Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל

קאווע שטיבל • אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10165
דינסטאג פעברואר 23, 2016 1:13 pm#322394
אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
אינטערסאנט אז איך האב נאכנישט געטראפן אן אשכול וואס זאל דירעקט זיך באציען אויף אויסצושמועסן דעם גאר קאנטריווערסיאלן פערזאן דעם אויסטערלישן מח (דאס זיכער) הגאון האדיר (לכאורה) הקדוש האלקי (לויט טייל) מלך המשיח (לויט גאר ווייניג) הרמ"ש ר' מנחם מענדל שנייאורסן שליט"א - זצ"ל אדמו"ר האחרון מליבאוויטש.

זיין היסטארי איז גאר אינטערסאנט, ווייל במשך די יארן פון זיין רביסטעווע האט ער זיך אויפגעפירט גאר לייטיש, קיינמאל (כמעט) נישט ארויסגעגאנגען פון זיינע ד' אמות (חוץ צום אהל) געפאדערט נאר אויפצוטוהן פאר אידישקייט, ער האט זיך פארדעים אוועקגעגעבן לייב און לעבן, געזאגט גאר דערהויבענע און טיפע שיחות, אויפגעשטעלט טויזענטער תלמידים וחסידים יראים ושלמים, געמאכט דירעקט און אומדירעקט טויזענטער בעלי תשובה

פון די אנדערע זייט, איז זיין היסטארי זייער אינטערסאנט, פארברענגענדיג יארן אין קאליזש, וואס אזא זאך האט מען לכאורה נישט געהערט ביי קיין איין אנדערע חסידישע צדיק, געגעבן דאלארן פאר פרויען אין די הענט, אריינגעלאזט פרויען אדורכגיין צוזאמען מיט מענער, און נאך פארשידענע אינטערסאנטע קאנטריווערסיאלע זאכן.

אפשר קען איינער מסביר זיין וואס מיינט דאס אז א צדיק וואס זוכט לכאורה נאר דערהויבנקייט און צו זיין אויסגעטוהן פון די וועלט, זאל זיך ווייקן אין א גויאישע קאליזש פאר יארן לאנג (וואס לכאורה איז מענער און פרויען געזיצן און איין קלאס, און אפילו נישט), והדבר פלא
דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:03 pm#322399
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
'אינטערעסאנטע' פראגע, די פראבלעם פון גיין אין קאלעדש איז וועגן די תוצאות דערפון, נו, טאמער האסטו געשריבן אויבן אז נאכן גיין אין קאלעדש האט ער דירעקט צו אומדירעקט מחזיר בתשובה געווען טויזענטער, איז שוין פארשטאנדיג פארוואס דא איז ניט פארהאן די פראבלעם.
אמאל דארף מען גיין למטה מעשרה טפחים ממש, צו קענען ארויפברענגן אידישע קינדער.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 23, 2016 2:27 pm#322400
קל וחומר האט געשריבן:אמאל דארף מען גיין למטה מעשרה טפחים ממש, צו קענען ארויפברענגן אידישע קינדער.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

:like :lol:
דינסטאג פעברואר 23, 2016 3:04 pm#322402
קל וחומר האט געשריבן:'אינטערעסאנטע' פראגע, די פראבלעם פון גיין אין קאלעדש איז וועגן די תוצאות דערפון, נו, טאמער האסטו געשריבן אויבן אז נאכן גיין אין קאלעדש האט ער דירעקט צו אומדירעקט מחזיר בתשובה געווען טויזענטער, איז שוין פארשטאנדיג פארוואס דא איז ניט פארהאן די פראבלעם.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

גערעכט.


אבער דיין לעצטע ווערטער:
אמאל דארף מען גיין למטה מעשרה טפחים ממש, צו קענען ארויפברענגן אידישע קינדער.

האט נישט קיין שום [דירעקטע] שייכות מיט די פריערדיגע ווערטער. האדמו"ר מרמ"מ האט גייענדיג אין קאלידזש האלטענדיג מסתמא פון די ערשטע שטאפלען פון זיין "עטליכע שטאפלען לעבענסגעשיכטע" נישט גע'חלומ'ט דאן פון זיך נידערן למטה 'מה'דאבעל דידזשיטס' מיטן כוונה מעלה זיין איינעם דארט אין קאלידזש!
דינסטאג פעברואר 23, 2016 3:05 pm#322403
קל וחומר האט געשריבן:'אינטערעסאנטע' פראגע, די פראבלעם פון גיין אין קאלעדש איז וועגן די תוצאות דערפון, נו, טאמער האסטו געשריבן אויבן אז נאכן גיין אין קאלעדש האט ער דירעקט צו אומדירעקט מחזיר בתשובה געווען טויזענטער, איז שוין פארשטאנדיג פארוואס דא איז ניט פארהאן די פראבלעם.
אמאל דארף מען גיין למטה מעשרה טפחים ממש, צו קענען ארויפברענגן אידישע קינדער.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk


סתם געמאלן וואסער, וואס האט זיין גיין אין קאליזש מיט מחזיר זיין בתשובה מענטשן? מחזיר זיין בתשובה מענטשן איז א גיטע זאך, אבער גיין אין קאליזש איז א שלעכטע זאך, עס איז גארנישט פארבינדן איינס מיט'ן אנדערן
דינסטאג פעברואר 23, 2016 3:08 pm#322405
אינטערסאנטער האט געשריבן:אבער גיין אין קאליזש איז א שלעכטע זאך,

כ'האב נישט פארשטאנען דעם גאנצן פתיחת האשכול ביז כ'בין אנגעקומען צו די ווערטער.
דינסטאג פעברואר 23, 2016 3:23 pm#322412
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
@אינטערסאנטער, כ'ווייס נישט וויפול דו ווייסט איבער אים, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ער האט מחזיר בתשובה געווען זייער אסאך גרויסע קעפ (פילאזאפן פיזיקער וכד'), און זייער אסאך גרויסע גויאישע פירער האבן זיך מתייעץ געווען מיט אים (קען זיין אז סאטמער רב האט אויך זוכה געווען דערצו, ס'פשוט נישט אזוי באקאנט).

