Under maintenance
הויפט זייט » חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!

חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10556
מאנטאג מאי 30, 2016 1:15 am#335163
חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!
קען מיר איינער מסביר וואס דא גייט פאר.
www.vosizneias.com/239951/2016/05/29/cincinnati-killing-of-gorilla-to-save-boy-at-ohio-zoo-sparks-outrage/
כהאב שוין געהערט פון כל מיני מאראלישע דילעמעס, טראלי פראבלעם , וועמנס לעבן איז וויכטיגער א אינגע מענטש אדער אן אלטע, א מאן אדער א פרוי, א איד אדער א גוי וכו'
אבער צי האלטן אז ליבערשט לאזן א מענטש שטארבן ווי איידער הרגנן א גרילע דאס גייט מיר נישט אין קאפ.
איך פארשטיי אז די גרילעס האלטן אזוי, אבער מיר מענטשען זאלן האלטן אזוי דאס איז מיר שווער צי באגרייפן.
אויב גאנץ מענשטהייט עקזיסטענץ איז אין א סכנה, און די איינציגסטע וועג צי ראטווען איז דורך הרגנן 10 מיליון גרילעס, וואלטן דו מענשטן דאס נישט געטאן?
מאנטאג מאי 30, 2016 3:07 am#335174
ווען אן איידיע ווערט אריינגעדרינגען אין מוח פונעם נארישן המון, און די איידיע ווערט א אידאלאגיע לשמה, און מ'פארגעסט די מטרה דערפון, און די גרעניצן דערביי. באקומט עס א רעליגיעזע פארם, און מ'גייט פארדעם און פייער און וואסער, אן קיין חשבון.
מאנטאג מאי 30, 2016 7:53 am#335185
ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.
מאנטאג מאי 30, 2016 8:10 am#335186
וואס איז פארשטענדליך? דער אויפברויז אויף די עלטערען? אוודאי! אבער נישט נאר פאר'ן ריזיקירען דער לעבען פון די גאריללא, נאר בעיקר פאר'ן ריזיקירען דער לעבען פון זייער קינד.
איז וואס איז פארשטענדליך? דער אויפברויז אויפ'ן זו בא'אמטע פאר'ן הרג'נען דער אפפע? וואס דען האבען זיי געדארפט צו טוהן? דער קינד'ס לעבען איז ווערט מער וויבאלד ער איז דאך נאר א קינד און דער גאריללא איז אן ערוואקסענע
מאנטאג מאי 30, 2016 8:14 am#335187
שבת אחים האט געשריבן:ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.

וועלכע חלק איז פארשטענדליך?
די האלטס אויך אז איינמאל דאס קינד איז שוין אריינגעפאלן און ליגט אין די לאפעס פון דאס 500 פונטיגער גורילה וואלט מען נישט געדארפט שיסן דאס בעל חי? האלטס מען וואלט געקענט נעמען א טשאנס מיט טרנקעלייזן ?
אוודאי איז די מאמע מיט די טאטע שולדיג פארן נישט גענוג היטן דאס קינד, אבער איך רעד לאחר המעשה דאס קינד איז שוין אין זיינע הענט ווער דארף מען ענדערשט לאזן לעבן ?
מאנטאג מאי 30, 2016 8:59 am#335191
איך פארשטיי נישט וויאזוי א מענטשליכע הארץ צוגייט נישט נאכן זען אזעלכע קליפ'ס ווי דאס קינד איז פארכאפט ציווישן גערילע פיס, און גלייך נאכדעם האט מען נאך טענות פארוואס מ'האט געהארגעט די גערילע.

