Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)

אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 84 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10705
דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:10 pm#340914
אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
ווען "שומרים" איז געגרינדעט געווארן, זענען געווען כמה ערליכע אידן וואס האבן געקוקט דערויף מיט א בייז אויג, ארויפברענגענדיג פארשידענע לעגיטימע און אומלעגיטימע טענות קעגן איר צוקונפט. פילע רבנים האבן זיך גענצליך מתנגד געווען צום געדאנק. אפנים נישט פאר אלעמען האט געשמעקט א חרד'ישע אויטאנאמיע, און דאס נעמען דאס געזעץ אין דער האנט אריין. א שטייגער ווי רבי הערשעלע ספינקער זצ"ל, וואס האט געזען אין דעם זיך הייבן-דעם-קאפ אן אפנויג פון דעם כאראקטער פונעם גלות-איד.

אנדערע האבן מורא געהאט פון די נאכפאלגן: פון אויפרעגן דעם גוי; פון יונגעלייט זיך דרייען שפעט ביינאכט אין די גאסן און טון נאכקוקן יעדן עובר ושב; פון נאכלויפן גוים און גוי'טעס; פון מאכט וואס קארופטירט; פון אלע פראבלעמען וואס קענען מיטגעקומען מיט א שומרים סטיל ארגאניזאציע.
דער עקסטרעמער רבי משה בער בעק, האט זאגאר געשריבן א גאנצן קונטרס "שוא שקד שומר", וואס האט פינגער-געטייטלט מיט אן א צאל טענות קעגן שומרים - ציונות דערונטער. טייל פון זיינע שווארצע נביאות'ער האבן זיך איראניש ארויסגעשטעלט צו זיין וואר און היפש צום פינטל.
נויט ברעכט אבער אייזן. דאס נויטווענדיקייט פון שוץ אין א פארברעכן-געפלאגטע עפאכע ווי די זיבעציגער און אכציגער יארן, ווען וויליאמסבורג האט זיך ביטערליך געמוטשעט מיט גניבות און רויבערייען, האט צושטאנד געברענגט איר עקזיסטענץ דעמאלט, און דורכאויס די לעצטע דרייסיג יאר.

געווען גוטע צייטן ווען מ'האט געקענט אנ'מקל'ן א גוי עד כדי להמית ועד בכלל, אדער סתם אזוי צו'מזיק'ן אין בעסערע פעלער, און עס איז דורכגעגאנגען אן א מוק. מ'האט זיך שוין "אנייצע" געגעבן. מ'האט געוואוסט וועמען צו לעקן, און וועלכע רעדער צו שמירן אז דער באן זאל פארן געשמירט.

געווען גוטע צייטן ווען טאמער א שרצ'ל האט אין א שוואכע מינוט גע'לקח'נט א ביג-וויל, סקוטער, אדער שייגעץ-בייק, האט דאס געמיינט אז מ'דארף אים פירן אין שייטער-הויפן.

געווען גוטע זמנים ווען די רבני'שע קערפערשאפט אינאיינעם מיטן דעת הקהל, האט געשטיצט דעם געדאנק פון אן אייגענעם פאליצייאישן קראפט. צופיל אידן זענען אויפגעשטאנען צופרי און נישט געטראפן די לייכטערס אויפ'ן דיינינג-רום טיש. פון צופיל פרויען איז אראפגעכאפט געווארן די צירונג אינמיטן די גאס, און צופיל אידן האבן געהאט גרויסע געלט שאדן צוליב גניבה און פארברעכן.

א שומרים ארגאניזאציע האט אויסגעזען ווי א מלאך המושיע און האט ווירקליך געהאלפן אין יענע צייטן שיקן די פארברעכער צו אנדערע געגנטער – אדער אזוי פארציילט די לעגענדע.

*

עס איז אבער היינט אנדערע צייטן. דער זייגער האט זיך א דריי געטון. נישט די זעלבע וואסערן פליסן איבערן האדסאן. קיינער ראבעוועט נישט און קיינער פארגוואלטיגט נישט קיין פרויען. אויסער א האקן-קרייץ דא און דארט, שטייען פארברעכן-ראטעס איבער ניו יארק סיטי - ווי איבעראל אין די פאראייניגטע שטאטן - ביי היסטאריש נידעריגע ציפערן. וואס עס איז אמאל געווען א געברויך, איז היינט אומנויטיג.

די פארברעכן ראטע אין די היימישע געגנטער זענען בערך די זעלבע ווי סיי וואספארא בעסערע געגנט באוואוינט מיט מיטל קלאס קינדער געבענטשטע פאמיליעס. דאס ברענגט צו דער מסקנא אז שומרים איז איבעריג. עס פעלט מער נישט אויס א פאראיין מיט א פאליציי-סטיל גאנג.

טאמער א קינד ווערט פארלוירן זאל מען רופן די פאליציי. אויף אפצושפארן א גאס פאר הכנסת ספר תורה דארף מען נישט קיין שלעגערס. עס וואלט קיינעם געארט ווען "חברים" נעמט איבער די מצוה. און נאכלויפן גוים ביי "כאפצעמס"? ביטע, ס'פעלט נישט אויס! ס'איז אייגנטליך בעסער אז נישט! עס קען זיך גרעניצן מיט פיקוח נפש, ווי עס האט זיך אויסגעוויזן א פאל אין בארא פארק מיט עטליכע יאר צוריק.

א לעצטיגע ארטיקל אין די ניו יארק טיימס פארציילט די געשיכטע און דעטאלן, וואס ברענגט ווידער נישט קיין איבעריגע שטאלץ פאר שומרים. די קורצע מעשה איז, אז די פיר שומרים מיטגלידער זענען געשאסן געווארן נאכלויפנדיג א מאן וואס איז שפעטער געטראפן געווארן אומשולדיג. א זשורי האט אים באפרייעט פון מארד קלאגעס, זאגנדיג אז זיין אקט איז געווען פשוט'ע זעלבסט פארטיידיגונג.

אז שומרים איז צופיל אין די נייעס, און נישט אין קיין גינסטיגן בליק, מאכט עס מיך טראכטן אז די ווינטן וואס בלאזן אויף די גאס פארדייען מער נישט דעם געוואוקס. אז שומרים ציט קאנטראווערסיע רעכטס און לינקס, מאכט עס מיר קלערן צי עס איז נישט יצא שכרו בהפסדו. אז זי איז פארוויקלט אין אן אינערליכע פאליטיק מיט אן ענליך-סטיל ארגאניזאציע - 'שמירה', ברענגט עס מיר א הוה אמינא צי אפשר זענען זיי ביידע, די אלטע און די נייע, נישט צופיל א תועלת פארן כלל - וואס דער חילוק פון דם און צפרדע?

אין וויליאמסבורג האט מען זיך מיאוס אנגעליטן מיט דעם איבערפאל אויף א יוגנטליכן, וועמען עטליכע שומרים מיטגלידער האבן פערמאנאנט בלינד געמאכט אויפ'ן רעכטן אויג, און האט געברענגט געריכטליכע קלאגעס וואס זענען נאכאלס נישט גענצליך דעצידירט געווארן. אזא געשיכטע ווייזט אויף געפערליכע אומקאמפעטענץ, אומ'אחריות און זינלאזקייט, און ברענגט אן אפשיי צום גאנצן עקזיסטענץ פון שומרים.

אין בארא פארק ליידט מען זיך אן פון א וואפן-האנדלעריי קאנטראווערסיע, וואס טראצדעם וואס דאס איז דער שולד פון א יחיד, איז עס אבער א דירעקטער גורם פון א שומרים-אטמאספערע, און אומגעזונטע באציאונגען מיט אפיציעלע באאמטע. אין באלטימאר איז א שומרים מיטגליד געפינען געווארן שולדיג אויף מיסבאהאנדלונגען, און געקריגן דריי יאר פראבעישאן. אין קראונהייטס איז שומרים אין שטענדיגן געפעכט מיט די שווארצע געמיינדע, און האט שוין אנגעברענגט אן א שיעור קריגערייען און פראבלעמען, און די פאלגן פון א קראנקע תתוודע לרשות'דיגע גייסט קען נישט בעסער אילוסטרירט ווערן ווי די לעצטיגע פארשעמנדע געשיכטע, אז א יונגערמאן זאל דינגען א שמוציאנקע פאר פאליציי דינסט, וד"ל.

