פארומס › ספרים חדשים

ספרים חדשים

371 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #106
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 2:05 am#435446
חוקר ודורש האט געשריבן:אונטערסאנט אז די סיבה די נייע ספר אויפן צעהלימער רב הייסט ״דמות תבניתו״ איז ווייל קודם שטייט ״בצלם״-בצעהלים-דמות תבניתו..


Sent from my iPhone using Tapatalk

די שטאט צעהלים האט מען גערופן צלם טאקע דערפאר ווייל אויף די לשונות העמים הייסט דאס ווי א קרייץ. ד.ה. צעהלים איז די לשון הקודש'דיגער נאמען.
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:52 pm#435475
א הערליכע נייע ספר פונעם באקאנטן חוקר ומשכיל הרב מלך שפירא ני״ו, ווי ער ברענגט צוזאמען תשובות אויף פארשידענע שאלות און אלע ענינים, וואס ער האט דורכאויס די יארן אנגעפרעגט רבנים און אנשים חשובים פון הרב שלמה אבינר ביז רבי בנציון יאקאבאוויטש.
IMG_5051.JPG
IMG_5050.JPG



Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:55 pm#435476
שיין! נישט געוואוסט דערפון. וואו איז עס דא צו באקומען?
מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:01 pm#435477
איך האב עס געזעהן אין ביגעלאייזן


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 7:53 pm#435543
מלך שפירא האט הוראה?
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:01 pm#435546
איך אויך האט געשריבן:מלך שפירא האט הוראה?

יא, פונעם בעל רבבות אפרים


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 9:55 pm#435561
הוראה פון א חדר מלמד? איך האב אויך הוראה פון מיין חדר מלמד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 10:56 pm#435564
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הוראה פון א חדר מלמד? איך האב אויך הוראה פון מיין חדר מלמד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הגאון ר׳ אפרים גרינבלט איז געווען א חדר מלמד? ער האט משמש געווען ברבנות און געווען א באוואוסטע פוסק


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:32 am#435572
ניין, ער איז געווען א חדר מלמד. זיין פעטער להבחל"ח ר׳ נטע איז דער רב

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 7:03 am#435574
איך זעה אז אין וויקיפדיה טוט זיך אויך א טענה'ריי איבער דעם גדלות זיינער.

m https://en.wikipedia.org/wiki/Talk:Ephraim_Greenblatt m
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:09 am#435576
נאר מעורר צו זיין, הרב גרינבלאט ז"ל איז נישט קיין קלענערע ת"ח ווי אסאך נותני היתר הוראה. נאר וויבאלד געווענדליך נעמט מען הוראה אדער פון א רב וואס איז משמש ברבנות אדער פון א ראש ישיבה\כולל ביי וועמן מ'האט געלערנט, דעריבער איז עס מאדנע און א שטיקל סימן ווען מ'באקומט היתר הוראה פון איינער וואס דינט אלס א חדר מלמד.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 10:55 am#435581
חוקר ודורש האט געשריבן:א הערליכע נייע ספר פונעם באקאנטן חוקר ומשכיל הרב מלך שפירא ני״ו, ווי ער ברענגט צוזאמען תשובות אויף פארשידענע שאלות און אלע ענינים, וואס ער האט דורכאויס די יארן אנגעפרעגט רבנים און אנשים חשובים פון הרב שלמה אבינר ביז רבי בנציון יאקאבאוויטש.
IMG_5051.JPG
IMG_5050.JPG



Sent from my iPhone using Tapatalk

אויף ספרים בלאג, ברענגט פראפעסאר שפירא א לינק צו קויפן דעם ספר אויף איבעי.

m https://seforimblog.com/2019/08/antonin ... -rabbanan/ m
זונטאג יאנואר 26, 2020 11:31 am#442091
וויסט עמעצר אויב די נייע ביכל אויף פשעווארסק איז פארלעסליך א איד פארציילט מיר איבער א מעשה וואס ווערט געברענגט בשמו אינם ביכל אז ער האט עס קיינמאל נישט פארציילט!!
זונטאג יאנואר 26, 2020 11:37 am#442092
קענענדיג אביסעל די זאך איז מיר קלאר אז די מחבר האט זיכער נישט געהאט א ציל דא צו בלאפן ער האט בלויז ארגינעל אפגעשריבן אלעס וואס ליגט איהם אין זכרון און א מענטש איז דאך א מענטש !
דינסטאג פעברואר 18, 2020 12:05 am#443085
בילד
א הערליכע נייע ספר פון רבי אמנון בזק א מגיד שיעור אין ישיבת הר עציון, וועגן אלע שאלות וואס איר האט אויף תורה שבעל פה און אויף די גמרא

