Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

קאווע שטיבל • א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
122 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10389
מיטוואך אפריל 20, 2016 6:25 pm#330294
א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
עס איז אונז א כבוד און פארגעניגן פארצושטעלן דעם רייכן אויסגאבע “פה-סח II" וואס אנטהאלט א הערליכן ליקוט פון גייסטרייכע ארטיקלען לכבוד יום טוב, ערצייגט דורך די סאמע בעסטע שרייבערס פון קאווע שטיבל, און גראפירט דורכ'ן מייסטער גראפיקער ר' אלקנה.

ארויסצוגעבן דעם פה-סח איז אריין אומגעהויערע כוחות פון טעג און וואכן. עס איז אונזער האפענונג אז די מי וועט זיך אויסצאלן און איר וועט הנאה האבן פון דעם ענדגילטיגן פראדוקט. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם פה-סח אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה. אויך וועט זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן א קאלירטן ביכל אויף אמאזאן, און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.

די אויסגאבע ווערט ארויסגעגעבן אן קיין שום זייטיגע אינטערעסען, בלויז צו שאפן פאר אידן אן עונג יום טוב. דערפאר, טוט אלעס וואס איר קענט אז דער פה-סח זאל אנקומען צו ווי מער אידן. שיקט א לינק צו אלע אייערע ידידים און מאכט קאפיס פאר אייערע פריינט אין ביהמ"ד, און זאל דאס פרייהייט פונעם ערליכן ווארט דערגרייכן איבעראל.



א חג כשר ושמח וואונטשט אייער פריינט,

כוכב
מיטוואך אפריל 20, 2016 6:26 pm#330297
ערשטע לייק
מיטוואך אפריל 20, 2016 6:52 pm#330301
Wow! מאסיוו!!
יישר כוח פאר ענק אלע, הערליכע ארבעט
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:00 pm#330302
א הערליכע ארבייט. יישר כח כוכב און אלע מיטארבייטער כל אחד בשמו הטוב יבורך בכל טוב סלה.

אלץ והייתם נקיים און כדי מ'זאל מיר נישט חושד זיין אין היפאקרעסי, מעלד איך דא איין אז איך גיי נישט ארויספרינטען דעם חיבור נאר ענדערש עס ליינען אנליין. :P


.
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:01 pm#330303
ענדליך קען איך זיך נעמען אומקוקן אויף ס'ווייב און קינדער, ATUB @כוכב ATUB האט געטוהן א ATUB @געוואלדיג ATUB ע ארבעט וואס האט זיינס גלייכן פון אויפהייבן דעם פראיעקט, ביזן הערליכן גמר, עס איז נישט צום פארשטעלן וויפיל כוחות און געזונט ער האט אריינגעלייגט אז עס זאל ארויס קומען כלול בהדרו, און ווי פארשטייט זיך אז אן קיין שרייבער איז נישטא קיין אויסגאבע, קומט זיך א הערצליכן דאנק פאר אלע שרייבער פינאנצירער און רעדאגירער.
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:05 pm#330304
איך גיי אראפ פון זינען פון די ים פון תוכן, ממש לא נראה כבושם הזה, אריין אין אשכול וואס האט געברענגט טרערן, מיין פרינטער איז אויף אויווער דרייוו, און עס גייט אויף פלאקערן לאיאדע סקונדע, א דאנק פאר אלע פארמישטע, ובפרט פאר אלע פארמישטע, און נאמען פון אלע פארמישטע, אוי מען טאר זיך נישט מישן,
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:12 pm#330305
@געוואלדיג רעדט פון די זופ און מיינט די קניידלעך, ער רעדט גארנישט וויפיל כוחות עצומות ער זעלבסט האט אריינגעלייגט, יומם ולילה לא ישבותו.