אפשר קענסטע מיר אויסשמועסן וועלכע חלק פון זיין 'קאלעדש' ס'באדערט דיך, תערובות, לימוד חכמות חיצוניות, ביטול תורה?

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 23, 2016 3:32 pm#322416
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
כ'שמעק אז שש משזר שארפט זיך שוין די ציין... כ'מיין די פעדער... אה די פינגערס

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 23, 2016 7:27 pm#322441
טמיר האט געשריבן:כ'שמעק אז שש משזר שארפט זיך שוין די ציין... כ'מיין די פעדער... אה די פינגערס

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

אודה ולא אבוש, כ'האב שוין א שיינע שטיק צייט א חלום צו עפענען אן אשכול איבערן איש חי ורב פעלים, הגאון העילוי המופלא, והטשיקאווער לא פחות [אקעי, כ'האב שוין געזאגט 'עילוי', ס'היינו הך], איש האשכולות, רב רבנן, איש חזון, כ"ק רמ"מ השני מליובאוויטש זצוק"ל.

אבער ווי פארשטענדליך קומט עס נישט אריין אין אזא אשכול, וואס טראגט נישט קיין ערנסטן פנים, און איז מער געמאכט פאר קליינליכע דעבאטעס אנשטאט עמטליך באשרייבן דעם ענק בענקים [כדרך שעשיתי אצל בית אמשינוב, ולהבדיל הרב שי"ר].

נו, דערווייל חלום איך נאך, והלואי ויתקיימו כחלומותיו של יוסף הצדיק...
דינסטאג פעברואר 23, 2016 7:53 pm#322446
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
אויבן אויף איז די סיבה זיינער פארן גיין שטודירן געווען ווייל אזוי איז געווען איינגעפירט און זיין געגענט וואס איז געווען היבש מאדערן און איז בכלל נישט קיין קשיא
דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:04 pm#322447
איך וויל אויך שרייבען אויף איהם פון מיין פערספעקטיוו. איך האב אויך אן אשכול אין מאגען אויף הרב שך. נאר מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף מאנכע דא, וואס זען פון איין זייט אין נישט אנדערע, און זענען גרייט צו פארשמירען אזעלכע אשכולות מיט בויך ווייטאג, נישט אמת'ער טענות.
מ'זאל ארומשמועס'ן און נישט צאנזארירען קיין מיינונגען, אבער נאר מיינונגען נישט בויכוויי. דער וואס דארףבארעכטיגען זיין געפיל פאר'ן רבי זיינער און בויט עס נישט אויף קריטיש אויסגעטראכטע פאקט'ן און סברות, שטערען די סארט שמועס'ן פון זיך אנטוויקעלען.
דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:09 pm#322448
שוין געווען דא עפעס
דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:26 pm#322450
איך קען דא אנהויבען.

איך קוק אן די ווערטער פונ'ם פותח האשכול אלס מינדערוויכטיגער קלייניקייטען. מאכען אן עסק פון ווייבער איז דאך קטנות שבקטנות. ער האט געזינדיגט? ער האט פארלעצט צו געהייסען פארלעצען איין הלכה? איז וואס מאכט מען זיך נעריש מיט קולטורישע מעשה'ס?

לגבי זיין גייען אין קאלעדזש, ווילאנג מ'האט נישט מסביר געווען דער פראבלעם דערפון, קען מען נישט פרעגען קיין קשיא'ס. יינגלעך און מיידלעך אין איין קלאס איז ווידער נאנסענס, און קיין מעשה'ס האבען אפילו זיין מתנגדים נישט אויף איהם. איך זאג נישט אז ס'איז אויסגעהאלטען, אבער מ'דארף עס קלאר אויסרעדען צו קענען רעדען פון איהם.