שבת אחים, זאג בוסט א מענטש, אדער א מאנקי? זאג שנעל אויס דער אמת!!
מאנטאג מאי 30, 2016 9:28 am#335194
איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.
מאנטאג מאי 30, 2016 9:30 am#335196
טרענקעלייזן נעמט אפאר מינוט ביז עס הייבט אן ארבעטן און אינצווישן ווערט עס דיסאריענטעט און וואלט געקענט הארגענען דאס קינד. איך האלט אז די זו איז שולדיג פארן נישט גענצליך אפשליסן פון קענען אפילו פאר א קליין קינד אנקומען אינסייד
מאנטאג מאי 30, 2016 9:31 am#335198
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ס׳קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די ארטיקל בכלל. אנטשולדיגט אבער פאר מיר איז עס זייער פארשטענדליך.

וועלכע חלק איז פארשטענדליך?
די האלטס אויך אז איינמאל דאס קינד איז שוין אריינגעפאלן און ליגט אין די לאפעס פון דאס 500 פונטיגער גורילה וואלט מען נישט געדארפט שיסן דאס בעל חי? האלטס מען וואלט געקענט נעמען א טשאנס מיט טרנקעלייזן ?
אוודאי איז די מאמע מיט די טאטע שולדיג פארן נישט גענוג היטן דאס קינד, אבער איך רעד לאחר המעשה דאס קינד איז שוין אין זיינע הענט ווער דארף מען ענדערשט לאזן לעבן ?

אוואדי דארף מען ראטעווען די קינד. מ׳דארף אויך מאכן אז זו׳ס זאלן זיין איליגעל, חיות באלאנגן נישט צוזיין צוגעשפארט, מ׳טאר נישט גיין צו קיין זו׳ס און אז מגייט יא אריין אין לייבן גרוב רעדס אייך נישט אפ נאכדעם.
מאנטאג מאי 30, 2016 9:31 am#335199
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער.

אויב בערני סענדערס וואלט דארט אריינגעפאלן וואלסטו געזאגט די זעלבע?
מאנטאג מאי 30, 2016 9:33 am#335200
וואסערע נאנסענס! בערני גייט לכאורה נישט אין די פלעצער, די לינקע זענען זייער קעגן איינשפארן בעלי חי.
מאנטאג מאי 30, 2016 9:37 am#335203
סאו אין אנדערע ווערטער, מ'וואלט געדארפט לאזן דאס קינד געהארגעט ווערן אלס א פאנישמענט פאר'ן מאכן א זו.
מאנטאג מאי 30, 2016 9:42 am#335204
ווען די גערילע וואלט געווען ווייס וואלט מען נישט געמאכט אן עסק :P
מאנטאג מאי 30, 2016 9:43 am#335206
בן אדם האט געשריבן:סאו אין אנדערע ווערטער, מ'וואלט געדארפט לאזן דאס קינד געהארגעט ווערן אלס א פאנישמענט פאר'ן מאכן א זו.


ניין, נישט דעס זאגן זיי, ליין איבער וואס זיי שרייבן, מדארף מאכן זיכער אז ס׳זאל נאכאמאל נישט פאסירן, און אפשר טוישן די סעיפטי רעגולאציעס, דאס אלעס!
מאנטאג מאי 30, 2016 9:52 am#335209
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

עד כדי כך? וואס נאך זאל מען מאכן איליגעל? צו הרג'נען א האן? צו הרג'נען א אקס? צו הרג'נען מייזן? איך האלט אז שבת אחים'ס הויז איז אינפעסטעט מיט מייזן, א מין חוצפה נוראה צו הרג'נען מייזן, זיי זענען גלייכע בירגער!!
מאנטאג מאי 30, 2016 10:02 am#335215
פרייוויליג ביי חיות איז אויך דא וואס זענען חשובר'ע און ווייניגער קיינער וועט נישט זאגן אז א גערילא איז פונקט ווי א מייז אדער א אקס. א גערילע איז א מער ווערדפולע קלוגע באשעפעניש און סאיז אויף די endangered species ליסט. ס'איז נאך אלץ א טראגעדיע אז מען האט עס געדארפט אוועקלייגן
מאנטאג מאי 30, 2016 10:18 am#335220
פרייוויליג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

עד כדי כך? וואס נאך זאל מען מאכן איליגעל? צו הרג'נען א האן? צו הרג'נען א אקס? צו הרג'נען מייזן? איך האלט אז שבת אחים'ס הויז איז אינפעסטעט מיט מייזן, א מין חוצפה נוראה צו הרג'נען מייזן, זיי זענען גלייכע בירגער!!


