Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

קאווע שטיבל • שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10378
מאנטאג אפריל 18, 2016 5:12 pm#329806
שמעקעדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן: אבער אז "אזא יונגערמאן" ווי @שמעקעדיג בעט קען מען נישט אפזאגן

איי טאטע, ווי ברענג איך אריין די התנהגות ביי מיר אין שטוב? :(


נישטא קיין צוויי ברירות נאר צו טון ווי דער נביא זאגט "ביד חזקה ובזרוע נטויה ובחמה שפוכה אמלוך עליכם". נאר דאס וועט העלפן...


.
מאנטאג אפריל 18, 2016 6:32 pm#329822
שמעון וואלף האט געשריבן:די האסטיך געמוזט מיאוס פארפאטשקענען אז די ביסט אנגעקומען צו אזא מצב.
א פרוי אין אונזער היימישע געזעלשאפט האט ביי דיפאלט גאר גרויסע טראסט אין די מאן.

שמעקעדיג האט געשריבן:סארי, ס'ערשטע מאל איך הער דאס!
איך האב אן א שיעור מעשיות לסתור, פונקט קאפויער! ביי דיפאלט טראסט מען נישט.
אמת'ע טראסט נעמט בדרך כלל יאאאאאארן אויפצובויען!

עטץ זענט ביידע גערעכט, עס ווענט זיך אין די כאראקטער פון די מאן און פרוי, וואס זייער כאראקטער ווענדט זיך אסאך אין די כאראקטער פון זייערע עלטערן. והכל לפי המבייש והמתבייש.
מאנטאג אפריל 18, 2016 7:43 pm#329837
כמה נקודות למחשבה
בעצם נאך ATUB @שמעקעדיג ATUB 'ס פתיחת הארון, און ATUB @הוגה' ATUB ס גאלדענע איינקריצונגען [הערסט ATUB @כוכב ATUB ?], איז ממש נישטא וואס מוסיף צו זיין. שמעקעדיג וויינט אז מ'טאר נישט מאכן ווילדע החלטות, און הוגה ערקלערט אז די החלטות זענען באזירט אויפן גאנצן שלום בית בילד.

ביידע זענען אזוי גערעכט, און א ספעציעלע דאנק פאר הוגה פארן מסביר זיין די נושא אזוי שיין. ווען הוגה [און שמעקעדיג] רעדט פון שלום בית, עפענען זיך די שערי שמים און אפילו מלאכי מעלה ווילן נישט פארפאסן די דברי חכמה שיוצאים מזוקקים מפי חכם.


אפאר קליינע הוספות אויף די אויפגעברענגטע נקודות:

1. ווי ATUB @זבולון ATUB האט שוין ערווענט, זענען ליידער דא גענוג מענטשן וואס גט'ן זיך פאר מינדערוויכטיגע 'אידישקייט' אישו'ס. נישט אז עפעס איז ממילא געווען פויגלדיג מיט זייער שלום בית, נאר די פרוי איז צומאל אויפגעוואקסן אין אזא שטוב וואו א פיצעלע אפנויגונג פון זייערע נערוון איז שוין שפיץ שקאצעריי. אין אירע אויגן אז עס פונקט אזויווי דער מאן זאל עסן חזיר שבת ביים טעלעוויזיע [הוגה'ס אויבנדערמאנטע ביישפיל].

2. ענליך צו דעם איז די פאקט, אז עלטערן מישן זיך צומאל אריין, מאכנדיג חרוב דאס שטוב פון קינד אנשטאטס ארויסהעלפן. מילא, כ'רעד יעצט נישט פון די רשעות זייערע. כ'רעד ריין וועגן דאס קינד [געווענליך די טאכטער], וואס וואקסט אסאך מאל אויף טאטאל דיפענדענט אויף זיי, און קען זיך נישט דערוואגן פון טראכטן פון אפענטפערן דעם טאטן וואס קומט אריינשטעקן די נאז אין זייערע געשעפטן. נאכאמאל, זי קען ליב האבן איר מאן עד כלות, אבער זי 'ציטערט' אדער קען ניטאמאל אויס'משל'ן אזא מושג ווי זאגן דעם טאטן: פוץ אפ [אפילו שיינערהייט].


3. אבער הוגה איז ביטער גערעכט, אז ע"פ רוב איז דאס נאר א כיסוי אויף די אמת'ע סיבה: אומעקזיסטירנדע ליבליכע שלום בית. פארט אבער, וואלט איך מחלק געווען - ווי רוב חברים - צווישן יסודות הדת און מנהגים, אפילו גאר וויכטיגע. איינער וואס אין זיין לעבן איז גאט גענוג א מחייב, אז ער איז גרייט זיך צו פייניגן פיזיש און גייסטיש פאר דעם אלמעכטיגן, און איז בעצם מקריב האלב פון זיין לעבן פאר דעם, איז אוממעגליך צו לעבן מיט א בן/בת זוג וואס טוט דאס נישט. גאט קומט בעפאר מערידזש, און בעפאר סיי וואס. כ'רעד שוין נישט פון דעם, וואס אייביג האט מען קינדער וואס גייען זיין אין ריסק פון אויפוואקסן פריי, וואס איז אין זיינע אויגן די סאמע ערגסטע טראגעדיע אין לעבן, א זאך וואס האט גורם געווען קריעה רייסעריי במשך כל הדורות.

אין אמת'ן אריין, אפילו מ'רעדט נישט פון שבת וכדומה, נאר פון זיין מאדערן-ארטאדאקס [א זאך וואס אפשר וואלטן מיר אלע געדארפט אזוי אויסזען. א שמועס פאר זיך], איז אויך כמעט אוממעגליך צו זאגן אז דאס איז תלוי אין זייער אלגעמיינער שלום בית. ס'איז אזויווי איינער דא אין ק"ש האט זיך געפלעגט אפצורעדן בין עמודי אחורי הפרגוד איבער זיין ווייב וואס איז ממש א קלאץ, פארשטייט גארנישט, אבער איז גרייט צו זיין די בעסטע ווייב שייך. אין אמת'ן אריין האט שוין ATUB @נולד מאוחר ATUB ארויסגעברענגט די נקודה, אז דאס גאנצע ליבשאפט איז געבויט פון פארשידענע צוזאמשטעלן. אויב די מאן/פרוי הייבט אן פארן גענצליך אין א פרעמדע ריכטונג, שאדט דאס פארן גאנצן ליבשאפט.

א צודרייטע משל: צוויי הייסע סענדערס חסידים האבן חתונה [הער נאר צו, ATUB @שבת אחים ATUB ], זייער שנאה צו הילערי איז גרויס, זייער שנאה צו קרוז איז ריזיג, און זייער שנאה צו טראמפ איז אומבאגרייפבאר. ווען זיי האבן זיך געטראפן, איז דער מערסט-געמיינזאמער פונקט זייערע געווען זייער אהבת סענדערס ושנאת טראמפ. עווענטועל האבן זיי געזען אז ביידע גלייכן אויך סושי, עקלן זיך פון טונא, האבן ליב טשאקלאד, און פארנעמען נישט קיין קאווע [משל למהד"ד וכו'], און זיי האבן זיך געהייראט בשעטו"מ. יעצט הערט איינער אסאך ATUB @ישראל גלויבער ATUB 'ס רעטאריק פון 'טראמפ אויפן טראן', און ווערט א געשוואוירענע חסיד פון טראמפ [כ'ווייס נאכנישט וויאזוי אזא זאך קען געמאלט זיין, אבל חזקה על המאמין, און אין אידיש: אויפן גלויבע"ר...], צוגלייך ווערט סענדערס אן אלטער זינלאזער וכו'. קען זייער שלום בית נאך ארבעטן? אונזער מערידזש איז געבויט אויף 'אונזער' סענדערס סטיל [רוף עס 'חסיד'יש'] אידישקייט מער ווי אויף אלס אנדערש, יעצט נניח איינער ווערט א טראמפיסט [רוף עס 'מאדערן-ארטאדאקס], כאטש זיי ביידע גלייבן אין אמעריקע אלס פאן טרעגער פון דעמאקראטיע [רוף עס 'דת ישראל'], איז נישטא קיין סיבה זיי זאלן וועלן בלייבן צוזאמען.

נאר אזויפיל יא, ווי הוגה האט גע'מסביר'ט, אויב מ'וויל - איז דא א וועג פאר צוזאמענארבעט. אבער דאס עצם ווילן, דארף זיין געבויט אויף דעם אז די 'חסיד'ישע סטיל' אידישקייט פארנעמט נישט קיין יסוד מהיסודות קשות שבמקדש מעט. ודו"ק כי הארכתי.