איך קלער אז דער וועלט מאכט א שטיקל טעות אויף איהם. מ'מיינט אז ער איז עפעס ביסודו אנדעריש פון אלע אנדערע רבי'ס פון די וועלט און מ'מעסט איהם בכלל נישט מיט יענער קנה מדה. אפשר איז עס וויבאלד ער האט אנדעריש אויסגעקוקט, איך ווייס נישט. מיר קוקט עס אויס אז ביסודו איז ער א רבי ווי אלע רבי'ס, נישט קיין גרעסערע שייגעץ און נישט קיין גרעסערע צדיק, עכ"פ בעצם מהותו.
וואס מיין איך דערמיט? ווען מ'קלערט אריין אינ'ם לעבען פון דער חזו"א צו ר' חיים עוזר, דער טשעבינער רב צו דער מהרש"ם, זעט מען מענטשען וואס האבען געדינט און גע'ארבעט, געטוהן זייער פליכט און צוביסלעך האט דער וועלט איינגעזען אז דא רעדט זיך פון עפעס גאר העכער, און מ'קען זיך פארלאזען אויף זיי אויף כל מיני זאכען, און אזוי האט זייער אחריות זיך פארמערט ביז זיי זענען געווארען מדברנא דאומתיה, כל אחד כפי כוחותיו ותכונותיו. ס'איז בכלל נישט געקומען פון קיין אתערותא דלתתא, און זיי האבען זיך נישט געשטעלט אלס מנהיגים וואס דער וועלט האט שפעטער צוגעשטימט. אלע רבי'ס, כולל דער ליובאוויטשער, זענען אויף אן אנדער'ן מהלך. זיי האבען געהאט א רעביסטיווע בכל אופן, און זיי האבען עס געבויט כפי רצונם והבנתם. דער חשבון זייערעו איז געווען ויאזוי צו בויען דער זאך, און עפ"י דעם האבען זיי געטוהן און מחליט געווען מה לקרב ומה לרחק. יעצט אז מ'רעדט פון א רבי א וואוילע, איז דער טייטש ער האט אויף קיינעם נישט געטרעט בדרכו על במתי ההנהגה, ער האט זיך געפיהרט אויסגעהאלטענעהייט אין יעדען טריט. ווידער ווען ער באהאנדל'ט זיין שעף, באהאנדעלט ער זיי נישט גראב כאילו זיי זענען זיין פערזענליע נכסים, נאר אויף אן אופן אז זיי זאלען אויך פארדינען. דער הויפט ציל איז נאך אלס צו בויען דער געשעפט, פונקט ווי דער שלעכטע רבי, נאר ער טוט עס בדרך היתר. דער שלעכטע רבי שטערט איהם נישט צו באטרעטען סיי וועמען אויפ'ן וועג צום שפיץ, קיין מאראלען האט ער נישט אין זיין ביזנעס און זיין מעשים זענען נאר באגרעניצט מיט זיין דמיון און תאוות. דער תכלית ביי ביידער איז דער זעלבער, נאר באגרענוצען האבען זיי פארשידענע.

דער ליובאוויטשער האט אזוי געבויט זיין ביזנעס, נישט מער און נישט ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס. ער האט עס געטוהן מיט א פארשטאנד פון יודע צדיק נפש בהמתו, ער האט עס געטוהן מיט א דרייסטקייט קעגען די שטראם און די גאס, ער האט עס געטוהן מיט א פארצווייטגקייט וואס איז ווייט אין פראנט פון זיין צייטען, און ער האט זיך געפיהרט מיט א פאר הונדרעט חסידים כאילו ער האט א ווערטשאפט וואס ער האט נאך היינט נישט. ער האט גע'עפענט אפיס'עס און געשטעלט ארבעטארער'ס אויף זאכען וואס אנדערע האבען נישט געקענט באווייזען ווילאנג די יסודות זענען נישט אין פלאץ אויף יארען לאנג, דרוקען ספרים און ביכער אין פארשידענע שפראכען, גייען אויפ'ן ראדיא מיט תורה, זיך פארבינדען מיט רעגירונג'ס בא'אמטע סתם צו ווייזען אז אונז זע'מיר דא. און איבערהויפט האט ער עס נישט געטוהן דורך טרעטען אויף אנדערע און נישט דורך אוועק נעמען פון זיין חסידים. אדרבא, יעדער איינער קען זיך אויפבויען, און טאמער ער טויג צו עפעס, האט ער א פלאץ ארויסצוגעבען זיין כשרונות. זיין מהלך האט שטארק אויפגעבויעט חב"ד און אויפגעלעבט זיין מענטשען. נישט אנדעריש ווי זיך איינצוימען און אינערליך אויפבויען האט געהאלפען פאר אלע אנדערע חסידות'ער, נישט אנדעריש ווי דער ישיביש'ער סיסטעם האט צוגעשטעלט איהרע זאכען פאר איהר מענטשען, יעדער איינער האט זיך אויפגעבויט אויף אן אנדערע אופן, אלס זיך אויפצובויען.

און איין זאך האט ער געטוהן ממש אkס א יחיד בדורו אין בויען זיין ווערטשאפט. ער האט נישט פארגעסען פון די ווייבער. רוב באוועגונגען האבען ווייבער אין דער ערד. מ'מאכט א פאר תקנות און ווייטער געגאנגען. מ'לייגט נישט צו קיין גרויס קאפ וויאזוי מיט זיי צו באהאנדל'ן (איך קלער אז דאס איז א סבה פארוואס זיי שטייען בעסער ווי אונז, איך זיץ אויף ק"ש און מיין בני בית פארעט זיך מיט'ן גאנצע שבט דארט....), אבער דער ליובאוויטשער האט אוועק געשטעלט א גאנצע ווערטשאפט פאר זיי אויך. א פרוי גייט אויף שליחות פונקט ווי א מאן און זי ברענגט איהרע פרויערשאפט צום טיש, און טוט איהר ארבעט מיט א פעסטקייט.

אבער זיין אויסנאמליכקייט איז בעיקר אין מיטל'ן, נישט אין דער ציל.

תכלית; א רבי ווי אלע רבי'ס (קרעדיט: הרב פנחס עפשטיין ראב"ד ירושלים)
דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:27 pm#322451
אינטערסאנטער האט געשריבן:אינטערסאנט אז איך האב נאכנישט געטראפן אן אשכול וואס זאל דירעקט זיך באציען אויף אויסצושמועסן דעם גאר קאנטריווערסיאלן פערזאן דעם אויסטערלישן מח (דאס זיכער) הגאון האדיר (לכאורה) הקדוש האלקי (לויט טייל) מלך המשיח (לויט גאר ווייניג) הרמ"ש ר' מנחם מענדל שנייאורסן שליט"א - זצ"ל אדמו"ר האחרון מליבאוויטש.

