Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)

אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 84 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10705
דינסטאג יולי 19, 2016 12:07 am#342760
א איד האט געשריבן:דאס איז זיכער איין מאל די ארגענאזאציע העלפט נישט וועסטו ביי די היימישע ווערן געהאלפן, קען זיין אז פארדעם וועט מען דיר שיקן צו די ארגענאזאציע.


בד"וו איך האלט שוין ביי א שיינע פאר ארגענאזאציעס יד רחל, רגלי רחל, בטן רחל, וואס קומט נעקסט?

הצד השווה שבהן. זיי אלע טויגן אויף כפרות...!
דינסטאג יולי 19, 2016 12:37 am#342763
ווי באוואוסט איז אין די עולם התורה דא א שטארקע דגוש די מצוה פון חסד, און טאקע פארדעם איז מען זייער מקפיד פארוועם אין וויאזוי מ'טוט די חסד כדי די מצוה זאל זיין בתכלית השלימות.
דינסטאג יולי 19, 2016 5:39 am#342781
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
ניין, דאס איז נישט די סבה. ס'איז נישט פון דער 'בני תורה' מיינונג, נאר פון די אמעריקאנישקייט זייערע. ס'איז א שלעפעריי. מ'האט מיר נישט אפגעזאגט ווייל איך בין נישט גענוג א בן תורה, נאר ווייל דאס איז טאקע זייער געזעץ

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דינסטאג יולי 19, 2016 8:31 am#342783
כ'האב עס געמיינט מער בדרך צחות
דינסטאג יולי 19, 2016 8:51 am#342784
לכבוד ליטווישע
הער שוין אויף מיט די שטותים סוף כל סוף קיינער אפילו די ווילסט נישט אז שומרים זאל זיך צומאכן גרעכט צו נישט???
דינסטאג יולי 19, 2016 10:21 am#342797
איך בין נישט פון נ.י.. ווען מ'האט עס אנגעהויבען אין לעיקוואוד, א קנאפער פאר יאר צוריק, בין איך נישט צופרידען געווען, און איך האב קיין שום פראבלעם נישט אז ס'זאל זיך פארמאכען. מ'קען נוצען די עסקנות טעטיגקייטען צו שטופען די פאליציי צו טוהן איהר ארבעט, טאמער ס'פעלט אויס. איך בין נאך נישט זיכער אז ס'פעלט אזויפיל אויס. איך ווייס ס'איז שווער פאר דיר צו גלויבען, דער קולטור קומט היינטיגע צייטען מיט א שאמרעם און הצולע, און מסתמא אזוי איז געווען ביים בעש"ט, אבער מצדי פעלט עס גארנישט אויס.

אגב אורחא, איך האב שוין געשריבען ערגעץ אין שטיבעל. ווען אימער מ'הערט א מעשה פון אפארלוירענע מענטש און כלל ישראל לויפט אין די מאסען איהם צו טרעפען, ענדיגט עס ביים מומחים, נישט ביי די מאסען. אזוי איז געווען ביי שורי פעלדמאן און להבחל"ח ביי לייבי קלעצקי, אהרן סופר, אייבענסאן און נאך וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט. דאס ביזנעס פון ארויסשטעלען שוויצער'ס מיט ביפער'ס העלפט אפשר מינערען די א.ט.ד. ציפערען, אבער דער מענטשהייט האט גאר א קליינעם ריוח דערפון.
פרייטאג יולי 29, 2016 2:32 pm#343959
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס טוט א גוי אין אזא פאל? פונקט אזוי זאלסטו טוהן. 911 ווי נחום האט אונז ליעב צו דערמאנען


m http://www.vosizneias.com/245521/2016/0 ... ency-call/ m
פרייטאג יולי 29, 2016 5:00 pm#343964
בן אדם האט געשריבן:כ'האב עס געמיינט מער בדרך צחות

