Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל

קאווע שטיבל • דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10787
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 4:49 pm#344925
דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
ברשות הרבנים הגאוה"צ שליט"א, כל הקהל הקודש הזה, וכל המשתתפים שיחיו.

מיר האבן זיך פארזאמלט היינט, אין די טרויעריגע ניין טעג - ימי בין המצרים, בשבוע שחל בו תשעה באב, אריינצוקלערן בשל מי הרעה הזאת. וואס האט גורם געווען דער חורבן, וואס האלט צוריק די גאולה, און וואס קענען מיר טון צו דערנענטערן משיח'ן.

לא איש דברים אנכי, איך בין נישט דער איש דברים וואס האט א שייכות מיט די ענינים וואס מ'וועט אויסשמועסן, איך בין נישט נוגע בדבר, און בעצם וויאזוי קען איך רעדן צו די באטרעפנדע איבער נושאים וואס האבן נישט איינגעלייגט מיט מיר. אבער תמכתי יתידותיי אויף די רבנים שליט"א, וואס רעדן כסדר איבער די נושאים פון אינטערנעט, פריצות, ושאר מרעין בישין, וואס זיי האבן אוודאי געוויס נישט קיין שייכות דערמיט, און טאקע צוליב דעם קענען זיי אריינרעדן דערין. דערפאר וועל איך טון דאס זעלביגע, ויהיו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל.


אין פסוק ווערט שוין דערמאנט די מושג, אז 'נחפשה דרכינו ונחקורה', מ'דארף אריינטראכטן און אריינקלערן 'בשל מי הרעה הזאת'? פארוואס ליידן מיר נאך אין דעם ביטערן גלות? מיר האבן אלץ געמיינט אז דאס אדער יענץ איז דער גורם דערצו, אבער אין די לעצטיגע יארן האבן מיר זיך איבערצייגט אז די אלע סיבות זענען אומריכטיג.


אדרבה, לאמיר אדורכגיין די אלע אמאליגע פראבלעמען, און מיר וועלן זען אז דער דור שטייט שוין גוט ב"ה:

א. פריצות - אמאל זענען אידן ליידער געווען אויסגעלאסן, פרויען זענען געגאנגען אויסגעשניטן און מיט די אייגענע האר. סאטמארער רב האט געפירט א מלחמת חורמה, און מ'האט עס פארטוישט אויף ביי האר. פון ביי האר איז עס געווארן שייטלען, און פון סיי וואספארא שייטל איז עס געווארן נאר קורצערע שייטלען.
קליידער קומען אן 6 אינטשעס אונטער די קניען, און אויבן דערשטיקט דאס כמעט די האלז.
אלע קאלירן זענען ביסלעכווייז אויסגעריסן געווארן, אזש מ'איז פארבליבן נאר מיט שווארץ/ווייס/גרוי וכדומה.
אפילו שטרימפ האט מען גע'אסר'ט כל מה שנראית כרגלים, און יעדער קען דערקענען אז זי גייט מיט א זאק איבער די פיס.
מעיקאפ איז גע'אסר'ט געווארן ביי די אויגן, פערפיום איז גענצליך גע'אסר'ט געווארן, און פרויען וואס דרייוון ווערן זייערע קינדער שוין נישט אקצעפטירט אין די מוסדות.
אה, און אפילו סנוד'ס האט מען שוין באוויזן צו לייגן א יד דערויף, עס אסר'נדיג ע"פ הוראת כ"ק אדמו"ר שליט"א, נישט ארויסלאזנדיג דעם הגה"ק פון זיין טיטל.
אלזא, די 'פריצות' קעיס איז געשלאסן. "אכשר דרא".


ב. כלים הטמאים - אמאל זענען אידן געווען משוקע אין די טריפה'נע כלים און טעכנאלאגיע. געליינט האט מען נאר די טיימס און פאוסט, געהערט האט מען ראדיא, געזען האט מען טעלעוויזיע. די רבנים נאכן קריג האבן גע'אסר'ט טעלעוויזיע און עס גענצליך אויסגעריסן, די גוי'אישע צייטונגען איז פארטוישט געווארן אויף היימישע געלע זשורנאליזם, און די ראדיא האט געמאכט פלאץ פאר קול מבשר [וואס איז שוין אויך גע'אסר'ט געווארן דורך מאנכע. נאר וואדען?].
שפעטער איז מען פרומער געווארן, און ווידעא מאשינען זענען גע'אסר'ט געווארן. דערנאך האט מען זיך גענומען צום אינטערנעט, גע'אסר'ט סיי וואס אן א שטרענגע קהילה פילטער אזש נישט אנצונעמען די קינדער אין די מוסדות.
דערנאך איז סמארטפאונס גענומען געווארן אויפן צימבל, און ווערט אטאקירט דורך מאנכע באופן כללי, און דורך אלע זעלבסטדערקלערטע קהל'ס פארזארגערישע בתי מדרשים אין יעדן צווייטן סמעדריש.
צווישן דעם אלעם, אסר'ן מאנכע סעלולארן מיט טעקסט, קאמפיוטער'ס מיט אינטערנעט מעגליכקייטן, קעמקארדער'ס, און ענדליכעס.
אלזא, די 'כלים טמאים' קעיס איז געשלאסן. "אכשר דרא".