און ווי דער רבי פלעגט זאגן ביי לאנטש אין חדר, פון בעסטן קינד האט מען פארגעסן. די מערסטע ארבעט האט אריינגערוקט אונזער געטרייער גראפיקער, עס איז באמת נישט צום פארשטיין ווי אזוי ער האט געקענט מאכן אזא מאסיווע הערליכע ארבעט, שעות ע"ג שעות, קוים געהאט צייט צו אטעמען, און נאך דערצו בעפאר פסח, אוי וויפיל מען האט אים משוגע געמאכט מיט הגהות ותיקונים, און מקבל געווען באהבה וואס אימער מען האט אים געווארפן, אלעס מיט אזא געטריישאפט, שלא ע"מ לקבל פרס.... חברה נעמטס עס נישט פאר גרענטעד, די גראפיקס דא איז PURE TALENT, איך ווער משוגע פון דעם הערליכן קונטרס וואס כאפט דעם אויג, און די קרעדיט דערפון איז פאר אונזער הויכגעשעצטן אלקנה, דער גראפיקער! טאמבס אפ!

אבער עס איז קלאר אז אם @כוכב כאן הכל כאן, ומכלל הן אתה שומע לאו, עס איז נישטא די ווערטער צו אראפלייגן וואס דער כוכב האט געטון דא, יעדן טאג אריינגערוקט א מינימום פון 75 שעות, געארבעט ארום דעם זייגער און געשטופט דעם וואגן און מיט גוטן און מיט בייזן, מער ווי איינמאל האבן מיר זוכה געווען צו דעם 'טוב לשמוע גערת חכם', מיט זיין זעלטענע זיסע און שארפע מוסר שפראך, אריינגעברענגט א חיות אין די גאנצע פראיעקט. איך האף און איך בעהט אז כוכב וועט נישט פארשוואונדן ווערן נאכאמאל ביזן קומענדיגן פראיעקט, נאר יאריך ימים על ממלכתו פארבלייבן הויפט רעדאקטאר, און מוסיף זיין כהנה וכהנה אויסגאבעס לתפארת כל בית ישראל עביג"צ אמן.
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:12 pm#330306
כפי הנראה, ביסטו טאקע צומישט!
מ'האפט ביז מארגען צופרי וועט עס זיין אויף עמעזאן
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:18 pm#330307
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
איך האב נאך נישט אנגעהויבן צי ליינען נאר בלעטרנדיג זעהנדיג די גראפיקס וואס איז אריין דא...אסאך גרויסע מאגעזינן קענען זיך פארשטעקן פאר די גראפיקס WOW
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:26 pm#330308
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
אממ... איינער וויל אפשר אפקויפן א עמי בינה משפחה מאמענט טריביון שטערן שפאקטיוו? אפענע זעקל כמעט נישט אנגערירט. אמתדיג גערעדט קענסט מיר זאגן וואס איך דארף אים איצט האבן? פה-סח 2 איט איז
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:35 pm#330310
מזל טוב קאווע שטיבל!! סעיוואר דע מאמענט דיס איז ביג
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:40 pm#330312
ס'גייט זיין אויף עמעזאן בל"נ מארגען צופרי, איך האלט אין מיט'ן ארבעטען דערויף. ס'וועט זיין שייך מיט אייער פריי"ם מעמבערשי"פ אויך, אזוי ארויף אין צוויי טעג איז עס שוין דא. די רווחים גייען צו ק"ש אויסצוהאלטען די ארבעט. טאמער איהר קענט, זאלט איהר קויפען פון דארט, און אזוי ארום האבען א חלק אין ווייטער קענען אנגייען מיט'ן ארבעט פון אויסגאבע'ס פון אונזער שרייבער'ס.
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:44 pm#330313
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
העכער אלע ערווארטונגען!
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:46 pm#330314
באמת נישטא קיין ווערטער. א מייסטערווערק שבמייסטערווערק! א ריזיגן דאנק כוכב פאר'ן אנפירן דעם פראיעקט און צוזאמענשטעלן אזא פרעכטיגן אוצר, דעם גראפיקער פאר אזא אריגינעלן, ארטיסטישן און אויגפארכאפנדן ארבעט, און די אלע מיטהעלפער מיט געוואלדיג בראש.

