Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

קאווע שטיבל • שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10378
זונטאג אפריל 17, 2016 9:23 pm#329627
שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
אונז האב מיר שוין דא אין מאחורי הפרגוד פונעם שטיבל א שלל מיט ארטיקלען און אשכולות אויף כמעט כל מיני פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן צווישן מאן און ווייב. עצות, איידיעס און טיפס על כל צרה שלא תבא, ווי אסאך חברים האבן מעיד געווען אז ליינענדיג די שורות דא אין מאחורי האט זיי אסאך געהאלפן אין לעבן, און זייער שלום בית האט זיך פארבעסערט.

ועל של עתה באתי, איבער א פענאמען וואס מאכט זיך לעצטנס ליידער אפטער ווי אמאל, אז א שלום בית גייט פייפן נישט ווייל איינער איז שלעכט אדער האט מדות מושחתות, נאר ווייל איינער פון די צוויי (ע"פ רוב די מאן, נאו דיסקרימינעישאן אינטענדעד) הייבט אן גליטשן בארג אראפ, און הייבט אן משנה זיין קודם מיט קלענערע זאכן און דערנאך מיט מער גרעסערע און ערנסטע ענינים, ביז די פרוי שפירט אז מער קען מען זיך נישט צוזאמענלעבן אזוי בשלום ובשלוה, עס קלאפט נישט סיי מיט די ווייב און זיכער נישט מיט די קינדער, און דאן... אדער לויפט מען זוכן הילף, אדער איז מען אליינס מחליט אז עס איז מער נישט קיין תכלית, און לעטס גאו...

איך האב דא אפגעשריבן א לענגערע אשכול אז א פרוי איז נישט קיין מורה דרך פאר א מאן, און אודאי נישט קיין מוסר זאגער. אבער עס פארשטייט יעדער בר דעת אז דאס איז נישט קיין כלל פאר גאר עקסטרעמע פעלער, ס'איז נישט פשט אז דער מאן קען זאגן בשרירות לבי אלך, איך העל האקן א טאג און די פרוי וועט אים ווי א שעפעלע מכבד זיין און רעספעקטירן אויף א גאלדענעם טאץ. דאס זעלבע פארקערט, אויב א ערליכער מאן קוקט צו מיט שאק ווי זיין פרוי זינקט צי מיט אירע סאציאלע חבר'טעס אנליין צי אומאיידעלע פרענדס ביי די ארבעט און פארלירט דערביי יעדן פונק פון ערנסטקייט און ווארעמקייט פון א אידישע מאמע, איז שווער צו האלטן דאס מויל פארמאכט און אנגיין מיטן לעבן מלא צער און זארג.

אודאי זאל מען נישט מוסר'ן איינער דעם צווייטן, און געוויס נישט שרייען און האבן טענות, דאס גיסט נאר אויל און צינדט אן דעם פייער נאך גרעסער; מען קען אסאך גרינגער מתקן זיין זאכן ווען עס הערשט נאך הארמאניע און אהבה אין שטוב, און מען פרובירט צו רעספעקטירן איינער דעם צווייטן אויף וועלכע זאכן מען קען יא; און בכלל מוסר'ן און פסקים וועט ווייניג-וואס העלפן צום מצב, קיין איין פארשטענדליכער ערוואקסענער וועט זיך נישט טוישן לכבוד א פסק אדער קולות וברקים, אויב עפעס קען מען נאר ערגער מאכן. איז ממילא וויכטיג צו געדענקען נישט צו גיין דעם דירעקציע.

די שאלה איז נאר, וואס יא? אויב מען האלט נאך ביים אנהייב, און מען קען נאך צוזאמענשטעלן די שטוב, איז דאך אודאי גוט. מען שלעפט אביסל ארויף פון איין זייט, און מען ברייטערט אויס דעם קוק-ווינקל פון די צווייטע זייט, און מען פרובירט דאס בעסטע אז דער לעבן זאל זיך סעטלען בעז"ה. אבער טאמער כאפט מען די זאך צו שפעט, איז געווענליך נישטא צופיל עצות, און רוב מאל קומט מען אן פריער אדער שפעטער צו א גט. עס איז גאר ווייטאגליך, ווייל אסאך מאל הערשט באמת א ליבשאפט צווישן דעם פארפאלק, אבער די תורה איז פארט העכער אלעם און בפחי נפש מוז מען זיך אפטיילן.

ווי געשריבן אויבן, מאכן זיך אזעלכע פעלער מער אפט לעצטנס, צוליב פארשידענע סיבות, און בדרך הטבע וועט די צוקונפט נישט ווערן בעסער, אויב נעמט מען נישט אן מיטלען דאס צוריקצוהאלטן.

איך ווייס אויך נישט די עצה דערצו. איך וויל נאר אויסשמועסן געוויסע פרטים, און בעיקר וויל איך הערן פון די חברים אויב האט איר שוין אליינס געהאט, אדער מיטגעהאלטן ביי א צווייטן, אזעלכע געשיכטעס, וואס איז אייער עקספיריענס, עצות צו מאכן זאכן בעסער, וועלכע טעותים קען מען זיך לערנען מען זאל נישט איבערטון ביי א צווייטן קעיס, און די בעסטע פון אלעם, פרעווענשאן. עצות ווי אזוי מען קען מונע זיין דעם פראבלעם אינעם צוקונפט.

אלע טאטעס פון קינדער – אינגלעך צי מיידלעך – אין היינטיגן דור לעבן מיטן פחד מה יוולד יום. קיינער ווייסט נישט ווי אזוי אונזערע קינדער וועלן אויסוואקסן מארגן. וואס קענען עלטערן טון צו מאכן די קינדער געזונטער בכלליות, און וואס קען מען טון אויב האלט מען שוין ליידער אין אזעלכע מצבים?
זונטאג אפריל 17, 2016 9:25 pm#329628
פארוואס האב איך עס געלייגט אין מאחורי? כ'ווייס נישט. מען קען עס אפשר יא ארויסרוקן.
אפשר נישט? עס האט דאך א מעלה אז מען קען שרייבן אנאנים, אפשר וועט עס ברענגען בעסערע רעזולטאטן?

@הוגה זעה איך איז יעצט אנבאורד, אפשר ווארפסטו אריין עפעס א גוטע עצה כדרכך, בעפאר דו ווערסט פארשוואונדן ביז די נעקסטע סייקל...
זונטאג אפריל 17, 2016 9:29 pm#329630
ש'כח שמעקעדיג פאר די פערזענליכע אטענטשאן. :oops: איך האב שוין געשריבן עטליכע מאל אויף דער נושא סיי מלפני הפרגוד און סיי מאחורי. איך בין אבער נישט גוט מיט די סירטש אפציעס. יעצט בין איך אוועילעביל פאר קורצע תגובות, אפשר שפעטער אדער אן אנדערע טאג וועט מען שרייבן דא באריכות אויב ס'וועט נאך אויספעלן.
זונטאג אפריל 17, 2016 10:02 pm#329636
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
עס איז זייער א שווערע און פארצווייגטע נושא און איין פאל איז נישט גלייך צום צווייטען
אבער באופן כללי דארף זיין שטארק געבויעט דער רעספעקט צווישען פאר פאלק און סיי דער וואס איז משנה זאל פארשטיין און רעפעקטירן ווי וויכטיג די מנהגים און פרומקייטן איז פאר דעם אנדערן (אפילו ווען מען האלט אליין אז דאס איז שטותים) און סיי דער פרומער דארף פארשטיין אז יענער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש
ווען עס איז קלאר אויסגעבויעט דער יסוד איז דא וואס צו ארבעטן אויב נישט איז א שאד די צייט
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:41 am#329656
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
פון וואסערע דיפרענצן רעדט מען דא, אויב איז דו מאן נישט מזלזל און עיקרי יסודות, וועט קיין שום נארמאלע רב טערפיסט הייסן זוך גטן. אויב איז דער מאן א קל וואס תורה ומצות מיינט גארנישט ביי עם, פארוואס זאלן בכלל וועלן בלייבן ציזאמען? איז דען מעגליך צי האבן א געהעריגע ליבליכע שלו' בית.
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:42 am#329657
עס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס...
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:47 am#329658
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
די פראבלעם קומט ווייל מווערט אויפגעצויגן אז זאכן זענען ווייס און שווארץ. אדער בעסער שווארץ און שווארץ
מאנטאג אפריל 18, 2016 2:04 am#329668
פאר וואס גלייבט מיך נישט מיין ווייב אז איך קען אויכעט הלכות?
מאנטאג אפריל 18, 2016 9:35 am#329679
mevakesh האט געשריבן:עס איז זייער א שווערע און פארצווייגטע נושא און איין פאל איז נישט גלייך צום צווייטען
אבער באופן כללי דארף זיין שטארק געבויעט דער רעספעקט צווישען פאר פאלק און סיי דער וואס איז משנה זאל פארשטיין און רעפעקטירן ווי וויכטיג די מנהגים און פרומקייטן איז פאר דעם אנדערן (אפילו ווען מען האלט אליין אז דאס איז שטותים) און סיי דער פרומער דארף פארשטיין אז יענער איז בארעכטיגט צו האלטן אנדערש
ווען עס איז קלאר אויסגעבויעט דער יסוד איז דא וואס צו ארבעטן אויב נישט איז א שאד די צייט


