Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרים חדשים

ספרים חדשים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
130 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 392 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #106
זונטאג מערץ 04, 2012 2:52 pm#440
"המשכן", הרב אברהם בידערמאן (ארטסקראול)
אין די לעצטע וואכן האט מען געלערנט די פרשות פון דער הקמת המשכן, איז נאך נישט צו שפעט צו רעדן פון א הערליכן באנד וואס איז ארויסגעקומען דורך ארטסקראול מיט'ן נאמען "המשכן". דער ספר איז א גראפישער מייסטערווערק, מיט הערליכע קאלירטע רעאליסטישע בילדער פון דעם משכן, די כלים און בגדים. ביאורים אויף יעדער זאך, לויט די מפרשי המקרא. דער ספר איז צו באוואונדערן הן פאר דעם אקאדעמישן אינהאלט, אויסגעארבעט לויט פילע מפרשים, און הן פאר דער גראפישער קונסט.
דער ספר איז נתחבר געווארן דורך הרב אברהם בידערמאן א נאנטער תלמיד פון הרב פאם ז"ל, און פון די פירער פון "שובו", און איז פובליצירט געווארן דורך ארטסקראול. פאראיאר איז ארויס די ענגלישע ווערסיע פון דעם ספר.

פאלגנד איז איין עמוד פון דער אידישער ווערסיע און נאכדעם איין עמוד פון דער ענגלישער.
דינסטאג מערץ 06, 2012 10:46 pm#762
ספרים חדשים
איך עפען דעם אשכול מיט א כוונה, מזכה צו זיין את הרבים, ווען איהר ווייסט פון א נייע ספר וואס איז נארוואס געדריקט געווארען, לאזט וויסען פאר די שותי הקאווע. אויב א שמועס איבער א ספר וועט זיך צוען אביסעל לענגער, בקשתי להמנהלים דאס צו איבערבייטען אלס א אשכול פאר זיך.

ובזה החלי:

באר משה עה"ת - ב' כרכים מהגה"ק רבי משה אליקים בריעה מקאזניץ זי"ע

עטרת ישעי' - רישומי דברים על התורה ומועדי השנה (מהדו"ק) מהרה"ג ר' ישעי' צבי פריעדמאן שליט"א מרביץ תורה ומעמיד תלמידים, וחובר חיבורים.

קונטרס פסקי ומנהגי חתם סופר החדש - בעניני פורים על סדר שולחן ערוך
דינסטאג מערץ 06, 2012 10:49 pm#764
Re: ספרים חדשים
הרב דולה ומשקה. ישר כוח! אויב איר קענט צולייגן פרייזען און מספר עמודים, מה טוב ומה נעים.
מיטוואך מערץ 07, 2012 11:56 am#829
Re: ספרים חדשים
מגן אבות אוצר מנהגי שבת קודש לבית באבוב
גאר א שיינע ליקוט מיט פאני און אונטרעסאנטע עובדות ומעשיות וסיפרים
יוצא לאור על ידי מערכת בית צדיקים (מהרמ"ד)

לכבוד הרב טעמפא: און ביגעלאייזען פאר פוניף און צוואנציג, אייכלערס פוניף און צוואנציג דולער פופציג סענטס, אן די טעקס
זונטאג מערץ 11, 2012 7:01 pm#1118
Re: ספרים חדשים
שפע חיים
שיעורי חומש רש״י מהאדמו״ר מצאנז-קלויזענבורג זצ״ל משנת תשמ״ב
760 זייטן
ארום $21
-
הטשעק בהלכה (ב״כ)
הרב פינחס מנחם ליפשיץ
הלכות טשעקס, קרעדיט קארדס, סטאקס, באנדס, וכו׳
1040 זייטן
ארום $38
(הערה: איך גלייב אז דאס איז א ספעציעלע מהדורה פאר בני חו״ל. אין א״י הייסט עס ווארשיינליך ״הצ׳ק בהלכה״.)
-
הגדה של פסח משנה למלך
להרה״ק ר׳ אלעזר מריישא זצ״ל
297 זייטן
$13
מאנטאג מערץ 12, 2012 8:18 pm#1233
Re: ספרים חדשים
נועם חיים - צעטיל קטן, הנהגות האדם עם פירש פניני שפע חיים עפ"י משנתו של הגה"ק מקלויזענבורג זי"ע, קפג עמודים, בערך $6
צום סוף קונטרס שטייט "השתטחותו של כ"ק מרן זי"ע על הציון הקדוש בליזענסק לפני המלחמה..."
דינסטאג מערץ 13, 2012 10:51 am#1291
Re: ספרים חדשים
וואס איז פשט מגעט א נאמען פון א ספר מיט א עגגלישע ווארט, "טשעק" בהלכה
איז עס נישט אונטרעסאנט??