זיין היסטארי איז גאר אינטערסאנט, ווייל במשך די יארן פון זיין רביסטעווע האט ער זיך אויפגעפירט גאר לייטיש, קיינמאל (כמעט) נישט ארויסגעגאנגען פון זיינע ד' אמות (חוץ צום אהל) געפאדערט נאר אויפצוטוהן פאר אידישקייט, ער האט זיך פארדעים אוועקגעגעבן לייב און לעבן, געזאגט גאר דערהויבענע און טיפע שיחות, אויפגעשטעלט טויזענטער תלמידים וחסידים יראים ושלמים, געמאכט דירעקט און אומדירעקט טויזענטער בעלי תשובה

פון די אנדערע זייט, איז זיין היסטארי זייער אינטערסאנט, פארברענגענדיג יארן אין קאליזש, וואס אזא זאך האט מען לכאורה נישט געהערט ביי קיין איין אנדערע חסידישע צדיק, געגעבן דאלארן פאר פרויען אין די הענט, אריינגעלאזט פרויען אדורכגיין צוזאמען מיט מענער, און נאך פארשידענע אינטערסאנטע קאנטריווערסיאלע זאכן.

אפשר קען איינער מסביר זיין וואס מיינט דאס אז א צדיק וואס זוכט לכאורה נאר דערהויבנקייט און צו זיין אויסגעטוהן פון די וועלט, זאל זיך ווייקן אין א גויאישע קאליזש פאר יארן לאנג (וואס לכאורה איז מענער און פרויען געזיצן און איין קלאס, און אפילו נישט), והדבר פלא


אפשר דריי איבער די רישיה מיט די סיפיא, און דיין "פלא" זאל זיין וויאזוי האט איין יחיד, פון א דירה אין קראונהייטס געדרייט עולמות!!! אין די צייט וואס אנדערע בנש"קלעך - וואס זענען נישט געגאנגען אין קאלעדש, און נישט געטיילט בפרהסיא געלט פאר נשים - נאר גענומען, און אויפגענומען בתוך קודש הקדשים :cry: - האבן at their best געבויט ישיבה'לעך פאר זייערע אייגענע היימישע מנין.
מיטוואך פעברואר 24, 2016 2:33 am#322479
קאווע טרינקער איך פארשטיי נישט דיין קשיא, אנדערע האבן נישט פראפאגאנדירט איבער די וועלט ניטאמאל קיין הונדרעטסטעל ווי ער, סאו די קשיא הייבט זיך נישט אן
מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:37 am#322504
אינטערסאנטער האט געשריבן:קאווע טרינקער איך פארשטיי נישט דיין קשיא, אנדערע האבן נישט פראפאגאנדירט איבער די וועלט ניטאמאל קיין הונדרעטסטעל ווי ער, סאו די קשיא הייבט זיך נישט אן

פארוואס מאכט מען נישט אן אויבן פון פוטער, ס'ווערט דאך צעלאזט?
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 4:53 am#357486
איך האב געהערט פון א קראנטן מקור אן אינטערעסאנטע מעשה. דער מישקאלצער רב פון וויליאמסבורג הרה"ג ר' חיים בערגער זצ"ל איז אמאל געוועהן ביים ליובאוויטשער זיך דורך רעדן איבער א געוויסע פריוואטע נושא וואס ער האט געדארפט האבן זיין הילף, שטייצעך אז מען האט אויך גערעדט תורה און חסידות, בתוך הדברים האט דער מישקאלצ'ער רב ז"ל איהם געפרעגט פארוואס ער גייט א 'בענד דאון' און נישט קיין ספאדיק, האט דער ליובאוויטשער געענפערט אז היות ער טוט אסאך אין קירוב רחוקים איז עס גרינגער ווען ער גייט מיט אזא היט ווייל אזוי וועלן די רחוקים ענדערש האלטן אז ער פארשטייט צו זיי, דער מישקאלצ'ער רב האט אויף דעם געענפערט אז ער האט פון זיין שווער - דער ריי"ץ - געהערט אנדערש, געוועהן איז דאס ווען דער מישקאלצ'ער רב איז אלץ בחור געפארן לערנען אין די ליטא, וואס איז אין יענע צייט געוועהן כמעט אן אומדערהערטע זאך פאר אן אונגרישער חסיד'יש בחור, און ער איז געוועהן כמעט די איינציגסטע (אסאך רבנים זענען דעמאלטס געוועהן שטארק אויפגערעגט אויף זיין טאטן פארן טוהן אזא זאך) האט ער פרובירט דעמאלטס צו טוהן אביסל אין קירוב רחוקים אין די ליטא, איז ער געגאנגען פרענגן דעם ריי"ץ צו ער זאל אנהייבן שניידן די בארד, אזוי וועט ער גרינגער האבן א שפראך מיט די בחורים דארט וואס וועלן ענדערש אויסהערן איינעם וואס שניידט די בארד, האט דער ריי"ץ איהם געזאגט אז ער זאל נישט צורירן די בארד, ווייל עס איז פונקט פארקערט, די השפעה איז אסאך גרעסער ווען מען גייט יא מיטן בארד, אז די בחורים זאלן זעהן אז אן ערליכע בחור רירט זיך נישט פון זיינע פרינציפן און זיי וועלן עס שטארק רעספעקטירן, דאס האט דער מישקאלצ'ער רב פארציילט פארן ליובאוויטשער וואס האט גארנישט געענפערט דערויף.
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 10:16 am#357491
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
מקען פשוט מחלק זיין ציווישן א בארד און א היט.
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 1:02 pm#357502
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
בנוגע די קאלעדזש, האב איך געהערט לעצטנס פון איינעם, אז ער איז אהין געגאנגען עפ"י בקשת חותנו הריי"ץ מליובאוויטש זי"ע, צו זיין מיט זיין ווייב.
איינער האט שוין געהערט פון דעם?
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 1:28 pm#357504
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
א איד האט געשריבן:בנוגע די קאלעדזש, האב איך געהערט לעצטנס פון איינעם, אז ער איז אהין געגאנגען עפ"י בקשת חותנו הריי"ץ מליובאוויטש זי"ע, צו זיין מיט זיין ווייב.
איינער האט שוין געהערט פון דעם?