ג. לערנען תורה - אמאל זענען געווען אומוויסנדע אידן, פוסטע עמי הארץ'ים, קיינער האט נישט געהאלטן ביים לערנען נאכן קריג. ישיבות זענען געווען אין דער ערד, קביעת עתים לתורה איז געווען אבסורד, און דף היומי איז געווען גע'אסר'ט ביי מאנכע. נאכן צענדליגע יארן הארעוואניע, זעען מיר אז ת"ת און ישיבות מאכן זיכער אז קיין אמאליגע ע"ה זענען נישטא אויפן מאפע, יעדע קהילה פארזארגט קביעות עתים'ס פאר די אנהענגער, יעדע צווייטע חסידות האט 'אן אייגענע' מהלך וואס צו לערנען - אבי ח"ו נישט צו לערנען וואס 'יענער' לערנט. תורה בומ'ט אוועק, מו"צ'לעך מערן זיך, און ספרים ווערן שנעלער געדריקט ווי צייטונגען.
תורה איז אפילו געווארן די הויפט פאקטאר ביי א גרויס חלק כלל ישראל, קרי: ליטוואקעס, אזש אויף דעם חשבון קען מען אפילו אונטערדריקן דער וואס לערנט נאר א האלבע טאג, און מאכן 'חרדים חדשים' פון מענטשן וואס זענען מקיים דעם 'גדול הנהנה מיגיעת כפו'.
אין נאמען פון תורה קען מען פסק'ענען וואס מ'וויל, ווען מ'וויל, צו וועם מ'וויל, ואין פוצה פה ומצפצף.
דעת תורה - אן ערפינדונג פון א ליטווישן גדול פערציג יאר צוריק, איז גאר קובע זאכן וואס האבן מיט די תורה איינגעלייגט ווי איך מיט כינעזע אויגן. אידן וואס חוץ פון גמרא והלכה ווייסן זיי נישט וויאזוי מ'צינדט אן לעקטער, זענען פוסקים אין יעדן קהילה'שע אנגעלעגנהייט.
אלזא, דאס 'תורה' קעיס איז געשלאסן. "אכשר דרא".


ד. חסד בין אדם לחבירו - אמאל האבן מענטשן נישט פארגינען איינער דעם צווייטן, אויסגעהאקט אן אייגענעם אויגן צו קענען אויסהאקן צוויי ביי יענעם, מיידלעך האבן באקומען גרויע צעפ ואין איש שם אל לב, אן ארימאן האט געקענט בעטלען פאר א שטיקל ברויט, עגונות האבן זיך געדרייט מיט פארוויינטע פנימ'ער, און יעדער האט געטראכט פון זיך, און אך ורק זיך. סאטמארער רב האט דורכגעפירט א רעוואלוציע, און איינגעפירט ברייטקייט ביים עולם. פאר יעדן פראבלעם זענען דא אידן וואס שטייען מיט ברייט אויסגעשטרעקטע ארעמעס צו העלפן.
ארגאניזאציעס קומען אויף ווי א שוואמען נאך א רעגן, מלכה מלכה'ס און טיי אווענט'ס פארנעמען דעם אויבנאן. פון איין אויסגעדראשענעם קופת רמבעה"נ, האבן מיר שוין דריי. שומרים איז שוין צוויי. דארפסט קינדער? ווייטער צוויי ארגאניזאציעס. אין שפיטאל הרג'ענען זיך אידן [צווישן זיך] דיר צו קענען העלפן און באדינען. כלל ישראל איז אזוי פול מיט חסד, אז אברהם אבינו'ס געצעלט איז א געלעכטער אקעגן די מאס הילף וואס מיר אפערן פאר יעדן עובר ושב.
מיר שטעלן איין א קראנקן ליטווישן שידוכים סיסטעם, אבער מיר בויען א שפיטאל נעבן צובראכענעם בריק, און עס זענען דא פארשידענע ארגאניזאציעס וואס ארלעדיגן אז מיידלעך זאלן נאך חתונה האבן בעפאר עס איז צו שפעט. מיר שטעלן איין א פארריקטע חרד'ישע סיסטעם וואס שטעלט אויס בחורים'לעך צו דיזעסטער נאכן חתונה, אנע טראפ בילדונג און מעגליכקייט צו צאלן די $2,000'דיגע רענט אין א לעכל אין וויליאמספארק, אבער מיר שטעלן צו הצילו פלאקאטן ווען די ווייב שטארבט פון עגמ"נ, און די מאן גייט אראפ פון זינען, אזוי אז די צען קינדערלעך - וואס רבנים האבן זיכער געמאכט אז זיי קומען אראפ אויפן וועלט - זאלן האבן פון וואס צו לעבן.
ב"ה געלט גיסט זיך, און מוסדות בויען טרקלינים חדשים לבקרים, און די חסד איז אויפן העכסטן שטאפל מאז היתה ישראל לגוי למשל ולשנינה.
אלזא, דער 'חסד' קעיס איז געשלאסן. "אכשר דרא".


ועדיין לא נושענו.
עפעס דער בייזער גאט וויל אונז נישט צוריקגעבן אונזער העכסטס באשערטער, בלוט פארדינטער, שווייס אויסגעהארעוועטער, דריטער ביהמ"ק ומלכנו בראשנו.
דארפן מיר אריינקלערן: בשל מי הרעה הזאת? ווער איז שולדיג אין אט די סומאטוכע? אויף וועמען דארפן מיר טייטלען מיט די פינגער? ווער האט נאכנישט מתקן געווען זיינע חטאים? ווער איז דער שלעכטגייציגער מענטש וואס לאזט נישט משיח קומען?