כ'ספק מיך צי זיך אויסדרוקן אז "עס איז נאך קיינמאל נישט ערשינען אזא רייכע אויסגאבע אויף אידיש" איז א גוזמא. עס קוקט מיר אויס זייער אמת, אבער נאך אלעם האב איך דאך נגיעות. כ'האב אויך אריינגעלייגט אין דעם "פה-סח" א שיינעם צאל שעות. ווייס איך נישט.
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:48 pm#330315
והחוט הכפול לא במהרה ינתק... א הארציגן דאנק פאר די ארויסגעבער, ATUB @געוואלדיג ATUB , ATUB @כוכב ATUB , ATUB @אלקנה ATUB , און סיי ווער ס'האט געהאט א טייל אין דעם. איך קען מיר נישט פארשטעלן וויפיל ארבעט ס'דארף ליגן אין אהערשטעלן אזא פראיעקט, און נאך ווייניגער פארשטיי איך וויאזוי ס'האט געקענט אריינגעשטופט ווערן אין אזא פיצעלן סכום פון צייט.
מיטוואך אפריל 20, 2016 7:52 pm#330317
די שפיץ פון טאלאנט פון היימישע אידנטום, זענען זיך צאמגעקומען לפונדק אחד, און ארויסגעגעבן א מעשי ידיהם להתפאר אשר כמוה לא נראתה בכל העולם אין פילן זין פון ווארט!

איך מיש און מיש און מיש און מיש נאך אלס... די גראפיקס זענען פון העכסט קוואליטעט אויף א פארנעם אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז ס'איז געמאכט געווארן אין אזא קורצע תקופה און דורך א יליד אשה! ס'שרייעט ארויס טאלאנט מיט אלע קאלירן!

ATUB @כוכב ATUB , ATUB @געוואלדיג ATUB און ATUB @שמעקעדיג ATUB וסיעתן האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע!!! אריינבאכענדיג שעות ע"ג שעות אין די אנגעצויגענע טעג פון ערב פסח, מיט א שמאטע אין איין האנט, אין די אנדערע האנט א פעדער, טעלעפאון, קיבאורד, מויזל, מעקער, פארגרעסערונג גלאז, מר. קליען.

מיר וועלן קיינמאל נישט משיג זיין די יגיעה וואס איז דא אריינגעלייגט געווארן ווילאנג מיר וועלן עס נישט אליינס טוהן! אשריכם שזכות שמחת יו"ט של אלפי ישראל תלויים בכם!

שרייבער פון העכסט קוואליטעט האבן גענומען פון זייער טייערע אנגעשטרענגטע צייט, זיך אוועקזעצן און שרייבן, איבערגיין, אויסמעקן, פאררעכטן, צולייגן וכו' שלא ע"מ לקבל פרס!

בשם אלופי ואלפי ישראל טוהן מיר איבערגעבן אן הערצליכן יישר כח פאר אלע וואס האבן א טייל גענומען אין דעם פראיעקט, בגוף, בנפש, במח, ובדמים תרתי משמע!

מי יתן אז מיר זאלן שטענדיג קענען באווייזן אזאנע קונצן מרגל לרגל עדי נזכה לביאת גואל צדק אמן.
מיטוואך אפריל 20, 2016 8:19 pm#330320
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
Wow!
כ'האב נאך נישט געהאט צייט צו ליינען, אבער כ'האב עס נישט געקענט אראפלייגען! די גרעפיקס איז עפעס מבהיל'דיג. הערליך שיין און גאר קלאסיש. ס'גלייבט זיך נישט אז ס'איז געווען על מנת שלא לקבל פרס.

