רויטע וואנצעס האט געשריבן:שוין באזוכט אדער געווען איבער שבת ביי אסאך חבד הייזער. יש ויש. ס'דא וואס טוען סטריקלי שליחות, ס'דא וואס זענען דא צו מאכן געלט, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין געהעריגע הכנסה, און ס'דא וואס זענען הארציגע בעלי חסד און געבערס שאין כדוגמתם. בקיצור, אן אפשפיגלונג פון יעדע נארמאלע סאסייעטי.
אמת אז סאיז יש ויש, אבער די מעין תפקיד זייערע איז נישט ׳גמילות חסדים׳ אדער מקרב זיין א יעדע איד און זיי געבן צו עסען און טרינקען, די עיקר וואס זיי זארגן זיך איז די רוחניות׳דיגע חלק, תפילין, שופר, לולב, וכו׳, זייער פריערדיגע רבי האט זיי אזוי גע׳פראוגרעמט, דע עיקר איז אריינכאפן נאך א בעל תשובה דורך א ׳מצוה טאנק׳, איי סאיז דא אידן וואס הונגערן אין קראונהייטס און האבן נישט וואס צו עסען, די חלק פון די תורה האבן זיי אויסגעלאזט.
הער אויס סאיז דא קאטוילישע גלחים להבדיל וואס וועלן אויך זיין זייער העפליך און זיי וועלן אפילו טוהן א חסד פאר א איד. ווען אלע די חב״ד הייזער אין יעדע פארשטיפטע ווינקל ארום די וועלט וואלטן באמת זיך געפירט מיט גמ״ח אז א יעדע איד זאל קענען אריינקומען און מ׳זאל אים פארשאפן כשר׳ע ווארימע מאלצייטן מיט קאווע און געהריגע הכנסת אורחים פאר ווער ס׳נויטיגט זיך אין דעם, וואלט
בלי שום ספק געוועהן טויזענטער פרומע און פרייע אידן רייך און ארים וואס וואלטן געווארפן אסאך געלט פארדעם, און די שלוחים וואלטן נאך געקענט מאכן שיין פרנסה דערפון, נאר אזויווי זיי זענען מעהר ווייניגער ליובאביטשער מיסיאנערן שטייען אסאך מענטשען אוועק פון זיי, גענוג רייכע אידן וואס פארן ארום די וועלט וואלטן גערן באשטייערט פאר אזא וויכטיגע פראדעיקט, ספעציעל אין די אלע פארשטיפטע ווינקלעך ווי סאיז שווער צובאקומען כשר׳ע עסען, דעמאלסט וואלט טאקע געוועהן א גרויסע אפטוה פון די חבדסקער אז סאיז אין די גאנצע וועלט א מעגליכקייט אז א איד זאל אריינקומען צו א ווארימע אכסניא מיט א היימישע אטמאספארע און היימישע כשרע עסען, אבער ליידער איז עס ווייט פון דעם- זייער ווייט.