זונטאג אפריל 03, 2016 5:41 pm#327426
petergrifin האט געשריבן:@שבת אחים ס'איז דא אסאך (מיס)אינפארמאציע אנליין דערוועגן אבער איך האב נאכנישט געטראפן א פארלעסליכע שטודיע וואס זאל זאגן קלאר אז רייכענען מאריכוונע זאל ''היילן'' קענסער ל''ע. יא עס העלפט פאר איבלען און אפעטיט אבער אלס א היילונג?
ווער האט געזאגט אז מאריוואנא היילט קענסער? קיינער נישט! לאמיר דיך פרעגן ווען איינער האט ציין ווייטאג און ער נעמט פעין קיללערס היילט עס אים זיין ציין ווייטאג? ניין! אבסעלוטלי נישט! אבער ס׳העלפט אז ער זאל עס קענען אדורכטראגן די ווייטאג? אבסעלוטלי יא! פאר קענסער איז עס נאך שטערקער ווייל ס׳איז זייער וויכטיג ווען מ׳נעמט קימאו רח״ל צו זיין אין א גיטע פלאץ ס׳העלפט בייקומען די קרענק, קיינער וויל נישט איבלען א גאנצע טאג, און דעס אז סמאכט זיי וועלן עסען איז א חלק פון די היילנוג פראסעס אויב עסט מען נישט געהעריג טויג נישט פאר די מענטש.
שנית פאר צענדליגער אנדערע זאכן איז עס יא א דירעקטע היילנונג.
דריטענס מרעדט דא פון געזונטע מענטשען וואס ווילן אמאל כאפן א שלעפ און פארגעסן פון זייערע צרות פארוואס זאלן זיי נישט מעגן? שוין טויזענטער יאהרן וואס מענטשען ניצן אלקהאל פאר די סיבה און מאריוואנא איז בעסער ווי אלקהאל ווייל סלייגט אריין די מענטש אין א בעסערע ראוהיגע פלאץ ווי אלקהאל, א מענטש וואס טרונקט האט הונדרעט מאהל א גרעסערע טשענס צו מאכן א קאר עקסידענט אדער טוהן א אנדערע ווילדע זאך ווי א מענטש וואס רייכערט מאריוואנא, מאריוואנא lead נישט צו גיין וויילענס און שיכרות סמאכט די מענטש מעהר mellow און צופרידן.