נאך לאנגע פיבערהאפטיגע מח קראצענישן בין איך אויפגעקומען מיטן ענטפער, בעז"ה און מיט די הילף פון די אבוה"ק. די סיבה איז די פאלגענדע פירצה בחומת הדת:


ה. די "חטא הידוע" רח"ל - מיר געפונען אין די ספרים הקדושים, ומקורו בזוה"ק, די חומר העוון פון די חטא הידוע רח"ל. מיר דארפן נישט אריינגיין און מפרט זיין דברים שהצנעה יפה בהם, אבער דער זוה"ק זאגט אז ס'איז א געפערליכע חטא וואס האלט אפ משיח'ן. יודעי דבר ווייסן, אז אויף די חטא קען מען כמעט נישט תשובה טון ל"ע, ושערי תשובה ננעלו בפניו ה"י.
דער אמת איז, אז אפילו אין די גמרא געפונען מיר סימוכין ומקורות לזה, ואכמ"ל, אבער דאס איז קלאר אז צוליב דעם חטא הידוע קמען אזויפיל חורבנות אויפן וועלט, און ליידער האבן די בעלי דרשנים ומעוררי מוסר נישט גענוג ארויסגעברענגט וואספארא ריזן חורבנות פאסירן אדאנק דעם שרעקליכן חטא.

איך רעד דא פונעם חטא הידוע "מחלוקת" און שנאת חינם. כמדומה בין איך נישט געשלאגן אין דעם, איך פיר נישט קיין מחלוקת מיט מיין ברודער יונגער/עלטער פון מיר מיט צוויי יאר, איך האב נישט פיינט זיינע חסידים, הצלחות, מוסדות, געלט.
איך פארשטיי נישט די תאווה פון זעקסטע הקפה ניגון ווען איך טאנץ ביי א חתונה, צושטערנדיג אן עדה אידן בעת שמחתם.
איך זע נישט די געשמאק אין פארגלייזן די אויגן בשעת מיינע חסידים שטורעמען אריין אין מיין בר פלוגתא'ס ביהמ"ד און זייען אן א חורבן.
איך האב בכלל נישט קיין השגה אין די טיפע כוונות וואס ס'ליגט אין מאכן א גדר צווישן צוויי בתי חיים וואס די מיטגלידער פון ביידע חסידים, טראכטן די זעלבע, רעדן די זעלבע, טראגן די זעלבע קליידער, און האבן די זעלבע שיטות.
איך בין צו קליינקעפיג צו פארשטיין פארוואס א פעטער און פלומעניק קענען נישט אויסטוישן ווערטער נאך א פסק בי"ד.
איך בין א תמים ווען עס קומט צו ערקלערן די חילוק צווישן דער פארטריבענער זון און דער זון דער זינגער.
איך בין בכלל נישט קיין מאן דאמר צו יורד זיין לסוף דעתם פון אלע רב'לעך מיט קליינע פאליטיק'לעך, וואס איינשטיין וואלט געוויס נישט געקענט פארשטיין מיט זיין גרויסן מח [אפשר לויט די טעאריע פון 'רעלאטיוויטעט', יא...].
איך בין נישט גענוג חריף צו כאפן די תאוה אין איינפירן נאר בקיאות ביי די בחורים, כדי צו שמייסן אן ערשטע קוזין.
איך בין ניטאמאל כקליפת השום צו משיג זיין פשט פון א מחלוקה'לע קעגן א פיצעלע רבי וואס האט געטראגן די זעלבע נאמען און צוגאב צו אן אייגענעם.
איך בין א שוטה גמור וואס פארשטייט נישט די חיובי סקילה ושריפה פאר מענטשן וואס דאווענען אין א צווייטן ביהמ"ד ווי דער רבי ז"ל האט געגרינדעט.

אבער איין זאך פארשטיי איך יא!
חז"ל האבן נישט געשריבן אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן צוליב פריצות, צוליב כלים טמאים, צוליב נישט לערנען, און צוליב קארגשאפט. חז"ל האבן געשריבן די פאלגענדע ווערטער (יומא ט' ע"ב): "מקדש שני, שהיו עוסקין בתורה ובמצות וגמילות חסדים, מפני מה חרב? מפני שהיתה בו שנאת חנם! ללמדך, ששקולה שנאת חנם כנגד שלש עבירות, ע"ז גלוי עריות ושפיכות דמים".

די פארשפרייטער פון די מערסטע שנאת חנם, מחלוקת, הלבנת פנים, און לשון הרע, זענען די וואס זענען פארנומען מיט קליינליכע פראבלעמען, ווי פריצות [וואס מ'האט שוין פאר'אכשר דרא'ט], כלים טמאים [וואס מ'האט שוין פאר'אכשר דרא'ט], לימוד התורה [וואס מ'האט שוין פאר'אכשר דרא'ט], און טון טובות פאר אנדערע [וואס מ'האט שוין אויך פאר'אכשר דרא'ט]. אבער חז"ל צייגן פאר אט די מוסר זאגער'ס, בשל מי הרעה הזאת.


טייערע אדמורי"ם רבנים גאו"צ, ראשי ישיבות, ויושבים על מדין: אויב משיח וואלט שוין דא געווען, וואלט עס פון פריש חרוב געווארן. איר ווייסט פארוואס? צוליב אייער 'חטא הידוע', שנאת חנם. די חטא הידוע איז כמעט אוממעגליך תשובה צו טון דערויף, ווייל עס קומט אייביג פארבינדן מיט חילול ה', אויף וואס אפילו יו"כ איז נישט מכפר. קיין וואונדער אז משיח איז נאכנישט דא.