אהבת חיים על מועדים ושמחות- חידושי תורה ודרשות מאת הגאון הצדיק רבי חיים יהודה דייטש זצ"ל דומ"צ דק"ק מאקאווא
זיין נאמען לפענ"ד וואלט געדארפט און פארדינט אן אשכול פאר זיך, מיט זיין פרעזענליכקייט, און אויפגעכאפטע שיינע חיבורים
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:21 am#1576
Re: ספרים חדשים
ספר מלכות שבחסד - לעבנס ביאגראפיע פון העסקן ואיש החסד ר' מרדכי פריעדמאן ז"ל, וועלכע איז נפטר געווארען י"ב ניסן תש"ע, אין געווארען געדריקט לרגל שמחת בר מצוה של הב' שלמה ב"ר אברהם יעקב פריעדמאן.
זונטאג אפריל 15, 2012 3:17 pm#4669
Re: ספרים חדשים
איש האמת האט געשריבן:וואס איז פשט מגעט א נאמען פון א ספר מיט א עגגלישע ווארט, "טשעק" בהלכה
איז עס נישט אונטרעסאנט??

אין ישראל הייסט עס צ'ק בהלכה, די איצטיגע מהדורה איז "טשעק" כדי די סלתה ושמנה זאל אויך פארשטיין....
זונטאג מאי 06, 2012 11:06 pm#10296
צוויי אינטערעסאנטע נייע ספרים געזען אין געשעפט.

משנתו של רבי עמרם
יואליש קרויס
שמועסן וועלכע הרב עמרם בלוי ז"ל פון "נטורי קרתא" האט געהאט מיט אנדערע מענטשן
176 זייטן
$20

דער צווייטער ספר איז לעולם שוין ארויס לאור עולם א שטיק צייט צוריק, אבער איך האב עס ערשט יעצט געזען אין געשעפט:
אלפא ביתא תניֵתא דשמואל זעירא (ב"כ)
ר' שמואל אשכנזי
א הפלא'דיגער ליקוט לויט דעם סדר הא' ב' פון מקורות נפלאות אויף כל מיני נושאים און אויסדרוקן
952 זייטן
$27

א ביישפיל פון אן אויסדרוק וואס ווערט דורך ר' שמואל שטארק דורכגעטון איז "אהוּב אפלטון, אהוּב סוקראט, האמת אהוּב יותר," וואס געפינט זיך אין דער חתימה פון ידידינו ר' יידל, מגדולי חכמי שטיבלנו. ר' שמואל גייט דורך צענדליגער מקורות וואו דער אויסדרוק ווערט דערמאנט אין רבנישער ווי אלגעמיינער ליטעראטור, אנגעפאנגען ביי חוות יאיר סי' ט', און געענדיגט ביי היינטצייטיגע מחברים. דאס אלעס איז געטון געווארן נאך פאר מען האט געקענט טרעפן מקורות דורך א קאמפיוטער!
איבער ר' שמואל אשכנזי (ער לאזט זיך נישט באטיטלען מיט מער ווי "ר'") זע דא און דא. פאר איין פרק פון דעם ספר זע דא.
דינסטאג מאי 08, 2012 6:02 pm#10801
יאנקל האט געשריבן:אלפא ביתא תניֵתא דשמואל זעירא (ב"כ)
ר' שמואל אשכנזי
א הפלא'דיגער ליקוט לויט דעם סדר הא' ב' פון מקורות נפלאות אויף כל מיני נושאים און אויסדרוקן
952 זייטן
$27