קיינער דארף נישט פארשטיין!
אבער איינער פארשטייט פארשטייט ער, אויב איינער פארשטייט פארקערט פארשטייט ער פארקערט.
ווער פארשטייט?
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:20 am#329685
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
טאקע גערעכט נישט פארשטיין נאר וויסן צו רעספעקטירן יענעםס געברויכען און מיינונגען אפילו מען פארשטייט נישט
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:26 am#329687
אויפן פארלאנג פון כמה ניקס, נעם איך ארויס דעם אשכול פון מאחורי.
מאנטאג אפריל 18, 2016 10:28 am#329689
ידען האט געשריבן:פאר וואס גלייבט מיך נישט מיין ווייב אז איך קען אויכעט הלכות?

פרוביר איינמאל מחמיר צו זיין, נישט נאר מקיל זיין, עס וועט ארבעטן וואונדערליך...
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:43 am#329699
איך האב כמה פעמים געהאט ווען איך האב מקיל געווען פאר מיין ב"ב און זי האט חושש געווען צו איך ווייס טאקע וואס איך רעד אדער בין סתם א מקיל, האב איך בפניה כמה פעמים אנגערופן א רב פרעגן די שאלה און נאך וואס זי האט געזעהן אז דער רב זאגט ווי מיר האט זי זיך בארוהיגט משם ואילך.
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:49 am#329701
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
מדארף טרעפן א גוטע רב…
מאנטאג אפריל 18, 2016 11:53 am#329702
סייווי
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:30 pm#329714
מיין קאפ ווירבעלט מיט כל מיני מחשבות און געדאנקן, עס איז מיר שווער זיך צוזאמצונעמען און שרייבן מיט א סדר אזויווי אין די אמאליגע צייטן. אבער אז "אזא יונגערמאן" ווי @שמעקעדיג בעט קען מען נישט אפזאגן. בעצם האט שוין שמעקעדיג געשריבן וואס עס איז שייך צו שרייבן בכלליות, נאר כיהודה ועוד וועל איך שרייבן וואס עס ליגט מיר אויפן הארץ, איך האף אז עס וועלן ארויסקומען עטוואס coherent זאצן. ווי געזאגט איז דאס אלע נאר בכלליות, אויב מ'וועט פרעגן מער ספעציפיש וועט זיין מעגליך צו שרייבן מער.

קודם אפאר הקדמות:

ווי שוין דערמאנט אויבן איז דער נושא אן issue ביי ביידע ג'ענדערן, אמאל איז עס די מאן וואס ווערט קעלטער צו אידישקייט ענינים און אמאל איז עס די פרוי (געווענטליך בעניני לבוש און מעיקאפ).

עס טרעפט זיך כמעט נישט אז עס זאל ערענסטע שלום בית פראבלעמען אדער גיטין נאר צוליב די מאנ'ס אדער פרוי'ס נישט זיין גענוג פרום. עס איז אלעמאל דא אנדערע סיבות וואס זענען גורם די פראבלעמען און די פרומקייט לעוועל איז נאר א תירוץ. צומאל האט די ווייב פשוט נישט ליב די מאן. צומאל איז ער אן עגאואיסט אדער ער רעספעקטירט איר נישט. צומאל איז זי פארדארבן אין מידות.

צומאל מאכט זיך א יונגערמאן שפילט פרומע יונגערמאן פאר לאנגע יארן, ער גייט די שמונה בגדים, שטייט אויף פארטאגס (צו שמועסן אין מקוה/קאווע שטיבל), ער איז אויף ליל שישי (וואטשן מאוויס מיט זיינע פריינד), לאזט נישט זיין ווייב גיין מיט שרייעדיגע בגדים, פארלאנגט אז די קינדער'ס פיאות זאלן נישט געמאכט ווערן מיט דזשעל (ווייל זיין משפחה וועט אים אנקוקן קרום) וכו'. איין טאג איז אים א "גוטע" חבר מייעץ אז עס איז נישט דא עפעס בעסערס פאר די שלום בית ווי צו זיין פולקאם אפן מיט די ווייב. ער קומט אהיים און ער זעצט זיך אוועק מיט זיין ליבלינג און פארציילט איר אלע זיינע מצוות ועבירות עקספעקט'נדיג אז זי וועט אזוי שטארק הנאה האבן פון זיין אפנקייט און זי וועט מיטגיין מיט אים. פארשטייט זיך אז ער וועט האבן ערנסטע שלום בית פראבלעמען, אבער נישט צוליב זיין נישט זיין פרום נאר צוליב זיין נישט האבן שכל!

מענטשן וואס מאכן דאס מיט און ליידן צוליב דעם וואס זייערע ווייבער האלטן אז זיי זענען נישט פרום גענוג, וועלן זיין מלא טענות אויף מיר אז איך באשולדיג זיי אין נישט זיין גוטע מענער/מענטשן. אבער די אמת מוז געזאגט ווערן. אויב ווילסטו מאכן פראגרעס מיזטו הערן די אמת אזוי ווי זי איז. אויב ווילסטו זיין גערעכט קען איך דיר נישט העלפן. אויב האסטו ערענסטע שלום בית פראבלעמען צוליב דיינע פרומקייטן דאן איז דא עפעס אנדערש וואס מוז געפיקסד ווערן, עפעס יסודות'דיג.

אויב האנדלט זיך אבער פון א "נארמאלע" מאן און א "נארמאלע" פרוי, וואס רעספעקטירן זיך איינער דעם אנדער, די מאן העלפט ארויס אין דער היים, נישט ווייל ער מוז, נאר ווייל ס'איז זיין הויז פונקט ווי זיין ווייב'ס, ער לאזט זיין ווייב האבן אינדיפענדענס און א גלייכע דעה אין אלע הנהגות הבית והחינוך פונקט ווי אים, ער באהאנדלט נישט זיין ווייב ווי 'א שטיקל ברויט אין א קארב על כל קישוי שלא תבוא' נאר ווי א מענטש - א יומען ביאינג. און פונקט ווי אלע מענטשן וועט ער זיך טוישן מיט די צייט, ווערן מער קאלט און באלעבאטיש, אריינלייגן די ציצית, אויפשטיין שפעט שבת, טרונקן קאקא קאלע, וואטשען א מאווי פון צייט צו צייט וכדומה, וועט עס זיין ווייב רעספעקטירן און מקבל זיין.