דער פאקט איז, אז א שומרים מאדעל ארבעט מער נישט. פון די העכסטע ראנגען אינערהאלב די פאליציי פליען קעפ וואס ווייזט אז ס'עקזיסטירט מער נישט קיין "לעקן", קיין פראטעקציע, קיין מאכערס און שוויצערס. ס'איז א דורכזיכטיגע וועלט, און די זון שטראלן דערגרייכן איבעראל.

אז מ'קלערט אריין זענען אונזערע ריכטיגע פארברעכן-פראבלעמען מער נישט קיין "כאפצעמס", נאר ענדערש מחניך'דיגע, מכם ובכם, אייגענע פראבלעמען, א שטייגער ווי טשעפען קינדער. און וואס טוט שומרים דערצו אויסער שטיין אין וועג?

שומרים קריגט גרענטס פון די רעגירונג יאר יערליך. וואו די געלט קומט אן איז א פרשה פאר זיך, עי' ערך געט-עי-קאר, און איז נישט יעצט דער שמועס. אבער איין מינוט! די טיימס פארציילט, אז סענאטאר פעלדער האט ארלעדיגט דריי הונדערט טויזנט דאלאר פאר א קאמענד צענטער. א מאביל וואס זאמלט שטויב און ווערט כמעט נישט באנוצט, אויסער ביי די יערליכע שומרים קארניוועל. אפשר קען דאס געלט גיין פאר וויכטיגערע און קריטישערע צוועקן פאר די געברויכן פון די קאמיוניטי?

מיר זענען גענוג פארשעמט, מיר האבן גענוג פוטער אויפ'ן נאז, מ'קוקט אונז גענוג נאך. מיר זוכן נישט קיין איבעריגע אטענציע און אטראקאציע. אז עס שטינקט איבערן קאפ, מאכט מיר עס שפעקולירן אויב ס'איז שוין צייט צו לייגן שלאס און ריגל, און שליסן די טויערן פון דער ארגאניזאציע פאר אייביג.

אפשר איז די העכסטע צייט אז די "בעקערי בויס", זאל צוריקגיין דעליווערן ברויט. כלל ישראל איז אייך דאנקבאר פאר די איבערמידליכע ארבעט די לעצטע עטליכע און דרייסיג יאר, אבער עת לסגור, אולי איז געקומען די צייט אפצושפארן אן ארגאניזאציע וואס אירע סערוויסעס זענען אוט-דעיטעד, אומרעלעוואנט, געפארפול ביז גאר, און ברענגען מער איבלען און קאפ וויי ווי הילף.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:19 pm#340921
נאכ'ן אפשרייבן דעם ארטיקל איז ערשינען אין די נייעס אז אויך שומרים אין לעיקוואד ציט אומגינסטיגע דעקונג וואס פארשטערקערט די פראגע מה לי לשומרים-צרה הזאת?
עס זאל אויף קיין פאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אז איך טו זיך אידענטיפיצירן מיט די קריטיק קעגן שומרים. איך ווייס נישט. אפשר איז עס אנטיסעמיטיזם.
אבער אפילו די קריטיקקער זענען נישט גערעכט, דארפן מיר אידן וואס זענען דערצויגן געווארן מיט'ן א גייסט פון למה תתראו\ זיך גוט איבערקלערן וויפיל מיר פארדינען און דערלייגן אויפ'ן געשעפט און צי לוינט זיך אפשר צו זיין קלוג און נישט גערעכט און איבערלאזן שומרים פאר דער פארגאנגענהייט.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:19 pm#340922
שוין צוויי מאל היינט גע'סורטש'ד פאר "אפשר איז שוין צייט צו שליסן" כדי צו טרעפן אן אשכול צו לייענען. יעצט געטראפן, ב"ה.

פיינע ארבייט, בריליאנטער נקודה, ריינע אמת.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:49 pm#340926
רימון: קודם לאמיך דיך באגריסן און זאגן א יישר כח פאר דעם היקף'דיגן ארטיקל. אפס. אבער...! דו ביסט פאקטועל ראנג. און אויכעט איבער דיין אפשאצונג פונ'ם מצב אין הווה און פאר'ן עתיד.

דער פארהעלטניסמעסיג נידריגער פארברעכנס ראטע אין די אידישע געגנטער ווי וויליאמסבורג, ב.פ., פלעטבוש און אנדערע געגנטן איז צו פארדאנקען דעם פאקט אז די גוי'אישע פארברעכערס ווייסן אז אויב זיי צופיהרן זיך זייערע רויבערישע הענט וועללן קומען די אידישע שומרים און זיי כאפן און איבערגעבן פאר די פאליציי. און צומאל נאך ווערן אנגעריסן די ביינער אויך אלס א באנוס. טאמער זאלל זיך (ח"ו) אפיציעל פארמאכן די שומרים ארגאניזאציע וועללן דאס די פארברעכערס תיכף דערשפירן אז ס'איז הותרה הרצועה. און די פאלגן וועללן נישט פארשפעטיגן צו קומען. דער פאקט אז ס'עקזיסטירט א אידישע ארגאניזאציע וועלכע איז וואכזאם צו די פארברעכן ראטע איז אויך א מאטיוו פאר די פאליציי צו טון זייער ארבעט פאר וועלכע זיי ווערן באצאלט מיט מער פלייסיגקייט. ווייל ס'דא ווער ס'קוקט זיי נאך. ווער שמועסט נאך אז די שומרים העלפן זיי צו כאפן און ברענגען די פארברעכערס אין געריכט. ווייל זיי ערמוטיגן די באטראפענע אידן נישט נאכצולאזן און גיין פרעססן טשארדזשעס.

דער לעצטיגער סקאנדאל מיט די הויכראנגיקע פאליציי פיהרערס וועלכע זענען געכאפט געווארן ביי מעשים לא טובים בשותפות מיט אידישע סוחרים איז בכלל נישט פארבונדן מיט די שומרים. ואכמ"ל. נישט אלס ארגאניזאציע און נישט אלס יחידים. ס'איז אינגאנצן אן אנדערע מסכתא מיט גאנץ אנדערע מאטיוון ווי א ביסל שוויצן מיט די פאליציי, וואס איז א טרעידמארק פון די שומרים. ס"ה. אונז זעמיר שולדיג א דאנק פאר די אלע היימישע אידישע ארגאניזאציעס וועלכע באשטייען נאר פון וואלונטירס, ווי הצלה, שומרים און חברים. וואס איך ווינטש נישט אז מיר זאללן שפירן זייער חיסרון און העדר, אויף אונזער אייגענע הויט...!
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:11 pm#340942
איך חלום שוין לאנג פון עפענען אן אשכול פון אידישע ארגאניזאציע'ס וואס מ'דארף פארמאכען? ייש"כ פאר'ן אנהויבען. למשל, ווער דארף הצלה אין לעיקוואוד? ווילסט העלפען? ווער אן ems! פ"וו דארפען מיר אן אייגענעם?! ברוקלין איז מעגליך אנדעריש, אבער לעיקוואוד זיכער. חברים, ווער דארף זיי? מאך AAA און ווייטער געגאנגען! מתעסקים? מ'איז נישט געזעסען שבעה איידער יענקי מאייער האט זיך געטראפען מיט וואס זיך צו באשעפטיגען? חסד של אמת האט נישט באגראבן מתי מצוה?