כהאב נישט קיין מייז אין מיין הויז, זעהט זיך אויס זיי קומען נישט קיין סטעטן איילענד. איך בין מסכים מזאל מאכן איליגיעל צו הארגענען א האן און א אקס, אויב ס׳וואלט געוועהן וואלן צי ס׳זאל זיין איליגעיל וואלט איך זיכער געוועלט פארדעם.
מאנטאג מאי 30, 2016 10:18 am#335221
ATUB @ליפא ATUB ביי מענטשן איז אויך ווער עס איז קלוגער חשוב'ער, און ראוי צו ווערן געראטעוועט פאר אנדערע?
מאנטאג מאי 30, 2016 10:18 am#335222
@שבת אחים דו האסט אפשר גערעכטע טענות אבער וואס האט עס מיט די ספעציפישע מעשה? ענטפער אויף די שאלה, איז געווען גערעכט צו הרגנ'ן די גארילע פאר'ן קינדס לעבן אדער נישט?
אויב די תירוץ איז יא, איז אוממענטשליך די גאנצע קאמפיין וואס מען מאכט קעגן די זו פאר'ן ראטעווען א מענטשליך לעבן, עס איז סכנה'דיג און עקעלדיג, א דוגמא ווי אידיאלאגיע שטייגט איבער דאס ווערד פונעם מענטש,
מאנטאג מאי 30, 2016 10:19 am#335223
יא יא, אימיגראנטען זאל מען נישט ארייננעמען ווייל אונז האבן נישט פלאץ, אבער פאר דריי דאגיס און זיבן קעץ אין די הויז האבן מיר שוין איינמאל ארט. דאס געשעט ווען מ'האט זיך ליב איבער די מאס. נישט דעם חיה'לע ווי מאנכע מיינען.
מאנטאג מאי 30, 2016 10:20 am#335224
געוואלדיג האט געשריבן:@ליפא ביי מענטשן איז אויך ווער עס איז קלוגער חשוב'ער, און ראוי צו ווערן געראטעוועט פאר אנדערע?

ניין.
מאנטאג מאי 30, 2016 10:22 am#335225
ליפא האט געשריבן:טרענקעלייזן נעמט אפאר מינוט ביז עס הייבט אן ארבעטן און אינצווישן ווערט עס דיסאריענטעט און וואלט געקענט הארגענען דאס קינד. איך האלט אז די זו איז שולדיג פארן נישט גענצליך אפשליסן פון קענען אפילו פאר א קליין קינד אנקומען אינסייד


פארוואס האט מען נישט טרענקלייזד ערשט, און אויב ווערט ער דיסאריענטעט שיסט מען תיכף?
מאנטאג מאי 30, 2016 10:28 am#335226
אויב שפירט ער זיך באדראעט פון א טרענקעלייזער קען ער הרג'נען די קינד אין אן אויגן בליק בעפאר מען שיסט אים.
מאנטאג מאי 30, 2016 10:33 am#335228
ליפא האט געשריבן:פרייוויליג ביי חיות איז אויך דא וואס זענען חשובר'ע און ווייניגער קיינער וועט נישט זאגן אז א גערילא איז פונקט ווי א מייז אדער א אקס. א גערילע איז א מער ווערדפולע קלוגע באשעפעניש און סאיז אויף די endangered species ליסט. ס'איז נאך אלץ א טראגעדיע אז מען האט עס געדארפט אוועקלייגן