איך זאג נישט אז די אויפברענגונג וואס זיי באקומען אין די בתי חינוך איז נישט קיין פראבלעם בכלל.עס איז יא און עס פארלאנגט א באהאנדלונג וויאזוי זיך צו באגיין מיט דעם און פארגרינגערן די דורכגאנג. אויב אבער איז דא א טיפערע אינערליכע פראבלעם וועט גארנישט העלפן אויסער אויב איר זענט גרייט זיך צו טוישן.

איידער מיר גייען אריין אין די פראקטישע עצות והדרכות דארף מען קודם אראפשרייבן די יסודות הדברים:

1) א מאן און ווייב האבן נישט חתונה צו טוישן איינער דעם אנדערע, נישט צו היטן און באשוצן איינער דעם אנדערע און אויך נישט צו באפרידיגן איינער דעם אנדערע אדער זייער עלטערן. א מאן און ווייב האבן חתונה צו בויען א שטוב בשותפות. אלע כללים פון שותפות זענען וואס זענען גילטיג אין ביזנעס זענען גילטיג אין מערידזש.

2) אידישקייט דיפערענצן זענען פונקט ווי עני אנדערע דיפערענצן, מ'דילט נישט דערמיט אנדערש ווי ווען מען געפונט אויס אז די מאן איז מער קארג אדער א גרעסערע שפענדער ווי אייך. "נארמאלע" מענטשן ארבעטן אויס א מהלך אז די דיפערענצן זאלן נישט שטערן די שלום ושלוה אין שטוב. איז ער א קלענערע ירא שמים אדער גרעסערע ירא שמים, So what? מענטשן זענען אלעמאל אנדערש, מ'פיגערט אויס א וועג צו לעבן צוזאמען מיט די דיפערענצן.

א מענטש איז איינגעגאנגן אויף א שותפות מיט זיין חבר און ווי נאר זיי האבן אנגעהויבן די ביזנעס האט ער אויסגעפונען אז זיין חבר איז א דייבעטיק וואס גייט צוויי מאל א וואך פאר דייאליסעס. ער מאכט זיך א שנעלע חשבון אז ער קען נישט ארבעטן מיט א שותף וואס וועט נישט זיין אוועילעביל צוויי טעג פון די וואך. ער זעצט זיך אוועק מיט זיין שותף און ארבייט אויס א מהלך אז מ'זאל זיך צוטיילן ווייל נישט אויף דעם איז מען איינגעגאנגן. וואס געשעהט אבער אויב ער געפונט אויס איבער די דיאליסיס ערשט אפאר יאר אין די ביזנעס, ווען דער שותף האט שוין אריינגעלייגט שווערע כוחות צוזאמען מיט דיר, אינטעגראלע חלקים פון די ביזנעס זענען געוואנדן אין זיינע קשרים, ער איז די רוח החיים פון די ביזנעס, זיינע קינדער פירן שוין אן עטליכע דעפארטמענטס, וכ"ש אויב ער האט באקומען די דייעביטיס שוין זייענדיג אין די ביזנעס? אויף אזא פאל וועט אים ניטאמאל איינפאלן צו דיסקוסירן זיך אפטיילן. אדרבא, ער וועט טון וואס ער קען ארויסצוהעלפן זיין שותף. ער וועט אים צושטעלן א פערזענליכע דרייווער מיט א שיינע SUV, מיט א קאמפיוטער אין די בעק, כדי אז ער זאל קענען ווייטער אנפירן די ביזנעס פארנדיג און צוריק-קומענדיג פון דייאליסיס. דאס איז אלעס – פארשטייט זיך – אויב דער שותף איז נישט א שלאק וועם ער האט סייווי פיינט. אויב איז ער אבער א שלאק וועט ער נוצן דער דייאליסיס פראבלעם אלץ א תירוץ צו פארלאנגן א טיילונג. והנמשל מובן מאליו.

אויב א מאן און ווייב האבן חתונה און זיי געפונען אויס באלד אין אנהייב אז איינער איז פרומער ווי די אנדערע מיט גאר שטארקע דיפערענצן וואלט איך מייעץ געווען אז מ'זאל זיך באלד טיילן און זיך איינשפארן א לעבן פון עגמת נפש. עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו פרובירן צו טוישן און צופאסן איינער צום צווייטע. זאלן זיי זיך טיילן און טרעפן א בן זוג מער צוגעפאסט. פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט ווען זי האט פראבלעמען מיט נארישקייטן און משוגעת'ן, נאר ווען זיי זענען באמת אנדערש.

למעשה קומען די דיפערענצן געווענטליך ערשט ארויס ווען עס איז שוין דא א קינד אדער צוויי. ערשטענס, צוליב וואס אין די ערשטע יאר צוויי שפילט מען נאך איינער פארן אנדערע. צווייטענס, ווייל מענטשן טוישן זיך ווען זיי ווערן עלטער. איינער וואס בלייבט די זעלבע איז נישט א געזונטע מענטש. די ווייב ווערט גרעבער, ווייניגער קיוט, מער מעטשור, די מאן ווערט מער ביזי, די קינדערישע התעוררות'ער ווערן ווייניגער אפט, מ'הייבט אן צו פארשטיין וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט אזוי וויכטיג.

דורכאויס די גאנצע לעבן מאכן מענטשן קאמפראמיסן, סיי מיט זיך און סיי מיט יענעם. מען איז מסכים צו ליב האבן א ווייב וואס איז אנגעצויגן ערב פסח טעג ווייל מ'ווייסט אז דאס איז די פרייז פון האבן אזא גוטע ווייב/מאמע. א מאן וועט נישט האבן קיין טענות אויף זיין ווייב פארן נישט מאכן פענסי נאכטמאל אויב זי איז דער וואס ארבייט און ברענגט אריין פרנסה. די זעלבע איז מיט זיך. מען פארשטייט זיך אליינס אז מ'קען נישט פארלאנגן פון זיך בשעת ווען מען איז פאריאגט און פארפלאגט על המחיה ועל הכלכלה צו דאווענען אזוי ערליך ווי אלץ בחור ווען מען האט געלעבט אויף קעסט און געהאט א תמימות'דיגע בליק אויף די וועלט. א פארשטענדליכע מענטש פארשטייט דאס און א פארשטענדליכע ווייב וועט נישט האבן קיין טענות אויף די מאן וואס טוישט זיך אין אידישקייט ענינים פון נאך די חתונה. דאס איז אבער נאר ווילאנג עס איז נישט דא קיין אנדערע פראבלעמען, ווילאנג ער דעליווערט פיזיש, עמאציאנאל וכו'. אויב אבער ער איז א שלאק וועט זי נוצן די אידישקייט אלץ א תירוץ אים צו רודפ'ן. איך זאג נישט אז עס וועט איר נישט זיין שווערער זיך צו ספראווען מיט זיין קאלטקייט צו אידישקייט ווי זיך צו ספראווען מיט אנדערע פעלערן, דאך וועט זיך אבער געפונען א וועג זיך צו ספראווען דערמיט ווי אן ערוואקסענע.

וממילא, איז בעצם נישט שייך צו געבן עצות וויאזוי צו באהאנדלן פראבלעמען וואס זענען נובע פון רוחניות דיפערענצן, ווייל די שלום בית פראבלעמען קומען צוליב אנדערע יסודיות'דיגע פראבלעמען. יעצט קען מען שרייבן א גאנצע ארטיקל וויאזוי מען בויט שטארקע קשר צווישן מאן און ווייב, נאך איינס אז מ'דארף ריספעקטן איינער דעם אנדערע, נאך איינס איבער וויאזוי א מערידזש איז געבויט אויף שטארקע יסודות וכו'.

ס"ה קען מען געבן אפאר קליינע טיפס וואס בעצם דער וואס האט א שטארקע מערידזש וועט דאס אליינס וויסן און דארף עס נישט הערן פון מיך. רוב פון זיי קענט איר טרעפן צווישן די דאזיגע שורות.