עכ"פ א ייש"כ נאכאמאל פאר'ן מעורר זיין די מחשבה צו דעם.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:16 pm#340945
ליטוואק: לאמיר אנכאפן נאר איין ארגאניזאציע וועלכע דו האלטסט פאר איבריג. דו פרעגסט רעטאריש צו מ'איז נישט געזיצן שבעה פאר מתעסקים איז אויפגעקומען. די ענטפער איז, יא. מ'איז געזיצן שבעה. דער וואס האט געדארפט. אבער די אלע צרכי המשפחה המתאבלת איז נישט געווען ווער ס'זאלל צושטעללן אויף אן ארגאניזירטן וועג. זיכער. ס'האט זיך אייביג געטראפן גוטע פריינט און אידן בעלי חסד וועלכע האבן אלעס צוגעשטעלט. אבער נישט אזוי ווי מתעסקים. די זייטיגע בענעפיט אז יאנקי מאיער האט א באשעפטיגונג באדערט מיך בכלל נישט...געזונטערהייט... :D
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:26 pm#340949
סידורים, ס"ת, בענקלעך ועוד, האט יעדער קהלה געזארגט. אדער זענען די שכנים אחראי.
מיט די ארגאניזאציע'ס, האט מען אויסגעריסען די נארמאלע שכנות'דיגע באציאונג און אחריות. איך קען נאך א פאר קלענערע ארגאניזאציע'ס מיט די זעלבע פראבלעם. יד רחל, פערל בלוי ועוד.

יעדער ארגאניזאציע האט א נאמען וואס באדייט איהר עקזיסטענץ. 'מתעסקים' זאגט אלס וואס מיר דארפען וויסען.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:40 pm#340959
ליטוואק פון בודאפעסט: א יעדער לערנט אן אנדער פשט אין דעם ווארט ...מתעסקים... פארשטייצעך וואס מ'וויל ארויסנעמען פון דעם.

איך קען נישט יד רחל אדער פערל בלוי. די איינציגע וועג איך ווייס פון זיי צו זאגן איז די ליגנערישע בריוו וואס איך באקןם פון זיי אז כ'האב צוגעזאגט אין די טעלעפאן קאנווערסעישן 2,3, אדער 4 מאל ח"י. און זאלל עס מקיים זיין...ווייל די מנהל פון די ארגאניזאציע דארף...
[*]גיין אויף וואקאציע. שוין לאנג (6 חדשים)[*] נישט געווען אין א"י.
[*]דארף חתונה מאכן א קינד. און א דירה און צרכי החתונה איז נישט קיין ביליג געשעפט.
[*]דארף קויפן א ניע פור קויט פאר זיין רביצ'ן לכבוד די 15'טע עניווערסערי. זי האט אזוי לאנג אויסגעהאלטן פון זיינע משוגעת'ן קומט איהר א נייע פויר קאוט...
נאר ביי מיר גייען די אלע בריוון מיט די הארצרייסנדע בקשות גראד אין גארביטש קען...

שיעור פארגעסן. אין סאטמאר זענען דאך די תימנ'ער קינדער פאר וועלכע מ'דארף זארגן אז זיי זאללן ח"ו נישט אריינפאלן אין די הענט פון די טמא'נע ציונים. נאר אין די הענט פון די היימישע גנבים. עיין ב'קליפס של ניצולי תימן ב'מאנסי...!
פרייטאג יולי 08, 2016 10:35 am#341053
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך חלום שוין לאנג פון עפענען אן אשכול פון אידישע ארגאניזאציע'ס וואס מ'דארף פארמאכען? ייש"כ פאר'ן אנהויבען. למשל, ווער דארף הצלה אין לעיקוואוד? ווילסט העלפען? ווער אן ems! פ"וו דארפען מיר אן אייגענעם?! ברוקלין איז מעגליך אנדעריש, אבער לעיקוואוד זיכער. חברים, ווער דארף זיי? מאך AAA און ווייטער געגאנגען! מתעסקים? מ'איז נישט געזעסען שבעה איידער יענקי מאייער האט זיך געטראפען מיט וואס זיך צו באשעפטיגען? חסד של אמת האט נישט באגראבען מתי מצוה?
עכ"פ א ייש"כ נאכאמאל פאר'ן מעורר זיין די מחשבה צו דעם.


סתם קיין אראפרייסן ארגינעזאציעס איז נישט קיין קונץ, שטעל צוזאם אזא שיינע ליקוט ווי ATUB @רימון ATUB אויף סיי וואס פארא ארגינעזאציע און נאכדעם וועט מען רעדן, פון אייער שרייבן קוקט אויס אז איהר רעגט זיך אויף אלע ארגינעזאציעס בנשימא אחת, אן עפעס זאכליך.
מיט אנטשולדינג
פרייטאג יולי 08, 2016 12:14 pm#341076
.
פרייטאג יולי 08, 2016 12:16 pm#341077
berlbalaguleh האט געשריבן:רימון: קודם לאמיך דיך באגריסן און זאגן א יישר כח פאר דעם היקף'דיגן ארטיקל. אפס. אבער...! דו ביסט פאקטועל ראנג. און אויכעט איבער דיין אפשאצונג פונ'ם מצב אין הווה און פאר'ן עתיד.
דער פארהעלטניסמעסיג נידריגער פארברעכנס ראטע אין די אידישע געגנטער ווי וויליאמסבורג, ב.פ., פלעטבוש און אנדערע געגנטן איז צו פארדאנקען דעם פאקט אז די גוי'אישע פארברעכערס ווייסן אז אויב זיי צופיהרן זיך זייערע רויבערישע הענט וועללן קומען די אידישע שומרים און זיי כאפן און איבערגעבן פאר די פאליציי. און צומאל נאך ווערן אנגעריסן די ביינער אויך אלס א באנוס. טאמער זאלל זיך (ח"ו) אפיציעל פארמאכן די שומרים ארגאניזאציע וועללן דאס די פארברעכערס תיכף דערשפירן אז ס'איז הותרה הרצועה. און די פאלגן וועללן נישט פארשפעטיגן צו קומען.

די א.ד. ארגומענט האב איך שוין אסאך מאל געהערט אבער איך פארשטיי עס נישט, ווייל פון ווי ווייסען די גוים (עפי''ר אומעצויגענע קרימנאלען) וועלעכע גענגענט שומרים באשיצט און וועלעכע נישט ? און מיט די אלע מכות וואס די שקצים האבען אריינגעכאפט במשך די יארען פארוואס ווייסען זיי נאך אלץ נישט אז שומרים דעקט די וומס''ב און ב''פ געגענט?
פרייטאג יולי 08, 2016 12:45 pm#341083
לכאורה, זייער ווערסיע פון קאווע שטיבל, נעמליך "גנב שטיבל".
זונטאג יולי 10, 2016 1:19 am#341169
קאמענטירער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רימון: קודם לאמיך דיך באגריסן און זאגן א יישר כח פאר דעם היקף'דיגן ארטיקל. אפס. אבער...! דו ביסט פאקטועל ראנג. און אויכעט איבער דיין אפשאצונג פונ'ם מצב אין הווה און פאר'ן עתיד.
דער פארהעלטניסמעסיג נידריגער פארברעכנס ראטע אין די אידישע געגנטער ווי וויליאמסבורג, ב.פ., פלעטבוש און אנדערע געגנטן איז צו פארדאנקען דעם פאקט אז די גוי'אישע פארברעכערס ווייסן אז אויב זיי צופיהרן זיך זייערע רויבערישע הענט וועללן קומען די אידישע שומרים און זיי כאפן און איבערגעבן פאר די פאליציי. און צומאל נאך ווערן אנגעריסן די ביינער אויך אלס א באנוס. טאמער זאלל זיך (ח"ו) אפיציעל פארמאכן די שומרים ארגאניזאציע וועללן דאס די פארברעכערס תיכף דערשפירן אז ס'איז הותרה הרצועה. און די פאלגן וועללן נישט פארשפעטיגן צו קומען.

די א.ד. ארגומענט האב איך שוין אסאך מאל געהערט אבער איך פארשטיי עס נישט, ווייל פון ווי ווייסען די גוים (עפי''ר אומעצויגענע קרימנאלען) וועלעכע גענגענט שומרים באשיצט און וועלעכע נישט ? און מיט די אלע מכות וואס די שקצים האבען אריינגעכאפט במשך די יארען פארוואס ווייסען זיי נאך אלץ נישט אז שומרים דעקט די וומס''ב און ב''פ געגענט?