יישר כח פאר אלע וואס האבען אריין געלייגט כוחות אין דעם, כל אחד בשמו הטוב יבורך ויתברכו משמי מעל בברכות עד בלי די.
מיטוואך אפריל 20, 2016 8:19 pm#330321
אין קנאפע 2 שעה, ארום 570 דאונלאודס. כ"י.
מיטוואך אפריל 20, 2016 8:20 pm#330322
לא נראה כבושם הזה! פה-סח טוט שטעלן אין שאטן די גאנצע אידישע ליטארעטור פונעם בעפארשטיינעדע יו״ט. די גרעפיקס איז מבהיל׳דיג, און די זאפט פון די ריזן שרייבערס גיסט זיך דורך דעם גאנצן מאגאזין.

יישר כוחכם!!
מיטוואך אפריל 20, 2016 8:42 pm#330324
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
ממש נישט צו באגרייפען, אריין צו שטיפן אזוי פיהל ווערג אין איין קונטרוס. דאכציך אז זייט טינט שרייבט איז נאך נישט געשריבען געווארן אזוי פיהל תוכן אין איין העפט, פשוט ווייל א מערכת וואלט די סחורה פארשפרייט אין בערך דריי יאר גיליונות.
א דאק אייך כוכב, געוואלדיג אין אלע אנדערע העלפער.
אחרון אחרון חביב ר׳ אלקנה, מייסטער ארבייט, הערליך שיינע גראפיקס, מקען זעהן די כוחות האסט אריין געלייגט. זאל השי״ת די צירוק צאלן בכפל כפליים, האסט געמאכט שמחת יו״ט פאר טויזענט אידן.
נ.ב. איין הערה, דע גראפיקס אונעם ספר זענען אזויפיהל שענער ווי די קאווער. ס׳פשט?
#Dont_judge_a_book_by_its_cover
מיטוואך אפריל 20, 2016 8:44 pm#330325
ס׳איז נישט פשוט! באמת מבהיל על הרעיון סיי די חומר און סיי די צורה, אל זאת לא פיללתי.

א הערצליכן יישר כח @כוכב והמסייעים עמך, ס׳האט זיך געלוינט די האראוואניע.

יחי קאווע שטיבל!
מיטוואך אפריל 20, 2016 8:57 pm#330326
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
איך ווייס באמת נישט וואס צו זאגן אבער איין זאך.

איך בין שטאלץ צו זיין א מעמבער אויף קאווע שטיבל!!!
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:05 pm#330327
נישט פארגעסן צו באדאנקען ווער אימער ס'האט ערלעדיגט אז די בעננער זאל זיך האלטן אין די ראמען!
קודאס צו אים!
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:09 pm#330328
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:כפי הנראה, ביסטו טאקע צומישט!
מ'האפט ביז מארגען צופרי וועט עס זיין אויף עמעזאן

What u mean on amazon?
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:18 pm#330329
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'גייט זיין אויף עמעזאן בל"נ מארגען צופרי, איך האלט אין מיט'ן ארבעטען דערויף. ס'וועט זיין שייך מיט אייער פריי"ם מעמבערשי"פ אויך, אזוי ארויף אין צוויי טעג איז עס שוין דא. די רווחים גייען צו ק"ש אויסצוהאלטען די ארבעט. טאמער איהר קענט, זאלט איהר קויפען פון דארט, און אזוי ארום האבען א חלק אין ווייטער קענען אנגייען מיט'ן ארבעט פון אויסגאבע'ס פון אונזער שרייבער'ס.

How much will cost?
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:23 pm#330331
מארגען צופרי גייט זיין אוועילעבעל צו קויפען אויף עמעזאן. גיי דארט יעצט און זוכט Peh Sach און דארט וועסטו זען דער פון פאראיאר'ן. קוק דא פאר נאך אזעלכע ביכער וואס מ'קען קויפען אויף עמעזאן. אלס איז פריי"ם עלידזעבעל. ס'וועט זיין צען דאללאר אויף שווארץ און ווייס, און פינף און צוואנציג דאללאר אויף קאליר.

