Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל

קאווע שטיבל • דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10787
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:35 pm#345289
ער האט געזאגט א שיעור דא אין במג און זיין מחותן האט זיך באגראבען פאר בזיונות. איך ווייס אז יעדער וואס האט פיינט גער האט ליעב אויסצורימען ר' שאול. איך וויל נאר איין זאך פרעגן, וועלכע תלמידי חכמים גייען ביי איהם רעדן אין לערנען מיט זייער שוועריקייטען אין לערנען?
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:42 pm#345293
(ביי מיר איז ר' שאול פונקט אזוי ווי אלע גערער, אבער האמת ניתן להאמר). זאג מיר ווער זענען די ת"ח וואס קומען רעדןן אין לערנען מיט ר' מלכיאל, ר' ירוחם און ר' מתתיהו? (אוי, ער קען דאך נישט...) און אויב ס'איז דא, ווער זאגט זיי גייען נישט צו ר' שאול נאר אן א פאמפע?

איך וואלט גערופן דער מחותן צו גיין קיין א"י רעדן אויב ער איז אזוי פארזיכערט...
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:44 pm#345295
דיין הנחות זענען אויף גארנישט געבויט. ר' מלכיאל און ר' ירוחם האבען קיינער נישט פראבירט צו מאכען פאר א ת"ק. צוויי פלעינער מענטשען, וואס זייער ספרים זאגען אונז צו וואס זיי טויגען.
דו האסט זיך עפעס איינגערעדט אז איך בין דער זעלבע שוואנץ ווי דיר, נאר איך שוואנץ פאר לעיקוואוד ווען א צווייטע טוט עס פאר וויזניץ באבוב בעלזא סאטמאר גער. איך שוואנץ פאר קיינעם, איך האב נישט קיין שיעבודים צו קיינעם.
זיין מחותן איז א געהעריגע בעלעבאס, נישט עפעס א לומד. ער האט זיך נאר געשעמט וויאזוי דער עולם האט עס אנגענומען.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:47 pm#345296
איך האב קיינמאל נישט געזען אדער געהערט קיין חידוש פון זיי אבער כ'האב געמיינט אז זיי זענען דיינע גאונים.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:52 pm#345298
פ"וו האסטו אזוי געמיינט? ווייל איך בין א ליטוואק וואס וואוינט אין לעיקוואוד. מעסט נישט יעדעם מיט דיין הויזען.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:16 pm#345303
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט זיך עפעס איינגערעדט אז איך בין דער זעלבע שוואנץ ווי דיר, נאר איך שוואנץ פאר לעיקוואוד ווען א צווייטע טוט עס פאר וויזניץ באבוב בעלזא סאטמאר גער. איך שוואנץ פאר קיינעם, איך האב נישט קיין שיעבודים צו קיינעם.

That's not not my problem
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:20 pm#345305
אין רוב ישיבות אין א"י נעמט מען פון ר' שאול אלטר'ס מ"מ פאר עיון, איך האב געהאט אפאר מגי"ש אין א"י שיינע ת"ח און אלע האבן אויסגערימט זיינע מראה מקומות ווי שיין מ'קען צאמפלעכטן איינס מיטן אנדערן. (און יעדע מגי"ש האט זיך געהאט אן אייגענע מהלך אין לערנען)
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 5:17 pm#345311
דער שמועס איז שוין בערך א טויזענט מייל אפגערוקט פון די נושא :? :?
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 3:33 pm#345419
-
דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 5:56 pm#345433
שמעקעדיג האט געשריבן:דער שמועס איז שוין בערך א טויזענט מייל אפגערוקט פון די נושא :? :?

לאו דוקא, די נושא איז מרבה צו זיין מיט 'חטא הידוע' פון מחלוקת....
מאנטאג יולי 31, 2017 5:49 pm#345475
שש משזר האט געשריבן:1. בעלזא, לעומת מאכניווקא וואס האט זיך גערופן אויך מיטן נאמען בעלזא.
2. גערע רבי האט איינגעפירט בקיאות אין די ישיבות, צו שמייסן זיין ערשטע קוזין דער עמקן וחריף, דער ראש ישיבה, ר' שאול אלטער.
3. מלכות בית בעלעד... דער עלטערער איז געווען פארטריבן פונעם טאטן, דער צווייטער איז דער זינגער.