איך ווייס אז עס זענען דא אזעלכע וואס וועלן זיך קריגן מיט מיר און אויפווייזן מיט פסוקים ומאמרים אז א פרוי איז יא דא צו העלפן די מאן בלייבן ערליך, עס איז יא איר דזשאב אים צו האלטן אויף די רעלסן, זי דארף זיך יא אקעגן שטעלן אויב ער איז משנה פון די הנהגות וואס מ'האט איינגעפירט ביים חתונה וכדומה. הזכות בידכם זיך צו קריגן, ווער עס וויל גיין מיט דער מהלך וואונטש איך אסאך הצלחה אין לעבן. איך זאג אייך קאטאגאריש, עס איז נישט דא קיין שום סיבה וסברא אז מאן און ווייב זענען דא צו מאכן איינער דעם אנדערע זיין ערליכער, בעסער, הייליגער אדער וואס. צווייטענס, עס העלפט נישט און מ'איז גארנישט מרויח. אויב מיינט זי אז דורכ'ן אים פייניגן וועט זי האבן א שטערקערע טשאנס צו האבן גוטע ערליכע קינדער מאכט זי א גרויסע טעות. די בעסטע קינדער שטייגן אויס פון א הויז וואו עס הערשט הארמאניע, נישט געפעלשטע הארמאניע וואו מען האלט די שנאה באהאלטן אונטער די הויט נאר ריכטיגע הארמאניע.

די פרויען אדער מענער וואס גייען ארום אנגעבלאזן אז זייער מאן/ווייב איז נישט גענוג ערליך אדער פרום זאלן וויסן אז זייער אנגעבלאזנקייט צייגט אויף זייער אייגענע שוואכקייט אין אידישקייט און בכלל נישט אויף שטארקע פרומקייט. וואו איז זייער אמונה ובטחון בה'? איך קען אסאך שטיבער וואו עס זענען דא אפגעפארענע קינדער/מענער למחצה לשליש ולרביע, ריכטיגע בעלי אמונה ובטחון רעגן זיך נישט אויף די אפגעפארענע און דאדזשאדזשען זיי נישט. זיי פארשטייען אז אלעס איז פון באשעפער מיט א חשבון. איך קען אסאך גאר ערליכע אידן וואס לעבן אזוי. די פאלשע פרומאקעס רעדן זיך איין אז זיי זענען אזוי הייליג אז זיי קענען פשוט נישט צוקוקען ווי זייער קינד/מאן טרעט אויף די תורה, לאכט על כל הקדוש לנו וכו'. עס ברענט אין אייך קיין שום קנאת השם נאר ענדערש א גאווה עצומה אז עס פאסט אייך נישט. אן ערליכע איד ווארפט נישט קיין tantrums, קאפעט נישט מיט די פוס, נאר נעמט אלעס אן מיט א מתינות צוליב זייער "עכטע" אמונה בה'.

שוין, איך זעה אז עס איז טאקע אויסגעקומען אביסל צופארן און נישט מסודר, איך האף אז עפעס וועט מען קענען ארויסנעמען פון דא.

סוף דבר הכל נשמע, פאוקעסען אויף בויען א שטארקע קשר מיט די מאן/ווייב בעיקר דורכ'ן האבן א גוטע שפראך און א שטארקע דיאלאג ווי איר שמועסט זיך אדורך מיט אמת'ע ריספעקט אלעס און אלעמען, פערזענליכע ענינים, ביזנעס, וועלט אנטשויאונגען, פאליטיק וכו' טראץ אייערע מיינונג'ס דיפערענצן. בויען א שטארקע ריספעקט איינער פאר'ן אנדער, א ריספעקט וואס איז געבויט אויף מענטשליכקייט און נישט אויף עקספעקטעישאנס. געדענקן אז מ'איז גלייכע שותפים און אויב וועט איר גובר זיין אויף איר אדער זי אויף אייך וועט עס צונעמען די ריכטיגע באלאנס פון די שותפות און איר וועט ביידע דערלייגן. טייל איר נישט קיין דעות און זי זאל אייך נישט טיילן קיין דעות. און אויב זענען די זאכן נישט נאטירליך אין אייערע אויגן דאן האט איר אסאך ארבייט צו טון.


.
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:39 pm#329717
זייער גוט געזאגט ווילאנג מען רעדט פון מנהגים ענינים און נישט פון יסודות הדת

הוגה האט געשריבן:זיין חבר איז א דייבעטיק וואס גייט צוויי מאל א וואך פאר דייאליסעס.
.


להעמיד הדברים על דיוקם, איינער וואס האט דייעביטיס, גייט נישט אויף דיאליסיס, נאר איינער וואס זיינע נירן ארבעטן נישט.
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:50 pm#329719
געוואלדיג, אדרבא, פרעג א ספעציפישע שאלה, גיב די בעקגראונד און איך וועל פרובירן צו ענטפערן. יישר כח פאר די הערה בנוגע דיאליסיס.
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:54 pm#329721
למשל אויב דער טאטע וויל נישט מער היטן שבת, אדער טהרת המשפחה, לכאורה אין אזא פאל איז נישט שייך מער קיין צוזאם ארבעט.
מאנטאג אפריל 18, 2016 12:58 pm#329723
זייער שיין ATUB @הוגה ATUB .
אבער איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער, אז עס איז נישט פארהאן קיין דיווארס ריין צוליב רעליגיעזע אישוס. (און ווי הארב די דיפערענצן זענען, איז אויך נישט קיין גרויסע נפ״מ, ווייל ביי א מוח-דחוק קען די מינדעסטע מנהג ווערן באטראכט אלס יסודי הדת. ופשוט).

לאמיר נישט פארגעסן, אין פארלויף פון די היסטאריע, און אויך היינטיגע צייטן, האבן מענטשן אוועק געגעבן זייער אייגענע לעבן צוליב רעליגיע. אונז אליינס זענען מיר גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר אונזער רעליגיע. סא, פארוואס זאל א ווייב נישט זיין גרייט צו אוועקגעבן איהר מערידזש לייף (ווי גוט עס זאל נאר זיין, צוליב רעליגיע).
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:06 pm#329724
געוואלדיג האט געשריבן:למשל אויב דער טאטע וויל נישט מער היטן שבת, אדער טהרת המשפחה, לכאורה אין אזא פאל איז נישט שייך מער קיין צוזאם ארבעט.


אויב וויל ער מחלל שבת זיין דוקא דורכ'ן וואטשען טעליוויזיע אין די דיינינג-רום אנגעטון אין קורצע הויזן און עסנ'דיג חזיר (די גוזמא איז לשבר...) דארפן זיי זיך גט'ן אויבער דאס איז נישט צוליב רוחניות ענינים נאר צוליב incompatibility ענינים. פונקט ווי ווען איינער וויל וואוינען אין נו יארק און די אנדערע אין אסטראליע און ביידע ווילן נישט נאכגעבן וואלט איך מייעץ געווען זיך צו גט'ן, און פונקט ווי צוויי ביזנעס שותפים, איינער זוכט ריעל עסטעיט און די אנדערע זוכט די סטאק מארקעט וואלט איך מייעץ געווען זיך צו טיילן, אזוי אויך דא.

וואס איז אבער אויב דער יונגערמאן איז געווארן א קל, דארט זעה איך נישט קיין סיבה זיך צו גט'ן ווילאנג עס הערשט ריספעקט.

אבער שמעקעדיג האט לכאורה נישט גערעדט פון אזעלכע עקסטרעמע קעיסעס נאר ענדערש פון מער מעסיג. א יונגער פארפאלק האבן זיך לעצטענס ג'גט. די ווייב שרייט אז זיי האט חתונה געהאט מיט א פרומע מאן וואס גייט זיין א בן תורה, דערווייל איז ער געגאנגן ארבייטען, ער האט א סמארטפאון, א פעיסבוק אקאונט, ויש אומרים אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת. אויב וואלט דארט געווען גוטע שלום בית, אויב וואלט די ווייב דארט געווען נענטער מיט די מאן ווי מיט איר טאטע וואלט קיין גט דארט נישט געווען. היות אבער עס זענען געווען אנדערע פראבלעמען איז די איינציגסטע ברירה (נאכ'ן פרובירן הילף פאר א לאנגע צייט) זיך צו גט'ן.