איך בעט די עולם אז ברגע דער לינק איז אין קראפט טון מ'קען עס קויפען אויף אמאזאן, זאל מען עס ארומשיקען אין די וואטסעפפ גרופע'ס ווי אימער מעגליך, כדי ס'זאל דערגרייכען אומעטום. איך ווייס אז ס'איז שווער צו דרוקען צענדליגער עקזאמפליערן און פארשפרייטען אין ביהמ"ד אומזיסט ,אבער ארומשיקען די לינק אז יעדער איינער זאל עס קענען קויפען איז פיהל לייכטער, ויפוצו מעינות החכמה.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:28 pm#330332
כ'האב מיך אוועקגעזעצט פאר עטליכע מינוט ליינען (אויף מיין פאון) און איך האב אנגעהויבן פון אונטען, די אינטערוויו מיט @קעלנער. איך האב קריטיקירט קעלנער ווען כ'האב געהאט קריטיק טאקע, מוז איך אים גראטולירן יעצט. אילו פינו מלא וכו' אין אנחנו מספיקים להודות. דיין קוראזש, פרעסיסטענס און טון למעשה איז א שטארקע אינספערעישאן. די זכות זאל ביישטיין אז דו זאלסט זעהן גוטע פירות פון דיין ארבייט.

כ"ד ידידך
הוגה


.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:31 pm#330333
די שווערע ארבייט זעהט זיך אן אויף יעדן בלאט. דאס איז פסח'דיגע קאווע, רחיים של יד. באמת א הערצליכע דאנק פאר עורך, גראפיקער, רעדאגירער, און פינאצירער.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:35 pm#330335
איך האב אויך געבלעטערט א ביסל. איינס נאך איינס איז עס א מייסטערווערק.
א. דער רעדאגירונג, עכ"פ פון מיין ארטיקלען, איז מיט אזא מומחיות. ס'ליינט זיך געשמירט, אבער מ'האט נישט צוגערירט די תוכן קיין כי הוא זה. איך האב מורא געהאט אז אן ארטיקל וועגען הרב שך וועט שווער רעדאגירט ווערען, און למעשה איז עס געטריי אין גאנצען, אבער ס'ליינט זיך.
ב. די פארשידענהייט פון טעמעס איז עפעס אויסנאמליך. דאס איז תהלתינו ותפארתינו דא אין שטיבל אז ס'פארנעמט א ריזיגע פארשידענהייט פון מענטשען און מיינונגען, און אלע לעבען מער ווייניגער בשלום.
ג. די גראפיקער האט געטוהן אזא מין ארבעט! ס'האט זיך געלוינט די צוויי טעג פון שפילקעס אויסצוווארטען ביז ס'ענדיגט זיך.
ד. מ'האט באשריבען הרבנית דיסקין, איינע וואס איך וויל שוין לאנג וויסען מער אויף איהר. איך האב עס טאקע נאך נישט געליינט, איך 'על עס לאזען אויף יו"ט, אבער אינטרעסאנט איז עס שוין.
ה. דאס איז אלס שלא ע"מ לקבל פרס! וואס טוט זיך דא? פארוואס און פארווען? דער עולם איז גרייט! מ'מיינט אז אן די קאפיטאליסטישע סיסטעם איז אלס אוממעגליך, אן דער רייץ פאר געלט וואלט גארנישט פאסירט. והנה און נון! ס'איז בכלל נישט אמת. מענטשען נעמען זיך אונטער, מ'ארבעט, מ'העלפט אויס און מ'שטעלט זיך צו. אוודאי וואלטען מיר געוואלט מאכען געלט אויך, אבער ס'איז דא אומזיסט אויך.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:41 pm#330336
...
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:45 pm#330337
ממש נתפעל צו ווערן וויפיל טאלאנט געפונט זיך צווישען אונז -
כ'האב באשטעלט ארויסצופרינטען דעם גאנצן קונטרס אויף גרויסע פאפיר, אויסער דעם ארטיקל פון @הוגה
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:47 pm#330338
סוואלט געווען כדאי צו עפענען אן אשכול ספעציעל פאר קאמענטארן אויף אינדיווידועלע ארטיקלען.
מיטוואך אפריל 20, 2016 9:57 pm#330340
טעות
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:02 pm#330343
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
וואו 184 זייטן אנגעפילט מיט געלונגענע ארטיקלן ממש לא נראה כבושם הזה, פרעג איך אייך האט זיך נישט געלוינט זיך איינצורייסן אז דער שטיבל זאל בלייבן אפען? ווי אזוי וואלטן מיר געפראוועט יו''ט אן דעם