דאכט זיך זיין ווייב איז נישט געווען אין קאלעדזש נאר זי איז געגאנגען קיין בערלין וועגן איהם
די חבד חסידים טענהן אז זיין שווער האט איהם געשיקט אויפטוהן דארט אבער לכאורה איז דאס הוילע פאנטאזיעס
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 3:52 pm#357526
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: האדמו"ר מרמ"מ האט גייענדיג אין קאלידזש האלטענדיג מסתמא פון די ערשטע שטאפלען פון זיין "עטליכע שטאפלען לעבענסגעשיכטע" נישט גע'חלומ'ט דאן פון זיך נידערן למטה 'מה'דאבעל דידזשיטס' מיטן כוונה מעלה זיין איינעם דארט אין קאלידזש!
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 5:52 pm#357534
איין זאך האט ער נישט אויסגעלערנט זיין עולם, איז "חסד", פון דעם האט ער אינגאנצן פארגעסן. איך בין אסאך ארומגעפארן אין די וועלט אין מיין לעבן, און איך האב באזוכט גענוג און נאך 'חב"ד הייזער', רוב פון זיי שטייען נאר פאר די איין סיבה - צו מאכן בעלי תשובה און לייגן תפילין פאר מענטשן, אבער זיי וועלן דיר קוים געבן א גלעזעל וואסער אדער ארויסהעלפן א צווייטן איד, זיי זענען גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע מיסיאנערן להבדיל.

איך האב א זאמלונג פון מיין אייגענע עקספיריענס און פון ערשט-האנטיגע מעשיות ווי זיי האבן זיך אויפגעפירט צו אנדערע אידן מיט די גרעסעטע מאס קאלטקייט און רשעות ווען זיי זענען געוועהן אין א ווילד-פרעמדע שטאט, א חלק פון דעם האב איך געשיקט אין אישי פאר איינע פון אונזערע טייערע אינטעלעקטולע ניקס דא אין ק"ש וואס קלעימט אז "מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן!", אפשר טאקע! זאל ער נאכאמאל אראפקומען און זאגן פאר זיינע חסידים אז זיי זאגן יעדע צופרי אלו דברים שאין להם שיעור וכו', ווי גמילות חסדים, הכנסת אורחים, ביקור חולים און הכנסת כלה, איז אסאך וויכטיגער ווי זייערע מצוה טאנקס.

איך האב שוין אפאר מאל געוואלט שרייבן וועגן דעם, איך פארשטיי ממש נישט ווי קאלט די ליובאוויטשער זענען ווען ס׳קומט צו טוהן א טובה אדער א גמ"ח פאר א צווייטע איד, אפילו פאר זייערע אייגענע מענטשן וועלן זיי כמעט נישט העלפן א צווייטן און טוהן א חסד.

לאמיר אנפאנגן מיט די מעשה:

מיין קאזין, א סאטמארע פון וויליאמסבורג, האט חתונה געהאט מיט א ליובאוויטשער מיידל פון קראון הייטס מיט בערך פערצן יאר צוריק, און ליידער האט זיך דער קוים פופציג יעריגע אבי הכלה אויסגעשטרעקט אינמיטן טאנצן מיט זיין עלטסטע טאכטער און איז געשטארבן אויפן פלאץ פון א הארץ אטאקע אינמיטן די חתונה! א ליובאוויטשער פלומבער וואס האט זיך געמוטשעט פאר פרנסה און געלעבט פון פעי טשעק צו פעי טשעק מיט א שטוב פון אפאר קליינע קינדער! לויט מיין קאזין האט זיין שוויגער זיך אנגערופן ביים סוף פון די שבעה אז "קיינער פון די ליובאוויטשער קאמיונטי אין קראון הייטס איז נישט ארויפגעקומען פרעגן אויב איך דארף עפעס! קיינער האט מיך נישט געאפפערט צו העלפן פון קראונהייטס! ווידער אין וויליאמסבורג אין די סאטמערע קאמיוניטי איז געוועהן א מייק וואס איז ארומגעפארן אין די גאסן און הויך אויסגערופן אז מ'זאל זיך משתתף זיין מיט א מצוה פון חסד פאר א אידישע משפחה אין קראונהייטס"!
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 6:45 pm#357538
איך וויל נישט רעדן לשון הרע אויף א גאנצע קאמיוניטי אבער וואס די זאגסט איז ליידער אמת. אויב ביסטו נישט קיין פאטענציאלע בעל תשובה, ביסטו געטריטע אהן קיין טראפ געפיל. איך האב עס עקספיריענסט און ביזנעס און און אנדערע סעטינגס.

עס איז אזוי ווי jekyll and hyde, ער קען זיך אויסשטרעקן פאר יענעם איין מיניט און זיין אייז קאלטבליטיג צו א צווייטן.
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 8:48 pm#357546
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
עס איז מיר א גרויסע חידוש. ווייל אויבנאויף זעהן זיי אויס ווי זייער פריינטליך און הילפלעך
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 9:15 pm#357548
ס'איז מעגליך, איך בין נישט זיכער אין דעם, אז זיי האבען א געפיהל אז יעדער וויל זיי עפעס צונעמען, יעדער האט עפעס קעגן זיי. למעשה, צווישען היימישע אידען זענען זיי אראפגעקוקט, און זיי קוקן עס אן ווי די אמאליגע התנגדות וואס מ'דארף באקעמפן.
אפשר, קען זיין.
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 9:33 pm#357552
שבת אחים האט געשריבן:איין זאך האט ער נישט אויסגעלערנט זיין עולם, איז "חסד", פון דעם האט ער אינגאנצן פארגעסן. איך בין אסאך ארומגעפארן אין די וועלט אין מיין לעבן, און איך האב באזוכט גענוג און נאך 'חב"ד הייזער', רוב פון זיי שטייען נאר פאר די איין סיבה - צו מאכן בעלי תשובה און לייגן תפילין פאר מענטשן, אבער זיי וועלן דיר קוים געבן א גלעזעל וואסער אדער ארויסהעלפן א צווייטן איד, זיי זענען גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע מיסיאנערן להבדיל