געוויס פארשטיי איך די חילוק פון א לייב און א מייז, אבער ווען עס קומט צו ראטעווען א מענטש פון א חי' טורפות גיבסט נישט די מושג פון טראגעדיע. עס וואלט געווען א טראגעדיגע אויב די קינד וואלט אומגעקומען.
מאנטאג מאי 30, 2016 10:36 am#335231
שבת אחים האט געשריבן:איך בין א מענטש -וואס טראכט, און האלט אז אלע בעלי חי׳ וואס זענען געבוירן אויף די פאלענט זענען גלייכע בירגער. קוק אהער, קודם כל פארוואס לייגן מיר אריין חיות אין א זו? זאג ווילסט איך זאל דיך אריינלייגן אין א זו און מאנקיס זאלן דיך קומען באזוכן??? , נאכאמאל טשעפט׳ס נישט מיט נאטור וועט אייך קיין גריליאס נישט הארגענען, גייטס נישט אין קיין זוס און מאכטס די אלע זוס זאלן זיין איליגעל. מוראדיגע חכמה קיינער בעט אייך נישט צו מעניפיעלעיטן אלע אנדערע חיות אויף דער וועלט.

די ביסט אפשר א vegan אויך? די עסט נישט קיין פלייש אדער אייער ?
די גייסט מיט לעדערנע שיך ?
מיט וואספארא קליידער גייסטו אנגעטהין ?
קום נאר אהער לאמיר טאקע זעהן צו די האלטס די חיות פונקט ווי מענטשען אדער די רעדסט נאר אזוי
מאנטאג מאי 30, 2016 2:07 pm#335309
האסט מיר נאכאלץ נישט געענטפערט פארוואס דו טוסט גארנישט צוזעהענדיג ווי איין לייב הרג'עט טויזענט באפעלאוס. (א סיריעל קילער איז לאו דווקא איינער מיט שכל).
מאנטאג מאי 30, 2016 2:11 pm#335311
וואס קרום מיינט.
א ריפארטער זאגט פאר ער ווייזט די ווידיא ווי די קינד ווערט געשלעפט פון א חי' רעה ר''ל," DON'T WORRY מיר וועלן נישט ווייזען ווי מ'שיסט די געריללע"
מאנטאג מאי 30, 2016 2:11 pm#335312
קל וחומר האט געשריבן:האסט מיר נאכאלץ נישט געענטפערט פארוואס דו טוסט גארנישט צוזעהענדיג ווי איין לייב הרגעט טויזענט באפעלאוס. (א סיריעל קילער איז לאו דווקא איינער מיט שכל).


Wow, דו פארשטייסט טאקע נישט קיין אידיש? נעווער מיינד. כהאב נישט קיין כח זיך צו טעהנן מיט איינעם וואס איז נישט ראצינאל און פארשטייט נישט וואס מרעדט צו אים, אלזא זיך א צווייטן משוגע צו מאכן.
מאנטאג מאי 30, 2016 3:12 pm#335315
א שאד בערני אליינס איז נישט דא
מאנטאג מאי 30, 2016 3:32 pm#335319
קל וחומר האט געשריבן:אין א זייטיגע נאטיץ, כאפ אריין ווילאנג דו קענסט נאך עסן וועגעטעיבלס, שטודיעס צייגן אז זיי האבן אויך געפיהלן. ביז אפאר יאר גייסטע אויף איי ווי.


אמת, אבער נישט IV נאר ענדערש סינטעטישע עסן. אויך נישט צוליב די געפילן פון די געוויקסן (וואס זענען מעגליך פארהאן) נאר צוליב אנדערע סיבות. אין די צוקונפט (איך שרייב נישט וויפיל יארן) וועט די וועלט עסן סינטעטישע עסן. די ערד וועט נישט קענען פראדוצירן גענוג עסן צו שפייזן די פאפולאציע און מ'וועט דארפן צוקומען צו די הילף פון מאשינען.