בילד
די זעלבע האט ער שוין געמאכט אויף תורה שבכתב ווי ער רעדט וועגן די שאלות פון די וואס זענען עוסק אין ביקורת המקרא און ווי אזוי זיך איין עצה צו געבן דערמיט אזוי אויך מיט אנדערע קשיות, זייער גוטע ספרים וואס לוינט זיך צו דורכליינען


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 18, 2020 12:22 am#443086
בילד
א שיין נייע ספר אויף הגה״צ רבי קלמן וועבער אב״ד פישטיאן, געשריבן דורך הסופר מהיר ר׳ אליעזר אבראמאוויטש (וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיטן שרייבען דעם שיינעם בוך ״רבה דעמיה״ אויפן נייטרא רב בעל נאות דשא) צוזאמען מיט החוקר דובעריש וועבער, דער פישטיאנ׳ער רב איז געווען א באקאנטע נאמען און איז געווען די נשיא פון די לשכת הארטאדאקסען אין מדינת סלאוואקיי, די ספר האט אסאך אונטערסאנטע עפיזאטן און היסטאריע פון זיין תקופה בנוגע די אידישע לעבן, אזוי אויך ווערט געשריבען באריכות זיין קשר מיט די אגודה און זיין התנגדות צו די ציוניסטישע באוועגונג. אז איר ווילט זיך באקענען מיט א אונגערישע רב מתלמידי תלמידיו פונעם חת״ס, און וואס איז ״נישט״ געווען קיין קנאי ווי סאטמאר רב צו ווי דער מעשי למלך פון ווייצען וכו׳ דאן ליינט די בוך


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 29, 2021 1:34 pm#471854
און די אגרות מאן מלכי רבנן איז דא א בריעף פון דר' ראבינער חיים ראפאפרט וואס איז מבזה הרה"ג רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א חוב למחות על זה בזיון ת"ח רופט אים אן מיט שפאט ווערטער ואסור לשתוק
זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 9:53 am#481970
א נייעם ספר ארויס געקומן פון א יונגערמאן פון ירושלים, ומקורו בליקווד, א זון פון איינער פון די אנגעזענער יונגעלייט אין ב.מ.ג. וואס לערנט שוין דארט מסתמא זעכציג יאר.
דער יונגערמאן האט צוזאמען געקליבן א ריזיגע צאל מימרות און תורות פון גדולי ליטא על סדר הפרשיות, און עס איז זייער געשמאק. אלע ווערטליך וואס דרייען זיך אין ישיבות, מיט נאך א סאך מער, זענען דארט.
📎 Ad_╫נ╫¿╫צ╫ש ╫פ╫£╫ס╫á╫ץ╫ƒ AZ-10336_H_no crop marks10241024_1.jpg
מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 3:39 pm#482142
אויף פרשת וזאת הברכה, ברענגט יענער מחבר א תורה פון רבינו אביגדור בן חיים אב"ד פינסק מגדולי הרבנים בתקופת הגר"א מווילנא.................
מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 4:49 pm#482145
ליטוואק פון בודאפעסט
אויף פרשת וזאת הברכה, ברענגט יענער מחבר א תורה פון רבינו אביגדור בן חיים אב"ד פינסק מגדולי הרבנים בתקופת הגר"א מווילנא.................

דער מושחת אביגדור איז געווען מגדולי המוסרים און א שונא מובהק פאר חסידים ער האט געברענגט אז מען זאל איינזעצן אין תפיסה הגאון הקדוש רבינו הגר"ז בעל שו"ע הרב. מ'פארציילט אז סוף ימיו איז ער געווען א שיכור וואס האט זיך געוואלגערט אין די גאסן.
מיטוואך סעפטעמבער 29, 2021 8:21 pm#482146
נהורא נפישא
ליטוואק פון בודאפעסט
אויף פרשת וזאת הברכה, ברענגט יענער מחבר א תורה פון רבינו אביגדור בן חיים אב"ד פינסק מגדולי הרבנים בתקופת הגר"א מווילנא.................

דער מושחת אביגדור איז געווען מגדולי המוסרים און א שונא מובהק פאר חסידים ער האט געברענגט אז מען זאל איינזעצן אין תפיסה הגאון הקדוש רבינו הגר"ז בעל שו"ע הרב. מ'פארציילט אז סוף ימיו איז ער געווען א שיכור וואס האט זיך געוואלגערט אין די גאסן.

גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה (קהלת ט ו)