@זבולון, דו רעדסט פון א ספעציפישע קעיס? ביטע שרייב מער דעטאלן און בעקגראונד.


.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:07 pm#329725
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
טהרת המשפחה איז נישט שייך פארן מאן צו זאגן אז ער היט נישט ווייל מען דארף צוויי פאר דעם
לגבי שבת ווען עס איז בפרהסיא אדער די קינדער זעהען איז טאקע א פראבלעם אבער פאר זיך שטילערהייט ?
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:12 pm#329727
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
זבולון האט געשריבן:זייער שיין @הוגה.

לאמיר נישט פארגעסן, אין פארלויף פון די היסטאריע, און אויך היינטיגע צייטן, האבן מענטשן אוועק געגעבן זייער אייגענע לעבן צוליב רעליגיע. אונז אליינס זענען מיר גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר אונזער רעליגיע. סא, פארוואס זאל א ווייב נישט זיין גרייט צו אוועקגעבן איהר מערידזש לייף (ווי גוט עס זאל נאר זיין, צוליב רעליגיע).

יידען פלעגען זיך מוסר נפש זיין פאר די אייגענע יידישקייט נישט פאר יענעם יידישקייט וזה עיקר החילוק
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:15 pm#329730
שמעקעדיג האט געשריבן:אויפן פארלאנג פון כמה ניקס, נעם איך ארויס דעם אשכול פון מאחורי.


איך האב שוין געמיינט אז איך בין געווארן געאפגרעידעט צו קענען מיטהאלטן מאחורי :cry:
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:20 pm#329736
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:21 pm#329739
ATUB @הוגה ATUB , ניין איך רעד נישט פון קיין ספעציפישע קעיס, אבער איך זעה אז דו האסט טאקע געשריבן ״כמעט נישט״. הייסט עס אז דו גיבסט אויך פלאץ פאר פעלער ווי עס איז געווען א גוטע געשמאקע מערידזש לייף, און נאך אלס האט דער פרומער בן-זוג / בת-זוג מחליט געווען צו אויפלייזן זיין חיי הנישואים און עס אוועק געבן צוליב זיינע רעליגיעזע פרינציפן. שטייען מיר לכאורה אויף איין פעידזש, ווייל איך בין אויך מסכים אז רוב פון די פעלער זענען נישט אזוי.

בדרך-אגב, ביי די קעיס וואס דו האסט דערמאנט, האסטו אריינגעווארפן ״איהר טאטע״, און דאס איז - לדעתי - אויך א שטארקער גורם, ווען די משפחה מישט זיך אריין.

ATUB @mevakesh ATUB , איך בין דא קיינעם געקומען בארעכטיגן, איך ברענג נאר ארויס א פוינט, אז עס דא וואס וועלן/ האבן זיך מוסר נפש געווען פאר רעליגיע. (און זיי קענען זאגן אז עס שאדט פאר זייער רעליגיע, אדער פאר די קינדער).
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:23 pm#329742
געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.

איך הער דיך זייער קלאר, אבער דאס איז נישט אזוי שווארץ און ווייס. אוודאי איז עס שווארץ און ווייס בינו לבין קונו, אבער פארן ווייב\מאן ווענדט זיך עס אין כמה ענינים שונים.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:31 pm#329745
כמובן, איך האב דאס ארויס געברענגט זייער שארף, כדי צו קלאר מאכן א נקודה, נישט צו זאגן כזה ראה וקבל.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:31 pm#329746
געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.


איין זאך איז זיכער אז אויב האלטן די מאן און/אדער ווייב אזויווי דיר וועלן זיי זיכער נישט קענען לעבן צוזאמען.

אויב אבער האבן זיי א קאפ אויף די פלייצעס און זיי פארשטייען אז מענטשן זענען אנדערש, וויגענס קענען לעבן מיט פלייש-פרעסער טראץ דעם וואס זיי האלטן עס צו זיין אוממאראליש, ווילאנג יענער צווינגט זיי נישט צו עסן פלייש. און פונקט ווי א פארשטענדיגער פרוי פון א קלויזנבורגער שטוב קען פארשטיין אז די מאן וועט עסן איבערגענעכטיגטע אייער טראץ דעם וואס איר רבי האט געזאגט אז עס איז סכנות נפשות. און פונקט ווי א בעלת שכל קען פארשטיין אז טראץ דעם וואס זי איז מקפיד נאר צו עסן פון די התאחדות הכשר קען זי לעבן מיט א מאן וואס עסט OU, ווילאנג ער מאכט איר נישט עסן דערפון. די זעלבע איז מיט שבת. פארוואס דארף זיין פריוואטע גלויבונג און עבודת השם האבן אן אפעקט אויף די שלום בית אויב האנדלט מען פון צוויי גוטע און איידעלע בני אדם?


.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:37 pm#329747
זבולון האט געשריבן:@הוגה, ניין איך רעד נישט פון קיין ספעציפישע קעיס, אבער איך זעה אז דו האסט טאקע געשריבן ״כמעט נישט״. הייסט עס אז דו גיבסט אויך פלאץ פאר פעלער ווי עס איז געווען א גוטע געשמאקע מערידזש לייף, און נאך אלס האט דער פרומער בן-זוג / בת-זוג מחליט געווען צו אויפלייזן זיין חיי הנישואים און עס אוועק געבן צוליב זיינע רעליגיעזע פרינציפן. שטייען מיר לכאורה אויף איין פעידזש, ווייל איך בין אויך מסכים אז רוב פון די פעלער זענען נישט אזוי.


איך האב בעיקר געשריבן "כמעט" נאר ווייל לא ראינו אינו ראיה, אבער בעצם האלט איך אז עס איז אלעמאל אזוי. די צווייטע כוונה מיט "כמעט" איז ווייל איך האלט אז די חינוך און אויפברעגונג האט א השפעה אבער נאר אביסל, אוב איז אנגעהאנגן אין מידות און אין די קשר/רעספעקט.


.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:50 pm#329751
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
@הוגה איך בין באופן כללי מסכים מיט דיין מהלך נאר איין הוספה
חינוך איז א זאך וואס דארט ווערט אסאך פארהאנקערט ווייל אפילו דער אנדערע פארשטייט אז מען איז נישט אחראי אויף יענעםס רעליגיע איז דאס אבער נישט שייך ווען עס קומט צו די קינדער און דעמאלט פארלאנגט זיך צו קאמפראמיסן און מאכן א געהעריגע פלאן
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:57 pm#329757
איך רעד נישט ווען עס האנדלט זיך פון חינוך הבנים און שמעקעדיג האט אויך געפרעגט ווען עס איז נוגע נאר אים אליין. פארשטייט זיך אז מ'נוצט כסדר די קינדער אלץ א תירוץ, מ'זארגט זיך פאר די קינדער.

אפילו וואו עס איז יא נוגע די קינדער, דארף מעןמען זיך היטן צו זיין קליג און נישט גערעכט. אסאך מאל קענסטו זיין גערעכט אז דו ווילסט א מער חסידישע חינוך פאר דיינע קינדער. אבער א קלוגער פארשטייט אז ס'נישט דא א בעסערע מיטל פאר א גוטע חינוך ווי א גוטע שלום בית.


.
מאנטאג אפריל 18, 2016 1:58 pm#329759
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
@הוגה מתוק בדבש

סאיז אייביג דא וואס צו צולייגן אי"ה ווען די צייט ערלויבט

אויוועראל מעסיוו ...
מאנטאג אפריל 18, 2016 2:00 pm#329761
זייער גוט אראפגעלייגט.
איך האב זייער הנאה געהאט פון די ווארט "אויב האט זי מער ליב די טאטע ווי די מאן".