.
מאנטאג מאי 30, 2016 3:38 pm#335320
ריכטיג האט געשריבן:ווי געזאגט איך גיי עס נישט יעצט דעבאטירן, (מיט דיר זיכער נישט, כ'האב שוין אמאל פראבירט, דו ביסט - במח"כ - בכלל נישט אפען צו פארשטיין דעם קאנצעפט), אבער בקיצור:
ס'איז נישט קיין שטערקער שוואכער נושא, ס'איז א נושא לטובת די מענטשהייט. ביי א קינד פארשטייט יעדער אז ס'קומט נישט ער זאל זיך אליין שפייזן און ער זאל אליין מאכן זיינע החלטות נאר ס'איז די עלטערן'ס פליכט, נישט ווייל די עלטערן זענען שטערקער נאר ווייל דאס איז די טובה פארן קינד. ווידעראום ביי פרויען, אה"נ זיי האבן טאקע אייניג שכל ווי מענער, פארט אבער האבן זיי מער שוועריגקייטן ווען ס'קומט צו מאכן החלטות אדער זיך אליינס צו שפייזן און דעפענדן, מילא איינער וואס זאגט אז לטובתם זאלן די מענער נעמען די זאכן אויף זיך איז בכלל נישט אפגעפרעגט.

דאס וואס די פרויען "ווילן" איז נישט נוגע, זיי זענען שוין נתגדל געווארן על ברכי הפעמעניזם של העולם המערב וואס אפאר קעפ האבן מחמת עפעס א הומאניסטישע אינסטינקט מחליט געווען זיי אויסצולערנען וואס צו וועלן, דער אביעקטיווער מאראל איז אבער מעגליך אנדערש.



נאך א מזל אז די חסידים האבן נישט קיין מדינה ווייל סוואלט געוועהן ערגער ווי אין סאודיע אראביע. אויב קענסטו שרייבן אזעליכע נאונסעינס אפשר זאלסטו גיין דזשוינען אייסעס זיי זענען אויף די זעלבע פעיטש ווי דיר ווען ס׳קומט צו מענטשליכע רעכטן!
#ממש נישט צום גלייבן
מאנטאג מאי 30, 2016 3:44 pm#335321
אויף די קליפ וואס איז דא געפאוסט געווארן זעהן מען נישט אלעס.

דא קען מען זעהן מער, די גארילא האט טאקע געוואלט הלעפן דעם קינד, אבער ער איז דאך נישט קיין מאמע, ער ווייסט נישו ווי אזוי.

נחום האלט אז מ'האט אים געדארפט שיסן, ער האט עפעס דארט ארום געטשעפעט מיט די הויזן...
מאנטאג מאי 30, 2016 3:48 pm#335322
א געדאנק מאל איז געווארן אויף געשטעלט ביי די זאא לזכר נשמת הקדוש הי"ד
בילד
מאנטאג מאי 30, 2016 4:09 pm#335329
שבת אחים, לויט דיין מהלך אז מיר מענטשען האבן גארנישט מער רעכט ווי אנדרע באשעפענישן, וואס טוט זוך ווען אונזער גאנצע עקזיסטענץ איז אויסגעשטעלט צי ווערן עקסטינקט, די אייציגסטע סעלאשן איז צי אויסהרגנען יעדע איינציגסטע גערילע. וואס וואלסטו ג'פסקנט? איך רעד ווען די גרילע איז ניטאמאל דער וואס טרעטנט אונז.

נאך א זאך וואס כוויל פארשטיין ס'זעט מיר אויס ווי די אלע וואס נעמען זוך אן פאר בלי חיים, האבן נישט עפעס אן העכרע יסוד פאר מאראל,
סאיז מער אזא החלטה אס דאס איז בעסטע פאר אונז מענשטהייט.
אבער פארוואס עקסטענט מען די סאשיל קאנטראקט מיט די גרילעס ?
איז דאס פאר אונזער טובה אז מיר הרגנן נישט גרילעס? כפארשטיי אז מיר דארפן אוועק שטעלן הגדרות אבער איז נישט בעסער פאר אונז אז מיר עקסקלאדן אנדערע בעלי חיים היות זיי סיינען נישט דו קאנטראקט?
מאנטאג מאי 30, 2016 4:17 pm#335333
דו פרעגסט בערך אזא שאלה וואס וואלט געוועהן ווען מ'דארף אויס'הרג'ענען אלע שווארצע מענטשען כדי די ווייסע זאלן איבערלעבן. ווען מ'וועט האלטן דארט וועל איך מיך דעמאלסט זארגן, דערווייל זעה איך נישט קיין סיבה צו פארלירן שלאף וועגן דעם.