א ביישפיל פון אן אויסדרוק וואס ווערט דורך ר' שמואל שטארק דורכגעטון איז "אהוּב אפלטון, אהוּב סוקראט, האמת אהוּב יותר," וואס געפינט זיך אין דער חתימה פון ידידינו ר' יידל, מגדולי חכמי שטיבלנו. ר' שמואל גייט דורך צענדליגער מקורות וואו דער אויסדרוק ווערט דערמאנט אין רבנישער ווי אלגעמיינער ליטעראטור, אנגעפאנגען ביי חוות יאיר סי' ט', און געענדיגט ביי היינטצייטיגע מחברים. דאס אלעס איז געטון געווארן נאך פאר מען האט געקענט טרעפן מקורות דורך א קאמפיוטער!
איבער ר' שמואל אשכנזי (ער לאזט זיך נישט באטיטלען מיט מער ווי "ר'") זע דא און דא. פאר איין פרק פון דעם ספר זע דא.

א מעכטיגע ספר פאר איימער וואס וויל קונה זיין אסאך ידיעות איבער ענינים שונים, בעיקר בנוגע ספרים וסופרים.
בילד
דינסטאג מאי 08, 2012 6:48 pm#10806
ספר הברת החסידים, פון הרב נפתלי צבי דעמביצער, לאנדאן, תשע"ב
ביאור הברת לשה"ק בפי יהודי מזרח אירופה, וסדר השתלשלות המבטא מימי קדם עד היום.

אין דעם ספר איז אויך דא "ספר כללי עברי" - כללי מבטא הנקודות למנהג בני מזרח אירופה באופן מושלם ביותר - וכן חקירות בתולדות המבטא בלשה"ק ובאנגלית.

גאנץ צום סוף פון ספר איז דא אן אפטיילונג אונטערן קעפל" הלכתא למשיחא", מבטא לשה"ק האמיתי עפ"י דקדוק, ווי עס ווערט מבואר די אריגענעלע פארם פון לשה"ק'דיגע אותיות און נקודות.
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 12:52 am#31113
צוויי נייע ספרים היינט געזען אין געשעפט.

מנהג אבותינו בידינו
דער דריטער באנד פון הרב גדליה אבערלאנדער'ס סעריע ספרים אויף מקורות פון מנהגים. די ערשטע צוויי בענדער זענען אויסגעשטעלט לויט די חדשים פון יאר, דער דאזיגער באנד דעקט שבת, נישואין און נאך פארשידענע ענינים.
כדרכו, פארמאגט דער ספר פילע העכסט-אינטערעסאנטע שמועסן. צום ביישפיל, מאכן קידוש שבת ביינאכט צווישן זעקס און זיבן אזייגער, טבילה בשבת, דער מנהג פון פרקי אבות בשבתות הקיץ, דער מנהג אז חתן כלה פאסטן ביום חופתם, דער מנהג פון חתונה מאכן בלויז אין דעם ערשטן חלק פון חודש, דער אפשטאם פון די צעטיילונגען אין די סדרות פון די שבעה קרואים, דער מקור פון די קאפיטלעך אין תנ"ך, און נאך פיל.
ma1.JPG
ma1.JPG (21.44 KiB) געזען געווארן 10999 מאל


מעינות הפשט
צוזאמענגענומען פון ספרי חסידות פירושים שונים על פרשיות השבוע ע"ד הפשט. א שיין-געקליבענער ליקוט פון ספרי חסידות ביז הונדערט יאר צוריק.
mh.JPG
mh.JPG (18.11 KiB) געזען געווארן 10999 מאל
דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:13 pm#31257
לב אהרן
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:33 pm#42878
מחזור "חתם סופר", ראש-השנה ויום-כיפור
מחזור "חתם סופר", ראש-השנה ויום-כיפור

אין די פריע תש"מ יארן האט הרב יוסף פאלאטשעק ארויסגעגעבן זיין מחזור "חתם סופר", וואס האט כולל געווען "חידושים ופרושים על מחזור, דינים ומנהגים ומעשה רב". אין דעם מחזור זענען צוזאמענגענומען געווארן חידושים און פירושים פון אלע ספרים פונעם גרויסן חתם סופר, און אזוי אויך נייע פירושים מכת"י, און זיי זענען געדרוקט געווארן צוזאמען אין דעם מחזור, דבר דבור על אופניו.

