קל וחומרא מענטש דארף פראוטיען, דריי נישט די קאפ.
האסט מיר נישט געענטפערט פארוואס דו האלטסט אז איין לייב איז מער וויכטיג ווי טויזנט באפעלאוס.
און טאמער נישט, פארוואס טוסטו נישט עפעס דערפאר?
נא, פראוטין ליגט אין טויזענטער אנדערע זאכן, דו מיינסט אז די כמעט א ביליאן מענטשען אויף די וועלט וואס עסען נישט קיין פלייש באקומען נישט קיין פראוטין???
צום צענטען מאל א לייב איז נישט וויכטיגער ווי א באופלאו, יעדע זאך וואס א לייב טוט דארף מען נאכטוהן??? וואס פרובירסטו אפילו צו זאגן איך פארשטיי בכלל נישט דיין פוינט.
א לייב מיט א מענטש זענען די זעלבע בעל חי׳ געבוירן אויף די זעלבע פלאנעט, די חילוקים זענען 1)איז אז זיי האבן נישט קיין שכל אזויווי מענטשען 2) אז זיי קענען נישט אויסלעבן אן הארגענען בע״ח, אבער מיר מענטשען וואס האבן יא שכל און קענען לעבן אן הארגענען און פייניקן אנדערע בע״ח קומט זיך אונז פעטש פארן הארגענען אזויפיל בע״ח.
אונז מענטשען הארגענען די מערסטע בע״ח אויף די וועלט בשעת אונז וואלטן געקענט דורכלעבן אן דעם.
ביטע מאך מיך דעס נישט שרייבן נאכאמאל.