די איינציגסטע זאך וואס קען נאך מכפר זיין דערויף, איז מאכן א קידוש ה'. גיבט אויף אויף אייער עגא, לאזט אייך אראפ מן הפחותים שבעם צו נארמאלקייט, בעט אייך איבער מיט אייערע נאנסטע - די אייגענע געשוואוסטער, און ווייזט פאר כלל ישראל א סעמפל אז אפילו איר קענט תשובה טון אויף דעם איין פשוט'ן חטא הידוע וואס איז ידוע לכל אז איר זענט געשלאגן דערויף.

ובזכות זה, מי יודע, אפשר וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן בקרוב, ומלכינו ואחיו בראשינו, ונאמר אמן.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:05 pm#344927
אמן
BTW it will never happen

ע"כ גיב איך אויף
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:06 pm#344929
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
א קנאק פון אן ארטיקל!!!

כ'האף אז ס'גייט אריין אינעם וועקער מיט בילדער פון אלע בעלי חטא הידוע (קענסט נעמען פון כל העולם כולו וכדו') כדי די עולם זאל וויסן צו שטיין ווייט.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:19 pm#344934
פשיהא, אזא ארטיקל..!! טאקע פונקט פאסיג פאר די 9 טעג פאר התבוננות!

און נישט נאר דאס, נאר כמעט תורה לשמה! פונקט די וואך האב איך געלייענט אין דער איד ענליך פונעם צאנזער רב ז"ל...
דא האסטו א קאפיע, ברוך שכיוונת!

.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:22 pm#344935
און אגב אז מען רעדט שוין, האב איך געשריבן גאנץ ענליך אין דעם אשכול

l viewtopic.php?f=24&t=10038 l
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:24 pm#344936
שש משזר: שפתיים ישק...! נאר איך וויל צוגעבן א ביסל בדרך דרוש און א סאך בדרך הלצה/הצלה...!
שתי הערות יש בדבר: איינס פון די הויפט סיבות פארוואס משיח איז נאכנישט געקומען,כאטש אונז האבן שוין מתקן געווען די מערסטע חטאים. די פראבלעם איז, אז די גרויסע ארגאניזאציעס ורבותניו בראשינו, ווילן אייביג מתקן זיין יענעם'ס חטאים. ווען מ'וועט אנהייבן ארייצוטראכטן אז אפשר טויג איך אליינס נישט, אולי יחוס עם עני ואביון, אולי ירחם...!
ועוד יש לומר. ווען אונז זעמיר אויפגעוואקסן איז נאר געווען איין חטא הידוע. שטייצעך אז אין דעם איז שוין נכלל געווען אלע אנדערע עבירות שבשיטה...און דאס איז ציונות...אט דער חטא איום ונורא האט מעכב געווען די גאולה. יעצט אז איך הייב שוין אן מפשפש צו זיין במעשי. אפשר איז דא נאך א טעם. לולא ד'מסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס וואס די נשים טראגן סנאאדס. פון רויטע טורבאנ'ס רעד איך שוין נישט. און אז זיי קושן די קינדער, רח"ל מהאי דעתא ווען די הייליגע באס דרייווערס און די הייליגע באס רעבעס שליט"א קומען צו פארן.
אחרי פיש-פוש במעשים זעמיר געקומען צו די מסקנא אז צוליעב פיהרן פאלשע און קארופטירטע דין תורה'ס דורך אלטע באטשי'ס וואס דרימלען ווען די בעלי דינים רעדן און זיי פסק'נען סייווי לויט ווי איצא שייגעץ ווערט באצאלט. און אז מ'ווארפט זיך ארום מיט די בני עניים אין ת"ת'ס און מיידל סקולס ווי גלייך זיי וואלטן געווען א באנטש אוו טוטה-פיקס אדער פויערלעך אויף א שאך ברעט, דאס איז זיכער נישט פון די זאכן וועלכע זענען מעכב די גאולה...ס'קען נישט זיין... :roll:
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:50 pm#344945
שש משזר האט געשריבן:עפעס דער בייזער גאט וויל אונז נישט צוריקגעבן אונזער העכסטס באשערטער, בלוט פארדינטער, שווייס אויסגעהארעוועטער, דריטער ביהמ"ק ומלכנו בראשנו.

פון די 2 ווערטער האב איך עקסטער הנאה געהאט :lol: :lol:
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:08 pm#344956
די רבי זי"ע האט אמאל צוגעלייגט אז ווער ס'גלייבט נישט אין די מאמר חז"ל אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם און מחלוקות דער איז א כופר בעיקר, און ווער ס'איז זיך רח"ל מתחבר צו די בעלי מחלוקות ווערט נכשל רח"ל אין הארבן איסור פון התחברות לרשעים.
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:20 pm#344961
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
איין זאך איז לכאורה קלאר כל מי שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו אין מען מיינט מיינע עבירות און נישט יענעםס
על כן זאלן די רבנים מתקן זיין זייערס און אונז וועלן מתקן זיין אונזערס
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:35 pm#344965
נהורא נפישא האט געשריבן:די רבי זי"ע האט אמאל צוגעלייגט אז ווער ס'גלייבט נישט אין די מאמר חז"ל אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם און מחלוקות דער איז א כופר בעיקר, און ווער ס'איז זיך רח"ל מתחבר צו די בעלי מחלוקות ווערט נכשל רח"ל אין הארבן איסור פון התחברות לרשעים.

וועכע רבי? אמת'דיג. ATUB @נהורא נפישא ATUB
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:50 pm#344969
הערליך און צום זאך. ATUB @שש משזר ATUB , איך גיב דיר אן אלטימעטום: אדער לייג עס אריין אין די וועקער אדער אהער מיט א PDF. איך נעם מיך אונטער עס צו פרינטן פאר מיין אבי, רב און זייערע קינדער.

