דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:44 pm#330411
מעשיגע צו ווערן! הערליך הערליך שיין, יישר כח כוכב/געוואלדיג/אלקנה.
ווייל אזוי האט געשריבן:די פה-סח בעננער מאכט אז מ'זאל נישט קענען צוריקגיין צו די מעין מעניא דורך קליקן אויף "קאווע שטיבל"
וכדומה.. האט געשריבן:די ערשטע נאכט יו"ט זיץ איך אין שול מיט א רואיגקייט ווען פלוצלונג לויפט א אינגערמאן צו מיין טיש מיט א אימפעט, ווייל די טושטוך האט זיך עטוואס פארריקט און די טיש האט זיך ארויסגעזעהן, ער קומט מאכן כסוי הדם..
א שמייכעל האט זיך צושפרייט אויף מיינע ליפן ווען אין קאפ איז מיר ארויפגעשווימען @יואב'ס פה סח ארטיקעל.
#פה_סח_II
קאווע טרינקער האט געשריבן:@ליטוואק פון בודאפעסט'ס מאמר וואלט איך נישט רעקאמענדירט צו ליינען, ס'מלא שקרים וכזבים, ליצנות פון פריערדיגע גדולים, אלץ אבי גרויס צו מאכן א מלחמה גייציגער ראש ישיבה פון בני ברק. דער שרייבער פארדעקט די שווארצע קאפיטלען מיט א "וד"ל", און איז מלבש זיינע דורכפעלער מיט "מדריגות", בעוד וואס אינעם בית ישראל'ס מסירת נפש פאר אידישקייט איז אונטער א פראגע צייכן, און ליובאוויטשע רבי'ס תורה, און רשות צו הנהגה זעהט ער נישט גארנישט.
דאס איז שוין נאכן הגה פון @ונבנתה העיר.
אז דו ווילסט טוישן היסטוריה, און פאראייביגען דעם ראש ישיבה בדרך כבוד, דארפסטו קענען צוויי זאכן:
א) שרייבן. נישט רמזים און קיצורים.
ב) איבעררעדן, נישט זיך רייצן.

זבולון האט געשריבן:איך זעה אז ליטוואק׳ס מאמר אויף הרב שך, גייט ברענגען אסאך היץ. און איך מיין אז ער איז געווען גרייט דערפאר.
אבער איין בקשה האב איך, ביטע לאמיר זיך קאנצעטרירן לגופו של ענין, יעדער איינער קען זיך חולק זיין אויף ליטוואק׳ס אבזערוואציע, אבער נישט לגופו של אדם. עס פעלט נישט אויס צו אטאקירן אדער מזלזל זיין אין איהם פערזענליך.
ער מעג האבן א דעה פונקט ווי יעדער האט א זכות, דא איז קאווע-שטיבל, והיא תהילתנו.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. דער רעדאגירונג, עכ"פ פון מיין ארטיקלען, איז מיט אזא מומחיות. ס'ליינט זיך געשמירט, אבער מ'האט נישט צוגערירט די תוכן קיין כי הוא זה. איך האב מורא געהאט אז אן ארטיקל וועגען הרב שך וועט שווער רעדאגירט ווערען, און למעשה איז עס געטריי אין גאנצען, אבער ס'ליינט זיך.
טאמבל סאס האט געשריבן:נישט בשמי. האסט מיר נישט געפרעגט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דעת תורה האט געשריבן:די אפיציעלע "פארווערטס רעדאקציע" רעקאמאנדירט שטארק די אויסגאבע.
http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... y-hasidim/
ווייס איך נישט פארוואס זיי קענען נישט צושטעלן א לינק דערצו.
הערסט ATUB @געפילטע פיש ATUB ?די אַרטיקלען זענען יאָ אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים פֿונעם מחבר (אָדער מחברטע) מיט וועלכן ער אָדער זי שרײַבט אויף „ קאַווע־שטיבל
ריכטיג האט געשריבן:ס'איז דא דארט א לינק צום אשכול.
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האלטן שוין ביי קרוב צו צוויי-אהאלב-טויזענט דאונלאודס, בליעה"ר. איך בין נייגעריג אויב עס איז שוין אמאל געווען אזא צאל דאונלאודס אין דער געשיכטע פון קאווע שטיבל.
(די פאראיאריגע פה-סח איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף אזא אופן אז מען קען נישט זעהן דעם סכום דאונלאוד'ס.)
זבולון האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האלטן שוין ביי קרוב צו צוויי-אהאלב-טויזענט דאונלאודס, בליעה"ר. איך בין נייגעריג אויב עס איז שוין אמאל געווען אזא צאל דאונלאודס אין דער געשיכטע פון קאווע שטיבל.
(די פאראיאריגע פה-סח איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף אזא אופן אז מען קען נישט זעהן דעם סכום דאונלאוד'ס.)
וואס ווערסטו נתפעל פון די צאל פון דאונלאודס, איין מענטש קען מאכן אומלימיטעד דאונלאודס. (און פון די אנדערע זייט - צוויי מענטשן קענען לייענען איין דאונלאוד, מענטשן קענען דאונלאדן פון טעלעגראם, וכדומה).
וואס פונקטליך דערציילט עס?