די וואך, אין אנבליק פון די ימים נוראים תשע"ג, איז ערשינען דער מחזור חתם סופר אין א נייער הערליכער אויפלאגע, אין א בחינה פון פנים חדשות באו לכאן. דער גאנצער מחזור איז אינגאנצן איבערגעארבעט געווארן, עס זענען צוגעלייגט געווארן פילע הוספות סיי אין די חידושים און סיי מנהגים, און על כולם איז דער נוסח התפילה איבערגעזעצט געווארן מיט הערליכע אותיות, אז דאס דאווענען זאל זיין כראוי וכיאות.

חוץ דער ארבעט וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין די דברי תורה פון דעם חתם סופר איז אין דעם מחזור גופא אריינגעלייגט געווארן א געוואלדיגער ארבעט דורך אחים מאיער פון "הדף". די גרויסקייט פון די אותיות זענען הערליך אויסגערעכנט געווארן, און עס איז אריינגעלייגט געווארן גרויסע כוחות אז יעדער שטיקל זאל זיך אנפאנגען פון א פרישן דף - אויף ווי ווייט מעגליך.

די נייע אויפלאגע איז מעשי ידיו להתפאר פון הרב ישראל יואל פאלאטשעק, בן הרב יוסף הנ"ל. דערווייל זענען ערשינען די בענדער אויף ראש-השנה און יום-כיפור, און ס'הייסט אז די איבריגע בענדער וועלן ערשיינען ביי יעדן יו"ט, אין לויף פון שנת תשע"ג.
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:39 pm#42880
"הטבילה בהלכה ובאגדה", הרב משה סופר
לעצטנס איז ערשינען דער ספר "הטבילה בהלכה ובאגדה", וואס איז נתחבר געווארן דורך הרב משה סופר פון אנטווערפען. דער ספר נעמט צוזאם כל מיני הלכות בנוגע טבילה במקוה פאר מענער, באגלייט מיט ענינים און סיפורים. כעין א "נטעי גבריאל" אויף מקוואות.
t2.JPG
t2.JPG (20.53 KiB) געזען געווארן 10923 מאל
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:08 pm#43325
מכון לשבתך - הרב חיים בן ציון ראזענבערג
אין די קומענדיגע וואך וועט אי״ה זיין צו באקומען די וואונדערבארע ספר ״מכון לשבתך״ על הלכות שבת ח״ג. מכון לשבתך איז מעשי ידו פון הרב חיים בן ציון ראזענבערג, א ארבעט וואס איז ממש א זעלטענהייט, סיי מיטן גראדן און געשמאקן דרך הלימוד, אזוי אויך דער פאקט אז ער גייט ביז אפאר יאר האבן אויף גאנץ הלכות שבת אין זיבן בענדער. דער ספר איז הערליך שיין צוטיילט אין דריי באזונדערע חלקים, א) חלק הפירושים - דארט איז דער מחבר מבאר מקורות און ביאורים אויפן שו״ע, ט״ז, מג״א. ב) חלק הביאורים - הרב ראז״ב צונעמט הערליך שיין די יסודות פון די הלכות אויסגעבויט פון די גמרא, ראשונים, אחרונים. ג) אליבא דהלכתא - כשמו כן הוא, א יעדן סעיף אין שו״ע ווערט צוגעשטעלט צום היינטיגן מציאות ווי דער מחבר איז מלבן די דינים מיט א אויסערגעוונליכע ברירות, ע״פ השו״ע ופוסקי זמנינו.