Let's stop the bleeding
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:06 pm#344971
כ'ציטער פון אן אולטימאטום, אלזא, נאדיר ו ATUB @שלום על ישראל ATUB ...


- להנאת הציבור -
פי.די.עף. פון דעם ארטיקל:
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:44 pm#344993
שש משזר האט געשריבן:כ'ציטער פון אן אולטימאטום, אלזא, נאדיר ו@שלום על ישראל...


- להנאת הציבור -
פי.די.עף. פון דעם ארטיקל:

א ריזיגע דאנק. לאמיך רופן מיין רב און מאכן אן אפוינטמענט...
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 11:41 pm#345000
שש משזר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די תאווה פון זעקסטע הקפה ניגון ווען איך טאנץ ביי א חתונה, צושטערנדיג אן עדה אידן בעת שמחתם.
איך זע נישט די געשמאק אין פארגלייזן די אויגן בשעת מיינע חסידים שטורעמען אריין אין מיין בר פלוגתא'ס ביהמ"ד און זייען אן א חורבן.
איך האב בכלל נישט קיין השגה אין די טיפע כוונות וואס ס'ליגט אין מאכן א גדר צווישן צוויי בתי חיים וואס די מיטגלידער פון ביידע חסידים, טראכטן די זעלבע, רעדן די זעלבע, טראגן די זעלבע קליידער, און האבן די זעלבע שיטות.
איך בין צו קליינקעפיג צו פארשטיין פארוואס א פעטער און פלומעניק קענען נישט אויסטוישן ווערטער נאך א פסק בי"ד.
איך בין א תמים ווען עס קומט צו ערקלערן די חילוק צווישן דער פארטריבענער זון און דער זון דער זינגער.
איך בין בכלל נישט קיין מאן דאמר צו יורד זיין לסוף דעתם פון אלע רב'לעך מיט קליינע פאליטיק'לעך, וואס איינשטיין וואלט געוויס נישט געקענט פארשטיין מיט זיין גרויסן מח [אפשר לויט די טעאריע פון 'רעלאטיוויטעט', יא...].
איך בין נישט גענוג חריף צו כאפן די תאוה אין איינפירן נאר בקיאות ביי די בחורים, כדי צו שמייסן אן ערשטע קוזין.
איך בין ניטאמאל כקליפת השום צו משיג זיין פשט פון א מחלוקה'לע קעגן א פיצעלע רבי וואס האט געטראגן די זעלבע נאמען און צוגאב צו אן אייגענעם.
איך בין א שוטה גמור וואס פארשטייט נישט די חיובי סקילה ושריפה פאר מענטשן וואס דאווענען אין א צווייטן ביהמ"ד ווי דער רבי ז"ל האט געגרינדעט.


איך פארשטיי אויך נישט, דארפסט רעדן צו מיין ברודער / פלומעניק / קאזין.
איך בין אן אוהב שלום ורודף שלום, די אנדערע צד זיי זענען די מחרחרי ריב, זיי היצן אן די מחלוקות'ן ביי כלל ישראל.
איך האב נאך קיינמאל געטשעפעט קיין פליג, אויסער ווען כ'האב זיך געמוזט פראטעקטן ווען די צד שכנגד האט געוואלט אונטערברענגען די יסודות הדת.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:04 am#345006
צוריקגעצויגן
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:06 am#345007
שש אן אייזערנע ארטיקל . איך מיין זאלסט צושרייבן ביי יעדע פרשה וואס דו רעכענסט אויס , די נאמען פונעם הויף, אלטץ לצנותא דעבודה זרה . אויך בין איך נישט אזוי באהעווענט אין יעדע שטות מחלוק'לע ווי
שש משזר האט געשריבן:איך בין ניטאמאל כקליפת השום צו משיג זיין פשט פון א מחלוקה'לע קעגן א פיצעלע רבי וואס האט געטראגן די זעלבע נאמען און צוגאב צו אן אייגענעם.


שש משזר האט געשריבן: איך בין נישט גענוג חריף צו כאפן די תאוה אין איינפירן נאר בקיאות ביי די בחורים, כדי צו שמייסן אן ערשטע קוזין.


שש משזר האט געשריבן:איך בין א תמים ווען עס קומט צו ערקלערן די חילוק צווישן דער פארטריבענער זון און דער זון דער זינגער
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:07 am#345008
1. בעלזא, לעומת מאכניווקא וואס האט זיך גערופן אויך מיטן נאמען בעלזא.
2. גערע רבי האט איינגעפירט בקיאות אין די ישיבות, צו שמייסן זיין ערשטע קוזין דער עמקן וחריף, דער ראש ישיבה, ר' שאול אלטער.
3. מלכות בית בעלעד... דער עלטערער איז געווען פארטריבן פונעם טאטן, דער צווייטער איז דער זינגער.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:00 am#345028
כ'קליק רעאגיר, כ'וויל אנהייבן שרייבן.... מחשבות דרייען זיך אין קאפ, ווי א וואש מאשין מוצאי תשעה באב, ווי הייב איך אן? וואס שרייב איך קודם? כ'טריי אביסל צוזאם נעמען די געדאנקען, עפעס גייט דא נישט, כ'טראכט און טראכט אפשר דאך..

