פרייטאג אפריל 15, 2016 2:36 pm#329358
הקטןווייל אזוי האט גאט געזאגט פאר מושה!
נו זאג עס פאר סעוויטש, ער וואלט אראפגעהאקט אויף דיר
הקטןווייל אזוי האט גאט געזאגט פאר מושה!
ליפאגאלדאיך האב אלס אזוי געוויסט דער פשט פאר א פשטות, ס'מיר נישט בייגעפאלן עפעס אנדערש,
שלא עשני אשה - אז מחויב במצוות עשה שהזמן גרמא,
פארוואס אבער? פארוואס מענער יא מחויב און זיי נישט
. "הטעם לאי חיובן במצוות אלה הוא כפי שנראה לנו בכך, שאין התורה חושבת שנשים זקוקות למצוות אלו ולקיומן, משום שדין התורה מבוסס על העובדה שאצל הנשים קיימת חיבה יתירה והתלהבות קודש לתפקידן בעבודת הבורא, יותר מאשר אצל הגברים. הגברים שהניסיונות בחייהם מסכנים את נאמנותם לתורה, זקוקים מזמן לזמן לתזכורות מדרבנות ומזהירות, בצורת מצוות שהזמן גרמן"
הקטןספר המאמרים איז נישט קבלה, פשטות ווי סשטייט אין די פוסקים איז דאס אז זי איז נישט מחוייב במצוות עשה שהזמן גרמא א חסרון און שעשני כרצונו איז כמצדיק עלי׳ את הדין, איינער דא האט א פראבלעם מיט דעם?ירא שמיםהקטן, א מקור פאר די קבלה וואס דו רעדסט פון, ביטע.
אי"ה נאך שבת
אויף ביז דערווייל
ספר המאמרים תר"ם חלק א דיבור המתחיל להבין ענין ראש חודש
סאשי פישביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?
berlbalagulehסאשי פישביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?
סאשי פיש: ניין: ווייל קרוב צו ניינציג פראצענט האבן בכלל נישט חתונה. נאר לעבן צוזאמען און האבן קינדער אן חתונה האבן. און פון די וועלכע האבן שוין יא חתונה, איז די דיווארס רעיט ביי זיי ניינציג פראצענט...!
זבולוןסאשי פישביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?
זוכנדיג אין גוגל פאר די דיווארס רעיט פון די גויים, שטעלט זיך ארויס אז גוגל ווייסט נישט וואס א גוי איז. און בעסער דערצייל איהם נישט, ווייל באלד וועט נאך הענערי זאגן אז גויים ווערן געבוירן קאררעקטעד, דעריבער זאגן מיר שלא עשני גוי.
תכלית געב א קוק דא, די העכסטע דיווארס רעיט איז אין בעלגיע, ביי 71 פראצענט.
דעת תורההקטן דיין ראיה פון תוספתא איז כמובן מכריע ומכריח אז דער טעם איז וועגן די חילוק אין מצוות, דאס איז נישט קיין אפולוגטיקה בכלל.
ירא שמים וואו שטייט דאס אין די פוסקים אז די סיבה פארוואס פרויען זענען פטור ממצוות איז וויבאלד זיי זענען עפעס ווייניגער חשוב? אויב עפעס זעט מען פארקערט, דארט ווי זיי האבן אנגעמעססט, ביי די מעשה פון חוה, האט מען זיי דוקא יא מחייב געווען מיט אפאר מצוות ווי חלה און הדלקת הנר. סאו אסאך מצוות איז ענדערש א ראיה צו א חיסרון ווי צו א חשיבות. (אוודאי איז דא אנדערע בחינות אויך ווי רצה הקב"ה לזכות את ישראל וכו', אבער דאס איז א אנדערע שמועס).
זבולוןנאכמער, ער איז מודה אז עס איז a small sect.
זאל עס נאר פאפא רבי הערן...
לך לךרעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד
ירא שמיםא חסידישע אינגערמאן רופט זיך הענרי?! רח״ל! וואס איז זיין אידישע נאמען?
ירא שמיםא תיקון מיינסטו די וועג וואו אזוי די פעמיניסטן באטראכטן פרויען האב איך רעכט?
berlbalagulehפארוואס נישט?ירא שמיםא חסידישע אינגערמאן רופט זיך הענרי?! רח״ל! וואס איז זיין אידישע נאמען?
