Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

קאווע שטיבל • פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10293
זונטאג מערץ 20, 2016 8:10 pm#325769
פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל
ווען קעלנער האט מודיע געווען די טרויעריגע בשורה אפאר וואכן צוריק אז קאווע שטיבל גרייט זיך צוצומאכן, האט זיך ערווארבן א שמועס דא איבער פארוואס אסאך אלטע ניקס באזוכן דא אזוי ווייניג, צו ווייל די שטיבל האט זיך גערוקט רעכטס, צו לינקס, צו וועגן צענזור, וויל איך דא זאגן פארוואס איך בין אוועק.

איך האב געטראפן אינטערעסאנטערע פלעצער.

וויאזוי קען דאס זיין? קאווע שטיבל איז דאך א מקור החכמה, פערל ווערטער וואלגערן זיך אויף די געסער, בריליאנטן גענוג ווי שטויב, טא ווי קען דאס זיין אן אינטערעסאנטערע פלאץ ווי דא? כ'עב ענק זאגן דעם אמת אז אין אנהויב האב אויך אויך אזוי געמיינט, אבער כ'האב מיך געטראפן שפענדען מער און מער צייט אויף וואטסעפ און אנדערע סאציאלע נעטווארקס. כ'האב מיך געווינדערט פארוואס איך פארליר אינטערעסע אין מיין באליבטע קאווע שטיבל, וואס פעלט אין שטיבל וואס איך טרעף ערגעץ אנדערש. און איך וועל ענק מגלה זיין די סוד וואס ס'פעלט דא. דאס אז פופציג פראצענט פון יהדות החרדית איז באגרעניצט פון קאמענטירן דא געהעריג. וועלכע פופציג פראצענט פרעגט איר? יא, איר האט צוגעטראפן, פרויען.

יא, איך ווייס אז געוויסע וועלן גלייך אוועקמאכן, "דער בעל תאוה האט זיך פארגלוסט אביסל מרבה שיחה זיין", "אפשר רעדט ער זיך איין ער וועט אנקומען ערגעץ מיט יענע פרויען, נעבעך..." אבער איך שרעק מיך נישט פאר די קריטיקירער, דעם אמת מוז געזאגט ווערן. דאס פרויע'ישע מין גיבט צו סובסטאנץ צו א שמועס, א פערספעקטיוו, א דינאמיק, וואס פעלט דא אין קאווע שטיבל, און ס'האט גארנישט צוטוהן מיט תאוה.

רוב פון אונז זענען אויפגעוואקסן אין חרדישע סאסייעטי וואו פרויען ערפילן געוויסע ראלעס, זיי זענען אונזערע מאמעס, ווייבער, זיי קאכן פאר אונז, וואשן, זעען נאך אלע אונזערע געברויכן, גיבן אונז מוטערליכע און פרוי'ישע ליבע, ביים שבת סעודה קענען זיי אויסהערן וואס די מענער שמועסן, אדער שמועסן זיי באזונדער אין קיך, צומאל ווען די שמועס איז עפעס וואס אינטערעסירט זיי קענען זיי זאגן א דעה, א מיינונג, אבער דאס איז נישט זייער עיקר ראלע. פשוט ווייל אונזער טראדיציאנאלע געזעלשאפט האט באשטומטע ראלעס פאר יעדן איינעם, און זיין א מענטש צום טיש, א גלייכע דעה זאגער, א דענקער, א פשט זאגער אין די סידרה, א מיינונג האבער אויב די אהרונים אדער זאלוינים זענען גערעכט, צו גיוס בני ישיבה איז א פראבלעם, דאס איז נישט זייער ווירטשאפט.

די פאקט איז אבער אז מענער און פרויען קאמפלעמענטירן איינער דעם צווייטן, פונקט ווי חז"ל האבן געזאגט אז א בחור אדער מיידל איז א פלג גופא, וויבאלד ווען ער\זי פארט זיך צוזאם מיט זיין\איר פאר ווערט א נייע בריה באשאפן, א טראדיציאנאלע פאמיליע, א פאר וואס קען ברענגען קינדער, אויפשטעלן א שטוב. צווישן זיי ביידע איז דא ווער ס'זאל אריינברענגען פרנסה, אכטונג געבן אויף זייער סעיפטי, וואשן, קאכן, וכו'. די זעלבע קען געזאגט ווערן וועגן א סאסייעטי, א קולעקטיוו, ווען ס'איז נאר דא איין האלב איז עס א פלג חבורה, ס'פעלט עפעס. פונקט ווי איר פארשטייט אז אויב וועט מען נאר אריינלאזן מענטשען פון איין חסידות, עידזש גרופע, אדער פינאנציעלע שטאפל, וועט פעלן די פערספעקטיוו פונעם אנדערען האלב, די זעלבע איז דא, ס'פעלט דא די פערספעקטיוו פון א גאנצע פופציג פראצענט פון אידיש רעדענדע אידן.


די וועג וויאזוי די מענערישע און פרויערישע מוחות אנאליזירן א נושא איז אנדערש, נישט אז איינס איז בעסער פונעם צווייטען, נאר אנדערש, מיטן האבן ביידע פערספעקטיוון באקומט מען א פולערע פיקטשער, און נאך אלעמען זענען זיי א האלב פון אונזער מענטשהייט, אונזער קולטור, אונזער קאלעקטיווע באוויסזיניקייט, פארוואס זאלן מיר אפשפארן א האלב מענטשהייט פון קאווע שטיבל, און פארוואס זאלן מיר זיך אפשפארן פון האלב מענטשהייט?

******

מיר האבן אויפגענומען מיט גרויס שמחה די בשורה טובה אז דאס ערגסטע איז פארמיטן געווארן, קאווע שטיבל בלייבט לעבן נאך א טאג, וויל איך טאקע באגריסן דעם ATUB @קאפיטאן ATUB פארן זיך אונטערנעמען דאס אויפגאבע פון קעיר נעמען פונעם זייטל, דיעלן מיט דעם עם קשה עורף, מייסעלף אינקלודעד, און מיר האפן אז דאס שטיבל זאל טאקע בליען אונטער זיין וואך, להחזיר ימי שטיבלנו כקדם, וגדול יהיה כבוד הבית האחרונה מהראשונה. מיר האפן אז ער וועט אנהאלטן די טראדיציע פון פירן דאס פלאץ דורך דעמאקראטיע, און אז רוב ציבור זאל מחליט זיין על הן הן ועל לאו לאו.

*******

ווען דער שטיבל האט זיך געעפענט האט זיך דעמאלס געטוהן דא א מדובר איבער לייגן בילדער פון פרויען, געווען אזעלכע וואס האבן געטענה'ט אז ס'איז קעגן הלכה, און אויב וועט מען דאס ערלויבן וועלן זיי אוועקגיין, אנדערע האבן אפגעשלאגן אז ס'האט מיט הלכה גארנישט צו טוהן, ס'איז נישט דא קיין איסור אויף לייגן בילדער פון פרויען סתם אזוי, צום סוף איז געבליבן א מין פשרה, אז מ'קען לייגן אין געוויסע פעלער יא, געוויסע נישט, אזוי צו אזי.

אזויווי מ'האלט יעצט ביי א מצב פון אריבערגאנג וואלט געווען א גוטע צייט צו מאכן א חשבון הנפש איבער דעם געביט. אזויווי ראובן מיט זיין שווערע הארוואניע האט שוין איבערגעוויזן שווארץ אויף ווייס אז בילדער פון פרויען איז קיין פראבלעם מצד ההלכה, און אז די פרומסטע שטרעמען אין חרדיזם פלעגן לייגן בילדער אין זייערע צייטונגען און זשורנאלן, בעפאר מיר זענען געשלאגן געווארן מיט די אכשר דרא מחלה. דאס ליינען וואס פרויען שרייבן איז זיכער נישט קיין פראבלעם, די פרומסטע היימישע אויסגאבע -די מעלות- איז רובו געשריבן דורך פרויען, וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל דא עפענען די טויערן פארן בעסערן מין, לראות ולהראות, אונז זענען גרויסע קינדער, מיר קענען ביהעיוון אפילו ווען ס'דרייען זיך דא יעניגע וואס זענען געבוירן מיט א גוף וואס איז אביסל אנדערש פון אונזערס, און מיר קענען זיך באהערשן ווען מ'זעט בילדער פון נארמאל געקליידטע פרויען.

מיר זענען אלעמאל מלא טענות אויף די היימישע אויסגאבעס פארן נאכשפרינגען יעדע אכשר דרא משוגעת, צו מיטן מעקן פרוי קלינטאן פון א בילד, אדער ביים איבערדרייען נייעס געשעענישן פון פרויען צו מענער, וויאזוי קענען מיר מאנען פון זיי, ווען די פאן טרעגער פון אפענקייט און גלייכקייט אין יהדות החרדית באגייט זיך מיט די זעלבע היפאקריטסווע?

לאמיר זיך צוזאמען נעמען און אפשטעלן די דיסקרימינאציע, עכ"פ דא אין שטיבל ווי מיר האבן א כח צו מאכן א טויש, #למעשה!

לייקט אויב איר זענט מסכים.
זונטאג מערץ 20, 2016 8:32 pm#325771
איך לייק נישט ווייל איך בין נישט מסכים אז דא הערשט דיסקרימינאציע, ווער לאזט נישט אריין קיין פרויען?
זונטאג מערץ 20, 2016 8:37 pm#325772
נו, אז ס'הערט סייווי נישט קיין דיסקרימינאציע וואס שטערט דיר צו לייקן?