ביז כ'בין געקומען צו די מסקנא, ס'נישט דא וואס צו צילייגען! ס'איז יעדע ווארט 100% אמת ויציב! קריסטל קלאר ארויס געברענגט די ווייטאג'ליכע מציאות...
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 3:36 am#345031
דברים כדרבונות. אונזער חבר שש משזר האט זיך אויסגעלאזט אויפן מארק זוכן די סיבה פארוואס עדיין לא נושענו, און איז צוריקגעקומען מיט פשוט פשט אין א גמרא וואס ברויך ניטאמאל א פירוש רש״י.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:44 am#345034
כ'האב מיך יעצט דערמאנט נאך אן אינטרעסאנטן עפיזאד: זיצנדיג אמאל אין אפיס פון התאחדות הרבנים. (ווען כ'האב נאך געגלייבט אז זיי האבן נאך א ביסל ערליכקייט און יושר). דער מוסד וואס די רבי זי"ע האט געגרינדעט מיט בלוט און שווייס אז דער היימישער עולם זאלל זיך ח"ו נישט מישן מיט די ציוניסטישע אגודת הרבנים, רח"ל. הער איך ווי דער סעקרעטאר (נישט א טמא'נע אישה, ח"ו) ענטפערט אויף א טעלעפאן קאלל בלשון שאלה..."נו, וואס איז דאס סיליקאן? און ער איז ממשיך און זאגט, אבער וואס איז דאס סיליקאן...? כ'האב נישט געהערט דעם ענטפער וואס יענער האט איהם געגעבן. אבער כ'האב מיר געמאכט א חשבון אז אזא גרויסע ארגאניזאציע וועלכע געט הכשרים אויף טויזנטער פראדוקטן זאלל נישט האבן קיין מושג וואס סיליקאן איז. או.קעי ער מוז נישט זיין קיין ענזשיניער. אבער ער וואלט דאך געמעגט האבן א מושג פון א כעמיקאל וואס ווערט באנוצט דורך פאבריקן וואס נעמען השגחה...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה'לע וואס כ'האב אמאל געליינט אין אן אנטיסעמיטישן בוך פון ענגלאנד. כ'עלל עס פארציילן אין די אריגינאלע שפראך. אויף ענגליש..!

Moses worked for a rich landowner. He was managing his properties. One day, the boss calls Moses to his office and tells him the following..." I like Pink Poodles very much. If you bring me a Pink Poodle within 2 weeks, I will pay you 300 Pounds. Moses starts arguing with his boss and tells him..."No. I want 500 Pounds. Boss says. No. I'll pay you only 300P. The argument went on. After a while, the boss gave in and agreed to pay Moses 500P. That day Moses went home and asked his wife..."Sarah, What's a Pink Poodle...?"
דאס איז גענומען פון אן אנטיסעמיטישן ביכל וועלכע האט געדארפט אויסלערנען צו רעדן ענגליש...!
נמשל כבהמות נדמו. דאס איז די גרויסע און הייליגע התאחדות וועלכע געבן השגחה אויף טויזנטער פראדוקטן און זיי פארקויפן אויך א ביכל מיט א ליסט פון אלע כשרות פראדוקטן אויף פסח. און זייער סעקרעטאר האט נישט קיין מושג איבער א בעיסיק פראדוקט וואס ווערט באנוצט אין די אינדוסטרי... :lol: :roll:
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:45 am#345057
איך בין נישט נוגע בדבר, און בעצם וויאזוי קען איך רעדן צו די באטרעפנדע איבער נושאים וואס האבן נישט איינגעלייגט מיט מיר.
הממ...
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:53 am#345058
פרייוויליג האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:די רבי זי"ע האט אמאל צוגעלייגט אז ווער ס'גלייבט נישט אין די מאמר חז"ל אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם און מחלוקות דער איז א כופר בעיקר, און ווער ס'איז זיך רח"ל מתחבר צו די בעלי מחלוקות ווערט נכשל רח"ל אין הארבן איסור פון התחברות לרשעים.

וועכע רבי? אמת'דיג. @נהורא נפישא

סאטמאר רב פלעגט אייביג זאגן, ווער ס'האט אפילו א מחשבה'לע פון א ספק איבער די ווארהייט פון א מאמר חז"ל איז דאס מינות רח"ל און איך וויל נישט אזא איינער זאל זיך געפונען ביי מיר אין ביהמ"ד.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:55 am#345067
זענען נישט די רבי'ס געבוירען געווארן צו עלטערן וואס האבן זיך שוין געקריגט? נו אויב אזוי זענען זיי דאך נאר תינוקות שנשבו..?
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 1:35 pm#345082
שש משזר האט געשריבן:דעת תורה - אן ערפינדונג פון א ליטווישן גדול פערציג יאר צוריק


פשט??
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 4:06 pm#345112
איך געס אז ער מיינט הרב שך.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:00 pm#345166
שש'ל טייערע.
יעדער פארשטייט צו זיינע עגאאיזם און תאוות.

פרובירן זאל איינער צוצונעמען פון דיר א צוויי טויזענט לייקס.... א מלחמת חרמה וועסטו ערקלערן קעגן אים. טראץ דעם וואס אלע זעקסטע הקפה טאנצערס האבן נישט קיין השגה וואס די מחלוקת איבער א לייק איז.

דו פארשטייסט נישט זייער תאווה צום זעקסטן מידה, זיי פארשטייען נישט דיין תאוה צום לייק.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:13 pm#345167
איך פארשטיי אבער יא אז דו קומסט טריצן, און נישט פארענטפערן די עוולה פון די צדיקי זמנינו, און אעפ"כ קום איך נישט ארויס מיט א מלחמת חורמה אנטקעגן דיר. שמע מינה, אז כ'האלט א שטאפל העכער פון די אדמורי"ם.

