ספרים חדשים
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
130 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 392 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #106
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:20 pm#301495
צאנז-קרעניצע רב פון וויליאמסבורג, א זוהן פון צאנז-גריבובע רב פון בארא פארק, האט מו"ל געווען "דברי חיים" המבואר, ד.ה. דריי שורות דברי חיים אויבן, און 18 שורות פון "ביאורים" אונטער דעם, און נאך 30 שורות עיונים פון אונטען, אזוי אז חב"ד זאל זיך נישט איינרעדן אז נאר זייערע ספרים דארפן ביאורים און מ"מ, דברי חיים דארף אויך.
אויף דערווייל איז נאר דא אויף בראשית.
אגב, דער "חק" וואס דער צאנז קרעניץ רב האט ארויסגעגעבן, איז אויך נאר אויף בראשית.
אויף דערווייל איז נאר דא אויף בראשית.
אגב, דער "חק" וואס דער צאנז קרעניץ רב האט ארויסגעגעבן, איז אויך נאר אויף בראשית.
זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:00 pm#301548
Re: ספרים חדשים
כהאב עס געזען פאר צוויי יאר אויף דברי חיים חנוכה , דוכט זיך די באורים איז פון ר׳ מיכל זילבער.
מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:49 pm#320405
ספר 'עולם התורה' מהרב מיכל שטרן (בעמ"ח אוצר הידיעות), צוויי כרכים, כרך א' איז אויף תולדות הראשונים ואחרונים, כרך ב' איז אויף עולם הישיבות ועולם החסידות (מ'קען קויפן יעדע באנד באזונדער) באשרייבט אין קורצן די ביאגראפיע פון די ראשונים ואחרונים ווי אויך היסטארישע פאקטן און מער, אלס בלשון צח ובהיר. (אגב ליטוואק, טאמער קויפסטו עולם הישיבות איז נכלל אינעם באנד עולם החסידות)
דינסטאג מערץ 01, 2016 8:17 pm#323062
אביגדור האט געשריבן:מסורת משה.
forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=26143&sid=74d28867f7bb2274d82f10000bbe6e1a
מיטוואך מערץ 30, 2016 2:12 pm#326984
מיטוואך אפריל 06, 2016 9:34 am#327876
Re: ספרים חדשים
וואו! פארוואס ווילען זיי אויסגראבען שאנדפולע אלטע היסטוריא? סיידענס אז מ'וויל דא עפעס ריינוואשען. בית רבי האט שוין געטוהן די ארבעט מיט זיין 'מקור נאמן'!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 06, 2016 10:40 am#327882
ער האט שוין געשריבן זיין מהלך אין זיין פריערדיגע ספר "עין תחת עין", זיין טענה איז אז מ'מאכט אומזיסט א שטינק פון א פארווייטאגטע פרשה פון א פעולה וואס ער האט געטוהן אונטערן השפעה פון א נערוון בראך.
מיטוואך אפריל 06, 2016 10:59 am#327884
Re: ספרים חדשים
ריכטיג האט געשריבן:ער האט שוין געשריבן זיין מהלך אין זיין פריערדיגע ספר "עין תחת עין", זיין טענה איז אז מ'מאכט אומזיסט א שטינק פון א פארווייטאגטע פרשה פון א פעולה וואס ער האט געטוהן אונטערן השפעה פון א נערוון בראך.
ער איז לכאורה גערעכט אבער טענות קען ער נאר האבן צום רייצ וסיעתו פארן פרובירן צו כשרן די מעשה און דאס האט געברענגט די אלע קאנטער אטאקעס
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:24 am#328069
ונבנתה העיר האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס איז שש משזר אויפן פראנט קאווער?
און וואס איז פשט פון ארויסשרייבן מיין נאמען אויפן קאווער?! ס'איז גילוי!
זאג פאר דעם טאסאווער אז כ'וועל אים סוען.
דינסטאג אפריל 19, 2016 4:32 pm#330073
ר' אלחנן האלפערין האט געזאגט אז ער וואונדערט זיך ווער איז געווען די שדכן פון ר' מאטעלע הארנסטייפלער, אזא אינטרעסאנטע שידוך, צאמגעפארט טשערנאביל פון אוקריינא מיט צאנז ? ס'האט זיכער געמוזט זיין עפעס גאר א גוטע שדכן...
מאנטאג מאי 16, 2016 11:20 pm#333307
פרשת מרדכי - חידושים ושיעורים על מס' בבא מציעא, מהגאון הגדול רבי מרדכי בעק שליט"א
הערליך אויפגעזעצט, און ס'זעהט אויס ווי פיינע סחורה.
אין זיין הקדמה, שרייבט רב בעק אז ער איז נתחנך געווארן אין נייטרא, לעיקוואוד, און בריסק - דערנאך לאזט זיך דער גאון ארויס מיט דיבורים יתרים איבער די געוואלדיגע קנאות פון סאטמערע רבי, און פון די געפערליכקייט פון ציונות.