ירא שמים: ער קען נישט גיין קיין נארט קאראליינא און זאגן אז ער הייסט גימפל זרח צימבל מאכער... 😂
יואלישלויט הענרי, אז פרויען זענען פון א העכערע קאליבער, קארעקטעד בל"שנו, וואלטן פרויען געברויכט מאכן א שלא עשני איש און די מענער א שעשני כרצונו. #לכאורה
שלום על ישראליואלישלויט הענרי, אז פרויען זענען פון א העכערע קאליבער, קארעקטעד בל"שנו, וואלטן פרויען געברויכט מאכן א שלא עשני איש און די מענער א שעשני כרצונו. #לכאורה
דו האסט א פראבלעם מיט שעשני כרצונו, זינט עס זאגט אהן א קאפיטילאציע צום מצב; לשטתו, זאגט שעשני כרצונו אהן פערפעקציע.
יואלישלויט הענרי, אז פרויען זענען פון א העכערע קאליבער, קארעקטעד בל"שנו, וואלטן פרויען געברויכט מאכן א שלא עשני איש און די מענער א שעשני כרצונו. #לכאורה
הקטןיואלישלויט הענרי, אז פרויען זענען פון א העכערע קאליבער, קארעקטעד בל"שנו, וואלטן פרויען געברויכט מאכן א שלא עשני איש און די מענער א שעשני כרצונו. #לכאורה
אסך מישן דא אויס בענעפיטס מיט העכער
בסברא חיצונה איז די טעם פארוואס דער מאן האט מער בענעפיטס (מער מצוות) איז ווייל ער איז פשוט העכער.
קומט הענערי און זאגט, נאט-עט-אלל, דער טעם פארוואס זיי פעלט דעי בענעפיט איז: ווייל זיי קומען פין א "ספער" פון א דיימענציע וואס פעלט נישט אויס א ריבוי תורה ומצוות.
זייער "מישען" אין לעבן איז אן אנדערע - נישט העכער און נידריגער - נאר אנדערש.
פונקט ווי א מלאך האט נישט קיין תורה ומצוות, מיר האבן אלע סיבות צו דאנקען אז מיר האבן מער בענעפיטס פון מלאכים, מיר קענען ברענגען א נחת רוח למעלה וואס א מלאך קען נישט, אבער דאס זאגט נישט אז מיר זענען העכער.
נאך אלע פשט'לך איז דאס עצם זאגן א ברכה דערויף - אן הודאה גאר - אן אנדייטונג אז איינס איז בעסער און מער גליקליך דערמיט.
כ'פארשטיי וואס ער זאגט. איך זאג אבער אז נאך אלע פשט'לך איז דאס עצם זאגן א ברכה דערויף - אן הודאה גאר - אן אנדייטונג אז איינס איז בעסער און מער גליקליך דערמיט. דאס איז א וועליו זשאדזשמענט אויפן לייטער פון גליק, מענער זענען גליקליך, בשעת פרויען זענען ציפרידן מיט זייער גורל בבחינת חייב אדם לברך על הרע כשם שמברך על הטוב.
נהורא נפישא1) איז דער יחס פון חז"ל כלפי פרויען געווען ערגער אדער בעסער אדער די זעלבע ווי אנגענומען אין די אלגעמיינע קולטורן ?
2) אויב חז"ל'ס השקפה אויף פרויען זענען היסטאריש געווען אזוי אדער אזוי, מיינט דאס אז דאס בלייבט די השקפה לאורך היסטורית היהדות ?
3) דארפן מען באטראכטן חז"ל אלס א קאלעקטיוו לגבי השקפה, אדער קען מען טראכטן פון פארשידענע מיינונגען.
4) אויב ווייסן מיר קלאר אז סיי וועלכע טראדיציע איז נוגד די היינטיגע השקפה, איז בעסער מבטל צו זיין די מנהג, אדער אנגעבן אפאלאגעטישע הסבר?
5) איז דער מהלך הפרשנות געבויעט אויף נאכגיין די ארגיניעלע היסטארישע באדייט, אדער איז דאס געבויעט אויף די געדאנקענגאנג פונעם מפרש ?