-----------
הוגה, איי לאוו יו.
שרייב מער, מיט דיין רייכע פענע/שכל הישר.
מאנטאג אפריל 18, 2016 7:52 pm#329840
דיסקלעימער, כ'האב גארנישט גערעדט פון מיך אליין. יעדער וואס קען מיך ווייסט אז איך פיר א פשרה'לאזע אידישקייט אין מיין שטוב. זאל זיך מיין הערנאר דערוואגן אפצונייגן א קוצו של יוד פון די דרך הסוללה. אלעס וואס איך האב געשריבן איז געווען פון וואס איך זעה ביי אנדערע.
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:57 pm#329880
שש משזר האט געשריבן: ווען הוגה [און שמעקעדיג] רעדט פון שלום בית, עפענען זיך די שערי שמים און אפילו מלאכי מעלה ווילן נישט פארפאסן די דברי חכמה שיוצאים מזוקקים מפי חכם.



:like ATUB @שש ATUB איז שוין געווארן א מלאך?
דינסטאג אפריל 19, 2016 8:51 am#329934
הוגה איז בעעעעק, רבותי!!!! זאג, האסט געטראפן ווייפיי (קרעדיט: שבת אחים)
קענט עגרי מאאר אויף כמעט יעדעס ווארט דיינע און בעיקר אויף די קאנסעפט און ענאלידזשי פון א שותפות. עס איז שוין עטליכע מאל געווארן דערמאנט דא אין שטיבל בעיקר אין מאחורי, אבער קיינמאל נאכנישט אזוי קלאר און שיין...
דינסטאג אפריל 19, 2016 11:33 am#329983
כוכב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:די פרויען אדער מענער וואס גייען ארום אנגעבלאזן אז זייער מאן/ווייב איז נישט גענוג ערליך אדער פרום זאלן וויסן אז זייער אנגעבלאזנקייט צייגט אויף זייער אייגענע שוואכקייט אין אידישקייט און בכלל נישט אויף שטארקע פרומקייט. וואו איז זייער אמונה ובטחון בה'? איך קען אסאך שטיבער וואו עס זענען דא אפגעפארענע קינדער/מענער למחצה לשליש ולרביע, ריכטיגע בעלי אמונה ובטחון רעגן זיך נישט אויף די אפגעפארענע און דאדזשאדזשען זיי נישט. זיי פארשטייען אז אלעס איז פון באשעפער מיט א חשבון. איך קען אסאך גאר ערליכע אידן וואס לעבן אזוי. די פאלשע פרומאקעס רעדן זיך איין אז זיי זענען אזוי הייליג אז זיי קענען פשוט נישט צוקוקען ווי זייער קינד/מאן טרעט אויף די תורה, לאכט על כל הקדוש לנו וכו'. עס ברענט אין אייך קיין שום קנאת השם נאר ענדערש א גאווה עצומה אז עס פאסט אייך נישט. אן ערליכע איד ווארפט נישט קיין tantrums, קאפעט נישט מיט די פוס, נאר נעמט אלעס אן מיט א מתינות צוליב זייער "עכטע" אמונה בה'.


כ'בין טויט פארנומען מיט'ן פה-סח אבער פאלגטס א קלוגן איד, די ווערטער דארף מען אריינלייגן אין א גאלדענעם ראם און חזר'ן מיט זיך, די קינדער און קינדס קינדער עד סוף כל הדורות.


אנטשולדיגט אלף פעמים, אבער ס'איז כרחוק שלום דין פון אמונה, ווען א חבר, קינד, טאטע, וואטעווער פאר אפ. צו ווען די אייגענע ספאוס גייט סאוט.

שוין!! האבעך מער געסעיווט א גאלגענעם ראם, יעצט קענעך שוין באצאלן פאר די ער"פ מצות
דינסטאג אפריל 19, 2016 2:55 pm#330039
רק להעיר בענין הלכה, שיש מנסים לומר כאן לחלק בין מה שהוא לדעתם עיקר היהדות לבין מנהג וחסידות, הלא אם לעיקר ההלכה עסקינן, אין אנו צריכים כלל לאידיאולוגיות ורעיונות בזה, הרי הלכות ערוכות בשו"ע ופוסקים באיזה אופן כופין להוציא, הביא רמ"א אה"ע סי' קנ"ד סעיף א' לדברי הגמ"י שאפילו מומר אין כופין אותו להוציא, אלא במאכילה דברים האסורים, וגם זה פירטו הפוסקים דווקא בקביעות ובמזיד. וגם לפוסקים החולקים ומדמים לדין עוברת על הדת היינו דווקא בעבירות המפורשים במשנה, היינו במכשילה בדבר אסור או בעבירות המסוימות המנויות שם כפריצות או הגורם לבניו שימותו בעונשו, או במומר ממש הייינו משומד לדרכי עכו"ם. ולא במה שעובר אפילו על דברים חמורים לעצמו. ואם כן כל המדברים גבוה גבוה בשם הדת איני יודע מהיכן דנתני מן השולחן ערוך או מסברות כריסם המנוגדת לדעת השולחן ערוך.

בחיפוש קל מצאתי סיכום הנושא הלכה למעשה כאן m http://old.lifshiz.macam.ac.il/m/pages/ ... 1055a.html m
או כאן אות א m http://www.daat.ac.il/daat/psk/psk.asp?id=515 m
דינסטאג אפריל 19, 2016 3:12 pm#330042
מ״לעיקוואד״ נהיה לייקווד.
דינסטאג אפריל 19, 2016 3:23 pm#330043
אין המדובר אם כופין או לאו דאז שייך כל הגדרים דלעיל, המדובר כאן הוא אם אפשר לשני בני אדם הנשואים יחד שאינם מאמינים באותה דת ובאותה אמונה להמשיך את חייהם יחד, ובאופן יותר מחודד, אם יהיה גט באותו בית, האם יהיה זאת כורח המציאות או דבר שאינו מוכרח.

ובהאי שעתא אשגר ברכת מזל טוב לכבודו.
דינסטאג אפריל 19, 2016 3:25 pm#330045
אני מאמין שלהולכים על דרך ההלכה פשוט שאם מפורש בהלכה שאין כופין מוכרח שאפשר לחיות ככה, אם בנחת אם בצער מה או בעזרת איזה עצה. וכן מורים והולכים כל בתי דינים החרדיים בסוגיות אלה.
דינסטאג אפריל 19, 2016 3:29 pm#330046
במחכת"ה איננו מבין מה ענין כפיה לכאן. הלא אין מדברים פה מהאופן כשיש חיוב לגרש, רק גירושין מרצונם (כדוגמת המשנה בגיטין מח' הלל ור' עקיבא).

מ'האקט
דינסטאג אפריל 19, 2016 3:31 pm#330047
כולם מסכימים שאם שניהם רוצים ולא מתדר להו שיתגרשו. הנידון פה להבנתי הוא אם על פי המאמין ביסודות הדת הכרח להאמין שאי אפשר לחיות ככה ואסור לוותר או להתפשר או להבין וכו', ולגבי זה הוי ההלכה שאין כופין הכרעה אלימתא שאין דעת ההלכה שאי אפשר להתפשר ולחיות ככה. ואם אין מישהו רוצה לחיות ככה אין זה מרוב אדיקותו בהלכה שאינה סוברת כמוהו שאי אפשר להתפשר אלא סתם מסיבת טבעו או הרגלו וכדומה.
דינסטאג אפריל 19, 2016 3:59 pm#330062
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
אין אנדערע ווערטער, די זעלבע הלכה וואס צוליב איר ווילסטו זיך גט'ן, לויטעט אז מ'קען (ואולי מ'זאל) יא לעבן צוזאמען.
דינסטאג אפריל 19, 2016 4:09 pm#330065
קל וחומר האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, די זעלבע הלכה וואס צוליב איר ווילסטו זיך גט'ן, לויטעט אז מ'קען (ואולי מ'זאל) יא לעבן צוזאמען.

די הלכה קען אבער נישט מכריח זיין מיין רצון צו איך "וויל" בלייבן מיט יענעם.

דא רעדט מען בכלל נישט פון קיין הלכהדיגן שטאנדפונקט, לדוגמא אויב דער מאן פאשעט אין פרעמדע פעלדער 'מיין איך' אז להלכה קען נאך דער פרוי נישט כופה זיין דעם מאן, (בין איך גערעכט ?) אבער וויפיל פרויען וואלטן גרייט געווען צו בלייבן וואוינען מיט דעם מאן? (איך כאפ נאר אן א משל)
דינסטאג אפריל 19, 2016 4:10 pm#330066
שמעקעדיג האט געשריבן: אלע טאטעס פון קינדער – אינגלעך צי מיידלעך – אין היינטיגן דור לעבן מיטן פחד מה יוולד יום. קיינער ווייסט נישט ווי אזוי אונזערע קינדער וועלן אויסוואקסן מארגן. וואס קענען עלטערן טון צו מאכן די קינדער געזונטער בכלליות, און וואס קען מען טון אויב האלט מען שוין ליידער אין אזעלכע מצבים?