וועגן דו ווייסט אז ס'הערשט יא. היינט צוטאג איז אקעגן די תקנות פאר א ניק זיך צו רופן מיט א פרויערישע נאמען, אז חנה דבורה שפיגלאייזן וויל מארגן אריינקומען קען זי זיך נישט רופן ביי א פרויערישע נאמען, אירס צו א צווייטענס, און סתם בילדער פון פרויען זענען אויך קעגן די תקנות, אויף ווי ווייט איך ווייס.
זונטאג מערץ 20, 2016 8:38 pm#325773
אגרי 100%, נאר ס'וועלן זיין מער פערווערטירטע מענער וואס פרעטענדירן צו זיין פרויען ווי פאקטישע פרויען.
זונטאג מערץ 20, 2016 8:40 pm#325774
כבר קדמוך

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פון דער גאנצע משא ומתן וויאזוי ס'פארט דא איז מיר משמע אז ס'איז נישט דא קיין ניקס פון דעם פרויענצימער, דאס אליינס פאר זיך איז א שטארקע צריך עיון ובדיקה, פארוואס טאקע נישט? וואס זענען זיי אזוי אנדערש? וואס איז אין אונזער חינוך משפיע אז אזא פשוט'ער קאווע שטיבל זאל זיין גענצליך פרויען ריין??

זאגט מיר נישט אז פרויען באלאנגן אין די קאך וואשן די שמוציגע וועש, אז א קאמפיוטער איז נישט פאר פרויען, אז יידיש איז נאר פאר מענער וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש ווי די פרויען, ווייל הא גופא ונשמתא קושיין, מאי שנא האי מהאי???

געפילטע פיש האט געשריבן:פאר היימישע פרויען פעלט נישט פארום'ס, א שטייגער ווי איים-א-מאדער וכדו', די אידיש גייט זיי נישט אין לעבן, ס'איז זיי גרינגער אין ענגליש.
זונטאג מערץ 20, 2016 8:50 pm#325778
אסאך וואסער האט שוין געפלאסן אינעם האדסאן זינט דעמאלס, איך האב געטראפן נייע מענטשען, געהערט נייע דעות, און איך זע אז איך האב זיך דעמאלס טועה געווען.
זונטאג מערץ 20, 2016 8:56 pm#325779
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:איך בין אויך נישט קיין סעקסיסט און מיט דעם אלעם פארשטיי איך אז אויב די פרויען און מיידלעך דא זאלן זיך רופן מיט זייערע ווייבערישע נעמען וועט שוין איינמאל נישט זיין דא 'רואיג', ס'וועט פליען שטעכערייען מיט קאמפלימענטן ווי זאמד אין מדבר סאהארא, ס'וועט פארלירן יעדען חן און נארמאלקייט, איך פארשטיי אז די מנהלים דא זאלן עס נישט צולאזן. דאך האט מיר שטארק געוואונדערט אז אין גם אחד?? אזעלעכע ניקיס וואס טראגן נעמען פון טראקס און פיליזאפישע טערמינען וכדומה קענען ווען פונקט אזוי זיין פרויען ווי מענער, און למעשה לא מיניה ולא מקצתיה, נישטא קיינער דא וואס האט בכלל אן השגה וואס טוט זיך אין די הערצער פון יענע זייט מחיצה, מ'שרייבט זיך דא ארום ווי כאילו די גאנצע פרויען עקזעסטענס איז לא היה ולא נברא, אפילו קיין משל נישט, דאס וואונדערט מיך, הצרי אין בגלעד, נישטא קיינער, וואס איז פשט דערפון? הדרת נשים??


דאס האט כעלעמער דארט געשריבן אין זיין צווייטע תגובה.
למעשה, ס'קען אויסקוקען אדער אזויווי כעלעמער האט עס ארפכעלייגט, אדער פונקט פארקערט. די שמועסן וועלן דא ווערן מער ערענסטער און העכסט באלערענד אז ס'וועט זיין א נחת אריינצוקומען דא.
זונטאג מערץ 20, 2016 8:57 pm#325780
Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל
למעשה איז די הלכה חלק דערפון נישט אזוי פשוט. קאמפלימענטירן, באגריסן, אישי'ען, אלע פשוט'ע זאכן וואס מען טוט אויף א דעילי בעיסיס קען זיין פראבלעמאטיש הלכה'ווייז. ס'קען זיין אז ס'איז שייך צו טרעפן היתירים, אדרבה זאל זיך א דיין אריין ווארפן אין די שאלה און מברר זיין לעומקה.

נאכדעם וועט דארפן קומען א גרויסע 'מענער - פרויען 101' און מען וועט דארפן מסביר זיין און אריין לייגן אין ביידע זייטנס קעפ אז דער ציל איז פשוט צו פארברענגען און שמועסן אינאיינעם, און פלוני האט גארנישט געמיינט, און אלמונית האט נישט קיין שום פייגעלעך אין קאפ. זאכן וואס זענען בעיסיק אין די אלגעמיינע וועלט, אבער ביי אונזער אום - עדיוקעיטעד עולם (אין דעם פרט) איז דאס כסדר גורם מכשולות, דמיונות און נסיונות.

און הערשט נאכדעם דארף מען זען צי עס איז טאקע אינטערעסאנט בכלל צו פארברענגען אינאיינעם, ס'איז בכלל נישט א דבר מוכרח. למשל אין אייוועלט וואלט עס געווען א דיזעסטער מיט די עווערעזש היימישע פרויען. ק"ש וואס הייבט נאטירליך אן מיט די קלוגערע עלעמענט, קען זיין עס וואלט געארבעט בעסער.
זונטאג מערץ 20, 2016 8:58 pm#325781
געפילטע פיש האט געשריבן:נו, אז ס'הערט סייווי נישט קיין דיסקרימינאציע וואס שטערט דיר צו לייקן?

וועגן דו ווייסט אז ס'הערשט יא. היינט צוטאג איז אקעגן די תקנות פאר א ניק זיך צו רופן מיט א פרויערישע נאמען, אז חנה דבורה שפיגלאייזן וויל מארגן אריינקומען קען זי זיך נישט רופן ביי א פרויערישע נאמען, אירס צו א צווייטענס, און סתם בילדער פון פרויען זענען אויך קעגן די תקנות, אויף ווי ווייט איך ווייס.

בנוגע ניק נעמען איז שטארק גילטיג ראובן'ס טענה. בנוגע בילדער געדענק איך נישט אז די מתנגדים זאלן אריינקומען דיסקרימינאטיש, זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי ווילן זיך היטן די אויגן. אבער בפועל האט מען געשטערט א פרוי צו שרייבן דא? איינער האט דא געוויזן דעם טיהר פאר ווענוס? (זי איז אריינגעקומען לייקן דעם אשכול...) איינער האט דא געשטערט מרת. אפטע? איינער שטערט דער געוואגטע אינגל'טע?

נאדיר דעם לייק.
זונטאג מערץ 20, 2016 9:09 pm#325784
נאך אלעם קומט די קשיא, וויאזוי דרעפט מען אריין פרויען? וויפיל היימישע פרויען וואלט געווען אינטערסירט צו פערטיסיפעטן אין א היימיש אידיש רעדענדע פארום? ואשה בכל אלה לא מצאתי.
זונטאג מערץ 20, 2016 9:13 pm#325785
סהדי במרומים אז דא שרייבן פרויען, טאקע נישט קיין סך, אבער ס'זענען דא אפאר. ביודעי ומכירי קאמינא.

ראובן איז אבער גערעכט אז אזא מהלך וועט אהערברענגן טראק-לאודס לאנגווייליגע פרוכתל'ך פון קווינס. פעיסבוק וטוויטער יוכיחו.
זונטאג מערץ 20, 2016 9:15 pm#325786
Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל
אפטעמיסט האט געשריבן:סהדי במרומים אז דא שרייבן פרויען, טאקע נישט קיין סך, אבער ס'זענען דא אפאר. ביודעי ומכירי קאמינא.
.

איך האב מורא אז זיי זענען אוועק מיט די מענער...
זונטאג מערץ 20, 2016 9:20 pm#325788
ראובן האט געשריבן:אגרי 100%, נאר ס'וועלן זיין מער פערווערטירטע מענער וואס פרעטענדירן צו זיין פרויען ווי פאקטישע פרויען.

די שאלה איז אויך וואס גייט מען טון נאך מ'געפונט אויס אז פאקטיש זענען זיי נישט קיין פרויען.

איך מיין אז ס'איז נישט אזוי שווער צו דערשנאפן אזא התנהגות.
זונטאג מערץ 20, 2016 10:51 pm#325817
כבעהט למען השם נישט צו הערן געפילטע׳ס טענה.
ס׳זאל דא ארויף קומען איין פרוי מיטן נאמען רבקה פעפערקארן מיט א פרוישע עוואטער, וועט דא ח״ו ווערן א היים סטאנציע פון די שווארצע זאקן חזירים, מאלעסטערס, שמוציגע פארזאנען וואס קיינער וויל נישט זיין מיט זיי אויפ איין פארום.
סאיז ברייט באקאנט פארן חשובע ציבור א ביי אונז הערשט א מוראדיגע תאווה פשוט צו טשעטן מיט א פרוי, אסאאאאך מער ווי ביי די מאדערנע, פשוט ווייל ס׳איז דא אזויפיהל פון אונזערע וואס האבן נאכנישט ארויס געטרויטען אויפן גרויסע וועלט, נאר זיצן אנגעמאכט אין ביהמ״ד אדער אין כולל, אין לעכצען נאך פרויען.
געבט א באזוך צו פאליש פאר א רגע וועט איר זעהן ווי רוב שמוסען דארט זענען ווי מקען טרעפן היימישע טשעטס וגו׳.ליידער איז אונזער קרייז נישט געלערנט ווי אזוי צו פיהרן צום פרוי. די מינוט זיי זעהן א פרוי צינד זיך או א לעקטער. בווםםםם. לאמיר טרייען טשעטן מיט יענער.
אלץ וואס זיי ווילן איז ליידער שטילן די תאווה אין פארגעסען פון די 250 פונטיגע שפיצל פיהל מיט פימפעלס וואס זיצט אין די היים אויסגעשטרעקט אויפן קאוטש מיט גרויסע ווייסע סניקערס.
פעיסבוק יוכיח. ס׳איז ביי מיר נישט קיין ספק אז טאמער מ׳פרעגט אן ביי א פרוי וואס האט א עקאונט דארט מיט א בילד פון זי, וועט זי קענען מייעד זיין בפה מלא אז ס׳איז זייער שכיוחדיג אז זי זאל באקומען פרייוועט מעסידז פון אונזערע ברודער.

