Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » מאמישע געפילן

מאמישע געפילן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10364
דינסטאג אפריל 12, 2016 1:11 pm#328838
מאמישע געפילן
א שטיפ,
א ריר-
עס רוקט זיך
טיף אין מיר.

א שטויס,
א פלי-
מיין אטעם
איילט זיך צו.

עס באדערט,
אומבאקוועם-
עס קוועטשט מיר
די געדערים.

עס אטעמט!
ס'לוינט די מיען,
דאס קינד אין מיר
טוט בליען.
דינסטאג אפריל 12, 2016 1:19 pm#328840
ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
#מאחורי_אלערט
דינסטאג אפריל 12, 2016 1:59 pm#328851
מיין ציהל און שטרעבן
צו ברענגן א לעבן
מיט ליבע זייגן
א קינד, מיין אייגן
איר וואשן ווי א דיימאנט
איר האלטן אין די האנט
געוויין נאך חצות
ליבע געבן ביז'ן עלות
קינד דו גיבסט מיר לעבן
מיט דעם וואס איך קען געבן
איך פיל אזוי נאנט צו דיר
א וואלקן פון נאנטקייט איך שפיר
ווי מיר פארברענגן צוזאם
אזא האניג זיסער טעם.
דינסטאג אפריל 12, 2016 2:14 pm#328855
פחד און פרייד
נעמען מיר ארום
וואג און לייכטקייט
באגלייטן אומעטים

א לייכטע הארץ, ווייטאג אין פיס
ווייזט מיר א וויזיע א קלארע
נישט גרינג, אבער זיס
א געפיל וואס האט קיין הסברה

דערשראקן אבער באגליקט
ס'קומט צייטן פרעמד און ניי
שטארק פאראויס איך קוק
ווייל ווערן א מאמע איך גיי!
דינסטאג אפריל 12, 2016 2:14 pm#328856
Re: מאמישע געפילן
כוכב האט געשריבן:ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
#מאחורי_אלערט

בת קול איז לכאורה נאר נופל על נקבה אבער צו וועסטו זאגען דען אז נאר ווען עס קומט פון די שכינה הייסט עס א בת קול? מעתה, וואס טוטצעך אויב איז עס די אייגענע פרוי?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דינסטאג אפריל 12, 2016 2:31 pm#328859
יעצט הייב איך אן פארשטיין,
וויפול די עלטערן טוהן אין פייער גיין,
צו קענען הערן דעם קליינטשיגס געוויין,

וויפול מיה און פלאג,
טאג נאך טאג,
א שטיקל השגה כ'פארמאג,

ווי מער מ'איז אינעם קינד משקיע,
אלס מער ליעבשאפט, א זכיה,
אן אייביגער בונד קניפט זיך ברתת וזיע.

מיט געדולד פון אייזן,
קען מען אלס באווייזן,
בייקומען אלע גרייזן.

קינד מיינער, מיין טאג טוסטו באשיינען,
צו מיט געלעכטער צו מיט וויינען,
איך ליעב דיין הארץ דעם ריינען.

וואקס אויף און שפראץ,
בלייב נישט קיין קלאץ,
אויב יא, ווערט מען א פאץ.

דיינע עלטערן זאלן זיין דיין שטאלץ,
זיי זענען נישט געמאכט פון האלץ,
געב זיי ליעבע, ס'הארץ צושמאלץ.
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:01 pm#328888
Re: מאמישע געפילן
@בת קול, שרייבסט די אייגענע געפילן?
די אנדערע שרייבן ווי טאטעס, אבער דיינס סאונדס ריעל.
דינסטאג אפריל 12, 2016 5:13 pm#328895
נא, אל תרבה שיחה עם ניקה.
דינסטאג אפריל 12, 2016 9:34 pm#328941
Re: מאמישע געפילן
צ"ל אל תרבה שיחה עם מניקה.
דינסטאג אפריל 12, 2016 10:39 pm#328942
:lol: :lol: :lol:
זונטאג מאי 08, 2016 4:11 pm#332143
פארפעלט
א קלאפ
מיין אטעם
פארכאפט
די טרערן
זיי גליטשן
קיין כח
זיי אפווישן

פון בעט ארויס
איך שלעפ
וואנדער אראפ
די טרעפ
פאק צאם
מיינע געפעק
דער מאן
איך וועק

מען איילט זיך
זאפארט
צום אויסגעווארטענע
דעליווערי אָרט
וואקעלדיג
אבער גליקלעך
די פעין איך צייל
מינוטלעך

דערשראקן
גארטל איך מוט
לאז זיך שטעכן
מיטן דראט
די געפילן
זיי שטיקן
קיין ענערגיע
זיך צו ריקן.