בן אדם: ניוואדען...? ס'ווערט דערציילט אויף א ליטווישן איד א גביר, וועלכער האט נישט געגעבן קיין צדקה א גאנץ יאר. און ס'איז געקומען פורים האט ער אויך אפגעזאגט צו טיילן געלט אין ביהמ"ד ווייל ער האט געזוכט אן ארעמאן מיט אלע הידורים...אזוי ווי ער האט געזוכט אן אתרוג מיט אלע הידורים און א לולב מיט אלע חומרות...!
דערציילט מען אויף דעם צו אן אנדערן וואוילן ליטווישן איד וועלכער האט אייביג געזוכט נייע חומרות. אז אמאל ערב יוהכ"פ, ווען ער האט מפשפש במעשיו געווען. און ר'האט נישט געטראפן ביי זיך קיין שום פגם. נישט בין אדם למקום און נישט בין אדם לחבירו. האט ער געזוכט כאטש איין, קליין עבירה'לע וואס ער קען עובר זיין ער זאל לכה"פ האבן אויף וואס תשובה צו טון. איז ער ארויס אין גאס און ר'האט באגעגנט איינעם פון די גרעסטע מחוצפים און טשעפניאקעס אין שטאט. איז ער צוגעגאנגען צו איהם און ר'האט איהם גוט אנגעריסן די ביינער. ער גייט אהיים פרייליך. יעצט וועט ער שוין קענען תשובה טון כהילכתו.ר'האט שוין געטון אן עבירה. גייענדיג אהיים באגעגנט ער זיין חבר. און פארציילט איהם וואס ער האט אקארשט געטון. זאגט איהם דער חבר. דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געטון אזא מצוה ווי היינט... :lol: :roll:

נ.ב.: איך האב בדרך כלל נישט ליעב קיין הכללות (פרעדזשודיס, בלע"ז). נאר ס'איז מיר אמאל אום ערב שמיני עצרת בין מנחה למעריב אויסגעקומען צו דאווענען אין א ליטווישן ביהמ"ד. האבן די חשוב'ע קהל המתפללים דארט געהאט א מנהג אז צווישן מנחה און מעריב האבן זיי געלאזט עטליכע יונגעלעך זאגן א דרשה. זיץ איך מיר אזוי און איך הער ווי דאס יונגעלע וועלכער איז אקארשט ארויף אויף די בימה זאגן א דרשה הייבט אן פארציילן א מעשה...מיט א חסיד...דער חסיד דעיס...דער חסיד דאס...און דער גאנצער עולם לאכט...ווען דער צווייטער יונגל איז ארויף, עודך. ער הייבט אן פארציילן א מעשה מיט א חסיד...דער חסיד דעיס . דער חסיד יענץ...! האביך מיך אנגערופן צו מיין שכן (אויף ענגליש) .."זעהט אויס אז דער חסיד איז עפעס א מין חיה"... :lol: :roll:
זונטאג מאי 13, 2018 11:17 pm#402499
אפילו די גוים זענען מודה....

It’s time to sunset the scandal-ridden Shomrim: m https://nypost.com/2018/05/13/its-time- ... n-shomrim/ m
מאנטאג מאי 14, 2018 2:27 am#402546
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
פון זיי ברענג נישט קיין ראי' זיי וואלטן געוואלט זעהן א סאנסעט אויף אונזער גאנצע קאמיוניטי און א טייל פון אונז טויט ה"י
מאנטאג מאי 14, 2018 7:54 pm#402647
חתם סופר האט געשריבן:אפילו די גוים זענען מודה....

It’s time to sunset the scandal-ridden Shomrim: https://nypost.com/2018/05/13/its-time- ... n-shomrim/


אינטערעסאנט ווי זיי האבן ממש מכוון געווען לדבריי הקדושים.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 7:27 pm#413958
ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 7:46 pm#413960
רימון האט געשריבן:ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 12:36 am#413972
רימון האט געשריבן:ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.


געוואלדיג.
מ'קען זיך רישן אויף אן אנאליז איבער די פרשה אין קומענדיגע וועקער
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:29 am#413991
שמעון וואלף האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.


געוואלדיג.
מ'קען זיך רישן אויף אן אנאליז איבער די פרשה אין קומענדיגע וועקער

שמעון וואלף וועט צו שטעלן אן אנאליז איבער די סומאטוכע?...
מאנטאג פעברואר 04, 2019 8:24 pm#423883
א ברוקלינער איינוואוינער רעדט זיך אפ אויף סאשעל מידיע איבער די ציפקע צרות וואס ער ליידט פון די שומרים.


.
דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:13 am#423924
I get a knock at my door and standing there are two fake police who try to tell me they got a 'noise complaint' and a complaint that we are using 'illicit substances' that i have to end my party.

...
...
I keep being told that what they are doing is not illegal and that they have permission to impersonate (my word) the police and attempt to enforce (their version) of the law.


און דאס אן אנגענימענע מיטעל פאר שומרים זיך צי פארשטעלן פאר פאליס, און סטראשענען צי געבען טיקעטס ?