גלייכסט צו סאושעל אינטערעיקשאן און פרעינדלי קאנטאקט מיט חיות צי זיי הארגענען און מיניפילירן אויף שוידערליכע אופנים? וואס טוט זיך מיט ענק? איר האט אינגאנצן פארלוירן דעם שכל האנושי? כ'פארשטיי נישט.
מאנטאג מאי 30, 2016 4:50 pm#335347
2016-05-30 16.49.36.jpg
מאנטאג מאי 30, 2016 4:53 pm#335348
שבת אחים האט געשריבן:די פרעגסט בערך אזא שאלה וואס וואלט געוועהן ווען מדארף אויסהארגענען אלע שווארצע מענטשען כדאי די ווייסע זאלן איבערלעבן, ווען מ׳וועט האלטן דארט וועל איך מיך דעמאלסט זארגן, דערווייל זעה איך נישט קיין סיבה צופארלירן שלאף וועגן דעם.


אוי... קוק ווי מ'האלט שוין! דער גלייכט צו שווארצע צו מאנקיס.... :o
מאנטאג מאי 30, 2016 5:01 pm#335350
נעבעך
מאנטאג מאי 30, 2016 6:40 pm#335379
איך גיי דאס נישט מסביר זיין מער, ניטאמאל דערהערסט עס אפילו. למשל דו פרעגסט:
שבת אחים האט געשריבן: דו ווייסט וואס מ׳האט געטוהן מיט פרויען און קנעכט??? סאיז נישט אז מ׳האט געמאכט פאר זיי אבער קליינע באשלוסן, מ׳האט זיי געהריג געהאלטן ווי א חפץ.
.

ניטאמאל האסטו פראבירט צו פארשטיין וואס איך זאג אויבן:
ריכטיג האט געשריבן:, די פראבלעם איז נישט געווען אז די פרויען און קנעכט האבן נישט געהאט קיין רעכטן נאר אז די מענער און הארן האבן אביוזט דעם סיסטעם.

דו פארשטייסט ניטאמאל וויאזוי ס'איז מעגליך צו טראכטן אנדערש ווי דאס וואס דו גלייבסט, ס'האט נישט קיין זין דיר דאס מסביר צו זיין. בעצם איז דיין מהלך מלא סתירות, דו בעטסט מיר איך זאל דיר מסביר זיין וויאזוי ס'איז מעגליך אז דער אביעקטיווע מאראל זאל זאגן אנדערש, דו גלייבסט דען אין אביעקטיווע מאראל? דיין חתימה שרייט דאך 2016 מיט א קוועסשן מארק? און טאמער נישט וואלסטו דאך שוין לאנג געדארפט וויסן אז מיין מהלך מוז נישט זיין אפגעפרעגט?