איך זע אז דער פרט פון די נושא האט מען דא נישט עכט בארירט.

צו מאכן די קינדער געזונטער בכלליות - איז פארשטייט זיך תלוי אין וואס די קינדער זעען ביי די עלטערען מידי יום ביומו. זיי טרעפען דאס אין די עלטערען'ס אייגענע התנהגות בינו לבינה בפרט, און בכלל בין אדם לחבירו, אדער בינם לבין עצמם פערזענליך ווי אזוי זיי געבען זיך אן עצה, די טאטע מיט זיך אליינס וכן די מאמע. אזוי אויך די קאמיוניקעשען צווישען די עלטערען און די קינדער און די אינפארמעשען וואס מ'פיטערט זיי במשך השנים גוט אסאך צו. אזוי ווי מ'דערציילט אז א יונגערמאן איז געקומען צום בית ישראל און געפרעגט פון ווען דארף מען מחנך זיין די קינדער? פון די איין יאר? דריי? פונעף? ענפערט ער פון די אכצען! דאס הייסט פון ווען די "עלטערען" זענען אכצען. עכ"פ די מעסעדזש איז א מ'דארף זיך אליינס אויף פירען ווי א מענטש.

אבער! מ'דארף געדענקען אז מענטשען זענען נישט קיין מלאכים און עס איז נישט יתכן צו זיין פערפעקט און דא איז גילטיג די מאמר החכם אז "חינוך איז 10% דורך די עלטערען און 90% סייעתא דשמיא" אדער ווי מאנכע רופען עס אן מזל אד"ג. ובפרט פון די אכטצען יאר און ווייטער וואקסט טאקע נישט די גוף פון א מענטש (אפשר האריזאנטעלי אבער נישט ווערטעקלי...) אבער נפשיות'דיג און שכליות'דיג יא און פון דארט און ווייטער האבן די עלטערען כמעט נישט קיין שליטה איבער די גידול פון זייער קינד. עכ"פ מ'פראבירט דאס בעסטע וואס מ'קען, און פאר די איבעריגע קען מען נעמען א תהלים, זאגען קטורת און פרק שירה, רמעבה"נ ועוד.

אויב האלט מען שוין ליידער אין אזעלעכע מצבים – צום ערשט זאלען די עלטערען זיין סאפארטיוו צו זייער אייגען קינד עמאציענאלי עד הסוף און דאס קלאר מאכן פארן קינד ברחל בתך הקטנה. אזוי אויך דארף מען ארויס ווייזען טראסט און דער קינד און עם געבען ספעיס. מ'דארף אפשר נישט שטיצען די קינד מיט די עניינים וואס די עלטערען פארשטייען איז נישט גוט פאר'ן קינד לדוגמא די טעותים וואס די קינד באגייט רוב מאל פון בלינדע אומעקספערינסט עקשנות. אבער צו מחזק זיין זייער אייגען בלוט און פלייש און ארויס ווייזען געפול מיט'ן קינד אלס טאטע מאמע צו וואס דען איז מען דא?

צווייטענס, אויב מעגליך אויף א קלוגע און אויסגערעכענטע אופן צו זען אז די קינדער זאלען אנקומען צי פראפעסיאנעלע הילף. דארט קומט אלעס אן למעשה. פאר עסען גייט מען אין גראסערי, שאלות פרעגט מען א דיין, אין פאר מענטשליכע פראבלעמען גייט מען צי א מומחה אין מענטשליכע פראבלעמען. צי זיך גיין נעמען דעות זאגען פאר די אייגענע קינד אדער ח"ו פאר'ן ציגעקומענער איז קאנטער-פראדאקטיוו. אזוי אויך זיך נעמען אויס מסר'ן איינער דעם צווייטען ביי דיינים און ראש כוללים וואס האבען נישט קיין עקספארטיז ענדיגט זיך על פי רוב נישט גוט. אויב מ'קען נאך מחזק די אונגערמאן אדער אידענע מיט יודישקייט וועט נאך אלס דער מומחה זיין די בעסטע וועג אנציקומען צי דעם.
_____________________________________________________________________________________________________________________________________________________________________________________________________________

ולעצם הענין כבר דשו בו רבים הדק היטב באשכול הנוכחי ובפרט בפתחון פה ע"י ATUB @שמעקעדיג ATUB נתמשך ע"י ATUB @mevakesh ATUB ונתבאר ע"י ATUB @הוגה ATUB ועוד, ממש שפתים ישק ודפח"ח.

מ'קען צו לייגען און אפשר גאר מגדיר זיין די נושא מיט א כלל ווי אזוי מ'באגייט זיך מיט פראבלעמען. למשל, ווען מ'האנדלט מיט משפחה דארף מען זיין גאר סענסעטיוו, אבער מיט סתם מענטשען קען מען שוין זיין ווי מ'זאגט מער און פנים אריין. אדער לדוגמא פאלאטישענס נוצען ווערטער און דרשות, און מיט טעראריסטען האנדעלט מען דורך געווער. אויב איינער פארדרייט אבער די כלים פון די מטרה און רעדט מיט משפחה און פנים אריין אדער א פאלאטישען מיט געווער איז ער א צידרייטע"ר בלע"ז וואס איז מיוחד לדיזעסטער.

אזוי אויך ביי שלום בית וואס איז קאמפלעצירט געווארען מיט עניני יהדות דארף מען זען נישט צי פארדרייען די יוצרות. פראבלעמען אין שלום בית איז א פראבלעם אין די גדר פון מענטשליכע אויף פיראכטס, אבער פראבלעמען אין די תורה איז ווען ס'איז דא א סתירה צווישען רמב"ם אין ראב"ד, אין הלכה א מחלוקת רמ"א און מחבר, אין עבודה צווישען נפש החיים און יסוד העבודה, אין השקפה צווישען בית יעקב מיידלעך און סאטמארער קנאות. וכמו"כ התנהגות בין אדם לחבירו איז צווישען מענטשען און בין אדם למקום איז צווישען מענטש און גאט. די אפישעל דעפענישען פון סייקאלאדזשי איז "די סטאדי אף יומען ביהעוויער". ווען די התנהגות צווישען מאן און פרוי טויג נישט מאיזה סיבה שהוא ובכל אופן שהוא איז דאס א מענטשליכע ביהעוויער פראבלעם און מ'העלפט זיך דורך מענטשליכע עצות ווי רעספעקט, קאנסידערעישען אדער אויב נויטיג פשרה. און געווענליך איז דאס באגלייט דורך א מומחה.

זאת ועוד, די יודישקייט פראבלעם ביים באטראפענער איז על פי רוב א תוצאה פון א מענטשליכע פראבלעם. אמאל איז דאס טאקע קארענט אינפלוענס, אבער זייער אסאך מאל איז דאס גאר איינגעבאקענע מיסקאנסעפשענס. און דארט איז ווי מ'דארף אנהייבען ארבעטען. ווען עס וועט שוין קומען למעשה נאכ'ן מצליח זיין צי אדרעסירען די מענטשליכע ביהעוויער אישוס דורך פארשען און ארבייטען מיט די ריכטיגע אדרעסען און כלים, דעמאלטס קומט אריין די פראבלעם פון יודישקייט. וואס איז דער פערזאן'ס פראבלעם מיט יהדות? איז ער/זי גערעכט? איז אויסגעהאלטען אז איינער פון די צוויי זאל מוותר זיין? קען מען עפעס אויפטוהן? קען די ספאו"ס לעבען מיט באטראפענעם'ס יודישקייט בליק? דארף דער צווייטער זיך מוסר נפש זיין און גט'ן דערפאר? דא קומט שוין אריין השקפה, הלכה, דעת תורה, די הייליגע מסורה, יסודי הדת, וכו'.

אבער ביז דארט גייט עס לויט די סדר התפילה שתקנו אנשי כנסת הגדולה. קודם חונן הדעת ווייל אם אין דעת הבדלה מנין, און דוקא נאכדעם השיבנו אבינו לתורתיך. ולמה נקראו אנשי כנסת הגדולה שהחזירו עטרה ליושנה און נאר אזוי קען מען צירוק לייגען די קרוין אויף די גליקליכע חתן און כלה. אבער אויב מ'פארדרייט די יוצרות איז מען א קורא למפרע און דומה צי איינער וואס לייגט זאלץ אין קאווע און צוקער אויף פרענטש פרייס. ובדרך זה שמעתי אויף א קאסעטע פון ר' יוסף ראזענבלום פון שערי יושר וז"ל, אז איינער וואס האט ליב זאלץ אין די טיי זאל ער לייגען זאלץ און די טיי און זיין אן איש אמת און זיך נישט שעמען פון קיינעם. אבער א מעשוגענער בלייבט ער! ווייל ער טרונקט זאלץ און די טיי, עכ"ל הק'.
דינסטאג אפריל 19, 2016 5:05 pm#330084
א דאנק וואלווי פאר דיינע שיינע הארציגע און ריכטיגע ווערטער. אלס טשערמאן וואלט איך געזאגט, דער אויבערשטער זאל העלפן אז די דברים היוצאים מן הלב זאלן זיין נכנסים אל הלב וכו'.

