לאמיך איבערגעבן מיינע איינדרוקן איבער די ארטיקלן ערשינען אינעם וועקער #3.
1. שטייצעך אלס הדיוט קופץ בראש בין איך אנגעקומען צום אויבנאן צו דערציילן א מעשה פון נאטקע, גרונם און געצל, עס ארייברענגען אין בית המקדש, צאנזער רב, און נאפאליאן, און מקנח זיין די סעודה מיט א שייכות מיטן וועקער נומער דריי. פיין, כלום אדם מעיד על עצמו? כ'האף אז דער עולם האט הנאה געהאט.
2. דער בריוו צום מערכת, קורץ און שארף, איז זייער גוט. מיר האפן אז די קומענדיגע וועקער'ס וועלן אריינבאקומען נאך גוטע געדאנקען פון סיי וועמען אין גאס.
3. ATUB @שטילע אינגערמאן ATUB האט מיך געקיצלט א וויילע. ס'טייטש, איך וויל דאווענען לאנג פארן עמוד און ער גייט מיך אפירהאלטן?... אבער סוף כל סוף איז ער דאך גערעכט, בל"נ מהיום והלאה וועל איך נישט ציען ביים דאווענען, הגם די סיפורי הוד איבערן קאמינקען באבע'ן בין איך להדיא נישט מוותר איבערצודערציילן ביים לעקעך בראנפן נאכן דאווענען.
4. כ'בין געכאפט געווארן אין שאק, זעענדיג אז רבי שמשון רפאל הירש איז אראפגעקומען א צווייט מאל בעולמינו בדמות ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB . זיין שמועס מיטן צומישטן יונגערמאן זענען כמים קרים על נפש עייפה, [און ווער פון אונז איז דען נישט צומישט?], זאגנדיג גוטע יסודות און שניידנדיג ווי רשר"ה באגרותיו, דברים מזוקקים מלאים זיו ומפיקים נוגה. כ'וועל זאגן מיט רעכט: ליטוואק, מה לך אצל אגדה [קרי: חסידות], כלך לך אצל נגעים ואהלות [קרי: הדרכה נכונה].
5. מיין הארץ איז צופיצלט געווארן ביים ליינען ATUB @פליקער ATUB 'ס שילדערונג איבערן זיין א 'קענסער' פאציענט'ס זון. געמיינט האב איך אז כ'וועל ליינען דאקטאריי, דערווייל האב איך געליינט מענטש, געלערנט הארץ, געשפירט די פיין און צער וואס אזא איינער גייט אדורך. כ'האף אז ס'איז א גוטע לעקציע פאר אונז אלע וויאזוי דאס אנצוקוקן אלס צופה מן הצד.
6. דא קומט דער יסוד פונעם דריטן וועקער, דער חינוך סיסטעם סאקט... ער זאגט זייער גוט, ער שניידט אריין אין פאסיגע חלקים [הגם לדעתי קומט אריין שארפערע שפראך, און איבער מאלעסטאציע איז קיין ווארט נישט דערמאנט געווארן, הגם שיש להבין נימוקו], אבער דאס ווייסט דאך יעדער בר בי ק"ש דחד יומא. אקעי, איז קודם כל דאס עצם מסכם זיין אלע טענות בפונדק אחד איז שוין באגריסנדווערד, אבער מיר קוקן טאקע ארויס צום קומענדיגן וועקער זען אויב ער וועט דעליווערן סעלושאנ'ס אויך, והיה שכרו שלימה.
אה, שוין געענדיגט מיין הערכה אויף מדור 'חדשות אני מגיד'.