קאמענטירער: די גויים ווייסן גאנץ גוט דעם מצב אין די אידישע געגנטן. איך האב אליינס געהערט ווי 2 גויים שמועסן אין וויליאמסבורג ביי א כאפצעם, אז די אידישע ארגאניזאציע וועט נישט טשעפען איינעם סתם אזוי. נאר אויב איינער טוט עפעס ראנג וועללן זיי איהם גוט אנרייסן די ביינער און איבערגעבן פאר די פאליציי...!
זונטאג יולי 10, 2016 2:04 am#341178
רימון, זייער שיין אראפגעלייגט דברים של טעם. יישר כח!
מיטוואך יולי 13, 2016 9:17 pm#341963
כ'האב נישט וואס מגיב צו זיין אויף דער ארטיקל. כ'האב נאר זיך געוואלט באדאנקן פארן ארויפברענגן א גאר וויכטיגע און ריכטיגע טעמע. וויאזוי קען מען טאקע צוברענגן די idea מן הכח אל הפועל? וואס קענען מיר טון עס צו ברענגן למעשה?
פרייטאג יולי 15, 2016 9:49 am#342291
די ערשטע זאך וואס יעדער יחיד קען טון איז פשוט אויפהערן רופן שומרים און מעורר זיין די פאמיליע און באקאנטע אז רופן שומרים איז נישט ריכטיג.

אויף א גרעסערע פארנעם קענען די שרייבער וואס דרייען זיך דא אין שטיבל פארשפרייטען ATUB @רימון ATUB ׳ס נקודות בטוב טעם ודעת אויף זייערע פלאטפארמעס. לויט מיין מיינונג איז דאס נישט קיין קאנטראווערסיאלע נושא נאר ענדערש א דבר פשוט צו וואס עס פאדערט זיך בלויז awareness.
זונטאג יולי 17, 2016 8:51 am#342427
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך חלום שוין לאנג פון עפענען אן אשכול פון אידישע ארגאניזאציע'ס וואס מ'דארף פארמאכען? ייש"כ פאר'ן אנהויבען. למשל, ווער דארף הצלה אין לעיקוואוד? ווילסט העלפען? ווער אן ems! פ"וו דארפען מיר אן אייגענעם?! ברוקלין איז מעגליך אנדעריש, אבער לעיקוואוד זיכער. חברים, ווער דארף זיי? מאך AAA און ווייטער געגאנגען! מתעסקים? מ'איז נישט געזעסען שבעה איידער יענקי מאייער האט זיך געטראפען מיט וואס זיך צו באשעפטיגען? חסד של אמת האט נישט באגראבען מתי מצוה?
עכ"פ א ייש"כ נאכאמאל פאר'ן מעורר זיין די מחשבה צו דעם.

לאמיר רעדן תכלית:
מארגען וועסטו אהיים קומען אויס גמאטערט פון די ארבעט און די וועסט טרעפען א שייגעץ ביי דיך און הויז, די ערשטע סקונדע וועסטו קלינגען צו שומרים "וועגן די ווייסט אז זיי גייען דיך גלייך העלפען מיט די גאנצע הארץ"
די זעלבע זאך "חברים" די וועסט בלייבען שטעקן מיט דיין קאר א שעה פאר שבת וועמן גייסטו קלינגען???
"מתעסקים" ח"ו איינער פון דיין משפחה וועט נפטר ווערן וועמן גייסטו גלייך קלינגען???
איז פליז רעד נישט קיין שטותים און הייב אן צו רעדן צום זאך {וועגן דער נושא}
זונטאג יולי 17, 2016 8:55 am#342428
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
א. ניין, איך וועל קלינגען פאליציי, און דער וואס טוט נישט אזוי דארף ערשט הילף.
ב. איך וועל את קלינגען חברים ווייל איך בין שוין פארדארבען. ווען איך האב AAA קלער איך נישט קיין סעקונדע. דאס איז די בראך. מ'האט אויסגעריסען די פערזענליכע אחריות דורך ארגאניזאציע'ס וואס האבען נישט אויסגעפעלט.
ג. וכ"ה לגבי מתעסקים. מ'האט צוגענומען די אחריות פון די שכנים און די חברי הקהלה פאר קיין שום עכטע סבה.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 17, 2016 8:56 am#342429
-
זונטאג יולי 17, 2016 9:02 am#342430
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. ניין, איך וועל קלינגען פאליציי, און דער וואס טוט נישט אזוי דארף ערשט הילף.
ב. איך וועל את קלינגען חברים ווייל איך בין שוין פארדארבען. ווען איך האב AAA קלער איך נישט קיין סעקונדע. דאס איז די בראך. מ'האט אויסגעריסען די פערזענליכע אחריות דורך ארגאניזאציע'ס וואס האבען נישט אויסגעפעלט.
ג. וכ"ה לגבי מתעסקים. מ'האט צוגענומען די אחריות פון די שכנים און די חברי הקהלה פאר קיין שום עכטע סבה.


אפשר זענט איהר מער מרחיב מיט ב' און ג'
זונטאג יולי 17, 2016 9:15 am#342432
זייער פשוט.
אמאל, אדער עכ"פ ס'קומט אזוי, אז א מענטש זאל זיין responsible.
למשל, אויב ווייסט ער אז פארט צו "קאנטרי" 7 אזייגער, פארשטייט ער אליינס אז מנחה דארף ער דאווענען נאך אין שטאט, און מעריב אין איחוד / ניקלשבורג וכדומה.
האבן אבער עסקנים פארשטאנען אנדערשט, און האבן אראפגענומן דעם יחיד'ס אחריות, און האבן צוגעשטעלט פארן ציבור א "מנחה עריע", א זאך וואס שוין געברענגט היבשע נעגעטיוויע העדליינס, אויסער די אינערליכע גליק פרידמאן ראבערייען.
וואס איז די אויפטו?
זונטאג יולי 17, 2016 9:23 am#342433
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
ביז די אלערליי ארגאניזאציע'ס, האבען מענטשען פארשטאנען וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דאס לעבען. געוויסע זאכען קען מען נאר מיט'ן ציבור, אבער געוויסע זאכען האט מען אליינס געקענט. פון יאר צו יאר ווערען מער און מער זאכען ארויס פון די צווייטע גדר און אריין אין די ערשטע. א פאראנטווארטליכע מענטש פארשטייט צו מאכען AAA על כל צרה שלא תבא. מיר האבען פארלוירען אט די פאראנטווארטליכקייט מיט'ן זיך פארלאזען אויף ארגאניזאציע'ס.

ענליך איז די מתעסקים סומאטוכע. שכנים האבען פארשטאנען וואס מ'דארף טוהן פאר א שכן וואס זיצט שבעה. דער קהלה צו וואס מ'האט באלאנגט האט מסדר געווען דער מנין מיט א ס"ת און סידורים, די שכנים ערלעדיגען עסען וכהנה. ברגע מ'האט דאס אויסגעריסען האט מען צוגענומען א חלק פון די בין אדם לחבירו'דיגע לעבען.
א צושטעל צו דעם איז אפשר די ווארט פונ'ם ח"ח. פארוואס האט דער ס"מ ממציא געווען עלעקטע"ר? ווארום א מאליגע צייטען האט אן ארימאן וואס האט געוואלט עפעס טוהן פאר'ן אויבישטער'ס טוועגען צוזאמענגעקליבען שטיקלעך וואקס ביז ס'איז געווארען א לעכט'ל און געברענגט אין ביהמ"ד לכבוד ה'. דער נח"ר וואס איז געווען צום באשעפער איז צו גרויס געווען פאר'ן ס"מ און דעריבער האט ער אנגעברענגט עלעקטע"ר אז דער גאנצע זאך האט שוין נישט קיין פשט


קאווע טרינקער האט פיין געהאקט מיט א געוואלדיגע צושטעל.
מנחה אין מיט'ן גאס איז הלכה'דיג גאנץ שוואך. וואס האבען 'אונזער' עסקנים אויפגעטוהן?
זונטאג יולי 17, 2016 9:24 am#342434
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. ניין, איך וועל קלינגען פאליציי, און דער וואס טוט נישט אזוי דארף ערשט הילף.
ב. איך וועל את קלינגען חברים ווייל איך בין שוין פארדארבען. ווען איך האב AAA קלער איך נישט קיין סעקונדע. דאס איז די בראך. מ'האט אויסגעריסען די פערזענליכע אחריות דורך ארגאניזאציע'ס וואס האבען נישט אויסגעפעלט.
ג. וכ"ה לגבי מתעסקים. מ'האט צוגענומען די אחריות פון די שכנים און די חברי הקהלה פאר קיין שום עכטע סבה.