אגב, נעקסטיים ווען דו ווילסט דיך שלאגן מיט דיין פעטער, דארפסטו עס נישט טון דא אויף ק"ש. מ'קען עס ארלעדיגן פריוואט...
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:20 pm#345168
הרב שטיינפעלד דיין טראכטער איז ראסטיג, האלטסט דיין צושטעל פון לייקס ביז מחלוקת איז עפעס א דמיון?
צווישן א עשה און א לא תעשה, דאוריתא דרבנן,מצוה רשות עבירה כאפסטו א חילוק? אדער אלעס ביי דיר די זעלבע?
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:23 pm#345184
און נישט נאר דאס. ווען שש דארף לייקס טרעט ער אויף די תורה? ווען שש דארף לייקס מאכט ער א חורבן בית המקדש ?? איך מיין וואס אין די וועלט איז דיין צושטעל פון רבנים וואס טאנצן קדוש און מאכן אן חרבנות. אבער די סמארטפון איז שילדיג!
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:40 pm#345186
בארואיגטס ענק, משולם האט עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי עטס נעמטס עס אן.
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:46 pm#345189
סמבטיון האט געשריבן:בארואיגטס ענק, משולם האט עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי עטס נעמטס עס אן.

Thanks for clarifying
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:28 am#345195
סמבטיון איז גערעכט אז איך האב עס נישט געמיינט אזוי ערנסט. אבער קוק ווי ערנסט שש'ס פענס נעמען זיך אן פאר אים בלויז פאר די הוה אמינא פון רירן זיין קרוין פון לייקס.

אמת, עס איז א ווירטואלע וועלט, און מען איז נישט עובר קיין שום איסור מיטן צו נעמען לייקס, מיטן כובש זיין לייקס, און אפילו פארן טריצן מיט הער משזר איז מען נישט עובר קיין שום איסור.

אבער אז עס איז א ווירטואלע וועלט וואס ווערט מען אזוי צושפילט?
פארוואס אין די רעאליסטישע וועלט ווען איין רבינס חסידים ווערן צושפילט אז דער צווייטע רבי טשעפעט זיי און טריצט מיט זיי קען מען עס אינגאנצן נישט פארשטיין?

איך 'פארשטיי' מער אז א חסיד זאל זיין פארווייטאגט ווען ער פילט אז דער צווייטער נעמט אים עפעס צו, ווי אז א ניק דא זאל זיך אננעמען אויב מען טשעפעט מיט א צווייטן.
ער קען זיין מער 'בארעכטיגט' ווייל אין ריעל לייף שפילט מען מיט איסורים, אבער עס איז אזוי נישט צום פארשטיין?
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:32 am#345196
ווען איך האב ווען א הווה אמינא אז דו פארשטייסט וואס דו רעדסט, און וויאזוי דו ביזט מדמה מילתא למילתא, וואלט איך מיך אפשר געמיהט צו מסביר זיין אז יעדע שורה קלעבט נישט צום אנדערן. אבער היות כ'גלייב נישט אז דו האלטסט יא אז דיין דמיון און גערעדאכץ איז צום זאך, איז א שאד כ'זאל אפפרעגן.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:37 am#345197
שש משזר האט געשריבן:ווען איך האב ווען א הווה אמינא אז דו פארשטייסט וואס דו רעדסט, און וויאזוי דו ביזט מדמה מילתא למילתא, וואלט איך מיך אפשר געמיהט צו מסביר זיין אז יעדע שורה קלעבט נישט צום אנדערן. אבער היות כ'גלייב נישט אז דו האלטסט יא אז דיין דמיון און גערעדאכץ איז צום זאך, איז א שאד כ'זאל אפפרעגן.

די שפראך דערמאנט מיר פון א חסיד וואס שטייט ביים עק זאל ווען זיין רביס משזר טאנצט אינדערמיט אויפן ניגון פון די וועקער און ער רוימט אריין צו זיין חבר אין אויער אז עס גייט אים נישט אן וויפיל חסידים יענער האט ווייל ער טאנצט עניוועי אףף ביעט
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:46 am#345200
האסט געווינען די ויכוח. תיובתא דשש משזר תיובתא.
נאך עפעס?
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:20 am#345215
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
מי מלל מי פלל? דער רבי זי"ע גיבט א דרשה וועגען דער פאסקודנע חטא הידוע און איינער שטייט אויף די בארענטשעס און אנשטאט'ס מיט צו וויינען איז ער גאר עוסק בגופו של חטא אין מיט'ן דרשה. ווי איז ר' יחזקאל ווען מ'דארף איהם האבען?

ליהוי ידוע מר שטיינפעלד, איך ווייס נישט צו איהר ווייסט, אבער אין צימעס איז פארהאנען צענדליגע אשכולות וועגען דער פייט איבער גארנישט וואס ס'רופט זיך 45 ווס. 48. איך בין זיכער דו וועסט עפעס טרעפען כרוחך.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:36 am#345217
חברה בארוהיגטס ענק כ'זעה נישט וואס משולם זאגט אזוי שלעכט אז מען זאל עם באפאלען. ס''ה זאגט ער אז יעדער האט זיך זיינע זאכן וואס עס גייט עם בנפשו ,ביי איינעם איז עס נארישקייטן ווי לייקס און ביי אנדערע איז עס כאטשיק בנינים מיט חסידים.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:38 am#345218
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
נישט בניינים נאר דער נאמען פון א דארף אין מערב גאליציא

