער גאסטאנינער אליינס געווען א 'פראדוקט' פונעם קאצקער חדר און א תלמיד פון חידושי הרי"ם, געשטאמט פון א מיוחסדיגע משפחה, און לויט טייל מקורות געווען א תלמיד חכם אויך. די אלע דמינות איבער עבירות און כת ש"ץ און זיין דארפישן סטייל לעבן איז פרי דמיונו פונעם העכסט-געלונגענעם-חזרישן-שרייבער אש.

אגב, דער שרייבער זעלבסט ווען ער איז זיך מתייחס צום גאסטונינער זעלבסט (ווען ער רעדט אז דער גאסטונינער האט אמאל צוריקגעטראגן דעם קאצקער אויף זיינע הענט צו זיין צימער) דארט דערמאנט ער עם ווי א גוף שלישי און שרייבט אויף עם דער צדיק דער עניו רבי יחיאל מאיר גאסטונינער. און כאילו ער רעדט בכלל נישט פונעם זעלבן 'יחיאל' אויף וועמען דאס ביכל איז געבויעט.

אולי וואלט געווען א מצוה אראפצונעמען פונען דעקל פון דאס ביכל די ווערטער "הצדיק רבי יחיאל מאיר מגאסטונין זצ"ל" ווייל קיין גרויס כבוד איז דאס נישט, און אמת אויך נישט.
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 8:05 pm#344311
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
ייש"כ. באמת האב איך איבערפלעכליך געליינט דער בוך איידער איך האב עס ארויפגעשטעלט. נאכ'ן דרוקען דער בוך, האב איך דאס באמערקט. איך וועל עס אי"ה טוישען.

איך זעי נישט קיין סבה נישט הנאה צו האבען פון די בוך ווייל פערצופאל האט דער מחבר נישט געטויגט. ער האט א זעלטענע כח זיך אריינצולייגען אין יענעמ'ס געוויסען. ער באשרייבט אנדערע מענטשען ווייט פון זיין סביבה מיט א געוואלדיגע פארשטאנד.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:02 pm#344322
איך גלוסט נישט צו ליינען ביכער פון משכילים מסיתים ומדיחים.
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:34 pm#344331
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
פון משכילים ביסטו אנגעקומען צו מסיתים?!

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:47 pm#344337
א משכיל וואס שרייבט א בוך קען אריין גיין בגדר מסית
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:17 am#346100
א. איך האב געטוישט דער דעקעל פונ'ם תלים איד בוך, און ס'שטייט שוין נישט די נאמען פון הרב יחיאל מאיר מגוסטנין.

ב. איך האב ארויפגעלייגט נאך א בוך פון שלום אש. דאס הייסט 'קידוש ה''. די בוך איז געשטעלט געווארען אין די פינסטערע טעג פון ת"ח ות"ט. ער באשרייבט א אינגעל און א בחור וואס ווערט שפעטער א יונגערמאן. ער גייט אין ישיבה לערנען און ס'ההאט אויסגעבראכען די גזירות פון ת"ח ות"ט. ער באשרייבט די מעשה אזוי געוואלדיג, מיט אזא פארשטאנד צו מענטשענ'ס געפיהלען אזש מ'קען זיך פארשטעלען מ'איז ממש דארט. איך ווייס אז אנדערע האבען א פראבלעם מיט א משכיל ואוס שרייבט א בוך, אבער לדעתי איז דאס אלס ווען איינער וויל עפעס אויפטוהן צו איבערצייגען. אן אמת'ער גוטע שרייבער פראבירט זיך אריינצולייגען אין יענעמ'ס שיך און ארויסצוהאבען יענעמ'ס געפיהלען און מיינונגען. ער וויל נישט ארויסברענגען די אייגענע געפיהלען. שלום אש האט די זעלטענע כח, אזוי ווי איך האב אויבען געשריבען, און דעריבער האב איך שטארק הנאה פון זיין שרייבען.

נאכאמאל בעט איך פונ'ם עולם וואס קוקט און קויפט אויף אמאזאן צו שרייבען רעוויו'ס און דא אויך ארויפלייגען זייער הערות. און טאמער איינער האט נאך א בוך וואס ער זוכט, זאל ער דא ארויפלייגען א בקשה און מ'עט זען וואס מ'קען טוהן.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:14 pm#346264
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
אויף אמאזאן זאל מען אויפזוכען 978-1537127323 און אזוי וועט מען טרעפען דער קידוש ה' בוך

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 10:57 am#354311
איך האב ארויפגעלייגט דער בוך צמח אטלס כדי דאס צו האבען ביי זיך. איך האב נישט דער אידיש אריגינעלע ווערזיע, נאר די עברית ווערזיע. מסתמא ATUB @berlbalaguleh ATUB , וואס איז א גרויס פען פון חיים גראדה, ווי אויך א גרויסע ציוניסט (רח"ל), וועט עס וועלען האבען אלס א חלק פון זיין ירושה פאר זיין אייניקלאך. אפשר זאל ער גאר קויפען איינס פאר יעדער אייניקעל'ס ברמצוה.
מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:53 pm#354365
ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר די עצה טובה. בערל בעל עגלה'ס אייניקלעך זענען ב"ה ברובם סאטמאר'ע חסידים און אויך אנדערע חסידות, שאי אפשר לפרטם משום גילוי...חוץ פון דעם. די היינטיגע דור איז נישט אינטרעסירט וואס די אמאליגע שרייבערס האבן געהאט צו זאגן. זיי אינטרעסירט וואס מ'זאגט אויף די וואטסעפפ גרופס...!
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 2:03 pm#360181
איך האב יעצט ארויפגעלייגט א בוך מיט'ן נאמען א וועלט וואס איז פארביי.