אבער סתם א פרוי וויל דא ווערן א ניק אין ארום רעדן גלייב איך נישט אז סהערשט א דיסקרומנאציע דערצי, אין כווייס פון א פאל ווי א היימישע פרוי האט דא געהאט א ניק אין זי איז ארויס מיט גאנצע ביינער.
יעצט צו די געפילטע, א אנדערע וועבזייטל ווי מרעדט אזוי ברייט ווי דא וועסטו נישט טרעפן לכאורה, זאדזע מוחל, ווילאנג אונז לערנען מיר נישט אונזער געמיינדע ווי אזוי זיך צו פיהרן מיט די אנדערע סארט דזענער בלייב צווישען אונז, לאז אונז איבער מיט דיינע קלוגע רייד אין זיי מהנה אונזער קהלה קדושה.
זונטאג מערץ 20, 2016 11:29 pm#325821
צוויי וואכן צוריק איז געווען א ארטיקל פון ראביי יוסי ראזענבערג אין יתד, צווישן שרייבט ער:
In the Telegraph piece, the female rabbi bemoans the “erasure of women from [our] society” and the lack of “female role models” for our boys. She declares that “it leaves impressionable young men with a deeply unhealthy perception of women.” One wonders what religion she is speaking of, for she – a self-proclaimed feminist – seems to have completely and curiously missed thousands of years of Jewish female role models with whom the average Orthodox boy and girl is acquainted since pre-school.

We, who believe in the wisdom of Torah – given by G-d – understand how living according to its precepts leads to the healthiest of lifestyles. After all, the same G-d Who gave us the Torah created the world and its many life forms. Only those who place a higher premium on progressive lifestyles than on Torah wisdom frown on the inconvenient facts that fail to jibe with the politically correct fantasy world they imagine.

Typically, the piece in the Telegraph fascinatingly states that the absence of women’s pictures has “of late become standard practice in Ultra-Orthodox periodicals, etc.” Archives of Orthodox Jewish periodicals and newspapers going back hundreds of years are readily available for any educated person who wishes to peruse them. Whether halachically mandated or not, the practice of “Ultra-Orthodox” papers not including women’s photos is nearly universal and goes as far back as the archives go. As such, to label this as some sort of new practice and wonder what terribly tragic results will ensue indicates an ignorance of the subject matter upon which one pretends to opine
זונטאג מערץ 20, 2016 11:29 pm#325822
כ'שטילע ועוד. ס'איז זייער קלאר אז ווען ווערט דא א ווייבער הויף מיט אנערקענטע פראפילן וועט דער שטיבל צוגרונד גיין איינס צוויי אין אלע הינזיכטן. דאס איז ליידער דאס טרויעריג מציאות מיט אונזער עולם ווי שטילע ברענגט ארויס מען קען דעם פאקט נישט טוישן. די וואס ווילן באמת צוגעבן שרייבן שוין לאנג דא עס פארט גוט. לאזן אפענע פרויען ניקס וועט קלאר נישט ארבעטן.

ליבי אומר לי, די געפילטע פארשלאגן האבן נישט טובת השטיבל בדעה ודו"ק.
זונטאג מערץ 20, 2016 11:30 pm#325823
דא איז א לינק צו יענע קאלום פון ראזענבערג
m https://yated.com/12192-2/ m
זונטאג מערץ 20, 2016 11:33 pm#325824
ס'וויל זיך לייקען, געפילטע, פשוט ווייל איך בענק זיך נאך דיר. אבער איך דיסעגרי 100%. איך האלט אז געוויסע מענער האבן א געוויסע רעספעקט / שוואכקייט פאר א פרוי'ס מיינונג, עכ"פ בפניה, און ס'לאזט זיך שווער מגיב צו זיין בכל חומר הדין. ממילא, איז בעסער אז מ'זאל נישט וויסן די גוף-פיגור פון א ניק, כדי צו לאזן די שמועס לויפן נעטראל.
דער אמת מוז געזאגט ווערן, אז ווען ניק'ס קענען זיך, קומען נישט די תגובות ארויס מיטן גאנצען נאקעטע אמת. נאך מער, אמאל האלט מען זיך צוריק פון קריטיקירן, פשוט כדי נישט צו באליידיגען "יענעם", אבער ווער יענער איז virtual only איז די צונג פריי...
למעשה, ביסטו דען זיכער אז ס'נישט דא קיין (ארגינעל געבוירנע) פרויען? איך קען באשטיין נישט צו וויסן. וואס אינטרעסירט מיר וועלכע זייט מחיצה @געוואלדיג שטייט ביים דאווענען, ער איז געוואלדיג either way
זונטאג מערץ 20, 2016 11:40 pm#325826
א תירוץ פאר'ן באבע'ן (זיידע'ן). אז ס'וועלן זיין דא פרויען וועט געפילטע טענה'ן אז מ'קען נישט פירן דא א שמועס ווייל מ'לאזט ארויס אונזערע פלעטבושע און לעיקוואדע ברודער וואס ליינען נישט אידיש. ואין קץ לדברי רוח. און לאמיר שוין זאגן רז פרויען וועלן זיך יא באטייליגן דא, פון וואספארא פרויען רעדט מען, פון די פינף פראצענט חסידישע וואס ווילן שרייבן אין ליינען אידיש?

אלזא טייערע געפילטע, דיין תירוץ איז נישט אקצעפטירט. איך גלייב שווער אז די האסט א סאושעל נעטווארק ווי מענער און פרויען קאמיוניקירן אין אידיש. איז די תירוץ פאר דיין אוועקגיין ווייל דיר איז ענגליש פונקט אזוי גוט. אבער אין אידיש איז נישטא בעסערס ווי קאווע שטיבל
זונטאג מערץ 20, 2016 11:50 pm#325829
אויב ס'וועלן זיין דא פרויען אפיציעל וועט מען שיקן א אישי צו מענער ניקס און שיקן א אישית פאר פרויען ניקס
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:02 am#325830
איך עגרי מיט געפילטע, אבער איך קען זעהן די תקלה דערפון. אולי וואלט געווען א פשרה אז א פרויענישע ניק זאל מען נישט קענען שיקן פריוואטע מעסעזשעס.

די מענער וואס רעדן זיך איין אז זיי וועלן זיך איינקויפן עפעס פוינטס מיט א פרוי ווייל זיי עגריען מיט איר, זענען סתם clueless.
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:33 am#325835
דעת תורה האט געשריבן:למעשה איז די הלכה חלק דערפון נישט אזוי פשוט. קאמפלימענטירן, באגריסן, אישי'ען, אלע פשוט'ע זאכן וואס מען טוט אויף א דעילי בעיסיס קען זיין פראבלעמאטיש הלכה'ווייז. ס'קען זיין אז ס'איז שייך צו טרעפן היתירים, אדרבה זאל זיך א דיין אריין ווארפן אין די שאלה און מברר זיין לעומקה.

לאמיר שוין זאגן אז ביזט גערעכט אז קאמפלעמענטירן וכדו' איז אסור, וועגן דעם גייסטו אסר'ן פרויען אריינצוקומען דא? דאס איז כמעט דומה צו נישט אריינלאזן ארונים און זאלוינים וויבאלד מ'קען צוקומען צו הלבנת פנים. מיר דארפן זיין אפען, און יעדער איינער פאר זיך דארף אכטונג געבן זיך צו האלטן ציוויל, און אין די ראמען.

דעת תורה האט געשריבן:נאכדעם וועט דארפן קומען א גרויסע 'מענער - פרויען 101' און מען וועט דארפן מסביר זיין און אריין לייגן אין ביידע זייטנס קעפ אז דער ציל איז פשוט צו פארברענגען און שמועסן אינאיינעם, און פלוני האט גארנישט געמיינט, און אלמונית האט נישט קיין שום פייגעלעך אין קאפ. זאכן וואס זענען בעיסיק אין די אלגעמיינע וועלט, אבער ביי אונזער אום - עדיוקעיטעד עולם (אין דעם פרט) איז דאס כסדר גורם מכשולות, דמיונות און נסיונות.


איר קענט נישט צוגלייכן אונזערע בעזעצענע חבירים דא אין שטיבל צו די עלעמענטן וואס דרייען זיך אויף די נידעריגע ערטער. מיר זענען אויף סאך אן העכערן קליבער, און אונז עקספעקטן מער פון אונזערע חשובע חברים דא.

דעת תורה האט געשריבן:און הערשט נאכדעם דארף מען זען צי עס איז טאקע אינטערעסאנט בכלל צו פארברענגען אינאיינעם, ס'איז בכלל נישט א דבר מוכרח. למשל אין אייוועלט וואלט עס געווען א דיזעסטער מיט די עווערעזש היימישע פרויען. ק"ש וואס הייבט נאטירליך אן מיט די קלוגערע עלעמענט, קען זיין עס וואלט געארבעט בעסער.

וויבאלד דיר איז נישט אינטערעסאנט גייסטו אויסשפארן פרויען? די ערשטע נושא דא איז נישט אויב ס'איז אינטערעסאנט פאר אונז, מענער, זיי צו האבן דא צו נישט. מ'רעדט דא פון גלייכבארעכטיגקייט, און נאר אלס יהודא ועוד לקרא האב איך צוגעלייגט אז זיי געבן צו אסאך צו א שמועס, און אז חוץ פון דעם וואס ס'איז אבסורד זיי נישט אריינצולאזן לוינט זיך עס אויך.
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:34 am#325836
ריכטיג האט געשריבן:בנוגע ניק נעמען איז שטארק גילטיג ראובן'ס טענה. בנוגע בילדער געדענק איך נישט אז די מתנגדים זאלן אריינקומען דיסקרימינאטיש, זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי ווילן זיך היטן די אויגן. אבער בפועל האט מען געשטערט א פרוי צו שרייבן דא?