Sent from my VS987 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:06 pm#330345
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
וכדומה.. האט געשריבן:סוואלט געווען כדאי צו עפענען אן אשכול ספעציעל פאר קאמענטארן אויף אינדיווידועלע ארטיקלען.

די מחברים קענען ארויפלייגען זייער ארטיקל אלס א נייער אשכול און אויף דעם קען זיך פארעמען א שמועס
וכן נוהגין במקומינו מקדמות דנא
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:09 pm#330346
ניין. קיינער זאל ביטע נישט ארויסלייגן קיין ארטיקלען ביז חול המועד, און אויך דאן צוביסלעך, נישט פערציג ארטיקלען אויף אמאל.
ווער עס וויל ארויסשטעלן זיין ארטיקל זאל עס קודם באשטעטיגן מיט מיר.
מיטוואך אפריל 20, 2016 10:44 pm#330347
מ'האט מיר שוין צוגעכאפט אלע ווערטער אויסוואלן צו באוואונדערן דעם פה סח II, וועל איך זיי טיילווייז מוזן איבערניצן. ס'איז אומגלובליך וואס דא האט פאסירט. פון א סייט וואס האט זיך געוואקלט ווי א גוסס, איז נולד געווארן א בריה חדשה פון טאלאנט, תורה און דעת.

רבותי, ס'דא א מאן מיט'ן נאמען ATUB @כוכב ATUB וואס באהערשט כוחות וואס מיר פשוטע מענטשן פארשטייען נישט. א מאן מיט פרינציפ, דרייוו, און שיקול הדעת וואס איז א זעלטנהייט בפונדק אחד. א אומברעכבארע רצון צו ממלא זיין זיינע צילן. ער איז דער גורם פאר די אויפוואכונג פון קאווע שטיבל, ער איז דער אויפוואכער פון אזוי פיל אלטע און נייע שרייבער.

נעמטס א מינוט צו פארשטיין וואס ער האט געטוהן אין די עבר און יעצט מיט'ן פה סח. ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר דיין פרעזענדליכע הנאה, און בחינם.

איך וויל אויך ארויסברענגן מיינע געפיהלן כלפי די גראפיקער אלקנה. אלקנה לעבן, כ'ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער דו ביסט באשאנקן מיט ארטיסטישע טאלאנט פונעם העכסן קאליבער. דיינע גראפיקס זענען מייסטרעפול, רייך, מאדערן און שארף.

און צו אלע קאלעגע מגיהים מיינע. איר האט געבראכן היסטאריע! ראש בראשון ATUB @געוואלדיג ATUB . רבותי, געוואלדיג האט דא אפגעראכן דעם סדר פאר אפאר וואכן יעדן טאג. די כוחות און פירערשאפט טאלאנט ער האט באווייזן איז היסטאריש. געוואלדיג האט געשוויצט יעדן טאג מיט א געוואלדישע מסירות מבקר עד הערב.

ווען ATUB @שמעקעדיג ATUB נעמט אן ארטיקל מגיה צו זיין, דארף עס נישט 4 הכשירים ווי בודק שאלאטן. ער טוט א פערפעקטע זשאב. יישר כח פאר'ן אזוי הערליך שיין מגיה זיין מיין ארטיקל. איי לאוו יו מיי דיר האלי בראדער!