שש משזר: ייש"כ פאר מפרש זיין. אבער דו האסט געהאט א הווה אמינא אז ער איז אזא תם (כ'מיין נישט תמים) אז ער האט נישט געוואוסט פון פריער. וואסי. ער לעבט אויף די לבנה...?!
מאנטאג יולי 31, 2017 6:52 pm#380921
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
berlbalaguleh האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:1. בעלזא, לעומת מאכניווקא וואס האט זיך גערופן אויך מיטן נאמען בעלזא.
2. גערע רבי האט איינגעפירט בקיאות אין די ישיבות, צו שמייסן זיין ערשטע קוזין דער עמקן וחריף, דער ראש ישיבה, ר' שאול אלטער.
3. מלכות בית בעלעד... דער עלטערער איז געווען פארטריבן פונעם טאטן, דער צווייטער איז דער זינגער.

שש משזר: ייש"כ פאר מפרש זיין. אבער דו האסט געהאט א הווה אמינא אז ער איז אזא תם (כ'מיין נישט תמים) אז ער האט נישט געוואוסט פון פריער. וואסי. ער לעבט אויף די לבנה...?!



די רעדסט צו @שש ווי כאילו ער דרייט זיך אינטערן פיס כמיש אהער אהין כזעה נישט קיינעם.
דינסטאג אוגוסט 01, 2017 9:48 am#380969
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
איי, דאס הארץ בענקט נאך @שש משזר!
נפשי חולת ארטיקלך.
דינסטאג יולי 24, 2018 3:05 am#409671
נעגעל וואסער האט געשריבן:איי, דאס הארץ בענקט נאך @שש משזר!
נפשי חולת ארטיקלך.

מצטרף.


ס'איז שוין אריבער נאך א יאר, ועדיין לא נושענו!
מ'ברויך מאכען חזרה.
דינסטאג יולי 24, 2018 10:38 am#409680
די אלע אמעראצים וואס זענען אזוי פארנומען מיט די גרויסע עבירה פון 'שנאת חינם' זאלן זיך ביטע פארמאכן דאס מויל, די לאו פון 'לא תשנא את אחיך בלבבך' איז גארנישט ערגער ווי סיי וועלכע אנדערע מצוה אין די תורה, פארשטאנען? ווען די גמרא זאגט אז ירושלים איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם מיינען זיי נישט אלץ עונש פאר עפעס א געפערליכע עבירה, זיי מיינען פשוט פראקטיש גערעדט אז מיט זייער פיינטשאפט איינער צום אנדערן האבן זיי זיך אליינס חרוב געמאכט. ופשוט היא לכל מי שעיין פעם במקורות.
זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:00 am#410917
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די לאו פון 'לא תשנא את אחיך בלבבך' איז גארנישט ערגער ווי סיי וועלכע אנדערע מצוה אין די תורה, פארשטאנען?

זעהט אויס דו ווייסט נישט אז עבירות שבין אדם לחבירו איז פיל הארבער ווי בין אדם למקום.
זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:14 am#410919
שלש תשובות בדבר:
א. להד"ם. לא תרצח איז בכלל נישט הארבער פון לא תנאף, און לא תשנא את אחיך איז די זעלבע הארב ווי לא תאכל כל נבילה.
ב. לא תשנא איז נישט דער איינציגסטער לאו שבן אדם לחברו.
ג. קענסט זאגן וויפיל שאלשידעס תורה דו ווילסט, אבער לייג עס נישט אן אויפ'ן גמרא.
זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:09 pm#410926
רביה"ק זי"ע, ווען מ'זאגט אז בין אדם לחבירו איז הארבער, מיינט מען געווענליך צו זאגן, אז מיט גאט איז גרינגער זיך דורך צו קומען, ווי מיט א בשר ודם. און דאס וואס דו זאגסט אז לא תשנא איז נישט די איינציגסטע לאו, ביזטו גערעכט, אבער שנאה בלב אויף א צווייטן איד איז דער געווענליכע דרייווער פאר אסאך עבירות שבין אדם לחבירו ווי למשל לה"ר ורכילות.
זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:13 pm#410933
אין אנדערע ווערטער, די עבירה בעצם איז נישט הארבער, ס'איז נאר א טעכנישע פראבלעם אז די דארפסט זיך דורכקומען מיט נאך איינעם.

בכל אופן, ס'שטייט נישט קיין ערגעץ אז די בית המקדש איז חרוב געווארן אלץ עונש ווייל מ'האט עובר געווען אויף די לאו פון לא תשנא את אחיך.