מאנטאג מאי 16, 2016 11:25 pm#333308
Re: ספרים חדשים
לערנען האלט ער דאכט זיך אז בריסקער רב האט בעסער געקענט
מאנטאג מאי 16, 2016 11:27 pm#333309
טמיר האט געשריבן:לערנען האלט ער דאכט זיך אז בריסקער רב האט בעסער געקענט
ער טענה'ט אז די סיבה פארוואס "בריסק" איז "עובר לסוחר", איז ווייל בריסקע רב האט געזוכט דעם אמת.... און אמת פארקויפט זיך גוט.
דינסטאג יוני 21, 2016 8:25 pm#338576
ספר המזוזה,
הלכות און בירורים,
האב זלמן אייזען, דער באקאנטער הסופר ד16נטע עוו.
א ברודער פונעם וואויל באקאנטן פאזנע רב!
הלכות און בירורים,
האב זלמן אייזען, דער באקאנטער הסופר ד16נטע עוו.
א ברודער פונעם וואויל באקאנטן פאזנע רב!
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:49 pm#355624
הרב אהרן ארי' כ"ץ, אן איידעם פונעם באקאנטן מחבר פון די ספרי "פסקי תשובות" על שו"ע או"ח, האט אנגעהויבן א פראיעקט אין די פיסטריט פון זיין שווער ארויסצוגעבן "פסקים ותשובות" אויף שו"ע יו"ד.
דער ערשטער באנד פון סימן ר"מ ביז רס"ו איז נארוואס ערשינען.
דער ערשטער באנד פון סימן ר"מ ביז רס"ו איז נארוואס ערשינען.
מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 12:03 am#358206
נייע אויף
m http://hebrewbooks.org/55232 m
ותשקט הארץ, זאכליכע טענות אויף די שייטל-האקערס.
גאנץ אינטערסאנט.
m http://hebrewbooks.org/55232 m
ותשקט הארץ, זאכליכע טענות אויף די שייטל-האקערס.
גאנץ אינטערסאנט.
זונטאג יאנואר 01, 2017 7:17 pm#358479
Re: ספרים חדשים
מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:18 am#358530
איך פארשטיי אז הרב חייים לייב שליט"א מיינט עס ערענסט, ער שרייבט וואס ער האלט איז די הלכה אפילו אנעדערע האלטן פארקערט.
אבער עס באדערט מיר פארוואס מען האט באהאנגען אלע גאסן מיט צעטלעך דערוועגן,
דאס ווייזט אז עס איז נישט סתם זיין שיטה נאר א גאנצע קאמפיין.
אבער עס באדערט מיר פארוואס מען האט באהאנגען אלע גאסן מיט צעטלעך דערוועגן,
דאס ווייזט אז עס איז נישט סתם זיין שיטה נאר א גאנצע קאמפיין.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 9:31 am#358553
Re: ספרים חדשים
איך האב דורך געבליקט דער ספר און עס זעהט מיר אויס גאנץ איידל כלפי די אנדערע צד
מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:25 am#358556
Re: ספרים חדשים
יהושע חיים, דו ביסט דאך למדן דא אין ק"ש, ער האט עפעס שטארקע טענות וואס איז שווער זיך צו קריגן?
Sent from my SM-T217S using Tapatalk
Sent from my SM-T217S using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:48 pm#358565
יהושע חיים האט געשריבן:איך האב דורך געבליקט דער ספר און עס זעהט מיר אויס גאנץ איידל כלפי די אנדערע צד
דהיינו? די אנדערע צד פארפירט דאך נישט, זיי זענען מתיר און פארטיג, וואס איז שייך צו זאגן אז זיי זענען ווייניגער איידל?
מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:51 pm#358566
אויף וועמענס אחריות איז דאס אז בחורים וועלן דאס דורך ליינען?
מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:01 pm#358567
מען רעדט דאך פון טעקניקל מעדיקל זאכן, נישט קיין ענינים של חיבה וכדו', ס'איז נישט צופיהל אנדערש פון אנדערע ספרים וואס ליגן נישט אונטערן קאונטער.
נאר וואס יא, ווער ס'האט אויסגעהערט זיין לאנגע שיעור אויף דעם ענין האט געהערט ווי ער הויבט אן דארט צו קרעכצן מיט גרויס ווייטאג אז דאס טאר נישט זיין קיין שמועס ציווישן עמך אידן און כולל אינגעלייט, ווייל צו דעם ענין ברויך מען צוגיין זייער האקל וכו', טא וויאזוי גייט ער יעצט אנטקעגן זיינע אייגענע ווערטער און אדווערטייזט דעם ספר בראש כל חוצות תחת כל עץ עלעקטריק?!

מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:46 pm#358575
Re: ספרים חדשים
ריכטיג האט געשריבן:יהושע חיים האט געשריבן:איך האב דורך געבליקט דער ספר און עס זעהט מיר אויס גאנץ איידל כלפי די אנדערע צד
דהיינו? די אנדערע צד פארפירט דאך נישט, זיי זענען מתיר און פארטיג, וואס איז שייך צו זאגן אז זיי זענען ווייניגער איידל?
ער אסר'ט נישט, פינטל
נאר זיי האבן עפעס מורא פאר עהם און בארעדן עהם (נישט אפציעל אבער צווישן זיך קוקן זיי עהם אן ווי דער ס"מ אליין) ווייל ער האט געקוועסטשענט די הייליגקייט פון דער ארגענעזאציע
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:49 pm#358576
Re: ספרים חדשים
טמיר האט געשריבן:יהושע חיים, דו ביסט דאך למדן דא אין ק"ש, ער האט עפעס שטארקע טענות וואס איז שווער זיך צו קריגן?
Sent from my SM-T217S using Tapatalk
בכלל נישט ער זאגט נאר עס איז נישט אזוי היתר גמור וויאזוי זיי מאכן עס און מען דארף מתיר זיין מיט א כובד ראש יעדער פאל עקסטער (אזאך וואס אסאך האלטן אזוי)
מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:15 pm#358578
שוין צו שפעט. בוני עולם האט שוין געהאלפן אסאך משפחות בעז"ה.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 3:51 pm#358597
חוקר וסקרן האט געשריבן:אויף וועמענס אחריות איז דאס אז בחורים וועלן דאס דורך ליינען?
די זעלבע וואס נעמט אחריות אויף מס' און הלכות נדה
מאנטאג יאנואר 02, 2017 3:55 pm#358599
ריכטיג האט געשריבן:מען רעדט דאך פון טעקניקל מעדיקל זאכן, נישט קיין ענינים של חיבה וכדו', ס'איז נישט צופיהל אנדערש פון אנדערע ספרים וואס ליגן נישט אונטערן קאונטער.
נאר וואס יא, ווער ס'האט אויסגעהערט זיין לאנגע שיעור אויף דעם ענין האט געהערט ווי ער הויבט אן דארט צו קרעכצן מיט גרויס ווייטאג אז דאס טאר נישט זיין קיין שמועס ציווישן עמך אידן און כולל אינגעלייט, ווייל צו דעם ענין ברויך מען צוגיין זייער האקל וכו', טא וויאזוי גייט ער יעצט אנטקעגן זיינע אייגענע ווערטער און אדווערטייזט דעם ספר בראש כל חוצות תחת כל עץ עלעקטריק?!
וואס די סתירה? למעשה זעהט מען אז אין גאס טיילט מען התירים אזוי נישט מיר נישט דיר כאילו עס איז א פראגע נישט האלט ער אלס אחריות אויפצוקלערן די כולל יונגעלייט אז עס איז נישט פשוט
למעשה געוויסע התירים גרעניץ זיך מיט די מערכה וואס סאטמער רב האט פארפירט מיט ז''מ מעג דער יונגערמאן וויסען אין וואס ער לאזט זיך אריין און אזוי מכריע זיין
מאנטאג יאנואר 02, 2017 4:43 pm#358609
Re: ספרים חדשים
ס׳ליגט מיר אין קאפ אז איך האב אמאל געהאט אפאר פי.די.ף.׳ס אויף דער טעמע, איינער פון רח"ל און איינער פון בני ברק, ביידע אנטקעגען בוני עולם. איך טרעף זיי יעצט נישט. איינער וואס קען צושטעלען א לינק, יתברך מן השמים
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 02, 2017 4:54 pm#358611
פראביר ביי נחום רז''ב וועב זייטל ער פלעגט דאס האבן דארט
דינסטאג יאנואר 03, 2017 3:00 am#358656
יהושע חיים האט געשריבן:ער אסר'ט נישט, פינטל
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
ער אסר'ט יא עפעס, עיין שער ג' ענף ג'.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 3:30 am#358658
עמעזאן האט געשריבן:
למעשה געוויסע התירים גרעניץ זיך מיט די מערכה וואס סאטמער רב האט פארפירט מיט ז''מ מעג דער יונגערמאן וויסען אין וואס ער לאזט זיך אריין און אזוי מכריע זיין
קענסט אפשר מפרט זיין פון וועלעכע היתירם דו רעדסט? איך פארשטיי נישט פארוואס רח"ל האט אריינגעדרוקט דארט די התאחדות קו"ק פון תשכ"ה (ער האט געמאכט bold די ווערטער "שכל מיני הז"מ אסורים", אינדערצייט וואס יעדער וואס לייענט דאס גרונטליך אין קאנטעקסט זעהט גלייך אז דאס מיינט הן מנכרי והן מישראל, מבעל לאשתו איז נישט דער נידון דארט בכלל), ס'קומט בכלל נישט דא אריין, אדרבה, טאקע ווייל סאטמאר רב האט אזוי פארפירט דערויף און ער האט חושש געווען אויף שמא ישא וכו' זעהט מען דאך בברירות אז ער האט געהאלטן פאר א פשטות אז דאס קינד איז זיך געהעריג מתייחס צום טאטן, ודלא כחששת רח"ל.