קודם זעה איך אז די ביסט נישט אזא גרויסע בעל עבירה ווי געוויסע חברי השטיבל טענה'ן, והא ראי' אז די חב"ד'סקער האבן דיך נישט פראבירט מחזיר בתשובה זיין.

אבער ערענסט גערעדט, ס'מיר א גרויסע חידוש וואס די זאגסט ווייל אין די חב"ד הייזער ווי איך האב באזיכט זענען זיי יא געווען זייער העפליך.
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 9:50 pm#357554
א איד האט געשריבן:בנוגע די קאלעדזש, האב איך געהערט לעצטנס פון איינעם, אז ער איז אהין געגאנגען עפ"י בקשת חותנו הריי"ץ מליובאוויטש זי"ע, צו זיין מיט זיין ווייב.
איינער האט שוין געהערט פון דעם?

ס'איז מסתבר: ווייל איך האב געליינט ערגעץ וואס א שרייבער האט באשריבן די גאנצע השתלשלות פון זיין קומען בכלל צו די משפחה פונ'ם מהריי"ץ. און בשעת די רשעות'דיגע קאמוניסטן ימ"ש האבן ארעסטירט דעם מהריי"ץ אין א ליל ששי, איז ר' מ"מ דארט געווען. און ער איז נאכנישט געווען אפיציעל דער חתן. דער שרייבער דערמאנט זיין אנוועזנהייט ברמיזה..."אז דער גאסט איז אויך אנגעקומען צו די דירה פונ'ם מהריי"ץ"...!...ווייל ער האט אויך שטודירט אין לענינגראד'ער אוניווערזיטעט, וואו חיה מושקה איז געווען א סטודענט'קע...!
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 10:05 pm#357560
שמעון וואלף,
אינטערסאנט, איך בין פונקט יעצט די לעצטע סוכות געוועהן אין טיילאנד און אויפן גאס האב איך גערעדט צו מיין חבר אין אידיש, פלוצלוניג טרעפט מיך אן דארט דער חבדסקער ראביי פון בענקאק מיט א לאנגע בארד און ער קומט גלייך צו צו אונז מיט א לולב און אתרוג און ער האט געפרעגט ״איהר האט שוין געבענטש אתרוג״? מאכט א ברכה! אזויווי ער האט געזעהן מיט וועמען ער האט דא צוטוהן אז אונז זענען געווזענע חסידים פון ברוקלין האט ער זיך אפגעפיצט פון אונז זייער זייער שנעל, ער איז אוועקגעלאפן פון דארט אן אפילו זיך טעהנן. דעמאלסט האט מיין חבר זיך אנגערופן אז סאיז באוויסט אז ביי די חבדסקער זענען די היימישע אטד״ס די ערגסטע! ערגער פון גוים גמורים ליידער! אויב ביסטו נישט א פעטענציעאל בעל תשובה ביסטו גארנישט ווערט ביי זיי, וואס זיי כאפן זיך נישט אז מקרב זיין א אידיש קינד איז פונקט אזא מצוה ווי שאקלן לולב און בלאזן שופר. ביי אטד״ס דארט ענדיגט זיך זייער ״גרויסע טאלאראנץ״ וואס זיי האבן צו א יעדע איד! זייער ׳אהבת ישראל׳ איז לימיטעט און נעגאושעבאל.

נישט די מעשה האב איך געהאט בדעה צו פארציילן פון מיין אייגענע עקספירענס וואס כהאב פריער געשריבן, נאר פון א אנדערע מעשה ווען איך בין געוועהן אין קאלאראדא פאריאר מיט בערני סענדארס ווי כהאב פערזענליך איינגעזעהן אז חב״ד הייזער האט גארנישט מיט קיין גמילות חסדים סאיז ביי זיי צוויי באזונדרע זאכן, איך גיי עס באלד בלינ״ד פארציילן, כהאב דעמאלסט געשריבן א לאנגע מגילה פאר ונבנתה אין אישי מיט די דעטאלן פון די גאנצע מעשה, כ׳וועל עס אפירזוכן און עס ארויפלייגן.
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 10:09 pm#357562
זי האט איהם גאר געווארנט פון פענסטער נישט אריין צו קומען ווייל עס זענען דא געסט
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 10:10 pm#357563
.
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 10:11 pm#357564
mevakesh האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:בנוגע די קאלעדזש, האב איך געהערט לעצטנס פון איינעם, אז ער איז אהין געגאנגען עפ"י בקשת חותנו הריי"ץ מליובאוויטש זי"ע, צו זיין מיט זיין ווייב.
איינער האט שוין געהערט פון דעם?