און אט
עס איז שוין צייט
צו שטיפן
איך בין גרייט
איך זאמל איין
מיין גאנץ גבורה
און שטיפ ארויס
דעם ליכטיגן צורה!
זונטאג מאי 08, 2016 4:13 pm#332145
Re: מאמישע געפילן
מזל טוב!
אסאך נחת ביז הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט!
זונטאג מאי 08, 2016 4:18 pm#332147
שכוח!
אי"ה ביי אייך אלע אויף שמחות!
זונטאג מאי 08, 2016 4:32 pm#332149
מזל טוב, אסאך יודיש נחת!
זונטאג מאי 08, 2016 5:32 pm#332157
מזל טוב. הרבה הרבה נחת!
זונטאג מאי 08, 2016 5:44 pm#332163
מזל טוב און א פרייליכן מאמע טאג!
זונטאג מאי 08, 2016 5:56 pm#332164
מזל טוב
#וויפיל_וועגט_די_בעיבי?
זונטאג מאי 08, 2016 6:35 pm#332169
כוכב האט געשריבן:מזל טוב
#וויפיל_וועגט_די_בעיבי?

#ווי_וועם_קוקט_ס׳אויס? :lol:
זונטאג מאי 08, 2016 6:49 pm#332172
מזל טוב! לתורה לעבודה ולחסידות ולחופה ומעשים טובים ונאמר אמן
מיטוואך מאי 25, 2016 11:29 am#334512
געפילן קלעמען
מ'דארף נעמען
צום בעיבי סיטער
דאס קינד ווידער

איבערלאזן זאפארט
מיט פילע קינדער דארט
וועט ער באקומען גענוג
די אטענשען און ליבשאפט ווי איך גיב?

איך האלז און קיש
א טרער איך וויש
א ווארעמע געזעגן
זאלסט פיין פארברענגען

ארויס איך שפאן
די געדאנקען אויפן פיצל מיין
און מיט שוועריקייט ווענד
זיך צוריק צום ארבעט...
מיטוואך מאי 25, 2016 12:48 pm#334532
Re: מאמישע געפילן
ליבער מאמי,
כ'דארף א האמי.

ווער איז עס,
דעי נייע מיסעס?

דיין מילך,
וויל איך.

ווען וועסטו זיך אומקערן,
דיין ליבע שטימע וויל איך הערן.
מיטוואך מאי 25, 2016 1:32 pm#334541
על או על

מאמי וועט קומען
יעדע 3 שעה
פיטערן און זעהן
וואס עס טוהט זיך דא.
מאנטאג מאי 30, 2016 4:47 pm#335345
טינקל שפעט ביינאכט,
כ'וועק זיך, און איך טראכט,
דאס קינד! איז עס לעבעדיג?
שנעל איך הייב ארויס פון וויג...

א נאנטע בליק אין פנים,
צו הער איך דעם טיפן אטעם?
כ'פיל דאס הערצעלע, געב א קיצל
עס וועקט זיך שנעל מיין פיצל...

עס נעמט מיר ווידער ארום א רואיגקייט
אבער נישט לאנג עס בלייבט פארשפרייט
איך בלייב אויף מיט די לבנה שיין
ווייל דאס קינד זיך ערוועקט מיט גרויס געוויין...
מיטוואך יוני 08, 2016 3:59 pm#337242
מידע מאמע
א געוויין איך הער,
נאכאמאל ער?
קוים געלייגט,
און די שטומע ער הייבט.