אזוי ווי עס איז דא אפאר סארטן קאמפניעס פון עלקטריק און גאז איז דא די זעלבע זאך
עס איז 2 קאמפניס יעדער איינער וועלט וואס ער טראכט איז בעסער פאר זיך
ח"ו איינער פון דיין משפחה וועט נפטר ווערן האב איך שטארק רחמנות אויף דיר וועגן דו גייסט זיך פארלאזען אויף עפעס א ליטוואק פון ליקוואד און....... :roll:
זונטאג יולי 17, 2016 9:39 am#342436
איך קען זיך נישט פארלאזען אויף מיין שכנים. ס'וועט זיי נישט איינפאלען אין קאפ אז איינער דארף דא הילף. מתעסקים האט זיי אויסגעריסען פון געוויסען דער חלק פון בין אדם לחבירו.

איך האב דערמאנט לב רחל. אמאליגע צייטען, ווען א פרוי האט געקימפעט האבען די משפחה און שכנים פארשטאנען אז מ'דארף עסען פאר א פאר וואכען און הילף מיט די אנדערע קינדער. און אלע האבען זיך צוגעשטעלט, שמור לי ואשמור לך. מה עשה הס"מ? געגרינדעט אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען יד רחל, וואס דארף שיקען מיידלאך צו העלפען קימפעטארען מיט די משפחה. זיי האבען אבער געהאט געזעצען, נאר צוויי וואכען און מ'האט געדארפט באצאלען.... זיי האבען געשיקט אלע קינדער נאך געלט פאר די וויכטיגע ארגאניזעציע און מפרסם געווען אז זיי זענען דא.

ביי מיין צווייטע קינד, האט מיין ווייב געדארפט ליגען היבש פאר'ן לידה. וואס טוט מען מיט'ן צוויי יעריגע בכור? איך האב נישט קיין משפחה. האט א שכנ'טע געזען וואס טוט זיך און זיך אריינגעווארפען אינ'ם ענין. זי האט געוואלט ערלעדיגען אז די שכנטעס זאלען איינטיילען יעדען טאג א צווייטען. יעדער איינער וואס זי האט געקלינגען האט געזאגט 'קלינג יד רחל' און יד רחל זאגט דאך נאר צוויי וואכען און נאר פאר געלט.

איך האב נאך משלים ווי די ארגאניזעציע'ס האבען חרוב געמאכט און געשעדיגט אנשטאט'ס העלפען, ועוד חזון למועד
זונטאג יולי 17, 2016 10:10 am#342439
די פראבלעם פון העלפן מיט עפענען ארגאניזאציעס און דערמיט חרוב מאכן און גרויסן, איז סאך סאך ערגער ווען ס'קומט צו די שטאטישע פראגראמען, ווי באוויסט האט סעקשאון 8 ארויף געשאסן די רענט פרייז און אזוי אויכט מעדיקעיד האט ארויף געשאסן די פרייז פון דאקטוירים, אויב וואלט ווען נישט געווען מעדיקעיד וואלט ווען קיין איין דאקטער נישט געקענט בעטן צוויי הונדערט טאלער בלויז פארן וויזיט נאך פאר וואס ווען ווי. און די זעלבע מיט אלע אנדערע שטאטישע הילף,אויב אזוי מה לנו צרה זו? אפשר הייבן מיר אלע אן צו פארפירן אז אונז ברויך'ן מער נישט די אלע הילף ???
זונטאג יולי 17, 2016 10:46 am#342445
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. ניין, איך וועל קלינגען פאליציי, און דער וואס טוט נישט אזוי דארף ערשט הילף.
ב. איך וועל את קלינגען חברים ווייל איך בין שוין פארדארבען. ווען איך האב AAA קלער איך נישט קיין סעקונדע. דאס איז די בראך. מ'האט אויסגעריסען די פערזענליכע אחריות דורך ארגאניזאציע'ס וואס האבען נישט אויסגעפעלט.
ג. וכ"ה לגבי מתעסקים. מ'האט צוגענומען די אחריות פון די שכנים און די חברי הקהלה פאר קיין שום עכטע סבה.

לגבי חברים ביסטו נישט גערעכט. טאמער האסטו AAA ווייסטו אז עס געדויערט באלד א שעה ביז זיי קומען אן. יעצט שטעל דיך פאר דו ביסט אויסגעשפארט פון דיין קאר אדער היים און דו האסט א בעיבי אינעווייניג
זונטאג יולי 17, 2016 10:51 am#342446
וואס טוט א גוי אין אזא פאל? פונקט אזוי זאלסטו טוהן. 911 ווי נחום האט אונז ליעב צו דערמאנען
זונטאג יולי 17, 2016 10:56 am#342447
יא אבער דעס קען אויך נעמען צייט. און וואס איז ווען ביסט אין א שטילע געסל אין ווער ווייסט וואו און דו דארפסט א בוסט?
זונטאג יולי 17, 2016 11:40 am#342458
עס איז מיר א שטיקל פלא ווי קלוגע אידן קענען צאמרעדן אזויפיל נארישקייטן. מילא פון ליטוואק רעד איך נישט, ער קוקט אויס צו זיין אינגאנצן אומוויסענד, קומענדיג פון א אנדערע פלאנעט. אבער די חסיד'ישע שרייבער דא ווייסן אז זאכן זענען נישט אזוי איינזייטיג ווי מען לייגט עס אראפ דא.

לאמיר זיך דערמאנען ווי אזוי שומרים האט זיך געגרינדעט. מיר ברוקלינע איינוואוינער, זענען אויפגעוואקסן אין א פחד און א שרעק. ווער געדענקט דען נישט ווי "יעדע איינציגסטע" נאכט האבן פאסירט מערערע "כאפצעמס". כמעט אין בית אשר אין שם רויבעריי. די טראומא וואס מערערע משפחות האבן אדורכגעלעבט האט געלאזט שרעקליכע עפעקטן אויף יארן שפעטער. מען האט ליטערעלי געלעבט אין פחד, ביינאכט פארשלאסן יעדע אריינגאנג מיט ריגל און טויערן, און עכ"ז האבן זיך די גנבים איבערגעקלוגט, און וויפיל מאל מען האט זיך ערוועקט ביינאכט מיט א רויבער אין דיינע ד' אמות, אדער פון דעם שכנ'ס קולות "כאפצעם"...

מען האט אודאי גערופן 911, אזוי ווי די קלוגע אדווייס פון אונזערע חכמים דא (ליטוואק בשם נחום). ווער געדענקט דען נישט די קאשמארן וואס מען האט געהאט ביז מען האט געזען א פאליציי קאר פאר די אויגן? מסתמא האבן זיי אויפן וועג צום גניבה געמאכט א סטאפ אין רעסטוראנט און געגעסן סאפער, ווייל ע"פ רוב בעפאר א האלבע שעה זענען זיי קיינמאל נישט אנגעקומען! און אפילו נאכן אנקומען האט מען ע"פ רוב געלאזט גיין דעם גנב פריי, מען האט זיך ווי-עס-איז ארויסגעדרייט פון די סיטואציע, און געלאזט די זאך לויפן ביז... די נעקסטע נאכט, וחוזר חלילה. בקיצור, א שירעם נאכן רעגן איז געווען מער נוצבאר ווי די 911 הילפ'ס רופן.