די ערשטע באנד איז ערשינען אלול תש״ע אויף די סימנים ש״א - שי״א, די צווייטע חלק איז ערשינען בערך א יאר צוריק אויף די סימנם שי״ב - שט״ז, הרב ראז״ב האלט יעצט ביים דריטן באנד וואס וועט אי״ה זיין אויף די סימנים שי״ז - ש״כ. די ספר איז הערליך שיין אויסגעשטעלט, שו״ע, מג״א, ט״ז אויפן דף ארום גענומען מיט די ארבעט פון די מחבר. עס איז א זעלטנהייט אז א ספר היינטיגע צייטן זאל זיין אזא חידוש פון א ארבעט, צי דאס איז די קלארקייט, צי דאס געשמאקן שפראך פון הרב ראז״ב.
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 10:46 am#44401
איך ווייס נישט אויב דא איז דער פלאץ
אדער זאל מען עפענען אן עקסטער אשכול פאר דעם:
ווען איך וויל וויסן אויב מען קען האבן א געוויסען ספר וועט מען עס דא שרייבן
ווער עס ווייסט זאל ביטע ארויס העלפן עד שידו מגעת
ספר אוצר החיים פון מנהגי הרה"ק מצאנז בעל דברי חיים
{נישט פון קלויזענבארג}
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:43 pm#45525
ספר באמונה שלימה
הרב יוסף זלמן בלאך
דער דיקער ספר (איבער 500 עמודים) איז געווידמעט פארצושטעלן די וויכטיגקייט פון אמונה פשוטה, און "פארענטפערן" די אלע ראשונים און אחרונים פון וועמען עס איז משמע אז ס'איז כדאי עטוואס חוקר צו זיין. הרב בלאך איז דער זעלבער וואס האט אין יאר תשס"ט ארויסגעגעבן דעם קונטרס "השמש בגבורתו", "אויפצואווייזן" אז די וויסנשאפטלער זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי באהויפטן אז די זון שטייט אינמיטן דעם סאלאר סיסטעם, נאר באמת שטייט די וועלט אינדערמיט. יענער קונטרס נעמט אויך אויף א פרק אין דעם נייעם ספר וואס טוט אונטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון גלייבן באמונה פשוטה אין אלעם וואס די ראשונים האבן געשריבן.
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:39 pm#45679
קארל האט געשריבן:ספר באמונה שלימה
הרב יוסף זלמן בלאך
דער דיקער ספר (איבער 500 עמודים) איז געווידמעט פארצושטעלן די וויכטיגקייט פון אמונה פשוטה, און "פארענטפערן" די אלע ראשונים און אחרונים פון וועמען עס איז משמע אז ס'איז כדאי עטוואס חוקר צו זיין. הרב בלאך איז דער זעלבער וואס האט אין יאר תשס"ט ארויסגעגעבן דעם קונטרס "השמש בגבורתו", "אויפצואווייזן" אז די וויסנשאפטלער זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי באהויפטן אז די זון שטייט אינמיטן דעם סאלאר סיסטעם, נאר באמת שטייט די וועלט אינדערמיט. יענער קונטרס נעמט אויך אויף א פרק אין דעם נייעם ספר וואס טוט אונטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון גלייבן באמונה פשוטה אין אלעם וואס די ראשונים האבן געשריבן.