אויסגעלאסענע בילדער ביזטו גערעכט, אבער ווער רעדט פון פראפיל בילדער, האט דען דא איינער אן עכטע בילד פון זיך בכלל? (חוץ שמעקעדיג און קאווע טרינקער'ס סעקרעטארשע) דאס זאגן אז זיי קענען אריינקומען אונטערן שלייער פון גענדער נוטראלע נעמען איז אזויווי איינער זאגט דיר אז דו מעגסט אריינקומען אין פארק, מעגסט אפילו זיצן אויפן באנק, אבער ווייז נישט ארויס אז דו ביזט א איד. דאס גופא איז א געפערליכע דעסקרימינאציע וואס מאכט זיי נישט זיין וועלקאם דא.

ריכטיג האט געשריבן:איינער האט דא געוויזן דעם טיהר פאר ווענוס? (זי איז אריינגעקומען לייקן דעם אשכול...) איינער האט דא געשטערט מרת. אפטע? איינער שטערט דער געוואגטע אינגל'טע?

משם ראי' אז דער עולם קען זיך יא באהערשן, נו לאז זיי שוין אריינקומען ווי נארמאלע מענטשען.
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:35 am#325837
פרייוויליג האט געשריבן:נאך אלעם קומט די קשיא, וויאזוי דרעפט מען אריין פרויען? וויפיל היימישע פרויען וואלט געווען אינטערסירט צו פערטיסיפעטן אין א היימיש אידיש רעדענדע פארום? ואשה בכל אלה לא מצאתי.

קיינער דארף נישט דרעפטן, מיר זענען נישט קיין מיסיאנערן. אויב ווילן זיי קומען איז גוט, אז נישט איז אויך גוט, קיינער צווינגט קיינעם נישט צו שרייבן דא.
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:37 am#325838
אפטעמיסט האט געשריבן:סהדי במרומים אז דא שרייבן פרויען, טאקע נישט קיין סך, אבער ס'זענען דא אפאר. ביודעי ומכירי קאמינא.

ראובן איז אבער גערעכט אז אזא מהלך וועט אהערברענגן טראק-לאודס לאנגווייליגע פרוכתל'ך פון קווינס. פעיסבוק וטוויטער יוכיחו.

די פרוכתל'ך פון קווינס און מאנראו (איך דעסקרימיניר נישט) זענען סייווי דא, אין צימעס. מיר האבן תקנות, מנהלים, און א באזעצענע מעמבערשיפ וואס וועט נישט צולאזן אזעלכע אויפירעכץ.
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:38 am#325839
mevakesh האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:סהדי במרומים אז דא שרייבן פרויען, טאקע נישט קיין סך, אבער ס'זענען דא אפאר. ביודעי ומכירי קאמינא.
.

איך האב מורא אז זיי זענען אוועק מיט די מענער...

מאנכע זענען טאקע אוועק וויבאלד ס'איז זיי אומבאקוועם זיך צו שרייבן בלשון נסתר ובלשון זכר. ס'איז דעגראגירנד, ס'איז אומ'יושר.
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:48 am#325842
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:סאיז ברייט באקאנט פארן חשובע ציבור א ביי אונז הערשט א מוראדיגע תאווה פשוט צו טשעטן מיט א פרוי, אסאאאאך מער ווי ביי די מאדערנע, פשוט ווייל ס׳איז דא אזויפיהל פון אונזערע וואס האבן נאכנישט ארויס געטרויטען אויפן גרויסע וועלט, נאר זיצן אנגעמאכט אין ביהמ״ד אדער אין כולל, אין לעכצען נאך פרויען.
געבט א באזוך צו פאליש פאר א רגע וועט איר זעהן ווי רוב שמוסען דארט זענען ווי מקען טרעפן היימישע טשעטס וגו׳.ליידער איז אונזער קרייז נישט געלערנט ווי אזוי צו פיהרן צום פרוי. די מינוט זיי זעהן א פרוי צינד זיך או א לעקטער. בווםםםם. לאמיר טרייען טשעטן מיט יענער.

ס'איז טאקע א פראבלעם אין אונזער סאסייעטי, מיר אביעקטיפירן פרויען און באנעמען זיך מיט זיי אדער ווי סעקס אביעקטן וואס מוזן זיך צודעקן יעדעס טפח מגולה וויבאלד חלילה א אצבע קטנה פירט גלייך צום מקום התורף, אדער פון די אנדערע זייט פילן מיר ווי מיר מוזן זיי באשיצן ווי קליינע קינדער, ווי כאילו זיי קענען זיך נישט אן עצה געבן אן אונז גרויסע טאטעס. די איינציגסטע וועג דאס אויסצוהיילן איז ארויסצונעמען דעם פרוי פון טשיינע קאלזעט און ארויסלייגן אויפן טיש און לאזן לופטערן. פון ווייטער זיי אפזינדערען אונטער אן אלץ דיקערע מחיצה מאכט נישט די מצב בעסער, נאר ערגער. לאמיר זיך באנעמען איינער צום אנדערן ווי יומען ביאינגס, און מ'וועלמער זען אז זיי זענען נישט אזעלכע בוגי מענס ווי מ'מאכט זיי.

און נאכאמאל, פליז פארשעם נישט אונזערע חבירים מיטן זיי צוגלייכן צו די זיצערס אין היימיש טשעט ודומיהם.

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אלץ וואס זיי ווילן איז ליידער שטילן די תאווה אין פארגעסען פון די 250 פונטיגע שפיצל פיהל מיט פימפעלס וואס זיצט אין די היים אויסגעשטרעקט אויפן קאוטש מיט גרויסע ווייסע סניקערס.
פעיסבוק יוכיח. ס׳איז ביי מיר נישט קיין ספק אז טאמער מ׳פרעגט אן ביי א פרוי וואס האט א עקאונט דארט מיט א בילד פון זי, וועט זי קענען מייעד זיין בפה מלא אז ס׳איז זייער שכיוחדיג אז זי זאל באקומען פרייוועט מעסידז פון אונזערע ברודער.

איך האב זיי געפרעגט, און ווינדער איבער ווינדער, זיי קענען אליינס קער נעמען פון זיך אן האבן א זכר עומד על גביהן וואס זאל זיי אפהיטן. ס'דא א נודניק קנעפל פאר א סיבה. און אויב ווילן זיי עס נישט צווינגט זיי קיינער נישט צו עפענען קיין קאנטעס.

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אבער סתם א פרוי וויל דא ווערן א ניק אין ארום רעדן גלייב איך נישט אז סהערשט א דיסקרומנאציע דערצי, אין כווייס פון א פאל ווי א היימישע פרוי האט דא געהאט א ניק אין זי איז ארויס מיט גאנצע ביינער.
יעצט צו די געפילטע, א אנדערע וועבזייטל ווי מרעדט אזוי ברייט ווי דא וועסטו נישט טרעפן לכאורה, זאדזע מוחל, ווילאנג אונז לערנען מיר נישט אונזער געמיינדע ווי אזוי זיך צו פיהרן מיט די אנדערע סארט דזענער בלייב צווישען אונז, לאז אונז איבער מיט דיינע קלוגע רייד אין זיי מהנה אונזער קהלה קדושה.

ווי געזאגט, די געמיינדע גייט זיך נישט טוישן פון זיצן מיט פארלייגטע הענט און לאזן די אכשר דרא פארסירער פירן דעם שיף אויף רעכטס. ס'הייבט זיך אן דא, ווי דען אויב נישט אין קאווע שטיבל?
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:58 am#325843
ליפא האט געשריבן:צוויי וואכן צוריק איז געווען א ארטיקל פון ראביי יוסי ראזענבערג אין יתד, צווישן שרייבט ער:
In the Telegraph piece, the female rabbi bemoans the “erasure of women from [our] society” and the lack of “female role models” for our boys. She declares that “it leaves impressionable young men with a deeply unhealthy perception of women.” One wonders what religion she is speaking of, for she – a self-proclaimed feminist – seems to have completely and curiously missed thousands of years of Jewish female role models with whom the average Orthodox boy and girl is acquainted since pre-school.

We, who believe in the wisdom of Torah – given by G-d – understand how living according to its precepts leads to the healthiest of lifestyles. After all, the same G-d Who gave us the Torah created the world and its many life forms. Only those who place a higher premium on progressive lifestyles than on Torah wisdom frown on the inconvenient facts that fail to jibe with the politically correct fantasy world they imagine.

