מיטוואך יולי 13, 2016 9:11 pm#341961
פרומיזם - די נייע אידישע דענאמינאציע
אין מיין פריערדיגן מאמר האב איך אנאליזירט וויאזוי רבי'ס און רבנים קוקן אן דעם אידעאלן אידישן כלל, און וויאזוי זייערע ווערטער ברענגען צו דער לאגישער מסקנא אז א אידישע געזעלשאפט מוז זיין געבויט אויף אן אופן אז יעדע פרישע פרומקייט זאל צוביסלעך ווערן א חיוב אויף יעדן מעמבער פון דעם כלל. און היות מענטשן און געזעלשאפטן טוישן זיך, און היות די טוישונגען מוזן זיין נאר אויף רעכטס, מוז דער אידעאלער געזעלשאפט כסדר אויפקומען מיט פרישע עקסטרעמערע ערפינדונגען וועלכע מוזן ווידער ווערן א נחלת הכלל אין לויף פון די יארן.
כ'האב דארטן בקיצור דערמאנט "פרומיזם" ווי די נייע רעליגיע וואס ברענגט די אלע איבלען, און כ'וויל עס דא מער אויסשמועסן.
די דריי הויפט דענאמינאציעס אין אידישקייט האבן אנדערע השקפות וועלכע ווערן באשטימט דורך קוקן אויף דריי פאקטארן: גאט, תורה און מענטש – מיט אנדערע וויכטיגקייט שטאפלען.
ביי די רעפארמער איז דער סדר פון וויכטיגקייט אזוי: מענטש, גאט, תורה. דער מענטשליכער פארשטאנד איז אלעס וואס מיר קענען משיג זיין, און נאר מיט מענטשליכע השגות קענען מיר פארשטיין גאט. צו דעם קענען מיר שעפן אינספיראציע פון די חלקים פון דער תורה וועלכע לייגן זיך אונז אויף דעם שכל.
ביי די קאנסערוואטיוון איז דער סדר אזוי: גאט, מענטש, תורה. קאנסערוואטיוון גלייבן אין א צוזאמענארבעט צווישן מענטש און גאט: גאט וויל אז מיר זאלן היטן די תורה, אבער ער האט אונז געגעבן א תורה וואס קומט באגלייט מיט כלים איר צוצופאסן צו יעדן דור. קענען דעריבער די מענטשן צופאסן די תורה צו א הלכה'דיגן סיסטעם וואס פאסט פאר דעם היינטיגן דור.
ביי די ארטאדאקסן איז דער סדר אזוי: גאט, תורה, מענטש. דער מענטש האט נישט וואס אריינצורעדן אין גאט'ס פלענער – מיר קענען אים נישט משיג זיין, און אוודאי קענען מיר גארנישט טוישן. גאט האט אונז געגעבן די תורה וואס זאגט אונז וויאזוי זיך צו פירן, און וואס דער מענטש פארשטייט מיט זיין שכל קומט נישט אריין ביים באשטימען דעם רצון ה'.
אט דא קומט אריין די נייע דענאמינאציע אשר בשם "פרומיזם" יכונה.
ביי די פרומיסטן איז דער סדר פון וויכטיגקייט אזוי: תורה, מענטש, גאט. דאס אפהיטן די תורה, די פרומקייט, איז דער העכסטער אידעאל – דאס דארפן מיר דינען. צו דעם נוצן מען דעם מענטשליכן לאגיק צו לערנען הלכה, קוועטשן תורה, און כסדר אויפקומען מיט פרישע חידושים אין דער עבודת הפרומקייט. עס איז בכלל נישט דא קיין רעדע איבער דעם רצון ה', די חובת האדם בעולמו, די נשמה און רוחניות פון אידישקייט, די העכערקייט און איידלקייט וואס גאט האט איינגעפלאנצט אין אידישקייט. ביי די ארטאדאקסן איז די תורה א כלי צו דינען גאט; ביי די פרומיסטן איז גאט א כלי צו דינען די תורה – אדער זייער ווערסיע פון עקסטרעמער תורה.
ביי די פרומסיטן איז תורה און פרומקייט א ריזיגע געטשקע צו וואס מיר דארפן זיך ביקן. דארטן וואו די ארטאדאקסן זעען תורה ווי א מאניפעסטאציע פון גאט'ס רצון, זעען זיי א חומה בצורה צו וואס מ'דארף זיך ווארפן און שרייען קדוש קדוש קדוש. ווען עס איז א רעדע פון "מה ה' דורש מעמך" קוקן ארטאדאקסן אויף דער נשמה פון אידישקייט, אויף דעם רצון ה' זיך צו הייבן מיט ליבשאפט און איידלקייט דורך דער תורה. פרומיסטן זעען דעם "ה'" ווי די תורה אליין. אויב מ'דארף עפעס פארבעסערן איז נישט דא קיין גאט וועמען מיר ווילן פארשטיין, נאר עס איז דא א [פארקרימטע ווערסיע פון] תורה וואס זאגט אונז וויפיל מ'דארף אונטערדרוקן און באגרעניצן, וויפיל פרימער מ'קען ווערן, און וויפיל מער מ'קען פאדערן און טעראריזירן.
אסאך ארטאדאקסישע רבנים האבן געהאלטן אז ערליכע אידן טארן נישט שטיין אין דיאלאג מיט אידן פון אנדערע דענאמינאציעס. איך וועל נישט זאגן קיין פסק, אבער די וואס ווילן מחמיר זיין ווי אט די רבנים (ווי הג"ר משה פיינשטיין ז"ל און הגרי"ד סאלאווייטשיק ז"ל) דארפן נזהר זיין נישט אריינצוגיין אין א דיאלאג מיט פרומיסטן.