דער איז איבערצייגט אז זיין זיין gay איז וואס ס'שטערט איינעם, ער קען דאס נאר נישט איבערצייגן
דינסטאג פעברואר 05, 2019 10:39 am#423926
ער רופט אן שומרים די פאלשע פאליציי.
מיטוואך פעברואר 06, 2019 2:35 pm#424011
הוגה האט געשריבן:א ברוקלינער איינוואוינער רעדט זיך אפ אויף סאשעל מידיע איבער די ציפקע צרות וואס ער ליידט פון די שומרים.


.

ס'איז אינטערסאנט, ווייל די שומרים געווענליך ווייסט זייערע boundaries און זוכן זיך נישט קיין צרות.
זונטאג יולי 07, 2019 10:55 pm#432790
זייער ווייטאגליך דאס צו וואטשען... שומרים וואלט זיך פאר דעם אליינס געדארפט פארשפארן...

נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס סאיז דא לעצטענס אזוי אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...

m https://www.dropbox.com/s/64ffoxuh6ne03 ... 6%20PM.mp4 m
זונטאג יולי 07, 2019 11:26 pm#432793
הייסט אז נישט טראמפ איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...
מאנטאג יולי 08, 2019 5:02 am#432798
איסר האטלקי האט געשריבן:הייסט אז נישט טראמפ איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...


טראמפ מיט זיינע מענטשען זענען זיכער שולדיג אין פארשפרייטן HATE צווישן מענטשען. אבער אנטיסעמיטיזים קומט נישט פון איין מקור און וועגן איינצעלע אינצידענטן ס׳איז א געמיש פון אפאר זאכן.

די ערשטע זאך וואלט געדארפט זיין אז אונז זאלן זיך אויפפירן נארמאל און לעבן מיט רעספעקט פאר אנדערע פונקט ווי אונז פארלאנגען פון א יעדען זאל טאלערעיטן אלע אונזערע משוגעתן דארפן אונז דער ״עם הנבחר״ זיך אויפפירן מיט די העכסטע מאס רעספעקט און מענטשליכקייט פאר אנדערע אריינגערעכענט שווארצע פאטריקאנער און אלע אנדערע.

קיינער אין אמעריקע און אין קיין שום פרייע לאנד האט נישט קיין שום רעכט שבעולם צו שלאגן סיי וועמען! אפילו דעם גרעסטן רוצח! אונז מעגן האבן א קאמיונטי-וואטש און אנהאלטן דעם פארברעכער ביז די פאליציי קומט און פארשפארט יענעם. אפילו די פאליציי אליינס האט אויך נישט קיין שום רעכט צו שלאגן, נאר יענעם צו פארשפארן ביז מ׳ברענגט אים צו א געריכט.

שלאגן יענעם און אים בלינד מאכן אויף א אויג און דער יעניגער גייט נאך ארויס פריי מיט די הילף פון די קאמיונטי און באצאלט ניטאמאל די שאדן פאר יענעם? (ווי ווייט איך ווייס) און דאס רופט זיך נאך א אידישע ארגאנעזאציע? האסטו געהערט א מעשה?
אפאר געשוואלענע פארגרעבטע ״טונע בייגל׳ס״ אן קיין טראפ שכל אין זייער מוח פירן א ארגאנעזאציע פון אנהאקן גוים פאר צענדליגער יאהרן לאנג... אלעס אין די ביטערע גלות! טוה מיר א טובה!? זאלן זיי זיך זוכן א צווייטע אקטיוויטי. נישט אויף מיין פיקל דאס איז ריינע התגרות באומות. אונז קענען נישט שרייען ״אנטיסעמיטיזם״ יעדע מאנטיג און דאנערשטיג ווען אונזער אייגענע אידישע קאמיונטי ארגאנעזאציע פירט זיך אויף אזוי אוממענטשליך. אנהאקן א מענטש פאר זיי ווייסן בכלל צי ער איז דער פארברעכער. אפילו זיי ווייסן קלאר טארן זיי אים נישט צורירן און ספעציעל אים נישט שעדיגן!
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:27 pm#436438
סאיז אפשר צייט ציריק אויפלעבען שומרים, אין ליכט פון דו לעצטיגע אטאקעס אויף פרימע אידן דורך יונגטליכע שווארצע.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 10:44 pm#442377
א גוטע וואך.
מוצ"ש פעברואר 01, 2020 10:57 pm#442378
נאך אלץ ביים זעלבען מיינונג ווי ביים עפענען די אשכול?