כולל דער חיוב גדול ונורא צו גלייבען אז די וועלט איז פלאך, די זון און אלע שטערן דרייען זיך ארום די וועלט, די לבנה איז א כוכב, און זיי דרייען זיך דורך גלגלים געמאכט פון גשם חמשי, און ווער ס'כופר אין דעם גלייבט ער נישט אי איבערשטען ווייל דער רמב"ם שרייבט דאס בפירוש אז מאיז מחוייב צי גלייבען אז זדר אייבשטער דרייט די גלגלים, נו, אז סנישט דא קיין גלגלים איז נישטא קיין אייברשטער, ממש פשוט לאגיש, און די גאנצע סייענס איז פשוט א קאנספיראציע אז אמעקיקא זאל געוואונען רוסלאנד, אנטשולדיג, אז מזאל אופהערען גלייבען אין הייליגן רמב"ם, און ווערען ח"ו ציונים, מיט שוואכע קשיות.
כמובן דאס וואס דער רב"ם שרייבט אליינס אז די חכמים און אפילו די נביאים האבן זיך טועה געווען אין די ענינים דאס טאר מען ח"ו נישט אננעמען ווואס ער זאגט ער האט עס נישט געמיינט כפשוטו וכו'.
[אגב קוק דאhttp://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=45031#p45031 וואס ר' יעקב קמנצקי האט געהאלטן איבערן רמב"ם לגבי די לבנה. ]
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 8:52 pm#46729
זה עתה יצא לאור
ספר הטעמים
למרן בעל החתם סופר זצוק"ל
טעמים ונימוקים
על מצוות, הלכות ומנהגים
כללים וענינים
שיצאו מפי כתבו של מרן בעל החתם סופר זי"ע
להשיג בכל בתי מסחר ספרים
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:02 pm#46730
לעיקוואד האט געשריבן:און די גאנצע סייענס איז פשוט א קאנספיראציע אז אמעקיקא זאל געוואונען רוסלאנד, אנטשולדיג, אז מזאל אופהערען גלייבען אין הייליגן רמב"ם, און ווערען ח"ו ציונים, מיט שוואכע קשיות.

וועסט נישט גלייבן אבער הרב בלאך איז אייגענטליך מקשר צווישן "אבולוציא" און "ציונות" אז ביידע זענען א קאנספיראציע אפצופארן מענטשן פון די ריינע אמונה.
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:08 pm#46731
שמואל הלוי האט געשריבן:זה עתה יצא לאור
ספר הטעמים
למרן בעל החתם סופר זצוק"ל
טעמים ונימוקים
על מצוות, הלכות ומנהגים
כללים וענינים
שיצאו מפי כתבו של מרן בעל החתם סופר זי"ע
להשיג בכל בתי מסחר ספרים

ווער איז דער מוצ"ל?
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:20 pm#46733
הרב אהרן פערל - הוצאת ספרא.
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:39 pm#46739
יידל האט געשריבן:וועסט נישט גלייבן אבער הרב בלאך איז אייגענטליך מקשר צווישן "אבולוציא" און "ציונות" אז ביידע זענען א קאנספיראציע אפצופארן מענטשן פון די ריינע אמונה.

Poe's law
זונטאג אפריל 19, 2015 9:52 pm#267602
פון וועמען האט אליאך געקריגן הוראה?
זונטאג אפריל 19, 2015 10:05 pm#267608
Re: ספרים חדשים
פונ'ם הייבען די בלוט דרוק פון אזויפיל בהמות.
דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:30 pm#289705
Re: ספרים חדשים
עס איז יעצט געדרוקט געווארן א ספר "ליקוטי מישרים מגיד" וואס איז חלקים פון א ספר וואס ר' יצחק צבי בערנפעלד ז"ל אב"ד חוג חת"ס האט געשריבן וואס ער האט געהערט פון א מגיד א מלאך!!!
דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:35 pm#289707
Re: ספרים חדשים
א דוגמא וואס איז געדרוקט געווארן אין א גליון
m https://www.google.co.il/url?sa=t&sourc ... XgLKiigM6Q m
דאנערשטאג יולי 16, 2015 6:49 pm#289743
דער מענטש האט דען נישט קיין קינדער, יורשים עפעס איינער וואס זארגט זיך פאר זיין בזיונות איהם נישט מבייש זיין ברבים מיט זיין דמיונות?
פרייטאג יולי 31, 2015 1:21 pm#293106
נייע ספר "הלכה למשה" ארויסגעגעבן דורך די בעלזא רעביצען תליט"א

אויף הלכות שבת, געשריבן מיט א לייכטע און קורצע מאדערענע לשון הקודש, דורך א בעלזא דיין, אויפן פארלאנג פון די רעביציען לע"נ איר טאטע, ר' משה'לע זצוקללה"ה, וואס פלעגט אמאל פארלענערן הלכות שבת.
די ספר האט הסכמות פון איר מאן, די בעלזא רב, אירע ברודער די וויזניצע רעבעס אין בני ברק. אבער נישט פון די סאטמער און סקווירא שוואגערס.
די גרעסטע נגידים אין בעלזא האבן זיך געלאזט קאסטן צו מנדב זיין די הוצאות.