דאכט זיך זיין ווייב איז נישט געווען אין קאלעדזש נאר זי איז געגאנגען קיין בערלין וועגן איהם
די חבד חסידים טענהן אז זיין שווער האט איהם געשיקט אויפטוהן דארט אבער לכאורה איז דאס הוילע פאנטאזיעס

מבקש: אנטשולדיג פאר זיך דינגען איבער פאקטן. אבער די טאכטער חיה מושקא איז יא געגאנגעןאין שטודירן אין לענינגראד אוניווערזיטעט. איהר שוועסטער, די רביצן חנה גור אריה ע"ה איז נישט געגאנגען אין קאלעדזש...!
דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 10:28 pm#357565
אין בערלין אויך?
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 2:19 am#357576
טמיר האט געשריבן:עס איז מיר א גרויסע חידוש. ווייל אויבנאויף זעהן זיי אויס ווי זייער פריינטליך און הילפלעך


ATUB @שבת אחים ATUB איז הייליג גערעכט מיט זיין נקודה. די אלע שליחים זוכן צו שטיין ווייט פון היימישע, דער אפיציעלער תירוץ דערויף איז אז זיי זענען אויף א מיסיע צו מאכן בעלי תשובות און נישט צו סאושעלייזן מיט היימישע. אבער מיין בליק דערויף איז ווייל דער רב מאכט פרנסה פון רייטן אויף זיינע בעלי עבירה, ער פארקויפט זיי טליתים תפילין סידורים מצות פלייש מקום קבורה מנורות מזוזות המן טאשן און וואס נישט, דערנאך רעכענט ער פארן אנפירן שמחות יארצייטן מעמבערשיפט מי שברך׳ס עליות און כל מיני אנדערע סערוויסעס ווי אויך האט ער עפטער סקול קלאסן פאר די יוגענט און סיניאר סערוויסעס פאר די עלטערע, דאס איז אלעס חוץ די דאנעישאנס, דער באטרעפנדער צאלט גערן וויפל און וואס מ׳בעהט אים ווייל דאס איז זיין איינציגער קשר מיט אידישקייט און דערמיט ערפילט ער זיין ספיריטשעל ליידיגקייט וואס פלאגט אים (דער זעלבער סיבה פארוואס דער גוי גמור אויף פיפט עוויניו איז מסכים אנצוטוהן תפילין און שאקלען לולב) און די לעצטע זאך פעלט אויס פאר א חבד רב אז א וויזניצער צו א סאטמערער חסיד זאל דערשמעקן ווער זיינע שטיצער זענען, און דירעקטירן די טשעריטי אין א אנדערע ליניע, דעריבער מאכן זיי זיכער אז היימישע זאלן זיך נישט צופיל היימיש מאכן ביי זיי אין גארטן, זיי מאכן א קירוב רחוקים וריחוק קרובים.


וואס מיר איז נאר שווער איז טאקע דא א מצוה צו א מנהג טוב צו נעמען א האלבער איד, וואס זיין זיידע איז שוין געווען אסימילירט נאר זיין עלטער עלטער באבע פלעגט האלטן יום כיפור און אים געבן שנאבס שבת אינדערפרי?
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 10:18 am#357582
שבת אחים האט געשריבן:איין זאך האט ער נישט אויסגעלערנט זיין עולם, איז ״חסד״, פון דעם האט ער אינגאנצן פארגעסן,...


ליידער אלעס וואס די זאגסט איז זייער אמת אבער נישט מיט די גרעסטע מאס שארפקייט ווי די זאגסט אז ס'פון רשעות אויס, זייער ציל און לעבען איז בכלל נישט די זעלבע ציל ווי ביי א צווייטן ס'איז אן אנדערע אגענדע.

ווי פיל די דורכגעפאלענע פון אונזער סיסטעם (עיין בנושאים העומדים על הפרק כעת כאן בק"ש...) וועלען זיך אפרעדען, ווייסט מען אבער אז אין בודקין למזונות אדער ס'איז אייביג דא דא שכל'דיגע ווארימע יודען וואס ווייזען ארויס געפול און פלאץ פאר שוואכע נשמות וכהנה. בקיצור, חסד האט נישט צו טון מיט אידילאגיע אדער יודישקייט. און חב"ד אבער איז בכלל נישט דא אונזער גאנצע גוטסקייט אפאראט וואס חסידישע אדער אפילו בני ישיבה און סתם ארטאקאסישע געמיינדעס אין די סטעיטס האבן.

אלטס האט צו טון מיט'ן אגענדע פון ראטעווען נשמות פון א' ביז ת' און אלעס אינדערמיט און דוקא לויט זייער שיטת אין רעליגיע. ומעשים בכל יום יוכיחו פאר די אלע וואס זענען אביסעל ארויס פון די ד' אמות פון די 11211 און 11219 עריע קאודס.

ס'שטימט ממ"ש מיט'ן אלטן באוויסט ווערטעל אז Lubavitch is the closest religion to Judaism ווייל די חילוק פין תלמידיו של אברהם אבינו און להבדיל די אנדערע "הייליגע" איז רחמנים ביישנים (?...) וגומלי חסדים.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 10:21 am#357584
און איך בין גאר דער מתנגד......
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 10:38 am#357586
דער חילוק איז נאר אז אין דיין רב שך ארטיקל האסטו קאמפליטלי דינייד די מעלות פון אדמו"ר מה"מ נ"ע. און די זעלבע גייט פאר די אנדערע אנטי-חסידות קאמענטארן. אדרבה, אז דו ביסט דער מתנגד צווישן די האסידים דא, קלער אויף די שיינקייט פון עולם הישיבות און זייער ברייט סייד, מ'זאל זיך לערנען עפעס דערפון. א יעדער האט האט א גוטע זייט צו זיך.