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:40 am#345219
ביי א דריטן איז עס די תאווה צו זיין א קילע פערדסקאפ און שרייבן אז דער בעש''ט איז ווי יאשקע.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:44 am#345220
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
איך האב דאך געזאגט איך גלויב נישט.
און אגב אורחא, וואס איז דען די גרויסע איסור? ענדעריש לייקענען דער בעש"ט ווי פיהרען מחלוקת על ענייני קש ותבן בכח האגרוף ועש"ג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:48 am#345222
דאס געלעכטער אין א זייט פאר איין מינוט, האט מען ביי חסידים און ביי יודן אייביג געוויסט אז מחלוקת לשם בויען יודישקייט איז אינגאנצן נישט קיין פעלער, אדרבה עס איז א גרויסע מעלה וואס יסודתם בהררי קודש נאר אזוי קען מען זיך האלטן ערליך נישט דורכצופאלן מיט די אמתדיגע חטא הידוע ווייל מען ציטערט אימת מות פונעם קאמפעטישאן וזה יסוד העולם. עכ"ז איז אלעמאל דא אינאסענט וויקטעמס וואס בריען זיך ליידער אפ, דערפאר דארף מען שטיין גאר ווייט, אבער בויען פרישע מוסדות התורה להרבות כבוד שמים בעולם אדער די מצוה פון התבדלות מרשעים דאס מיינט בכלל נישט די מחלוקתן פון וואס די תורה רעדט אדער די גמרא פון קמצא בר קמצא כי מצוה גדולה הוא מאוד און די רשעים מיט זייער אחדות אינאיינם זאלן גיין קראכן אין ים סוף ווי שנעלער
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:14 am#345224
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
נורא נוראות! הוי אומרים לרע טוב......
דער תורה הייסט זיך דערווייטערען פון מחלוקת, אבער דאס זאך המכונה 'יידישקייט' פאדערט עפעס אנדעריש.

וליהוי ידוע לך, בויען א מוסד ווען ס'פעלט נישט אויס, איז נישט קיין ריבוי כבוד שמים. און מ'קען בויען מוסדות אן זיך צו שלאגען איבער א נאמען.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:19 am#345228
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נורא נוראות! הוי אומרים לרע טוב......
דער תורה הייסט זיך דערווייטערען פון מחלוקת, אבער דאס זאך המכונה 'יידישקייט' פאדערט עפעס אנדעריש.

וליהוי ידוע לך, בויען א מוסד ווען ס'פעלט נישט אויס, איז נישט קיין ריבוי כבוד שמים. און מ'קען בויען מוסדות אן זיך צו שלאגען איבער א נאמען.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

כידוע איז די ליטווישע ישיבות נתרבה געווארן ווען עס איז געווארן א מחלוקת אין וואלאזשין. פארוואס האט אויסגעפעלט די מחלוקת צו בויען נאך א ישיבה?
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:21 am#345229
Re: דער גורם צום חורבן ביהמ"ק - "חטא הידוע" רח"ל
ווער זאגט ס'איז דעמאלס געווען א גוטע זאך. ווען ס'האט זיך פארמאכט וואלאזין האט מען געדארפט אנדערע

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:43 am#345235
shem-tov האט געשריבן:דאס געלעכטער אין א זייט פאר איין מינוט, האט מען ביי חסידים און ביי יודן אייביג געוויסט אז מחלוקת לשם בויען יודישקייט איז אינגאנצן נישט קיין פעלער, אדרבה עס איז א גרויסע מעלה


אפשר בין איך נישט פון חסידים, אבער פון אידן בין איך זיכער און איך האב קיינמאל זיך אנגעשטויסן מיט עפעס מעין פון די מהלך, אפשר צייגסטו עפעס מקורות פאר די סטעיטמענט,

א דאנק
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:14 pm#345263
שש משזר האט געשריבן:
איך בין נישט גענוג חריף צו כאפן די תאוה אין איינפירן נאר בקיאות ביי די בחורים, כדי צו שמייסן אן ערשטע קוזין.

איך האב א שטיקל קלער אז דאס האסטע געשריבן כדי לא להשאיר הנייר חלק, ועכ"פ האסט עס נישט דורכגעטוהן מיט אזא קלארקייט ווי דו האסט דורכגעטוהן חסידות בעלזא כמבואר במקו"א. בין איך גערעכט? (האסט פארגעסן אז דו ביסט דא א מוכיח בשער?)
אגב, איך האב גארנישט מיט גור.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:16 pm#345271
גראדע מיט דעם בקיאות ענין איז שש גערעכט.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:07 pm#345280
איך האב קיינמאל נישט געהערט קלאר אז דאס איז די סבה. ערשטנס ר' שאול איז גארנישט אזא ת"ק ווי מ'וויל איהם מאכען, ועוד והוא העיקר, אז דער גערער רבי איז חשוד נישט צו פארשטייען אז תורה ווערט נישט געמאסטען מיט דפים און ער וואלט ערנסט געקענט האלטען אז דער עיון איז א שאד די צייט.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:12 pm#345282
איך גלייך דיין הומאר ליטוואק.
קומסט אזוי טיילן אדער צונעמען תוארים פון די גרעסטע קעפ (יא, ר' שאול אלטר איז באקאנט צו זיין פון די גרעסטע קעפ אין היינטיגן דור) כאילו דו האסט זיי שוין אלע לאנג צוריק איבערגעשטיגן.
ס'איז מביא לידי גיחוך.
מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:33 pm#345288
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ערשטנס ר' שאול איז גארנישט אזא ת"ק ווי מ'וויל איהם מאכן.

ערשטענס, לעיקוואד איז באוואוסט אוועקצומאכען יעדער גאון און ת"ח אויב זיי לערנען נישט די זעלבע ווי די פארקוועטשטע לעיקוואדער דרך הלימוד ווי מ'קאמפיט ווער ס'קען זיצן לענגער אויפן ערשטן תוספות...!