Under maintenance
הויפט זייט » א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10370
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:43 am#329117
א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
א פאפא חסיד מאכט העדליינס אויף מייקעל סעוויטש שאו איבער די טעמע פון שלא עשני אשה און איבער אידישקייט צום סוף פרעגט ער אים אויב ער דארף זיין בוך פאר זיינע קינדער ער ענטפערט אז זיינע קינדער דארפען עס זייער שטארק.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:15 am#329120
דאס איז זייער גוט פאר הענרי פון פאפא.
אבער אמת׳דיג גערעדט, דאס איז טאקע פשט פארוואס מיר מאכן אזא ברכה? אדער איז עס די זעלבע ווי מיר וואשן די הענט צוליב היגיינע? דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די דיווארס רעיט ביי אונז איז נאר פיהר פראצענט. (אויך נאך די סמארטפאון׳ס עפאכע?)?

אין יעדעס פאל, מארגן וועל איך זאגן ברכות השחר מער בכוונה.
שקויעך, מייקל און הענרי.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:19 am#329121
ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:20 am#329122
ניין, ערגעץ ארום 40%
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:25 am#329124
יא, דאס איז די פשוט'ע פשט פון שלא עשני אשה, אז מ'האט מער מצוות,

און שעשני כרצונו מיינט אז די אשה איז דער תכלית הנרצה וויזוי הקב"ה האט געוואלט דער מענטש זאל זיין, און איז מער שלימות'דיג ממילא ברויך זי נישט אזויפיל מצוות, צום ביישפיל א פרוי הייסט נולד מהול

דאסי נישט קיין פשט'לעך נאר פשוטו כמשמעו
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:26 am#329125
גאלד, ער האט מסביר געווען סעוויטש פארוואס מענער האבן טאקע מער מצוות איז ווייל פרויען זענען מער פערפעקטעד דארפן זיי נישט קיין מצות. אויף דעם פרעגט לכאורה זבולון צו דאס איז פשוט פשט. ס'מער א חסידישע תורה
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:28 am#329126
און וואס איז פשט און א ברכה פאר דעם שלא עשני עבד?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:28 am#329127
סאשי פיש האט געשריבן:ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?

זוכנדיג אין גוגל פאר די דיווארס רעיט פון די גויים, שטעלט זיך ארויס אז גוגל ווייסט נישט וואס א גוי איז. און בעסער דערצייל איהם נישט, ווייל באלד וועט נאך הענערי זאגן אז גויים ווערן געבוירן קאררעקטעד, דעריבער זאגן מיר שלא עשני גוי.

תכלית געב א קוק דא, די העכסטע דיווארס רעיט איז אין בעלגיע, ביי 71 פראצענט.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:32 am#329128
געפעלט מיר די איד פון פאפא. נישט קיין חילוק צו יעדע נקודה זיינע איז ריכטיג צו נישט. די פאקט אז ער איז א מענטש, פארט ארום און שעצט יעדעם איז מיר גענוג. געפעלט מיר ווי ער זאגט אז אין אמעריקא איז נישט דא קיין אנטיסעמיטיזים ווען מ'איז שיין און מ'שמייכעלט צו יעדעם. :like
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:58 am#329131
חס ושלום. איך מיין נישט איהם אוועק צו מאכן.
איך האב נאר געפרעגט - צווישן אונז גערעדט - וואס דער אמת׳ע סיבה איז.

אבער אין אמת׳ן אריין, שעץ איך זייער דעם יונגערמאן, ער רעדט זייער שיין, און בעיקר - ער איז זייער ליבלעך און פארשטענדיג.

און איך גלויב אז זיין הסבר אויף שלא-עשני-אשה איז נישט קיין אייגנס.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:12 am#329132
אמת צו נישט האט ער געדארפט אזוי זאגן און איך געב עהם קרעדיט פאר דער דרייסטקייט פון אריינרופן

אבער למעשה מיין איך אז נישט דאס איז פשוט פשט אין די ברכה
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:49 am#329141
זבולון האט געשריבן:חס ושלום. איך מיין נישט איהם אוועק צו מאכן.
איך האב נאר געפרעגט - צווישן אונז גערעדט - וואס דער אמת׳ע סיבה איז.

אבער אין אמת׳ן אריין, שעץ איך זייער דעם יונגערמאן, ער רעדט זייער שיין, און בעיקר - ער איז זייער ליבלעך און פארשטענדיג.

און איך גלויב אז זיין הסבר אויף שלא-עשני-אשה איז נישט קיין אייגנס.


און מיר געפעלט אויך זיין דרייסקייט פארן זאגן איך בין פאפא און נישט זיך ארויסגעדרייט מיט סאטמאר אדער וואטעווער ....
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:00 pm#329146
נאכמער, ער איז מודה אז עס איז a small sect.
זאל עס נאר פאפא רבי הערן...
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:29 pm#329149
/
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 2:13 pm#329158
רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 2:47 pm#329161
לך לך האט געשריבן:רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד


דו ביסט קלאר נישט prejudice. :)
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:15 pm#329164
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
יעדע שמועס פון סעוועדש'ן מאכט העדליינס אין די צייטונגען? איך ריף שוין אריין! ווען איז זיין שוי?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:18 pm#329167
יואליש האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד


דו ביסט קלאר נישט prejudice. :)

Say it again.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:55 pm#329171
מייקל סעוורעדזש איז שוין אפגעבריהט פון די ליבאוויטשער דמיונות, ענדליך האט ער באקומען עפעס א נארמאלע חרידי צו פירן א שמיעס מיט.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:46 pm#329197
יואליש האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד


דו ביסט קלאר נישט prejudice. :)


ער איז מער corrected....
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:07 pm#329201
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
א חסידישע אינגערמאן רופט זיך הענרי?! רח״ל! וואס איז זיין אידישע נאמען?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:14 pm#329205
איך האב הנאה פון דעם מעשה. ס'גוט אז למעשה איז ארויסגעקומען א טובה. אבער ס'איז געוועהן א ריזיגע טשענס אז סעוועדזש גייט אים צומאלן מיט די שטותים וואס ער האט גערעדט. ער האט מזל אז סעוועדזש האט געוועהן דעמאלטס אין אזא מאד
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:00 pm#329224
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
איך בין מקנא דעם יונגערמאן פאר זיין זכיה מקדש צי זיין שם שמים ברבים לאלפים ורבבות.

מיט זיין תמימות אין פשטות איז דער הענרי אנגעקימן גאנץ ווייט...!
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:14 pm#329228
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
זבולון האט געשריבן:נאכמער, ער איז מודה אז עס איז a small sect.
זאל עס נאר פאפא רבי הערן...

איך האב געווארט ער זאל ממשיך זיין:
האסט א פראבלעם?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:14 pm#329243
ברוך דיין האמת
ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שעשני בלתי מתוקן

Thanks but no thanks

סארא תורות לאקשן דער סעוועדזש קויפט אפ