איך וויל פארענדיגן מיט'ן באדאנקן ATUB @כעלעם'ר מגיד ATUB (שוין גוט געספעלט?) פאר זיין הילף מיט מיין הגה אחריות'ן, ווי אויך פאר'ן נעמען אויף זיך פילע ארטיקלן צום מגיה זיין.

ואחרון מורינו ATUB @ונבנתה העיר ATUB פאר'ן זיך אראפלאזן פון זיינע הפלא'דיגע שרייב טאלאנט, צו זיין אוועליבעל אויף עבודת הגה. יו ראק מיי פרענד!

קלאפטס אייך אלע אין בייכל פאר וואס איר האט באווייזן. איר זענט א גרופע פון משוגע געלונגענע מענטשן.



נ.ב. מזל טוב צום 1000'סטן דאנלאוד.
מיטוואך אפריל 20, 2016 11:44 pm#330351
עמיר עס ארויס פרינטן און איינבינדן אין א לעדערנע דעקל א מתנה פאר די איידעם לכבוד פסח.

ATUB @כוכב ATUB ים המאירים בעי שיבוחי
יישר כח כוכב. און אלע שרייבערס, גרעפיק דיזיינערס, נדיבי עם און אלע מוציאים לאור.
מיטוואך אפריל 20, 2016 11:53 pm#330353
אנבעליוועבל וואס דא טיט זיך. איך ליין די פה-סח אויסגאבע מיט א פארכאפטע אטעם און נאך יעדע פאר שורות זיך איך די לייק קנעפל.

נאך די פאריעריגע פה-סח האב איך געקלערט, נו, ס'איז אן איינמאליגע זאך - א יוצא מן הכלל. אבער אז ס'זאל אנגיין יערליך ביתר שאת האב איך נישט געחלומ'ט.

רבותי, מיר פארמאגן אוצרות פון טאלאנט און ווען נישט קאווע שטיבל ווי וואלט מען עס געקענט ארויסגעבן? דעריבער טייערע עסקנים, תחזקנה ידיכם!
מיטוואך אפריל 20, 2016 11:57 pm#330354
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
סאיז עפעס אזוי נישט קאווע שטיבלדיג אן אשכול מיט זירא קריטק , ריין קאמפלימנטס.
סמיז זיין מרעד פון א פראדוקט וואס איז א באמת א מושלם
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:03 am#330356
ירח בן יומו האט געשריבן:עמיר עס ארויס פרינטן און איינבינדן אין א לעדערנע דעקל א מתנה פאר די איידעם לכבוד פסח.

דאכט זיך אז רוב פון ATUB @אלקנה ATUB 'ס אויסערגעוויינליך קינסטלערישע גראפיקס זענען אין וועקטאר פארמאט! :o m https://en.wikipedia.org/wiki/Vector_graphics m
קען מען ארויסדרוקן דעם פה-סח אויף סיי וועלכער גרייס פאפיר (פון קליינינקע בראשורן ביז ריזיגע פאוסטערס) און זיי וועלן אויסזען פונקט אזוי פערפעקט און פראפעסיאנעל...!
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:54 am#330364
מ׳איז מיר שוין פארלאפן דאס וועג, כ׳האב שוין נישט די ווערטער, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, במילא דאנקע שיינע צו ענק אלע, וויאזוי פלעגט נאר די באבע זאגן: אן דיין הילף ווייס איך נישט וויאזוי ס׳וואלט געווארן פסח!

א זייטיגער נקודה, כוכב איז ריזיג אין קאסטומער סערוויס, אלע וואס האבן געדיעלט מיט אים אין פרייוואט וועלן דאס מודה זיין. א עקסטערע הנאה איז געווען צו ליינען יעדע פון זיינע אפדעיטס, אלעס איז געווען געפלאכטן פון סארקאסיזם הומער יאגעניש און תכלית, אבער אלעס מיט א מאס, געגאסן פונקטליך מיט א גוטע רעצעפעט.