איל איך וויל אבער צולייגן

הוגה האט געשריבן:
עס טרעפט זיך כמעט נישט אז עס זאל זיין ערנסטע שלום בית פראבלעמען אדער גיטין נאר צוליב די מאנ'ס אדער פרוי'ס נישט זיין גענוג פרום. עס איז אלעמאל דא אנדערע סיבות וואס זענען גורם די פראבלעמען און די פרומקייט לעוועל איז נאר א תירוץ. צומאל האט די ווייב פשוט נישט ליב די מאן. צומאל איז ער אן עגאואיסט אדער ער רעספעקטירט איר נישט. צומאל איז זי פארדארבן אין מידות.



אבער די פרומקייט קען צוברענגען א קאלטקייט אין די שלום בית וואס וויבאלד די אנדערע איז פרומער האט מען זיך נישט ליב / רספעקט מען זיך נישט איינער דעם אנדערען און מ'רעכנט זיך נישט מיט יענעם צו סיי וואסערע פראבלעם וואס הרג'ט די שלום בית אלץ א תוצאה פון זיין פרומער.
מאנטאג אפריל 18, 2016 2:45 pm#329769
הוגה האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.


איין זאך איז זיכער אז אויב האלטן די מאן און/אדער ווייב אזויווי דיר וועלן זיי זיכער נישט קענען לעבן צוזאמען.

אויב אבער האבן זיי א קאפ אויף די פלייצעס און זיי פארשטייען אז מענטשן זענען אנדערש, וויגענס קענען לעבן מיט פלייש-פרעסער טראץ דעם וואס זיי האלטן עס צו זיין אוממאראליש, ווילאנג יענער צווינגט זיי נישט צו עסן פלייש. און פונקט ווי א פארשטענדיגער פרוי פון א קלויזנבורגער שטוב קען פארשטיין אז די מאן וועט עסן איבערגענעכטיגטע אייער טראץ דעם וואס איר רבי האט געזאגט אז עס איז סכנות נפשות. און פונקט ווי א בעלת שכל קען פארשטיין אז טראץ דעם וואס זי איז מקפיד נאר צו עסן פון די התאחדות הכשר קען זי לעבן מיט א מאן וואס עסט OU, ווילאנג ער מאכט איר נישט עסן דערפון. די זעלבע איז מיט שבת. פארוואס דארף זיין פריוואטע גלויבונג און עבודת השם האבן אן אפעקט אויף די שלום בית אויב האנדלט מען פון צוויי גוטע און איידעלע בני אדם?


.

ס'איז דא אסאך וואס צו קאמענטירן איבער דיין ארטיקל, איך גלייב אז איך וועל נישט אנקומען צו אלעם, וועל איך שרייבן אפאר קורצע נקודות.

1) דו שרייבסט זייער כלליותדיגע טערמינען און די זאכן קענען מיינען ביי יעדעם איינעם עפעס אנדערש.
לדוגמא: דו רופסט אן איינער וואס איז א 'שטילע' מחלל שבת, א 'קל' עפעס וואס איז זיין 'פריוואטע' עבדות ה', און ברויך נישט אפעקטירן די שלום בית פון 'איידעלע בני אדם'.

במח"כ, אויסער צוזאמהאלטן די שטוב פאר די טובה פון די קינדער (וואס איז אויך א גרויסע שאלה צו דאס וועט בלייבן צוזאמען), זעה איך נישט קיין שום סיבה שבעולם פארוואס א פרוי וואס איר שטרעבן אין לעבן איז געווען צו וואוינען מיט א מאן א ערליכע איד וואס נוצט נאר ער"פ מצות צום סדר, זאל בלייבן וואינען מיט איינעם וואס איז א מחלל שבת און א כופר בעיקר ?

2) א גרויס חלק פונעם פראבלעם איז, אז פרויען (און א גרויס טייל מענער) ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם וואס איז א הלכה, וואס איז ענין, און וואס איז א איינרעדעניש, די איינציגסטע וועג וויאזוי זייער מוח קאטעגאריזירט די זאכן איז לויט וויאזוי זייערע עלטערן האבן זיך געפיהרט אינדערהיים, קויפן א $150 דאלערדיגע אתרוג איז געווען זייער שטארק, און זמן תפילה איז געווען עקסטרע קרעדיט, זמן קרי"ש איז יא געווען הארב און מ'האט זיך נוהג געווען עס צו לייענען מיט די פי דזשעיס שבת אינדערפרי.

און זיי ווייסן אויך אז געוויסע זאכן פלעגן אירע פרענדס עלטערן נישט אזוי שטארק מקפיד זיין, ווייל ביי אירע פרענדס הויז פלעגן די בחורים אויך עסן לעידי פינגערס נישט נאר די נקבות, סאו זי 'קען פארשטיין' אויב איהר מאן גייט מקיל זיין אין אריינעסן א הגדה טשיז קעיק, הגם ס'שמעקט איהר נישט, אבער עטליעסט ווייסט זי אז איהר מאן איז א כשרע איד נאר בסך הכל נעמט ער לייף אביסל איזי.

נאכדעם קומט OU וואס דארט קען שוין צומאל ווערן א שטיקל פאנטשער ווייל נישט ביי אירע עלטערן און נישט ביי זיינע עלטערן איז דאס געווען עולה על שלחן מלכים, און קאוק ווערט אנגעקוקט אלץ א קילע זאך וואס איז מער ווייניגער רעזערווירט (דאהי אין אמעריקע) פאר דיפעדי דו אינגעלייטלעך, דאס שטערט איר שוין מער ווייל ס'איז לגמרי נישט וואס זי האט ערווארטעט און איז אינגאנצן אוט אף ליין מיט וואס זי האט געוואלט ארויסזעהן פון די 120 יאר וואס זי לעבט אויף דער וועלט, אבער דא איז דיין עדווייז מער גילטיג, אז ווילאנג די יסודות פון א מערידזש זענען אין טאקט, גייט עס אריבערגיין, ס'איז מעגליך אז איינע פון די 2 וועלן זיך עטוואס טוישן מיט די צייט, והכל על מקומו יבא בשלום.

אויב אבער דער מאן (אדער ווייב) וויל טוישן דינאמינאציע און זיך אנהייבן פיהרן (אפי' נאר אינערליך) ווי א מאדערן ארטאדאקסט צו אפען ארטאדאקס, צו א כופר, איז נישטא קיין וועג וויאזוי צו ערווארטן אז א ספאוס זאל מסכים זיין דערמיט, אדער טוישן זיך ביידע אדער קושט מען זיך גוד ביי.