Typically, the piece in the Telegraph fascinatingly states that the absence of women’s pictures has “of late become standard practice in Ultra-Orthodox periodicals, etc.” Archives of Orthodox Jewish periodicals and newspapers going back hundreds of years are readily available for any educated person who wishes to peruse them. Whether halachically mandated or not, the practice of “Ultra-Orthodox” papers not including women’s photos is nearly universal and goes as far back as the archives go. As such, to label this as some sort of new practice and wonder what terribly tragic results will ensue indicates an ignorance of the subject matter upon which one pretends to opine


כ'האב נישט געליינט זיין גאנצע ארטיקל, און כ'וועל זיך נישט אפגעבן מיט די היפאקריטסווע פון זיין אראפשרייען "פראגרעסיווע לייפסטייל" בשעת ווען ער, א מגולח וואס זיינע ליטווישע זיידעס מיט לאנגע בערד האבן נישט געחלומ'ט אז אין זייער אייניקעלס ישיבות, קאמיוניטי, שול באורד וכדו' וועלן דינען פרויען אלס טשעיר פרויען. די פראגרעסיווקייט שטעלט זיך אפ גענוי וואו ער וויל ס'זאל זיך אפשטעלן. מיט אזא איינעם קען מען זיך נישט טענה'ן. מ'קען זיך אויך נישט טענה'ן מיט איינער וואס זיינע ארכיוון שטומען נישט מיטן מציאות. ווי ATUB @ראובן ATUB און אנדערע האבן שוין איבערגעוויזן אז אין די פרומסטע שטרעמען פון ארטעדאקסיע פלעגן פרויען פיגורירן אין צייטונגען און זשורנאלן. (והמלנקקים ילונקו)
מאנטאג מערץ 21, 2016 1:04 am#325844
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'וויל זיך לייקען, געפילטע, פשוט ווייל איך בענק זיך נאך דיר. אבער איך דיסעגרי 100%. איך האלט אז געוויסע מענער האבן א געוויסע רעספעקט / שוואכקייט פאר א פרוי'ס מיינונג, עכ"פ בפניה, און ס'לאזט זיך שווער מגיב צו זיין בכל חומר הדין. ממילא, איז בעסער אז מ'זאל נישט וויסן די גוף-פיגור פון א ניק, כדי צו לאזן די שמועס לויפן נעטראל.
דער אמת מוז געזאגט ווערן, אז ווען ניק'ס קענען זיך, קומען נישט די תגובות ארויס מיטן גאנצען נאקעטע אמת. נאך מער, אמאל האלט מען זיך צוריק פון קריטיקירן, פשוט כדי נישט צו באליידיגען "יענעם", אבער ווער יענער איז virtual only איז די צונג פריי...
למעשה, ביסטו דען זיכער אז ס'נישט דא קיין (ארגינעל געבוירנע) פרויען? איך קען באשטיין נישט צו וויסן. וואס אינטרעסירט מיר וועלכע זייט מחיצה @געוואלדיג שטייט ביים דאווענען, ער איז געוואלדיג either way

ביזט גערעכט אז מ'באציט זיך אנדערש צו אן אנאנימע ניק ווי צו א מענטש וואס מ'קען. אבער האט דאס דיר אמאל אפגעהאלטן פון זיך באקענען מיט א חבר? דאס אנאנימיטעט דא אין שטיבל איז נישט וועגן ס'איז בעסער אזוי, נאר מן ההכרח, ווייל אין אונזער סאסייעטי קענען אסאך מענטשען נישט לופטערן זייערע דיעות אין פובליק אן קאנסיקווענסען. און דיינע זיידענע הענטשעך צו פרויען שטאמט פונעם זעלבן פראבלעם פון וואס מיר רעדן דא, וואס מיר שפירן ווי זיי זענען אזעלכע אומבאהאלפענע ברואים וואס מוזן נעבעך צוקומען צו אונזער שיצע, אן אונז קענען זיי זיך נישט באגיין. ווען באמת אין א געוויסע זיך קען מען אפשר זאגן פארקערט.
מאנטאג מערץ 21, 2016 1:06 am#325845
געפילטע, צו זיין אפן אין האנעסט, כ'שפיר עפעס זייער אומבא'טעמ'ט מיט דיין טענה. עפעס שמעקט זייער נישט גוט.

קודם כל, מישטו צאם צוויי אנדערע זאכן: 1. אריינלאזן פרויען/פרויען ניקס, 2. אריינלאזן פרויען בילדער. די שייכות צווישן די צוויי איז בעצם נול, אויסער אויב דו זוכסט פשוט 'דורכצוברעכן' עפעס אין א חרד'ישן פארום. אויב דו האלסט אז דער שפיץ פראבלעם איז פשוט אז מ'הערט נישט 50% פונעם עולם [די פרויען], דאן וואו קומט אריין דיין צווייטע חלק איבער פרויען בילדער? זעט אויס אז דו ווילסט פשוט אז מ'זאל נישט 'מחמיר' זיין אין ק"ש, אבער נישט אז דו האסט א פראבלעם בעצם מיטן נישט 'הערן' די עזרת נשים'ס געדאנקנסגאנג.

ווייטער, דיין ערשטע טענה כשלעצמה, האבן שוין פארשידענע חברים דא אפגעענטפערט, זה בכה וזה בכה, אם משום הלכה, אם משום חשש פריצות, ואם משום חשש משוגעים. איך מיין אבער, אז בעיקר דארף מען פארשטיין דיין אישו מיט א 'פרויען' ניק דייקא. וואס איז שלעכט אז א פרוי קומט אריין מיט א מענערישע ניק? זי קען ווייטער זאגן אלס וואס זי האלט, נאר אין א מאנטל פון א מאן. אויב דיין פראבלעם איז נישט די פאקט אז ק"ש האט נישט 'דורכגעבראכן' א פרישע גדר, נאר דיין פראבלעם איז טאקע בתמימות אז דו ווילסט הערן די פרויען שטימע אויף יעדע נושא, דאן ווער האלט זיי אפ פון אריינקומען מיט א מענערישע ניק? און אין פאקט, זענען זייער מעגליך דא אזעלכע פרויען וואס דו ווייסט גארנישט דערפון.

חוץ מזה, דיין טענה פאר זיך איז אויך היבש מאדנע. דו טענה'סט אז די טענות ותגובות וואס קומען פון א פרויערישע מח, זענען א וויכטיגע חלק אין א ויכוח וכדומה. איך דינג מיך נישט דערויף, אבער מצד שני איז אויך קלאר אז ס'איז דא א געוויסע עדיפות אין א ויכוח בלויז צווישן מענער וואס רעדן איין שפראך. און אין אנדערע ווערטער, ביידע זייטן האבן אירע מעלות און חסרונות, כ'ווייס נאר נישט פארוואס די מעלה פון 'יא' שמועסן מיטן פרויערישן מין, איז אזויפיל שטערקער פון א מענערישע שמועס צווישן זיך. און נאכמער, אז לכבוד דעם זאל שוין גאנץ ק"ש נישט זיין אינטרעסאנט. און נאכמער, אז דו זאלסט אונז וועלן פארקויפן אז אויף אנדערע פלעצער קען מען יא כאפן אזא שמועס מיט פרויען. אויף אידיש? א פייג. זאת ועוד, כדברי קאווע טרינקער, וגם לזה נתכוונתי בדברי אלה.

ווייטער דיין צווייטע טענה ווייזט נאר ווי לאנג דו ביזט שוין נישט קיין נארמאלע תושב אין ק"ש. מ'לייגט דא ארויף בילדער, קליפס, און וואס נישט, פון פרויען [נישט אלע ברום הצניעות], ואין פוצה פה ומצפצף. דיינע טענות זענען דומה צו די טענות פון אסאך אנדערע ניקס וואס בלאנדזשן דא אריין פון צייט צו צייט, פשוט אפצוקוועטשן זייערס אנע טראפ דעקונג. העלאו? איינער איז דארט? ר' איד, קאווע שטיבל - וויפיל זי האט געצויגן צו רעכטס בעניני דעות - איז סאך מער ליבעראל בנוגע בילדער, ווי אמאל. צייט דאס איינצו'חזר'ן.

און צום לעצט, עם כל הכבוד [ויש הרבה] לגעפילטע. ווען לעיקוואד טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב מ'זאגט ווער קאפיטאן איז, און ווען הוגה טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב מ'מאכט אן עליטע סטיל פארום [בעניני דעות], און ווען געפילטע טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב פרויען קומען דא אריין אין די מאסן, דאן טוישט זיך גארנישט. שיין עלמיר אויסזען אויב מ'וועט זיך אנהייבן צושטעלן צו יעדן ניק'ס [ווי חשוב ער זאל זיין] נערוו. דאס בעסטע וואלט געווען, ווען מ'איז זיך מטכס עצה וואספארא נקודה וועט מאכן רוב אלטע גווארדיע צוריקקומען בבת אחת. אויב אזא נקודה איז נישט פארהאנען, דאן איז - לדעתי - דיין אשכול גענצליך איבעריג.

--------
געפילטע זעלבסט האקט. אאוטש, דו ביזט מעיד יותר מאלף עדים וואס דיין כוונה איז. ס'איז נישט דאס 'נישט הערן די ווייבער שול', ס'איז דיין פראבלעם מיט 'אכשר דרא'. דאס מאכט דיינע טענות זינלאז, און אביסל פארפירעריש. דו ווילסט עפעס אדורכברעכן אין ק"ש, כדי ס'זאל זיך נישט אכשר דרא'נען, אדער דו ווילסט פשוט תמימות'דיגערהייט הערן דאס מיינונג פונעם בעסערן מין?!
מאנטאג מערץ 21, 2016 1:10 am#325846
שמעון וואלף האט געשריבן:א תירוץ פאר'ן באבע'ן (זיידע'ן). אז ס'וועלן זיין דא פרויען וועט געפילטע טענה'ן אז מ'קען נישט פירן דא א שמועס ווייל מ'לאזט ארויס אונזערע פלעטבושע און לעיקוואדע ברודער וואס ליינען נישט אידיש. ואין קץ לדברי רוח. און לאמיר שוין זאגן רז פרויען וועלן זיך יא באטייליגן דא, פון וואספארא פרויען רעדט מען, פון די פינף פראצענט חסידישע וואס ווילן שרייבן אין ליינען אידיש?

אלזא טייערע געפילטע, דיין תירוץ איז נישט אקצעפטירט. איך גלייב שווער אז די האסט א סאושעל נעטווארק ווי מענער און פרויען קאמיוניקירן אין אידיש. איז די תירוץ פאר דיין אוועקגיין ווייל דיר איז ענגליש פונקט אזוי גוט. אבער אין אידיש איז נישטא בעסערס ווי קאווע שטיבל

ביזט גערעכט אז רוב פון אונזערע היימישע פרויען שרייבען נישט די בעסטע אידיש, אבער איך ווייס נישט צו דו געדענקסט וויאזוי מיין אידיש שרייבן האט אויסגעזען ווען איך האב אנגעהויבן שרייבן דא. דא איז געווען די ערשטע פלאץ וואו איך האב געשריבן אידיש מער ווי די פאר שורות וואס כ'האב געשריבן אין מיין שרייב העפט אין כיתה ה'.