אנטשולדיגט, אבער איך וויל רעדן בלויז צו מענטשן וואס פארשטייען מיין חתימה.
מאנטאג מאי 30, 2016 8:02 pm#335395
ר' ATUB @ריכטיג ATUB , וואס מיינסטו אז עס איז בעסער פאר פרויען ווען מענער מאכן פאר זיי החלטות? אז זיי וועלן לעבן לענגער האבן מער געלט? א מענטש וואס האט נישט אייגענע פרייהייט האט כמעט נישט קיין לעבן אפי' אויב ער האט געלט מיט עסן, עס איז קעגן די עצם מענטשליכע נאטור און געפיל צו לעבן אינטערדריקט, איז ווי איז שייך צו זאגן אז עס איז באמת בעסער פאר זיי צו לעבן אינטער אן אנדערן'ס בעלות?
מאנטאג מאי 30, 2016 8:05 pm#335398
איז דאס נישט די ווילן פון א פרוי זיך צו פילן אונטערטעיניג?
מאנטאג מאי 30, 2016 8:07 pm#335399
סארקאסטיש?
מאנטאג מאי 30, 2016 8:24 pm#335405
ריכטיג האט געשריבן:איך גיי דאס נישט מסביר זיין מער, ניטאמאל דערהערסט עס אפילו. למשל דו פרעגסט:
שבת אחים האט געשריבן: דו ווייסט וואס מ׳האט געטוהן מיט פרויען און קנעכט??? סאיז נישט אז מ׳האט געמאכט פאר זיי אבער קליינע באשלוסן, מ׳האט זיי געהריג געהאלטן ווי א חפץ.
.

ניטאמאל האסטו פראבירט צו פארשטיין וואס איך זאג אויבן:
ריכטיג האט געשריבן:, די פראבלעם איז נישט געווען אז די פרויען און קנעכט האבן נישט געהאט קיין רעכטן נאר אז די מענער און הארן האבן אביוזט דעם סיסטעם.

דו פארשטייסט ניטאמאל וויאזוי ס'איז מעגליך צו טראכטן אנדערש ווי דאס וואס דו גלייבסט, ס'האט נישט קיין זין דיר דאס מסביר צו זיין. בעצם איז דיין מהלך מלא סתירות, דו בעטסט מיר איך זאל דיר מסביר זיין וויאזוי ס'איז מעגליך אז דער אביעקטיווע מאראל זאל זאגן אנדערש, דו גלייבסט דען אין אביעקטיווע מאראל? דיין חתימה שרייט דאך 2016 מיט א קוועסשן מארק? און טאמער נישט וואלסטו דאך שוין לאנג געדארפט וויסן אז מיין מהלך מוז נישט זיין אפגעפרעגט?

אנטשולדיגט, אבער איך וויל רעדן בלויז צו מענטשן וואס פארשטייען מיין חתימה.


דהיינו? וואסערע סתירות?
מאנטאג מאי 30, 2016 8:33 pm#335407
איך וועל עס איבערזאגן נאכאמל, סאיז ממש נישט צום גלייבן ווי געוויסע אידן האבן נאך אזעליכע צוריקגעשטאנענע מיינונגען אזש אז זיי זענען גרייט צו רעדן אזעליכע שטותים מיט הבלים פון בארעכטיגן אונזער נידערטרעכטיגע עבר פון סעקסיזים און בארבאריזים אפילו נאר למחצה ולשליש. און ער האט נאך די חוצפה צו טעהנן אז ער איז גערעכט! דו ווייסט אז אלע דיקטעטארס האבן געהאלטן אז זיי זענען גערעכט? וואס איז דיין פוינט אפילו? האסט דיך אנגעקלעיבט צוויי ווערטער ״אביעקטיווו מאראל״ און מיט דעם בארעכטיגסטו טויזענטער יאהרן פון רציחה? ווי איז דיין שכל?? וואס פונקטליך רעדסטו? רעדסט פון היץ?

שרעקליך! אפשר ביסטו נישט שולדיג ביסט למעשה אויפגעוואקסן אין א פרימיטווע קולט וואס בארעכטיגט טאקע סעקסיזים און געט נישט פאר פרויען און גוים קיין גלייכע רעכטן ליידער ליידער.
מאנטאג מאי 30, 2016 8:48 pm#335411
לעצטענס איז דא אסאך רעדע׳ס און פארשידנע מיינונגען הלמאי סאיז לעצטענס גאר שטארק נתרבה געווארן ספסלי ה׳אטדי״ס. מיין מיינונג איז אז די פרומע סעקסיט סאסייעטי און אונזערע רעטאריק פון איינרעדן אלע אונזערע קינדער אז גוים זענען סתם פרעסערס און שיכורים, אט דאס איז איינע פון די הויפט גורמים, ספעציעל פאר מיידלעך.