ס'כדאי צוצולייגען - אז די ספר איז נישט געדרוקט מיט די הדסה/ארטסקרול/בעלזא פונט.
פרייטאג יולי 31, 2015 1:26 pm#293107
מאדערנע לשון קודש?
פרייטאג יולי 31, 2015 3:09 pm#293125
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ס'כדאי צוצולייגען - אז די ספר איז נישט געדרוקט מיט די הדסה/ארטסקרול/בעלזא פונט.

:like
זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:24 pm#294650
Re: ספרים חדשים
בילדבילד
זונטאג אוגוסט 09, 2015 4:41 pm#294657
ס'איז ארויסגעקומען לכבוד די יומא הילולא קדישא כ"ו אב?
זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:49 pm#294680
דא האט איהר א לינק צום ספר. איך האב אן אלטע דרוק אויף מיין קאמפיוטער, וואס איך האב באקומען אויפ'ן אינטערנט, אבער לע"ע טרעף איך עס נישט אנליין.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 6:53 pm#294681
ספרים חדשים
דאס איז די דריטע מהדורה פונ׳ם ספר און דאס מאל האבן זיי צוגעלייגט צום סוף א גאנצע קונטרס פון בריוון, און סזעט אויס וואו אסאך זענען מופיע לראשונה ,קודם וועגן ענין המדינה , ובכללם ,פאפע רב , ר׳ איציקל פשעווארסקער , ועוד , וואו אויך בריוון פון די גדולי ישראל וואס האבן געשטיצט די חובבי ציון ובכללם היטב לב וואס אין ויו״מ שרייבט ער אז ער האט זיך מתנגד געווען צו דעם .
זונטאג אוגוסט 09, 2015 8:43 pm#294694
איך מיין עס איז ארויסגעקומן נגד רצונו, כך שמעתי.
(נישט אז ער האט עס נישט געשריבן)
זונטאג אוגוסט 09, 2015 9:22 pm#294696
עס הייסט אז רבי יואל האט עס געשריבן צו איינעם אלס א פריוואטע מכתב, און אפאר ליובאוויטשע יונגעלייט האבן עס ארויסגעגעבן שלא ברשותו.

(איך ווייס נאר פון איין ספרים סטאר אין מאנסי ווי מען קען עס קויפן, אבער זיי האלטן עס נישט בגלוי, עס איז באהאלטן און מען דארף זיי עס בעטן, ווער עס וויל קען מיר פרעגן אין אישי)
זונטאג אוגוסט 09, 2015 10:27 pm#294710
ספרים חדשים
סאיז שוין די דריטע מהדורה און כגלייב אז ער איז שוין אינדערצווישען געוואר געווארן, און אז מגעט עס נאך ארויס מן הסתם איז עס מרצונו.
און כזעע אז די חומת הקדושה אין מאנסי שטייט אסאך העכער ווי אין ב.פ. , ווארום אין ב.פ. קען מען עס קויפן בריש גלי.
זונטאג אוגוסט 09, 2015 10:42 pm#294714
ירא שמים האט געשריבן:סאיז שוין די דריטע מהדורה און כגלייב אז ער איז שוין אינדערצווישען געוואר געווארן, און אז מגעט עס נאך ארויס מן הסתם איז עס מרצונו.
גראדע איז ער שוין יא געוואר געווארן גלייך ביים ערשטן מהדורה און ער האט זיך געבייזערט דערויף, אבער מען געט עס ווייטער ארויס ווייל עס איז א בעסט סעלער..... אבער קען אויך זיין אז אינצווישן האט ער זיך בארואיגט.