לגבי דיין טענה אז נאכדם וועל איך קריטיקיר דאס אויסלאזן די ענגליש רעדענדע ציבור איז נישט געשטויגן. מיר האבן זיך אוועגקעשטעלט דא אלץ א אידיש רעדענדע פארום. ווער ס'וויל רעדן אידיש, צו ער איז א איד, א גוי, א קאנסערוואטיווער צו א טראנסגענדער, יעדער טרעפט זיך דאס מקום דא, ווילאנג מ'האלט זיך צו די פרינציפן און תקנות פונעם פלאץ.
מאנטאג מערץ 21, 2016 1:26 am#325849
Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל
כ'מיין אז געפילטע אליין האט פארגעסן וואס זיין נקודה איז.
ער הייבט מיט א הסבר פארוואס ער איז אוועק פון דא, די סיבה איז ווייל ער וויל שמועסן(אויך) מיט פרויען. ער טענה'ט אז אויף וואטצעפ און מסתם אויך פעיסבוק האט ער געפונען את שאהבה נפשו, א געזעמל ווי מענער אוו פרויען שמועסן געהעריג, און דאס האט אוועקגענומען זיין חשק פון שרייבן דא אין מענער שול.

אלע הסברים פארוואס דא דארף פארבלייבן א מענער שול איז נישט גענוג צו איבערצייגן געפילטע איבערצולאזן זיינע חברות אויף פעיסבוק, און איז סתם א שאד די צייט, קענסט דא עס אויך אהערשטעלן הרי טוב און אז נישט וועט עטס ענק מוזן באגנוגענען מיט ביינער פיש.
מאנטאג מערץ 21, 2016 1:37 am#325851
שש משזר האט געשריבן:געפילטע, צו זיין אפן אין האנעסט, כ'שפיר עפעס זייער אומבא'טעמ'ט מיט דיין טענה. עפעס שמעקט זייער נישט גוט.

קודם כל, מישטו צאם צוויי אנדערע זאכן: 1. אריינלאזן פרויען/פרויען ניקס, 2. אריינלאזן פרויען בילדער. די שייכות צווישן די צוויי איז בעצם נול, אויסער אויב דו זוכסט פשוט 'דורכצוברעכן' עפעס אין א חרד'ישן פארום. אויב דו האלסט אז דער שפיץ פראבלעם איז פשוט אז מ'הערט נישט 50% פונעם עולם [די פרויען], דאן וואו קומט אריין דיין צווייטע חלק איבער פרויען בילדער? זעט אויס אז דו ווילסט פשוט אז מ'זאל נישט 'מחמיר' זיין אין ק"ש, אבער נישט אז דו האסט א פראבלעם בעצם מיטן נישט 'הערן' די עזרת נשים'ס געדאנקנסגאנג.

האמת אגיד, דעם אשכול האב איך מתחילה געשריבן וועגן דאס אריינלאזן פרויען. נאר צום סוף ווען כ'האב צוגעלייגט דעם נקודה אז מיר זענען די פאן טרעגען פון נארמאלקייט, און וויאזוי מיר קענען האבן טענות אויף סאסייעטי וואס רוקט זיך אויף רעכטס ווען מיר אליינס טוען די זעלבע איז מיר איינגעפאלן אויך צוצולייגן דעם פונקט פון בילדער. ביזט מסתמא גערעכט אז ס'איז צוויי באזונדערע נושאים און זיי געהערן צו א באזונדערע שמועס.
שש משזר האט געשריבן:
ווייטער, דיין ערשטע טענה כשלעצמה, האבן שוין פארשידענע חברים דא אפגעענטפערט, זה בכה וזה בכה, אם משום הלכה, אם משום חשש פריצות, ואם משום חשש משוגעים. איך מיין אבער, אז בעיקר דארף מען פארשטיין דיין אישו מיט א 'פרויען' ניק דייקא. וואס איז שלעכט אז א פרוי קומט אריין מיט א מענערישע ניק? זי קען ווייטער זאגן אלס וואס זי האלט, נאר אין א מאנטל פון א מאן. אויב דיין פראבלעם איז נישט די פאקט אז ק"ש האט נישט 'דורכגעבראכן' א פרישע גדר, נאר דיין פראבלעם איז טאקע בתמימות אז דו ווילסט הערן די פרויען שטימע אויף יעדע נושא, דאן ווער האלט זיי אפ פון אריינקומען מיט א מענערישע ניק? און אין פאקט, זענען זייער מעגליך דא אזעלכע פרויען וואס דו ווייסט גארנישט דערפון.

כבר עניתי ע"ז לעיל.
געפילטע פיש האט געשריבן: דאס זאגן אז זיי קענען אריינקומען אונטערן שלייער פון גענדער נוטראלע נעמען איז אזויווי איינער זאגט דיר אז דו מעגסט אריינקומען אין פארק, מעגסט אפילו זיצן אויפן באנק, אבער ווייז נישט ארויס אז דו ביזט א איד. דאס גופא איז א געפערליכע דעסקרימינאציע וואס מאכט זיי נישט זיין וועלקאם דא.

געפילטע פיש האט געשריבן:מאנכע זענען טאקע אוועק וויבאלד ס'איז זיי אומבאקוועם זיך צו שרייבן בלשון נסתר ובלשון זכר. ס'איז דעגראגירנד, ס'איז אומ'יושר.


שש משזר האט געשריבן:
חוץ מזה, דיין טענה פאר זיך איז אויך היבש מאדנע. דו טענה'סט אז די טענות ותגובות וואס קומען פון א פרויערישע מח, זענען א וויכטיגע חלק אין א ויכוח וכדומה. איך דינג מיך נישט דערויף, אבער מצד שני איז אויך קלאר אז ס'איז דא א געוויסע עדיפות אין א ויכוח בלויז צווישן מענער וואס רעדן איין שפראך. און אין אנדערע ווערטער, ביידע זייטן האבן אירע מעלות און חסרונות, כ'ווייס נאר נישט פארוואס די מעלה פון 'יא' שמועסן מיטן פרויערישן מין, איז אזויפיל שטערקער פון א מענערישע שמועס צווישן זיך. און נאכמער, אז לכבוד דעם זאל שוין גאנץ ק"ש נישט זיין אינטרעסאנט. און נאכמער, אז דו זאלסט אונז וועלן פארקויפן אז אויף אנדערע פלעצער קען מען יא כאפן אזא שמועס מיט פרויען. אויף אידיש? א פייג. זאת ועוד, כדברי קאווע טרינקער, וגם לזה נתכוונתי בדברי אלה.

זיי מסביר דיין טענה אז האבן נאר מענער האט מעלות. ס'הערט זיך ווי א טיש שיעור ג' בחורים וואס לאזן נישט צו קיין קליינע שיעור ב' בחורים וועגן דא רעדן די עדאלטס. און נאכאמאל, מ'רעדט דא פון ישרות און נארמאלקייט אויך.


שש משזר האט געשריבן:ווייטער דיין צווייטע טענה ווייזט נאר ווי לאנג דו ביזט שוין נישט קיין נארמאלע תושב אין ק"ש. מ'לייגט דא ארויף בילדער, קליפס, און וואס נישט, פון פרויען [נישט אלע ברום הצניעות], ואין פוצה פה ומצפצף. דיינע טענות זענען דומה צו די טענות פון אסאך אנדערע ניקס וואס בלאנדזשן דא אריין פון צייט צו צייט, פשוט אפצוקוועטשן זייערס אנע טראפ דעקונג. העלאו? איינער איז דארט? ר' איד, קאווע שטיבל - וויפיל זי האט געצויגן צו רעכטס בעניני דעות - איז סאך מער ליבעראל בנוגע בילדער, ווי אמאל. צייט דאס איינצו'חזר'ן.

ביזט גערעכט אז איך דריי זיך שוין נישט דא אזוי אפט, און אויב ביזטו גערעכט איז טאקע זייער גוט. קודאס טו יו.

שש משזר האט געשריבן:און צום לעצט, עם כל הכבוד [ויש הרבה] לגעפילטע. ווען לעיקוואד טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב מ'זאגט ווער קאפיטאן איז, און ווען הוגה טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב מ'מאכט אן עליטע סטיל פארום [בעניני דעות], און ווען געפילטע טענה'ט אז ער קומט נאר צוריק אויב פרויען קומען דא אריין אין די מאסן, דאן טוישט זיך גארנישט. שיין עלמיר אויסזען אויב מ'וועט זיך אנהייבן צושטעלן צו יעדן ניק'ס [ווי חשוב ער זאל זיין] נערוו. דאס בעסטע וואלט געווען, ווען מ'איז זיך מטכס עצה וואספארא נקודה וועט מאכן רוב אלטע גווארדיע צוריקקומען בבת אחת. אויב אזא נקודה איז נישט פארהאנען, דאן איז - לדעתי - דיין אשכול גענצליך איבעריג.

איך האב נישט צוגעשטעלט דא קיין אלטימאטום, איך סטראשע נישט, איך זאג נישט קבלו דעתי, נישט געזאגט אז איך קום נישט אהער ווילאנג מ'טוישט נישט די תקנות, און אויך נישט צוגעזאגט אז כ'קום יא צוריק אויב מ'טוישט יא. נאר ווען די שטיבל האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן האט זיך ערוועקט אין מיר א נאסטאלגיע, און אפאר חברים האבן מיר גע'אישי'ט פארוואס איך קום שוין קיינמאל נישט אריין, און כ'האב אנגעהויבן צוריק צו קלערן אויפן סיבה. כ'וועל ענק נישט איינרעדן אז דאס איז די איינציגסטע סיבה, כ'ווייס אליינס נישט. כ'בין שוין היינט סאך מער פארנומען אין די ארבעט ווי צוויי דריי יאר צוריק, כ'פלעג האבן שעות ליידיג וואס כ'האב געקענט טון וואס כ'האב געוואלט, היינט האב איך דאס שוין ב"ה\ליידער נישט. אבער דאך פארברענג איך נאך גענוג און נאך צייט אויף אנדערע קבוצות, סאציאלע נעטווארקס למיניהם, און כ'האב געקלערט וואס טאקע האט מיר געפעלט דא וואס איך האב געטראפן דארט. ביז כ'בין אנגעקומען צום החלטה אז די שמועסן ציען זיך אינטערעסאנטער און מער אינהאלטספול דארט ווי דא, וועגן די דייווערסעטי וואס הערטש דארט וואס דא איז עס נישט בנמצא.