ברוקלין איז ממש געווען פארפעסטעט מיט רויבערייען. א מגיפה ממש! עס האט געהערשט אן הפקירות! מען האט געבעטן הילף פון די שטאטישע אגענטורן וועלכע האבן זיך בלויז אויסגעלאכט דערפון. די אומ'אחריות'דיגע ווערטשאפט האט געשריגן ביז'ן הימל. בכלל איז ברוקלין געווען אן אנשיקעניש פון כל מיני סארטן באנדיטן און פאברעכן אפילו נישט אין די היימישע געגענטער, ביז דזשוליאני האט אויסגעראטן פאברעכן בחוזק יד, אבער ביותר אין די היימישע געגענטער האט געהערשט א פולשטענדיגע אנארכיע, וואס בלויז איימיצער וואס האט דאן געוואוינט דארט קען עס פארשטיין.

נאך יארן בלוטיגן און ווארטן בכליון עינים אויף הילף וואס איז קיינמאל נישט געקומען, האט מען באשלאסן צו גרינדן די חברה שומרים. געווען געציילטע רבנים וואס כדרכם זענען געווען דערקעגן, אבער רוב ציבור ובתוכם אחריות'דיגע רבנים ועסקנים האבן געהאלטן אז הבא להרגך השכם להרגו איז שייך אפילו בזמן הזה, און מען האט זיך גענומען אין דער האנט אריין. צו זאגן אז שומרים האט פאראורזאכט א רעוואלוציע אין דעם הינזיכט, אין אן אנדערסטעיטמענט! זיי האבן פשוט אויסגערייניגט די לופט פון די רויבעריי פאלושען. כאפצעמ'ס איז צעביסלעך געווארן מער זעלטן, און איז כמעט א זאך פון די פארגאנגענהייט.

אנהייב איז עס געווען אביסל ווילד און אומפראפעסיאנאל. שפעטער איז מען געווארן מער ערנסט, מען האט געמאכט א קשר מיט די פאליציי אגענטורן, און מען האט אויסגעברייטערט די סערוויסעס – א חלק וועלכע 'חברים' האט שפעטער איבערגענומען – ווי צב"ש עפענען א פארשפארטן טיר, בפרט ווען א קינד איז פארשלאסן אליינס, אדער זוכן פארלוירענע מענטשן, העלפן אנקלאגן פאברעכער ווי גוי'טעס וואס גנב'ענען דזשולערי א.א.וו.

מעגליך אז @רימון איז גערעכט אז היינט קען מען שוין שפארן שומרים, קען זיין אז זיי האבן אויפגעטון זייער'ס, און אונז אלע געהאלפן. כ'ווייס נישט. אבער צו אוועקמאכן וואס זיי האבן אויפגעטון במשך די לעצטע צוואנציג יארן איז ממש אבסורד! ווייניג מענטשן קענען זאגן אז זיי האבן נישט נהנה געווען פון די שומרים דירעקט אדער לכה"פ אומדירעקט! אביסעלע הכרת הטוב וואלט נישט געשאדט פאר מענטשן וואס האבן אוועקגעגעבן יארן לאנג פון זייער שלאף נאר צו וואכן אויף אונז און אונזערע קינדער.

ווייטער די ארגאניזאציע 'חברים' איז זייער נוצבאר פאר אידן בכל מקום שהם. ווי @אויסגערוט און אנדערע ניקס שרייבן, AAA איז טאקע זייער גוט, אבער זייענדיג אין די פארגאנגענהייט א מעמבער ביי זיי ווייס איך אביסל וויפיל שעות מען האט געקענט ווארטן פאר הילף, בפרט פאר א טאואינג טראק, אפילו אין גאנץ באוואוינטע געגענטער, אפגערעדט פון א שטילע געגנט מחוץ לעיר. בכלל אפשר קען מיר ליטוואק מסביר זיין פארוואס איז AAA מער לעגיטים ווי חברים? ווייל זיי בעטן דיר 50 דאלער א יאר? ווייל זיי זענען גויים און חברים אידן? וואס אין גאט'ס נאמען קרענקט דיר?

חברים האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א אומגלויבליכע סוקסעס, און א געוואלדיגע הילף פאר יעדן איד באשר הוא שם, איך ווייס נישט אויב עס איז פאראן איינער וואס האט נאך נישט נהנה געווען פון זייערע סערוויסעס. פון העלפן מיט פלעט טייער'ס און אויסגעשפארטע קארס וכן אלע סארט קאר פראבלעמען, האבן זיך זייערע סערוויסעס אויסגעשפרייט צו די הייזער, ווי עפענען שלעסער און פארשפארטע טירן אינדערהיים, העלפן מיט צעבראכענע בוילער'ס, עמערזשענסי וואסער פארפלייצונג, און כנ"ל היינט העלפן זיי זוכן פארלוירענע מענטשן, און אנדערע סעיפטי זאכן. שפעטער האבן זיי זיך אויסגעשפרייט צו "אינטערסטעיט חברים" צו העלפן אפילו אין נישט לאקאלע געגנטער. גייט מען דאס פארגלייכן צו א מנחה עריע? איז אפילו דער משל דומה צום נמשל?

איך ווייס נישט אויב די מעמבער'ס ליינען דא, אבער אויב יא, וויל איך זיי אלע באדאנקען מיט א הילכיגן יישר כח! יא, איך האב הכרת הטוב, איך אפרישיעט ענקערע סערוויסעס מיר צו העלפן, און איך וואונטש ענק השי"ת זאל ענק באצאלן מיט כל טוב וטוב, אמן.
זונטאג יולי 17, 2016 11:50 am#342459
לאמיר פרובירן צו פארענטפערן. אלץ א הקדמה וויל איך זאגן אז איך שרייב דא נאר וויאזוי איך קוק אן די בילד.

מנחה עריע
אז איינער פארט ארויס פון די ארבעט זיבן אזייגער און דארף נאך גיין כאפן א מנחה אין שטאט איז עס א לאנגע שפיל, איך רעדט שוין נישט פון דעם אז מ'מאכט סייווי א סטאפ און מ'פלעגט דאווענען ביחידות.

חברים
ווען איינער ווערט אויסגעשפארט פון די קאר צו סיי וואס און דארף ווארטן אויף טריפל עי קען ער ווארטן זייער א לאנגע צייט, און נאכדעם קומט אן איינער אן קיין געפיל וואס די עקל'סט דיך צו שטיין לעבן איהם.

מתעסקים
אמאל בעפאר מתעסקים איז אויב די מענטש האט נישט באלאנגט פאר א קהילה האט ער נישט געהאט די מינימאלע געברויכן איז געקומען מתעסקים און אויפגעטוהן מוראדיג, און פארשטייט זיך אז די קהילת האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אויפגעהערט צוצושטעלן.

עפעס רחל
איינער וואס האט נישט געהאט קיין קרובים איז געווען אין בעד שעיפ איז געקומען די ארגינעזאציע און האט געמאכט אז מ'שטעלט צו פאר צוויי וואכן פאר יעדעם אבער אזוי ווי עס קאסט געלט בעטן זיי א אפצאל, און דעיס אז די לעיקוואדע האבן עס אנגענומען אז מ'טאר נישט העלפן פריוואט איז א אנדערע פראבלעם.

בנוגע שטאטישע פראגראמען
פארשטיי איך נישט פוקטליך, די פרייז פון א דאקטערס וויזיט איז 200 דולער אפגעזעהן צו מעדיקעיד באצאלט צו נישט, און די זעלבע זאך איז מיט רענט.