און כזעע אז די חומת הקדושה אין מאנסי שטייט אסאך העכער ווי אין ב.פ. , ווארום אין ב.פ. קען מען עס קויפן בריש גלי.
זאג נאר, ווי וואוינט הרב משה בער בעק און זיין קהילה, אין בארא פארק? נעוודאי אין מאנסי.
(גראדע איז מיר א חידוש אז איך האב עס נישט געזען אין טובי׳ס, זיי וואלטן עס געדארפט צו האבן בריש גלי).
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:08 am#299675
הרב מוטה פראנק מיט זיין נייע ספר


בילד

בילד
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 1:24 pm#299710
פיינע נייעס. שכוח פאר די לינק.
זעהט אויס זייער שיין אין עיצוב, תוכן, און השתלשלות העניינים.
כ'בין זיכער ס'גייט זיין א הייסע אייטעם אין ענגליש.
א גיבט א שכוח פאר די חבריא קדישא בערמאנט, כולל w..

שנעל דורכגעקוקט, ער מאכט א קוגל ווי קיינער בעפאר... דברים נפלאים מר' משה בער בעק... עזריאל טויבער... לייבל מינצבורג...

א היינטיגע טרענד פון שרייבן די פולע נאמען פון גדולי ישראל וואס זענען בכלל נישט באקאנט אזוי, ר' אליהו קרמר... (ווילנא גאון) ר' צדוק רובינשטיין... (ר' צדוק הכהן מלובלין) ר' מאיר לייבוש ווייזער..(מלבים) פונקט דעם חפץ חיים און ר' מאיר שמחה האבן נישט קיין משפחה נאמען...
חזון איש ברענגט ער כמה פעמים אלץ ר' ישעיה קרליץ... אנע "אברהם". מיאוסע טעות.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 1:28 pm#299711
אין ברסלבער חדר לערנט מען נישט קיין עברי? וואס איז דער שגעון פון געפינטלט איך האב געמיינט אז נאר מהרא"ש קונטרסים זעזנען אזוי עפען איך ר' מוטה זעה איך די זעלבע שגעון.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:35 pm#299733
ספר קורות הדורות
הרב צבי אריה זילבער ווייזט איבער מיט אותות ומופתים אז די אלע מענטשן אין תנ"ך וועלכע האבן לויט דעם פשוט'ן פשט אין פסוק כלומר'שט געזינדיגט, זענען באמת געווען צדיקים נפלאים מיט פערזענליכקייטן וועלכע מיר קענען ניטאמאל משיג זיין. מיט דעם גייט ער בעקבות האדמו"ר מסאטמאר ז"ל וועלכער איז מבאר אין "ויואל משה" אז אחאב איז בעצם געווען א "שומר תורה ומצות במסירת נפש."
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:37 pm#299734
ספר "נועם שלמה"
צוויי בענדער פון הדרכה, צונויפגעקליבן פון דרשות און בריוו פון האדמו"ר מבאבוב ז"ל. איין באנד אויף חינוך הבנים והבנות וימי הבחרות, און איין באנד אויף דרכי החסידות. ארויסגעגעבן דורך אן אייניקל, הרב שמעון גאלדבערגער.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:44 pm#299737
@ראובן דו מיינסט א וודאי שיטת ר' אייזיק שער ותלמידו ר' אביגדור מיללער, ווייל סאטמער רב האט קלאר געהאלטן אז די פסוקי תנ"ך זענען כפשוטו, נאר לגבי אחאב ברענגט ער ראיות אז ער האט געהאט מסירות נפש פאר די תורה, אבער א וודאי איז ער געווען א עובד עבודה זרה וכו'
אין די גליון הפעמון ז"ל איז געווען אן אפהאנדלונג אויף די ענין עיי"ש
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 7:25 pm#300152
Re: ספרים חדשים
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 7:45 pm#300159
Re: ספרים חדשים
ImageUploadedByTapatalk1441755905.875519.jpg
ImageUploadedByTapatalk1441755905.875519.jpg (341.23 KiB) געזען געווארן 1508 מאל