איך קום נישט דא מיט קיין שום אטאריטעט, און אויב קוקסטו נאך מיין גאנצע היסטאריע דא אין שטיבל וועסטו נישט טרעפן איך זאל פארבירן ארויפצווינגען מיין מיינונג אויף יעדן, איך האב קיינמאל נישט גענוצט סעניאריטעט אלץ א טענה. מיין מיינונג איז פונקט אזוי ווערט ווי דער שפאגל נייער ניק אין שלום עליכם אשכול. סך הכול האב איך געקלערט איך זאל אויסלופטערן מיינע מחשבות דא מיט גוטע אלטע פריינט, און הערן וואס איר האט צו זאגן. לאזט דעם עולם מחליט זיין וואס זיי ווילן דא.


שש משזר האט געשריבן:געפילטע זעלבסט האקט. אאוטש, דו ביזט מעיד יותר מאלף עדים וואס דיין כוונה איז. ס'איז נישט דאס 'נישט הערן די ווייבער שול', ס'איז דיין פראבלעם מיט 'אכשר דרא'. דאס מאכט דיינע טענות זינלאז, און אביסל פארפירעריש. דו ווילסט עפעס אדורכברעכן אין ק"ש, כדי ס'זאל זיך נישט אכשר דרא'נען, אדער דו ווילסט פשוט תמימות'דיגערהייט הערן דאס מיינונג פונעם בעסערן מין?!

פארפירעריש, אדורכברעכן, תמימות, איך וויל נישט גארנישט, דו האסט אן אנדער מיינונג ווי מיר? כל הכבוד. קאווע שטיבל פלעגט זיין מיין לעבענ'ס ליניע, היינט אבער פעלט מיר עס נישט אויס, ס'דא גענוג פעלדער וואו צו פאשען. אבער אלעמאל וועל איך שפירן א געוויסע נאנטשאפט אהער, יעדער בלייבט איבער מיטן טעם פון אשתו הראשונה, און איך וויל זען דעם פלאץ דא בליען, און זיין א שטאלץ פאר יהדות החרדית אשר לא כרעו לבעל. איך האב נגיעות אין וויאזוי איך וויל ק"ש זאל אויסזען? שור! אבער דאס נעמט נישט אוועק פון מיין "תמימות'דיגע" סיבה פארוואס איך פארברענג דא היינטיגע צייטן ווייניגער ווי אמאל.
מאנטאג מערץ 21, 2016 3:48 am#325854
געפילטע פיש האט געשריבן:
אבער אלעמאל וועל איך שפירן א געוויסע נאנטשאפט אהער, יעדער בלייבט איבער מיטן טעם פון אשתו הראשונה, און איך וויל זען דעם פלאץ דא בליען, און זיין א שטאלץ פאר יהדות החרדית אשר לא כרעו לבעל. איך האב נגיעות אין וויאזוי איך וויל ק"ש זאל אויסזען? שור! אבער דאס נעמט נישט אוועק פון מיין "תמימות'דיגע" סיבה פארוואס איך פארברענג דא היינטיגע צייטן ווייניגער ווי אמאל.

וואלט טאקע געווען אינטערסאנט צו הערן פון די נשים דא צי דאס ליבשאפט "לאשתו הראשונה" איז טאקע מצוי דוקא ביי דעם מענליכן מין, אדער גאר טרעפט זיך צווישן זיי אויך עפעס אן אהבה צום ערשטן מאן. האמער שוין א ביישפיל.

לגופו של עניין, בשיטה וואלט מיר אוודאי לגמרי נישט געשטערט אז נשים זאלן שרייבן דא און מיט אלע רעכטן. טעכניש, ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן, איז דאס נישט אזוי גלאטיג. דאס איז אבער לכאורה נישט וואס האט דיך אוועקגעטריבן — ווי דו אליינס האסט נארוואס אנגעהאנגען דיין קרירות אהער אין א טוץ מיט אנדערע זאכליכע און פארשטענדליכע סיבות.

און אוודאי ביישטייערן זיי חומר און געשמאק אינערהאלב די ראמען פון אנדערע סאציאלע נעטווארקס. ס'איז אבער לאו דוקא וויאזוי ס'וואלט זיך אויסגעארבעט אין דאזיגן פארעם ווען אלץ וואס ס'פאדערט זיך צו קענען שרייבן אויסער דעם בלויזן געהערן צום מענליכן מין איז דאס צייגן א קענטשאפט צום יעניגן פרוכט וואס ווערט גענוצט פאר די ד' מינים.

אז מ'האט א ציוויליזירט שמועס איבער דער טעאריע פון עוועלוציע, מ'רעדט פון סייענטיפישע באווייזן, מ'דעבאטירט פיליזאפישע און טעאלאגישע סברות, און מ'קען קיין צוויי פריקען שורות נישט שרייבן אן זיך אריינגעבן אין דעם שפייאכץ פון א הייפל מאניאקן וואס קלעבן אריין דאס מאנקי-זיידע גאונות און סעלעבערירן איגנאראנץ וואו אימער מ'גיבט זיך נאר א דריי — וואו און וויאזוי וואלטן א שטייגער די פרויען געקאנט העלפן?
מאנטאג מערץ 21, 2016 8:57 am#325862
Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל
יואב, אויב איז דיין ספק אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, שטייט דאך דאס מפורש, אין האשה כורתת ברית אלא עם מי שעשאה כלי. אויב איז דער ספק כלפי די ערשטע פארברענגען'ס פלאץ אויף די אינטערנעט, נו...
מאנטאג מערץ 21, 2016 9:31 am#325863
Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל
די אלע יש ליישב בדוחק'ס און ווייטגרייכענדע גזירות און חששות איז אפשר נוצבאר ווען מען זוכט צו פארענטפערן פארוואס הלכה דיסקרימינירט קעגן פרויען וכדומה, ווען מען האנדלט פון א זאך ואס איז בידנו צו טוישן איז נישט אויסגעהאלטן זיך צו באגראבן מיט אזעלכע טענות,
האט מען עס פרובירט און עס האט נישט געארבעט? @געפילטע איז מעיד אז עס קען יא ארבעטן, אפשר איז ער גערעכט?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 21, 2016 10:02 am#325864
ריכטיג האט געשריבן:אבער בפועל האט מען געשטערט א פרוי צו שרייבן דא? איינער האט דא געוויזן דעם טיהר פאר ווענוס? (זי איז אריינגעקומען לייקן דעם אשכול...) איינער האט דא געשטערט מרת. אפטע? איינער שטערט דער געוואגטע אינגל'טע?
.

האסט פארגעסן שרולי שטיין
מאנטאג מערץ 21, 2016 10:25 am#325865
ביבער האט געשריבן:האסט פארגעסן שרולי שטיין


גערעכט. דער געפילטע פיש, היינט פארלאנגט ער אז פרויען זאלן מעגן שרייבן דא, מארגן וועט ער פארלאנגן אז טראנסד'נדרס זאלן מעגן שרייבן און איבערמארגן וועט אים נאך אנשמעקן צו הערן די חוות דעת פון א דזשירעף.... מען דארף זיך האלטן ביי די גדרים!

לגופו של ענין, עס זעהט זיך קלאר אז עס איז נישט דא איין סיבה פארוואס מענטשן פארלאזן א פלאץ ווי ק"ש נאך א שטיק צייט, יעדער האט זיך זיינע עטליכע סיבות. עס איז מיר גראדע אינטערעסאנט צו הערן די אלע פארשידנארטיגע סיבות. יישר כח געפילטע for sharing.


.
מאנטאג מערץ 21, 2016 10:45 am#325866
לויט אלע סימנים קומט מיר אויס אז געפילטע איז גאר א נקיבה.
מאנטאג מערץ 21, 2016 10:54 am#325867
Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:כבר קדמוך

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פון דער גאנצע משא ומתן וויאזוי ס'פארט דא איז מיר משמע אז ס'איז נישט דא קיין ניקס פון דעם פרויענצימער, דאס אליינס פאר זיך איז א שטארקע צריך עיון ובדיקה, פארוואס טאקע נישט? וואס זענען זיי אזוי אנדערש? וואס איז אין אונזער חינוך משפיע אז אזא פשוט'ער קאווע שטיבל זאל זיין גענצליך פרויען ריין??

זאגט מיר נישט אז פרויען באלאנגן אין די קאך וואשן די שמוציגע וועש, אז א קאמפיוטער איז נישט פאר פרויען, אז יידיש איז נאר פאר מענער וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש ווי די פרויען, ווייל הא גופא ונשמתא קושיין, מאי שנא האי מהאי???

געפילטע פיש האט געשריבן:פאר היימישע פרויען פעלט נישט פארום'ס, א שטייגער ווי איים-א-מאדער וכדו', די אידיש גייט זיי נישט אין לעבן, ס'איז זיי גרינגער אין ענגליש.

אז מרעדט שוין. פ"וו טאקע איז די אלגעמיינע אינטעלעקטואלע (לאפוקי די שפעטערע סאלאנען) ענלייטענמענט און בריוון קולטור געווען בלויז א מענער קלוב, נישט אריינעמענדיג, בימים ההם אדער לדורות, פערזענליכקייטן פון די פרויענישע מין...? אפשר קען מען ציען א פאראלעל צו דא און היינט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מאנטאג מערץ 21, 2016 12:17 pm#325874
דעת תורה האט געשריבן:יואב, אויב איז דיין ספק אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, שטייט דאך דאס מפורש, אין האשה כורתת ברית אלא עם מי שעשאה כלי. אויב איז דער ספק כלפי די ערשטע פארברענגען'ס פלאץ אויף די אינטערנעט, נו...