און די עיקר לאמיר נישט פארגעסן אז די אלע ארגינעזאציעס זענען דא ארויסצוהעלפן און אויב מ'וויל נישט מוז מען זיי נישט רופן.
זונטאג יולי 17, 2016 11:55 am#342460
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
גראדע בין איך אויך א מעמבער אין AAA אבער ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, איך האב געווארט אויף זייערע סערוויסעס אזוי לאנג אז איך האב שאדן געהאט די גאנצע נסיעה, אין איך נוץ זיי דארט ווי עס איז נישט בנמצא קיין חברים, ווייל חברים קומט אן אסאך שנעלער און זייער סערוויסעס בעסער.
און וועגן מתעסקים, כהאב נאך נישט געהערט ווי מתעסקים שטעלט צוזאם מנינים, זיי שטעלן צו ספרי תורות און סידורים, בענקלעך, און א מתעסקים פושקע, מנינים און עסן, קומען פון די משפחה און שכנים.
כהאב נאכנישט געהערט פון די ארגענאזאציע יד רחל, און די געגנט ווי איך וואוין, העלפן די שכנים, מיט הילף און עסן, וכדומה, אלס קינד געדענק איך פלעג זיין חסד דשיכון סקווירא, וואס זיי פלעגן געבן צו עסן פאר קימפעטארנס, אדער נישט געזונטע עלטערן וכדו', היינט בעטן זיי עפעס געלט, ווייל צרכי עמך ישראל איז ליידער מרובים.
בנוגע די מנחה עריע, זעה איך נישט די פראבלעם דערמיט, אפשר קאווע קענסטו עס בעסער מסביר זיין?
איך פארשטיי נישט די וואס רעדן זיך אפ אויף די ארגענאזאציעס? זיי האבן אונז מער געהאלפן ווי שאדן געמאכט, און זיי העלפן נאכאלץ.
זונטאג יולי 17, 2016 12:02 pm#342463
איך האב געשריבען א תגובה, ונמחקה.

איך בין דער אן קרובים, און איך האב שאדען געהאט פון רגלי רחל
זונטאג יולי 17, 2016 12:43 pm#342468
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קען זיך נישט פארלאזען אויף מיין שכנים. ס'וועט זיי נישט איינפאלען אין קאפ אז איינער דארף דא הילף. מתעסקים האט זיי אויסגעריסען פון געוויסען דער חלק פון בין אדם לחבירו.

----

ביי מיין צווייטע קינד, האט מיין ווייב געדארפט ליגען היבש פאר'ן לידה. וואס טוט מען מיט'ן צוויי יעריגע בכור? איך האב נישט קיין משפחה. האט א שכנ'טע געזען וואס טוט זיך און זיך אריינגעווארפען אינ'ם ענין. זי האט געוואלט ערלעדיגען אז די שכנטעס זאלען איינטיילען יעדען טאג א צווייטען. יעדער איינער וואס זי האט געקלינגען האט געזאגט 'קלינג יד רחל' און יד רחל זאגט דאך נאר צוויי וואכען און נאר פאר געלט.

איך האב נאך משלים ווי די ארגאניזעציע'ס האבען חרוב געמאכט און געשעדיגט אנשטאט'ס העלפען, ועוד חזון למועד

ווען דו וואלסט געוואונט אין וויליאמסבורג וואלסטע נישט געוואוסט פון אזעלכע פראבלעמען... די שכנים וואלטן צוכאפט דיינע קינדער פאר כאטש ווי לאנג און די וואלסט געהאט נאכטמאל 'יעדער' נאכט... אדרבה פרעג זיך נאך.
זונטאג יולי 17, 2016 12:47 pm#342470
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
וומסב"ג האט אזא ארגאניזאציע?
איך בין נישט דער איינציגסטע מיט אזא געשיכטע אין לעיקוואוד. מיין ווייב האט א חברט'ע א נעבעכ'ס נעבעך. איהר שכנים האבען אויך געשיקט צו בטן רחל. שאדען האבען זיי שוין געמאכט, מ'קען נישט זאגען 'אז דו ווילסט נישט רוף נישט'

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 17, 2016 1:00 pm#342471
אין לעיקוואוד איז פארהאנען אן ארגאניזאציע 'פערל בלוי'. דאס איז אויף צוצושטעלען פריוואטע מלמדים פאר קינדער וואס נויטען אין אזא זאך. זיי מאכען ריזיגע שנאדעראציט אפאראט'ן און קלינגען און שיקען בריווען און נאך און נאך.
כמבואר במקו"א, מיין ניין יעריג קינד איז ארויסגעטראסקעט פון חדר ע"י הממזרים עוכרי ישראל למשפחת ב. און איך האב זיך געספראוועט מיט איהם אין שטוב באלד דריי מאנאטען פון שנת תשע"ו. ביים אנהייב האב איך געקלינגען א פאר מענטשען צו זע'ען צו מ'קען טרעפען א פריוואטע מלמד אויף כאטש א פאר שעה א טאג, כדי ער זאל נישט גייען גענצליך ליידיג. אלע האבען געזאגט "קלינג 'פערל בלוי'"
שוין, איך קלינג זיי אן און די אלטע יעקישע פרוי וואס האט אויפגעהויבען האט אריינגעקראכען אין קישקע'ס, זי האט געבעטען אלע פאפירען, זי האט מיר אנגעשריגען און איינגעטיילט דעות. זי הייסט מיר גייען צו עפעס א מומחה אין אוטיזם. איך האב איהר געזאגט "דאס איז אביסל עקסטרעם". ענטפערט זי "נישט זיין אין חדר איז אויך עקסטרעם". מיט אזעלכע לאקשען און שטותים האב איך זיך געדארפט מוטשען און פארענטפערען, וויבאלד זיי האבען דאך מלמדים. צום סוף זאגט זי מיר "מיר האבען נאר מלמדים אין חדרים, נישט פריוואט אינדערויסען פון חדר, און נאר פון כתה ה' און ווייטער".

א פאר מאנאטען שפעטער באקום איך א טעלעפאן אין שטוב:
"העלא, דאס איז לפ"ב?"
"יא, ווער רעדט?"
איך קלינג פאר'ן מוסד 'פערל בלוי' וואס שטעלט צו מלמדים פאר קינדער וואסנויטען דערפאר. פאר א יאר האט איהר געגעבען $** אפשר ווילט איהר נאכאמאל אזוי געבען, צו גאר צוגעבען?"
"אזוי? איהר שטעלט צו מלמדים פאר קינדער וואס דארפען?"
"יא, אונז האבען בלאה בלאה בלאה"
איז פארוואס ווען איך האב אין דעם גענויט, האסטו מיר געדרייט א קאפ און גארנישט געגעבען? אפילו ווען איך האב צוגעזאגט צו באצאלען, האסטו גארנישט געהאט, נאר אריינגעקראכען אין קישקע'ס, מיר געדרייט א קאפ און מבזה געווען און געהאלפען גארנישט?"
און אראפ געקלאפט די טעלעפאן.

איך האב געהאט שאדען פון זיי, קיינער האט נישט געהאלטען ביים העלפען ווייל "ס'איז דאך דא פערל בלוי!" אבער קיין הילף האבען זיי נישט געגעבען, אפילו בשכר.

זאלען וויסען די אלע ארגאניזאציע'ס, ברגע זיי עפענען אויף און זיי פארקויפען זיך אלס די וואס שטעלען צו די הילף, זענען זיי שוין מחוייב דערין, זיי קענען זיך נישט אויסדרייען מיט'ן אויסרייד אז 'מיר קענען נאר אזויפיל, נישט מער'. דו האסט איינגערעדט דער ציבור אז מ'קען זיך פארלאזען אויף דיר, האסטו אוועק גענומען די געלעגענהייט פון הילף פון אנדערע. ביסטו שוין מחוייב צום ציבור, ביסט שוין נישט קיין וואלונטיר.
זונטאג יולי 17, 2016 1:12 pm#342474
קוקט אויס אז די ליטווישע פארשטייען נישט וואס א ארגינעזעישאן מיינט, און לויט ווי דו לייגסט עס אראפ דארף מען טאקע פארמאכן אלע ארגינעזאציעס אין די "עיר התארע" לעיקוואד, אבער איין רגע ווער זאגט אז דעמאלטס וועלן די ליטווישע שוין יא העלפן.