געוואלדיג פון זיין זייט האט אראפגעלייגט א גוטן ארבעט, געברענגט די ריעל טיים אפדעיטס און איבער אלעם לאזט ער אלע לקיקות פאר כוכב׳ן (נישט שיין מר כוכב, לאז אים אויך אנהייבן א אשכול און באקומען אפאר פינגער)

א עקסטערע דאנק פאר די הנהלת השטיבל וואס האבן זיכער געמאכט אז די בעננער זאל נישט שטערן פאר די טעלפוין באניצער.

ואחרון אחרון חביב די חשובער גראפיקער אלקנה, א עכטער מייסטער ווערק, און א באזונדערע דאנק פארן צושטעלן די בילדער פאר מיין ארטיקל. א ווארט קריטיק: פארוואס באהאלטסטעך?

איך רעד שוין ווי דער אונגערישער הדיוט קופץ בראש, קוים אנגעקומען אהער און שוין טייל איך דעות, אבער ווי זאגן זיי: ׳פה-סח׳- דאס פרייהייט פון ווארט!
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:28 am#330365
ATUB @אלקנה ATUB , די עולם זיכט דיר צו לייקן, זאג עפעס אין יעדער וואס וויל די דאנקן פאר דיינע ארבייט וועט דארט צאלן מיט א לייק, טאמער האסט נישט וואס צו זאגן אדער ביסט צו אויס געהארגעט צו שרייבען עפעס איז גענוג טאמער זאגט ״בוווווו״ אבער ערגעץ דארף מען קענען ווייזען הכרת הטוב
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 4:54 am#330372
Re: א קאווע שטיבל פרעזענטאציע: פה סח II
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:@אלקנה, די עולם זיכט דיר צו לייקן, זאג עפעס אין יעדער וואס וויל די דאנקן פאר דיינע ארבייט וועט דארט צאלן מיט א לייק, טאמער האסט נישט וואס צו זאגן אדער ביסט צו אויס געהארגעט צו שרייבען עפעס איז גענוג טאמער זאגט ״בוווווו״ אבער ערגעץ דארף מען קענען ווייזען הכרת הטוב

ג"א מצטרף להנ"ל בכל תוקף ועוז
איך אישי איהם אריין אבער והילד אלקנה איננו.
אלקנה טייערע קום ארויס פון דיין באהאלטעניש, איך וויל די געבען א קיש אין בעקעלע.
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 5:44 am#330373
א וואונדערבארע ארבעט!!
חכמה מפוארה בכלי מפואר.
און אן עקסטרע איבעראשונג איז געווען די גרעפיק.
ממש אין מילים!!
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 9:07 am#330380
א ריכטיגע עונג יום טוב
ישר כח!!!!!!
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 11:52 am#330398
שמעקעדיג האט געשריבן:אין קנאפע 2 שעה, ארום 570 דאונלאודס. כ"י.

אראפגעלאדנט 1545 מאל!!!
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:18 pm#330402
און וואס איז נאך געבליבן צו צולייגן?

ווי אחסיד האב איך אנגעהויבן פונעם לעצטן אינטערוויא מיט @קעלנער, אנבעליוועבל וויפיל ארבעט דער האט אריינגעלייגט דורכאויס די אלע יארן

א דאנק דיר @כוכב א דאנק דיר @געוואלדיג און אלע אנדערע שרייבער און מגיהים!
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:22 pm#330407
יודישע שרייבער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין קנאפע 2 שעה, ארום 570 דאונלאודס. כ"י.

אראפגעלאדנט 1545 מאל!!!


דאס איז בכלל נישט ריכטיג, ווייל עס איז אויף טעלעגרעם און עס ווערט גענידערט טויזענטער מאל אן ווערן געציילט דורך ק"ש'ס צייל קראפט
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 1:28 pm#330408
Wow wow!!!! כוכב, געוואלדיג, די ארבעט איז אין לתאר ואין לשער. און עקסטער פאר ר' אלקנה, להגדיל תורה ולהאדירה במלא מובן המילה ממש!