די אויגן איך וויש,
אביסל צומישט,
א בליק אויפן זייגער,
איך פיל ווי איך פּייגער!

קענסט עס רופן שפעט אדער פרי,
אבער איך האב ארבייט נאך ווי,
איך שלאף נישט מער ווי-
איין, א האלב שעה, אין א צו...

צופרי בין איך פיל מיט אייפער
נאכמיטאג שוין הייפער
ביינאכט שטייט שוין יעדער ווייט פון מיין פלאץ
ווייל איך רעדט נישט קיין קלארע זאץ...

אנטשולדיגט פון פאראויס...


#קוויטשעדיגע_פיצל
דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:24 am#337384
אפאר וואכן פארביי,
ס'איז צייט צו געבן א טריי,
די אלטע קליידער- זענען זיי נאך גוט?
איז נאך דא עפעס אין קלאזעט, מיט א שיינע פיט?

איך טוה זיי אָן, איינס ביי איינס,
איך ווער מיואש, אלעס איז קליין!
די זיפפערס קענען זיך נישט פארמאכן,
אין די טַאפּס פיל איך, ווי איך גיי פלאצן...

אין איטערעסאנטע contraptions, איך קוועטש זיך אריין,
אפשר אָן אטעמען, וועט בעסער זיין?
איך קוק זיך אין שפיגל, קען איך אזוי גיין?
איך קען נישט, בין איך מחליט, ס'איז בכלל נישט שיין.

שבועות קומט, און דערנאך חתונה סיזאן,
איינקויפן נייע שטופיר, איך וועל מוזן...

:oops:
דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:31 am#337387
Re: מאמישע געפילן
נעקסט קומט די וסת?
דאנערשטאג יוני 09, 2016 10:43 am#337390
איך האף אז נישט...
מאנטאג יוני 20, 2016 1:57 pm#338425
פאם פאם פאם..
די אינטרוי הייבט זיך אן,
די טיר עפנט זיך ברייט.
חתן, כלה, זענען דא!

עוד ישמע,
איך נעם זיך טאנצן פלינק,
איך שפיר נישט נאר גליקלעך אין הארצן,
ווייל שפרינגען איז שוין גרינג!
מיטוואך יולי 27, 2016 4:18 pm#343750
זאזום זאזום זאזום זאזום
די גאנצע אפיס טוט עס הערן
זאזום זאזום זאזום זאזום
עס רינען דורך די פלעסטיק רערן.

עס פליסט געמיטלעך
נעמט א וויילע
ביז עס פילט אן
א באטל א קליינע.

אזוי אומנאטורלעך
מיט א מאשין
אבער אלץ א ווארקינג מאדער
מוז איך עס טוהן...
מיטוואך יולי 27, 2016 4:23 pm#343751
יויש דערמאנסטו מיך... :lol:
מיטוואך יולי 27, 2016 6:12 pm#343772
Re: מאמישע געפילן
בת קול,
ביסט א חידוש אין אידישער פאעזיע!

צו שרייבן אזוי נאטירליך, איבער נאטירליכע זאכן.

ב״ה אז אידיש האט דעס ווידער דערלעבט!

עוד ישבו זקינים וזקינות בחוצות ..
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:11 pm#347255
די הויז פליעט
כ'בין אזוי מיד
קיין כח נישט
אראפצופאקן פון טיש

די נעכטיגע קנישעס
וואשן אלטע דישעס
די הויט ברענט
אפילו שמוציג מיינע ווענט

פארוואס? זאג מיר ביטע
קען איך נאר איינמאל א שמיטה
אויף רוימען מיין הויז
די בושה איז גרויס

פונקט דריי מינוט פארביי
ווען געמיינט אז זיך אויסשטרעקן איך גיי
ווייל מיט שמחה מיין שוויגער רופט מיך

"איך קום יעצט ארויף פאר א באזוך"!
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:18 pm#347258
:oops: :oops: :oops: :oops: :oops:
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:18 pm#347259
:| :| :| :| :| :x :x :x :roll: :roll: :roll: :cry: :cry: :cry:
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:23 pm#347260
אזוי לאנגווייליג
איז מיר דא צו זיצן
עס קרענקט מיר געפערלעך
איך וויל אפ פיצן