אין עמ' ק"ט ברענגט ער פון קאפישע רב לאיסור, ולגודל תמיהתי זעה איך פונעם לשון דווקא להיתר. נאך א דוגמא פון נעמען ווערטער out of context.
אפשר פיהרט מען אריבער דעם שמועס אין מאחורי? כ'האב נישט קיין געדולד צו מעסטן מיינע ווערטער און שרייבן אומקלאר. www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=22&t=432
דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:39 pm#359485
אמונה בחרתי
עס איז ערשינען א נייע ספר "אמונה בחרתי", פון הרב אהרן קאהן שליט"א, הגה"צ אבדק"ק "דברי אמונה" מאנסי.
איך וועל מוזן עובר זיין אויף דעם איסור פון "דאונט דזשאודזש דע בוק ביי איטס קאווער", אבער פונעם נאמען פונעם קאווער שיינט עס צו זיין זייער אינטרעסאנט, דער קעפל אליינס איז מורא'דיג קריעיטיוו.
אמונה בחרתי - אמונה איז א פרייע טשויס, עס איז אוממעגליך עס צו ארויפצווינגען נישט מיט שכל און אוודאי נישט מיט געפיהלן, דאס דארף צו קומען פון די ריינע בחירה פונעם מאמין. אזוי ווי באקאנט פון דעם רמב"ם אז די מצוה פון אמונה איז נישט קיין חלק פון די תרי"ג מצוות, ווייל בעפאר אמונה איז נישט שייך בכלל דער מושג פון מצוה. ואיכמ"ל

דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:23 pm#359488
Re: ספרים חדשים
כידוע, וואס ס׳קומט ארויס פון יענער חדר, ובפרט בענייני אמונה, איז בחזקת טיפזיניג ברייט און קלאר אפגעלערנט די סוגיא פון די ראשונים. מ׳קען רואיגעהייט אננעמען אז ס׳איז אלס דורכגעטוהן בתכלית הדקדוק און א פרישע ליכט שיינט פון דעם אויף די קרית יואל׳ער תלמידים, אשר הכרת פניהם ענתה בהם אז זיי זענען שטארק אויסגעקאכט אין ענייני אמונה מיט איהר פארצווייגטע שיטות און גאנגען.
יעצט קענען מיר אלע זוכה זיין צו וואס נאר יונגע בחורים אין קר"י האבען זוכה געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
יעצט קענען מיר אלע זוכה זיין צו וואס נאר יונגע בחורים אין קר"י האבען זוכה געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 14, 2017 5:51 pm#362833
Re: ספרים חדשים
הוצאת אמת האט יעצט ארויס געגעבן דעם ספר בית שלמה גאר שיין איבער געדרוקט

דינסטאג פעברואר 14, 2017 5:52 pm#362835
Re: ספרים חדשים
דאס איז די תולדות פונעם הייליגן שם שלמה זצוק״ל
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:25 am#384254
בשופריה דרבי יוחנן תולדות הב הקדוש רבי יוחנן מראחמיסטריווקא הראשון א הערליכע פארש ארבעט איבער גזירת צאדיקאוו
זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 11:47 am#385193
חלק שני פון הרב יצחק לאנדא בקודש פנימה תולדות הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע זייער שיין ארבעט
פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 12:32 pm#388837
ימים ידברו האט געשריבן:חלק שני פון הרב יצחק לאנדא בקודש פנימה תולדות הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע זייער שיין ארבעט
הערליך ספר און א געוואלדיגע ארבעט
אין בעלזא איז מען צופרידן פון דעם?
עפעס האב איך געהערט ווען ס'איז ארויסגעקומען די ערשטע באנד אז די אנדערע גבאי האבן געטענה'ט אז בעלזער רב האט אים יא באשוואורן גארנישט צו זאגן נישט אזוי ווי ער שרייבט אז פונקט אים האט מען אויסגעלאזט איז עס אמת?
אין מחנובקא איז מען עס גורס? {איי קנאו יו דאנט קעיר באט דזשאסט פאר סקרנות}
מאנטאג יוני 04, 2018 2:09 pm#404866
ספר
יצא לאור ספר חדש הפלא ופלא נקרא אגרת השבת מחבר רב גאלדמן מנשסתר