וויל איך דאך וויסן וואס די פרויען זאגן, נישט וואס די גמרא זאגט. סיידן א האנדפול מיט אמוראים זענען אין אמת'ן געווען פרויען וואס
האבן געשפילט מענער.

כ'האב אגב נישט געמיינט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט.
מאנטאג מערץ 21, 2016 1:40 pm#325884
קאווע טרינקער האט געשריבן: וואס אינטרעסירט מיר וועלכע זייט מחיצה @געוואלדיג שטייט ביים דאווענען, ער איז געוואלדיג either way


thanks for the compliment. נאר למען האמת ווענד זיך, אינדערוואכן ווען די ווייבער שוהל איז ליידיג בין איך ביי יענע זייט פון די מחיצה און שבת ביי די אנדערע. :roll: :roll:
מאנטאג מערץ 21, 2016 11:16 pm#325966
טאמבל סאס האט געשריבן:אז מרעדט שוין. פ"וו טאקע איז די אלגעמיינע אינטעלעקטואלע (לאפוקי די שפעטערע סאלאנען) ענלייטענמענט און בריוון קולטור געווען בלויז א מענער קלוב, נישט אריינעמענדיג, בימים ההם אדער לדורות, פערזענליכקייטן פון די פרויענישע מין...? אפשר קען מען ציען א פאראלעל צו דא און היינט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

היסטאריש נישט אינגאנצן ריכטיג.

עי' ערך בנות ר' משה מענדלסאן ו[לא] תמצא נחת.
דינסטאג מערץ 22, 2016 12:41 am#325970
שש משזר: איך וויל אדרעסירן דעם פראבלעם פון א ביסל אן אנדערן פערספעקטיוו. היות (לויט מיין פערזענליכע פילאזאפיע) מוז א יעדער יחיד און גרופע וויסן זייער פאזיציע אויפ'ן שאך ברעטל. אייגנטליך איז דאס א משנה אין פרקי אבות ווי די משנה זאגט..."איזהו חכם. המכיר את מקומו"...און , לויט מיין אפשאצונג שטייען מיר צווישן אייוועלט און, להבדיל, פאליש. די ערשטע רעפרעזענטירט די אלטע, דאגמאטישע צוקנייטשטקייט און פארשימלטקייט פון די יושבי חושך וצלמוות. וועלכע טוען נישט אנערקענען און טאלערירן נישט קיין שום אנדערע מיינונג חוץ די אפיציעלע שיטה און פארטיי ליניע. און די לעצטע, וועלכע ווייקן זיך אין אן אטמאספערע פון פארגרעבטע זימה'דיגע תאוות און נפש הבהמית'דיגע פראסטקייט. ממילא איז זייער שווער אנצוהאלטן די מיטל ליניע פון שכל וטעם הישר. נאר א יעדער נארמאלער מענטש דארף פארשטיין אז אמאל איז א קליינע גזירה און באשרענקונג (רעסטריקשן , בלע"ז) ווערט כדי צו קענען אנהאלטן דעם מענטשליכן סטאנדארט. ממילא איז די תקנה אז פרויען ניקס זענען נישט ערלויבט. צוליעב די מעגליכע אנאנימע פערווערטס ל"ע וועלכע וועללן דאס אויסניצן לרעה, ח"ו...אבער בילדער פון פרויען (אידישע און גוי'אישע) וועלכע ווערן געברענגט אין דעם נארמאלן קאנטעקסט פון א סיפור המעשה, זעה איך נישט פארוואס מ'זאלל נישט ערלויבן. (כראובן ועוד לקרא)...!
דינסטאג מערץ 22, 2016 1:34 am#325973
I'm a mother מאכט זיכער צו שרייבן אין יעדער ווינקעל אז זייער זייטל איז נאר פאר ׳פרומע געהייראטע פרויען׳, דאס איז א דריי פאכיגער דיסקרימענאציע, יעדער ווארט אין דער זאץ דיסקרימינירט קעגן א אנדערע גרופע, מיר קאווע שטיבל׳יסטן זענען אויך אויסגעשלאסן פון יענער זייטל נו אויב אזוי פארוואס זאלן מיר זיך אנעמען און זארגן אויף יענעמ׳ס רעכטן ווען אונזערע אייגענע איז באגרעניצט?

(אני כשלעצמי פארשטיי סיי זיי און סיי קאווע שטיבל, סך הכול געוואלט אנמערקן א נקודה)
דינסטאג מערץ 22, 2016 7:07 am#325996
געפילטע שלאגט פאר צו געבן אפענע רעכטן פאר פרויען מיט די הנחה אז דייווערסיטי וועט דערהייבן די ניווא פונם שטיבל, דהיינו, פאר אונזער טובה, נישט בכדי צו פארזיכערן יענעמס רעכטן.

אגב, עס איז אנגענומען ביי וויסענשאפטלער אז דייווערס גרופעס האבן בעסערע פראדוקטיוויטעט און גרונטליכערע problem solving אפילו ווען מען דארף נידערן די סטאנדארט תנאים אויף צו אריינקומען אין דעם גרופע.
דינסטאג מערץ 22, 2016 8:11 am#326005
טאמבל סאס האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:כבר קדמוך

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:פון דער גאנצע משא ומתן וויאזוי ס'פארט דא איז מיר משמע אז ס'איז נישט דא קיין ניקס פון דעם פרויענצימער, דאס אליינס פאר זיך איז א שטארקע צריך עיון ובדיקה, פארוואס טאקע נישט? וואס זענען זיי אזוי אנדערש? וואס איז אין אונזער חינוך משפיע אז אזא פשוט'ער קאווע שטיבל זאל זיין גענצליך פרויען ריין??

זאגט מיר נישט אז פרויען באלאנגן אין די קאך וואשן די שמוציגע וועש, אז א קאמפיוטער איז נישט פאר פרויען, אז יידיש איז נאר פאר מענער וואס קענען נישט אזוי גוט ענגליש ווי די פרויען, ווייל הא גופא ונשמתא קושיין, מאי שנא האי מהאי???

געפילטע פיש האט געשריבן:פאר היימישע פרויען פעלט נישט פארום'ס, א שטייגער ווי איים-א-מאדער וכדו', די אידיש גייט זיי נישט אין לעבן, ס'איז זיי גרינגער אין ענגליש.

אז מרעדט שוין. פ"וו טאקע איז די אלגעמיינע אינטעלעקטואלע (לאפוקי די שפעטערע סאלאנען) ענלייטענמענט און בריוון קולטור געווען בלויז א מענער קלוב, נישט אריינעמענדיג, בימים ההם אדער לדורות, פערזענליכקייטן פון די פרויענישע מין...? אפשר קען מען ציען א פאראלעל צו דא און היינט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


Because patriarchy isn't new. For the most part, we've lived in a patriarchal society since ever, and culture--the salons you talk of, art, literature, etc.--reflected that. Even today's literary canon is heavily biased in favor of men. In fact, since history is told by the dominating (or winning) side, much of what we know of the past comes to us only through the voices of men. It doesn't take much imagination to figure out which sex men will choose to write more about and how they will choose to portray themselves.
דינסטאג מערץ 22, 2016 1:13 pm#326061
געפילטע, מאך נישט קיין אישו פון אן אשה, כ'בענק זיך נאך דיר.

ונבנתה העיר האט געשריבן:דו ביסט אנגעקומען אביסל שפעטליך.

געפילטע איז א גאוניש'ער הומאריסט, ווען ער האט צום ערשטן מאל געפענט די טיהר פון זיין התבודדות שטיבל איז געפלאסן ליצנות ווי אין טאלנא אום תשעה באב... נאר געמיינט האט ער אז דעם קאצק'ערס דריי-הונדערט דעכער-אידן זענען זיינע הברה ווענט, אבער ווי וואס ווען, מענטשהייט האט נאר געמאכט פארשריט אין טפשות זייט ער האט זיין התבודדות שטיבל געהאט פארקלאפט.

האט געפילטע אזוי געזאגט צום פאלק: א שמייסערל וועל איך צו מיין הומאר צובינדן, מיט סארקאזאם וועל איך ענק היילן.

אבער ביז דער עולם איז צוריק-געקומען מיט באטעריען האט שוין געפילטע זיין טיהר פארזעצט מיט א ברום - הקאצק'ער צדק! נאר צו צייטן שטעלט ער זיך ביים טיהר און שיכור'ט אהן דעם נארישן הומאן מיט חמה.

כֹּה אָמַר ה' צְבָאוֹת, צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִׂירִי ייִהְי' לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ - נאר דאן וועלן אמת און שלום גיין אינאיינעם.
מיטוואך מערץ 23, 2016 1:05 am#326178
פידלער האט געשריבן:
Because patriarchy isn't new. For the most part, we've lived in a patriarchal society since ever, and culture--the salons you talk of, art, literature, etc.--reflected that. Even today's literary canon is heavily biased in favor of men. In fact, since history is told by the dominating (or winning) side, much of what we know of the past comes to us only through the voices of men. It doesn't take much imagination to figure out which sex men will choose to write more about and how they will choose to portray themselves.

אז מען רעדט שוין איבער פאטריארכיע איז כדי אננצומערקן אז מאנכע טענה'נן אז די סיבה פארוואס פרויען ברויכן מער שלאף ווי מענער איז וויל קעמפן פאטריאריכיע מיטשעט אויס.
m http://nymag.com/thecut/2016/03/study-f ... n-men.html m
ואת"ל איז דאס קעפל פונעם ארטיקל נאר בדרך מליצה.
מיטוואך מערץ 23, 2016 1:26 am#326184
איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס פרויען?