איין וויכטיגע יסוד וואס מיר נעמען ארויס פון עטליכע תגובות דא, איז דער חלק פון עלטערן זיך אריינמישן ביי די קינדער. עלטערן מיינען אין אלגעמיין בלויז די טובה פון די קינדער, און נאטורליך האלט זיך יעדער א מבין אויף יעדע קעיס, בפרט די עלטערן (פארשטייט זיך מיט זייערע ברילן, פון זייער קוק-ווינקל און השקפה), אבער עס איז קריטיש וויכטיג צו געדענקען אז עלטערן זאלן זיך נישט אריינמישן ווען עפעס גייט פאר ביי די קינדער. כמה פעמים האב איך שוין מיטגעהאלטן קעיסעס, ווען די עלטערן זענען נישט געווען אינוואלווד איז אלץ געווען גרינגער צו הענדלען די סיטואציע, ומכלל הן אתה שומע לאו, די עלטערן קענען זיין די גרעסטע צינדער אנשטאט לעשער, און חרוב מאכן דאס לעבן פון זייערע קינדער.

אודאי מעגן די עלטערן זיין אינפארמירט פון דעם מצב ארום, און זיי מעגן אויך מייעץ זיין וואס צו טון לויט זייער מיינונג; אבער ווי וואלווי שרייבט, נישט אינפארסירן זייערע עצות, נאר געבן דאס קינד די טראסט און די ספעיס צו טון ווי ער/זי פארשטייט, נישט אלעס וואס די פארפאלק ווייסט און שפירט קענען די עלטערן וויסן און פארשטיין, אדרבה, זיי טארן נישט וויסן אלעס, בפרט דברים שבצנעה, נאר און טאקע נאר פאר א קאנפידענשאל טעראפיסט אדער א פרעמדער קלוגער עסקן.

עלטערן וואס האבן געבוירן א קינד, זיך אפגעגעבן דערמיט, אויפגעצויגן, געפעמפערט און געקושט, אנגעטון און געפיטערט, וועלן אייביג בלייבן מיט אזא בליק אויפן קינד כאילו ער/זי איז א אומבאהאלפענער און פארבלייבט אייביג אין זייערע אויגן כתינוק הצריך לאמו, עס איז שווער צו טראסטן אז די אייגענע קינד פארשטייט שוין אליין און דארף מער נישט די עדווייס פון די עלטערן.

מיר זענען די עלטערן, א חלק דא זענען נאך יונגעלייט און צוקונפטיגע שוויגער עלטערן, אנדערע האבן שוין יא חתונה געמאכט, און מיר קענען סעטן דעם טאן, אריינברענגען דעם רוח צווישן אונזער קאמיוניטי – סיי ביי זיך און סיי ביי אנדערע – אז עלטערן מישן זיך נישט אריין, פינטל! עס מאכט נאר ערגער! זיי נעמען עס פערסאנעל, עס רירט צו זייער פרעסטיזש, און ארבעטן מיט געפיל לאזט זיך קיינמאל נישט אויס גוט, מען קען נישט מאכן אזוי קיין ריכטיגע החלטות. נאר א דרויסענדיגער מיט שכל אין קאפ זאל קעהר נעמען.
דינסטאג אפריל 19, 2016 5:18 pm#330088
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר זענען די עלטערן, א חלק דא זענען נאך יונגעלייט און צוקונפטיגע שוויגער עלטערן, אנדערע האבן שוין יא חתונה געמאכט, און מיר קענען סעטן דעם טאן, אריינברענגען דעם רוח צווישן אונזער קאמיוניטי – סיי ביי זיך און סיי ביי אנדערע – אז עלטערן מישן זיך נישט אריין, פינטל! עס מאכט נאר ערגער! זיי נעמען עס פערסאנעל, עס רירט צו זייער פרעסטיזש, און ארבעטן מיט געפיל לאזט זיך קיינמאל נישט אויס גוט, מען קען נישט מאכן אזוי קיין ריכטיגע החלטות. נאר א דרויסענדיגער מיט שכל אין קאפ זאל קעהר נעמען.


דאס איז נוגע נישט נאר ביי חתונה געהאטע קינדער נאר אויך ביי קליינע קינדער בכלל אז די עלטערען פארגעסען אז אדם קרוב אצל עצמו און דאס וואס די עלטערען פילן נחת אדער צער איז גאר זייער אייגענע געפילען וועגען זיך צו זיי אליינס האבען נחת אדער צער און לאו דוקא וואס איז גוט אדער שלעכט פאר'ן קינד און מ'טאר דאס נישט אויסמישען
דינסטאג אפריל 19, 2016 11:06 pm#330152
לעיקוואד האט געשריבן:כולם מסכימים שאם שניהם רוצים ולא מתדר להו שיתגרשו. הנידון פה להבנתי הוא אם על פי המאמין ביסודות הדת הכרח להאמין שאי אפשר לחיות ככה ואסור לוותר או להתפשר או להבין וכו', ולגבי זה הוי ההלכה שאין כופין הכרעה אלימתא שאין דעת ההלכה שאי אפשר להתפשר ולחיות ככה. ואם אין מישהו רוצה לחיות ככה אין זה מרוב אדיקותו בהלכה שאינה סוברת כמוהו שאי אפשר להתפשר אלא סתם מסיבת טבעו או הרגלו וכדומה.

אף אחד לא כתב שמוטל עליו חיוב גמור מצד הדין להתגרש מאשה שהתפקרה בדעתה [או להיפוך]. המדובר הוא, אם יש הצדקה בגירושין באופן כזה, וכן אם יש משהו שימנע מהם מלהתגרש.
ובנוגע לה'ראיה' שהבאת מדברי הפוסקים שלא חייבו להתגרש, שמכאן ראי' שכך הוא רצון התורה שלא יתגרשו, אומר רק זאת: התורה נתן לו רשות להתגרש אם מצא נאה הימנה, התורה רק חייב אותו בכך אם היא פרוצה וכדומה. כלומר, סיבה 'להצדיק' הגירושין - יש גם יש, אבל 'חיוב' ליכא.
מיטוואך אפריל 20, 2016 12:12 am#330166
כבר הזכרנו את זה למעלה
מיטוואך אפריל 20, 2016 12:45 am#330170
סליחה רב שש, עפ"י הלכה א מאן וואס לאזט איבער זיין פרוי נגד רצונה אדער א פרוי וואס לאזט איבער א מאן נגד רצונו אן קיין הצדקה על פי דין איז א מורד גמור / מורדת גמורה!!
דיין רשות צעטל פאר א מצא אחרת נאה הימנה איז בכלל נישט אזוי פשוט.
מיטוואך אפריל 20, 2016 1:17 am#330173
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
א פרוי קען נישט איבערלאזן דעם מאן. וואס פאלט דיר ביי אז א מאן קען נישט איבערלאזן די פרוי? אז ער באצאלט נישט קיין מזונות איז ער א מורד, אבער אז ער וויל גט'ן און באצאלן די כתובה, קען ער דאס רואיג טאן (עכ"פ ביזן חרם דר"ג וועגן גט בע"כ).
מיטוואך אפריל 20, 2016 2:31 am#330186
זבולון האט געשריבן:זייער שיין @הוגה.
אבער איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער, אז עס איז נישט פארהאן קיין דיווארס ריין צוליב רעליגיעזע אישוס. (און ווי הארב די דיפערענצן זענען, איז אויך נישט קיין גרויסע נפ״מ, ווייל ביי א מוח-דחוק קען די מינדעסטע מנהג ווערן באטראכט אלס יסודי הדת. ופשוט).

לאמיר נישט פארגעסן, אין פארלויף פון די היסטאריע, און אויך היינטיגע צייטן, האבן מענטשן אוועק געגעבן זייער אייגענע לעבן צוליב רעליגיע. אונז אליינס זענען מיר גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר אונזער רעליגיע. סא, פארוואס זאל א ווייב נישט זיין גרייט צו אוועקגעבן איהר מערידזש לייף (ווי גוט עס זאל נאר זיין, צוליב רעליגיע).



הוגה האט געשריבן:[justify]
געוואלדיג האט געשריבן:למשל אויב דער טאטע וויל נישט מער היטן שבת, אדער טהרת המשפחה, לכאורה אין אזא פאל איז נישט שייך מער קיין צוזאם ארבעט.