דער שרייבער איז געווען א דזשורנאליסט פאר'ן קריג און נאכ'ן קריג, און ער האט פיהל גדולים פערזענליך געקענט. ער האט א געוואלדיגע פעדער, א פשוט'ער שפראך נישט קיין שווערער און ער באשרייבט מעשה'ס מיט א געוואלדיגע פשטות.

איך קען דא אראפלייגען איין זאך. ער איז געווען אין גימנאזיום אין סלאנים, און ער האט דארט אביסל געקענט הרב מרדכי אשמינא, דער ארטיגע רב. ער פארציילט א סגולה וואס ער האט געגעבען פאר איינער וואס זיין קינדער פלעגען שטארבען יונג. א ניי געבוירענעם קינד זאל מען גוט אפוואשען און וויקלען אין ריינע רויטע לעוואנט ביז א יאר צייט. ער איז מסביר די סגולה אלס א פשוט'ער געזונט זאך, און דער מענטש האט געגלויבט און דער קינד האט געלעבט!

ער דערמאנט ווען דער רב האט איהם מיט זיין חברים געכאפט שבת נאכמיטאג ביים ארויפגייען אויף א שיף שבת אביסל צו שיפל'ען. דער רב האט זיי געזאגט מיט א געוואלד "שבת! מ'קען נאך דערטראנקען ווערען". ער טענה'ט אז אלע האבען זיך דערשראקען און זענען ארויס פון שיף, און נישט נאר דעם, נאר יעדער שבת ווען זיי האבען געוואלט ארויפגייען אויפ'ן שיף, האט איינער דערמאנט דער מימרא, און מ'האט זיך צוריקגעהאלטען.

איך האלט נאר אין פרק ה' פון 45 פרקים, אבער ס'איז גאר אינטרעסאנט צו ליינען. איך האב זיך דערוואוסט פון דעם ווען איך האב געזען אז נתן קמנצקי ברענגט איהם אסאך.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 2:34 pm#360182
דער בריסקער רב - ווען ער איז אמאל געווען אין די גוסטע - האט ער פארציילט עטליכע מופתים פון דעם ר' מרדכי אשמינא. איין מופת - בנוגע א סיום - האט ער אויך געהאט א מנהג צו פארציילן ווען ער פלעגט מאכן א סיום מסכתא.
זונטאג יאנואר 22, 2017 11:40 am#360301
ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB , און די וועלט האט געשוויגען, פון אלי וויזעל ז"ל.
א דאנק.
זונטאג יאנואר 22, 2017 12:17 pm#360302
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
איך האב עס לעצטענס געליינט אויף ענגליש, געבארגט פונ׳ם ביבליאטעק אין לעיקוואד. איך האב זאגאר געקלערט צו שרייבען א באריכט פאר׳ן וועקער, און דער קלער איז געגאנגען ווי אסאך גייען.

מסתמא האלטען זיי די קאפירייט שטרענג. איך וועל קוקען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:28 am#362656
איך האב לעצטענס געטראפען א בוך 'יודישע נשמות' פיהר בענדער, פון איינער שמואל הורביץ, וואס איז אן אוצר פון אלטע מעשה'ס, געקליבען פון פנקסי הקהלות פון פארשידענע שטעט, אויף באוואוסטע און אומבאוואוסטע פארשוינען פון אונזער פארגאנגענהייט.
ס'איז אבער א שטיקעל ארבעט פאר מיר זיי אוריפצולייגען, איז טאמער ס'איז דא א פארלאנג, וועל איך עס טוהן. ביזדערווייל האבען קיין סאך פון די ביכער וואס איך לייג ארויף נישט פארקויפט, נאר מיין פארדינס איז געווען אז איך האב איינג פאר מיר. טאמער דער עולם וויל די ביכער, $15 א שטיק ($60 פאר אלע פיהר בענדער), ביטע זיך איינמעלדען.
מיטוואך פעברואר 22, 2017 11:46 am#363567
אחד העם האט געשריבן:@ליטוואק פון בודאפעסט, און די וועלט האט געשוויגען, פון אלי וויזעל ז"ל.
א דאנק.

איך קען דאס שאפן און פארמאט פון א 'אודיו-בוק'.

אויב זענט איר אינטרעסירט, לאזט מיר וויסן
מיטוואך פעברואר 22, 2017 2:23 pm#363577
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב לעצטענס געטראפען א בוך 'יודישע נשמות' פיהר בענדער, פון איינער שמואל הורביץ, וואס איז אן אוצר פון אלטע מעשה'ס, געקליבען פון פנקסי הקהלות פון פארשידענע שטעט, אויף באוואוסטע און אומבאוואוסטע פארשוינען פון אונזער פארגאנגענהייט.
ס'איז אבער א שטיקעל ארבעט פאר מיר זיי אוריפצולייגען, איז טאמער ס'איז דא א פארלאנג, וועל איך עס טוהן. ביזדערווייל האבען קיין סאך פון די ביכער וואס איך לייג ארויף נישט פארקויפט, נאר מיין פארדינס איז געווען אז איך האב איינג פאר מיר. טאמער דער עולם וויל די ביכער, $15 א שטיק ($60 פאר אלע פיהר בענדער), ביטע זיך איינמעלדען.


האסט כאטש א שטיקל מפתח, פוו נעמען אדער שטעט, וכולי?