ביי אונז חסידישע העלפט מען זיך איינער די אנדערע אפילו אויב די ארגינעזאציעס וואס דארפן צושטעלן שטעלן נישט צו (מ'קען טראגן מענטשען צו שפיטעלער אן זיין א חסד מעמבער וכו' וכו' ) אז איהר ווילט קענט איהר אונז טשוינען :lol:
זונטאג יולי 17, 2016 1:31 pm#342478
ס'איז פשוט, סאטמאר רב האט אויסגעלערנט חסד און רבי אהרן קאטלער האט אויסגעלערנט נאר תורה, און חסד נאר פאר ת"ח.
זונטאג יולי 17, 2016 1:31 pm#342480
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
אפשר האט עס מיט לעיקוואוד אפשר מיט ליטווישער, איך ווייס נישט. ווען איינער אין וומסב"ג ווייסט פון א שכן וואס מוטשעט זיך מיט שפיטאל עניינים, טראכט ער פון מסדר זיין נסיעות צו ער טראכט גלייך אז ס'איז שוין דא אן ארגאניזאציע?

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
זונטאג יולי 17, 2016 1:32 pm#342482
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וומסב"ג האט אזא ארגאניזאציע?
איך בין נישט דער איינציגסטע מיט אזא געשיכטע אין לעיקוואוד. מיין ווייב האט א חברט'ע א נעבעכ'ס נעבעך. איהר שכנים האבען אויך געשיקט צו בטן רחל. שאדען האבען זיי שוין געמאכט, מ'קען נישט זאגען 'אז דו ווילסט נישט רוף נישט'

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

אזוי ווי @ווייל אזוי האט געזאגט, ביי אונגארישע העלפט מען אן קיין ארגאניזאציעס..
זונטאג יולי 17, 2016 1:34 pm#342484
ליטוואק, זעט אויס ווי דו ביסט א אונגארישער, און די באלאנגסט נישט אין לעיקוואד נאר אין וויליאמסבורג
זונטאג יולי 17, 2016 1:39 pm#342486
דאס איז זיכער איין מאל די ארגענאזאציע העלפט נישט וועסטו ביי די היימישע ווערן געהאלפן, קען זיין אז פארדעם וועט מען דיר שיקן צו די ארגענאזאציע.


בד"וו איך האלט שוין ביי א שיינע פאר ארגענאזאציעס יד רחל, רגלי רחל, בטן רחל, וואס קומט נעקסט?
זונטאג יולי 17, 2016 1:41 pm#342487
שמעקי האסט עס גענעילט! די נארישע רייץ צו זיין אובר-קיהל און אנטי עסטעבלישמענט איז אסאך מאל גורם אז דער עם חכם ונבון ווערט פארוואנדעלט אין א גרופע פון בלעבערינג מאנקיס.
זונטאג יולי 17, 2016 1:42 pm#342488
איבעראל האט מען געהאלפען אן א ארגאניזאציע. נאר ווען ס'איז דא אן ארגאניזאציע, הערט מען שוין אויף צו העלעפן, עכ"פ אין געוויסע אופנים.
איך וויל וויסען וואס איז ווען ס'איז שוין דא אן ארגאניזאציע, צו דער עולם אין וומסב"ג פארגעסט נישט אז ס'איז דא א מענטש וואס דארף הילף?
זונטאג יולי 17, 2016 2:05 pm#342494
קיינער איז נישט אין די מאד פון מיך לייקן היינט?
זונטאג יולי 17, 2016 2:11 pm#342495
א דאנק ליטוואק. זעסט, כ'אדיך געזאגט ביסט א אונגערישער...
זונטאג יולי 17, 2016 2:26 pm#342500
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל וויסען וואס איז ווען ס'איז שוין דא אן ארגאניזאציע, צו דער עולם אין וומסב"ג פארגעסט נישט אז ס'איז דא א מענטש וואס דארף הילף?


אויב די ארגינעזאציע שטעלט נישט צו א שטייגער ווי חסד אויב מ'איז נישט איינגעשריבן וועלן אנדערע אינגעלייט זיכער ארויסהעלפן און אזוי יעדע זאך.
אוואדאי קודם שיקט מען צום ארגינעזעישן אבער דו מיינסט אז טאמער איך וועל אליינס קלינגען מיכאל שניצלער בעטן ער זאל משמח זיין א חולה וועט ער נישט גיין ווייל איך הייס נישט מיקימי ? אויב ער קען וועט ער זיכער גיין אפילו אן מיקימי.
זונטאג יולי 17, 2016 5:20 pm#342528
פילע האבן ווי ערווארטעט רעאגירט צו מיין ארטיקל, אז די סיבה פארוואס מ'נויטיגט זיך אין א שומרים, איז ווייל זיי זענען זאגאר די וואס פארטרייבן די פארברעכער פון די היימישע געגנטער.
עס קען זיין אז עס איז אמאל אזוי געווען, היינט איז אבער קלאר נישט אזוי, ווי געשריבן מתחילה, די פארברעכן ראטע אין די היימישע געגנטער זענען בערך די זעלבע ווי אין אנדערע געגנטער.
אט האט איר די פארברעכן מאפע פון ניו יארק סיטי פאליסי, וועט איר זען אז פארברעכן איז איבעראל בערך די זעלבע מיט'ן אויסנאם פון געוויסע געגנטער, אין טייל פריסינקטס הארט נעבן די חסידישע געגנטער האבן אפילו ווייניגער פארברעכן ווי די היימישע געגנטער.
דאס ברענגט צו די מסקנא אז די שומרים צייטן זענען זיך שוין פארלאפן. איך פערזענליך ציטער יעדן טאג ווי דאס וועט אונז פירן, עס זעט דאך יעדער דער מצב פון די פאליציי אין לאנד ווי ווייניג זיי געניסן צוטרוי ביים פאלק, א שומרים ארגאניזאציע אין אזא ענווייראמענט איז א לעבעדיגע צייט באמבע.
מאנטאג יולי 18, 2016 12:57 am#342644
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס טוט א גוי אין אזא פאל? פונקט אזוי זאלסטו טוהן. 911 ווי נחום האט אונז ליעב צו דערמאנען

אבער אז ס'דא א בעסערע אפציע. דארף מען נישט אוועקנעמען די אפציע...!
מאנטאג יולי 18, 2016 5:15 am#342647
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז מיר א שטיקל פלא ווי קלוגע אידן קענען צאמרעדן אזויפיל נארישקייטן. מילא פון ליטוואק רעד איך נישט, ער קוקט אויס צו זיין אינגאנצן אומוויסענד, קומענדיג פון א אנדערע פלאנעט. אבער די חסיד'ישע שרייבער דא ווייסן אז זאכן זענען נישט אזוי איינזייטיג ווי מען לייגט עס אראפ דא.

העליך שיין אראפ גשריבען די גאנצע ארטיקעל
:דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:
א גרויסע יישר כח
מאנטאג יולי 18, 2016 12:56 pm#342668
די מציאות איז אז יעדער קען טון וואס מען וויל, ווי לאנג סקומט נאך די געזעצן פון לאנד, און איך זעה נישט וויאזוי מקען אפהאלטען איינעם פון טון אזאך, וואס ער וויל טוט פרייוויליג.

איך מיין אז די לעזונג פאר דער פראבלעם (חילל השם, צושמירט אין די פרעסע וכד') איז איין זאך -און סוועט ארויסהעלפען ביי נאך פעלער- ''אויפבינדען דעם ציבור פון די קייטען'' איך בין קיינמאל נישט אחראי אויף ענינים וואס איך בין נישט קיין שותף, ממילא קום נישט קיין טענות אויף מיר ווען איינער שמירט אונטער פאליציאנטען אדער אנדערע פאברעכנס וואס כהאב קיינמאל נישט געטון , און ווייל איינער וואס גייט מיט די זעלבע לבוש ווי מיר האט געטון מעשים אשר לא יעשו, זעה איך נישט פארוואס זאל איך זיין שולדיג.