3) א מערידזש איז נישט אינגאנצן דומה צו ביזנעס פארטנערס, דא רעדט מען נישט פון צוויי מענטשען וואס שטעלן זיך צוזאם צו מאכן געלט, דא רעדט מען פון צוויי 'לעבנס' שותפים, מענטשען וואס האבן א ריכטיגע 'אהבה' (מלשון הב) איינער פארן צווייטן. במילא איז דער שותפ'ס רוחניותדיגע מצב אסאך מער רעלעוואנט און שפילט א גרעסערע ראלע ווען מ'באשליסט אז איך קען שוין נישט וואוינען מיט יענעם, ווען זייערע רוחניותדיגע אינטערעסן טוישן זיך דראמאטיש, איז נישט שייך צו זאגן אקעי איך האב אים נאך אלץ ליעב, און איך בלייב ווייטער זיין/איר שותף, יא! קען זיין איך האב אים פערזענליך זייער ליעב, אבער אויב דיין לעבן האט ביי דיר א העכערע באדייט, און דו ציהלסט צו לעבן א געוויסע רוחניותדיגע סטאנדארט, און יענער איז היפך פון וואס דו ווילסט זעהן אין דיין לעבן, איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן ווייטערדיגע רייבערייען, ווייל די צוויי מענטשען שטימען מער נישט.
מאנטאג אפריל 18, 2016 3:13 pm#329773
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
הוגה, דיין מהלך איז גוט אויףן פאפיר, אונזער חינוך טוט זייער אראפקוקען אויף איינער וואס איז נישט פרום, מסתמא אסאך ערגער ווי דער וועדשעטערין קוקט אן די פלייש פרעסער. אויב א גוי שטארבט איז גאנץ גוט. ממילא איז זייער מסבתר אז איין spouse זאל נישט קענען עקסעפטן דעם צווייטען נישט קיין חילוק וואספארא גוטע מענטש דער גוי איז. אזויווי אנדער האבן געשריבען מרעט דא פון מערידש די goal איז אינערליכע קאנעקשן, נישט קיין טעקניקעל זאכן. דאס האט אסאך ציטאן מיט א מענטשס בליק אויף לעבן.
דו פראבירסט מחלק זיין incompatibility און ריליגיע, לענ"ד אויב מיין spouse גלייבט נישט און אזאך וואס איך האלט פאר דעם לעבט מען און פאר דעם שטארבט מען איז דאס incompatible.
מאנטאג אפריל 18, 2016 3:36 pm#329776
יעקב מענטש האט געשריבן:3) א מערידזש איז נישט אינגאנצן דומה צו ביזנעס פארטנערס, דא רעדט מען נישט פון צוויי מענטשען וואס שטעלן זיך צוזאם צו מאכן געלט, דא רעדט מען פון צוויי 'לעבנס' שותפים, מענטשען וואס האבן א ריכטיגע 'אהבה' (מלשון הב) איינער פארן צווייטן. במילא איז דער שותפ'ס רוחניותדיגע מצב אסאך מער רעלעוואנט און שפילט א גרעסערע ראלע ווען מ'באשליסט אז איך קען שוין נישט וואוינען מיט יענעם, ווען זייערע רוחניותדיגע אינטערעסן טוישן זיך דראמאטיש, איז נישט שייך צו זאגן אקעי איך האב אים נאך אלץ ליעב, און איך בלייב ווייטער זיין/איר שותף, יא! קען זיין איך האב אים פערזענליך זייער ליעב, אבער אויב דיין לעבן האט ביי דיר א העכערע באדייט, און דו ציהלסט צו לעבן א געוויסע רוחניותדיגע סטאנדארט, און יענער איז היפך פון וואס דו ווילסט זעהן אין דיין לעבן, איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן ווייטערדיגע רייבערייען, ווייל די צוויי מענטשען שטימען מער נישט.

סגייט נאך א טריט ווייטער לכאורה , ליבשאפט איז נישט עפעס magical, מהאט ליעב א צווייטען צוליב זיין גאנצער ציזאמשטעל. דו רגע וואס איך ווער געוואר אז ער איז נישט דאס וואס איך האב געמיינט אויף זייער א גרויסע און וויכטיגע חלק, וויאזוי קען די ליבשאפט בלייבן?
מאנטאג אפריל 18, 2016 3:39 pm#329778
ATUB @הוגה ATUB זייער גוט געזאגט. איך עגרי מיט יעדעס ווארט.

נאר איין זאך וואס איך פארשטיי נאכנישט איז ווי דו ביזט אזוי שנעל מסדר גיטין פאר איינער וואס פירט זיך נישט אינגאנצן אידיש. זאגסט דאך אליין אז ס'איז דא טיפערע סיבות, נו פארדעם איז דאך דא העלפ, אז מ'זאל זען וואס ליגט באהאלטן אינטער די הנהגות. צו ס'מיינט טאקע אידישקייט אדער אנדערע ווייענישען, און אידער וועי זאלן קודם ארבעטן אויף דעם.
מאנטאג אפריל 18, 2016 3:41 pm#329779
געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.

זיי האבן זיך עפעס געטראפן אין קאלעדזש? די שדכן מיט די רבי האבן זיי דאך צאמגעפארט. וואסארא שותפות איז דאס?
מאנטאג אפריל 18, 2016 3:50 pm#329784
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב כמה פעמים געהאט ווען איך האב מקיל געווען פאר מיין ב"ב און זי האט חושש געווען צו איך ווייס טאקע וואס איך רעד אדער בין סתם א מקיל, האב איך בפניה כמה פעמים אנגערופן א רב פרעגן די שאלה און נאך וואס זי האט געזעהן אז דער רב זאגט ווי מיר האט זי זיך בארוהיגט משם ואילך.


די האסטיך געמוזט מיאוס פארפאטשקענען אז די ביסט אנגעקומען צו אזא מצב.
א פרוי אין אונזער היימישע געזעלשאפט האט ביי דיפאלט גאר גרויסע טראסט אין די מאן. די עיקר סיבה איז ווייל זי וויל אז ער זאל זיין גוט און ווען איינער וויל עפעס האט ער א נגיעה צו זעהן אז עס איז טאקע אזוי.
איך ווייס פון צוויי מעשיות ווי די מאן האט געגליטשט און די ווייב האט אים נישט געוואלט איבערלאזן אפילו ער איז געווען א מחלל שבת ביז ווען ער האט מחלל שבת געווען ווען די קינדער האבן געזעהן האט זי נישט געהאט קיין ברירה.
מאנטאג אפריל 18, 2016 3:56 pm#329786
שמעון וואלף האט געשריבן:א פרוי אין אונזער היימישע געזעלשאפט האט ביי דיפאלט גאר גרויסע טראסט אין די מאן.

סארי, ס'ערשטע מאל איך הער דאס!
איך האב אן א שיעור מעשיות לסתור, פונקט קאפויער! ביי דיפאלט טראסט מען נישט.
אמת'ע טראסט נעמט בדרך כלל יאאאאאארן אויפצובויען!

שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס פון צוויי מעשיות ווי די מאן האט געגליטשט און די ווייב האט אים נישט געוואלט איבערלאזן אפילו ער איז געווען א מחלל שבת ביז ווען ער האט מחלל שבת געווען ווען די קינדער האבן געזעהן האט זי נישט געהאט קיין ברירה.

און איך ווייס פון בערך 6,712 מעשיות (כמעט...) וואס פאר די מינדעסטע חשד האט די פרוי איבערגעלאזט דעם מאן און אים פאראומגליקליכט לעולם ועד.
מאנטאג אפריל 18, 2016 3:57 pm#329787
ווען א פרוי טראסט נישט די מאן אין הלכה ענינים מיינט נאך נישט אז זי וויל עם איבערלאזן, זי קען עם נאך אלץ ליב האבן. און אמאל קען אויך זיין וואס ס'פאסט איר נישט אוועקצולויפן ביז ס'קומט צו א מצב וואס זי האט טאקע נישט קיין ברירה (ווי למשל אז די קינדער האבן געזען).
מאנטאג אפריל 18, 2016 3:58 pm#329790
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
נולד מאוחר האט געשריבן:הוגה, דיין מהלך איז גוט אויףן פאפיר, אונזער חינוך טוט זייער אראפקוקען אויף איינער וואס איז נישט פרום, מסתמא אסאך ערגער ווי דער וועדשעטערין קוקט אן די פלייש פרעסער. אויב א גוי שטארבט איז גאנץ גוט. ממילא איז זייער מסבתר אז איין spouse זאל נישט קענען עקסעפטן דעם צווייטען נישט קיין חילוק וואספארא גוטע מענטש דער גוי איז. אזויווי אנדער האבן געשריבען מרעט דא פון מערידש די goal איז אינערליכע קאנעקשן, נישט קיין טעקניקעל זאכן. דאס האט אסאך ציטאן מיט א מענטשס בליק אויף לעבן.
דו פראבירסט מחלק זיין incompatibility און ריליגיע, לענ"ד אויב מיין spouse גלייבט נישט און אזאך וואס איך האלט פאר דעם לעבט מען און פאר דעם שטארבט מען איז דאס incompatible.