ס'איז שטיל ווי איו קבר
ליידיג ווי א גריב
איך דארף א נייע דזשאב
צו ווערן אביסל מער פאזעטיוו
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:19 pm#347297
ווי קען מען שיקן אן אפליקעישאן?
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 9:30 am#347371
נישט דא קיין קונים
נישט דא קיין ארבייט
נישט דא קיין כחות
נישט דא קיין ציל

אבער ווי א פלייסיגע
קום איך אן היינט
כאטש ס'איז א פרייטאגע
זיצן אויף מיין שטול

#האט איינער עפעס א באשעפטיגונג פאר מיר?
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:08 pm#348650
מיין ענטפער צו א נישט געפאסטע אישי, אפענערהייט:

קוק וואס פאר א שוטה-

ער ווייסט ניטאמאל
צו איך בין שיין, ריין , אפגערעדט זיין,
און וויל מיט מיר אביסל גיין.

באלד א פנים א רויטע,

ווייל נישט געלערנט פון אמאל
אז לויט מיין מיין
איז דאס צו פאבליצירן- שטאף פעט און פיין...

#סדרן_אלערט!
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:30 pm#348656
.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:35 pm#348664
איך פראטעסטיר
אז דא האלט מען מיר
פאר די גוֹ טוּ ווען
שוואך איז מען

האסטו א נידריג מינוט
וועסט נישט פילן גוט
ווען עס גייט פארביי
פאר דיינעט וועגן- קלוג זיי!
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:18 pm#351565
ליכטיג און זיס
וואקסט און בליעסט
שוין נישט קיין קליינס
קינד מיינס...

שפילט און לאכט
ווען בּא! מען מאכט
רוקט זיך ארום מיט פרייד
ביז זיך איבערגדרייט!

אין וואנע א געפלאטשקע
שפילט מיט זיין געלע קאטשקע
כאפט שפילצייג מיט פארגעניגען
טאנצט אין די הענגעדיגע דשומפער ווי די ציגן!

ווען איך קום אביסל נענטער
הייבט די הענט ווען ער זעהט מיר
אויב מען הייבט נישט אויף- געבט א קליינע מיטשע
ווען מאמי גייט ביי-ביי- קומט א קוויטשע!

עסן איז מער נישט דאס איינציגסטע זאך
הערט אויף ווען ער הערט נויז גלייך
איך דארך זיך בעטן ווי אן ארימאן
מאמי האט עסן- ס'איז האם, האם!

זיצט שוין אביסל, אָן פאלן
וויינט אוודאי אויב טוט זיך צובאלן
ווערט פריילעך ביי א פעמפער טויש
מיט די נאקעדיגע פיסעלעך געבט א שטויס!

אלעס איז וואונדערבאר
און לוינט זיך נאר דערפאר
ווייל נישט מער געדאכט,
מען שלאפט שוין דורך די נאכט!!!

#שעפ_נחת!
פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:46 pm#351569
דו נעמסט מיט די בעיבי צו שופר בלאזן?
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 1:44 pm#351724
אוודאי אזוי!
דינסטאג יאנואר 17, 2017 3:20 pm#359994
שוין לאנג נישט געשריבן
אבער א געפיל נאך געבליבן
פארן ספעציעלן ארט
וואס פארשטייט צו א געשריבענע ווארט

א שנעלע טענצל כאפ איך
איבערגעבן פון מאמעס פארטיך
וואס נאך איז נייעס
ביים אם הבית

מיין צדיק שוין ער לויפט
מעשיות ער פארקויפט
די ציין בייסן שוין עכט
די האר קען מען געבן א פלעכט

ער פארשטייט צו א קניפ אין בעקל
האט ליב צו האלזן מיין קנעכל
פונקט ווען איך וואש דישעס
יו ער איז דעלישעס!