אויב וויל ער מחלל שבת זיין דוקא דורכ'ן וואטשען טעליוויזיע אין די דיינינג-רום אנגעטון אין קורצע הויזן און עסנ'דיג חזיר (די גוזמא איז לשבר...) דארפן זיי זיך גט'ן אויבער דאס איז נישט צוליב רוחניות ענינים נאר צוליב incompatibility ענינים. פונקט ווי ווען איינער וויל וואוינען אין נו יארק און די אנדערע אין אסטראליע און ביידע ווילן נישט נאכגעבן וואלט איך מייעץ געווען זיך צו גט'ן, און פונקט ווי צוויי ביזנעס שותפים, איינער זוכט ריעל עסטעיט און די אנדערע זוכט די סטאק מארקעט וואלט איך מייעץ געווען זיך צו טיילן, אזוי אויך דא.


געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.


יעקב מענטש האט געשריבן:במח"כ, אויסער צוזאמהאלטן די שטוב פאר די טובה פון די קינדער (וואס איז אויך א גרויסע שאלה צו דאס וועט בלייבן צוזאמען), זעה איך נישט קיין שום סיבה שבעולם פארוואס א פרוי וואס איר שטרעבן אין לעבן איז געווען צו וואוינען מיט א מאן א ערליכע איד וואס נוצט נאר ער"פ מצות צום סדר, זאל בלייבן וואינען מיט איינעם וואס איז א מחלל שבת און א כופר בעיקר ?


פון וואו נעמט איר אזעלכע דיבורים? אויף ווי ווייט איך ווייס האט זיך נאך קיינער נישט גע'גט נאר וועגן רעליגיע אליינס, אפילו יסודותדיגע ענינים. קיינער האט זיך נאך נישט גע'גט (כ'רעד פון נארמאלע מענטשען) וועגן דער מאן\ווייב בייסט זיך די ליפן אום שבת במזיד. אפילו ווען הלכה וועט זאגן אז איינער איז א כופר בעיקר, למשל אויב א יונגערמאן קומט אהיים זאגן פארן ווייב אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און ער גלייבט אז ווען ס'שטייט אין פסוק יד ה' עין ה' אף ה' מיינט עס כפשוטו, אז ערגעצוואו געפינט זיך אזא געטליכע האנט, וואס אפילו אויב זי וועט אנרופן א רב און דער רב וועט איר זאגן אז דאס הייסט עמטליך כפירה, וועט זי זיך נישט גטן פאר דעם. נאר וואס איז דער חילוק צווישן בייסן די ליפן און נוצן א טעלעפאון אום שבת? די לעיבעל. די נאמען. דער סעלפאון ניצער הייסט א מחלל שבת. דער כופר אינעם אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף הייסט נישט קיין כופר, אבער דער אטעאיסט "הייסט" יא. דעטסאל.

ביי אזא פארפאלק, אויב איז נישט געווען קיין עכטע ליבשאפט פון פריער, נאר דער יונגערמאן האט ערפילט א ראלע אין שטוב אלץ קידוש מאכער, מחנך פון די קינדער, און שאלה פסקנער, אזא איינער האט שוין נישט קיין פלאץ, ווייל די אלע ראלעס קען ער שוין נישט ערפילן (אין זיין ווייב'ס אויגן), אבער אויב איז דא א יסוד פון עכטע ליבשאפט, גלויב איך אז מ'קען אויסארבעטן די פראבלעמען, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.
מיטוואך אפריל 20, 2016 2:37 am#330187
נולד מאוחר האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:3) א מערידזש איז נישט אינגאנצן דומה צו ביזנעס פארטנערס, דא רעדט מען נישט פון צוויי מענטשען וואס שטעלן זיך צוזאם צו מאכן געלט, דא רעדט מען פון צוויי 'לעבנס' שותפים, מענטשען וואס האבן א ריכטיגע 'אהבה' (מלשון הב) איינער פארן צווייטן. במילא איז דער שותפ'ס רוחניותדיגע מצב אסאך מער רעלעוואנט און שפילט א גרעסערע ראלע ווען מ'באשליסט אז איך קען שוין נישט וואוינען מיט יענעם, ווען זייערע רוחניותדיגע אינטערעסן טוישן זיך דראמאטיש, איז נישט שייך צו זאגן אקעי איך האב אים נאך אלץ ליעב, און איך בלייב ווייטער זיין/איר שותף, יא! קען זיין איך האב אים פערזענליך זייער ליעב, אבער אויב דיין לעבן האט ביי דיר א העכערע באדייט, און דו ציהלסט צו לעבן א געוויסע רוחניותדיגע סטאנדארט, און יענער איז היפך פון וואס דו ווילסט זעהן אין דיין לעבן, איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן ווייטערדיגע רייבערייען, ווייל די צוויי מענטשען שטימען מער נישט.

סגייט נאך א טריט ווייטער לכאורה , ליבשאפט איז נישט עפעס magical, מהאט ליעב א צווייטען צוליב זיין גאנצער ציזאמשטעל. דו רגע וואס איך ווער געוואר אז ער איז נישט דאס וואס איך האב געמיינט אויף זייער א גרויסע און וויכטיגע חלק, וויאזוי קען די ליבשאפט בלייבן?


שש משזר האט געשריבן:א צודרייטע משל: צוויי הייסע סענדערס חסידים האבן חתונה [הער נאר צו, @שבת אחים], זייער שנאה צו הילערי איז גרויס, זייער שנאה צו קרוז איז ריזיג, און זייער שנאה צו טראמפ איז אומבאגרייפבאר. ווען זיי האבן זיך געטראפן, איז דער מערסט-געמיינזאמער פונקט זייערע געווען זייער אהבת סענדערס ושנאת טראמפ. עווענטועל האבן זיי געזען אז ביידע גלייכן אויך סושי, עקלן זיך פון טונא, האבן ליב טשאקלאד, און פארנעמען נישט קיין קאווע [משל למהד"ד וכו'], און זיי האבן זיך געהייראט בשעטו"מ. יעצט הערט איינער אסאך @ישראל גלויבער'ס רעטאריק פון 'טראמפ אויפן טראן', און ווערט א געשוואוירענע חסיד פון טראמפ [כ'ווייס נאכנישט וויאזוי אזא זאך קען געמאלט זיין, אבל חזקה על המאמין, און אין אידיש: אויפן גלויבע"ר...], צוגלייך ווערט סענדערס אן אלטער זינלאזער וכו'. קען זייער שלום בית נאך ארבעטן? אונזער מערידזש איז געבויט אויף 'אונזער' סענדערס סטיל [רוף עס 'חסיד'יש'] אידישקייט מער ווי אויף אלס אנדערש, יעצט נניח איינער ווערט א טראמפיסט [רוף עס 'מאדערן-ארטאדאקס], כאטש זיי ביידע גלייבן אין אמעריקע אלס פאן טרעגער פון דעמאקראטיע [רוף עס 'דת ישראל'], איז נישטא קיין סיבה זיי זאלן וועלן בלייבן צוזאמען.


א פארפאלק וואס זייער איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז זייער אהבה צו סענדערס האט נישט חתונה מתחילה. והא ראי' אז איך און מיין טאטע האבן ביידע ליב אייז קרים אהבת נפש, און איך האב מיט עם נישט חתונה געהאט. נארוואדען? אמאל טרעפן זיך צוויי יוגענטליכע ביי א סענדערס ראלי, מ'קינפט אן א קשר, מזעט אז ס'איז ענבי הגפן, און מ'נעמט עס א שטאפל ווייטער. אזא פארפאלק, אויב הערשט אן אמת'ע אהבה, קען עס איבערלעבן אפילו אויב איינער פון זיי קומט אהיים איין טאג און זאגט פארן צווייטן, הער זיך איין ליבלינג, איך קען שוין מער נישט אויסהאלטן נישט צו זיין אפן מיר דיר, אבער וואס זאל איך טון, איך בין געווארן א הייסע טראמפ חסיד. אויב קען דאס פארפאלק נישט איבערלעבן דעם שמועס ווייזט דאס אז דארט איז קיינמאל קיין אמת'ע אהבה נישט געווען.
מיטוואך אפריל 20, 2016 3:53 am#330188
געפילטע פיש האט געשריבן:אויף ווי ווייט איך ווייס האט זיך נאך קיינער נישט גע'גט נאר וועגן רעליגיע אליינס, אפילו יסודותדיגע ענינים. קיינער האט זיך נאך נישט גע'גט (כ'רעד פון נארמאלע מענטשען) וועגן דער מאן\ווייב בייסט זיך די ליפן אום שבת במזיד. אפילו ווען הלכה וועט זאגן אז איינער איז א כופר בעיקר, למשל אויב א יונגערמאן קומט אהיים זאגן פארן ווייב אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און ער גלייבט אז ווען ס'שטייט אין פסוק יד ה' עין ה' אף ה' מיינט עס כפשוטו, אז ערגעצוואו געפינט זיך אזא געטליכע האנט, וואס אפילו אויב זי וועט אנרופן א רב און דער רב וועט איר זאגן אז דאס הייסט עמטליך כפירה, וועט זי זיך נישט גטן פאר דעם. נאר וואס איז דער חילוק צווישן בייסן די ליפן און נוצן א טעלעפאון אום שבת? די לעיבעל. די נאמען. דער סעלפאון ניצער הייסט א מחלל שבת. דער כופר אינעם אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף הייסט נישט קיין כופר, אבער דער אטעאיסט "הייסט" יא. דעטסאל.