אוודאי איז דאס נישט אזוי פשוט און נאכדערצו אין אונזער געזעלשאפט און איך מיין @הוגה וועט אויך מודה זיין אז עס קומט נישט פון זיך אליין און מען דארף ארבעטען אויף דעם
אבער די נקודה איז אז דאס איז דער וועג וואס א געזונטע קאפל דארף ארבעטן און מען קען אנקומען צו דעם אפילו אין אונזער געזעלשאפט
מאנטאג אפריל 18, 2016 4:07 pm#329792
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
איך ליין הוגה'ס מאמר כאילו מ'רעדט אנטראפאלאגיא פון א פרעמד'ן שבט.

איינער וואס ס'שמעקט איהם קלויזענבורג טוט ער עס וועגען זיך. דער צווייטער גלייכט ישיבישע לעבען וועגען זיך. און פאר א ווייב דארף מען מוותר זיין פון זיך.
מוותר זיין אויף תומ"צ איז נישט זיך. ס'איז נישט די פערזענליכע באקוועמליכקייטען וואס ס'האנדעלט זיך, נאר חיי עולם.
דאס צו שטעלען א וועגאן אדער א סאטמארע חסיד צו סיי וואס פארא פערזענליך אויסגעקליבענע לעבענסשטייגער, געווידמעט צו בארואיגען די אייגענע לעבען, איז נישט אין פלאץ.

דאס יא. ווען איינער זוכט אין פרעמדע שטאלען, איז עס אפט ווייל דא איז איהם נישט באקוועם. און דער אומבאקוועמליכקייט גיסט זיך אפט איבער פון שלום בית פראבלעמען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 18, 2016 4:11 pm#329794
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
ווי שוין ארויסגעברענגט פריער איז זיין פארנומען מיט יענעםס יידישקייט לאו דוקא יידישקייט און עס איז בעיקרון אזוי ווי קלויזענבורג
מאנטאג אפריל 18, 2016 4:19 pm#329795
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער וואס ס'שמעקט איהם קלויזענבורג טוט ער עס וועגען זיך. דער צווייטער גלייכט ישיבישע לעבען וועגען זיך. און פאר א ווייב דארף מען מוותר זיין פון זיך.
מוותר זיין אויף תומ"צ איז נישט זיך. ס'איז נישט די פערזענליכע באקוועמליכקייטען וואס ס'האנדעלט זיך, נאר חיי עולם.


אלס ליטוואק קענסטו אזוי רעדן, ביי חסידים איז עס בכלל נישט אזוי.
קלויזענבורג איז וועגן זיך? אפשר תומ"צ איז אויך וועגן זיך? וועגן שכר ועונש, וואטעווער.
קלויזענבורג איז נאר א פירוש אויף תומ"צ, עס איז געקניפט און געבינדן מיט אידישקייט, לכה"פ ביי רוב המון עם.
מאנטאג אפריל 18, 2016 4:40 pm#329798
Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות
דער קלויזענבורגער האלט זיך בעסער ווי דער באבובער מיט זיין זאכען, אבער אז דער באבובער איז א גוי!? דאס איז שוין איבערגעטריבען. אויף דעם קען מען נאכגעבען ווייל ס'איז אייגענע זאכען.
מאנטאג אפריל 18, 2016 4:45 pm#329799
הוגה האט געשריבן:די פרויען אדער מענער וואס גייען ארום אנגעבלאזן אז זייער מאן/ווייב איז נישט גענוג ערליך אדער פרום זאלן וויסן אז זייער אנגעבלאזנקייט צייגט אויף זייער אייגענע שוואכקייט אין אידישקייט און בכלל נישט אויף שטארקע פרומקייט. וואו איז זייער אמונה ובטחון בה'? איך קען אסאך שטיבער וואו עס זענען דא אפגעפארענע קינדער/מענער למחצה לשליש ולרביע, ריכטיגע בעלי אמונה ובטחון רעגן זיך נישט אויף די אפגעפארענע און דאדזשאדזשען זיי נישט. זיי פארשטייען אז אלעס איז פון באשעפער מיט א חשבון. איך קען אסאך גאר ערליכע אידן וואס לעבן אזוי. די פאלשע פרומאקעס רעדן זיך איין אז זיי זענען אזוי הייליג אז זיי קענען פשוט נישט צוקוקען ווי זייער קינד/מאן טרעט אויף די תורה, לאכט על כל הקדוש לנו וכו'. עס ברענט אין אייך קיין שום קנאת השם נאר ענדערש א גאווה עצומה אז עס פאסט אייך נישט. אן ערליכע איד ווארפט נישט קיין tantrums, קאפעט נישט מיט די פוס, נאר נעמט אלעס אן מיט א מתינות צוליב זייער "עכטע" אמונה בה'.


כ'בין טויט פארנומען מיט'ן פה-סח אבער פאלגטס א קלוגן איד, די ווערטער דארף מען אריינלייגן אין א גאלדענעם ראם און חזר'ן מיט זיך, די קינדער און קינדס קינדער עד סוף כל הדורות.
מאנטאג אפריל 18, 2016 4:48 pm#329800
איך וויל קלארשטעלן אז איך האב גארנישט אקעגן זיך גט'ן און איך האלט אוודאי נישט אז מ'זאל לכתחילה צוזאמשטעלן א פרומער מיט איינער וואס איז ווייניגער פרום. אלעס וואס איך האב געשריבן איז געווען פאר די וואס ווינדערן זיך אויב מען קען עס מאכן ארבייטען. איך האב נישט באזירט מיינע ווערטער נאר אויף אידיאלן און שיטות, איך האב עס באזירט אויך אויף פאקטישע קעיסעס.

יא, איך ווייס אז ס'זענען דא זייער אסאך שלום בית פראבלעמען וואס זענען צוליב פרומקייט ענינים און אסאך גיטין. איך קוק אבער וואס די חילוק איז צווישן די קעיסעס און די קעיסעס וואס איך האב געשריבן אין די פריערדיגע פאראגראף, און איך זעה אזעלכע חילוקים ווי מידות, שכל און אריינמישן פון די משפחה.

איך האב מיטגעהאלטן א קעיס פון א יונגערמאן וואס שוין יארן וואס ער איז געווארן אויסערליך קאלט צו אידישקייט. זיין ווייב און ער זענען ביידע קלוגע פיינע מענטשן און די שלום בית דארט פארט זייער פיין. פאר אפאר חדשים צוריק האט איר טאטע געהערט פון איינעם איבער די מאנ'ס מעשים און ער האט אנגערופן זיין טאכטער צו פרובירן פארארבייטען אז זי זאל זיך אקעגנ-שטעלן די מאן. אבער מעשה שטן לא הצליח, די פרוי האט מער געשעצט איר מאן ווי איר טאטע (טראץ דעם וואס זי איז זייער א פרומער), ווי אויך האט זי שכל צו פארשטיין וואס איז עכט איר טובה און זי האט שיינערהייט מסביר געווען פאר איר טאטע אז אלעס איז אקעי און זי דארף נישט זיין הילף. יעצט טראכט אריין, וויפיל גיטין געשעהן צוליב דעם וואס די פרוי האט נישט די שטארקע כאראקטער זיך אקעגן צו שטעלן איר טאטע?

די נקודה איז אז עס איז א שלום בית אישו פונקט ווי אלע אנדערע שלום בית פראבלעמען, רוחניות קומט נישט דא אריין. עס איז פונקט ווי א יונגערמאן באקומט א סמארטפאון און ער זיצט דערויף 24 שעה א טאג. ווען זיין ווייב רעדט צו אים איז ער אויפ'ן סמארטפאון, ווען זי בעט אים פאר הילף קען ער נישט ווייל ער איז ביזי אויף וואצעפ און ווען די קינדער ווילן לערנען שרייבט ער אויף ק"ש. דער יונגערמאן גייט זיך גט'ן אבער נישט צוליב די סמארטפאון נאר ווייל ער איז א בהמה.


.
מאנטאג אפריל 18, 2016 5:07 pm#329803
הוגה האט געשריבן: אבער אז "אזא יונגערמאן" ווי @שמעקעדיג בעט קען מען נישט אפזאגן

איי טאטע, ווי ברענג איך אריין די התנהגות ביי מיר אין שטוב? :(