עניוועי איך דארף שוין גיין
אבער ס'איז גוט אביסל דא צו זיין
מענטשן ענק שרייבן פיין
ווען איך האב צייט העל איך געבן א ליין!
דינסטאג יאנואר 17, 2017 3:46 pm#360000
א פיקטשער פון די בעיבי פליז?
מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:13 pm#360089
יוצא געווען!
מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:21 pm#360090
די מויל איז ממש די מאמע'ס...
זונטאג יוני 18, 2017 6:52 pm#375663
מיין צוקער זיס צדיק'ל
וואקסט ב"ה אינטער
זיינע שיינע הויזעלעך
רייבן זיך איבער

ג-ט צו דאנקען מ'האלט דא
נאר לויב פאר'ן באשעפער
אבער מיט די ברכה קומט אויך צו
מיינע זארגן איבערן וועטער

קויפן נייע וועשעלעך?
יעצט ווען ס'איז נאך קאלט?
ס'וועט דאך נישט זיין פאסיג
ווען ס'איז אפאר וואכן אלט

ווארטן נאך אביסל
ווען סע פלאצט שוין ממש שטארק
וועסטו מיר זאגן- אויב ס'פעלט אויס
זיי נישט אזוי קארג!

הלוואי, הלוואי
ס'וועט מוזן זיין נאר אין חלום
ווען מ'האט קוים אויפן לעבן
נישטא קיין נייע בגדים

אפילו די חשבונות-
וועלכע ס'איז וויכטיגער
מאכן בכלל נישט אויס
סע נישט דא קיין עקסטערע פרוטה
אלץ גייט צו צאלן די רענט פון הויז.

שוין די דאגות כ'שטיפ אוועק
דער באשעפער וועט העלפן מסתמא
און עניוועיס מיין בעיבי דארף
א פרייליכע מאמע.

*געשריבן א וויילע צוריק.
זונטאג יוני 18, 2017 8:09 pm#375678
Re: מאמישע געפילן
בת קול האט געשריבן:מיין צוקער זיס צדיק'ל
וואקסט ב"ה אינטער
זיינע שיינע הויזעלעך
רייבן זיך איבער

ג-ט צו דאנקען מ'האלט דא
נאר לויב פאר'ן באשעפער
אבער מיט די ברכה קומט אויך צו
מיינע זארגן איבערן וועטער

קויפן נייע וועשעלעך?
יעצט ווען ס'איז נאך קאלט?
ס'וועט דאך נישט זיין פאסיג
ווען ס'איז אפאר וואכן אלט

ווארטן נאך אביסל
ווען סע פלאצט שוין ממש שטארק
וועסטו מיר זאגן- אויב ס'פעלט אויס
זיי נישט אזוי קארג!

הלוואי, הלוואי
ס'וועט מוזן זיין נאר אין חלום
ווען מ'האט קוים אויפן לעבן
נישטא קיין נייע בגדים

אפילו די חשבונות-
וועלכע ס'איז וויכטיגער
מאכן בכלל נישט אויס
סע נישט דא קיין עקסטערע פרוטה
אלץ גייט צו צאלן די רענט פון הויז.

שוין די דאגות כ'שטיפ אוועק
דער באשעפער וועט העלפן מסתמא
און עניוועיס מיין בעיבי דארף
א פרייליכע מאמע.

*געשריבן א וויילע צוריק.

@בת קול; א שיינע פאעזיע, אבער דער אינהאלט איז פאטעטיש, ס'מער צום שוינען דע קליינע זיסע שעפעלע פארן האבן א מאמע וואס ניצט נישט איר שכל, וואס גאט האט איר באשאנקען, ווי איידער דע מאמע וואס קען נישט קויפן קליידער פאר איר שעפעלע.

"אלץ גייט צו צאלן די רענט פון הויז"

"שוין די דאגות כ'שטיפ אוועק
דער באשעפער וועט העלפן מסתמא"
דער באשעפער זאל איר העלפן ניצן דעם שכל.
זונטאג יוני 18, 2017 8:17 pm#375685
גראדע האב איך עס געשריבן א וויילע צוריק.
אלעס איז פיין ב"ה.
זיין שארף אין די וועלט אריין העלפט נישט קיינעם.