ביי אזא פארפאלק, אויב איז נישט געווען קיין עכטע ליבשאפט פון פריער, נאר דער יונגערמאן האט ערפילט א ראלע אין שטוב אלץ קידוש מאכער, מחנך פון די קינדער, און שאלה פסקנער, אזא איינער האט שוין נישט קיין פלאץ, ווייל די אלע ראלעס קען ער שוין נישט ערפילן (אין זיין ווייב'ס אויגן), אבער אויב איז דא א יסוד פון עכטע ליבשאפט, גלויב איך אז מ'קען אויסארבעטן די פראבלעמען, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.

וויבאלד דיין תגובה איז באזירט אויף דיין הנחה, דארף איך פשוט ארויסשלעפן דעם קארטן און דיין געביידע צופאלט.

איך קען פערזענליך צוויי אידן, ביידע זענען שומרי תו"מ, ביידע האבן זיך גע'גט צוליב דעם מאנ'ס ציען אביסל לינקס [די 'אביסל' איז תלוי אין יעדן מענטש'נס דעת]. זיי זענען נישט געווארן קיין עטאיסטן, ניטאמאל די סארט כפירה וואס דו ברענגסט אויבן.

לכה"פ ביי איינעם פון די צוויי, איז די מאן געווען א גוטער, און די שלום בית איז געווען צום זאך. ביז...

אזעלכע מעשיות קענסטו הערן יעדן שני וחמישי פון מענטשן וואס האנדלן מיט אזעלכע קעיסעס. איך ווייס פון די צוויי, וואס איך קען פערזענליך.
מיטוואך אפריל 20, 2016 3:59 am#330189
געפילטע פיש האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:א צודרייטע משל: צוויי הייסע סענדערס חסידים האבן חתונה [הער נאר צו, @שבת אחים], זייער שנאה צו הילערי איז גרויס, זייער שנאה צו קרוז איז ריזיג, און זייער שנאה צו טראמפ איז אומבאגרייפבאר. ווען זיי האבן זיך געטראפן, איז דער מערסט-געמיינזאמער פונקט זייערע געווען זייער אהבת סענדערס ושנאת טראמפ. עווענטועל האבן זיי געזען אז ביידע גלייכן אויך סושי, עקלן זיך פון טונא, האבן ליב טשאקלאד, און פארנעמען נישט קיין קאווע [משל למהד"ד וכו'], און זיי האבן זיך געהייראט בשעטו"מ. יעצט הערט איינער אסאך @ישראל גלויבער'ס רעטאריק פון 'טראמפ אויפן טראן', און ווערט א געשוואוירענע חסיד פון טראמפ [כ'ווייס נאכנישט וויאזוי אזא זאך קען געמאלט זיין, אבל חזקה על המאמין, און אין אידיש: אויפן גלויבע"ר...], צוגלייך ווערט סענדערס אן אלטער זינלאזער וכו'. קען זייער שלום בית נאך ארבעטן? אונזער מערידזש איז געבויט אויף 'אונזער' סענדערס סטיל [רוף עס 'חסיד'יש'] אידישקייט מער ווי אויף אלס אנדערש, יעצט נניח איינער ווערט א טראמפיסט [רוף עס 'מאדערן-ארטאדאקס], כאטש זיי ביידע גלייבן אין אמעריקע אלס פאן טרעגער פון דעמאקראטיע [רוף עס 'דת ישראל'], איז נישטא קיין סיבה זיי זאלן וועלן בלייבן צוזאמען.

א פארפאלק וואס זייער איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז זייער אהבה צו סענדערס האט נישט חתונה מתחילה. והא ראי' אז איך און מיין טאטע האבן ביידע ליב אייז קרים אהבת נפש, און איך האב מיט עם נישט חתונה געהאט. נארוואדען? אמאל טרעפן זיך צוויי יוגענטליכע ביי א סענדערס ראלי, מ'קינפט אן א קשר, מזעט אז ס'איז ענבי הגפן, און מ'נעמט עס א שטאפן ווייטער. אזא פארפאלק, אויב הערשט אן אמת'ע אהבה, קען עס איבערלעבן אפילו אויב איינער פון זיי קומט אהיים איין טאג און זאגט פארן צווייטן, הער זיך איין ליבלינג, איך קען שוין מער נישט אויסהאלטן נישט צו זיין אפן מיר דיר, אבער וואס זאל איך טון, איך בין געווארן א הייסע טראמפ חסיד. אויב קען דאס פארפאלק נישט איבערלעבן דעם שמועס ווייזט דאס אז דארט איז קיינמאל קיין אמת'ע אהבה נישט געווען.

נו, טאקע דאס איז אונזער אומגליק, אז די וועג וויאזוי חסיד'ישע אידן האבן חתונה, איז ע"ד סענדערס סענדערס לגזירה שוה. איך חסיד, דו חסיד. מז"ט, געשלאסן שידוך.

אהבה, צוגעפאסטקייט, אויסזען, און צומאל פשוט'ע מידות און תכונות הנפש, זענען גאר די 'אייזקריעם' וואס 'מאכט נישט צופיל אויס' אינעם שידוך.

דערפאר איז טאקע שווער, אז די ליבשאפט וואס איז געבויט אויף אזא שוואכע יסוד זאל אנהאלטן נאך אן אויפשאקלונג אין סאמער תוך וואס האט זיי צאמגעברענגט. און פאר דו ווילסט ענטפערן אויף דעם, ליין גוט איבער מיין לעצטע נקודה דארטן:
אדנירם האט געשריבן:נאר אזויפיל יא, ווי הוגה האט גע'מסביר'ט, אויב מ'וויל - איז דא א וועג פאר צוזאמענארבעט. אבער דאס עצם ווילן, דארף זיין געבויט אויף דעם אז די 'חסיד'ישע סטיל' אידישקייט פארנעמט נישט קיין יסוד מהיסודות קשות שבמקדש מעט. ודו"ק כי הארכתי.
מיטוואך אפריל 20, 2016 4:08 am#330190
אדנירם האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אויף ווי ווייט איך ווייס האט זיך נאך קיינער נישט גע'גט נאר וועגן רעליגיע אליינס, אפילו יסודותדיגע ענינים. קיינער האט זיך נאך נישט גע'גט (כ'רעד פון נארמאלע מענטשען) וועגן דער מאן\ווייב בייסט זיך די ליפן אום שבת במזיד. אפילו ווען הלכה וועט זאגן אז איינער איז א כופר בעיקר, למשל אויב א יונגערמאן קומט אהיים זאגן פארן ווייב אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און ער גלייבט אז ווען ס'שטייט אין פסוק יד ה' עין ה' אף ה' מיינט עס כפשוטו, אז ערגעצוואו געפינט זיך אזא געטליכע האנט, וואס אפילו אויב זי וועט אנרופן א רב און דער רב וועט איר זאגן אז דאס הייסט עמטליך כפירה, וועט זי זיך נישט גטן פאר דעם. נאר וואס איז דער חילוק צווישן בייסן די ליפן און נוצן א טעלעפאון אום שבת? די לעיבעל. די נאמען. דער סעלפאון ניצער הייסט א מחלל שבת. דער כופר אינעם אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף הייסט נישט קיין כופר, אבער דער אטעאיסט "הייסט" יא. דעטסאל.

ביי אזא פארפאלק, אויב איז נישט געווען קיין עכטע ליבשאפט פון פריער, נאר דער יונגערמאן האט ערפילט א ראלע אין שטוב אלץ קידוש מאכער, מחנך פון די קינדער, און שאלה פסקנער, אזא איינער האט שוין נישט קיין פלאץ, ווייל די אלע ראלעס קען ער שוין נישט ערפילן (אין זיין ווייב'ס אויגן), אבער אויב איז דא א יסוד פון עכטע ליבשאפט, גלויב איך אז מ'קען אויסארבעטן די פראבלעמען, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.

וויבאלד דיין תגובה איז באזירט אויף דיין הנחה, דארף איך פשוט ארויסשלעפן דעם קארטן און דיין געביידע צופאלט.