כפירה איז נישט ערלויבט!
מאנטאג מאי 30, 2016 8:56 pm#335412
איקוואל רייטס פאר פרויען און מינארטיס איז נישט נעגאושעבעל אויף קיין שום אופן אין אמעריקא אין 2016, און אויב דער ימח שמו׳ניק טראמפ געווינט די עלעקשאונס און פירט איין סעקסיסט געזעצן, קומסטו זיין זיכער אז איך גיי ארויסגיין אין די גאסן און זיך שלאגן ביזן טויט פאר איקוואל רייטס פאר יעדעם איינעם. אדער גיי איך אפפיצן קיין קאנאדא אדער אייראפע, איך גיי נישט לעבן אין א טראמפ פרימיטוו סאסייעטי ווי רעסיזים און סעקסיזים איז א נארמאלע ערשיינונג. היל״ת.
מאנטאג מאי 30, 2016 9:32 pm#335415
שבת, איך האב פארשטאנען פון דיין חתימה אז דו מיינסט צו טענה'ן אז איך טראכט נישט ווי די פארגעשריטענע מהלך פון 2016, אבער לויט די פארגעשריטענע עקזיסטירט דאך נישט קיין אביעקטיווע אמת אלזא וואס שרייסטו? ע"ז התכוונתי בסתירות. שו"ר אז דו האסט גאר מורא אז דאס איז די טראמפ מהלך שנשרש ב2016 .
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ר' @ריכטיג, וואס מיינסטו אז עס איז בעסער פאר פרויען ווען מענער מאכן פאר זיי החלטות? אז זיי וועלן לעבן לענגער האבן מער געלט? א מענטש וואס האט נישט אייגענע פרייהייט האט כמעט נישט קיין לעבן אפי' אויב ער האט געלט מיט עסן, עס איז קעגן די עצם מענטשליכע נאטור און געפיל צו לעבן אינטערדריקט, איז ווי איז שייך צו זאגן אז עס איז באמת בעסער פאר זיי צו לעבן אינטער אן אנדערען'ס בעלות?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

קודם דארף מען וויסן וואס איז די גדר פון אונטערדריקט, איינמאל מען נוצט דעם ווארט איז שוין שווער זיך צו טענה'ן. ווייל צו בן אדם'ס תגובה איז סארקאסטיש צו נישט האט ער למעשה א שטיקל נקודה. ס'איז דא פונקט אזוי א פארקערטער געפיהל פון אונטערגעדריקט וואס דאס איז פארלוירנקייט, א דירעקטע תוצאה פון צופיהל חירות. איינער וואס זיין ביזנעס גייט שווער לוינט זיך ער זאל דאס גיבן אין די האנט פון א בעסערן ביזנעסמאן ער זאל דאס פיהרן עד יעבור זעם כאטשיג ס'איז דאך זיין אייגענע ביזנעס, איינער וואס זאכן אין לעבן קומען איהם אן שווער לוינט זיך לטובתו אז א צווייטער זאל איהם פיהרן, מען קען אין דעם א סך מאריך זיין, עכ"פ דאס אנצורופן אינטערדריקט איז סעמענטיקס. לעניננו, פרויען אפראוטשען דאס לעבן שווערער ווי מענער, ווי החלטות לדוגמא, און יא, ס'הערשט א געוויסע רואיגקייט ביי א פרוי ווען זי ווערט געפירט דורכן מאן.
מאנטאג מאי 30, 2016 9:57 pm#335422
שבת'ל ק''ש ארבייט אין קאנאדא ווי אויך אין יוראפ, כ'האב שוין פראבירט ביידע.
מאנטאג מאי 30, 2016 10:59 pm#335439
IMG_20160530_225313.jpg