דא איז געווארן די רעדע ספעסיפיקלי פון די ליובאוויטשער גוטסקייט.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:01 am#357587
איך האב גערעדט לגבי דער מחלוקת אויף איהם. אסאך מעלות האט ער געהאט, נאר א וועלטס ת"ח איז נישט איינער פון זיי. און ווען מ'רעדט פון דער פסק עפ"י תורה, מוז מען ברענגען פון תורה, וכמו שביארתי שם בטוטו"ד.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 1:16 pm#357600
איך ווייס נישט פון ווי איהר נעמט אזא זאך
ער איז געווען א געוואלדיגע תלמוד חכם ער איז געזעצן און געלערנט 10 12 שעה א מעת לעת
חוץ פון דאווענען און אויפנעמען מענטשען פאהרן צום שווער'ס ציון אויפנעמען מענטשן וכו'
און נאך זאכן אין זיין פארנומענעם טאג
סתם שיסן אהן קיין Base איז נישט קיין חכמה
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 1:53 pm#357610
ער האט דאך געדרוקטע תורה. מ'דארף נישט אנקומען צו קיין מעשה'לעך.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 2:11 pm#357611
זיין געדרוקטע תורה איז ע"פ חסידות, ער זוכט נישט דארטן צו רעדן סתם תורה.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 2:14 pm#357614
ער האט בנגלה אויך. און פאר עפעס א סיבה איז מען עס נישט מפרסם ווי די אנדערע....
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 2:39 pm#357617
נאר איינער מיט געדריקע תורה מיינט אז ער האט געקענט לערנען?
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:30 pm#357626
קודם כל, דעס וואס מ'זעט נישט זיין תורה דארף מען גארנישט אננעמען אז ער קען.

דא איז אבער אנדערש. ער האט יא געדרוקטע תורה, נאר גאנץ שוואך. איך בין געפאדערט צו גלויבען אז ער האט באמת באהאלטן זיין קענשאפט און נאר געדרוקט די שוואכע תורה?
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:32 pm#357627
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער האט בנגלה אויך. און פאר עפעס א סבה איז מען עס נישט מפרסם ווי די אנדערע....

וואס מיינסטו צו זאגן, אז די לובאוויטשער חסידים שעימען זיך מיט זייער רבין'ס כתבים און נגלה און פארדעם איז מען עס נישט מפרסם? דו טראכסט פאר דו שרייבסט?
אבער אזויפיל בוסטו יא מודה אז די חסידים זענען נישט אזעלכע אמעראצים ווי די רבי ווייל זיי פארשטייען אז מ'קען דאס נישט דרוקען..
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:43 pm#357629
מ'רעדט דא פון חסידים? מ'רעדט פון די קענשאפט פון דער ליובאוויטשער רבי. קיין שום געדרוקטע זאך פון איהם ווייזט מער ווי דער באבובער רבי צו וואס. קוק אין שערי הלכה ומנהג צו זיין ביאורים אויף רמב"ם
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:27 pm#357639
אה כ'האב פארגעסן.. רב שך האט דאך געשריבן דעם אבי עזרי אופ'ן רמב"ם. אוודאי, זיכער האט נאר ער פארשטאנען צו דעם און יעדער וואס האט געשריבן א חיבור אופ'ן רמב"ם און דער לעצטער פערציג יאר איז שוין אוטאמאטיק אן עם הארץ...
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:34 pm#357642
דו דרייסט אהין און אהער. האסט א ספר פון דער ליובאוויטשער רבי'ן וואס ווייזט זיין גדלות אין נגלה?
ס'איז דא פלאץ פאר מער ווי איין ת"ח אין דער וועלט. נאר פארצופאל איז דער ליובאוויטשער רבי נישט דער צווייטע, וכאשר יעידו עליו ספריו
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:35 pm#357643
.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 5:19 pm#357658
אויף נגלות התורה, דערווייל:
1) תשובות וביאורים
2) הדרנים על הרמב"ם
3) הדרנים על הש"ס4
4) שנים אוחזין על פאר הראשון בבא מציעא
5) ליקוטי תורה - לשיטתייהו
6) הגדה של פסח ביאורים
7) רשימת המנורה
8) ביאורים וחידושים על ספר מנחת חינוך
9) עיונים בפרשה גאר א גאונישע ספר
10) אויסער דעם אין די סעריע 'ליקוטי שיחות' (ל"ט כרכים) איז כמעט דא אויף יעדע פרשה א פלפול.
11) אין די ערשע עטליכע בענדער 'אגרות הקודש' איז פארהאן אן א שיעור און א געוואלד פון תשובות ממש על כל מכמני התורה.


יעדע שבת האט דער רבי געזאגט:
1) שיחה
2) מאמר
3) פלפול בענינה דפרשה או בענינה דיומא
4) ביאור עיון ע"ד עמקות אויף פירוש רש"י (ל"נ זיין מאמע)
5) ביאור אויף איינע פון די הערות וואז זיין טאטע האט המקובל רבי לוי'ק האט געשריבען אויף תנ"ך, תניא וכיוצ"ב)
משום איזה סיבה שהוא דריקן זיי עפ"י רוב די שיחות.

בדרך כלל אויב קוקט מען אריין אין די סעריע 'תורת מנחם - התוועדות' דערווייל האלט דאס ביי 103 כרכים קען מען טרעפען כדי והותר לרחצה אויף נגלות התורה, וה"ה אין די אויבערדערמאנטער 39 בענדער פון 'ליקוטי שיחות'.

אז מ'וויל טרעפט מען שנעל און פלינק, אז מ'וויל טרעפען קען עס ליגן הארט פאר דיינע אויגען און דו וועסט דאס נאך אלץ נישט זעהן!
יעדע שבת קומט ארויס א קונטרס 'לקראת שבת' וואס פארמאגט אויך א פלפול אדער א עמקות'דיגע חידוש אדער וביאור בסוגיות הש"ס.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 5:46 pm#357660
דוכט זיך אז ס'פעלט דא reading comprehension
איך האב געזאגט אז ס'איז נישט געדרוקט גארנישט פון איהם?