איך קען פערזענליך צוויי אידן, ביידע זענען שומרי תו"מ, ביידע האבן זיך גע'גט צוליב דעם מאנ'ס ציען אביסל לינקס [די 'אביסל' איז תלוי אין יעדן מענטש'נס דעת]. זיי זענען נישט געווארן קיין עטאיסטן, ניטאמאל די סארט כפירה וואס דו ברענגסט אויבן.

לכה"פ ביי איינעם פון די צוויי, איז די מאן געווען א גוטער, און די שלום בית איז געווען צום זאך. ביז...

אזעלכע מעשיות קענסטו הערן יעדן שני וחמישי פון מענטשן וואס האנדלן מיט אזעלכע קעיסעס. איך ווייס פון די צוויי, וואס איך קען פערזענליך.



קיין שום געביידע צעפאלט נישט. יענע דוגמאות איז נישט געווען ווייל אין בויך האט ער געהאט ספיקות אין על הגאולה ועל התמורה, נאר ווייל דער מאן האט געטוישט עפעס אויסערליך. קלייניקייטן טאקע, צו ווייל ער'ט אנגעהויבן אויסרעדן נאך המפיל, אדער ווייל ער האט אויפגעהערט צו זיין אזוי נזהר מיט מים אמצעאים, צו ווייל ער'ט אנגעהויבן ליינען רב קוק'ס ספרים. ער האט געטוישט זיין פערפעקט אימעדזש, זיין "לעיבעל" אין אירע אויגן, און דאס איז איר נישט געפאלן. וואס איך מיין צו זאגן איז, אז קיין נארמאלע מענטשען צעטיילן זיך נישט וועגן ריין טעאלאגיע, נאר וועגן סאציאלאגיע.
מיטוואך אפריל 20, 2016 4:21 am#330192
אדנירם האט געשריבן:
נו, טאקע דאס איז אונזער אומגליק, אז די וועג וויאזוי חסיד'ישע אידן האבן חתונה, איז ע"ד סענדערס סענדערס לגזירה שוה. איך חסיד, דו חסיד. מז"ט, געשלאסן שידוך.

אהבה, צוגעפאסטקייט, אויסזען, און צומאל פשוט'ע מידות און תכונות הנפש, זענען גאר די 'אייזקריעם' וואס 'מאכט נישט צופיל אויס' אינעם שידוך.

דערפאר איז טאקע שווער, אז די ליבשאפט וואס איז געבויט אויף אזא שוואכע יסוד זאל אנהאלטן נאך אן אויפשאקלונג אין סאמער תוך וואס האט זיי צאמגעברענגט. און פאר דו ווילסט ענטפערן אויף דעם, ליין גוט איבער מיין לעצטע נקודה דארטן:
אדנירם האט געשריבן:נאר אזויפיל יא, ווי הוגה האט גע'מסביר'ט, אויב מ'וויל - איז דא א וועג פאר צוזאמענארבעט. אבער דאס עצם ווילן, דארף זיין געבויט אויף דעם אז די 'חסיד'ישע סטיל' אידישקייט פארנעמט נישט קיין יסוד מהיסודות קשות שבמקדש מעט. ודו"ק כי הארכתי.


מיט דעם ביזטו הייליג גערעכט, אז אונזער שידוך סיסטעם וואס לייגט צאם בחור מיט מיידל וואס די איינציגסטע צד השוה ביניהם איז ווייל זיין טאטע האט געהאט א זון אויסצוגעבן, און איר טאטע האט געהאט א טאכטער, און אויב האבן זיינע שוועסטער געלערענט אין די זעלבע סקול ווי די כלה איז שוין פיקס פערפעקט, אזא סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו שאפן ליבעלאזע פארפעלקער, און אין יעדע קלייניגקייט וואס וועט זיך אויסקלאפן א חילוק צווישן זיי, אויב וויל ער טוישן חסידות, לבוש, אדער אפילו טוישן פון פערטל שיך צו האלבע, וועט דאס צייגן אז ס'איז געווען א מקח טעות מעיקרא, און גיי דיר פון וואו דו ביזט געקומען. און אויב צעטיילט מען זיך וועגן דברים של מה בכך מיינט דאס אז אהבה האט קיינמאל נישט עקזעסטירט צווישן די צוויי. אבער האפענטליך, אפשר איז עס ווישפול טינקינג, אבער כ'מיין אז א שיין פראצענט פארפעלקער זענען זיך נישט מסתפק במיעוט, נאר מ'ארבעט שווער צו בויען א קשר של אהבה צווישן מאן און ווייב, און איינמאל ס'עקזעסטירט אזא אהבה, דאן ווערט די ארגינעלע יסוד, דאס אז זיינע שוועסטער און זי האבן זיך געשפיגעלט ביים זעלבן שפיגל ווערט די "אייז קרים" אדער סענדערס, און ס'שאפט זיך א טיפערע קשר צווישן זיי. ביי אזא פארפאלק וואס פארשטייט אטאנאמיע, רעספעקט, אויב זענען זיי שוין גענוג גרויס אז זיי קענען פארשטיין אז אפילו אויב ער האט ליב טשאקלאד האט זי ליב וואנילע, קענען זיי אויך פארשטיין אז זיי האבן פארשידענארטיגע שאיפות און השקפות, און דאס דארף נישט אימפאקטירן זייער קשר צוליב דעם.
מיטוואך אפריל 20, 2016 4:26 am#330193
ATUB @געפילטע פיש ATUB , איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו ארויסברענגען.

דו טענה׳סט אז דיבור און מחשבה איז נישט גענוג, לכאורה ביסטו גערעכט, אבער מ׳קען עס נישט אויפווייזן, (ווייל געווענליך איינער וואס גלייבט אין יד השם כפשוטו, וועט נישט נעמען צו לאנג ביז עס וועט קומען לידי מעשה, און ער וועט אויפהערן זיך צו וואשן מים אמצעיים).

בכל אופן, ביסטו נישט קלאר וואס טוהט זיך ווען עס איז זיך יא מתבטא לידי מעשה, איז דא אמאל וואס דאס אליינס וועט גורם זיין צו צוברעכן א מערידזש? אדער דאס אויך נישט. (מיין דעה: כמעט נישט בנמצא, אבער עס איז דא אזעלכע מעשיות אויך).

בדרך אגב, מ׳רעדט דא כאילו ליבשאפט איז עפעס א Magic ווארט, וואס קלעבט און גייט קיינמאל נישט אראפ. איך גלייב אז ליבשאפט איז אויך א טוישבארע אייטעם, און עס איז זענען דא פארשידענע גורמים דערפאר. און אויב ווערט פונדעמאנטאלע דיפערענצן צווישן די צוויי, קען עס דעמעדזשן אויך אן אמת׳ע אהבה. (כאטש נישט אזוי שנעל ווי א מערידזש אן קיין אהבה).
מיטוואך אפריל 20, 2016 8:21 am#330208
דעת תורה האט געשריבן:א פרוי קען נישט איבערלאזן דעם מאן. וואס פאלט דיר ביי אז א מאן קען נישט איבערלאזן די פרוי? אז ער באצאלט נישט קיין מזונות איז ער א מורד, אבער אז ער וויל גט'ן און באצאלן די כתובה, קען ער דאס רואיג טאן (עכ"פ ביזן חרם דר"ג וועגן גט בע"כ).

א מורד הייסט מען פאר אנדערע עניני אישות אויך.

דו רעדסט פון "קענען", איך רעד פון "מעגן". די מחלוקת ב"ש וב"ה ור"ע איז געווען בעפאר חדר"ג.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:23 am#330217
זבולון האט געשריבן:@געפילטע פיש, איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו ארויסברענגען.

דו טענה׳סט אז דיבור און מחשבה איז נישט גענוג, לכאורה ביסטו גערעכט, אבער מ׳קען עס נישט אויפווייזן, (ווייל געווענליך איינער וואס גלייבט אין יד השם כפשוטו, וועט נישט נעמען צו לאנג ביז עס וועט קומען לידי מעשה, און ער וועט אויפהערן זיך צו וואשן מים אמצעיים).

מהיכי תיתי? איך מיין אז די פוינט איז אז קיינער זאל זיך אליינס נישט איינרעדן אז זיי מיינען דעם באשעפער דא, והא ראי' אז מיט איינער וואס איז מחלל שבת דורך בייסן די ליפן פאלט קיינעם נישט איין אז מיט אזא איינעם קען מען נישט לעבן. אלא מאי? מ'מיינט עפעס אנדערש, מ'מיינט זיך.

איינמאל א מענטש זעט דאס איין קען מען אנקוקן די גאנצע פרשה מיט אן אנדערע בליק.


זבולון האט געשריבן:בכל אופן, ביסטו נישט קלאר וואס טוהט זיך ווען עס איז זיך יא מתבטא לידי מעשה, איז דא אמאל וואס דאס אליינס וועט גורם זיין צו צוברעכן א מערידזש? אדער דאס אויך נישט. (מיין דעה: כמעט נישט בנמצא, אבער עס איז דא אזעלכע מעשיות אויך).

אויף דעם זאג איך אז ביי די מעשיות איז לכאורה קיינמאל נישט געווען קיין קשר איתן וואס איז געווען אומאפהענגיק אין אידישקייט.

ווייל אויב רעדט מען פון א פארפאלק וואס האט א עכטע ליבשאפט פון איינער צום צווייטן קען מען אויספיגערן וויאזוי צו בלייבן צוזאמען.


זבולון האט געשריבן:בדרך אגב, מ׳רעדט דא כאילו ליבשאפט איז עפעס א Magic ווארט, וואס קלעבט און גייט קיינמאל נישט אראפ. איך גלייב אז ליבשאפט איז אויך א טוישבארע אייטעם, און עס איז זענען דא פארשידענע גורמים דערפאר. און אויב ווערט פונדעמאנטאלע דיפערענצן צווישן די צוויי, קען עס דעמעדזשן אויך אן אמת׳ע אהבה. (כאטש נישט אזוי שנעל ווי א מערידזש אן קיין אהבה).

אודאי איז ליבשאפט נישט א זאך וואס שטייט לעולם ועד, אבער ווי ס'שטייט אין פסוק זכרתי לך חסד נעורייך, אז אפילו אויב איז כלל ישראל איז יעצט פארפלעקט און פארזינדיגט, אבער אז מ'קען זיך דערמאנען די גוטע צייטן איז כאטש דא מיט וועמען צו רעדן. פארשטייסט אליינס אז ס'איז הימל און ערד צווישן א פארפאלק וואס האט קיינמאל נישט געהאט גארנישט איינער מיטן צווייטן מער ווי דעם אז זי פלעגט אלעמאל קענען זאגן פאר איר פרענדס וואסערע שיינע שידוך זי האט געמאכט, ווי זי האט זיך געקענט גרויסהאלטן מיט זיין ערליכקייט און תמימות, און יעצט איז אלעס פארלוירן. וואס בלייבט יעצט איבער? א מאן וועמען זי שעצט נישט, וואס יעדע מאל זי הערט פון א פרענד וועגן איר מאנס פרומקייטן ציפט איר עס אין הארץ, א מאן וועם זי האט קיינמאל נישט ליב געהאט, איז מה לי ולצרה הזאת? טאמער אבער האט זיך געמאכט טיפערע קשר ווי די אויבערפלעכליכע נארישקייטן איז שוין א גאנץ אנדערע פרשה.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:43 am#330221
אויב ס'דא עכטע ליבשאפט צווישן מאן און פרוי, וואס פאסירט געווענדליך איז אז דער וואס ווערט קאלט שלעפט מיט דעם אנדערן. די גאנצע פראבלעם ווערט עלעמינירט.

א אמתע אהבה צווישן צוויי איז אסאך שטערקער ווי הלכות וואס מ'איז אויפגעוואקסן מיט.

אהבה מקלקלת השורה.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:49 am#330224
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
וכדומה.. האט געשריבן:אויב ס'דא עכטע ליבשאפט צווישן מאן און פרוי, וואס פאסירט געווענדליך איז אז דער וואס ווערט קאלט שלעפט מיט דעם אנדערן. די גאנצע פראבלעם ווערט עלעמינירט.

א אמתע אהבה צווישן צוויי איז אסאך שטערקער ווי הלכות וואס מאיז אויפגעוואקסן מיט.

אהבה מקלקלת השורה.

נישט ריכטיג
עכטע אהבה קומט געווענליך געבויעט אויף רעספעקטירן איינער דעם צווייטען און ווען מען רעספעקטירט יענעם דעמאלט פארשטייט מען אז אפילו איך בין געווארען קאלט איז יענער נישט קאלט און ווען יענער וויל גיין צום טיש אדער סיי וואס ענקארעדזשט מען יענעם צו טוהן וואס יענער פיעלט איז גוט פאר זיך
נאך מער דעם מהלך המחשבה אז איינער וועט אראפשלעפן דעם צווייטען מאכט דער עיקר פראבלעם און ווען דער וואס איז פרום איז אומזיכער מיט זיין יידישקייט אדער דער קאלטער פרובירט קאלט צו מאכן דעם אנדערן דעמאלט איז דער מצב נישט גוט
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:55 am#330225
אבער פון די אנדערע זייט ברענגט ליבשאפט די ווילן פון יענעם סעטעספייען, זיך צושטעלן און באקוועם מאכן, וואס שלעפט יא אראפ.

ס'קען זיך אויסשפילן פארקערט אויך, צו די פרומע זייט.

אבער דאס איז געווענדליך וואס ס'פאסירט ווען ס'הערשט א שטארקע אהבה.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:57 am#330228
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
דו רעדטס אפשר פון שטארק אבער אומגעזונט
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:06 am#330232
אהבה קומט מיט רעספעקטירן + אנדערע אינגרידיענס
רעספעקט ברענגט אבער נישט קיין אהבה

ווען די אנדערע אינגרידיענס ווערן ווייניגער ווערט דו אהבה אויך שוואכער
די רעספעקט קען בלייבן אבער די אהבה פאלט

דא איז די פארמעלע
א=R*X

די ריספעקט קען זיין 100 אויב X איז 0 דאן איז דא 0 אהבה
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:07 am#330233
mevakesh האט געשריבן:דו רעדטס אפשר פון שטארק אבער אומגעזונט

ער רעדט פין פעקטס-אן-דע-גראנד

געזינט צו נישט ווענד זיך וועם דו פרעגסט
וואס דו זעסט אלס געזינט קען א צווייטער (איך) זעהן אלס קראנק
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:12 am#330235
mevakesh האט געשריבן:דו רעדטס אפשר פון שטארק אבער אומגעזונט


ס'קומט נישט ווייל דער קאלטער זוכט דעם אנדערן צו פארדארבען. נאר פון דעם אז מ'וויל זיך צושטעלן איינער צום צווייטען. מ'זוכט יענעם צו פארגיטיגען דאס לעבן און מ'וויל זיך צושטעלן צום צווייטענס מהלך, אוטאמאטיש טרעפט מען זיך ערגעץ אויף א געוויסע סטאנדארט וואס באפרידיגט ביידען. און הלכות וכו' קענען דאן גיין א גאנג.

דאס מיינט בכלל נישט אז ס'דא א פראבלעם אין די רילעישענשיפ.
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:16 am#330237
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
א רילעשאנשיפ ווי מען פרובירט צו לעבן די זעלבע ווי יענעם איז עלול אריינצופאלן אין אסאך פראבלעמען פרעגט אייך נאך ביי עני מומחה מיט די מינימאלסטע ערפארונג
מיטוואך אפריל 20, 2016 12:09 pm#330256
mevakesh האט געשריבן:א רילעשאנשיפ ווי מען פרובירט צו לעבן די זעלבע ווי יענעם איז עלול אריינצופאלן אין אסאך פראבלעמען פרעגט אייך נאך ביי עני מומחה מיט די מינימאלסטע ערפארונג


איך האלט שוין נאכן זיך נאכפרעגען.
ס'איז דא סא-קאלד מומחים וואס וועלן דיר דאס זאגן, אבער דאס איז געבויט אויף א "וועלט-בליק" (זייערס אדער דעם פראפעסערס)
נישט א יעדער פיסכילאג פארשטייט די חילוק צווישען זיי - ואם אין דעת הבדלה מנין
און פין נאכן האבן דעם וועלט-בליק ביז קאנפעמעשען-בייעס איז זייער גרינג



דערנאך איז דא טייל מומחים וואס נעמען אלס וואס זיי לערנען צי אן עקסטרים (ביי היימישע טרעף איך דאס מער) און אז זיי לערנען פין די פראבלעם פין אן enmeshed relationship פארשטייען זיי אז א יעדער דארף צי זיין זעלבסטשטענדיג


טייל מומחים וואס האבן אויך די מינימאלסטע ערפארונג מיט לעבן פארשטיין, אז געזינטע אהבה ברענגט אויך צי קרבה און דעות. און דאס ריפן זיי געזינט. (עמאשנעל-אינטעמעסי)
זונטאג מאי 08, 2016 10:55 am#332105
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
א אלטע ארטיקעל וואס כהאב יעצט געפינען http://www.kveller.com/my-husband-left-orthodoxy-but-i-didnt-leave-him/#
מיטוואך מאי 18, 2016 11:50 pm#333683
פון "מעלות" די חודש
פרייטאג מאי 20, 2016 10:53 am#333837
דאס איז צוויי יאהר אלט
just sayin'
דאנערשטאג יוני 09, 2016 2:02 am#337357
דו ארטיקעל קען ציגעבן צים שמועס דא
[url=
m http://nyp.st/1ZzmWTR m ]
nyp.st/1ZzmWTR[/url]